איך ווער א וואש מאשין!!!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

מיינע טייערע חברים איר הערט גוט! פופציגער איז מער נישט דער טיפיקל אינגערמאן, אן זיכער נישט קיין פשוטע פינקע-גרינער באנקנאט! צייטן טוישן זיך!

אין א דראמאטישער סטעיטמענט האט מעלת כבודי אויפגעדעקט די גרויסצוגיגע פלענער זיך צו טרענספארמירן צו א 'וואש מאשין'!!!

ווילט איר אודאי פארשטיין וואס האט אזוי צוגעצויגן פופציגער'ן צו ווערן פונקט אזא סארט מאשין וואס מענטשן פירן זיך אריינצולייגן שמוציגע וועש, וואס איז עפעס אזוי שפעציעל מיט דעם וואש מאשין?

איז אזוי,

געדענק איך ווען איך בין א חתן געווארן, פיינע צייטן געווען דעמאלס, אזוי בין תנור לכריים - נישט משועבד פאר מיין ראש ישיבה און נאכנישט משועבד פאר מיין אשת חיל, איז מיטאמאל געווארן דער מצב ערנסט, און מיין טאטע האט געלאזט וויסן א דאס איז עס, פופציגער טייערער, מען ברויך ווערן א מענטש!! דו גייסט חתונה האבן, און א פרוי איז א צווייטע סארט באשעפעניש און וואטעווער, סאו מען גייט שיקן חתן דינן צו א חתן מדריך!

כ'מוז מודה זיין, אז איך האב געכאפט א שטיקל טשיל ווען איך בין די ערשטע מאל געקומען צום מדריך, ער איז געזעצן דארט מיטן גאנצן ערנסקייט און מיר אנגעקוקט, כהאב געשפירט ווי א מארשמעלאו…

כהאב מיך אראפגעזעצט, נישט אויסגעטון מיין הוט אפילו - צו צייגן ערנסטקייט, פרובירט צו זיצן גלייך, נישט געקענט באשלוסן צו האלטן איין פוס אויף די אנדערע אדער ביידע גלייך אראפ, און נאך אזעלכע ספיקות נישט וואוסענדיג וויאזוי א 'ערנסטע חתן' דארף זיצן, אבער נאך איין צוויי שיעורים איז עס געווארן אקעי,

למעשה בין איך געווען זייער וואויל און אויסגעהערט אלע שיעורים שיין, און ווען מיין טאטע האט מיר געשיקט צו שיעורים ברבים בין איך אויך געזעצן שיין און געשריבן נאטיצן פונעם שיעור (וועלכע כהאב יוזשעלי נאכדעם פארגעסן אין מיין טאש און ס'אויסגעוואשן געווארן), און אזוי האב איך געגעינט נאלידזש ביי יעדע שיעור און איך בין געווען גרייט צום געשעפט!

קוק איך מיך אבער ארום אויף מיין נייע אויפטראגע, און איך זעה מיך ארום אז דא ליגט פאר מיר א דיקער בוך מיט אינסטרוקציעס!

-ווען דו קומט אהיים און דיין ווייב איז אויפגעלייגט רעאגיר מיט א שמייכל.

-ווען די מצב איז אנגעצויגן ווער פארשטומט.

-ווען זי קאלט דיר שרייען און שימפן גיב איר גערעכט מיט הכנעה.

-ווען זי וויינט פרוביר צו רעדן ווייעך און ווארים.

-ווען דו ביסט גערעגט אויף איר מאך דיך רואיג.

-און ווען וכו' וכו' וכו' (מיינסט טאקע איך געדענק אלעס?...)

האלאו, איינער קען מיר מסביר זיין וואס דא טוציך???
וויאזוי דארף אזא זאך געשעהן???
איך דארף מיך טאקע קענען אייביג אויסשטעלן מיין מוד לויט ווי יענער וויל? איז דאס שלום בית פון וואס מען רעדט???

ביז מיין טייערער אשת חיל אליינס האט מיר עס פארענטפערט,
געווען איז עס ווען זי האט מיר געבעטן אנצוצינדן דעם וואש מאשין, און לכבוד דעם האב איך געדארפט איינבייגן מיין גאנצן זעקל פלייש און פעטנס, און ס'ווערט מיר מיטאמאל ליכטיג פאר די אויגן! עס עפנט זיך פאר מיר א נייער וועלט! דער וואש מאשין האט אזא רעדל, און דו קענסט אים מאכן אין וועלכע גיסטע דו ווילסט! קענסט אים אנשטעלן אויף 'נארמאל' אדער אז דו ווילסט קען ער ספינען פאר דיינעטוועגן, און אזוי קענסטע אין א רגע טוישן זיין מוד! דאס אידאך דער יסוד פון שלום בייעס!!

-קען אפילו זיין אז דער סיבה פארוואס דער וואש מאשין צייכנט זיך אויס מיט די שלום בית כללים איז צוליב דעם וואס ער פלעגט אזוי געטריי אויסוואשן מיינע צעטלעך פון די שיעורים (כנ"ל), ווער ווייסט?...

אבער דער געדאנק פון דעם רעדל, דאס איז שוין עפעס וואס האט צו מיר זייער גערעדט! גלייך האב איך באשלאסן אז איך מוז מיך איינהאנדלען אזא רעדל,

דא קומט א וואש מאשין לשם ולתפארת!

מהיום והאלאו, ווען איך גיי טרעפן מיין רייסערישער חבר און ער גייט מיר אויסשטרעקן א פויסט איינצוקלאפן און ווארטן אויף מיין קאנטער אטאקע, וועל איך אין א רגע ווערן א רייסער און אריינגיין אין זיין מאוד,
ווען מיין חבר וואס גייט נישט אין שויער משבת לשבת גייט זיך זעצן נעבן מיר ביי א וואך נאכט און אנהייבן רעדן איבער זיינע פרומקייטן, וועל איך ווערן אזויווי אים,
ווען מיין בעבי חבר וואס רעדט איבער זיינע דזשאוקס וואס זענען אינטערסאנט ווי די פאריעריגע רעגן גייט מיר טרעפן אויפן באס און מיך האלטן האסטעדזש א שעה צייט, וועל איך ווערן בעביש אין א רגע,
ווען איך גיי אריינקומען אין דער ארבעט גיי איך ווערן ערנסט, און ווען איך גיי אריינגיין אין היימישע פארברענגען העט די ערנסטקייט דראפן,
און אזוי ווייטער, ס'קומען העווי טשעינדזשעס!

אלזא קום איך צו אייך טייערע חברים נאך מיט א קליינע בקשה, דער עולם זאל מיר ארויסהעלפן מיט רעפן א פאסיגער פלאץ וואו צו פלאצירן דעם רעדעלע, אפשר זאל מען אראפנעמען דעם איבעריגן צולעכערטן נעזל פון פנים און אנשטאט ארויפלייגן אזא דרייערל מיט סעטטינגס? וואס זאגט עטס?
לעצט פארראכטן דורך פופציגער אום דינסטאג יוני 23, 2020 4:12 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

:lol: :lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

איך ווער ליטערלי משוגע פאר דיר...
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

פופציגער האט געשריבן:...

קריעטיוו ביזגאר,

יעדעס מאל ווער איך מער און מער דיין חסיד.



פאר אפופציגער העסטו א וואש מאשין א גוטס נישט געפינען...


קענסט האבן פאר ביליגער א סלאש איעדע וואך פארן עקרת הבית
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

איי איי איי
דער שפייט ארויס נאסע ארטיקלען איינס נאכן צווייטן
איי געס אין יעדע וואש מאשין סעטינג, קומט א אנדערע ארטיקל, זאג מיר ווען די ביסט ביי דעלעגעטס
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

יעדע מאל וואס איך באזיך אייוועלט איז דא א פריש'ס און א גוטס פון דער נייער כוכב!

מיין בויך טוט מיר שוין וויי פון אזויפיל לאכן, דו ביזט בעסער ווי גוט, בעסער פון בעסער, איינס בעסער פונעם צווייטן! איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו קאמפלעמענטירן.

נאר איין הערה, א מקוה ארטיקל האסטו נאכנישט געשריבן, כמנהג המקום....
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

עכט היימיש האט געשריבן:יעדע מאל וואס איך באזיך אייוועלט איז דא א פריש'ס און א גוטס פון דער נייער כוכב!

מיין בויך טוט מיר שוין וויי פון אזויפיל לאכן, דו ביזט בעסער ווי גוט, בעסער פון בעסער, איינס בעסער פונעם צווייטן! איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו קאמפלעמענטירן.

נאר איין הערה, א מקוה ארטיקל האסטו נאכנישט געשריבן, כמנהג המקום....

סידאך געווען קאראנע צייטן, האמיר נישט געהאט קיין מקוה...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
אלטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9970
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטער »

:lol: :lol:
דו ביסט פיינע ווארע!
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחה ונחת »

פופציגער!
א זאפטיגע שפראך האט איר ;l;p-
בעל מנוחה
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:08 pm

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מנוחה »

זיס און זאפטיג!!!
וירא מנוחה כי טוב ויט שכמו לסבול
ווען מען איז זיך סובל קען מען שפירן די ריכטיגע מנוחה
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

וואף דער איז גוט,

דערמאנט פון די אלטע געזעסענע שרייבערס דא,

___
ס'איז דא א וועג זיך צו אויפסיינען צו באקומען א נאטיפיקאציע ווען איין ספעציפישע ניק (כ'זאג נישט אויס וועכע) שרייבט?
The Divided States Of America
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

געוואלדיגע רעיונות, בליציגע געדאנקען, שרייב ווייטער

(אגב להערה בעלמא, האב איך אמאל געהערט מחכם אחד זאגן, אז נארמאל איז א אפשען נאר אויפן וואש מאשין, זיי זאגן אז פאר מענטשן איז דאס גענצליך א נוצלאזע אפשען)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

איך ווער גוט מיט דיר! קום אין אישי.... איך מוז זיך באקענען מיט דיר!
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

פופציגער איז מחזיר עטרה ליושנה דא אויפן וועלטעל.

געוואלדיג געוואלדיג קיפ איט קאמינג
נראה
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2020 12:05 am

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נראה »

און ווען דער חבר וויל א פופציגער וועט מען ווערין א פופציגער


קיוט ארטיקלען
קיפ איט אפ
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

הערליך.
זייער גוט געשריבן!
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

פופציגער האט געשריבן:מיינע טייערע חברים איר הערט גוט! פופציגער איז מער נישט דער טיפיקל אינגערמאן, אן זיכער נישט קיין פשוטע פינקע-גרינער באנקנאט! צייטן טוישן זיך!

פופציגער די ביזט פיינע פרישע נייעס!!! איך מוז דיר קענען און ריעל לייף, פון דיינע ארטיקלען קוקט אויס ווי ס'רינט זאפטיגקייט פון דיר! ווי קען איך דיר טרעפן?
(אגב איך גיי אסאך ארום נאך געלט אפשר גיבסטו מיר א פופציגער???)
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח פאר די דברי חיזוק!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

פופציגער האט געשריבן:יישר כח פאר די דברי חיזוק!

דו ביסט לעכטיגע נייעס!
א מין פרייליכע מאוד, קיפיראפ ענד קיפ איט קאמינג.

---
לגופו של ענין, סיריעסלי, אויב דו באגייסט דיך מיט יעדעם לפי מצבו ורוחו, ווער ביזטו אליינס?

כ'מיין צו פרעגן, א קאמיוניקעישאן איז דאך נאר ווען אנדערע זענען אינוואלווד. אין אויב שטעל מיר זיך אלעמאל צו צו יענעם'ס פערסינאליטי, דאן וואס פאר א פערסאנאליטי האב מיר אונז אליין?
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

פריטלעך האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:יישר כח פאר די דברי חיזוק!

דו ביסט לעכטיגע נייעס!
א מין פרייליכע מאוד, קיפיראפ ענד קיפ איט קאמינג.

---
לגופו של ענין, סיריעסלי, אויב דו באגייסט דיך מיט יעדעם לפי מצבו ורוחו, ווער ביזטו אליינס?

כ'מיין צו פרעגן, א קאמיוניקעישאן איז דאך נאר ווען אנדערע זענען אינוואלווד. אין אויב שטעל מיר זיך אלעמאל צו צו יענעם'ס פערסינאליטי, דאן וואס פאר א פערסאנאליטי האב מיר אונז אליין?


ביסטעך הייליג און טייער גערעכט!
דאס איז דער פראבלעם מיט די היינטיגע פארפוילטע דעפלאמאטישקייט - א אריכות פאר זעך.

ווען דו וועסט רעדן מיט מיר וועל איך רעדן ווי א פריטל און דו ווי א פופציגער,
האט דאס א פשט? פארוואס קען איך נישט זיין פופציגער און דו פריטלעך?

ווי גייט דער ניגון? ווייל ווען איך בין דו ווייל דו ביסט איך .... וגו'
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

פופציגער האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:יישר כח פאר די דברי חיזוק!

דו ביסט לעכטיגע נייעס!
א מין פרייליכע מאוד, קיפיראפ ענד קיפ איט קאמינג.

---
לגופו של ענין, סיריעסלי, אויב דו באגייסט דיך מיט יעדעם לפי מצבו ורוחו, ווער ביזטו אליינס?

כ'מיין צו פרעגן, א קאמיוניקעישאן איז דאך נאר ווען אנדערע זענען אינוואלווד. אין אויב שטעל מיר זיך אלעמאל צו צו יענעם'ס פערסינאליטי, דאן וואס פאר א פערסאנאליטי האב מיר אונז אליין?


ביסטעך הייליג און טייער גערעכט!
דאס איז דער פראבלעם מיט די היינטיגע פארפוילטע דעפלאמאטישקייט - א אריכות פאר זעך.

ווען דו וועסט רעדן מיט מיר וועל איך רעדן ווי א פריטל און דו ווי א פופציגער,
האט דאס א פשט? פארוואס קען איך נישט זיין פופציגער און דו פריטלעך?

ווי גייט דער ניגון? ווייל ווען איך בין דו ווייל דו ביסט איך .... וגו'

גוט גוט...

און אויב טרייסטו יא צו זיין "דיך אליין", דאן ביסטו סעלפיש / סנאב, און וואס נישט....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

פיינע נייַעס
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

דער איד דארף חיזוק
ליין ציווישען די שורות
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

צביירושלים האט געשריבן:דער איד דארף חיזוק
ליין ציווישען די שורות

איך האב צווישן די שורות געזען א פרייליכע צופרידענע יונגערמאן, מיט איין ערנסטע חסרון... א גוטע פעדער.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
התגלות
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2020 12:57 pm

Re: איך ווער א וואש מאשין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התגלות »

מ'קען זייער גרינג זיין זיך אליינס

ס'קאסט נאר די פרייז פון זיין דער משוגענער

אבער פאר א פופציגער? כמיין ס'לוינצעך
הנה ימים באים נאום ה'..... ויקיים בי מקרא שכתוב ....ונגלה כבוד השם.....אה..לעכטיג...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”