אן עלטערער בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

אן עלטערער בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

בס"ד
א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

איך בין געבוירן פונקט ווי יעדער
א קליינע בעבי גרינג ווי פעדער
יעדער צו מיר א שמייכל
איך לאך צוריק ווי מיט שכל
א זיס לעכטיג קינד
יעדעמס שמייכל איך אנצינד
ווען איך בין געווארן דריי
שוין אין חדר איך גיי
שפילן לערנען און פארברענגען
מען דארף זיך נאכנישט אזוי אנשטרענגען
אבער איך בין געווארען גרעסער
איך לערן שוין פון פארלוירענע פעסער
געשמאק פארברענגט די חדר יארן
אין ישבה איך גיי שוין פארן
מיט האפונוג צי שטארק שטייגן
מען זאל זיך נישט אויף מיר פארלייגען
די באשעפער געהאלפען האט
א תלמוד חכם איך ווער שוין אט
מיט גוטע חבירים ארומגענומען
א גוטע צימער אין דאמ. באקומען
די ראש ישבה איז צופרידן
איך האב זיך געטוען גוט איינגלידן
אבער ישבה קטנה שוין אויך פארטיג
צו ישבה גדלה ארויפגעריגט
איך שעפשע שטיל צום באשעפער
איך זאל דא ווערן נאך בעסער
מיין תפלה נתקבל געווראן
איך שטייג א רויז נישט קיין דארן
ב''ה מען ווערט שוין עלטער
בחורים שוין ביים באשא מיט די קיכן און סעלטזער
מען הערט שוין א מזל טוב
מען ווינטשט זיך ברכות לרוב
די כתה הייבט שוין חתנים ווערען
פון חתונות דער עולם טוט שוין קלערן
א האלבע כתה איז שוין אינדערויסן
סטוט זיך שוין חתונות אין גרויסן
די עולם הייבט אן א נייע לעבן
זאל גאט זיי אלס גוט געבען
---------
אבער אין די זייט
מיין קערפער דארט שטייט
אנגעצויגענקייט אן א מאס
איך קען נישט פארשטיין פארוואס
די טעלעפאן נאך שטיל
א חתן ווערן אויך איך וויל
איך וויל מיר אויך ווייטער ריקן
ווען קומט מען מיר שוין קיקן
סאיז שוין חתונה געהאט מיין קלאס
פארוואס בין איך נאך אליין צו שפאס
נאך א יאר אין נאך א יאר ארובער
די שדכנים ווערן שוין שטומער
מיין נאמען ווערט שוין פארלוירן
מיינע חביים שוין זייערע אייגענע אפגעשוירן
איך בין געבליבן אין די מארקעט אליין
ווער קען משג זיין מיין פיין
פארוואס פון מיר שוין נישט מטראכט
די שדכנים שוין מיין קעיס פארמאכט
געבליבן פון ישבה די זיידע
דריי יאר יונגערע שוין ביים סעודות פרידה
איך פיל מיר עלנד אין מיין וועלט
פארוואס טוען פאר מיר האט מען אפגעשטעלט
פארוואס מיין נאמען פון אויבערפלאך באגראבן
צו האב איך נישט די מצווה פון חתונה האבען
נאךאזוי לאנג ווארטען אויף מיין זיוויג
ווי קען איך נאך זיין גוטמוטיג
וואס איז מיין חסרון מיין פעלער
פארוואס מיין מארקעט פון גוטע ווערט שמעלער
פארוואס נאר א יונגערמאן ארבעטן מעג
צו טאר איך נישט אנפילן מיינע טעג
ווי לאנג קען איך נאך אליינס זיצן
פארוואס ארבעטן מיין נאמען גייט פארשמיצן
פון א אכצן יונגערמאן בין איך ווייניגער אנערקענט
צו בין איך נערישער ווייל מיר לענגער עס נעמט
צו קומט מיר צו ווערן אויסגעשפיגן
צי בין איך נישט פונקט ווי יעדען אין לעבען געשטיגן
פארוואס די איינצוגסטע וואס נעמען מיר נערמאל
זעמען די וואס זענען ארויסגעפאלען פון כלל
טייערע ברודער נעמטס מיר אריין
אין מיין עיזשס סביבה אנגענומען איך וויל זיין
הערטס אויף שישקענען אין ברומען
הערט אויף מיין גלייכברעכטיקייט צי פארשטומען
פון א נארמאלע מענטש געטס מיר די געפיל
די צרה פאר זיך איז גענוג פיל
אין צו ענק שדכנים איך ווייס סשווער
אבער ביטע דערמאנטס ענק מיין נומער
לייגטס אריין אביסיל קאפ און ארבעט
השם באצאלען ענק וועט
טוטס אויפרעכטן א ציבראכענע נשמה
הערטס ענק צו צום קול דממה
כלל ישראל ווייזט'ס ארויס ענקערע שיינע קאלירן
און טוטס נישט ענקערע עלטערע בידיים פארלירן
והעיקר טאטי און הימעל פליז פיר אויס
די בת קול וואס פערציג טעג פארן געבורט איז ארויס

(גראדע בין איך נישט קיין אלטע בחור און איך האב פרי א חתונה געהאט אבער ליינענדיג א בריוול פון א עלטרע בחור האט עס מיר געמאכט דאס שרייבן)
לעצט פארראכטן דורך ניין און יא אום מאנטאג יוני 22, 2020 11:48 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב איז נאך א בחור? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

שיין צאמגעשטעלט!
ה׳ זאל אויפרעכטען אלעמען
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב איז נאך א בחור? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

.
אטעטשמענטס
די בריוול
די בריוול
36059.jpeg (443.16 KiB) געזען 4327 מאל
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב איז נאך א בחור? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

ניין און יא האט געשריבן:איך שטייג א רויז נישט קיין דארן

הערליך געשריבן!

אבער די שורה האט מיר זייער באנומען... הלמאי? אז ס'מיר באשערט געווען אויסצושטייגן א דארן, נישט א רויז, מעג מען אויף מיר טרעטן?...

"דיין חבר איז א דארן? מאך אים נישט שווערער"...

"דארן לייווס מעטטער"...
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב איז נאך א בחור? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

זייער שיין!
גלייך פארשטאנען אז איר זענט אונטער די השפעה פונעם מאמענט בריוול וועלעכע איז אגב זייער הארציג און באנומענד און איבער אלעם; אמת ויציב.
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
והיא שעמדה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 08, 2020 5:34 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב איז נאך א בחור? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיא שעמדה »

נשמת השכל האט געשריבן:זייער שיין!
גלייך פארשטאנען אז איר זענט אונטער די השפעה פונעם מאמענט בריוול וועלעכע איז אגב זייער הארציג און באנומענד און איבער אלעם; אמת ויציב.

הערלעך שיינע גראמען!! שוין איבערגעליינט עטליכע מאל.
יא איך האב אויך געליינט דעם בריוו אין מאמענט, עס האט מיך געברענגט צו טרערען, גראדע האט דער בחור א מעכטיגע פעדער, איך האב עים ג'אימעילט אפאר טייערע ווערטער.
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5511
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב איז נאך א בחור? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

דאס וואס ער טענהט אז מען דארף מאכן אז עלטערע בחורים זאלן מעגן האבן א דזשאב אזוי ווי מיידלעך, עס איז למעשה זייער שווער צי טוישען די מציאות, אז דער עולם זאל ווילן א בחור וואס ארבעט, אוודאי איז געווען אלע דורות אז א בחור האט זיך געקענט אויסוועלן וואס צי טוהן, אדער זיין א שניידער ביי בערטשע אדער זיין און די חת''ס ישיבה, אבער פרעג היינט יעדעם וועם ער וואלט גענומען זיכער א תלמיד פונעם חת''ס,וואס איז די סיבה דערצו?? 1) אמאל זענען געווען אמתע עמי הארצים, און פונקט ווי מען האט זיי געקענט פארקויפען וואס מען וויל איז ביי א שידוך אויך נישט געגאנגען אזוי שווער, אבער היינט איז שוין כמעט נישט דא בחינת עמי הארצים,יעדער וויייסט שוין פונקטליך וואס מען וויל 2) און אמאל האט מען געדארפט געבן ''נדן'' און נישט יעדער האט זיך עס געקענט ערלויבן האט מען געוויסט אז דאס איז עס.. עס זענען געווען טאקע בעלי מסירות נפש וואס האבן זיך אפגעשפארט אבער נישט יעדער,
לעצט פארראכטן דורך נתן בן ופסי אום דינסטאג יוני 23, 2020 2:05 am, פארראכטן געווארן 6 מאל.
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

מהאט מיר געבעטן צו טוישן קעפל ווייל סצומישט
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אוי האב איך דא היבש צולייגן!!!
אבער (נישט עכט) דער בחור קען זיך אליין קאטעגארייזען אלס א נארמאלע בחור. א עידזש קאן זיין א פאקט אלס א לעבן פראבלעם, אדער קאן עס זיין א נאמבער וואס מיט גוטע מעTH קאן זיך עס מיט די צייט אויסגראדען.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

מחשב האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:@מחשב, צופיל טראכטן איז אויך נישט גוט. מ'טוט אן די שטריימל, מ'שמייכלט, מ'טוט עס אויס, און שוין. ביי רוב בחורים איז עס נישט מער ווי א וויץ און פארטיג. אסאך בחורים שעפען אסאך הנאה פון די עטענטשען. האסט אמאל געזעהן א בחור ווערען באליידיגט? איך האס שוין געזען א בחור באליידיגט פארן באקומען גלילה. זאל איך יעצט אויפהערן געבען גלילה פאר בחורים וועגען אים?

ווי אזוי לערנט מען זיך אויס נישט צו טראכטן?.. :wink:

אז דו רעדסט וועגן גלילה דארף מען אויך נוצן דעם קאממאן סענס. א יונגע בחור איז נישט קיין פראבלעם, אבער ס'איז נארמאל פאר א בחור נישט צו ווילן ווערן אפגעסטעמפלט אלץ צווייט קלאסיג פאר וועם מ'געט די ספעציעל דעזיגנירטער כבוד פון "גלילה"..

און אז מ'רעדט שוין האלט איך אז זיי זענען גערעכט, און איך ווייס נישט פארוואס ס'איז דא (ביי טייל) דער הרגשה אז א בחור איז א בריה פאר זיך, און זיי פאדערן אן אנדערע התייחסות. זיי זענען פונקט אזעלכע אידן ווי די פארהייראטע...

און אזווי דו טראכסט נישט צווי מאל פארן לייגן א שטריימל אויף א פארהיירעטע דארפסטו דא אויך נישט טראכטן....
א בחור ביז די צוואנציג נעמט די זאך נישט פערזענליך, (אויב יא, איז ער סענסעטיוו).
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אויפוואכונג: דיין חבר/קרוב איז נאך א בחור? מאך אים נישט שווערער!!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

חוח בין השושנים האט געשריבן:
ניין און יא האט געשריבן:איך שטייג א רויז נישט קיין דארן

הערליך געשריבן!

אבער די שורה האט מיר זייער באנומען... הלמאי? אז ס'מיר באשערט געווען אויסצושטייגן א דארן, נישט א רויז, מעג מען אויף מיר טרעטן?...

לא מיבעיא קאמר. ווער וועט זיך וואגן טרעטן אויף א דארן? אויף א רויז איז כאטש דא א נסיון!

@ניין און יא, גאר הארציג. הלוואי זאל טאקע זיין א ישועה אין דעם הינזיכט; בחורים עם בפני עצמן הן, רוב מענטשן טראכטן נישט פון זיי אפילו.

#יא און יא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

סטיטשינער האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:@מחשב, צופיל טראכטן איז אויך נישט גוט. מ'טוט אן די שטריימל, מ'שמייכלט, מ'טוט עס אויס, און שוין. ביי רוב בחורים איז עס נישט מער ווי א וויץ און פארטיג. אסאך בחורים שעפען אסאך הנאה פון די עטענטשען. האסט אמאל געזעהן א בחור ווערען באליידיגט? איך האס שוין געזען א בחור באליידיגט פארן באקומען גלילה. זאל איך יעצט אויפהערן געבען גלילה פאר בחורים וועגען אים?

ווי אזוי לערנט מען זיך אויס נישט צו טראכטן?.. :wink:

אז דו רעדסט וועגן גלילה דארף מען אויך נוצן דעם קאממאן סענס. א יונגע בחור איז נישט קיין פראבלעם, אבער ס'איז נארמאל פאר א בחור נישט צו ווילן ווערן אפגעסטעמפלט אלץ צווייט קלאסיג פאר וועם מ'געט די ספעציעל דעזיגנירטער כבוד פון "גלילה"..

און אז מ'רעדט שוין האלט איך אז זיי זענען גערעכט, און איך ווייס נישט פארוואס ס'איז דא (ביי טייל) דער הרגשה אז א בחור איז א בריה פאר זיך, און זיי פאדערן אן אנדערע התייחסות. זיי זענען פונקט אזעלכע אידן ווי די פארהייראטע...

און אזווי דו טראכסט נישט צווי מאל פארן לייגן א שטריימל אויף א פארהיירעטע דארפסטו דא אויך נישט טראכטן....
א בחור ביז די צוואנציג נעמט די זאך נישט פערזענליך, (אויב יא, איז ער סענסעטיוו).

און אז ער איז סעסעטיוו? און אויב "אסאך" בחורים זענען סענסעטיוו? דארף מען זיך מיט דעם רעכענען.
קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:49 pm

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונדיטון »

זייער שיין געשריבן!

איך ווייס נישט אויב איך מעג אריינרעדן ווייל איך בין ב״ה נישט געווען אלט ביי די חתונה, אבער איך שטים צו מיט דעם פארווייטאגטער עלטערער בחור אז יא די האסט א רעכט זיך צו פירן לויט דיין עידש, איך בין שטארק מחזק א בחור העכער די צוואנציג צו גיין זוכן א זשאב און האבן א שטרענגע סדר היום, און איך בין ביי מיר ברור אז עס וועט אים נישט שאטן צום שידוך, נאר אדרבה עס וועט נאך מער הייבן זיין שעצונג. איך האב דאס מיט געהאלטן כמה פעמים.

בד״א, איך בין זיך נוהג צו רופן די עלטערע בחורים פון בהמ״ד מיט וועם איך האב באקאנטשאפט מיט א ר׳.
שרייב-פעדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייב-פעדער »

די ווייטאג פון אן אלטן בחור, איז באמת אומבאשרייבליך.
בפרט, אז ס'איז נישטא געהעריג אויף וועמען צו אויסגיסן די כעס און ווייטאג.
א שוואכער בחור, וועלכער מוטשעט זיך צו טרעפן א ישיבה, גיסט אויס זיין כעס אויף אלע ראשי ישיבות, מנהלים וכו' וכו' וועלכע נעמען נאר אן גוטע בחורים וכו' וכו'.
א אוועקגעפאלענע בחור ל"ע, וועלכער ע"פ רוב האט נישט קיין גוטע טאג אין לעבן, גיסט אויס זיין כעס אויף זיינע עלטערן, מלמד, מנהל, מגי"ש, וועלכע האבן אים געפייניגט, געשלאגן, גערודפ'ט אומזיסט. לעצטנס אויכעט די ענגליש טיטשער וואס האט אים נישט גענוג געלערנט, און היינט קען ער נישט אליינס אויסשרייבן א טשעק, וכדו' וכדו'.
אבער דער אלטער בחור, וואס מוטשעט זיך מיט א שידוך, אויף וועם זאל ער אויסגיסן זיין כעס? אויף אלע טויזענטער מיידלעך פון די וועלט וואס האבן אים נישט אויסגעקליבן???
אויב וויל ער גיין ארבעטן, און האט מורא אז ס'וועט אים שאטן פאר א שידוך, אויף וועם זאל ער יעצט האבן טענות, אויף די גאנצע שטאט? אויף די גאנצע וועלט?
די ווייטאג איז זייער גרויס, און ס'האט נישט קיין געהעריגע אדרעס, ממילא טוט עס נאך מער וויי.
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.
abc12345
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 26, 2022 5:35 pm

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abc12345 »

איינער האט די גליון וואס עס איז אמאל ארויס געקומען וועגן אלטע בחורים.
abc12345
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 26, 2022 5:35 pm

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abc12345 »

abc12345 האט געשריבן:איינער האט די גליון וואס עס איז אמאל ארויס געקומען וועגן אלטע בחורים.
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

איך קען אויך נישט אריינרעדן ווייל כ'האב עס ב"ה נישט מיטגעמאכט
(מיין רבי אין א דרשה פאר שיעור ג' בחורים האט זיך אויסגעדרוקט אז "בחורים זאגן אז איך פארשטיי זיי נישט, און איך בין מודה! איך פארשטיי זיי טאקע נישט! איך האב עס נישט מיטגעמאכט" דא איז ער אריין אין א שמועס אז יעדער האט זיך זיין פעקל און עגמת נפש, און אז ער זעלבסט גייט אויך דורך עגמת נפש וכו'')

בענין גלילה, זענען פארהאן בחורים וואס עס איז ממש א בזיון! זיי ווילן מיך שעכטן פארן זיי מכבד זיין מיט גלילה! - היינט צוטאגס פאר איך האב די חוצפה צו מכבד זיין א בחור מיט גלילה פרעג איך אים צו ער קען באשטיין! די "שוידערליכע בזיון פון גיין גלילה".... (איי אין בית המדרש הגדול שושקעט מען זיך "ווער איז דער עושר וואס גייט גלילה? אבער שוין, גיי פאררעכט די וועלט...

מאידך גיסא זענען דא עלטערע אידן וואס ווילן נישט גיין קיין הגבה אויך נישט ביי קליינע ספרי תורה זיי זענען זיך מחיה מיט גלילה, אויב וויל איך אים געבן א כיבוד אויסער שלישי נעמט ער גלילה. און איך קען סתם אזוי אידן וואס ווילן דוקא גלילה ווייל זיי ווילן מכבד זיין די תורה...

---------------
בנוגע א דזשאב, איך קען נישט די מארקעט, איך מאך נאכנישט חתונה, אבער בעיני איז א בחור וואס איז ערליך, ער האט א שיעור בייטאג און ביינאכט, ער דאווענט מיט מנין, און האט נישט קיין סמארטפאון איז בעסער פון א בחור וואס זיצט אין שיעור ד' און ווערט משוגע פאר ליידיגגיין, איך בין א חתן געווארן ביי די אכצן אהאלב טראץ מיין עסקנות אין עפענטליכע פלעצער, דיין באשערטע וועט סייווי אנקומען בעתו ובזמנו, עס וועט דיר גארנישט העלפן...
------------
אז כ'רעד שוין פון שידוכים
איך זעה די וועלט פון שידוכים מאדנע ביז גאר, די השגחה עליונה איז אזוי בולט!!!
מיין פעטער האט געהאט א עלטערע בחור אין שטוב, האט ער נאך די שידוך מיט אן 18 יעריג מיידל געזאגט "ווען איך בין געווען אויף מיין מאמעס קבר און געוויינט "וואס וועט זיין מיט מיין @@@@עלע? און מיין מאמע איז געשטאנען דארט און געלאכט זאגנדיג "פארוואס וויינסטו? די מיידל איז נאך קארגע 15 יאר!..."

מיין ברודער איז געווען אביסל און עלטערע בחור - א חתן געווארן צו א מיידל 17 יאר

און אזוי אויך קען איך אנצייגן א שיינע צאל מעשיות וואס די כלה איז פשוט געווען צו יונג!!!
ווער רעדט נאך פון הר"ר פלוני אין מיין געגנט וואס די חתן איז 10 יאר עלטער פון די כלה - וואס איז געווען א מיידל...

סאו זיי נישט דעפרעסט, האב געדולד, און זיי נישט קיין דוחק את הקץ.

ווילסט דאך נישט אויסקוקן ווי די סגולה וואס האט פארשפראכן פאר מיינס א באקאנטער אן עלטערע בחור אז ער וועט א חתן ווערן , וכך הוה, טעמפערערי... קורץ נאך די חתונה גע'גט...

--------------
איך האב זייער הנאה פון די עלטערע בחורים וואס רידזשעקטן נישט מיך, זיי שמועסן מיט מיר נארמאל ווי א נארמאלע מענטש

אסאך מאל זענען די עלטערע בחורים אזוי דעפרעסט אז זיי רידזשעקטן די מענטשהייט!!! , מסתמא מיינט ער אז איך שמועס מיט אים ווייל כ'האב רחמנות אויף אים, אבער עס איז אן איינפאכער טעות, איך אנערקען דיך אלס מענטש, און ביטע רידזשעקט נישט.
------------
אבער באמת איז אן עלטערער בחור טאקע נישט קיין אינגערמאן, און עס איז דאך דא א שטיקל מרחק וואס וועט זיי נישט פאראייניגן ביז נאך דיין חתונה, ביטע פארשטיי און ווען דו וועסט שוין האבן חתונה געהאט וועסטו מיך פארשטיין אי"ה, ביזדערווייל גלייב מיך , און דאס זאל נישט זיין דער בלאקער צו ענדזשויען דיין לעבן....
די גאולה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2022 5:45 pm

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאולה »

צהלתו בפניו האט געשריבן:איך קען אויך נישט אריינרעדן ווייל כ'האב עס ב"ה נישט מיטגעמאכט

איך וואלט געזאגט אז די זאלסט אויסמעקען דיין גאנצע תגובה, נישט נאר די פארשטייסט נישט , נאר די ביזט די וואס גייען און געבן חיזוק און גלילה... די נקודה איז מאך נישט טו נישט, לאז געמאכט, אז די ווילסט זיי אים מכבד מיט א עליה פונקט ווי יעדע מענטש, די נקודה איז אז פון דיין זייט איז ער א human being פונקט ווי א געהייראטע מענטש, דאס אז ער האט נישט קיין ווייב איז נישט דיין פראבלעם,פונקט ווי דער אינגערמאן וואס האט נאכנישט קיין קינדער 2 יאר נאך די חתונה, ער איז פונקט ווי א צווייטע אינגערמאן , און ניטאמאל געב אים חיזוק, פיר דיך אויף צו אים פונקט ווי א צווייטע מענטש , דאס איז אויך לגבי צו ער האט א סמארט פאון צו נישט, דיין גאנצע תגובה איז ממש להיפוך וואס די דארפסט טין, פונקט ווי הונדערטע אינגעלייט די זעלבע יארגאנג פון דעם בחור האבן א סמארטפאון און די judged זיי נישט, פונקט אזוי ברענג עס בכלל נישט ארויף לטב או למוטב, איך גלייב נישט אז די גייסט פארשטיין וואס איך שרייב דא ...וועגן די האלטסט אז די פארשטייסט(נישט) אבער געזשאזשט האסטו אויף א נעקסטע לעוועל השם ישמרינו,
די בחורים וואס ריזשעקטען דיר איז וועגן די פירסט דיך מיט זיי אקוראט וואס די האסט דא געשריבן, אפילו די טענה'עסט אז נישט , אבער דאס איז די מציאות
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

איגען
איך פארשטיי זיי נישט
לגבי גלילה
האו עבאוט אז זיי זאלן מיך פארשטיין? פאלט אייך נישט ביי? אפשר קלאפט ער ארויס פון קאפ אז גלילה מיינט רחמנות? האו עבאוט אז ער זאל פארשטיין אז פונקט ווי איך בין מכבד מיין פרענד יאסי מיט גלילה בין איך אים מכבד מיט גלילה? דו ווייסט אז יאסי איז נישט קיין רחמנות?

דו ווייסט אז ר' געצל געבט מיך גלילה ווייל סאם האו איז מיין נאז אים געפאלן?

---------------

ר' בחור!!! שלאג ארויס פון קאפ! דו ביסט נישט קיין רחמנות!!! בחור פלוני שפילט נישט רחמנות און דער עולם ענדזשויעט אים! מען גלייכט זיך צו געפונען אין זיין סביבה! און ער איז טאקע נארמאל! און ער איז א חתן געווארן אין זיין באשערטע מינוט!

בחור אלמוני שפילט רחמנות, און עס איז דאס גהינום צו זיין אין זיינע ד' אמות ווייל ווער ווייסט וואספארא תנועה איך וועל טון וואסערע אומבאכלעפטשעט ווארט איך וועל זאגן און ער וועט מיינען אז איך וויל אים מחזק זיין, ממילא איז ער א רחמנות און ער ווערט באליידיגט, און די גהינום צו שטיין נעבן אים ווערט נאך גרעסער וחוזר חלילה.

סטאפ!!! דו ביסט נישט קיין רחמנות!!!

אויב האט איינער געטון עפעס שלא כרצונך זאלסט וויסן אז גאר אפט גייט יענער דורך גהינום ווייל ער ווייסט נישט ווי אזוי צו עקטן צו דיר!!!, פיר דיך אויף ווי א אינגערמאן, באזעסן און געשמאק וועט דער עולם הנאה האבן פון דיר, און דו וועסט הנאה האבן פונעם ציבור!!!

--------
לגבי מיין בליק לגבי ארבעטן - דאס איז דער פריוואטער בליק פון ר' צהלתו בפניו, און איז נישט עפעס וואס איך בין תובע פונעם ציבור ווי געשריבן אז איך בין נאכנישט אין די סטעידש פון חתונה מאכן.
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

ווען דעולם וואלט געוויסט וואס טוט זיך אין ישיבה וואלט מען נאר גענימען ארבעטס בחורים!!
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

כבוד הרב @גאולה אזוי ווי איינער וואס ווארט אויף א שידוך וויל איך באדאנקן כבוד @צהלותו בפניו פאר די חיזוק, אז יא כבין א homan being,און כוויל זיין מעורב בין הבריות, אבער סאיז דא א נקודה וואס די ארומיגע דארפן פארשטיין אז זיין נישט חתונה געהאט איז נישט סה"כ ספעלט א ווייב ניין ספעלט א האנט ווי סשטייט אין גמרא שרוי בלא אשה שרוי בלא ברכה וכו מען דרייט זיך ארום ווי א גארנישט אבער סקומט נישט אז מען זאל זיין אויסגעשפיגן פון די סביבה אבער יעדער איינער איז אנדערש ווי אזוי ער נעמט עס אויף און במילא זאגן כללים וואס יא צוזאגן און וואס נישט צו זאגן יא גלילה אדער נישט איז נישט שייך
דער אייבישטער זאל העלפען יעדעם צוטרעפן זיין באשערטע בקרוב מתוך שמחה ונחת וכל טוב סלה
און ביזן קרעטשמע א טרינק בראנפן!
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

latter האט געשריבן:ווען דעולם וואלט געוויסט וואס טוט זיך אין ישיבה וואלט מען נאר גענימען ארבעטס בחורים!!

סארא שטותים

ווען די וואס זאגן די סטעיטמענטז וואלטן געוויסט וואס טוט זיך ביי ארבעטס בחורים וואלטן זיי נאר גענומען ישיבה בחורים....
די גאולה
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 21, 2022 5:45 pm

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די גאולה »

צהלתו בפניו האט געשריבן:איגען
איך פארשטיי זיי נישט
לגבי גלילה
האו עבאוט אז זיי זאלן מיך פארשטיין? פאלט אייך נישט ביי? אפשר קלאפט ער ארויס פון קאפ אז גלילה מיינט רחמנות? האו עבאוט אז ער זאל פארשטיין אז פונקט ווי איך בין מכבד מיין פרענד יאסי מיט גלילה בין איך אים מכבד מיט גלילה? דו ווייסט אז יאסי איז נישט קיין רחמנות?

דו ווייסט אז ר' געצל געבט מיך גלילה ווייל סאם האו איז מיין נאז אים געפאלן?

---------------

ר' בחור!!! שלאג ארויס פון קאפ! דו ביסט נישט קיין רחמנות!!! בחור פלוני שפילט נישט רחמנות און דער עולם ענדזשויעט אים! מען גלייכט זיך צו געפונען אין זיין סביבה! און ער איז טאקע נארמאל! און ער איז א חתן געווארן אין זיין באשערטע מינוט!

בחור אלמוני שפילט רחמנות, און עס איז דאס גהינום צו זיין אין זיינע ד' אמות ווייל ווער ווייסט וואספארא תנועה איך וועל טון וואסערע אומבאכלעפטשעט ווארט איך וועל זאגן און ער וועט מיינען אז איך וויל אים מחזק זיין, ממילא איז ער א רחמנות און ער ווערט באליידיגט, און די גהינום צו שטיין נעבן אים ווערט נאך גרעסער וחוזר חלילה.

סטאפ!!! דו ביסט נישט קיין רחמנות!!!

אויב האט איינער געטון עפעס שלא כרצונך זאלסט וויסן אז גאר אפט גייט יענער דורך גהינום ווייל ער ווייסט נישט ווי אזוי צו עקטן צו דיר!!!, פיר דיך אויף ווי א אינגערמאן, באזעסן און געשמאק וועט דער עולם הנאה האבן פון דיר, און דו וועסט הנאה האבן פונעם ציבור!!!

--------
לגבי מיין בליק לגבי ארבעטן - דאס איז דער פריוואטער בליק פון ר' צהלתו בפניו, און איז נישט עפעס וואס איך בין תובע פונעם ציבור ווי געשריבן אז איך בין נאכנישט אין די סטעידש פון חתונה מאכן.

רבי איד איך בין ברור איז די מיינסט נישט קיין שלעכט, אבער ביטע לאז געמאכט די עלטערע בחורים, אנשטאט די ביזט פארנומען מיטן געבן גלילה פאר אים, הייב אן געבן גלילה פאר אינגעלייט און עליות פאר בחורים , ווילאנג די גייסט נישט געבן גלילה פאר אינגעלייט העכער די 40 און עליות פאר בחורים העכער 21 איז נישט דא וואס צו רעדן מיט דיר אין די נושא , אבער די ביזט קאמפליטלי ראנג און די צאפסט בלוט פון עלטערע בחורים! סאיז פונקט ווי די ביזט נישט פארנומען מיט אינגעלייט אין בית המדרש וואס האבן נישט קיין קינדער אדער האבן יענע מחלה אדער האבן נישט קיין שלום בית,זיי נישט פארנומען מיט אומפארהייראטע אינגעלייט, א בחור פון 21 וואס זיין גאנצע עיזש פון ישיבה פון 300 בחורים האבן שוין חתונה געהאט , איז א אינגערמאן אן א ווייב , פינטעל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

@די גאולה איך מעג דיסעגריען?
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: א אלטע בחור?! קומט אים צו ווערן אויסגעשפיגען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

איגען
איך פארשטיי זיי נישט

כאן צריך להיות הספעיס כזה
---------------
אצינד
לגבי גלילה
האו עבאוט וכו' עיין לעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”