דריידל האט געשריבן:זייער שטארק ארויסגעברענגט, און ס'וויכטיג מעורר צו זיין אויף דעם וואס מענטשן כאפן זיך נישט אז אומווילענדיג איז מען גורם שרעקליכע צער פאר מענטשן וואס זענען אזוי אויך צעבראכן אויף פיצלעך.
איין פראבלעם נאר, די קוואטער מעשה מאכט עפעס נישט קיין סענס ווייל יעדער פארשטייט ווען מ'איז מכבד איינעם פאר קוואטער און יענער זאגט אפ, בעט מען נישט נאכאמאל ודי. שוין, נעקסטעס מאל זאלסטי מאכן א מעשה וואס שטימט בעסער.
עניוועי ישר כח נאכאמאל פאר ברענגן אווערנעס.
פעך!!
אזא תגובה קען זיין נאכמער ווייטאגליך ווי די גאנצע מעשה...
אפילו פאר די ספיק ספיקא אז אפשר קען זיין ס'איז אמת, און דער בעל מעשה קען פילען געטראפען פארוואס מ'קען אים נישט גלייבען, שרייבט מען נישט אזאנס!