קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

ויהי אחרי..

קודם קלארצישטעלן, איך האב געוואוט פאר דזשאו לענטאל! מיט א פארשטאפטע נאז ווי יענער זאגט.
ווייל אפילו ער האט גארנישט אויפגעטאן, ברויך מען ווייזן אינזערע נומערס אז אנדערע זאלן זיך רעכענען מיט אינז.
דזשאסט שרייען אז אינז האמער וויילערס, מווארט נאר אויפן פערפעקט קאנדידאט איז נאנסענס, וואס קיין איין פאלעטישן קויפט נישט.

אבער.. א גרויסע אבער.. סאיז א שטיקל חוצפה פין די עסקנים און כלל טיער פארן בלעימען די קאלטקייט לגבי וואוטן אויף די קאראנע מצב, אדער אויף וואטסעפ וכו׳! אויף יודיש הייסט דעיס געלייגט די קאפ אין זאמד.
כדארף איינעם זאגן אז ווילי ווערט נישט פארטרעטן געהעריג? וואסערע טשאנס אז איין ווילי פאלעטישן וואלט זיך געלאזט הערן בנוגע די פּארקס ווען נישט סאיז בעפאר אן עלעקשען?
וועלעכע ווילי פאלעטישן וואלט זיך גרייט געווען זיך צי לאזן הערן בנוגע שפיטעלער? ווי איז סטיוו לעווין ווען מברויכט אים? ווייל ער לויפט נישט יעצט איז עשה עצמו כאילו לא ידע?

ראו מה בין ווילי לבארא פארק וק״י.
דארט ברענגט מען אריין פאלעטישענס וואס האבן אינז באמת ליהב, און פייטן פאר אינזערע רעכטן יומם וליל. לייגן זיך מיט אינז און שטייען אויף מיט אינז. נישט קיין חילוק וועלעכע פראקציע איר זענט און ק״י איז כולא עלמא מודי אז די פאלעטישענס דעלליווערן. אויב עפעס איז דא טענות ביי מאנכע פארוואס מנעמט אזוי סאך.. אלס חילול השם.. וכו׳

משא״כ און ווילי פאר סאם ריזען זעצט מען אריין פאלעטישענס וואס גיבן נישט קיין דעקל אבאוט די קאמיונעטי, טוען א וועלטס טובה ווען זיי האלטן בעפאר אן עלעקשען איז זיי שיקן עפעס א בריוו פאר א אישא וואס איז לעבענסוויכטיג פאר אינז, ווי חינוך אדער שפיטעלער וכו, און נאכדעם ווינדערט מען זיך פארוואס די עולם איז אזוי קאלט.

נאכאמאל, מדארף גיין וואוטן! זי איז ווען אסאך ערגער! אבער פין דא ביז געהעריג פארטרעטן דעם ציבור איז א לאנגע וועג.

אנפארטשנעטלי די סיבה מסתם פארוואס ווילי איז אזוי ציפראסקעט פאליטיקלי, איז וועגן די אינערליכע טעגלאש מחלוקה וואס אנשטאט אריינברענגען פאלעטישענס וואס זענען גוט פאר יודישקייט האט מען מער געפאוקעסט אריינציברענגען פאלעטישענס וואס זענען גיט פארן חסידות. אנשטאט פרובירן צי ווייזן פארן גאס די בלאקוואוט, האט מען געוואלט ווייזן פארן חסידישע גאס וועלעכע זייט האט א רוב..אנשטאט איין פאלעטישן זאל שפירן אן אבליגעשן צי עפענען א קאמיונעטי אפיס מיט היימישע ארבעטער אווי אין ב״פ, קימט ער צום כ״א כסליו מעמד וזה הוא.
און אזוי האט מען אויסגעברענגט אנשים נשים וטף פאר ליפטיגע רעסטלער עלעקשענס וכו׳ , וואס האט געברענגט זירא טובות פאר יודן אין ווילי ויצא העגל הזה, אז א פאלעטישן שטייט אדער ווייט פין אינז, אדער נעמט ער א שטעלונג אין די מחלוקה אזוי איז ער גארענטירט מיט יענע קהילות שטימען עד סוף כל הדורות..


ווי די יעצטיגע קאמפיין האט געוויזן, איז שוין די צייט רייף צי טוישן דירעקציע, און אלע עסקנים קענען מיטארבעטן האנט ביי האנט פארן ציבור׳ס טובה!
מקען רעגעסטרירן וויילער ציזאמען, זיך טרעפן מיט פאלעטישענס ציזאמען, און אינדארסירן ציזאמען! די פאלעטישן גייט זייער שנעל שמעקן אז אינז מיין מיר ביזנעס דא, אין די טראסט פינעם ציבור קען פאראכטן ווערן זענדיג אז די פאלעטישען האט א אמתע אוזן קשבת צי אינזערע געברויכן, אין פון דעמאלטס ביזן האבן 20000 וואוטס אין ווילי איז א קאצן שפרינג.
ווען דער עולם שפירט זיך באמת פארטרעטן, און די קאמפיינס ווערן געפירט באהבה ושלום ובשכל איז זייער שכלדיג צי ערווארטן א שטום ראטע פון 90%!

כהאף, כהאף, אז מגייט נישט איינשלאפן פאר נאך פיר יאר, און דעמאלטס נאכאמאל דארפן וויינען אז וואטסעפ מאכט קאלט דעם ציבור..
בפשיטות
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בפשיטות »

@כלל וכלל, גאר שטארקע פוינט!
חגי
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:02 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חגי »

נו, וואס דארף ווערן געטוישט דא אין שטאט? #למעשה
וועלטס פארשטייער
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 19, 2020 8:19 am

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס פארשטייער »

חגי האט געשריבן:נו, וואס דארף ווערן געטוישט דא אין שטאט? #למעשה

אז אידן זאלן אוועקמופן אין די מאסן
אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע זיי מיר מוחל »

אויב די רעדסט פון אידישע פאלעטישנס ....
די לאנד דארף דינען די מענטשן. נישט די מענטשן דינען די לאנד
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

כלל וכלל האט געשריבן:קודם קלארצישטעלן, איך האב געוואוט פאר דזשאו לענטאל! מיט א פארשטאפטע נאז ווי יענער זאגט.

;l;p- די זכות זאל דיר ביישטיין


כ'גיי מיך נישט שטעלן אויף יעדעס ווארט וואס דו האסט דאך געשריבן. כאטש דו האסט געשריבן אמת'ע און שטארקע פוינטס. דאס וועל איך לאזן פאר דיר. איך גיי נאר שרייבן וואו דו גרייזט


יעדער פארשטייט אז ס'איז אסאך וויכטיגער צו ראטעווען אידן פון דעם שפיטעלער מצב ווי עפענען פארקס. יעצט לו יצויר אז עסקנים דארפן מאכן א דעסידזשען צווישן די צוויי, וואס וואלט געווען די ווינט אויפ'ן גאס? וואס וואלטן די וואטסעפפער געשריגן?

די וויליאמסבורגע עסקנים און ספעציעל ר' מ"ד ווייסן וויאזוי צו ארבעטן שטיל, זיי האבן יארן עקספיריענס און יארן קאנעקשנס. און אזוי קענען זיי ב"ה העלפן אסאך אידן אין אמת'ע סכנות

איך פערזענליך בין אויף די אנדערע זייט פון ר' מ"ד אין די טעגלאשע סומאטוכע און דא האט ער מיך טאקע געהאט פארלוירן ווייל ער האט גענוצט זיינע קאנעקשנס קעגן מיינע אינטערעסן אבער ער דיזערווט נאכאלץ זיין קרעדיט און טראסט

יעצט ווען האט געארבעט באחדות מיט ר' נ"מ איז נישטא קיין שום סיבה העולם אין נישט צו געבן פולע טראסט



אונז ווייסן אלע אז אין אמעריקע זענען דא פילע אגענטורן פון וועלכע מ'הערט ווייניג. מיינס דאס אז זיי טוהען גארנישט?


רוב (אויב נישט אלע) קעיסעס וואס ווערן באהאנדעלט דורך עסקנים זענען פריוואט.און אסאך זענען גאר "האקל". קענסט מיר זאגן וויאזוי דאס דארף צו ווערן פובליק אינפארמעישן?

אפשר זאלן זיי אויך ארויסלייגן בילדער פון אלע געהאלפענע? אפשר אויך די פאון רעקארדס און טרענסקריפטס?



חגי האט געשריבן:נו, וואס דארף ווערן געטוישט דא אין שטאט? #למעשה

מ'דארף אויפהערן אויסהערן די אויבער חכמים און אנשטאט טראכטן וואס נאך קענען עסקנים טוהן פאר מיר זאל מען טראכטן וואס קען איך טוהן צו פארגרינגערן פאר די עסקנים זייער ארבעט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
טוב לב
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 07, 2020 4:05 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב לב »

א יאר צוריק איז געווען א גזירה אז מ'זאל דארפן לערנען מיט די קינדער צען שעה א טאג לימודי חול, וואס אויב דאס וואלט מקיום געווארען וואלט עס געמיינט א געהעריגע גזירת גירוש.
למעשה האבען עס די עסקנים אויסגעפייט און מבטל געווען די גזירה. אנשטאט מקיר טובה זיין דעם עסקן אין אוועקגעבן פאר אים (דיר) די פינף מינוט, אין אים א טראפקעלע גרינגער מאכן די עבודת הקודש, איז מען פיל מיט טענות און ווען מ'גייט שוין יא ארויס וואויטען גייט מען מיט א פארשטאפטע נאז און די עסקן איז דיך יעצט שילדיג די גאנצע וועלט.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

טוב לב האט געשריבן:א יאר צוריק איז געווען א גזירה אז מ'זאל דארפן לערנען מיט די קינדער צען שעה א טאג לימודי חול, וואס אויב דאס וואלט מקיום געווארען וואלט עס געמיינט א געהעריגע גזירת גירוש.
למעשה האבען עס די עסקנים אויסגעפייט און מבטל געווען די גזירה. אנשטאט מקיר טובה זיין דעם עסקן אין אוועקגעבן פאר אים (דיר) די פינף מינוט, אין אים א טראפקעלע גרינגער מאכן די עבודת הקודש, איז מען פיל מיט טענות און ווען מ'גייט שוין יא ארויס וואויטען גייט מען מיט א פארשטאפטע נאז און די עסקן איז דיך יעצט שילדיג די גאנצע וועלט.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
הייליגע טייערע ווערטער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

הענדימען האט געשריבן:
כלל וכלל האט געשריבן:קודם קלארצישטעלן, איך האב געוואוט פאר דזשאו לענטאל! מיט א פארשטאפטע נאז ווי יענער זאגט.

;l;p- די זכות זאל דיר ביישטיין


כ'גיי מיך נישט שטעלן אויף יעדעס ווארט וואס דו האסט דאך געשריבן. כאטש דו האסט געשריבן אמת'ע און שטארקע פוינטס. דאס וועל איך לאזן פאר דיר. איך גיי נאר שרייבן וואו דו גרייזט


יעדער פארשטייט אז ס'איז אסאך וויכטיגער צו ראטעווען אידן פון דעם שפיטעלער מצב ווי עפענען פארקס. יעצט לו יצויר אז עסקנים דארפן מאכן א דעסידזשען צווישן די צוויי, וואס וואלט געווען די ווינט אויפ'ן גאס? וואס וואלטן די וואטסעפפער געשריגן?

די וויליאמסבורגע עסקנים און ספעציעל ר' מ"ד ווייסן וויאזוי צו ארבעטן שטיל, זיי האבן יארן עקספיריענס און יארן קאנעקשנס. און אזוי קענען זיי ב"ה העלפן אסאך אידן אין אמת'ע סכנות

איך פערזענליך בין אויף די אנדערע זייט פון ר' מ"ד אין די טעגלאשע סומאטוכע און דא האט ער מיך טאקע געהאט פארלוירן ווייל ער האט גענוצט זיינע קאנעקשנס קעגן מיינע אינטערעסן אבער ער דיזערווט נאכאלץ זיין קרעדיט און טראסט

יעצט ווען האט געארבעט באחדות מיט ר' נ"מ איז נישטא קיין שום סיבה העולם אין נישט צו געבן פולע טראסט



אונז ווייסן אלע אז אין אמעריקע זענען דא פילע אגענטורן פון וועלכע מ'הערט ווייניג. מיינס דאס אז זיי טוהען גארנישט?


רוב (אויב נישט אלע) קעיסעס וואס ווערן באהאנדעלט דורך עסקנים זענען פריוואט.און אסאך זענען גאר "האקל". קענסט מיר זאגן וויאזוי דאס דארף צו ווערן פובליק אינפארמעישן?

אפשר זאלן זיי אויך ארויסלייגן בילדער פון אלע געהאלפענע? אפשר אויך די פאון רעקארדס און טרענסקריפטס?



חגי האט געשריבן:נו, וואס דארף ווערן געטוישט דא אין שטאט? #למעשה

מ'דארף אויפהערן אויסהערן די אויבער חכמים און אנשטאט טראכטן וואס נאך קענען עסקנים טוהן פאר מיר זאל מען טראכטן וואס קען איך טוהן צו פארגרינגערן פאר די עסקנים זייער ארבעט

;l;p-
זייער גוט געזאגט אבער כבין גראדע מיט איין זאך יא מחולק מיט דעם חלק פון ארבעטן שטיל וואס דאס איז שיטת ר' משה דוד און אני הקטן און אויך העסקן ר' נפתלי משה אבן יא געשריגן הויעך איבער די שפיטעלער און אויך לגבי חינוך און ביי ביידע האלט איך איז דאס געווען מער סוקסעס כאטש איך מאך נישט אוועק שיטת ר' משה דוד
אבער דאס איז אלעס חילוקי דיעות אויף וויאזוי צו באקעמפן די גזירות אבער וואס איז קלאר אז למעשה דארף מען אלע השתדלות אינאיינעם
אבער ווען סקומט צי א בלאק וואוט איז חילוקי דיעות א שאס אין די אייגענע פיס, ממוז זיך פאראייניגן אויב וויל מען קענען מארגן עפעס באקומען אין אלבעני אדער אפילו העכער!

און יא יעדער וואס האט געשטימט זאל וויסן קלאר און אריינאטעמען מיט א אויפגעשטאפטע נאז אז אשרי לי אז כהאב א חלק אין ראטעווען אידישע קינדער בכלל ובפרט אין וויליאמסבורג און אין ניו יארק אין חינוך און אין שפיטעלער און אין סיי וואס בעבר בהוה ובעתיד! אשרינו מה טוב חלקינו!
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

און צום פותח האשכול די רעדסט דברים של טעם ביים סוף פון דיינע ווערטער אז מדארף אנהייבן מאכן א בלאקוואט אינאיינעם ווי אין ב"פ מאנסי ק"י און דאס איז וואס מהאט נעכטן אנגעהויבן ב"ה און אנשטאט צו אראפרייסן זיי מחזק די גוטע התחלה און לייג צי עצות על העתיד אי"ה
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

פאר א קליינע דוגמא: די גזירת ברית מילה איז געווען א גזירת כלל און סאמהאו האבן די טעגלאשע דא-נאטינג ג עסקנים עס אויסגעפייט

גזירת החינוך איז א גזירת כלל און רמ״ד שטייט אין שפיץ פון די מערכה מיט נאך עטליכע עסקנים

דעיס אז די אידיש-רעדנע פאליטישאנס פון ב״פ מאכן גרודער ווען מטוישט גארביזש פיקאפס און רופן פון די-בלא-זיראס רעזיגנאציע איז נישט די אבן הבוחן
ודו״ק כי קצרתי

ווער סוויל פארשטיין דארף מען נישט מסביר זיין און ווער נישט איז להיפך
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

קרייסלער האט געשריבן:ווער סוויל פארשטיין דארף מען נישט מסביר זיין און ווער נישט איז להיפך
;l;p- ;l;p-
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

קרייסלער האט געשריבן:פאר א קליינע דוגמא: די גזירת ברית מילה איז געווען א גזירת כלל און סאמהאו האבן די טעגלאשע דא-נאטינג ג עסקנים עס אויסגעפייט

גזירת החינוך איז א גזירת כלל און רמ״ד שטייט אין שפיץ פון די מערכה מיט נאך עטליכע עסקנים

דעיס אז די אידיש-רעדנע פאליטישאנס פון ב״פ מאכן גרודער ווען מטוישט גארביזש פיקאפס און רופן פון די-בלא-זיראס רעזיגנאציע איז נישט די אבן הבוחן
ודו״ק כי קצרתי

ווער סוויל פארשטיין דארף מען נישט מסביר זיין און ווער נישט איז להיפך

צום פוינט!
אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:41 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משק ביתי »

איך וואלט נאר מייעץ געווען יעדער וואס איז נאך מסופק דערון זאל זיך אויפזוכן א איד וואס איז נעבעך אפילו בלויז איינמאל אריינגעפאלן און פראבלעמען אדער א עסקן וואס האט אמאל געסקנט און עני נושא און זיי פרעגן שטילרהייט ווי מדארף זיך ווענדן בעת צר צי אונזערע געטרייע עסקנים דא און ווילי וואס ארבעטן ריין לש"ש לצורך כל יחיד ויחיד בלי פאמפע אדער צי די מעכטיגע שרייערס פון בארא פארק- און ער וועט שנעל ווייטער קענען אטעמען ווי געהעריג..
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

נאך א נקודה פאר איך טרעט מער נישט אריין אינדעם אשכול, א גוי וואס טוט א טובה פאר א איד וויל נישט און סאיז נישט לטובתו אז מזאל עס מפרסם זיין, ער וויל נישט האבן די סטיגמע אלץ די אידן פריינד.

סטיוו לעווין האט אנגעפירט די פעטיציע בריוו אין סיטי קאונסיל איבער די שפיטעלער אבער סאיז אינו נקראת על שמו משום טעם הנ״ל

אגב דאגב ווען סענעטאר שומער איז געקומען מנחם אבל זיין העסקן שלום דייטש און מהאט ארומגערעדט איבער פארשידענע ענינים און איבערהויפט איבער גזירת החינוך און בתוך דבריו האט שומער געזאגט משיח לפי תומו: משה דוד האט מיך נאך קיינמאל נישט געקאלט צו טוהן פאר אים א פרעזענליכע טובה, אלץ איז עס פאר א צווייטן

דעי סטעיטמענט רעדט וואליומס

וויפיל מאל האב איך מיר שוין אנגעשטויסן אין דעי נאמען אין די לעצטערע פאר יאר ווען מהאט געדארפט ערלעדיגן פאר אידן אין די תפיסות??? מדארף יעדעס מאל איינמעלדן פאר איי וועלט אז מהאט עפעס ערלעדיגט פאר א איד דורך א גויאישע פאליטישאן

צווחין ככלבים הב הב
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

עס איז מעגליך אז פאר די באורד און עדיוקעישאן האבן די פעטיציעס אויסגעמאכט - עכ"פ אינאיינעם מיט די אונטערן טיש פארהאנדלונגען.

און די פעטיציעס האבן געוואלטיג וחביריו אנגעדרייט
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
Browsing
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Browsing »

איך קוק מיר דא ארום און עס וואונדערט מיר זייער שטארק, אויף וואס בויעט מען די געביידעס דא?

עס קומען ארויף אידן - איך בין זיכער זיי מיינען נישט קיין שלעכטס, בלויז פון גוטסקייט צו העלפן יהדות ניו יארק - און פארלאנגען א דירעקציע טויש איבער עסקנות האנדלונג מיט די פאליטישאנס.

איינער שרייבט אז ווען עס וואלט געווען מער קאנעקשאן צום ציבור וואלט געווען מער מענטשן, א צווייטער שרייבט אז ווען די פאליטישאנס וואלטן געפייט פאר אונז וואלט דער עולם גרינגער ארויסגעקומען שטימען, אאו"ו.

אבער מהיכי תיתי?

קען זיין אז די אידן זענען גערעכט, אבער לאמיר אייך פרעגן, אויף וואס איז געבויעט אייערע ווערטער?

איז אין בארא פארק - ווי די פאליטישאנס זענען שטערקערע היץ קאפ, און לפנים זענען זיי זיכער מער דא ווי די וומסב"ג - דא א שטערקערע וואל באטייליגונג פראצענטועל???
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

קרייסלער האט געשריבן:פאר א קליינע דוגמא: די גזירת ברית מילה איז געווען א גזירת כלל און סאמהאו האבן די טעגלאשע דא-נאטינג ג עסקנים עס אויסגעפייט
האב איך געמיינט אז די בלאזיא האט עס ערלעדיגט, וואס ווי באקאנט איז ער נישט געשטיצט געווארען
גזירת החינוך איז א גזירת כלל און רמ״ד שטייט אין שפיץ פון די מערכה מיט נאך עטליכע עסקנים
כפי ידיעתי שטייט ר' ב"צ ווידער אין שפיץ פון די מערכה
דעיס אז די אידיש-רעדנע פאליטישאנס פון ב״פ מאכן גרודער ווען מטוישט גארביזש פיקאפס און רופן פון די-בלא-זיראס רעזיגנאציע איז נישט די אבן הבוחן
ודו״ק כי קצרתי
קיין שום סתירה, מען קען העלפען פריוואט און יא מען קען העלפען מיט אנדערע זאכען, און דאס פעלט און וויליאמסבורג!

ווער סוויל פארשטיין דארף מען נישט מסביר זיין און ווער נישט איז להיפך
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קרייסלער האט געשריבן:פאר א קליינע דוגמא: די גזירת ברית מילה איז געווען א גזירת כלל און סאמהאו האבן די טעגלאשע דא-נאטינג ג עסקנים עס אויסגעפייט


הענדימען האט געשריבן:איך פערזענליך בין אויף די אנדערע זייט פון ר' מ"ד אין די טעגלאשע סומאטוכע און דא האט ער מיך טאקע געהאט פארלוירן ווייל ער האט גענוצט זיינע קאנעקשנס קעגן מיינע אינטערעסן אבער ער דיזערווט נאכאלץ זיין קרעדיט און טראסט

והמבין יבין #סאונדאון

לאמיר האפן אז די יעצטיגע צוזאמען ארבעט פון ביידע פראקציעס זאל ברענגן פירות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
שולחן ערוך איד
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 6:46 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שולחן ערוך איד »

פרוביר אויך האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:פאר א קליינע דוגמא: די גזירת ברית מילה איז געווען א גזירת כלל און סאמהאו האבן די טעגלאשע דא-נאטינג ג עסקנים עס אויסגעפייט
האב איך געמיינט אז די בלאזיא האט עס ערלעדיגט, וואס ווי באקאנט איז ער נישט געשטיצט געווארען
גזירת החינוך איז א גזירת כלל און רמ״ד שטייט אין שפיץ פון די מערכה מיט נאך עטליכע עסקנים
כפי ידיעתי שטייט ר' ב"צ ווידער אין שפיץ פון די מערכה
דעיס אז די אידיש-רעדנע פאליטישאנס פון ב״פ מאכן גרודער ווען מטוישט גארביזש פיקאפס און רופן פון די-בלא-זיראס רעזיגנאציע איז נישט די אבן הבוחן
ודו״ק כי קצרתי
קיין שום סתירה, מען קען העלפען פריוואט און יא מען קען העלפען מיט אנדערע זאכען, און דאס פעלט און וויליאמסבורג!

ווער סוויל פארשטיין דארף מען נישט מסביר זיין און ווער נישט איז להיפך

וואס מיינט ביי דיר אין שפיץ אינטערוויס אויף קול מבשר???
אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:41 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משק ביתי »

פרוביר אויך האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:פאר א קליינע דוגמא: די גזירת ברית מילה איז געווען א גזירת כלל און סאמהאו האבן די טעגלאשע דא-נאטינג ג עסקנים עס אויסגעפייט
האב איך געמיינט אז די בלאזיא האט עס ערלעדיגט, וואס ווי באקאנט איז ער נישט געשטיצט געווארען
גזירת החינוך איז א גזירת כלל און רמ״ד שטייט אין שפיץ פון די מערכה מיט נאך עטליכע עסקנים
כפי ידיעתי שטייט ר' ב"צ ווידער אין שפיץ פון די מערכה
דעיס אז די אידיש-רעדנע פאליטישאנס פון ב״פ מאכן גרודער ווען מטוישט גארביזש פיקאפס און רופן פון די-בלא-זיראס רעזיגנאציע איז נישט די אבן הבוחן
ודו״ק כי קצרתי
קיין שום סתירה, מען קען העלפען פריוואט און יא מען קען העלפען מיט אנדערע זאכען, און דאס פעלט און וויליאמסבורג!

ווער סוויל פארשטיין דארף מען נישט מסביר זיין און ווער נישט איז להיפך

האבעך געוואלט פעקטטשעק"ן צי דיבלאזיע איז נישט געשטיצט געווארן ביים לויפן, אבער ווען כ'האב געזען דיין ידיעה ביי די גזירת החינוך האבעך געזען אז ספעלט נישט אויס....
שולחן ערוך איד
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 6:46 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שולחן ערוך איד »

משה דוד האט נישט קיין שום פאליטישע אמט ממילא קומט ער נישט ארויף אויף קול מבשר נאר ווען עס פעלט זיך אויס נישט בלויז צו מאלן וואסער און מאכען גערודער און פארדעם טאקע קומט מען אין וויליאמסבורג ארויס מער שטומען ווי מאנסי ווען מהייסט ווייל מען האט פולע צוטרוי אין אים אלס עסקן אן קיין שום נגיעות
Browsing
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Browsing »

פרוביר אויך האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:פאר א קליינע דוגמא: די גזירת ברית מילה איז געווען א גזירת כלל און סאמהאו האבן די טעגלאשע דא-נאטינג ג עסקנים עס אויסגעפייט
האב איך געמיינט אז די בלאזיא האט עס ערלעדיגט, וואס ווי באקאנט איז ער נישט געשטיצט געווארען
גזירת החינוך איז א גזירת כלל און רמ״ד שטייט אין שפיץ פון די מערכה מיט נאך עטליכע עסקנים
כפי ידיעתי שטייט ר' ב"צ ווידער אין שפיץ פון די מערכה
דעיס אז די אידיש-רעדנע פאליטישאנס פון ב״פ מאכן גרודער ווען מטוישט גארביזש פיקאפס און רופן פון די-בלא-זיראס רעזיגנאציע איז נישט די אבן הבוחן
ודו״ק כי קצרתי
קיין שום סתירה, מען קען העלפען פריוואט און יא מען קען העלפען מיט אנדערע זאכען, און דאס פעלט און וויליאמסבורג!

ווער סוויל פארשטיין דארף מען נישט מסביר זיין און ווער נישט איז להיפך



זייער קלאר

רב"צ ווידער אין שפיץ פון חינוך.
ר"צ טישלער עפענט פארקס.
ר"י געשטעטנער העלפט אויפבויען אידיגע געגענטער מיט זיינע שארפע רעטאריק קעגן אנטעסעמיטיזם.
ר"י פריעד עפענט אויף די חדרים.

אבער דער נידערמאן מיט זיין קוטשמע רייט אויפן ציבור און געניסט פון ריזיגע פראצענטן פארן זיכער מאכן אז ווימסב"ג תושבים ליידן, און לאכט א גוטס אז עס איז געלונגען צו פארנארן העכער 6000 שטימען צו גיין וואוטען.

איך מיין אז ר' משה דוד האט נאכנישט געדאווענט ווייל ער קען נישט צו זיך קומען פון די געוואלדיגע געוואונס זיינעם...
ער איז שוין געלאפן אין באנק אויפפיקן זיין פרישע רייכע טשעקל...
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

משק ביתי האט געשריבן:
פרוביר אויך האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:פאר א קליינע דוגמא: די גזירת ברית מילה איז געווען א גזירת כלל און סאמהאו האבן די טעגלאשע דא-נאטינג ג עסקנים עס אויסגעפייט
האב איך געמיינט אז די בלאזיא האט עס ערלעדיגט, וואס ווי באקאנט איז ער נישט געשטיצט געווארען
גזירת החינוך איז א גזירת כלל און רמ״ד שטייט אין שפיץ פון די מערכה מיט נאך עטליכע עסקנים
כפי ידיעתי שטייט ר' ב"צ ווידער אין שפיץ פון די מערכה
דעיס אז די אידיש-רעדנע פאליטישאנס פון ב״פ מאכן גרודער ווען מטוישט גארביזש פיקאפס און רופן פון די-בלא-זיראס רעזיגנאציע איז נישט די אבן הבוחן
ודו״ק כי קצרתי
קיין שום סתירה, מען קען העלפען פריוואט און יא מען קען העלפען מיט אנדערע זאכען, און דאס פעלט און וויליאמסבורג!

ווער סוויל פארשטיין דארף מען נישט מסביר זיין און ווער נישט איז להיפך

האבעך געוואלט פעקטטשעק"ן צי דיבלאזיע איז נישט געשטיצט געווארן ביים לויפן, אבער ווען כ'האב געזען דיין ידיעה ביי די גזירת החינוך האבעך געזען אז ספעלט נישט אויס....

viewtopic.php?p=735058#p735058
אז יענער קען קענסטו אויך
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

Re: קרישקעלעך נאך די וומסב״ג עלעקשענס - צייט פאר דירעקציע טויש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

פון די מהלך פון זיין אינגאנצן שטיל ביז די בארא פארקע נויז מעיקערס איז דא א מיטל וועג, ווי למשל האלטן אינפארמירט די עולם אז די פאלעטישען האט געטון כך כך טובות די יאר פאר אחינו בני ישראל, אפילו די פאלעטישען וויל נישט עס זאל נקראת ווערן על שמו קען מען מאכן א סך הכל ווען ער קומט צי כ''א כיסליו וכדו'. נישט אנהייבן שרייען א מיניוט פאר די וואוטס, וואס דעמאלטס גייט מען וואוטען מיט א נאוז קליפ.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”