אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

אינטערוויו איז אפגעהאלטן געווארן דורך ר' Simcha .

א גוטן רבי למעלה משבעים. לאמיר נישט רעדן פון אייער טייל אלץ הנהלה, דאס איז מער די משגיח טייל וואס מיר וועלן לאזן פאר א צווייטן מאל, לאמיר רעדן מיט אייך בלויז אלץ שרייבער דא.

איר זענט שוין דא אויפן וועלטל צוועלף יאר צום גוטן! כמעט די עלטסטע שרייבער דא. וויאזוי זענט איר דא אנגעקומען צו דעם ארט צום ערשטן מאל צוועלף יאר צוריק?

איינע פון די דאן גאר געשמאקע ניקים מיט וועם איך בין באיזה אופן געווען באקאנט, כ'ווייס נישט צו ער וויל כ'זאל שרייבן זיין נאמען, יענער האט מיר דא אהערגעשלעפט ממש גלייך נאך וואס כ'האב באקומען צוטריט צו אינטערנעט.

וואס האט אייך געברענגט צו אויסוועלן דער נאמען למעלה משבעים? איר האלט דאך נאך גאר ווייט פון דארט.

ווער זאגט אז דאס רעדט זיך פון יארן...?

גאנץ לעצטענס האט מיר איינער אנגעפרעגט דערוועגן, כ'וועל דיר זאגן וואס כ'האב אים געזאגט, כ'הייב נישט אן צו געדענקן... כ'האב דען בכלל געוויסט יענער צייט וואס מיינט זיך געבן א נאמען אויף א פארום? כ'בין געווען ממש ניי צום אינטערנעט בכלל, און אייוועלט בפרט, דער יעניגער וואס האט מיר דאן געהאלפן לייגן א פילטער אויפן קאמפיוטער, האט מיר אנגעוויזן דעם סייט, און כ'האב געמאכט א ניק, מיין אוואטער קומט אויך פון אים. גיי געדענק...

כ'וואלט ווען געדארפט גיין זיכן א פייל וואס איז באשאפן געווארן ערגעץ יענעם חודש, אולי האב איך עפעס געטייפט דאן עפעס שייכות מיט דעם, אדער אפשר האב איך עפעס פונקט געלערנט וואס האט מיר דאס צוזאמגעשטעלט, גיי ווייס. כ'גלייב נישט כ'האב געמיינט די שטיקל אין יוצר אום שבועות [לאמיר זען נאך שבועות ווער ס'האט עס געטראפן...], כ'האב דאך געעפנט מיין ניק ערגעץ סוף ווינטער.

איר דרייט זיך דא אזויפיל יארן, רוב ניקס פון יענע צייטן זענען שוין לאנג נישט בין החיים, וויאזוי האט איר באוויזן איבערצולעבן ביז היינטיגן טאג?

בין החיים? ב"ה זיי זענען נאך בין החיים... די אמת איז דאס אוועקגיין פון דא האט זיך יעדער פריוואט געהאט זיין סיבה, און ס'איז שווער אנצוצייכענען די טעם כדי צו זען פארוואס איך בין יא דא, אבער כמדומה די וואס זענען אוועק פון דא די לעצטערע יארן, איז עס בעיקר געווען איינס פון די פאלגענדע סיבות, די ערשטע איז דאך פשוט, ווען מען האט אנגעהויבן האבן ווייניגער צייט, שנית, ווען מען האט געפילט מאיזה סיבה שהוא אז די פלאץ איז נישט פאר אים. שפעטער נאך די כינוס כלל ישראל זענען אויך גאנץ אסאך ניקים אוועק פון דא.

איך בין געבליבן ווייל פארוואס נישט? כ'האב פשוט נישט געהאט קיין טעם אוועק צו גיין. צייט האב איך נישט געפילט אז עס נעמט מיר אוועק, אמאל פלעגט מיר נעמען בערך 1 שעה אין טאג דורכצוליינען 'אלע' נייע תגובות פון אייוועלט וואס איז צוגעקומען יענעם טאג, שפעטער ווען מער און מער זענען דא צוגעקומען, און די היץ און טענות זענען געווארן עד לב השמים און דערמיט געוואקסן די סכום תגובות, האב איך מחליט געווען אז מען ליינט נאר וויפיל צייט מען האט, און אז מען האט נישט מער צייט, איז נישט.

כ'האב אויך קיינמאל נישט געהאט דעם געפיל אז די פלאץ איז נישט פאר מיר, און נאך כינוס כלל ישראל בין איך געגאנגען פרעגן מיין דיין צו איך זאל ווייטער בלייבן דא צו נישט, און זיין תשובה איז געווען אז יא בין איך געבליבן.

לעצטענס האב איך גראדע דערמאנט אז איך בין געווען אוועק פון דא פאר א גאנצע יאר, די סיבה דערצו איז געווען צו זיכער מאכן אז עס בלייבט טאקע ביי דעם, אז אויב האט מען נישט קיין צייט ליינט מען נישט...

חוץ דעם זענען געווען אזעלכע וואס זענען אוועק צוליב וואס כ'שרייב ביים קומענדיגע שאלה.

לייג אביסל אראפ וויאזוי אייוועלט האט אויסגעקוקט אין די אמאליגע צייטן נאך אינדערהיים, ווען דו ביסט דא אנגעקומען מיט די גאנצע אלטע חבורה הקדושה דא?

איך בין באמת א שווערע שרייבער, און נאך שווערער איז מיר צו אראפצולייגן א זאך וואס איז בעצם נאר א געפיל. כ'וועל פראבירן מיט א האלבע ווארט.

אנפאנג ווען איך בין דא אהער געקומען איז געווען דא זייער היימיש, ווי כ'פארשטיי האבן אסאך זיך דא געקענט [הגם איך האב נאר איינעם געקענט], און דאס האט בעצם געמאכט דעם געפיל אלץ א היימיש פלאץ, איך בין נישט דא געווען ממש גלייך ביים בראשית, אבער כ'וואלט געווען נייגעריג צו נישט דאס האט צוגעגעבן, דהיינו, מען איז נאך געווען גאנץ ניי צום סיבה פארן עפענען דעם פלאץ, דאס האט לענ"ד צוגעגעבן צום היימישקייט אפילו פאר איינער וואס איז נאר דאן צוגעקומען צום קרעטשמע.

די פלאץ איז לויט מיין געפיל נישט געווען ווי א פארום איז געווענטליך, נאר מער ווי א קופקע אידן שטייען און שמועסן, אמשול לך משל, ווען מען פארט קיין מאנטריאל און אויפן וועג שטעלט מען זיך אפ, און אט שטעלט זיך אפ לעבן דיר איין איד, דערנאך נאך א איד און נאך א איד, און מען שטעלט זיך שמועסן, ס'איז א געוויסע סארט היימליכע געפיל וואס מען קען נישט מסביר זיין מיט ווערטער.

מיט די צייט איז זיך עס צוביסלעך צו וואקסן, און פארשטייט זיך אז ווי גרעסער ס'איז געווארן איז פאר טייל געווארן שווערער דאס זיך נישט פארשטיין מיטן ווינק ווי חברים פארשטייען זיך. געוויסע האבן געהאט דעם געפיל פונקט ווי צוויי גאר גוטע חברים ווערן איבערגעהאקט פון א דריטן וואס קומט צו צום שמועס, און צוריק לויטן משל, פונקט ווי דער וואס ריקט זיך אן ווען יעדער זיצט שוין אין קאר גרייט ווייטער צו פארן און דער הייבט אן פירן א שמועס און פארשטייט נישט פארוואס מען קוקט אים אן... און צוליב דעם זענען זיי טאקע אוועק פון דא [געוויסע זענען געקומען און געגאנגען, פראבירט כסדר טעסטן די וואסערן צוריק].

ווען די צייט איז דורך האט זיך עס צוביסלעך געפרעימט מער און מער ווי א נארמאלע פארום קוקט אויס אויפן ברייטן געוועב, אסאך האבן עס געניצט צו אויסשארפן זייער כשרונות וואס זיי האבן אין פעדער, טייל צו שארפן די מח, און טייל צו זיך אויסליפטערן אין א שווערן טאג. און די רעסט איז היסטארי.

און וואס איז היינט די מצב דא פון דיין פערספעקטיוו? לייג אביסל אראפ די היינטיגע מצב דא.

עםם, כ'מעג אויסלאזן די פראגע...? ווייסטו וואס כ'וועל עס זאגן אין פנים אריין, איש את רעהו חיים בלעהו...

און וואס איז די עיקר חילוק צווישן אמאל און היינט?

באמת האב איך דאך אויסגעלאזט די שאלה... אבער מיר דוכט זיך אז ס'האט אין זיך צוויי חלקים, וואס באמת איז עס איינס, עכ"פ תלוי איינס אין אנדערן.

דהיינו רוב נייע שרייבער'ס כאפן נישט וואס איז דאס די סטראקטשער פון א פארום, און מיינען אז מען איז דא אויף א טשעט פלאטפארמע, אמת ווען די עולם איז קליין קען עס האבן חן, אבער איינמאל ס'איז שוין געווארן גרויס, קען עס במציאות נישט אזוי אנגיין, חוץ אויב די פלאן איז לכתחילה שלא ימצא משנה ברורה והלכה ברורה במקום אחד... א גאר גוטע משל איז די נושא פון ווען אדער צו מען גייט/מעג עפענען ניו יארק/חדרים יעצט נאך די וויירוס, אלעס איז צומישט אין צען אנדערע אשכולות.

און דאס איז די צווייטע נקודה, אויף א טשעט פלאטפארמע איז אלעס באמת אין איין המשך, ס'איז דאך נישט מער ווי נארמאל צו פארן פון איין זאך צום צווייטן, און די זעלבע צו ס'קומט יא אריין קומט נישט אריין, די עיקר כ'בין נישט געבליבן אינטערשטעליג און העי, כ'האב אויך א קי-בורד צו שרייבן...

אמאל איז דא אויך געווען אזעלכעס אז א שמועס איז פארפארן, ס'איז בכלל קיין נייע זאך נישט, אבער דאן האט מען פארשטאנען אז בעצם איז עס נישט ריכטיג, נאר מען איז געווארן פארשלעפט, און מען האט נישט פראבירט עס ווייטער צו פארפירן נאכן זיך כאפן דערויף, און ליתר שאת אויב איז עס געווען א חתיכה הראויה להתכבד האט מען מכבד געווען דעם אחראי צו דאס אפטיילן.

היינט ווען א שמועס פארפארט, איז עס צומאל בכוונה תחילה, און מיטן גאנצן קנאק, און מען לאזט זיך נישט עס צוריק דרייען.

בעסער אדער ערגער?

כ'וואלט ביידע נישט געניצט, כ'וואלט ענדערש געזאגט אז ס'איז פשוט אנדערש ווי שוין געזאגט, ס'איז אן אנדערע סארט מציאות.

*

אויב מען מעג פרעגן, ווי וואוינט איר?

ס'הייסט מען ווייסט נאך נישט? כ'בין געווען זיכער ס'איז מיר געלונגען און יעדער מיינט אז איך וואוין אין מאנטריאל...!? נאר סאכדעס מעג דארט וואוינען...?

ווייסן מענטשן ארום דיר אז דו ביסט אקטיוו אויף אייוועלט און קענען דיין ניק?

ווענד זיך ווער, פאר מיין פאטער האב איך געזאגט בשעת מען האט מיר אויפגענומען אלץ מנהל,

וויפיל ניקס דא קענסטו פערזענליך?

עעםם, א שווערע שאלה, ווענד זיך וואס מיינט פערזענליך, אויב זיך סתם געטראפן איז דא מער, סיי די חברי ההנהלה און סיי אנדערע ניקים, אויב מיינט מען עפעס מער, איז עס דוכט זיך נישט אזוי פיל, בעיקר איז עס די ניקים פון די חסידות ווי איך געהער וואס האבן זיך געהאט איינגעשריבן ביז בערך פינף יאר צוריק.

האסטו שוין געהאט אזאנס אז מען האט דיר געכאפט פון דיינע תגובות אז דו ביסט דאס, אויב יא, וויאזוי איז דאס צוגעגאנגען?

איך געדענק נישט אזא זאך.

פון וועלכע ניק/ניקס היינטיגע צייטן האסטו ספעציעל הנאה און אז דן זעסט זייער תגובה איז עס דיר ספעציעל אינטערעסאנט צו ליינען?

אין יעדע אפטיילונג איז אנדערע ניקים. למעשה היינט צו טאג'ס קוק איך כמעט נישט ווער די שרייבער איז, ממילא איז מיר אביסל שווער צו זאגן נעמען. אבער יעדע ניק וואס שרייבט ווי א נארמאלע מענטש האב איך געווענטליך הנאה צו לייענען די תגובה.

פון וועלכע טיילן פונעם וועלטל האט איר ספעציעל הנאה, נייעס, תורה, פארברענגען, מוזיק וכו'?

פארשטייט זיך אז פון ידיעות התורה, דערנאך פון געלונגענע ארטיקלן אין קרעטשמע/דזשורנאל

האלסטו אז אייוועלט איז אן ארויפגעקוקטע זאך צו שרייבן דארט אדער פארקערט?

פארשטייט זיך עס ווענד זיך ווען און פאר וועם, א ישיבה בחור זאל זיך דא דרייען איז אין מיינע אויג א שרעקליכע עוולה, אבער אן אינגערמאן וואס דארף אביסל לייענען כדי צו בארואיגן דעם מח, האבן ערגעץ ווי זיך אויסצוגעבן אויף א געזונטע וועג ווען מען איז אונטער דריק, אנפרעגן א שאלה וואס דריקט אים, העלפן די מח 'טראכטן' ארויס פונעם אייגענע באקס אפילו בעניני רפואה, איז דאס אין מיינע אויגן מורא'דיג חשוב.

האלסט אז עס האט געהאלפן שטייגן אין אידישקייט, אדער פארקערט?

כ'ווייס נישט קיין מציאות, כ'קען נאר זאגן אן השערה, מיר דוכט זיך אז דא איז באמת די זעלבע תשובה ווי פריער, עס ווענד זיך פאר וועם, און וואס די ציל מיטן אהערקומען איז.

וועלכע צייטן אין טאג ביסטו בעיקר אקטיוו אויפן וועלטל, און פארוואס פונקט דעמאלטס?

איך האב נישט קיין ספעציעלע צייט, עס קען זיין אלע צייטן. ע"פ רוב וועל איך זיך מער דרייען ביינאכט פשוט ווייל דאן ווען איך ארבעט איז עס נישט אונטער איינעם ממילא איז עס נישט קיין שאלה פון גניבה צו וואס, דורכן טאג ווען כ'ארבעט אונטער א בעה"ב אז איך דריי זיך דא בא'גנב'ע איך דאך מיין בעה"ב.

אין וועלכע הינזיכט האלסטו קען דער וועלטל זיך פארבעסערן?

שווער צו זאגן א כלל אדער א פרט. באופן כללי האלט איך אז די זאך וואס ליגט אונטער די ווארט טראמפ דארף ווען אויסגעריסן ווערן פון דא, פון ביידע זייטן. וואס כ'מיין צו זאגן איז זייער פשוט, הלוואי זאל מען דא קענען רעדן און אפילו זיך טענה'ן איבער וועלטליכע פאליטיק, אבער כאילו מען וואלט גערעדט פון גראזן... כ'ווייס נישט ווי אזוי עס אנצורופן, אבער די זאך אין מח וואס ווערט געטריגערט ווען מען הערט דעם נאמען פונעם איצטיגן פרעזידענט, איז לענ"ד די חורבן העולם... הלוואי ווען מען וואלט דא געקענט ארויסגיין פון דעם פלאנטער.

וואס בכלל זאגסטו עפעס גוטס רבי למעלה משבעים?

אופס אן אומגעראכטענע שאלה...

און צום לעצט, אלץ לאנגיעריגע שרייבער דא פון טויזנטער תוכנ'דיגע תגובות, וואס האט איר צו זאגן פאר אונזערע היינטיגע שרייבער דא?

מי אנוכי.... אבער, כ'האב טאקע גארנישט וואס צו זאגן...
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

אדאנק @למעלה משבעים פארן אינטערוויא!

אויב מ'מעג מער אריין קריכן אלץ מנהל,

ווען זענט איר געווארן מנהל?

האט איר דאס גלייך אנגענומען?

שפירט איר אז איר דארפט טראכטן מער פאר איר שרייבט עפעס דא ווייל איר טראגט למעשה דער נאמען מנהל?

מיר ווייסן דאך אז ס'זענען דא נאך באהאלטענע מנהלים דא, פארוואס זענט איר יא ארויס געקומען אלץ א רויטער ניק?

ס'דא נאך זאכן וואס איך וויל וויסן... אבער דאס איז וואס ליגט מיר יעצט אין קאפ...

אויב איר ווילט נישט עטפערן דאן מיזט איר נישט...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שיין למעלה!
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

שכח למעלה, זייער אינטערסאנט.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

כווייס נישט פונקטליך די מקור פון דיין נאמען און אוועטער אבער סווארפט א פחד..
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

שכוח. זייער שיין געשריבען. די מאנטריאלע שטיקל איז א גאונות!
די אינטערוויא האט מען נאך געמאכט פאר שבועות? קוקט אויס אז די בלעכערנעם קלאץ האט נישט געלאזט ארויף לייגן ביז יעצט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

סטיטשינער האט געשריבן:שכוח. זייער שיין געשריבען. די מאנטריאלע שטיקל איז א גאונות!
די אינטערוויא האט מען נאך געמאכט פאר שבועות? קוקט אויס אז די בלעכערנעם קלאץ האט נישט געלאזט ארויף לייגן ביז יעצט.

פארוואס טראכסטו אזוי?

קען מען מאכן מיט דיר אויך?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:

מיט מיר? איך בין דאך פונעם נייעם דור... האסטמעך פארמישט מיט מיין אנדערע ניק...
אבער נעוואדע, אז דו האלסט איך האב עפעס אינטערסאנט צו זאגן, שיס!
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:שכוח. זייער שיין געשריבען. די מאנטריאלע שטיקל איז א גאונות!
די אינטערוויא האט מען נאך געמאכט פאר שבועות? קוקט אויס אז די בלעכערנעם קלאץ האט נישט געלאזט ארויף לייגן ביז יעצט.

פארוואס טראכסטו אזוי?

[לאמיר זען נאך שבועות ווער ס'האט עס געטראפן...]
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח למעלה משבעים, הנאה געהאט, ווי געווענליך.
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

סטיטשינער האט געשריבן:שכוח. זייער שיין געשריבען. די מאנטריאלע שטיקל איז א גאונות!
די אינטערוויא האט מען נאך געמאכט פאר שבועות? קוקט אויס אז די בלעכערנעם קלאץ האט נישט געלאזט ארויף לייגן ביז יעצט.

נישט ריכטיג.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22694
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

בלעכענער פנים האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:שכוח. זייער שיין געשריבען. די מאנטריאלע שטיקל איז א גאונות!
די אינטערוויא האט מען נאך געמאכט פאר שבועות? קוקט אויס אז די בלעכערנעם קלאץ האט נישט געלאזט ארויף לייגן ביז יעצט.

נישט ריכטיג.

די נישט לאזן? השערה בעלמא. אבער פון זיין לשון איז משמע אזוי.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

סטיטשינער האט געשריבן:
בלעכענער פנים האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:שכוח. זייער שיין געשריבען. די מאנטריאלע שטיקל איז א גאונות!
די אינטערוויא האט מען נאך געמאכט פאר שבועות? קוקט אויס אז די בלעכערנעם קלאץ האט נישט געלאזט ארויף לייגן ביז יעצט.

נישט ריכטיג.

די נישט לאזן? השערה בעלמא. אבער פון זיין לשון איז משמע אזוי.

ער האט עס מתחלה געוואלט אריינלייגן אין די פארמעסט, דאס האב איך נישט געלאזט, אבער כ'האב איהם קיינמאל -דאכט זיך- איינגעטיילט צו ער מעג יא אדער נישט עס ארויסלייגן אונטער זיין נאמען.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איך האב אים דאכט זיך געבעטן ער זאל צואווארטן.
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יישר כח למעלה, און פאר די ארגאנעזירער. שיינע זאכליכע ענטפערס.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

יישר כוח למעלה און @שמחה, און @גרויסע עם הארץ פארן עס ארויפלייגן, הנאה געהאט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

סתם ווייל איך האב אויכעט א קיבארד.

געווען געשמאק צו לעזען. יישר כח.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

למעלה איז א שווערע שרייבער כיכיכי.... גאנצעטע מערכות אין שכירות וקבלנות און דיני בין השמשות ביז די עולם זעהט שטערן אבער ער׳ז א שווערע שרייבער...
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

חמרא טבא האט געשריבן:למעלה איז א שווערע שרייבער כיכיכי.... גאנצעטע מערכות אין שכירות וקבלנות און דיני בין השמשות ביז די עולם זעהט שטערן אבער ער׳ז א שווערע שרייבער...

שטעל זיך פאר וויפיל אונז וואלטן געהאט צו לעקן (לייען: לעזן) פון אים ווען ער איז א 'גרינגער' שרייבער...

אגב, דא וואלט איך געוואלט נוצן דאס אלטע/גע'אסר'טע ווארט: וועין. "שטעל זיך פאר וויפיל אונז וואלטן געהאט צו לעקן (לייען: לעזן) פון אים ווען ער איז וועין א 'גרינגער' שרייבער...".
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

שווערע שרייבער מיינט: שרייבט שווערע מערכות און תגובות, אפשר גאר אויך שווערע דעסיזשענס. עניוועי, הנאה געהאט!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - למעלה משבעים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

אלטער האט געשריבן:אדאנק @למעלה משבעים פארן אינטערוויא!

אויב מ'מעג מער אריין קריכן אלץ מנהל,

ווען זענט איר געווארן מנהל?

האט איר דאס גלייך אנגענומען?

שפירט איר אז איר דארפט טראכטן מער פאר איר שרייבט עפעס דא ווייל איר טראגט למעשה דער נאמען מנהל?

מיר ווייסן דאך אז ס'זענען דא נאך באהאלטענע מנהלים דא, פארוואס זענט איר יא ארויס געקומען אלץ א רויטער ניק?

ס'דא נאך זאכן וואס איך וויל וויסן... אבער דאס איז וואס ליגט מיר יעצט אין קאפ...

אויב איר ווילט נישט עטפערן דאן מיזט איר נישט...

איז ער נאך דא? שוין לאנג נישט דא געזען...
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שיינע אינטערוויאו א יישר פאר דער געערטער מנהל און פאר אלע וואס האבן זיך געפארעט מיט דעם. אבער א שאד טאקע אז עס האט נישט געהאט קיין חלק ב' איבער די הנהלה (אזוי יעצט ווייסט מען נאר כורע'ס פערספעקטיוו איבער די הנהלה...)
אלטער האט געשריבן:איז ער נאך דא? שוין לאנג נישט דא געזען...

ער ליינט דאך נישט אלעס, אפשר ווייסט ער נישט אז עס איז דא ארויף.

פינג:
למעלה משבעים האט געשריבן:...
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

קנאפער ידען האט געשריבן:שיינע אינטערוויאו א יישר פאר דער געערטער מנהל און פאר אלע וואס האבן זיך געפארעט מיט דעם. אבער א שאד טאקע אז עס האט נישט געהאט קיין חלק ב' איבער די הנהלה (אזוי יעצט ווייסט מען נאר כורע'ס פערספעקטיוו איבער די הנהלה...)
אלטער האט געשריבן:איז ער נאך דא? שוין לאנג נישט דא געזען...

ער ליינט דאך נישט אלעס, אפשר ווייסט ער נישט אז עס איז דא ארויף.

פינג:
למעלה משבעים האט געשריבן:...

(Packets: Sent = 4, Received = 0, Lost = 4 (100% loss
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

אלטער האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן:שיינע אינטערוויאו א יישר פאר דער געערטער מנהל און פאר אלע וואס האבן זיך געפארעט מיט דעם. אבער א שאד טאקע אז עס האט נישט געהאט קיין חלק ב' איבער די הנהלה (אזוי יעצט ווייסט מען נאר כורע'ס פערספעקטיוו איבער די הנהלה...)
אלטער האט געשריבן:איז ער נאך דא? שוין לאנג נישט דא געזען...

ער ליינט דאך נישט אלעס, אפשר ווייסט ער נישט אז עס איז דא ארויף.

פינג:
למעלה משבעים האט געשריבן:...

(Packets: Sent = 4, Received = 0, Lost = 4 (100% loss

פניג @ למעלה... ער איז שוין דא אין קרעטשמע....
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”