אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » זונטאג יוני 28, 2020 10:40 pm

אינטערוויו איז אפגעהאלטן געווארן דורך ר' Simcha .

א גוטן רבי לכאורה.
איר זענט שוין דא אויפן וועלטל עלף יאר צום גוטן! פון די עלטסטע שרייבער דא, וויאזוי זענט איר דא אנגעקומען צו דעם ארט צום ערשטן מאל עלף יאר צוריק?


איך בין שוין דא געווען פארדעם אויך, מיט אן אנדערע ניק נאמען, וואס האט זיך נאך געדרייט אויף די אור אלטע היידפארק.

וואס האט אייך געברענגט צו אויסוועלן דער נאמען? אלעס וואס איר זאגט איז נאר לכאורה?

איין שיינעם טאג האב איך מיך געכאפט אז דאס איז א ווארט וואס איך נוץ גאנץ אפט, און איך האב שנעל געגרינדעט א ניק אויף דעם ווארט, איידער א צווייטער כאפט מיך אויס...

פאר עלף יאר צוריק איז דא נאך געווען א אנדערע וועלט, לייג אראפ אביסל וויאזוי אייוועלט האט אויסגעקוקט ווען דו ביסט דא אנגעקומען?

ווי נאכ'ן חורבן, געווען קוים אחד בעיר ושנים במשפחה, אלעס איז געווען מער היימיש און געשמאק, בבחינת קלענער דער עולם גרעסער די שמחה...

און וואס איז היינט די מצב דא פון דיין פערספעקטיוו? לייג עס אראפ פאר אונז.

היינט איז דאס גרענד סענטרעל סטעישאן, דער גרעסטער היימישער וועבזייטל לכאורה (נישט די ניק..). עס פליען אריין תגובות שנעלער ווי א צונאמי, און עס איז מסתמא אוממעגליך פאר איין מענטש צו ליינען אלעס!

און וואס איז די עיקר חילוק צווישן אמאל און היינט?

ביי מיר פערזענליך איז דער דיפערענץ אז אמאל האב איך געהאט מער צייט, סיי צו ליינען און סיי צו שרייבן.

בעסער אדער ערגער?

עס איז אלץ בעסער צו זיין פארנומען.
*
און וויאזוי זענט איר דא געווארן מנהל?

ביי דעפאולט.

איר האט הנאה פון דער ארבעט?

אביסל.

איר שפירט זיך נישט אמאל שלעכט פארן מעקן א צווייטנס תגובה?

ווי דער דאקטער וואס שניידט אויס עפעס כאטש עס טוהט וויי.

פארוואס בכלל טוט איר עס טאקע?

די שונאים וועלן זאגן ווייל איך האב ליב צו דיקטירן, אבער דער אמת איז ווייל עס איז א שטיקל אחריות, און ווילאנג מען ברויך מיך און איך קען, פרוביר איך אנצוהאלטן.

דערציילט אונז עפעס א געשיכטעלע ארום זיין מנהל.


איין גאר ווייטאגליכע געשיכטע האב איך געהאט מיט יארן צוריק, ווען איינער האט מיך פרובירט צו בלעקמעילן ביים געוואויר ווערן מיין טעל. נומער. ב"ה מ'איז אפגעקומען מיט שרעק, אבער עס איז געווען א שווערע דורכגאנג.

ווי האלט איר מיטן ווייס מאכן די קרעטשמע?...

לאחר היאוש.
*
אויב מען מעג פרעגן, ווי וואוינט איר?

ספרינג וואלי, ניו יארק.

און וועלכע יארגאנג זענט איר?

ארבעים לבינה.

און וויאזוי בכלל קוקט איר זיך אן אין טאג טעגליכן לעבן? בעל בתיש, חסידיש, פרום, נארמאל, באזעצן, רוטין, פריש וכו'?

קובע עתים לתורה, בזיעת אפיך תאכל לחם.

ווייסן מענטשן ארום דיר אז דו ביסט אקטיוו אויף אייוועלט און קענען דיין ניק?

ווייניג.

וויפיל אקטיווע ניקס דא קענסטו פערזענליך?

גאר אסאך.

האט איינער אמאל אייך דערקענט פון אייוועלט? אויב יא, וויאזוי איז עס צוגעגאנגען?


איך געדענק נישט איינער זאל ממש כאפן פון מיין שרייבעריי ווער איך בין, אבער מסתמא געדענק איך נישט גוט.

דערצייל עפעס א אינטערעסאנטע געשיכטע מיט דיר וואס האט זיך אפגעשפילט אין אדער ארום אייוועלט.

קומט מיר נישט אויפ'ן געדאנק אויפ'ן מאמענט.

פון וועלכע ניק/ניקס היינטיגע צייטן האסטו ספעציעל הנאה און אז דו זעסט זייער תגובה איז עס דיר אינטערעסאנט צו ליינען?

פון גאר אסאך. כ'ציטער אויסצורעכענען נעמען, ווייל איך וועל זיכער אויסלאזן און מענטשן וועלן זיך באליידיגן. איך וועל אבער יא שרייבן געציילטע: יש ברירה, צל עובר, מילכיגער (בעיסיקלי מענטשן וואס טראכטן און שרייבן לויט מיין געדאנקנגאנג..)

פון וואס האסטו די מערסטע הנאה, תורה, ידיעות, מוזיק, נייעס, פארברענגען וכו'?

נייעס, פארברענגען, תורה.

וואס האלסטו דארף זיך אייוועלט פארבעסערן?

אנהייבן רעכענען געלט פון די שרייבערלעך פער תגובה, און פון דעם געלט אויפנעמען אחראים צו מעקן וכו'.

און בכלל, זאג עפעס גוטס רבי לכאורה'לע.


געווענליך ווען איינער בעט מיר פאר א גוט ווארט, זאג איך טשאקאלאדע.

און אז מען רעדט שוין, דערצייל עפעס א ספעציעלע געשיכטע אדער איבערלעבעניש אין סיי וועלכע הינזיכט וואס דו האסט געהאט אין דיין לעבן, קיין שייכות מיט אייוועלט.

די הויכפונקט פון מיין לעבן, דערווייל, איז די ניר נדבה מיינע. איך האב א טאגבוך פון יענע עפאכע. (אויסערדעם האב איך נאך טאגביכער אין שופלאד, פון ווען איך האב מיך צובראכן א פוס, נסיעות קיין לאנדאן, אנטווערפן).

און אלס קרישקעלע, צו וועלכע ספר (מוסר וחסידות וכו') שפירט איר א ספעציעלע קשר?

הלכה איז אויך גוט? "אוצר הלכות". במשך דריי יאר האב איך ב"ה אדורכגעלערנט אלע בענדער (כ'האלט יעצט אינמיטן דעם "במצות שבת" פונעם זעלבן מחבר. דארף נאך לערנען די הל' נישואין און הל' יוצא לדרך).

און צום לעצט, אלץ לאנגיעריגע שרייבער דא פון טויזנטער תוכנ'דיגע תגובות, וואס האט איר צו זאגן פאר אונזערע היינטיגע שרייבער דא?

ליינט גוט איידער איר זענט מגיב, קלערט איבער איידער איר שלח'ט.
לעצט פאראכטן דורך גרויסע עם הארץ אום מאנטאג יוני 29, 2020 9:45 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלף
תגובות: 1252
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » זונטאג יוני 28, 2020 10:45 pm

פונקט פאר אן עם הארץ?
איר ווילט טאקע פארדרייען א קאפ? טוט עס דא

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך מחשב » זונטאג יוני 28, 2020 10:52 pm

זעהר שיין @לכאורה, א דאנק פאר דיר, און פאר די וואס שטייען דערונטער, כל אחד בשמו הטוב יבורך.

זעהט אויס אז די היינטיגע קערעקטארס לימיט איז גילטיג אויך ביי אינטערוויא שאלות...
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך צוקער וואסער » זונטאג יוני 28, 2020 10:54 pm

זייער אינטערעסאנט, מ'קען נאך פאר לענגערן די אינטערוויו ?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יוני 28, 2020 11:17 pm

צוקער וואסער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט, מ'קען נאך פאר לענגערן די אינטערוויו ?

הארצן גערן.
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג יוני 28, 2020 11:22 pm

לכאורה, לאמיר צולייגן א פאר שאלות, דו ליינסט דאך דא זעסט דאך די פראגע, ביטע ענטפערן אויב האט איר געדולד, ענטפערן נאר אויף די פראגעס וואס קענען האבן א אינטערעסאנטע ענטפער איז אויך א מהלך.

1. פאר לאנגע יארן האט איר זיך קיינמאל נישט אידענטיפיצירט אלץ מנהל, לעצטנס זענט איר יא ארויסגעקומען עפענטליך אלץ מנהל, איר קענט אפשר אויסשמועסן מעיקרא מאי קסבר און וואס איז יעצט געווארן?
2. צו האט איר עפעס חרטה אויף זאכן וואס איז פארגעקומען אין אדער ארום אייוועלט? אויב יא קענט איר אויסשמועסן?
3 כנראה זענט איר דער וואס האט אויפגענומען אנדערע מנהלים, וועלכע קוואליפיקאציעס זוכט איר אין א מנהל/אחראי?
4. מאכט זיך אמאל וואס איינער שרייבט א תגובה וואס מען דארף דן זיין אויב מען זאל עס יא אדער נישט מעקן, דאס הייסט עס איז נישט קלאר צו די תגובה באלאנגט יא אדער נישט אויף אייוועלט, וויאזוי ארבעט מען אין אזא פאל? צו ארבעטן מנהלים/אחראים סטריקלי לויט די ''תקנות'' אדער צו ארבעט מען מער מיט ''קאממאן סענס'' ?
5. איך האב שוין איינמאל געהאט אז אן אחראי האט מיר געמעקט ווייל ער האט גענצליך נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, נאכן אויסקלארן די פאקטן האט דער אחראי מודה געווען אז ער האט געמאכט א טעות און צוריקגעשטעלט די תגובה במקומו, (איך בין נישט ברוגז א בשר ודם איז דאך נאר א בשר ודם און יעדער קען אמאל מאכן א טעות) און דאס ברענגט מיר אויף די פראגע: וויאזוי ארבעט דאס ''אפלערנען'' יענעמ'ס תגובה? איז דא א וועג דערפאר?
6. וויאזוי שפירט איר ווען מען לייגט אייך אין א זייט צום ביישפיל ווען מען האט נישט אנגענומען אייער ארטיקל צום לעצטיגן פארמעסט?
7. צו איז שוין געווען ווען א מנהל/אחראי האט געמעקט אייער תגובה?
8. צו איז דא עפעס וואז איז שוין מער נישטא אויף אייוועלט און איר קענט זאגן אז איר 'בענקט זיך' נאך יענע צייטן/ניק?
9. וויאזוי נעמעט איר אויף ווען איר ליינט אין די נייעס אז פעיסבוק/רעדיט/טוויטער וכו' מוטשענען זיך מיט אחראים און מיט טענות איבער תגובות וואס מען לאזט יא אדער נישט ארויף? וואס איז אייער געדאנק ווען איר ליינט אזא נייעס? שפירט איר אז עס רילעיט צו אייוועלט באיזה אופן שהוא?

האקט! אה ער איז גרייט פאר נאך!
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג יוני 28, 2020 11:26 pm

נ.ב. אויב האלסטו לאחר יאוש דאן טויש דאן אונטערשרופט וואס ליינט זיך "אבער איך געב נאכנישט אויף"
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יוני 28, 2020 11:42 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:לכאורה, לאמיר צולייגן א פאר שאלות, דו ליינסט דאך דא זעסט דאך די פראגע, ביטע ענטפערן אויב האט איר געדולד, ענטפערן נאר אויף די פראגעס וואס קענען האבן א אינטערעסאנטע ענטפער איז אויך א מהלך.

1. פאר לאנגע יארן האט איר זיך קיינמאל נישט אידענטיפיצירט אלץ מנהל, לעצטנס זענט איר יא ארויסגעקומען עפענטליך אלץ מנהל, איר קענט אפשר אויסשמועסן מעיקרא מאי קסבר און וואס איז יעצט געווארן?
איך האב פרובירט מיט אלע כוחות צו זיין אונטער דעם ראדאר, צוליב פארשטענדליכע סיבות, (ווי רוב אנדערע אחראים זענען!), אבער ווען איך האב קעירגענומען פון באריכטעטע תגובות (דווח'ס בלעז) פלעגט ארויפקומען מיין ניק-נאמען אלס דער אחראי וואס האט קעירגענומען דערפון, איז דער עולם במשך הזמן געוואויר געווארן דעם סוד מיינעם.
2. צו האט איר עפעס חרטה אויף זאכן וואס איז פארגעקומען אין אדער ארום אייוועלט? אויב יא קענט איר אויסשמועסן?
עס איז מיר נישט ניחא דאס וואס מען דארף צומאל ארויסשליידערן ניקס אדער פארמעקן תגובות, אבער ההכרח לא יגונה. צומאל טוה איך יא אן איבערגעאיילטע שריט, ווייל איך בין פארט א מענטש, און דאן פארריכט איך דאס אליינס מיט א צייט שפעטער, אדער וועלן מיינע קאלעגעס מיך שטעלן אין פלאץ. (צומאל טאקע אנדערע שרייבער, לאו דוקא פון די הנהלה).
3 כנראה זענט איר דער וואס האט אויפגענומען אנדערע מנהלים, וועלכע קוואליפיקאציעס זוכט איר אין א מנהל/אחראי?
אין די בראשית יארן האט מען געזוכט איינער וואס האט צייט. אז מען האט געזען איינער דרייט זיך דא אפט און גיבט אסאך צו, האט מען אים געבעטן צו צולייגן א האנט, און עפ"י רוב האט מען גלייך מסכים געווען. היינט איז דאס שוין אן ערנסטע עבודה קשה שבמקדש, עס פארלאנגט זייער אסאך צייט און אחריות, וועלן זיך מענטשן נישט אזוי שנעל צוכאפן דערצו. (און די וואס כאפן זיך יא, זענען נישט אייביג די פאסיגע קאנדידאטן). אבער ב"ה מ'האלט אין איין אויפנעמען פרישע כוחות (עס ווערט נאר נישט געמאלדן ברבים, ווייל די יעניגע ווילן בלייבן אנאנים, און עס האט קיין פשט צו שרייבן "נאך אן אנאנימער ניק איז אקורשט אויפגענומען געווארן אלס אחראי"). היינטיגע צייטן וועט מען קוקן אויב דער ניק האט א שכל הישר, א רעקארד פון זיך פארטראגן און פארשטיין גוט מיט אנדערע, און דאן וועט מען אים פרעגן אויב ער איז גרייט צו נושא בעול זיין.
4. מאכט זיך אמאל וואס איינער שרייבט א תגובה וואס מען דארף דן זיין אויב מען זאל עס יא אדער נישט מעקן, דאס הייסט עס איז נישט קלאר צו די תגובה באלאנגט יא אדער נישט אויף אייוועלט, וויאזוי ארבעט מען אין אזא פאל? צו ארבעטן מנהלים/אחראים סטריקלי לויט די ''תקנות'' אדער צו ארבעט מען מער מיט ''קאממאן סענס'' ?
עס איז היינו הך, די תקנות זענען געמאכט געווארן מיט קאמען סענס. אודאי זענען דא גרויע שטחים, דאן גייט עס לויט'ן מושכל ראשון פונעם ערשטן אחראי וואס באגעגנט דאס. גענוג מאל וואס א צווייטער אחראי לויפט איבער אן אשכול און שטעלט צוריק תגובות וואס דער פריערדיגער אחראי האט פארמעקט, אדער פארמעקט וואס יענער האט געלאזט, הכל לפי ראות עיני הדיין.
5. איך האב שוין איינמאל געהאט אז אן אחראי האט מיר געמעקט ווייל ער האט גענצליך נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, נאכן אויסקלארן די פאקטן האט דער אחראי מודה געווען אז ער האט געמאכט א טעות און צוריקגעשטעלט די תגובה במקומו, (איך בין נישט ברוגז א בשר ודם איז דאך נאר א בשר ודם און יעדער קען אמאל מאכן א טעות) און דאס ברענגט מיר אויף די פראגע: וויאזוי ארבעט דאס ''אפלערנען'' יענעמ'ס תגובה? איז דא א וועג דערפאר?
בדרך כלל וועט מען נאר מעקן אויב עס איז קלאר אומאויסגעהאלטן אדער שלא מן הענין (המכונה: פארפארט פונעם נושא). צומאל רעאגירט מען אויף דווח'ס פון אנדערע וואס מערקן אן אז תגובה פלוני איז מיט שלעכטע מאטיוון וכדו', זאכן וואס מיר ווייסן נישט אלעמאל. אויב שפירט איינער אמאל אז מען האט געמעקט שלא לצורך, איז אלעמאל דא דער אחראי ניק וועמען מען קען אנפרעגן, אדער טאקע אין די צענזור אשכול, און האפנטליך וועט מען זיך אויסגלייכן בעמק השוה.
6. וויאזוי שפירט איר ווען מען לייגט אייך אין א זייט צום ביישפיל ווען מען האט נישט אנגענומען אייער ארטיקל צום לעצטיגן פארמעסט?
היבש אפגעפאטשט, אבער דאס לעבן פארט ווייטער ב"ה.
7. צו איז שוין געווען ווען א מנהל/אחראי האט געמעקט אייער תגובה?
מער ווי איין מאל. ווי געשריבן, איך בין בלויז א מענטש, און מען קען מיך אויך ארויסנעמען פון די כלים ביז'ן שרייבן שלא בדרא.. ב"ה שמסר עולמו לשומרים, און די קאלעגעס מעקן און פארריכטן כפי השגתם ורוחב בינתם.
8. צו איז דא עפעס וואז איז שוין מער נישטא אויף אייוועלט און איר קענט זאגן אז איר 'בענקט זיך' נאך יענע צייטן/ניק?
איך בענק מיך צו זייער אסאך פיינע שרייבער פון אמאליגן אייוועלט, אבער עס האלטן ב"ה אין איין צוקומען חדשים לבקרים מעכטיגע שטארקע ניקס. (אזא 'יענג2020' האבן מיר שוין אמאל געהאט? אזא 'דייקן'? אזא 'סטיטשינער'? אזא 'כאניש'ל... אזא 'סטאוו יא פיטא'? אזא 'חבקוק', ואטו כי רוכלא.. אזא 'קענטאקי', אזא 'הכל הבל', אזא 'נקדימון', וכו' וכו'. מעגליך אז זיי זענען גלגולים פון אמאל, אבער הויפטזעכליך איז אלעס פרישע ניקים, וממילא וועט מען יארן ארום בענקן צו אט די תש"פ יאר, און אזוי כסדר, דור הולך ודור בא ולכאורה לעולם עומד...
9. וויאזוי נעמעט איר אויף ווען איר ליינט אין די נייעס אז פעיסבוק/רעדיט/טוויטער וכו' מוטשענען זיך מיט אחראים און מיט טענות איבער תגובות וואס מען לאזט יא אדער נישט ארויף? וואס איז אייער געדאנק ווען איר ליינט אזא נייעס? שפירט איר אז עס רילעיט צו אייוועלט באיזה אופן שהוא?
כ'האב גראדע נישט מיטגעהאלטן זיי זאלן זיך מוטשן. זיי צאלן שיין? אפשר קען איך סוויטשן...
האקט! אה ער איז גרייט פאר נאך!
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יוני 28, 2020 11:43 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:נ.ב. אויב האלסטו לאחר יאוש דאן טויש דאן אונטערשרופט וואס ליינט זיך "אבער איך געב נאכנישט אויף"

איך בין דאך א איד... א איד געבט נישט אויף, אפילו לאחר היאוש...
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג יוני 28, 2020 11:49 pm

אה, קלאר גענטפערט, א דאנק!
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
אלטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4344
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך אלטער » מאנטאג יוני 29, 2020 12:02 am

לכאורה האט געשריבן:איך האב פרובירט מיט אלע כוחות צו זיין אונטער דעם ראדאר, צוליב פארשטענדליכע סיבות, (ווי רוב אנדערע אחראים זענען!), אבער ווען איך האב קעירגענומען פון באריכטעטע תגובות (דווח'ס בלעז) פלעגט ארויפקומען מיין ניק-נאמען

פארוואס האט איר טאקע נישט געניצט דעם אחראי ניק?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יוני 29, 2020 12:08 am

ס'קומט מיר אן זייער שווער צו שפרינגען פון איין ניק צו די אנדערע, כ'גלייך צו זיין אימער אריינגעסיינט מיט איין ניק און פארטיג
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2258
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג יוני 29, 2020 12:08 am

פעיסבוק האט פאר לאנגע יארן געהאט א גאר מינימאלע איבערזוכט אויף תגובות, מיט ארום 2-3 יאר צוריק האט זיך אנגעהויבן א ווינט ביי די לינקע אז מען לאזט צו אויף פעיסבוק פאוסט'ס וואס זענען ראסיסטיש געשטימט און פעיסבוק האט באקומען גאר גרויסע היץ, זיי האבן דאן אנגעהויבן ארבעטן אויף פארגעשריטענע סאפטוועיר אלגאריטמ'ס וואס זאלן מעקן פאוסט'ס (AI) און עס איז נישט גענוג געווען, זיי האבן דאן אויפגענומען טויזענטער ארבעטער וואס זאלן זיין באויפטראגט צו האלטן א איבערזוכט אויף פאוסט'ס פון מענטשן און אויב געדענק איך גוט האבן זיי כמעט פארדאפעלט (!!) זייער ארבעט'ס קראפט דורעך די נייע אחראים.

די איצטיגע טעג זענען זיי ווידער אין די נייעס ווען מען לייגט אבנארמאלע היץ קעגן פעיסבוק אז זיי זאלן זיין נאך שארפער, ריזיגע פירמעס ווי קאוקאו קאולע און סטארבאקס האבן שוין געמאלדן אז זיי וועלן אויפהערן צו לייגן אדווערטייזמענטס אויף פעיסבוק כאטשיג פאר א שטיק צייט ביז פעיסבוק וועט זיך פארפליכטן צו זיין שטרענגער אויף ראסיזם.

מיט א צוויי וואכן צוריק האט זיך אויך געקאכט איבער א טוויט וואס טראמפ האט ארויסגעשיקט און טוויטער האט ארויפגעלייגט א לעיבעל אויפן יענע טוויט וואס האט עס באצייכענט אלץ אומאויסגעהאלטן, טראמפ האט עס ארויפגעלייגט אויף פעיסבוק און א סאך ארבטערס ביי פעיסבוק האבן פראטעסטירט פארוואס מען האט עס געלאזט דארטן און עס איז פארגעקומען א זיצונג ווי מארק זוקערבערג האט פארדענט אז מען זאל לאזן יענע פאוסט ווייל עס פארלעצט נישט די פעיסבוק רולס, עס האט זיך היפש געקאכט דערמיט.

פון די אנדערע זייט שרייען די קאנסערוואטיוון אז די סאושעל מידיע קאמפאניס אונטערדרוקן די רעכטע, מן הסתם איז דיר די חלק יא באקאנט אז טראמפ האט אנגעהויבן נקמה נעמען אין טוויטער, און אז ער האט געזאגט אז די פעדעראלע רעגירונג זאל אריינקוקן אין די מהלך פון די סאושעל מידיע קאמפאניס.

און דאס איז בלויז א טייל פון די אנגייענדע קריטיק אויף די גרויסע סאושעל מידיע קאמפאניס איבער זייערע פאליסיס און איבער פאוסט'ס וואס זיי לאזן יא אדער נישט אויף זייערע פלאטפארמעס
-----

די פאליטיק שבו זאל גיין צו די פאליטיק אשכולות, איך האב בלויז געוואלט שרייבן די נייעס און די מיטמאכענישן וואס אלע סאושעל מידיע קאמאפניס האבן.

ניין לכאורה זאלסט נישט סוויטשן, לויט ווי איך פארשטיי נעמען זיי אחראים פון אינדיע אדער אנדערע דריטע וועלט לענדער און זיי צאלן נישט איבער פאר די ארבעט, אלזא, האסט טאקע א פאך אין די האנט אבער קיינער איז נישט מוכן צו באצאלן דערפאר...
זקן מלא רחמים.

אוועטאר
סטיטשינער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג יוני 29, 2020 12:09 am

וויפיל אקטיווע אחראים איז דא בסך הכל?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re:

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יוני 29, 2020 12:12 am

סטיטשינער האט געשריבן:וויפיל אקטיווע אחראים איז דא בסך הכל?

ארום א מנין
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
אלטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4344
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך אלטער » מאנטאג יוני 29, 2020 12:16 am

אחראים מיט מנהלים זענען היינט די זעלבע?
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
סטיטשינער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8013
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm

תגובהדורך סטיטשינער » מאנטאג יוני 29, 2020 12:17 am

הייסט ארום 6 באהאלטענער. שוין הקב''ה ישלם שכרם ווייל אפילו די מיעוט שכר וואס די אפענער האבען, האבען זיי אויך נישט...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יוני 29, 2020 12:28 am

אלטער האט געשריבן:אחראים מיט מנהלים זענען היינט די זעלבע?

מער-ווייניגער, כמעט נישט דא קיין חילוקים צווישן די ראנקן
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג יוני 29, 2020 12:28 am

שיינע אינטערוויו!!

כורע, פארצייל דער מעשה מיט דער בלעקמעיל מער באריכות!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יוני 29, 2020 12:32 am

מ'האט אמאל געשריבן אויף אייוועלט א קריטיק אויף אן אויסגאבע, און עס האט ווייניג געשמעקט פאר'ן בעל ה'אויסגאבע. ער האט זיך איינגערעדט אז די פאר ניקס וואס האבן דאס געשריבן זענען גאר זיינע קאנקורענטן. האט ער איבערגעדרייט א וועלט - מיר פערזענליך אנגערופן און געסטראשעט כאחד הפוחזים וריקים - ביז מ'האט אים ארויסגעגעבן די נעמען פון די 2 ניקס וואס ער האט בעיקר חושד געווען (פארשטייט זיך: נאכ'ן אנרופן יענע אידן און זיי ערקלערן די סיטואציע און בעטן ערלויבעניש!), און יענער האט זיך איבערצייגט אז לא דובים ולא יער, ער האט געהאט א שיינעם חלום

כ'ווייס נישט עד היום ווער דער יעניגער איז, און צי זיין אויסגאבע גייט נאך אן, אבער עס איז געווען אן ערפארונג וואס איך וואונטש קיינעם אדורכצוגיין
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג יוני 29, 2020 12:38 am

☹️ :-(

עניוועי, זאל דיר באשעפער באצאלן פאר דיין ארבעט!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
קונדיטון
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך קונדיטון » מאנטאג יוני 29, 2020 12:42 am

ישר כח הרב לכאורה פארן זיך אזוי שיין אפ געבן מיט אונז און ענטפערן אזוי קלאר און געדולדיג.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יוני 29, 2020 12:43 am

כ'האלט סייווי יעצט אינמיטן מיין שיפט אין די אחראי'שאפט, כ'באקום אויף די שעה..
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך מחשב » מאנטאג יוני 29, 2020 12:47 am

און דאס ברענגט מיר צו מיין פראגע:

איז דא א מינומום פארלאנג פון אן אחראי וויפיל ער דארף זיין אקטיוו? אדער בלויז וויפיל ער איז ממילא דא האט ער אחראי רעכטן?

און איז שוין געווען אין היסטאריע אז מ'האט צוגענומען פון אן אחראי זיינע שליסלען? און אויב יא וואס קענען זיין די אורזאכן דערצו?
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
אלטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4344
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: אייוועלט ניק אינטערוויא - לכאורה

תגובהדורך אלטער » מאנטאג יוני 29, 2020 12:48 am

לכאורה האט געשריבן:כ'האלט סייווי יעצט אינמיטן מיין שיפט אין די אחראי'שאפט, כ'באקום אויף די שעה..

וואס כ'האב געוואלט פרעגן אויף דעם איז שוין פערזענליך....
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kosher Travel, MCITP, יאנטי, יצר טוב, עוד הם מדברים און 17 געסט