סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך יולי 01, 2020 5:47 am

א ריזין דאנק הרב פופציגער...

איך האב געשוויצט אראפצורייסן די וואטסעפע קאמיוניטי און איר קומט מיט א ליצנא אחת אוו איר זענט דוחה מאה וואטסעפפערס....

חזק ואמץ!
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך יולי 01, 2020 6:08 am

יא, אונז זעמיר יודן.
און אלס ספק ספק ספיקא צו ראטעווען 1 מענטש, מעגן 5 הצלה וואלאנטירן פארן ביז מאנהעטן אויף שבת, ווייל אפשר אפשר קען מען נאך ראטעווען די 1 אלטע יוד.

די זעלבע זאך ביי קאראנע, האבן די רבנים געפסקנט, אז עס לוינט זיך צו פארמאכן אלע שוהלן ווייל אפשר קען קאראנע הרגענען 10-15 יודן.

ליידער איז קאראנע געוועהן נאך ערגער ווי מ'האט געמיינט.
עס האט געהרגט בערך 40 יודן, אין בארא פארק אליינס.

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך דייקן » מיטוואך יולי 01, 2020 7:01 am

moishy56 האט געשריבן:ליידער איז קאראנע געוועהן נאך ערגער ווי מ'האט געמיינט.
עס האט געהרגט בערך 40 יודן, אין בארא פארק אליינס.

הלואי וואלט עס געהאלטען נאר ביי 40 נפטרים.
וויפיל היימישע אידן זענען אוועק פון די מגיפה?
און אסאך פון די נפטרים וואס זענען דארט אויסגערעכענט אן א שטערענדעל זענען אויך נפטר געווארען פון די קאראנע, צו במישרין צו בעקיפין, ווי אויך פעלט לכאו' היפש אביסל נעמען.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך יישר כח » מיטוואך יולי 01, 2020 7:51 am

איינער האט שוין די גראסערי ?
איך דארף א באטיל מילך.

אמת לאמיתו
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 5:34 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך אמת לאמיתו » מיטוואך יולי 01, 2020 8:23 am

צ"ק
הייסט די האלטסט באמת, אז ווען נישט די פאניק און עולם כמנהגו נוהג, וואלט אלעס געווען די זעלבע! ....
וועם מיינסטו טרייסטו צו פאפן? די אדער דיין ווייב...

נו! יעצט הייב אן קאומא ימ"ש, און אלע שפיטעלער רוצחים! וכו'....

אבער איין מינוט! הוא הנותן! ווען ס'איז דא שפיטעלער איז דאך נישט אזוי געפערליך, אבער אז ס'איז נישטא קיין שפיטעלער דארף מען דאך מער זיין געווארנט נישט דארפן אנצוקומען צום שפיטאל - אמת ווייל זיי זענען רוצחים, אבער "ס'איז דאך למעשה נישטא קיין שפיטאל"


אז קען איינער קען מאכן אז דער גאנצער אשכול - מיט מיין תגובה - זאלן נאבד ווערן, וואלט געווען סאך בעסער
אבער ווי לאנג די אשכול איז דא, און פון די אנדערע זייט זענען דא הונדערטע יתומים, און טויזענטע פארווייטאגטיגע משפחות, - און אסאך פון זיי דרייען זיך דא - און מ'טרעט אויף זייער בלוט, קען מען זיך נישט אנהאלטן





און יעצט זיך צוריק צו בארואיגן, לאמיר צוזאמען הויעך שרייען בקול רם: קאומא ימ"ש, מיט אלע שפיטעלער, מיט אלע מוסרים..........
בד"ו האלט איך אויך אזוי.
חותמו של הקב"ה אמת

אוועטאר
פופציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך פופציגער » מיטוואך יולי 01, 2020 12:57 pm

להודיע האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:מ

ערנסט גערעדט, בין איך דער איינציגסטער וואס רייסט זיך פאר געלעכטער פון די איבערגעטריבענע פאניק וואס דא האט געהערשט?...


....
[/color]



מ'קען דן זיין פונקטליך וויפיל מ'האט יא געדארפט אדער נישט געדארפט האלטן שולן אפן, אבער קיין איבערגעטריבענע פאניק איז עס ליידער נישט געווען און הלואי מ'וואלט זיך געקענט "רייסן פאר געלעכטער". אנפארטשענלי איז עס זייער ווייט פון לאכעדיג. מ'זעמיר דורך עפעס וואס קיינער האט זיך נישט געקענט פארשטעלן. מיר האבן פארלוירן אזויפיל נפשות יקרות מסלתה ומשמנה. ייטיב ה' ולא יוסיף ליסרה.[/quote]
נו שוין, זעה איך אז איך בין מעגליך יא פון די איינציגסטע...

אלענפאלס, ביטע נישט פארוואנדלען אין קיין ויכיח, ווי כהאב שוין ארויפגעברענגט, ציהל איך נישט אוועקצקומאכן דעם פאניק וואס [- האט נישט אויסגעפעלט אבער -] איז געווען בארעכטיגט,

איך רעד וועגן דעם חלק פון אנשרעקן דעם עולם אן קיןי געהעריגע ציהל, די מצב אין די מידיע איז געווען פיהל ערגער ווי עס איז,
מעגליך באלד העט מען מער מאריך זיין
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
פופציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך פופציגער » מיטוואך יולי 01, 2020 1:01 pm

פופציגער האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:מ

ערנסט גערעדט, בין איך דער איינציגסטער וואס רייסט זיך פאר געלעכטער פון די איבערגעטריבענע פאניק וואס דא האט געהערשט?...


....
[/color]



.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1901
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך יולי 01, 2020 1:11 pm

זייער אינטרעסאנט ליינענדיג ווי פופציגער האט געוויסע ארויס גענומען פון די גלייזען וואס האבען וואן-טרעק-מיינד. העי, ער שרייבט נישט וואס דו מיינסט דו ליינסט. ער מאכט נישט אוועק דער עצם מגיפה וואס קיינער לייקענט נישט אז עס איז געווען שרעקליך. ער מאכט נישט אוועק די גרויסע אבידה וואס כלל ישראל בכלל ובפרט האט געליטען. ער מאכט אוועק די "אויסטערלישע" איבעגעטריבענקייט פון געוויסע וואס זענען נאך אלץ היינט "אויסטערליש" איבערגעטריבען און קענען נאך אלץ נישט צו זיך קומען און "מודה" זיין אז "אפשר" זענען זיי נישט געווען אזוי גערעכט אין וויאזוי זיי האבען אן געמאכט א פאניק און א חילול השם.

און פאר מען שיסט פולווער אויף מיר, וויל איך באטוינען אז איך בין נישט געווען קיין אויבער חכם און האב ערליך געפאלגט און נישט געגאנגען אין שוהל און אין מקוה, און איך האלט אז די וואס האבען געהייסען אזוי טוהן זענען געווען גערעכט און בכלל נישט איבער געטריבען. אויך וויל איך זאגען אז איך האב זיך געמיטשעט דערמיט און בין נישט לייכט זיניג, און איך האב נישט געזעהן פופציגער זיין לייכט זיניג פון דער פארלוס און פון די פרי-קאושען'ס וואס מיר אלע האבען בשעתו גענומען.

אויב די מנהלים האבען פרעשור צו רעמאווען דער אשכול, וואלט איך געזאגט אז זיי זאלען עס שטעלען אינעם אשכול "א שמייכל מיט קאראנע". דארט עט ליעסט דרייען זיך נישט די אויסטערלישע ערענסטע מענטשן ווואס קענען נישט פארטראגען אזא אשכול און מעסידז, און קענען נאר זעהן פאר די אויגען וויי געשרייען ווען עס קומט צו דער נושא.

איך וואלט גארנישט מער געשריבען (ווי געפלאנט) אבער ווען איך זעה אז עס גייט אויפען חשבון פון ריין וואשען דער גאווערנער, די שפיטעלער, און די נורסעס און דאקטוירים וואס א סאך פון זיי (נישט אלע) זענען געווען קאלט בליטיגע מערדער, דאס שוין נישט! איך מעג אויך ווערען אויף געברויזט... מיין משפחה מיטגלידער האט מען אויך געהארגעט.

מיר באדערט וואס דיר באדערט נישט, און דיר באדערט וואס מיר באדערט נישט.
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום מיטוואך יולי 01, 2020 1:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך יולי 01, 2020 1:17 pm

פופציגער האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:מ

ערנסט גערעדט, בין איך דער איינציגסטער וואס רייסט זיך פאר געלעכטער פון די איבערגעטריבענע פאניק וואס דא האט געהערשט?...


....
[/color]



.

מ'האט מוצאי פורים מורא געהאט, אז ח״ו ח״ו וועט אפשר נפטר ווערן פונם קאראנע, 30-40 חרדישע יודן אין ניו יארק.

ליידער איז געוועהן אסאך ערגער ווי מ'האט געמיינט.

אוועטאר
פופציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך פופציגער » מיטוואך יולי 01, 2020 1:22 pm

איך האב מורא געהאט אז דאס גייט געשעהן, און עס איז טאקע געשעהן, ברויך איך זיך אביסל מער מסביר זיין כדי נישט אויסצורופן בייז בלוט, און ווי אנדערע רופן עס אן מער גראפיש 'טרעטן אויף בלוט פון יתומים' וכו',

מורי ורבותי מיינע טייערע פריינט,
דער ארטיקל איז געשריבן געווארן זיצענדיג און זיך דרייענדיג אין אפיס אויפן בענקל, און צוריקמישענדיג אביסל זכרונות פון דריי חדשים צוריק,

איך געדענק ווען איך האב געהערט דער ערשטער איד ביי אונז אין קרית יואל וואס האט קאראנע, בין איך ממש געווען צושוידערט ביז גאר, איך האב געפילט ווי די דאך איז אראפגעקומען אויף מיר,

אויך געדענק איך די שפראך ואס מען האט גערעדט דערפון, (איך וויל נישט יעצט אריינמישן מיזעלס, אבער טראץ וואס איך בין פרא וואקסין האלט איך אויך אז דער מצב איז געווען איבערגעטריבן), דער שפראך האט מיר שוין דעמאלס געבאדערט,
איך האב דעמאלס נאכנישט געוואוסט צו איך וועל זיין פון די לאקי אויסדערוועלטע וואס וועלן איבערלעבן קאראנע, אבער אזויפיל האב איך יא געוואוסט, אז דער מצב וואס מען האט געשילדערט איז נישט די ריכטיגע, - נישט די ריכטיגע מיין איך צוזאגן אז די חלק הפאניק האט נישט אויסגעפעלט, סעיפטי זיכער אז יא און אפילו נאך מער ווי עס איז געווען, אבער פאניק נישט!

אצינד, איך ווייס אויך אז ליידער האט עס געקאסט אסאך קרבנות, און איר מיינע טייערע פריינט ווייסטס אויך אז אין אסאאאך פעלער (אדער אין רוב פעלער - לויט ווי די שפיטעלער איבערלעבער פארציילן) איז עס נישט געווען א דירעקטע תוצאה פון קאראנע ואכמ"ל
נאר וואס? די שפיטעלער האבן סתם אזוי באשלאסן ר"ח ניסן תש"פ צוועלעף אזייגער נאכמיטאג אז מען גייט שעכטן אידן? קלאר אז ניין! זיי זענען פשוט אויך געווען אונטער פאניק!!

אלזא, פאניק איז קיינמאל קיינמאל קיינמאל נישט קיין גוטע זאך, ווייל דאס שטערט פון באהאנדלען ריכטיג דאס וואס מען קען יא,
און דאס איז געווען מיין נקודה, דער 'פאניק' איז געווען איבערגעטריבן! מען ברענגט שיפן, מען שטעלט אויף פראווויזארישע שפיטעלער, מען נעמט נישט קעיר פון מענטשן געהעריג, אלעס ווייל דער בארג איז ריזיג גרויס!

אצינד אויב פילט איר נאכאלס אז איך טרעט מיט מיינע מאראסטיגע שוך אויף די בלוט פון די יתומים קענט איר דרוקן דעם קנעפל 'באריכט דעם תגובה' און זייטס יוצא אייער חיוב מחאה,
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
פופציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך פופציגער » מיטוואך יולי 01, 2020 1:22 pm

זארג נישט האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט ליינענדיג ווי פופציגער האט געוויסע ארויס גענומען פון די גלייזען וואס האבען וואן-טרעק-מיינד. העי, ער שרייבט נישט וואס דו מיינסט דו ליינסט. ער מאכט נישט אוועק דער עצם מגיפה וואס קיינער לייקענט נישט אז עס איז געווען שרעקליך. ער מאכט נישט אוועק די גרויסע אבידה וואס כלל ישראל בכלל ובפרט האט געליטען. ער מאכט אוועק די "אויסטערלישע" איבעגעטריבענקייט פון געוויסע וואס זענען נאך אלץ היינט "אויסטערליש" איבערגעטריבען און קענען נאך אלץ נישט צו זיך קומען און "מודה" זיין אז "אפשר" זענען זיי נישט געווען אזוי גערעכט אין וויאזוי זיי האבען אן געמאכט א פאניק און א חילול השם.

און פאר מען שיסט פולווער אויף מיר, וויל איך באטוינען אז איך בין נישט געווען קיין אויבער חכם און האב ערליך געפאלגט און נישט געגאנגען אין שוהל און אין מקוה, און איך האלט אז די וואס האבען געהייסען אזוי טוהן זענען געווען גערעכט און בכלל נישט איבער געטריבען. אויך וויל איך זאגען אז איך האב זיך געמיטשעט דערמיט און בין נישט לייכט זיניג, און איך האב נישט געזעהן פופציגער זיין לייכט זיניג פון דער פארלוס און פון די פרי-קאושען'ס וואס מיר אלע האבען בשעתו גענומען.

אויב די מנהלים האבען פרעשור צו רעמאווען דער אשכול, וואלט איך געזאגט אז זיי זאלען עס שטעלען אינעם אשכול "א שמייכל מיט קאראנע". דארט עט ליעסט דרייען זיך נישט די אויסטערלישע ערענסטע מענטשן ווואס קענען נישט פארטראגען אזא אשכול און מעסידז, און קענען נאר זעהן פאר די אויגען וויי געשרייען ווען עס קומט צו דער נושא.

איך וואלט גארנישט מער געשריבען (ווי געפלאנט) אבער ווען איך זעה אז עס גייט אויפען חשבון פון ריין וואשען דער גאווערנער, די שפיטעלער, און די נורסעס און דאקטוירים וואס א סאך פון זיי (נישט אלע) זענען געווען קאלט בליטיגע מערדער, דאס שוין נישט! איך מעג אויך ווערען אויף געברויזט... מיין משפחה מיטגלידער האט מען אויך געהארגעט.

מיר באדערט וואס דיר באדערט נישט, און דיר באדערט וואס מיר באדערט נישט.


יישר כח פארן אויסקלארן
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2721
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך מחשב » מיטוואך יולי 01, 2020 3:06 pm

פופציגער האט געשריבן:איך האב מורא געהאט אז דאס גייט געשעהן, און עס איז טאקע געשעהן, ברויך איך זיך אביסל מער מסביר זיין כדי נישט אויסצורופן בייז בלוט, און ווי אנדערע רופן עס אן מער גראפיש 'טרעטן אויף בלוט פון יתומים' וכו',

מורי ורבותי מיינע טייערע פריינט,
דער ארטיקל איז געשריבן געווארן זיצענדיג און זיך דרייענדיג אין אפיס אויפן בענקל, און צוריקמישענדיג אביסל זכרונות פון דריי חדשים צוריק,

איך געדענק ווען איך האב געהערט דער ערשטער איד ביי אונז אין קרית יואל וואס האט קאראנע, בין איך ממש געווען צושוידערט ביז גאר, איך האב געפילט ווי די דאך איז אראפגעקומען אויף מיר,

אויך געדענק איך די שפראך ואס מען האט גערעדט דערפון, (איך וויל נישט יעצט אריינמישן מיזעלס, אבער טראץ וואס איך בין פרא וואקסין האלט איך אויך אז דער מצב איז געווען איבערגעטריבן), דער שפראך האט מיר שוין דעמאלס געבאדערט,
איך האב דעמאלס נאכנישט געוואוסט צו איך וועל זיין פון די לאקי אויסדערוועלטע וואס וועלן איבערלעבן קאראנע, אבער אזויפיל האב איך יא געוואוסט, אז דער מצב וואס מען האט געשילדערט איז נישט די ריכטיגע, - נישט די ריכטיגע מיין איך צוזאגן אז די חלק הפאניק האט נישט אויסגעפעלט, סעיפטי זיכער אז יא און אפילו נאך מער ווי עס איז געווען, אבער פאניק נישט!

אצינד, איך ווייס אויך אז ליידער האט עס געקאסט אסאך קרבנות, און איר מיינע טייערע פריינט ווייסטס אויך אז אין אסאאאך פעלער (אדער אין רוב פעלער - לויט ווי די שפיטעלער איבערלעבער פארציילן) איז עס נישט געווען א דירעקטע תוצאה פון קאראנע ואכמ"ל
נאר וואס? די שפיטעלער האבן סתם אזוי באשלאסן ר"ח ניסן תש"פ צוועלעף אזייגער נאכמיטאג אז מען גייט שעכטן אידן? קלאר אז ניין! זיי זענען פשוט אויך געווען אונטער פאניק!!

אלזא, פאניק איז קיינמאל קיינמאל קיינמאל נישט קיין גוטע זאך, ווייל דאס שטערט פון באהאנדלען ריכטיג דאס וואס מען קען יא,
און דאס איז געווען מיין נקודה, דער 'פאניק' איז געווען איבערגעטריבן! מען ברענגט שיפן, מען שטעלט אויף פראווויזארישע שפיטעלער, מען נעמט נישט קעיר פון מענטשן געהעריג, אלעס ווייל דער בארג איז ריזיג גרויס!

אצינד אויב פילט איר נאכאלס אז איך טרעט מיט מיינע מאראסטיגע שוך אויף די בלוט פון די יתומים קענט איר דרוקן דעם קנעפל 'באריכט דעם תגובה' און זייטס יוצא אייער חיוב מחאה,

איין זאך באדערט מיר, פארוואס ביזטו אנגעקומען דא יוני 10? וואלסטו דא געווען מארטש, אפריל, מאי, וואלסטו געקענט מיטהאלטן די דעמאלטסדיגע טענה'רייען.. נישט מ'זאל יעצט דארפן אלעס איבערשרייבן...
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך טישטוך » מיטוואך יולי 01, 2020 3:56 pm

moishy56 האט געשריבן:יא, אונז זעמיר יודן.
און אלס ספק ספק ספיקא צו ראטעווען 1 מענטש, מעגן 5 הצלה וואלאנטירן פארן ביז מאנהעטן אויף שבת, ווייל אפשר אפשר קען מען נאך ראטעווען די 1 אלטע יוד.

די זעלבע זאך ביי קאראנע, האבן די רבנים געפסקנט, אז עס לוינט זיך צו פארמאכן אלע שוהלן ווייל אפשר קען קאראנע הרגענען 10-15 יודן.

ליידער איז קאראנע געוועהן נאך ערגער ווי מ'האט געמיינט.
עס האט געהרגט בערך 40 יודן, אין בארא פארק אליינס.

מענטשן זענען געשטארבן ווייל מען האט זיי גע'הרג'עט!
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך שמו » מיטוואך יולי 01, 2020 7:00 pm

WOW WOW פופציגער האסט מיר איבעראשט, א קנאק פון אן ארטיקל, און דיין גאט'ס צו שרייבן אין אזא אקעלע נושא (וויסנדיג אז ס'קען קומען היט) דאך מסכים געווען ארויס צו ברענגען א פוינט, מיט א המאריסטישן בליק!!!

און ייש"כ פאר 'עכט היימיש' מיר צו צוצייכענען דעם ארטיקל, משום מה האב איך דאס ביז יעצט נישט באמערקט.
עכט היימיש האט געשריבן:עס קוקט מיר אויס אז דער ארטיקל האט פופצי געשריבן אין האנאר פון @שמו וד"ל וועלכע איז א שטארקע פיפצי פען....
@שמו, פון דעם האסטו מער הנאה פון אלע? הא?
עניוועי, טענקס פיפצי פאר נאך א זיס שטיקל....

זאגן אז פון דעם האב איך הנאה מער פון אלע נישט פונקט, ווייל גראדע איז דער ארטיקל נישט קיין חידוש פאר מיר,

און
פופציגער האט געשריבן:ערנסט גערעדט, בין איך דער איינציגסטער וואס רייסט זיך פאר געלעכטער פון די איבערגעטריבענע פאניק וואס דא האט געהערשט?...

ניין ביסט נישט דער איינציגסטער אבער יא פון די איינציגסטע

אויב מעג איך אויסקלארן א מינוט, קוקט'ס אויף ארץ ישראל, וועט איר כאפן וואס די טענה איז.

אפי' אויב קאראנא איז שעדליך וכו' וכו'

אבער דער פאניק איז פול מער שעדליך, וואס צו דעם זענען שוין אלע מודה
און דאס אז מ'האט געמאכט א געזעץ פון אנפאנג אז מ'קען נישט סוהען שפיטעלער צינדט אן א רויטע לעמפל.

ליידער בין איך אויך געווען אויף לויות, און באוויינט א שיינע צאל באקאנטע רח"ל, יראים ושלמים, עידית שבעידית, אבער וואס זאל איך טון, אז פון די איבער 20 לוויות וואס איך בין געווען (און דאס האנט ציטערט צו שרייבן אזא נאמבער, ווען אין נארמאלע אומשטענדן קום איך נישט אן צו דעם צאל לויות אין 5 יאר), האבן רוב קינדער באוויינט ביים מספיד זיין, אז מ'האט פרובירט טון וואס מ'קען, אבער די שפיטעלער האבן נישט צוגעלאזט.

לידיעה בעלמא, האב איך געהערט פון מקור ראשון, אז הרה"צ ר' אהרן קאהן זצ"ל אב"ד דברי אמונה, האט זיך נאך שבועות אויסגעדריקט אויף די שפיטעלער 'נאצי'ס אז ס'האט דערמאנט די שואה, האט דאס קינד געפרעגט, טאטע באונס אדער ברצון, און די תשובה איז געווען ברצון.

ביי די שבעה, האט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א (וואס פארמאגט א שפיטאל בקרייתו) געהאט א שמועס מיט'ן מבקשי אמונה רבי (הרה"צ ר' יוסף) שליט"א, און זיי האבן גערעדט פון די רציחות אין די שפיטעלער דאהי, (איך מיין צאנזער רבי ווייסט נאך אזוי גוט וואס דא איז פארגעקומען).


איז צוריק צום פוינט, פופציגער איז נישט געקומען אוועק מאכן א מציאות, נאר דאס איבערגעטריבנקייט, דאס מאכט ער אוועק.

נ.ב. איך הער אויף קול מבשר די מעלדונגען איבער ארץ ישראל, און די אינטעוויאוס מיט די שישקעס דארט, ס'קומט מיר צום לאכן, ניטאמאל דער עולם דארט טראכט/רעדט אזוי, נאר פאר די מידיע.

געבט א שמייכל און גייט'ס ווייטער.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
פופציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: סופערמארקעט אוועקצוגעבן לשם מצוה! דא ביים קארנער!!!

תגובהדורך פופציגער » דאנארשטאג יולי 02, 2020 3:57 pm

יישר כח פאר אלע קאמענטארן!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט