מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3735
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יוני 28, 2020 3:51 pm

א גוטן רבי צו געזונט, אונזער לאנג יעריגע שרייבער דא אויפן אידישן וועלט. לאמיר אביסל רעדן מיט אייך אלעס ארום אייוועלט און אייער שייכות דערמיט.

simcha: איר זענט שוין דא אויפן וועלטל עלף יאר צום גוטן! פון די עלטסטע תושבים דא, וויאזוי זענט איר דא אנגעקומען צו דעם ארט צום ערשטן מאל עלף יאר צוריק?
צו געזונט: א גוט יאהר ר' שמחה. איך בין אנגעקומען היבש נאך די "אלטע". עס איז פעראן א גוטע טויזענט ניקס בעפאר מיר, און אויך נאך דריי יאהר וואס אייוועלט איז שוין געווען אפען. עניוועיס, דאס איז געקומען נאך זיין אויף "הייד פארק", עס איז דארט געווען צוויי עקסטערע וועלטן, איין פון חסידי מהר"א און איינס פון די חסידי מהר"יי. דאס הייסט, אז דער וואס האט געהאט שרייבען רעכטן ביי איינע, מיינט נישט אז מען האט אויך געהאט שרייבן רעכטן ביי די אנדערע. דא האט זיך געעפענט אלס א אפענטפער צו הייד פארק, ווייל דארט איז געווארען צו ברייט,( מילד גערעדט) און אז מען האט א היימישע פלאץ, פארוואס נישט עס נוצען?!

simcha: וואס האט אייך געברענגט צו אויסוועלן דער נאמען צו געזונט, זענט איר ספעציעל פארנומען מיט געזונטהייט אנגעלעגנהייטן?...
צו געזונט: געדענק איך דען?, מן הסתם האב איך געסניעזט דאן און דער נאמען איז געווארען... אויך טוה איך אין די געזונטהייט פעלד. איך בין א אינסטראקטאר פאר פוירסט עיד, סי פי אר, אויטאמאטישע דעפיברילעישאן.

simcha: עס איז פארהאן ריזיגע חילוקים צווישן דעמאלטס און יעצט, קודם לייג אראפ די מצב וואס איז דעמאלטס געווען, מיט א גרויזאמער און א קרעמער און א כהער און נאך און נאך?
צו געזונט: א ריזן חילוק צווישן דאן און היינט! אמאל זיינען געווען שרייבער, מגיהים, קאמענטירער און לעזער. יעדער אויף די אייגענע שטאפל. היינט איז יעדער אלעס, בעצם, קיינער גארנישט... א שרייבער האט געשריבען, צו איז עס געווען זיין איבערלעבעניש, א גוט ארטיקל, א פעליטאן. און דאן האט יעדער געטוהן זיין טייל. דער מגיה זיין טייל, קאמענטאטאר האט צוגעלייגט געווירצן א.א.וו. אבער, דער לעזער האט געלעזט, און נישט ווייל ער קאן ליינען עברי האט ער זיך שוין אויך ערקלערט אלס שרייבער... שרייבען האט מען איבערגעלאזט פאר ווער עס האט געטויגט דערצו!

simcha: און וואס איז היינט די מצב דא פון דיין פערספעקטיוו? לייג אביסל אראפ די מצב אויף אייוועלט.
צו געזונט: גארנישט אנדערש! נאר, מען דארף אינאכט נעמען אז עס איז תש20. און וואס עס איז געווען דאן, איז געווען דאן. פינטל.

simcha: און לייג אראפ וואס איז עס אנדערש היינט פון אמאל?
צו געזונט: לאזט נישט אפ? דאס רופט זיך אן וועליוס. מען האט רעספעקטירט איינער דעם צווייטען! קאנסט זעהן אויף די עלטערע שרייבער, אז זיי ווערן נישט אזוי שנעל ארויסגענומען פון די גלייזען (אפשר אויף די אנדערע זייט קיעבארד יא...), אבער מען דריקט נישט דעם ענטער באטטאן מיט אזא נצחון און זיג אז, אההה, איצט האט יענער פיין געכאפט. ער מיינט אז ער איז ווייס איך ווער. ער כאפט נישט אז איך בין נאר 18, ווייל לויט מיין ענטפער/פליק, מיינט ער זיכער אז איך בין שוין בגיל גבורות...
קענסט עס אויך באמערקן אויף די עלטערע ניקס (אויסער אחראים און מעינטענענס חברה) אז מען האט נישט געגרייכט די יתרו קאמפיין (שרי אלפים, שרי עשרות א.א.וו.) אזוי שנעל... איך האב קנאפע 3000 תגובות אין א אפשניט פון ארום עלף יאהר. דאס איז ניטאמאל א תגובה פער טאג. פארשטייט זיך אז געוויסע טעג האט איך מערערע און געוויסע טעג גארנישט. אבער מיר האבען נישט געמיינט אז מען מוז יעדן טאג איבערלאזן אפדרוקען און ווערן א שר המיליונים.
נאך איין קלייניגקייט. מגיבים פון אמאל זיינען געווען מגיבים. מען האט נישט געזוכט צו עפענען ווי מער אשכולות. אויב איז געווען א אשכול ענליך צו דעם שמועס וואס מען האט געוואלט רעדן, האט מען זיך דארט אויסגעגעבן. היינט וויל מען זיין א מלך האשכולות. און אויב איז שוין דא א אשכול וואס רעדט דערפון און פארט וויל מען עפענען א אשכול, דאן מאכט מען א נייע אנקעטע אשכול. איך פערזענליך האב מן הסתם געעפענט איינצעלנע אנקעטעס אין מיין טעניור. אשכולות עפעס מער, אבער איך בין דא מער אלס מגיב.
וויפיל איך שרייב, טראכט איך פון נאך זאכען. צ.ב.ש. א אמאליגער שרייבער האט געעפענט א אשכול און געפרעגט, לאמיר זאגען, וואס זאגט איר צו א טעסלא קאר, און מען האט עס דארט אויסגעשמועסט. דער היינטיגער שרייבער, וואס האלט זיך אז אויסער שרייבען קאן ער אויך זיין א מאווי פראדוצירער און האלטן דעם עולם געשפאנט, וועט אנהייבען א אשכול אזוי. א וויי געשריי איבער די... אבער ער וויל גארנישט שרייבען עפעס איבער דעם, און די נייע מגיבים וועלן זאגען, אה ווא ביזטו גוט. און אנפילן 12 בלעטער מיט פירקלערייען און ווי מער עס וועט נישט האבען עפעס תוכן (טוחן איז דא גענוג און נאך) אז מען זאל עס אנקוקען אז עס האט כאטש עפעס זין אין זיך, וועלן די חברה זיך נאך בעסער שפירן.
טאפלטע ניקים. ס'יז זיכער געווען אזוי מאז ומקדם. אבער נישט אויף זיך קאנען אליין מגיב זיין אדער קלאפען אין די פלייצע אז מען איז א גוטער שרייבער...

simcha: אויב מען מעג פרעגן, ווי וואוינט איר?
צו געזונט: אין קרית יואל.

simcha: ווייסן מענטשן ארום דיר אז דו ביסט אקטיוו אויף אייוועלט און קענען דיין ניק?
צו געזונט: היבש.

simcha: האט דיר איינער אמאל געכאפט דורך דיינע תגובות ווער דו ביסט. אויב יא, וויאזוי איז דאס צוגעגאנגען?
צו געזונט: איך שרייב היבש פון מיין ארבעט און מענטשן קענען מיין שפראך, איך שרייב פונקט אוואו איך רעד.

simcha: וויפיל ניקס דא קענסטו פערזענליך?
צו געזונט: אפשר צוואנציג.

simcha: דערצייל עפעס א אינטערעסאנטע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט אין אדער ארום אייוועלט, אויב דו האסט, און אז דו האסט אפאר דערצייל אפאר.
צו געזונט: אינטערסאנט איז שוין גארנישט... א בחור קומט צו מיר די אנדערע וואך און פרעגט מיך מיין אייוועלט ניק... ווייל זיין טאטע האט דערציילט אז איך האב עפעס געשריבען...
א צווייטער פרעגט מיך אין עפעס א ענין, ווייל ער וויל ענטפערן פאר דעם אייוועלט שרייבער (אני הקטן) וואס האט עפעס ארויפגעברענגט.


simcha: פון וועלכע ניק/ניקס היינטיגע צייטן האסטו ספעציעל הנאה און אז דו זעסט זייער תגובה איז עס דיר ספעציעל אינטערעסאנט צו ליינען?
צו געזונט: דירעקט פון קיינעם נישט! אפילו אויב יענער וועט האבען א אנקעטע... ווייל עס איז שוין געווארען אזא קאץ און מויז שפיל. וואס זאגסטו צו (ניק לגלועאהדג) ער זאגט גוט. און יענער (ניק טרקדד) פיין קען ער אריינפליקן פאר די באמעס, מעכטיג. און לאמיר נישט אויסלאזען (ללגואכיג) ער נעמט פיין קעיר פון די פרומאקעס וואס ווילן זיך ארויפצווינגען אויף יעדן. דער אנדערער איז דאך ממש אוואו דער ראפשיצער, ער פליקט פון רעכטס און לינקס...
קיין איין פון די אלטע ניקס האבען זיך נישט אזוי אויפגעפירט!

simcha: וועלכע טיילן פונעם וועלטל האסטו ספעציעל הנאה, נייעס, תורה, פארברענגען, מוזיק וכו'?
צו געזונט: נייעס, תורה, און אלוועלטליכע ענינים.

simcha: האלסט אז אייוועלט איז א ארויפגעקוקטע זאך צו שרייבן דערויף, אדער פארקערט?
צו געזונט: עס איז א ריין כשר'ע ענטערטעינמענט.


simcha: דו האלסט עס האט דיר געהאלפן שטייגן אין אידישקייט, אדער פארקערט?
צו געזונט: פאסיוו. נישט מעלה אדער מוריד.

simcha: וועלכע צייטן אין טאג ביסטו אנוועזנד אויפן וועלטל?
צו געזונט: איצט אין די קאראנע עפאכע? ווען איך גיי צו מיין אפיס. סתם אזוי, אווענט אדער גאר פרי פארטאגס.

simcha: אין וועלכע הינזיכט האלסטו קען זיך דער וועלטל פארבעסערן?
צו געזונט: אז מען דארף האבען א געוויסע סקאור צו מעגן עפענען פרישע אשכולות!

simcha: וואס בכלל זאגטו עפעס גוטס רבי צו געזונט?
צו געזונט: אז די קאראנע האט געצייגט אז ג-ט וויל אונז צייגן אז די אלע זאכן ביים דאווענען זיינען נישט א לעגענדע. משנה עתים, יוצר אור ובורא חשך. ער פירט די וועלט! און מען לערנט זיך אויס דאנקן אויף זאכן וואס מען האט גענומען פאר גרענטעד.


simcha: וואספארא א מעסעזש ווילסטו איבערגעבן פאר די שרייבער דא?
צו געזונט: זייט וויסן אז די מענטש אויף די אנדערע זייט קיבאורד האט אויך פיעלינגס, אפילו דיין חבר וואס דו מיינסט אז ער לאכציך אויס דערפון. אפילו אויב דו האלטסט אז דו טוסט אויף פאר אידישקייט! אויב ביזטו שוין ביי דעם מצב אז אידישקייט איז די הויפט זאך פון וואס דו נעמסט קעיר, דאן גיי זעלבסט אראפ פון די אינטערנעט!

א גרויסן יישר כח רבי צו געזונט פארן אוועקגעבן פון דיין טייערע צייט אונז צו מהנה זיין מיט אזעלכע תוכנ'דיגע רייד, און איך בין זיכער אלע וועלן הנאה האבן עס צו ליינען, און האף מיר ווייטער זיך צו זען אין פריידן אויפן וועלטל.
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך מחשב » זונטאג יוני 28, 2020 10:42 pm

הנאה געהאט צו ליינען, הרב צו געזונט. א יישר כח!

(מגיב זיין בינעך בארעכטיגט?...)

איין פראגע האב איך נאר צו אייך, פארוואס - אויב אזוי - איז אייער לאקאציע נאך "חשש גילוי"?
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 11870
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג יוני 29, 2020 12:24 am

שיין, און א דאנק פארן מיטטיילן.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 13904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג יוני 29, 2020 12:49 am

זייער שיין! הנאה געהאט.
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2432
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג יוני 29, 2020 1:36 pm

א געשמאק צו ליינען, ווי אייערע תגובות אלעמאל.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג יוני 29, 2020 1:39 pm

זייער שיין
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1350
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג יוני 29, 2020 1:46 pm

א געשיקט דיין אפענקייט און זעלבס זיכערקייט

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2227
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך פרידן » מאנטאג יוני 29, 2020 2:23 pm

האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף
נישט אלע ניק זענען ווי מיר זאלסט אזוי באשולדיגען אלע ניקס
עס איז דא אסאך גוטע ניקס וואס שרייבן נאר פאזעטיוו ווי טשאדעלע חוח הכל הבל וכו'
פארוואס ביזטו אזוי ברוגז אויף יעדעם
גראדע האב איך שוין לאנג נישט געשריבן נישט ווייל איך פלאן מער נישט צו שרייבן פשוט נישט אויסגעקומען

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג יוני 29, 2020 11:30 pm

הנאה געהאט, שכוח.
ביטע, אלע מיינע תגובות אינעם ראשעקהל פארמעסט אקעגן איינעם, זאל מען נישט נעמען פערזענליך, ס'איז נאר פאר די פאן אף איט.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2331
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג יוני 29, 2020 11:42 pm

פרידן האט געשריבן:האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף
נישט אלע ניק זענען ווי מיר זאלסט אזוי באשולדיגען אלע ניקס
עס איז דא אסאך גוטע ניקס וואס שרייבן נאר פאזעטיוו ווי טשאדעלע חוח הכל הבל וכו'
פארוואס ביזטו אזוי ברוגז אויף יעדעם
גראדע האב איך שוין לאנג נישט געשריבן נישט ווייל איך פלאן מער נישט צו שרייבן פשוט נישט אויסגעקומען

אז דו ברענגסט ארויף 'חוח', אענה אף אני חלקי:

אין אפאר אינטערוויוס ברענגען דא די עלטערע ניקס ארויס דעם זעלבן פוינט, אז אויפן היינטיגן אייוועלט איז "קיינער שוין נישט דא" און "קיינער איז נישט גוט". אפשר נישט דעם לשון, אבער דאס איז דער טאן.

כ'בין היינט צענליגע יארן עלטער פון אמאל, און ס'שטעלט זיך ארויס אז ס'איז מעגליך וואר, דאס וואס כ'האב יונגערהייט געקלערט, אז די אלטווארג הערן נישט אויף צו באזידלען דעם יונגען דור, פשוט ווייל זיי בענקען זיך נאך זייער אמאליגן קרעמל און שטעטל וואס עקזיסטירט שוין נישט. זיי ווייסן נאר נישט וויאזוי אויסצודרוקן זייערע געפילן, ממילא קומט עס ארויס אינעם אומריכטיגן וועג. יתכן שיש דברים בגו.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג יוני 30, 2020 12:14 am

ארגינעיל און הערליך יישר כח.
ונזכה כולנו לבנין ירושלים. הכ"ד המצפה לישועה קרובה.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
חמרא טבא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7932
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יוני 30, 2020 12:48 am

האַפּטשאָ צו געזונט.... זייער פריש דאנקע שיין
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3735
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג יוני 30, 2020 12:20 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:האיש אחד יחטא ועל כל העדה תקצוף
נישט אלע ניק זענען ווי מיר זאלסט אזוי באשולדיגען אלע ניקס
עס איז דא אסאך גוטע ניקס וואס שרייבן נאר פאזעטיוו ווי טשאדעלע חוח הכל הבל וכו'
פארוואס ביזטו אזוי ברוגז אויף יעדעם
גראדע האב איך שוין לאנג נישט געשריבן נישט ווייל איך פלאן מער נישט צו שרייבן פשוט נישט אויסגעקומען

אז דו ברענגסט ארויף 'חוח', אענה אף אני חלקי:

אין אפאר אינטערוויוס ברענגען דא די עלטערע ניקס ארויס דעם זעלבן פוינט, אז אויפן היינטיגן אייוועלט איז "קיינער שוין נישט דא" און "קיינער איז נישט גוט". אפשר נישט דעם לשון, אבער דאס איז דער טאן.

כ'בין היינט צענליגע יארן עלטער פון אמאל, און ס'שטעלט זיך ארויס אז ס'איז מעגליך וואר, דאס וואס כ'האב יונגערהייט געקלערט, אז די אלטווארג הערן נישט אויף צו באזידלען דעם יונגען דור, פשוט ווייל זיי בענקען זיך נאך זייער אמאליגן קרעמל און שטעטל וואס עקזיסטירט שוין נישט. זיי ווייסן נאר נישט וויאזוי אויסצודרוקן זייערע געפילן, ממילא קומט עס ארויס אינעם אומריכטיגן וועג. יתכן שיש דברים בגו.

מיר האבען דאס קלאר ערווענט, אז מען דארף אינאכט נעמען אז עס איז תש20. אבער געוויסע בלייבן מיט די קינדער שיכלעך
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך dim » דינסטאג יוני 30, 2020 1:41 pm

יישר כח צו געזונט פארן אינטערוויא, זייער הנאה געהאט.

@חוח, אז מען רעדט זיך אפ אז די פרישע ניקס האלטן אינאיין עפענען אשכולות ווען עס פעלט נישט אויס, און עס מאכט אן א צופארעניש, האט עס נישט דוקא צו טון מיט בענקשאפט צום אלטן שטעטל, עס איז באמת א פראבלעם וואס ברויך א תיקון.

@פרידן, איך גלייב נישט אז ער האט דיר געמיינט, על אף ער האט אפשר נישט ליעב געהאט דיינע ארטיקלען (העיט...). דו עפנסט נישט אשכולות אין די וועלט אריין, און דו ביסט נישט מוחה רעכטס אדער לינקס ווי דו טרעפסט נאר אן אפערטונעטי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 24063
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 05, 2020 11:41 am

שיין.

זאלסטו זיין געזונט און שטארק.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אלטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך אלטער » זונטאג יולי 05, 2020 12:13 pm

כ'האב איבער געליינט ס'גאנצע יעצט, ס'ליינט זיך אינגאנצן אנדערש יעצט!

האף מיר וועסט זיין געזונט זאלסט נאך קענען דא זיין אויף ווייטערדיגע פארברענגס....
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך געלעגער » זונטאג יולי 05, 2020 1:13 pm

זיס געווען צו ליינען די בליק פון אן אמאליגער

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך Programming » זונטאג יולי 05, 2020 1:53 pm

דו ביסט די זעלבע 'אמאליג'.

אגב, די הנחה פונעם אינטערוויוער אז 11 יאר צוריק איז פון די עלטסטע תושבים דא איז ווייט פון ריכטיג

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3735
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג יולי 05, 2020 3:46 pm

אן אלטער תושב? אויב בין איך פון די לעבנגעבליבענע, דאן בין איך אן אלטער תושב. מתים ווערן נישט פאררעכנט
בוי זיך זעלבסט

מענטש צווישן מענטשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 2:10 pm

Re: מיין אינטערוויא מיט SIMCHA פאר די אנטלויף פלאן

תגובהדורך מענטש צווישן מענטשן » זונטאג יולי 05, 2020 4:38 pm

זייער שיין! הנאה געהאט!

איך בין אויך פון די יונגווארג, אבער איין זאך בין איך שוין מיט דיר איז לגבי די אשכולות גע׳עפענעכט׳ס ס׳מאכט פשוט נערוועז.
פלאנט איר עניוועי צו אפפלייען?

CHASE SAPPHIRE FREEDOM UNLIMITID UNITED EXPLORER

פאר סיי וועלכע פראגע מיין אישי איז אפען


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט