האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

איך עפן דעם אשכול אפי' איך ווייס אז מ'האט שוין אנגערירט דעם נושא אינם אשכול די ליביראלע אידילאגיע, ווייל איך פיל אז פון ווארפן טאלקינג פוינטס הין און צוריק וועט מען אין ערגעץ נישט אנקומען, וויל איך דא דורכטון די נושא מן השורש, און איך בעט די עולם זאל זיך האלטן צו א פוינט אויפאמאל, אז סיי די שרייבער און אויך די ליינער זאלן ארויסקומען מיט א קלארקייט אין דעם נושא.
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

לאמיך עפענען די נושא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

וואס איז קאפיטיליזים און וואס איז סאציאליזם וואס זענען די מעלות און וואס זענען די חסרונות?

קעפיטיליזים איז נישט קיין מהלך. די סברא אונטער קאפיטיליזם איז אז ווען מ'לאזט יעדעם גיין זייער וועג (אין ביזנעס) שטעלט זיך אויס די שענסטע און בעסטע וועלט, ווייל עס איז א מארקעט ווי יעדער וויל יעדעם איבערשטייגן, איך האב נישט מורא אז משה וועט ארויפציען די פרייזן, וויל דעמאלטס וועט יענקל עפענען א קאמפיטישן.

די מעלה פון קאפיטיליזים איז אינסענטיוו.

די חסרון פון קאפיטיליזם איז אז דער וואס קען בעסער שפילן געווינט די געים.

און ממלא צו זיין דעם חסרון איז געקומען סאציאליזם וואס זאגט אז מ'וועט יעדעם אויסגלייכן.

די חסרון פון סאציאליזים איז אז ווען מ'פארלירט די אינסענטיוו, ווייל מ'גייט סייווי באקומען געלט און מ'וועט נאר פארלירן פון ארבעטן, גייט מען אריין אין ברעד ליינס.
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

איך בעט מ'זאל נאר קאמענטירן אויב: מיין הסבר אויף קאפיטיליזם איז אומריכטיג, מיין הסבר אויף סאציאליזם איז אומריכטיג, די מעלות וואס איך רעכן אויס זענען נישט מעלות, די חסרונות וואס איך רעכן אויס זענען נישט חסרונות, איינמאל מ'וועט דאס האבן קלאר וועט מען קענען וויטער גיין.
סאציאליסט
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2019 10:50 am

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאציאליסט »

הייב אן מיט אן הסבר אויפ'ן קעפל, וואס טייטשט די פסוק האלוקים עשה את האדם ישר און וואו קומט עס דא אריין?
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

שלום עליכם @סאציאליסט, ביטע נישט פארדרייען, קענסט פרעגן אין אישי, איך בין אבער נייגעריג צו הערן אין פאבליק אויב דו האסט צו קאמעןטירן לגופו של ענין
ייש"כ
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פיק ניק האט געשריבן:וואס איז קאפיטיליזים און וואס איז סאציאליזם וואס זענען די מעלות און וואס זענען די חסרונות?

קעפיטיליזים איז נישט קיין מהלך. די סברא אונטער קאפיטיליזם איז אז ווען מ'לאזט יעדעם גיין זייער וועג (אין ביזנעס) שטעלט זיך אויס די שענסטע און בעסטע וועלט, ווייל עס איז א מארקעט ווי יעדער וויל יעדעם איבערשטייגן, איך האב נישט מורא אז משה וועט ארויפציען די פרייזן, וויל דעמאלטס וועט יענקל עפענען א קאמפיטישן.

די מעלה פון קאפיטיליזים איז אינסענטיוו.

די חסרון פון קאפיטיליזם איז אז דער וואס קען בעסער שפילן געווינט די געים.

און ממלא צו זיין דעם חסרון איז געקומען סאציאליזם וואס זאגט אז מ'וועט יעדעם אויסגלייכן.

די חסרון פון סאציאליזים איז אז ווען מ'פארלירט די אינסענטיוו, ווייל מ'גייט סייווי באקומען געלט און מ'וועט נאר פארלירן פון ארבעטן, גייט מען אריין אין ברעד ליינס.

היינט איז יעדער מודה אז די רעגירונג מוז זיך כאטש טיילווייז אריינמישן אין דער עקאנאמיע און עס נישט לאזן "נאטירליך"; לויט אמת'ער פרייער קאפיטאליזם טאר די רעגירונג נישט שטערן קיין מאנאפאל און ס'עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי א פאטענט. דאס זאגט טאקע נישט אז מ'דארף געבן פראגראמען, אבער ס'איז א נקודה ווען די רעכטע שרייען אז די רעגירונג האט זיך נישט וואס צו מישן אין דער עקאנאמיע.

סאציאליזם איז בכלל נישט דא צו אויסלייכן יעדן. סאציאליזם שלאגט פאר אז די עקאנאמיע זאל באלאנגען פאר'ן כלל, דהיינו מענטשן זאל ווערן באצאלט בלויז לויט זייער ארבעט, נישט פון קאפיטאל, דהיינו פארמעגן. צב"ש דו קענסט נישט עפענען א ביזנעס וואס וועט דיר אריינברענגען ענדלאזע קוועלער פון געלט אפגעזען ווי שווער דו ארבעטסט.

אין דער מערב וועלט זענען נישט דא קיין פארטייען וואס פארלאנגען אמת'ער סאציאליזם, נאר דער יעצטיגער סיסטעם, וועלכער איז קאפיטאליזם אינאיינעם מיט נעמען פון רייכע און געבן פאר ארעמע, ווילן זיי רוקן מער אין דער ריכטונג. זע מער דא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

דאס הייסט אז דו ביסט מחולק אין מיין הסבר אויף סאציאליזם
אוב זוי שרייב ביטע וואס איז יא סאציאליזם און וועס זענען אירע מעלות איבער קפיטאליזים
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

איך הער וואס דו זאגסט איך וועל ענטפערן ווען איך האב צייט
לעצט פארראכטן דורך פיק ניק אום דינסטאג יולי 07, 2020 3:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

גרשון האט געשריבן:
פיק ניק האט געשריבן:וואס איז קאפיטיליזים און וואס איז סאציאליזם וואס זענען די מעלות און וואס זענען די חסרונות?

קעפיטיליזים איז נישט קיין מהלך. די סברא אונטער קאפיטיליזם איז אז ווען מ'לאזט יעדעם גיין זייער וועג (אין ביזנעס) שטעלט זיך אויס די שענסטע און בעסטע וועלט, ווייל עס איז א מארקעט ווי יעדער וויל יעדעם איבערשטייגן, איך האב נישט מורא אז משה וועט ארויפציען די פרייזן, וויל דעמאלטס וועט יענקל עפענען א קאמפיטישן.

די מעלה פון קאפיטיליזים איז אינסענטיוו.

די חסרון פון קאפיטיליזם איז אז דער וואס קען בעסער שפילן געווינט די געים.

און ממלא צו זיין דעם חסרון איז געקומען סאציאליזם וואס זאגט אז מ'וועט יעדעם אויסגלייכן.

די חסרון פון סאציאליזים איז אז ווען מ'פארלירט די אינסענטיוו, ווייל מ'גייט סייווי באקומען געלט און מ'וועט נאר פארלירן פון ארבעטן, גייט מען אריין אין ברעד ליינס.

היינט איז יעדער מודה אז די רעגירונג מוז זיך כאטש טיילווייז אריינמישן אין דער עקאנאמיע און עס נישט לאזן "נאטירליך"; לויט אמת'ער פרייער קאפיטאליזם טאר די רעגירונג נישט שטערן קיין מאנאפאל און ס'עקזיסטירט נישט אזא זאך ווי א פאטענט. דאס זאגט טאקע נישט אז מ'דארף געבן פראגראמען, אבער ס'איז א נקודה ווען די רעכטע שרייען אז די רעגירונג האט זיך נישט וואס צו מישן אין דער עקאנאמיע.

סאציאליזם איז בכלל נישט דא צו אויסלייכן יעדן. סאציאליזם שלאגט פאר אז די עקאנאמיע זאל באלאנגען פאר'ן כלל, דהיינו מענטשן זאל ווערן באצאלט בלויז לויט זייער ארבעט, נישט פון קאפיטאל, דהיינו פארמעגן. צב"ש דו קענסט נישט עפענען א ביזנעס וואס וועט דיר אריינברענגען ענדלאזע קוועלער פון געלט אפגעזען ווי שווער דו ארבעטסט.

אין דער מערב וועלט זענען נישט דא קיין פארטייען וואס פארלאנגען אמת'ער סאציאליזם, נאר דער יעצטיגער סיסטעם, וועלכער איז קאפיטאליזם אינאיינעם מיט נעמען פון רייכע און געבן פאר ארעמע, ווילן זיי רוקן מער אין דער ריכטונג. זע מער דא.

פון דארט קום איך, זע מיין הקדמה
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

@פיק, די חסרון וואס דו ברענגסט ארויס אין סאציאליזם, האט בעצם א ענטפער אויף צוריק מצד די סאציאליסטן, והוא: אויב די מענטשהייט וועט פארלירן זיין טרייב קראפט צו מאכן ביזנעס, וועט די גאווערמענט נעמען די זאך אין הענט אריין און זיי וועלן זיין די ביזנעס אונער'ס און די אינוועסטערס, און דער עולם וועט ארבעטן פאר די גאווערמענט.

ואידך פירושא זיל גמור...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

גרשון האט געשריבן:
סאציאליזם איז בכלל נישט דא צו אויסלייכן יעדן. סאציאליזם שלאגט פאר אז די עקאנאמיע זאל באלאנגען פאר'ן כלל, דהיינו מענטשן זאל ווערן באצאלט בלויז לויט זייער ארבעט, נישט פון קאפיטאל, דהיינו פארמעגן. צב"ש דו קענסט נישט עפענען א ביזנעס וואס וועט דיר אריינברענגען ענדלאזע קוועלער פון געלט אפגעזען ווי שווער דו ארבעטסט.

לאמיך עס אביסל שארפער ארויסברענגען, סאציאליזם שלאגט פאר אז די עקאנאמיע זאל באלאנגען פאר די סאסייעטי, און 'ממילא' לויט וויפיל ארבעט מען לייגט אריין פאר די סאסייעטי, אזויפיל געלט באקומסטו דערפאר.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פיק ניק האט געשריבן:דאס הייסט אז דו ביסט מחולק אין מיין הסבר אויף סאציאליזם
אוב זוי שרייב ביטע וואס איז יא סאציאליזם און וועס זענען אירע מעלות איבער קפיטאליזים

ס'זענען דא אויף דעם לאנגע ביכער, איך האב זיי נישט דורכגעליינט.

אבער אויפ'ן שפיץ גאפל איז עס דאס וואס איך שרייב. די מעלה? פשוט, אז מ'ווערט באצאלט לויט דער ארבעט איז עס פיל מער יושר'דיג און שכל'דיג ווי אז מ'ווערט באצאלט לויט וויפיל געלט מ'האט גע'ירש'נט פונעם זיידן. דער חסרון איז אויך פשוט, ווייל די עקאנאמיע באשטייט פון דעם וואס מענטשן עפענען ביזנעסער און אז ס'איז דא קאנקורענץ.

אבער ווי געשמועסט איז דאס נישט קיין סאך נוגע, קיינער רעדט נישט (דערווייל) אז מ'זאל איינפירן סאציאליזם אין אמעריקע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
חתם סופר'ניק
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2020 3:59 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חתם סופר'ניק »

גרשון האט געשריבן:
פיק ניק האט געשריבן:דאס הייסט אז דו ביסט מחולק אין מיין הסבר אויף סאציאליזם
אוב זוי שרייב ביטע וואס איז יא סאציאליזם און וועס זענען אירע מעלות איבער קפיטאליזים

ס'זענען דא אויף דעם לאנגע ביכער, איך האב זיי נישט דורכגעליינט.

אבער אויפ'ן שפיץ גאפל איז עס דאס וואס איך שרייב. די מעלה? פשוט, אז מ'ווערט באצאלט לויט דער ארבעט איז עס פיל מער יושר'דיג און שכל'דיג ווי אז מ'ווערט באצאלט לויט וויפיל געלט מ'האט גע'ירש'נט פונעם זיידן. דער חסרון איז אויך פשוט, ווייל די עקאנאמיע באשטייט פון דעם וואס מענטשן עפענען ביזנעסער און אז ס'איז דא קאנקורענץ.

אבער ווי געשמועסט איז דאס נישט קיין סאך נוגע, קיינער רעדט נישט (דערווייל) אז מ'זאל איינפירן סאציאליזם אין אמעריקע.

דוכט זיך אז איר הערט ב"ה נישט אויס וואס מפרעדיגט אין די קאלידזשעס (העכער די שורות, צווישן די שורות, בפירוש, למחצה לשליש ולרביע.)

אבער לעצם הענין,
א טאטע האט נישט א "רעכט" צו מוריש זיין פאר זיין זון?
א מענטש האט נישט א "רעכט" אז די מזל זאל אים שיינען?
פארוואס זאל די עקענאמיע געהערן פאר סאסייעטי?
אפשר נאר פאר די ארבעטער פון דעם ספעציפישן ביזנעס? (נישט אז איך האלט אזוי..)
און נניח דו האסט מיר א גוטע תירץ, פארוואס גייט סאסייעטי נאר ביזן אמעריקאנעם גרעניץ? (ניו יארק וקאליפארניע בלע"ז).
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חתם סופר'ניק האט געשריבן:

קודם כל, איך בין נישט קיין סאציאליסט. אבער מסתמא באציסטו דיך צו דעם וואס איך שרייב אז ס'איז מער יושר'דיג און שכל'דיג.

בענין ירושה, דאכט זיך מיר אז אין א סאציאליסטישער עקאנאמיע געהער ירושה יא צו די קינדער. אנדערש ווי אונטער קאמוניזם וואו אלעס באלאנגט פאר'ן רבים, איז עס אונטער סאציאליזם בלויז די עקאנאמיע, בעת יחידים קענען פארמאגן קרקעות און פארמעגנס.

"א מענטש האט די רעכט אז דאס מזל זאל אים שיינען." כ'ווייס נישט גענוי וואס דאס מיינט. אויב דו האסט שוין אמאל אריינגעטראכט, דאס גאנצע מציאות פון בעלות אויף א זאך איז א הסכמה פון דער מענטשהייט, ס'איז בכלל נישט קיין נאטור. ס'קוקט אפשר אויס ווי א ווילדער חידוש וואס כ'זאג דא, אבער אזוי איז עס. כ'וועל עס אפשר א צווייט מאל בעסער ערקלערן -- מיין מגיד שיעור אין מסכת בבא קמא האט עס מסביר געווען בטוב טעם ודעת. דעריבער אויב די מענטשהייט באשליסט אז ס'איז דא א בעסערער סיסטעם, איז בכלל נישט קיין פראבלעם מ'זאל טוישן דעם ערשטן סיסטעם וואו ביזנעסער באלאנגען פאר יחידים.

פארוואס ס'גייט נאר ביז'ן אמעריקאנעם גרעניץ? און פארוואס גייט דעמאקראטיע און שטים רעכטן בלויז ביז'ן גרעניץ? ס'זענען גראדע דא היינט עקסטרעמיסטן וואס האלטן אז מ'דארף מאכן די גאנצע וועלט פאר איין גרויס לאנד, און אין טעאריע בין איך מסכים מיט זיי. אבער ביזדערווייל איז עס נישט עפעס וואס קען פאסירן אין רעאליטעט, צוליב פארשידענע סיבות.
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום מיטוואך יולי 08, 2020 11:53 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

גרשון האט געשריבן:א מענטש האט די רעכט אז דאס מזל זאל אים שיינען. כ'ווייס נישט גענוי וואס דאס מיינט. אויב דו האסט שוין אמאל אריינגעטראכט, דאס גאנצע מציאות פון בעלות אויף א זאך איז א הסכמה פון דער מענטשהייט, ס'איז בכלל נישט קיין נאטור. ס'קוקט אפשר אויס ווי א ווילדער חידוש וואס כ'זאג דא, אבער אזוי איז עס. כ'וועל עס אפשר א צווייט מאל בעסער ערקלערן -- מיין מגיד שיעור אין מסכת בבא קמא האט עס מסביר געווען בטוב טעם ודעת. דעריבער אויב די מענטשהייט באשליסט אז ס'איז דא א בעסערער סיסטעם, איז בכלל נישט קיין פראבלעם מ'זאל טוישן דעם ערשטן סיסטעם וואו ביזנעסער באלאנגען פאר יחידים.

הייסט עס אז מ'קען מתיר זיין לא תגנוב באיזה אופן? (איך באצי זיך נישט צו סאציאליזם נאר צו מס' בב"ק)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פיק ניק האט געשריבן:

אויב ס'איז לא תגנוב, ווער קען עס מתיר זיין?

ער האט געניצט דעם הסבר פארשטיין צו געבן וואס בעלות מיינט, וואס דורכדעם פארשטייט מען פילע יסודות אין דיני ממונות, ווי שינוי רשות, ייאוש, קנייני גניבה, אא"וו.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

איך פארשטיי, ס'דארף אבער אלעמאל זיין א דעת מקנה, מענטשן (דעמאקראטן) קענען נישט אפמאכן אז מיין געלט איז נישט מיינס נישט קיין חילוק אויב זיי וועלן מאכן קנין אגב, פרוזבל, אדער מעמד שלשתן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פיק ניק האט געשריבן:איך פארשטיי, ס'דארף אבער אלעמאל זיין א דעת מקנה, מענטשן (דעמאקראטן) קענען נישט אפמאכן אז מיין געלט איז נישט מיינס נישט קיין חילוק אויב זיי וועלן מאכן קנין אגב, פרוזבל, אדער מעמד שלשתן.

האסט דאך געזאגט אז דו רעדסט נישט פון סאציאליזם נאר פון דיני תורה.

צי אידן וואס זענען מחויב מיט די תרי"ג מצוות קענען טוישן צו סאציאליזם ווייס איך נישט. מ'קען עפענען אויף דעם אן אשכול אין ידיעות התורה. אבער דא רעדט מען פון בני נח וואס האבן בסך הכל א מצוה פון דינים און מינוי שופטים, אן קיין פרטים ווי אזוי דאס דארף צוגיין, און זיי מעגן באשליסן אז א געוויסער סיסטעם איז גוט פאר'ן כלל.

מיין געלט? פארוואס איז עס מיין געלט? בלויז ווייל קין און הבל זענען מסכים אז קין וועט נישט צונעמען הבל'ס שאף און הבל וועט נישט טשעפען קינ'ס ירקות. ס'לוינט זיי ביידן דאס געשעפט, ווייל אזוי איז יעדער פארזיכערט בשלו. אבער פון נאטור אויס באלאנגט גארנישט פאר קיין יחיד, חוץ זיינע רמ"ח אברים ושס"ה גידים; דער אויבערשטער האט געשאנקען די גאנצע וועלט פאר אלע מענטשן צוגלייך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

גרשון, ווער זאגט אז מען קען בכלל מסכים זיין?
וויאזוי קען מען מסכים זיין אז עס איז דא א בעסערע סיסטעם?
און וואס גייט זיין די מעסטער צו בעסער?

ווי אויך, קענען מענטשן מסכים זיין אז ליגענט איז נישט קיין פראבלעם, איך מיין ס"ה איז דא אן הסכמה ביי די מענטשהייט אז אמת איז בעסער ווי ליגענט, לעט טשעינדזש איט, (אסאך מחלוקת וועלן אוועק פאלן)
לעצט פארראכטן דורך יוד אלף אום מיטוואך יולי 08, 2020 12:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

@גרשון, יעצט קריכסטו אריין אין סאושל קאנסטראקט. ליין ביטע מיין אשכול וואו קען מען קויפן שכל? די תגובה מיטן קעפל "ס'דארף אויך מאכן סענס", אז דו וועסט גוט דורכטון סאשול קאנסטראקט עד הסוף וועסטו פארשטיין וואס איך מיין
לעצט פארראכטן דורך פיק ניק אום מיטוואך יולי 08, 2020 12:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יוד אלף האט געשריבן:גרשון, ווער זאגט אז מען קען בכלל מסכים זיין?
וויאזוי קען מען מסכים זיין אז עס איז דא א בעסערע סיסטעם?
און וואס גייט זיין די מעסטער צו בעסער?

די ערשטע שאלה האב איך שוין מסביר געווען. אויב דער ביז יעצטיגער סיסטעם איז א בלויזע הסכמה, קען מען אוודאי מאכן א נייע.

בנוגע דער דריטער שאלה, דער זעלבער מעסטער ווי אלע אנדערע באשלוסן אין לעבן, הויפטזעכליך שכל און ערפארונג.

די צווייטע שאלה פארשטיי איך נישט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פיק ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 22, 2020 2:05 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיק ניק »

גרשון האט געשריבן:פארוואס ס'גייט נאר ביז'ן אמעריקאנעם גרעניץ? און פארוואס גייט דעמאקראטיע און שטים רעכטן בלויז ביז'ן גרעניץ? ס'זענען גראדע דא היינט עקסטרעמיסטן וואס האלטן אז מ'דארף מאכן די גאנצע וועלט פאר איין גרויס לאנד, און אין טעאריע בין איך מסכים מיט זיי. אבער ביזדערווייל איז עס נישט עפעס וואס קען פאסירן אין רעאליטעט, צוליב פארשידענע סיבות.

דאס קומט אויך פון סאושל קאנסטראקט.

סטיווען פינקער שרייבט אין זיין נייע בוך "אלס א אמעריקאנע סיטיזסין האב איך רחמנות אויף די אלע וואס פארלירן דשאבס צוליב גלאבעליזים, אבער אלס א סיטיזין פון די וועלט בין איך צופרידן דערמיט" די פראבלעם איז אבער אז פינקער איז נישט קיין סיטעזין פון די וועלט. אין מיינע אויגן איז ער דומה צו איינער וואס זאגט, "אלס א מאן פון מיין ווייב טוט עס מיר וויי ווען איך בין מזנה, אבער אלס א מאן פון די וועלט האלט איך אז איך טו א גוטע זאך"
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

די ערשטע שאלה איז געווען אז עס איז ס"ה אן הסכמה צו מאכן אן הסכמה, נו יעצט שריי איך אז איך וויל נישט מאכן קיין הסכמה,?
א סטעפ פאראויס איז אז איך וויל צוקומען אז די הסכמה פון וואס דיין מגיד שיעור האט גערעדט, מיינט לכאורה מוסכם מדרך השכל, און דאס קען מען נישט טוישן,

אויף דעם וואס דו האסט געענטפערט אויף די דריטע שאלה, האב איך שפעטער צוגעלייגט א שורה, און מיין פוינט איז די זעלבע, וואס איז די הגדרה פון שכל?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יוד אלף האט געשריבן:די ערשטע שאלה איז געווען אז עס איז ס"ה אן הסכמה צו מאכן אן הסכמה, נו יעצט שריי איך אז איך וויל נישט מאכן קיין הסכמה,?
א סטעפ פאראויס איז אז איך וויל צוקומען אז די הסכמה פון וואס דיין מגיד שיעור האט גערעדט, מיינט לכאורה מוסכם מדרך השכל, און דאס קען מען נישט טוישן,

אויף דעם וואס דו האסט געענטפערט אויף די דריטע שאלה, האב איך שפעטער צוגעלייגט א שורה, און מיין פוינט איז די זעלבע, וואס איז די הגדרה פון שכל?

@יוד אלף און @פיק ניק, כ'פריי מיך אז מ'קען דא רעדן ווי נארמאלע מענטשן און זיך האלטן צו א נקודה, אבער כ'בעט צו איבערטראכטן טיף און געלאסן וואס איך שרייב איבער הסכמת העולם. ס'איז זייער טיף, און מ'דארף שטארק טראכטן און זיך קאנצעטרירן דערין צו עס פארשטיין על בוריו. אבער דאס איז למעשה דער אמת וואס מ'קען נישט זאגן אנדערש.

ליגנט זאגן איז אפילו על פי תורה א גוטע זאך אויב דער תועלת דערפון איז גרעסער ווי דער תועלת פון זאגן אמת, א שטייגער ווי מפני דרכי שלום.

@פיק ניק, דיין ציטאט איבער גלאבאליזאציע קוקט מיר אויס זייער ריכטיג און קלוג, כ'פארשטיי נישט ווי אזוי דו שטעלסט דאס צו צו דיין משל. זנות איז א שטער פאר'ן משפחה לעבן, בעת צוטיילטע לענדער און מלחמות איז א קללה און וועט אפגעשאפן ווערן לעתיד לבוא, ווי ישעיה הנביא זאגט נביאות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1542
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: האלוקים עשה את האדם ישר - קאפטאליזם vs. סאציאליזם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

אויף מיין צוייטע שאלה זיך איך נאך בעסערע ווארדינג

איך פארשטיי שטארק וואס דו זאגסט איבער הסכמת העולם, יעצט דו זאגסט אז מען דארף טראכן זייער שטארק, אמת, און טאקע דאס איז געווען די נקודות מיט מיינע שאלות, דהיינו אז דו גייסט אנקומען צו פלעצער ווי די קאפ וועט דיר וויי טוען פון טראכן שטארק, און שפאצירן אויף א דינע שטריק, די זעלבע מעסטער וואס דו ניצט אויף אנדערע באשליסן אין לעבן רייסט זיך איבער ווען די ציעסט עס אויס אזוי לאנג, און דו מוזט קודם אוועקשטעלן כללים אויפן מעסטער, דערנאך עס אויסצוען.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”