התעוררות איבער וואטס עפפ

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

גראדע די איינצציגסטע 3 רבנים וואס רעדן שטארק און דירעקט פון וואטסעפפ און גרופס/סטעטוס איז מהר"א מסאטמאר וואס שוין עטליכע יאר וואס ער האמערט דערוועגן זייער שטארק, מהרי"י מסאטמאר וואס האט אויך די לעצטע 2 יאר אנגעהויבן צו שניידן דערוועגן, און דער וויענער רב וואס רעדט מיט א גאר קלארע שפראך איבער די נושא

איך האב מורא אז ווייניג רבנים ווייסן אין דיטעיל דעם מציאות הדברים. פון וואו זאלן זיי דען וויסן... וועלכער בעה"ב וועט אריינטראגן זיין טעבלעט צו זיין רב און ווייזן וואס זיי גוי'אישער ארבייטער האט היינט געלייגט אויף סטעטוס...
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

זבולון ווייס האט געשריבן:גראדע די איינצציגסטע 3 רבנים וואס רעדן שטארק און דירעקט פון וואטסעפפ און גרופס/סטעטוס איז מהר"א מסאטמאר וואס שוין עטליכע יאר וואס ער האמערט דערוועגן זייער שטארק, מהרי"י מסאטמאר וואס האט אויך די לעצטע 2 יאר אנגעהויבן צו שניידן דערוועגן, און דער וויענער רב וואס רעדט מיט א גאר קלארע שפראך איבער די נושא

איך האב מורא אז ווייניג רבנים ווייסן אין דיטעיל דעם מציאות הדברים. פון וואו זאלן זיי דען וויסן... וועלכער בעה"ב וועט אריינטראגן זיין טעבלעט צו זיין רב און ווייזן וואס זיי גוי'אישער ארבייטער האט היינט געלייגט אויף סטעטוס...

על פי רוב ניצן נישט גוים וואצטאפפ.
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
זבולון ווייס האט געשריבן:גראדע די איינצציגסטע 3 רבנים וואס רעדן שטארק און דירעקט פון וואטסעפפ און גרופס/סטעטוס איז מהר"א מסאטמאר וואס שוין עטליכע יאר וואס ער האמערט דערוועגן זייער שטארק, מהרי"י מסאטמאר וואס האט אויך די לעצטע 2 יאר אנגעהויבן צו שניידן דערוועגן, און דער וויענער רב וואס רעדט מיט א גאר קלארע שפראך איבער די נושא

איך האב מורא אז ווייניג רבנים ווייסן אין דיטעיל דעם מציאות הדברים. פון וואו זאלן זיי דען וויסן... וועלכער בעה"ב וועט אריינטראגן זיין טעבלעט צו זיין רב און ווייזן וואס זיי גוי'אישער ארבייטער האט היינט געלייגט אויף סטעטוס...

על פי רוב ניצן נישט גוים וואצטאפפ.

:?:
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
זעמל מעל האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:די חתן כלה בילדער איז א זאך וואס איז צום שטוינען ווי אזוי מען שיקט עס אזוי לייכטזיניג ארום ווען צו קוקן אויף אזא בילד איז א איסור דאורייתא! ס'איז א שרעק וואס גייט פאר. מען רייסט אויס דאס גאנצע יראת שמים פון א מענטש. ניטאמאל ווייסט מען היינט וואס איז שלעכט דערמיט.

יאפ דער זעלבער איסור דאורייתא ווי קוקן אויף חתן כלה אויפן גאס.
איך בין אן אקטיווער וואטעפפ באנוצער און קיינער שיקט מיר נישט קיין פיקטשערס, פארוואס?

תירוץ: ווייל געווענליך שיקט מען עס נאר צו איינעם וואס גייט עס עפרישיעטן, און נאך צוריקשיקן א קאמענע אויך.

און עפ"י איז עס דער זעלבער וואס האט נישט קיין פראבלעם צו קוקן אויף זיי אויפן גאס אויך.

איינער געדענקט נאך דער פראבלעם פון שמוציגע טקסט מעסעדזשעס? וואטעפפ איז בעיסיקלי א פארגעשריטענע ריפלעי פון יענץ, און אפעקטירט די זעלבע קליענטעל.

גוט געזאגט

עפר אני תחת רגלי גדולי ומאורי דורינו, כ'וויל פשוט פארשטיין.

מ'האקט און מ'בראקט שוין יארן איבער די טומאת האינטערנעט, דרשות, גדרים וסייגים, כינוס כלל ישראל, ווייל אינטערנעט איז א "געפערליכע" זאך, וואספארא טומאה מ'קען זיך דארטן אנזעהן ר"ל, און מיט וויפיל מינות ואפיקורסות מ'קען זיך אנליינען ה"י. דער אויבערשטער זאל אפהיטן א איד זאל נאר האבן 1 מינוט צוטריט צו אינטערנעט מיט נאר א שוואכע פילטער.
אינטערנעט איז א "עכטע" סכנה פאר א איד. מ'רעדט דא פון די הארבסטע און די האקעלסטע ביי כלל ישראל.

אבער אויב גייען מיר דא לוחם זיין אינטערנעט מיטן עפענען א נייע פראנט צו לוחם זיין וואטסעפפ, האב איך זייער מורא וואס דא גייט געשעהן.

וואטסעפפ איז שטארק פארגעשריטענע "מעסעדזשינג", ס'איז מעגליך צו שיקן א חתן כלה בילד (גענוי ווי געווענליכע פיקטשער מעסעדזש\MMS).

מ'קען אנברענגן די צייט אויף וואטסעפפ שעות ע"ג שעות מיט דברים בטלים, בלי שיעור וערך.

מ'קען מאכן דארטן דזשאוקס -און אפילו ליצנות ח"ו- בענינא דיומא ובדברים העומדים על הפרק.

נאכאלץ קומט עס נישט צו צום קנעכל פון טומאת האינטערנעט,

כ'האף כ'האב גענוג גוט ארויסגעברענגט מיין פוינט.

א גוטן, שלום עליכם און קאנגרעדשולעישנ'ס פאר דיין ערשטע תגובה (אפשר דארף איך עפענען א נייע ניק, צו מגיב זיין דא.)

בעזרת השם וועל איך ארויסברעגען וואס איך האלט איבער די חילוק צווישן וואצעפ און אינטערענעט אין דשענעראל. לפי דעתי הקלושה.

די חילוק איז נישט וואס עס איז א גרעסערע עבירה, און וואו מען זעהט ערגערע איסורים.

לאמיר צוטיילן צווישן 1)אינטערנעט 2)וואצעפ 3)טעקסט מעססעדש

1)רוב (ארבייטס) מענטשן. האבן א פילטער אויפ'ן קאמפיוטער וואס מאכט זיי שווערער צו קוקן שמוץ אויפ'ן אינטערנעט.
רוב פון די אויבנדערמאנטע, האבן וואטצעפ, און פארשטיייצעך אז רוב מענטשן וואס האבן א טעלעפאוין סעיוון זייערע חבירים'ס נאמבערס. און זייערע חבירים סעיוו'ן זייערע נאמבערס. און וואו יעדער ווייסט איז דאס די וועג וויאזוי מען קוקט סטאטוס. כ'וועל נישט אריינגיין אין די ענין וועליכע קאנטענט מען זעהט אויף וואצעפ סטעטוס, אבער די עצם זאך אז מען קוקט יעדע פאר סעקונדעס אויב עס איז דא נאך עפעס (פראבלעם #1 דיסטרעקשן) און וויפול צייט דאס נעמט אויף (פראבלעם #2 גנב'ט צייט) עס גנב'ט אוועק די מח פון קענען קאנצעטרירן און וואו די מומחים זאגן האט עס אן אפקעט לדורות (עס קומען ארויס צווייטע סארט דורות פון אזא דור). איך האף אז איך האב גענוג קלאר ארויסגעברענגט די פראבלעם פון וואצעפ אליין און די חילוק פאר די וואצעפ מענטשן צווישן אינטערנעט און וואצעפ. (אז וואצעפ איז נישט דא קיין פילטער אפי' אויב יא, איז עס נאכנישט גענוג איינגעגעסן/פארשפרייט)
2)מענטשן וואס האבן נישט קיין וואצעפ, גלייב איך נישט אז זיי האבן עקסעסס צו נישט געפילטערטע קאמפיוטערס. און צו באקומען אויף טעקסט מעססעדזש דא אלע סארט זאכ'ן דארף מען בעטן רעכל און מעכל דיר צוצולייגן צו די גרופע, און ווער עס באקומט עס, האט געווענטליך געטוהן עפעס עס צו באקומען, (אויב ער האט נישט געוואלט און איינער האט אים אן זיין וויסן צוגעלייגט, קען ער בעטן אראפצוגיין) משא"כ וואצעפ, איז שווערער ווייל, דיליטן יענעמ'ס נאמבער,צו נישט קענען קוקן די סטעטוס. דארף אסאך דרייסקייט, ווייל ער וויל דאך האבן יענעמ'ס נומבער. 2)מיוט'ן יענעמ'ס/יעדעמ'ס סטעטוס אזוי וועט ער נישט זיין ביזי קוקן יעדע מינוט אויב ס'דא עפעס פריש, אבער דאך 'באקומט ער עס'.

די סיבה פארוואס די רבנים זענען מער פארנומען מיט וואצעפ מער וואו אינטערנעט איז וועגן (האפענטליך) אכשר דרא און רוב מענטשן האבן פילטערס פאר בעצם אינטערנעט.

איך האף אז מיינע ווערטער ליינען זיך פארשטענדליך.

הצלחה.

גוט געזאגט דו גרויסע עם הארץ

נאך א נקודה, אינטערנעט האט נישט די פראבלעם פון גראפס
ווען איינער איז אויף א גראפ פון ליצנות, ניבול פה, לשון הרע, קען זיין טאקע ער זעיט נישט כל דבר אסור, אבער ער באקומט א קאלטקייט צו אידישקייט דו אלע זאכן איז שוין נישט ביי אים קיין עסק, דאס קען אים אסאך מער אראפ ברעינגען ווי אינטערנעט אליין.
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:
זבולון ווייס האט געשריבן:גראדע די איינצציגסטע 3 רבנים וואס רעדן שטארק און דירעקט פון וואטסעפפ און גרופס/סטעטוס איז מהר"א מסאטמאר וואס שוין עטליכע יאר וואס ער האמערט דערוועגן זייער שטארק, מהרי"י מסאטמאר וואס האט אויך די לעצטע 2 יאר אנגעהויבן צו שניידן דערוועגן, און דער וויענער רב וואס רעדט מיט א גאר קלארע שפראך איבער די נושא

איך האב מורא אז ווייניג רבנים ווייסן אין דיטעיל דעם מציאות הדברים. פון וואו זאלן זיי דען וויסן... וועלכער בעה"ב וועט אריינטראגן זיין טעבלעט צו זיין רב און ווייזן וואס זיי גוי'אישער ארבייטער האט היינט געלייגט אויף סטעטוס...

על פי רוב ניצן נישט גוים וואצטאפפ.

:?:

WOW קיימאל נישט געוויסט אז עס איז דא א 2 ביליאן היימישע אידן איבער די וועלט! נישט קיין וואונדער די גוים האבן אונז אזוי פיינט...

https://www.google.com/search?safe=stri ... ent=psy-ab
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובה דורך הלשון »

אינטערנעט/וואטסעפפ האט אין זיך צוויי נקודות (וואס מען דערמאנט יעדע טאג ביי קודם הנחת תפילין)

- תאוות ומחשבות לבנו [לעבודתו = לצורך פרנסה]

געדענק מיר יארן צוריק, ווען איך בין נאך געווען היבש ניי אויפ'ן אינטערנעט, האב איך אמאל געפרעגט JNET, היתכן א געוויסע [אידישע] סייט איז אפן, ס'האט דאך בילדער וואס איך וועל נישט זעהן אין קיין שום אידישע אויסגאבע...?

האבן זיי מיר מסביר געווען: האסט טאקע געמיינט אז מיט א פילטער ווערט די אינטערנעט א בית המדרש? אפילו מיט א פילטער [חוץ א ווייט ליסט אד"ג] בלייבט עס נאך אלץ "פיפט עוועניו", וואס מען מעג אהין גיין נאר בעת הצורך, און אויך דאן נאר מיט א זהירות ושמירה.

די מציאות איז, אויף פיפט עוועניו קען מען נישט זעהן אלעס וואס מען קען זעהן אויפ'ן אינטערנעט. אן א "שטארקע" אידישע פילטער, קומט מען אן אין תהום גאר שנעל. אפילו דער וואס איז זייער ביזי מיט פארצווייגטע געשעפטן, און זאגט אז זיינע קאנטאקטס שיקן איהם קיינמאל נישט קיין... עס איז נישט מעגליך צו בלייבן א עכטע ירא שמים אן א פעסטע פילטער!

- הנשמה שבמוחי עם כל חושי ומחשבותיי כולם יהיו משועבדים "לעבודתו"

אפגעזעהן צו וואטסעפפ איז פיל מיט עכטע שמוץ, אדער נאר האלבע שמוץ [און ווער זאגט אז פלעינע ליצנות פון כל הקודש לנו, האט נישט פונקט אזא השפעה לרעה ווי כמעשה ארץ מצרים...?].

אבער בנוסף צו די שמוץ פראבלעם וואס איז דא אויף די גאנצע אינטערנעט...

די בליץ-שנעלע און גאר באקוועמע קאמיוניקעישן, וואס וואטסעפפ [אד"ג] שטעלט צו, האלט איינגעשפאנט א גרויסע טייל פון אירע באנוצער 24/6-7. אין איין אויגן בליק האלט מען מיט אלעס אלעס וואס האט [אפשר נישט] פאסירט איבער די גאנצע כדור העולם. ס'איז קיינמאל נישט שטיל. און בלויז פון אידישע נייעס און גרופס קען מען זיין [ליין: איז מען] פארנומען ערב בוקר וצהרים.

די מענטש מיט אלע זיינע רמ"ח ושס"ה ווערן אקופירט פון די נאכאנאנדע אומאויפהערליכע נייעס, בילדער, וואויסנאוטס, וכו' וכו'. מען קען זיך נישט ערלויבן צו פארפאסן אלע "ברעיקינגס", ווייל 15 מינוט ארום איז שוין יענץ אויס נייעס (א שטייגער ווי די היינטיגע קעמפ TRO נישט-געשעענע נייעס). מען לייגט זיך מיט דעם שלאפן ביינאכט. ווען מ'כאפט זיך אויף אינמיטן נאכט, די ערשטע זאך קוקט מען שנעל וואס מען האט אלץ פארפאסט, אא"וו.

וואס טייל ווילן עס זאל פאסירן מיט די פאליציי דעפארטמענט, פאסירט ווירקליך מיט די וואס זענען צוגעבינדן צום [אפילו כמו כשר'ע] וואטסעפפ - די מענטש און זיינע וועליוס ווערט "עבאלישד" און "דיפאנדעד".
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שמערלער האט געשריבן:מדארף מאכן א פרישע כינוס כלל ישראל אין אסר'ן גרופעס מיט סטאטוס קיינער דארף עס נישט לצורך פרנסה.
ב"ה כבין נישט אויף קיין איין גרופע.

אסר'ן? וואס די תורה לאזט נישט איז שוין סיי ווי אסור. ביטע, טו א טובה פאר כלל ישראל, און געב זיי נישט נייע איסורים. איך האב ב"ה נישט קיין וואטס עפפ, און איך בין ב"ה קיינמאל נישט געווען אויף א גרופע. אבער פון קומען און פארציילן, אויפקלערן די וואס האבן נאכנישט, ביז'ן אסר'ן. אויב ס'איז אסור, האט דאך די תורה שוין געזאגט אז ס'איז אסור, וואס דארפסטו סתם ארויפווארפן איסורים?

איך האב אמאל געהאט וואטס עפפ, און איך האב געזעהן אז ס'רייסט צייט. ב"ה איך האב עס נישט. און דער הייליגער באשפער זאל מיך ווייטער העלפן אז איך זאל שטיין ווייט דערפון. איך און מיינע דורות. אבער אסר'ן?

מ'דארף פשוט אויפקלערן די וואס האבן נאכנישט, וואס דאס איז, און פונקטליך וויאזוי ס'שלעפט אריין. נאך איידער מ'האט עס. שוין, והשם הטוב יעזור.

בס"ד

און פאר ווער ס'האט נאכנישט וואטסעפ פארצייל איך אז דאס רייסט צייט אויף נישט א נארמאלער אופן. קודם איז עס וויכטיגע זאכן, און נאכדעם ווערט עס דברים וואס איז עכט מה בכך. און ס'שלעפט, און שלעפט, און שלעפט. ס'פילט זיך אזוי עקלדיג, אבער מ'מוז עס נאכגעבן. פאר די גייסט אריין דערין, ווייס אז מ'קען זיך זייער שטארק אפבריען השם ישמרינו, און מ'קען זיך נישט ארויסזעהן דערפון. דאס אלעס גיי פרעג דיך נאך ביי מענטשן וואס האבן עס.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

הלשון האט געשריבן:...

די בליץ-שנעלע און גאר באקוועמע קאמיוניקעישן, וואס וואטסעפפ [אד"ג] שטעלט צו, האלט איינגעשפאנט א גרויסע טייל פון אירע באנוצער 24/6-7. אין איין אויגן בליק האלט מען מיט אלעס אלעס וואס האט [אפשר נישט] פאסירט איבער די גאנצע כדור העולם. ס'איז קיינמאל נישט שטיל. און בלויז פון אידישע נייעס און גרופס קען מען זיין [ליין: איז מען] פארנומען ערב בוקר וצהרים.

די מענטש מיט אלע זיינע רמ"ח ושס"ה ווערן אקופירט פון די נאכאנאנדע אומאויפהערליכע נייעס, בילדער, וואויסנאוטס, וכו' וכו'. מען קען זיך נישט ערלויבן צו פארפאסן אלע "ברעיקינגס", ווייל 15 מינוט ארום איז שוין יענץ אויס נייעס (א שטייגער ווי די היינטיגע קעמפ TRO נישט-געשעענע נייעס). מען לייגט זיך מיט דעם שלאפן ביינאכט. ווען מ'כאפט זיך אויף אינמיטן נאכט, די ערשטע זאך קוקט מען שנעל וואס מען האט אלץ פארפאסט, אא"וו.".

נו, צייט צו צו אסר'ן קול מבשר קוקט אויס פון דעם רעדט איר
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
זאג א גוטס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3292
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 3:36 pm

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאג א גוטס »

נעכטן האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:...

די בליץ-שנעלע און גאר באקוועמע קאמיוניקעישן, וואס וואטסעפפ [אד"ג] שטעלט צו, האלט איינגעשפאנט א גרויסע טייל פון אירע באנוצער 24/6-7. אין איין אויגן בליק האלט מען מיט אלעס אלעס וואס האט [אפשר נישט] פאסירט איבער די גאנצע כדור העולם. ס'איז קיינמאל נישט שטיל. און בלויז פון אידישע נייעס און גרופס קען מען זיין [ליין: איז מען] פארנומען ערב בוקר וצהרים.

די מענטש מיט אלע זיינע רמ"ח ושס"ה ווערן אקופירט פון די נאכאנאנדע אומאויפהערליכע נייעס, בילדער, וואויסנאוטס, וכו' וכו'. מען קען זיך נישט ערלויבן צו פארפאסן אלע "ברעיקינגס", ווייל 15 מינוט ארום איז שוין יענץ אויס נייעס (א שטייגער ווי די היינטיגע קעמפ TRO נישט-געשעענע נייעס). מען לייגט זיך מיט דעם שלאפן ביינאכט. ווען מ'כאפט זיך אויף אינמיטן נאכט, די ערשטע זאך קוקט מען שנעל וואס מען האט אלץ פארפאסט, אא"וו.".

נו, צייט צו צו אסר'ן קול מבשר קוקט אויס פון דעם רעדט איר

היבש ארויסגענומען פון קאנטעקסט...
ולעצם הענין, אה"נ, שוין כמה פעמים געהערט רבנים זענען מעורר איבער זיין אקופירט פון די נאכאנאנדע אומאויפהערליכע נייעס אויף ק"מ
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

די פראבלעם פון אינטערנעט איז אז אקופירט?
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

זאג א גוטס האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:...

די בליץ-שנעלע און גאר באקוועמע קאמיוניקעישן, וואס וואטסעפפ [אד"ג] שטעלט צו, האלט איינגעשפאנט א גרויסע טייל פון אירע באנוצער 24/6-7. אין איין אויגן בליק האלט מען מיט אלעס אלעס וואס האט [אפשר נישט] פאסירט איבער די גאנצע כדור העולם. ס'איז קיינמאל נישט שטיל. און בלויז פון אידישע נייעס און גרופס קען מען זיין [ליין: איז מען] פארנומען ערב בוקר וצהרים.

די מענטש מיט אלע זיינע רמ"ח ושס"ה ווערן אקופירט פון די נאכאנאנדע אומאויפהערליכע נייעס, בילדער, וואויסנאוטס, וכו' וכו'. מען קען זיך נישט ערלויבן צו פארפאסן אלע "ברעיקינגס", ווייל 15 מינוט ארום איז שוין יענץ אויס נייעס (א שטייגער ווי די היינטיגע קעמפ TRO נישט-געשעענע נייעס). מען לייגט זיך מיט דעם שלאפן ביינאכט. ווען מ'כאפט זיך אויף אינמיטן נאכט, די ערשטע זאך קוקט מען שנעל וואס מען האט אלץ פארפאסט, אא"וו.".

נו, צייט צו צו אסר'ן קול מבשר קוקט אויס פון דעם רעדט איר

היבש ארויסגענומען פון קאנטעקסט...
ולעצם הענין, אה"נ, שוין כמה פעמים געהערט רבנים זענען מעורר איבער זיין אקופירט פון די נאכאנאנדע אומאויפהערליכע נייעס אויף ק"מ

אדער אנדערע אזויגערופענע אידישקייט האטליינס וואס אסאך רבנים האבן לעצטנס מעורר געווען דערוועגן.
נאך איינער

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך איינער »

זבולון ווייס האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:
זבולון ווייס האט געשריבן:גראדע די איינצציגסטע 3 רבנים וואס רעדן שטארק און דירעקט פון וואטסעפפ און גרופס/סטעטוס איז מהר"א מסאטמאר וואס שוין עטליכע יאר וואס ער האמערט דערוועגן זייער שטארק, מהרי"י מסאטמאר וואס האט אויך די לעצטע 2 יאר אנגעהויבן צו שניידן דערוועגן, און דער וויענער רב וואס רעדט מיט א גאר קלארע שפראך איבער די נושא

איך האב מורא אז ווייניג רבנים ווייסן אין דיטעיל דעם מציאות הדברים. פון וואו זאלן זיי דען וויסן... וועלכער בעה"ב וועט אריינטראגן זיין טעבלעט צו זיין רב און ווייזן וואס זיי גוי'אישער ארבייטער האט היינט געלייגט אויף סטעטוס...

על פי רוב ניצן נישט גוים וואצטאפפ.

:?:

WOW קיימאל נישט געוויסט אז עס איז דא א 2 ביליאן היימישע אידן איבער די וועלט! נישט קיין וואונדער די גוים האבן אונז אזוי פיינט...

https://www.google.com/search?safe=stri ... ent=psy-ab

וויס איך נישט אויב איר זענט באקאנט, וואטסעפ איז איינער פין צענדליגע סאושעל מידיע פלאטפארמעס אין די צוריקגעשטאנעסטע לגבי פאוסטען קליפס, אפילו סהאט שוין אזויפיל דאנלאדעס, וויל זענען געווען פין די ערשטע, איז עס היפש אומבאניצט ביי גוים ספעציעל די סטעטוס חלק,
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

הלשון האט געשריבן:אינטערנעט/וואטסעפפ האט אין זיך צוויי נקודות (וואס מען דערמאנט יעדע טאג ביי קודם הנחת תפילין)

- תאוות ומחשבות לבנו [לעבודתו = לצורך פרנסה]

געדענק מיר יארן צוריק, ווען איך בין נאך געווען היבש ניי אויפ'ן אינטערנעט, האב איך אמאל געפרעגט JNET, היתכן א געוויסע [אידישע] סייט איז אפן, ס'האט דאך בילדער וואס איך וועל נישט זעהן אין קיין שום אידישע אויסגאבע...?

האבן זיי מיר מסביר געווען: האסט טאקע געמיינט אז מיט א פילטער ווערט די אינטערנעט א בית המדרש? אפילו מיט א פילטער [חוץ א ווייט ליסט אד"ג] בלייבט עס נאך אלץ "פיפט עוועניו", וואס מען מעג אהין גיין נאר בעת הצורך, און אויך דאן נאר מיט א זהירות ושמירה.

די מציאות איז, אויף פיפט עוועניו קען מען נישט זעהן אלעס וואס מען קען זעהן אויפ'ן אינטערנעט. אן א "שטארקע" אידישע פילטער, קומט מען אן אין תהום גאר שנעל. אפילו דער וואס איז זייער ביזי מיט פארצווייגטע געשעפטן, און זאגט אז זיינע קאנטאקטס שיקן איהם קיינמאל נישט קיין... עס איז נישט מעגליך צו בלייבן א עכטע ירא שמים אן א פעסטע פילטער!

- הנשמה שבמוחי עם כל חושי ומחשבותיי כולם יהיו משועבדים "לעבודתו"

אפגעזעהן צו וואטסעפפ איז פיל מיט עכטע שמוץ, אדער נאר האלבע שמוץ [און ווער זאגט אז פלעינע ליצנות פון כל הקודש לנו, האט נישט פונקט אזא השפעה לרעה ווי כמעשה ארץ מצרים...?].

אבער בנוסף צו די שמוץ פראבלעם וואס איז דא אויף די גאנצע אינטערנעט...

די בליץ-שנעלע און גאר באקוועמע קאמיוניקעישן, וואס וואטסעפפ [אד"ג] שטעלט צו, האלט איינגעשפאנט א גרויסע טייל פון אירע באנוצער 24/6-7. אין איין אויגן בליק האלט מען מיט אלעס אלעס וואס האט [אפשר נישט] פאסירט איבער די גאנצע כדור העולם. ס'איז קיינמאל נישט שטיל. און בלויז פון אידישע נייעס און גרופס קען מען זיין [ליין: איז מען] פארנומען ערב בוקר וצהרים.

די מענטש מיט אלע זיינע רמ"ח ושס"ה ווערן אקופירט פון די נאכאנאנדע אומאויפהערליכע נייעס, בילדער, וואויסנאוטס, וכו' וכו'. מען קען זיך נישט ערלויבן צו פארפאסן אלע "ברעיקינגס", ווייל 15 מינוט ארום איז שוין יענץ אויס נייעס (א שטייגער ווי די היינטיגע קעמפ TRO נישט-געשעענע נייעס). מען לייגט זיך מיט דעם שלאפן ביינאכט. ווען מ'כאפט זיך אויף אינמיטן נאכט, די ערשטע זאך קוקט מען שנעל וואס מען האט אלץ פארפאסט, אא"וו.

וואס טייל ווילן עס זאל פאסירן מיט די פאליציי דעפארטמענט, פאסירט ווירקליך מיט די וואס זענען צוגעבינדן צום [אפילו כמו כשר'ע] וואטסעפפ - די מענטש און זיינע וועליוס ווערט "עבאלישד" און "דיפאנדעד".

זייער ערליך און ריכטיג געזאגט! ;l;p-

די חלק וואס דו רעדסט פון פלעינע ליצנות על כל הקודש לנו, איז איינע פון די שטערקסטע סיבות פארוואס וואטסעפפ איז אזוי געפערליך.

אפילו לו יהא אז ער קוקט נישט אויף קיין ווייסעך וואספארא פיקטשערס, (עהעם?..) אבער איינער וואס איז אנגעהוקט אויף כלליות'דיגע נייעס און שטותים גרופעס, קען ח"ו ווערן ממש אפגעקילט פון יעדע ביסל ערליכע אידישע געפיל, ווייל ס'ווערן געלופטערט ליידער אסאך ליצי ליצנות אויף יעדע ערליכע אידישע זאך, און אסאך מאל ממש מיט גיפט רח"ל.
(פארשטייט זיך נישט יעדער און נישט אייביג, אבער אסאך מער ווי מ'מיינט ליידער).

און ס'איז עפעס וואס יעדער וואס קען מענטשן וואס זענען אנגעהוקט אויף וואטסעפפ קען מעיד זיין דערויף.
---
וועלטס פארשטייער
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 8:19 am

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס פארשטייער »

נשמה האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:מדארף מאכן א פרישע כינוס כלל ישראל אין אסר'ן גרופעס מיט סטאטוס קיינער דארף עס נישט לצורך פרנסה.
ב"ה כבין נישט אויף קיין איין גרופע.

אסר'ן? וואס די תורה לאזט נישט איז שוין סיי ווי אסור. ביטע, טו א טובה פאר כלל ישראל, און געב זיי נישט נייע איסורים. איך האב ב"ה נישט קיין וואטס עפפ, און איך בין ב"ה קיינמאל נישט געווען אויף א גרופע. אבער פון קומען און פארציילן, אויפקלערן די וואס האבן נאכנישט, ביז'ן אסר'ן. אויב ס'איז אסור, האט דאך די תורה שוין געזאגט אז ס'איז אסור, וואס דארפסטו סתם ארויפווארפן איסורים?

איך האב אמאל געהאט וואטס עפפ, און איך האב געזעהן אז ס'רייסט צייט. ב"ה איך האב עס נישט. און דער הייליגער באשפער זאל מיך ווייטער העלפן אז איך זאל שטיין ווייט דערפון. איך און מיינע דורות. אבער אסר'ן?

מ'דארף פשוט אויפקלערן די וואס האבן נאכנישט, וואס דאס איז, און פונקטליך וויאזוי ס'שלעפט אריין. נאך איידער מ'האט עס. שוין, והשם הטוב יעזור.

און טאמער זאג איך אייך אז מיין גאנצע פרנסה בערך פון בערך 100 אלפים א יאר קומט דורך וואטס עפפ גרופס, האלט איר אז עס נישט פרנסה? גערעכט וואטס עפפ האט היינט אסאך נישט גוטע זאכן, אדרבה קען אפשר א איד עפענען א עפפ ווי וואטס עפפ וויאזוי ווי מקדמת דנא וויאזוי וואטס עפפ האט זיך געפענט , עס איז דעמאלס געווען א ערליכע לויטערע עפפ, איך בין זיכער אז ביזנעסעס אין די גויעשע וועלט באדערט אויך אז וואטס עפפ איז געווארן מער א סאושעל מידיע עפפ ווי א מעססיזשינג עפפ ,סאיז קלאר א גוטע איידיע ,
אבער למעשה איז וואטס עפפ מיט א פילטער פונקט ווי אינטרענעט מיט א פילטער לצורך פרנסה , די וואס האבן א פילטער קענען אנשטעלן נישט צו צו זען פיקטשערס און קליפס און קיין סטעטוס , דעמאלס איז עס ריין .
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
Clm האט געשריבן:איך מיין אז וואטס עפפ איז נישט אזוי איינגעגעסען אין די גויעשע וועלט. נישט אז זיי האבען עס נישט אבער זיי זענען נישט אזוי אקטיוו אויף דעים

איך ניץ וואטס עפפ פאר ביזנעס אסאך אין איך זעי אז זיי ריספאנדען נישט אזוי שנעל אויף וואטס עפפ ווי אויף טעקסט אדער אפילו אויף אי מעיל,ווי אויך זייער לעסד סין קען זיין א וואך צווי. איך האב אפילו א שיינע פאר גוים וואס איך דיל וואס האבען נישט קיין וואטס עפפ אפילו
מאש"כ א יוד האב איך נאך נישט געטראפען וואס האט עס נישט ( מיט וועים איך דיל אין ביזנעס) נאר אדרבה מען ניצט עס אלטץ די נומבער 1 קאמיוניקאציע מיטעל.

ווייל אונז יודעלעך זענען אייביג לעיט אין די געים
דער גוי נוצט שוין היינט סאך מער פארגעשריטענע סאושעל עפפס (טעלעגראם / אינסטעגראם ועוד)
דער גוי מאכט סעלפיס ביי די 16 און אונז ביי די 25 ענד אפ
דער גוי מאכט פיקטשערס פון זיין סטעיק טעלער ביי די 22 און אונז ביי די 30
דער גוי האט שוין פעסט גענוצט וואטסעפפ ווען ביי אונז איז נאך יעדער געווען אויף BBM (ווער געדענקט :lol: )
ועוד ועוד
אונז זענען פשוט 7-8 יאר שפעט אווי אייביג

וואס מיינט BBM?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

לייטיש האט געשריבן:די יונגעלייטלעך מיט די פליפ פאונס באקומען אסאך מער מעסעדשעס רעלעטיוו צו דער ביזי אבערטער אויף וואטס אפפ. דער פליפ פאון עפענט זיך יעדע צען סקונדעס.

שקר
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

בלעק-טשערי [אופס, בערי] מעסעדזשעס
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

הלשון, שטארקע איפריכטיגע דיבורים!
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 10, 2018 2:06 pm

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבולון ווייס »

נאך איינער האט געשריבן:
זבולון ווייס האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:
זבולון ווייס האט געשריבן:גראדע די איינצציגסטע 3 רבנים וואס רעדן שטארק און דירעקט פון וואטסעפפ און גרופס/סטעטוס איז מהר"א מסאטמאר וואס שוין עטליכע יאר וואס ער האמערט דערוועגן זייער שטארק, מהרי"י מסאטמאר וואס האט אויך די לעצטע 2 יאר אנגעהויבן צו שניידן דערוועגן, און דער וויענער רב וואס רעדט מיט א גאר קלארע שפראך איבער די נושא

איך האב מורא אז ווייניג רבנים ווייסן אין דיטעיל דעם מציאות הדברים. פון וואו זאלן זיי דען וויסן... וועלכער בעה"ב וועט אריינטראגן זיין טעבלעט צו זיין רב און ווייזן וואס זיי גוי'אישער ארבייטער האט היינט געלייגט אויף סטעטוס...

על פי רוב ניצן נישט גוים וואצטאפפ.

:?:

WOW קיימאל נישט געוויסט אז עס איז דא א 2 ביליאן היימישע אידן איבער די וועלט! נישט קיין וואונדער די גוים האבן אונז אזוי פיינט...

https://www.google.com/search?safe=stri ... ent=psy-ab

וויס איך נישט אויב איר זענט באקאנט, וואטסעפ איז איינער פין צענדליגע סאושעל מידיע פלאטפארמעס אין די צוריקגעשטאנעסטע לגבי פאוסטען קליפס, אפילו סהאט שוין אזויפיל דאנלאדעס, וויל זענען געווען פין די ערשטע, איז עס היפש אומבאניצט ביי גוים ספעציעל די סטעטוס חלק,

סטאטיסטיקס זאגן אז א האלב 'ביליאן' וואטסעפפ באנוצער נוצן סטעטוס טעגליך. מן הסתם איז דאס כולל אינגעלייט. עכ"פ גוים זיכער נישט.

https://www.oberlo.com/blog/whatsapp-statistics

אבער ליצנות אין א זייט געלייגט, ווייסטו דען נישט אז דער מצב איז נישט פויגלדיג? ווייסטו דען נישט אז וואטסעפפ ברענגט צו ווערן לייכטזיניג צו הסתכלות בנשים?

האט מיר געזאגט א 'ערנסטער' אינגערמאן. ווען איך האב אים געפרעגט אויב עס איז אמת אז אויף די היימישע וואטסעפפ גרופס דרייען זיך ארום 'חתן כלה בילדער'.

זיין ענטפער איז געווען בזה"ל: חתן כלה בילדער איז דאך שוין א מצוה!

און מען רעדט באמת פון א ערנסטער אינגערמאן. הייסט אזוי. דער איסור הסתכלות איז געווארן גערוקט מיט א לכתחלה נאר צו אזעלכע בילדער און ווידעאו און סטיקערס וואס אפי' א גוי טאר עס נישט זעהן... אבער ווי לאנג א גוי מעג עס זעהן איז עס ביי מיר אויך נישט קיין איסור.

נישט אומזיסט האט מהר"א מסאטמאר אזוי געפייערט דעם פורים וועגן דעם חורבן פון וואטסעפפ... ער האט געזאגט אז דאס איז ממש א מחלה וואס איז אנשטעקיג, און עס מאכט פשוט דעם מענטש דום. מען פארלירט דעם דעת, מען כאפט נישט ווי מען האלט בכלל...
חלה לכבוד שבת
שר שבעת אלפים
תגובות: 7984
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה לכבוד שבת »

וועלטס פארשטייער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:מדארף מאכן א פרישע כינוס כלל ישראל אין אסר'ן גרופעס מיט סטאטוס קיינער דארף עס נישט לצורך פרנסה.
ב"ה כבין נישט אויף קיין איין גרופע.

אסר'ן? וואס די תורה לאזט נישט איז שוין סיי ווי אסור. ביטע, טו א טובה פאר כלל ישראל, און געב זיי נישט נייע איסורים. איך האב ב"ה נישט קיין וואטס עפפ, און איך בין ב"ה קיינמאל נישט געווען אויף א גרופע. אבער פון קומען און פארציילן, אויפקלערן די וואס האבן נאכנישט, ביז'ן אסר'ן. אויב ס'איז אסור, האט דאך די תורה שוין געזאגט אז ס'איז אסור, וואס דארפסטו סתם ארויפווארפן איסורים?

איך האב אמאל געהאט וואטס עפפ, און איך האב געזעהן אז ס'רייסט צייט. ב"ה איך האב עס נישט. און דער הייליגער באשפער זאל מיך ווייטער העלפן אז איך זאל שטיין ווייט דערפון. איך און מיינע דורות. אבער אסר'ן?

מ'דארף פשוט אויפקלערן די וואס האבן נאכנישט, וואס דאס איז, און פונקטליך וויאזוי ס'שלעפט אריין. נאך איידער מ'האט עס. שוין, והשם הטוב יעזור.

און טאמער זאג איך אייך אז מיין גאנצע פרנסה בערך פון בערך 100 אלפים א יאר קומט דורך וואטס עפפ גרופס, האלט איר אז עס נישט פרנסה? גערעכט וואטס עפפ האט היינט אסאך נישט גוטע זאכן, אדרבה קען אפשר א איד עפענען א עפפ ווי וואטס עפפ וויאזוי ווי מקדמת דנא וויאזוי וואטס עפפ האט זיך געפענט , עס איז דעמאלס געווען א ערליכע לויטערע עפפ, איך בין זיכער אז ביזנעסעס אין די גויעשע וועלט באדערט אויך אז וואטס עפפ איז געווארן מער א סאושעל מידיע עפפ ווי א מעססיזשינג עפפ ,סאיז קלאר א גוטע איידיע ,
אבער למעשה איז וואטס עפפ מיט א פילטער פונקט ווי אינטרענעט מיט א פילטער לצורך פרנסה , די וואס האבן א פילטער קענען אנשטעלן נישט צו צו זען פיקטשערס און קליפס און קיין סטעטוס , דעמאלס איז עס ריין .

א)דערמאנט אייך די מסי"נ פין אונזערע זיידעס אויף שמירת שבת על אדמת אמעריקע
ב)ווייסטו פין א פילטער אויף וואטס עפפ?

גראדע געהערט אז משומר ארבייט אויף א עפפ צי פילטערן וואטסעפפ

איך האב נישט געזאגט אז מ'קען נישט מאכן פרנסה פון וואטסעפ גרופעס. איך האב געזאגט אז מ'זאל גוט וויסן פון פארדעם וואס פונקטליך דאס איז, און אין וואס עס קען אריינשלעפן. אזוי ווי מיט קרעדיט קארדס. מענטשן וואס האבן זיך נעבעך שטארק אפגעבריעט פון די מין זאך קרעדיט קארדס, לויפן ארום און פארציילן וואס דאס איז. זיי זאגן נישט אז דו זאלסט נישט מאכן א קרעדיט קארד, זיי זאגן גארנישט. זיי זאגן נאר וואס דאס איז. דו זאגסטעך אויך וואס דאס איז. און אזוי שרייבסטו: גערעכט וואטס עפפ האט היינט אסאך נישט גוטע זאכן. און פון די אנדערע זייט זאגסטו: מיין גאנצע פרנסה בערך פון בערך 100 אלפים א יאר קומט דורך וואטס עפפ גרופס. דו פארציילסט פאקטן. דאס אלעס.

פארוואס זאל א פרישער יונגערמאן נישט וויסן אין וואס ער גייט אריין. איך בין דער וואס קומט און פארציילט פאר די אלע וואס האבן נאכנישט וואטסעפ זאלן וויסן וואס דאס איז. איך פארצייל דיר מיין מעשה. איך האב געהאט וואטסעפ און עס פון מיר גערויבט צייט. דאס מאכט אז א מענטש זאל זיין צוגעגרייט נאך פאר ער גייט אריין דערין.

לאמיר אריינקלערן נאך טיפער. פארוואס בין איך קיינמאל נישט געווען אויף א גרופ? ווייסט פארוואס? ווייל פריערדיגע, פאר מיר, האבן פארציילט וואס אזאנס גרופס איז, שוין. ווי שווער איז געווען פאר מיר זיך צוריקהאלטן פון גרופעס? בכלל נישט שווער. ווייל איך האב דאס קיינמאל נישט טועם געווען. איך האב פון פאר דעם געוואוסט זיך צו היטן דערפון. איך בין נישט קיין נאר. אז איך וואלט טועם געווען דעם טעם, וואלט עס מיר געשלעפט ווייטער און ווייטער.

און אפילו אויב דו ביסט אויף גרופעס, ביסטו מן הסתם מער אפגעהיטן, פארוואס? ווייל דו ווייסט וואס דאס איז. אזוי ווי א מענטש וואס ווייסט וואס קרעדיט קארדס איז, ער האט געהערט געשיכטעס וואס האבן אין אים אריינגעברענט די ענין פון שמירה פון אבי נוצן קרעדיט קארדס, אן א חשבון.

אז מ'ווייסט פון פארדעם וואס אזאך איז, גייט מען צו דערצו גאר אנדערש, ווי ווען מ'ווייסט נישט. אז מ'האט שוין טועם געווען דעם טעם פון גרופעס אן א אינערליכן צוריקהאלט פון סיי וואס, איז סך שווערער זיך אפצוציען דערפון.

פארוואס איז נאך אלץ דא מענטשן וואס מאכן קרעדיט קארדס? ווייל פארציילן וואס קרעדיט קארד האט אנגעהויפנט מיט חובות, מיינט נאכנישט אז ס'גייט אים אויך אנהויפענען, אבער ס'מיינט אז ער גייט זיך מער אכטונג געבן. והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

נעכטן האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:...

די בליץ-שנעלע און גאר באקוועמע קאמיוניקעישן, וואס וואטסעפפ [אד"ג] שטעלט צו, האלט איינגעשפאנט א גרויסע טייל פון אירע באנוצער 24/6-7. אין איין אויגן בליק האלט מען מיט אלעס אלעס וואס האט [אפשר נישט] פאסירט איבער די גאנצע כדור העולם. ס'איז קיינמאל נישט שטיל. און בלויז פון אידישע נייעס און גרופס קען מען זיין [ליין: איז מען] פארנומען ערב בוקר וצהרים.

די מענטש מיט אלע זיינע רמ"ח ושס"ה ווערן אקופירט פון די נאכאנאנדע אומאויפהערליכע נייעס, בילדער, וואויסנאוטס, וכו' וכו'. מען קען זיך נישט ערלויבן צו פארפאסן אלע "ברעיקינגס", ווייל 15 מינוט ארום איז שוין יענץ אויס נייעס (א שטייגער ווי די היינטיגע קעמפ TRO נישט-געשעענע נייעס). מען לייגט זיך מיט דעם שלאפן ביינאכט. ווען מ'כאפט זיך אויף אינמיטן נאכט, די ערשטע זאך קוקט מען שנעל וואס מען האט אלץ פארפאסט, אא"וו.".

נו, צייט צו צו אסר'ן קול מבשר קוקט אויס פון דעם רעדט איר

כאפ איך נישט גענוי צו וואס די צילסט... אבער לאמיר דאך ענטפערן...

1
יעדע עדיקשן, איז א חורבן פאר'ן מענטש!

איינער וואס דיילד קול מבשר, אזוי אפט ווי די וואטסעפפ באנוצער סווייפען זייער פינגער-אפדרוק אויפ'ן סקרין, דארף זאפארטיגע הילף!

2
די "אקופירט" חלק פון וואטסעפפ/אינטערנעט, איז נאר "בנוסף" צו די שמוץ חלק שמו, וואס חז"ל זענען מעיד דערויף אז אין אפוטרופוס ל... [וואס משום איזה סיבה האסטו אויסגעמעקט די חלק פון מיין תגובה].

3
צוריק צום 24/6 אקופירט. ווי פארגלייכסטו וואטסעפפפ צו קול מבשר.

אחוץ די קביעות'דיגע זמנים בוקר וערב, ווי אפט קומט אריין פרישע בולעטין מעלדונגען - אין פארגלייך צו די הונדערטער פער-מינוט אויף וואטסעפפ?

וויפיל מאל א נאכט קומט אריין נייעס?

ווען איז די בדרך כלל די לעצטע אפדעיט א געווענליכע עש"ק נאכמיטאג - און ווען איז די לעצטע וואטסעפפ אפדעיט ערב יום כיפור נאכמיטאג?

וויפיל צייט דארף מען ווידמען מוצש"ק צו ווערן אפדעיטעד אויף קול מבשר - און וויפיל מעסעדזשעס האט מען פארפאסט אויף וואטסעפפ דורכאויס א וויקענד (אך און וויי פאר די וואס האבן מורא צו בלייבן אונטערשטעליג)

וויפיל אינגעלייט קאלן קול מבשר תשעה באב אינמיטן קינות - און וויפיל ליינען/הערן/שיקן אויף וואטסעפפ

* * *

בכלל: ווי אזוי קען מען פארגלייכן די באקוועמע און פראקטישע צוטריט פון די צוויי פלאטפארמעס.

וואטסעפפ דארף מען בלויז א וויש מיט'ן אגודל, און אויפ'ן סעקונדע ביזטו בעובי הקורה.

קול מבשר געדויערט היבש צייט, ביז מען ענדיגט בעל כרחך צו הערן די פאלגענדע אדווערטייזמענט (און פאר א סטעדי רופער, וואס האלט שוין ביי חוזר חזרה, קרוכט עס אויף די נערוון)

* * *

די אויבענדערמאנטע איז בנוגע די חלק פון נאכאנאנדע שנעל-גאלאפירנדע פרישע נייעס און שטותים, וואס מען האט מורא צו פארפאסן, און מען טרעפט זיך ווידער און ווידער טוהן די זעלבע זאך, טשעקן פאר אפדעיטס.

אוודאי איז דא אויף קול מבשר אן אוצר פון אינפארמאציע - אנאליזן, אינטערוויוס ועוד - וואס קען פארברענען שעות על גבי שעות, אן מען זאל כאפן אז ס'איז שוין כמעט פארטאגס.

אבער ווידער, איז שייך דאס צו פארגלייכן צו די ימ'ען און גרעניצלאזע אוצרות, פון וועבסייטס מיט אלע סארט אינפארמאציע, ווי מען קען פארברענגן דאס גאנצע לעבן, און ניטאמאל קאווערן א טיפה מן הים הגדול.

* * *

כ'נעם נישט קיין שטעלונג איבער בעצם קול מבשר, יא צו נישט גוט. [אני לכשעצמי האב גערופן זייער נאמבער פאריגע מאל לכאורה ערגעץ צווישן 5-8 יאר צוריק]. אבער דערהייבן וואטסעפפ צום דרגא פון קול מבשר. עד כאן - בשום אופן.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
וועלטס פארשטייער
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 8:19 am

Re: התעוררות איבער וואטס עפפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס פארשטייער »

חלה לכבוד שבת האט געשריבן:
וועלטס פארשטייער האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
שמערלער האט געשריבן:מדארף מאכן א פרישע כינוס כלל ישראל אין אסר'ן גרופעס מיט סטאטוס קיינער דארף עס נישט לצורך פרנסה.
ב"ה כבין נישט אויף קיין איין גרופע.

אסר'ן? וואס די תורה לאזט נישט איז שוין סיי ווי אסור. ביטע, טו א טובה פאר כלל ישראל, און געב זיי נישט נייע איסורים. איך האב ב"ה נישט קיין וואטס עפפ, און איך בין ב"ה קיינמאל נישט געווען אויף א גרופע. אבער פון קומען און פארציילן, אויפקלערן די וואס האבן נאכנישט, ביז'ן אסר'ן. אויב ס'איז אסור, האט דאך די תורה שוין געזאגט אז ס'איז אסור, וואס דארפסטו סתם ארויפווארפן איסורים?

איך האב אמאל געהאט וואטס עפפ, און איך האב געזעהן אז ס'רייסט צייט. ב"ה איך האב עס נישט. און דער הייליגער באשפער זאל מיך ווייטער העלפן אז איך זאל שטיין ווייט דערפון. איך און מיינע דורות. אבער אסר'ן?

מ'דארף פשוט אויפקלערן די וואס האבן נאכנישט, וואס דאס איז, און פונקטליך וויאזוי ס'שלעפט אריין. נאך איידער מ'האט עס. שוין, והשם הטוב יעזור.

און טאמער זאג איך אייך אז מיין גאנצע פרנסה בערך פון בערך 100 אלפים א יאר קומט דורך וואטס עפפ גרופס, האלט איר אז עס נישט פרנסה? גערעכט וואטס עפפ האט היינט אסאך נישט גוטע זאכן, אדרבה קען אפשר א איד עפענען א עפפ ווי וואטס עפפ וויאזוי ווי מקדמת דנא וויאזוי וואטס עפפ האט זיך געפענט , עס איז דעמאלס געווען א ערליכע לויטערע עפפ, איך בין זיכער אז ביזנעסעס אין די גויעשע וועלט באדערט אויך אז וואטס עפפ איז געווארן מער א סאושעל מידיע עפפ ווי א מעססיזשינג עפפ ,סאיז קלאר א גוטע איידיע ,
אבער למעשה איז וואטס עפפ מיט א פילטער פונקט ווי אינטרענעט מיט א פילטער לצורך פרנסה , די וואס האבן א פילטער קענען אנשטעלן נישט צו צו זען פיקטשערס און קליפס און קיין סטעטוס , דעמאלס איז עס ריין .

א)דערמאנט אייך די מסי"נ פין אונזערע זיידעס אויף שמירת שבת על אדמת אמעריקע
ב)ווייסטו פין א פילטער אויף וואטס עפפ?

פאר איך ענטפער א', וויל איך וויסן צו די ארבעטסט אויף א קאמפיוטער בכלל פאר פרנסה

תירוץ פאר ב' איז אז משומר און גדר פילטער קענען בלאקען פיקטשערס און ווידיאס אויף וואטס עפפ מיט פענימער
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”