דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5769
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך יוני 10, 2020 6:57 pm

אפשר שטופט מען אריין אלע ארטיקלען אין די צייטונגען, אזוי מען זאל עס קענען ליינען ווען אימער באקוועמערהייט?

אךךך, זיי האבן אלע אנגעפאנגען ארויסצוקומען מיטוואך...

אוועטאר
simcha
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:04 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך simcha » מיטוואך יוני 10, 2020 7:19 pm

איך מיין אויך א וואך צו וועלן איז זייער לאנג, א טאג נאך שבת האט עס שוין זיכער יעדער גענדיגט ליינען, און דריי טעג איז פונקט גענוג צו שטימען.

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך שמארטיקל » מיטוואך יוני 10, 2020 7:33 pm

simcha האט געשריבן:איך מיין אויך א וואך צו וועלן איז זייער לאנג, א טאג נאך שבת האט עס שוין זיכער יעדער גענדיגט ליינען, און דריי טעג איז פונקט גענוג צו שטימען.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך יוני 10, 2020 8:48 pm

איך וויל מיר דא באדאנקען פאר ידידינו @נשמה פאר'ן צושטעלן זוינע הערליכע דעטאליזירטע אנאליזן אויף א גרויס חלק פון די ארטיקלען. זיין פארשטאנד אין שרייבעריי און אין די געפיל פון דעם שריפט, איז ממש צום באקושן....

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך יוני 10, 2020 8:49 pm

ס'זענען דא פארמעסט ארטיקלען וואס דערקייקלען זיך שוין צום דריטן בלאט פון 'אקטיווע אשכולות'. ס'איז א ווייטער מרחק פונעם מכובד'יגן אויבן-אן. ווער קען זיך מרחם זיין און זיי צוריקברענגען צום אויבערפלאך?
פאר 'חוח' דרוקט נומער 6. אויב קיין ענטפער, זייט וויסן אז כ'בין אויף וואקאציע.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שמונת אלפים
תגובות: 8610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך יוני 10, 2020 9:04 pm

דער סיבה דערצו איז לכאורה ווייל רוב עולם ליינט אויף PDF.

כ'האב ענק געבעטן...
מקום חותם הבד"ץ

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2724
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך גרשון » מיטוואך יוני 10, 2020 9:42 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'זענען דא פארמעסט ארטיקלען וואס דערקייקלען זיך שוין צום דריטן בלאט פון 'אקטיווע אשכולות'. ס'איז א ווייטער מרחק פונעם מכובד'יגן אויבן-אן. ווער קען זיך מרחם זיין און זיי צוריקברענגען צום אויבערפלאך?

שרייב א תגובה פון א (ווייסע) פינטל.

אינאיינוועגס וועסטו שנעלער ארויפגיין א ראנג אין אייוועלט...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך יוני 10, 2020 9:43 pm

גערשי,
כ'האלט נאך אינמיטן פארדייען מיין שר האלפיים'שאפט... כ'קען נישט שטייגן אזוי שנעל.
פאר 'חוח' דרוקט נומער 6. אויב קיין ענטפער, זייט וויסן אז כ'בין אויף וואקאציע.

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

ווער איז דער בלעכענער?

תגובהדורך בלא בלא בלא » מיטוואך יוני 10, 2020 9:49 pm

ווער איז דער ניק "בלעכענער פנים"?, ער האט געגעבן א ריק ארויס זוי מיר-ניש-דיר א צוואנציג לאנגע ארטיקלען אין קרעטשמע, האטעץ בעמערקט?

און יעדע ארטיקל איז ווי פון א צווייטן טייג געקנאטן, א מין טאלאנט!

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

4 שלעכטע מלמדים אויפן וועלטל!!!

תגובהדורך בלא בלא בלא » מיטוואך יוני 10, 2020 10:22 pm

ווי איעדן האב איך אויך באמערקט אז אויף דעם אויסנאמליכער ארטיקל "ניין יעריגער טרערן" זענען דא דערווייל 4 רעיטינגס פון נומבער 1


ווארשיינליך באדייט דאס אז עס דרייען זיך אויפ'ן וועלטל א היפשע פאר שלעכטע מלמדים,

מיט א רוף צו די באהערדע: ביטע גייט נאך די שטימערס פאר נומבער איינס אויף דעם ארטיקל, און שיקט זיי א ווארענונג אויפצוהערן מיט זייערע רשעות אויף אומשולדיגע תינוקת שנשבו, כ'מיין של בית רבן!!!

בתודה מראש

אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך ממש אזוי » מיטוואך יוני 10, 2020 10:23 pm

מען קען נאך אריינגעבן אן ארטיקל אינעם פארמעסט?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 700 אינספערעישענעל quotes.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4003
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

Re: 4 שלעכטע מלמדים אויפן וועלטל!!!

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך יוני 10, 2020 10:30 pm

בלא בלא בלא האט געשריבן:ווי איעדן האב איך אויך באמערקט אז אויף דעם אויסנאמליכער ארטיקל "ניין יעריגער טרערן" זענען דא דערווייל 4 רעיטינגס פון נומבער 1


ווארשיינליך באדייט דאס אז עס דרייען זיך אויפ'ן וועלטל א היפשע פאר שלעכטע מלמדים,

מיט א רוף צו די באהערדע: ביטע גייט נאך די שטימערס פאר נומבער איינס אויף דעם ארטיקל, און שיקט זיי א ווארענונג אויפצוהערן מיט זייערע רשעות אויף אומשולדיגע תינוקת שנשבו, כ'מיין של בית רבן!!!

בתודה מראש

קענען דען די מנהלים נאכקוקן ווער עס האט געשטימט, און פאר וואס מ'האט געשטימט?

לכאורה נישט
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך

Kollel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך Kollel » מיטוואך יוני 10, 2020 11:01 pm

ממש אזוי האט געשריבן:מען קען נאך אריינגעבן אן ארטיקל אינעם פארמעסט?

ניין. קענסט טאן וואס יעך האב געטאן..
viewtopic.php?f=3&t=42926
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12344
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » מיטוואך יוני 10, 2020 11:51 pm

קוקנדיג אויף די רעיטינגס ווינדערט מיר זייער די געדאנקען גאנג ביים ציבור..
ס'זענען דא צוויי ארטיקלען מיט א שטארקע אידישקייט מעסעדש, "איך בין דארט געווען" און "א שפאציר מיט פאזנער און בת היענה"
דער ערשטער האט גלייך איבערגענומען די העדליינס אויף א מעכטיגן פארנעם, באלד 95% איז 5 סטארס.. (און ס'האט 4 מאל אזויפיל רעיטינגס פון אנדערע ארטיקלן)
דער בת היענה האט פון די שוואכסטע רעיטינגס.

וואס שטייט מאחורי רעיטינג געטיילאכטס??
דער בת היענה ארטיקל איז עפעס נישט נורמאל! א מאכטפולע מעסעדש מיט אזויפיל קאלירן, די שענסטע און רייכסטע דרגות אין שרייבעריי..
דער סמארטפאון/אמונה ארטיקל איז טאקע זייער ערליך און תוכנ'דיג אבער גאנץ א סימפעל מעסעדש און איז בכלל נישט קאלערפול אין שרייבעריי...

קען מיר איינער מסביר זיין?
ניק פארמעקט פאר איין מאנאט.

ניק געפלויגן לחלוטין


שרייבער אויסגעשפארט פאר א וואך.
אונזער צייט איז טייער

אויסגעשפארט פאר א וואך.

די אשכול איז פאר בלויז נייעס

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שמונת אלפים
תגובות: 8610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך יוני 10, 2020 11:53 pm

היא הנותנת! "איך בין דארט געווען" איז אסאך לייכטער געשריבן, און ס'אפעלירט דעריבער צו א גרעסערן ליינער קרייז.
מקום חותם הבד"ץ

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך פלטיאל » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:00 am

עס האט מיר אויך געבאדערט איבער דער בת היענה ארטיקל, עס באקומט נישט די נויטיגע אנערקענונג וואס אזא ארטיקל שטעלט פאר מיט זיך.

אולי איז עס די קעפל, די סכום וויפיל מאל עס איז געליינט געווארן ווייזט אויך אז די קעפל פונעם ארטיקל שפילט א גרויסע ראלע.

סיי וויאזוי, הכל תלוי במזל.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:02 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:דער בת היענה ארטיקל איז עפעס נישט נורמאל! א מאכטפולע מעסעדש מיט אזויפיל קאלירן, די שענסטע און רייכסטע דרגות אין שרייבעריי..

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך שמארטיקל » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:03 am

נאכאמאל יישר כח פאר בלעכי און פאר קלאצי! (ווי איז בלעכי, ער איז געגאנגען אויף וועקאציע? ס'קומט איהם ערליך!) איך בין מיך ממש מחי' מיט יעדע באשרייבונג דערווייל! איך ליין 3-4 א טאג, כ'ווייס נישט ווי אזוי עטס ליינטס אזוי שנעל...

און א גרויסע יישר כח פאר אלע שרייבער! איהר זענט מחי' אזויפיל אידן, אשריכם!

מ'דארף ארויסברענגען וואס אנדערע האבן שוין געזאגט, אז יעדע איינס פון די צוואנציג איז ווערט צו געוואונען. וואלט עס ארויסגעקומען עני אנדערע צייט וואלט עס געווען א באמבע!

נאכאמאל יישר כח

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך שמארטיקל » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:04 am

אקעי, נעקסט סטאפ: בת היענה

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:06 am

שמארטיקל האט געשריבן:אקעי, נעקסט סטאפ: בת היענה

יו אר גאואינג טו לאוו איט!!
פאר 'חוח' דרוקט נומער 6. אויב קיין ענטפער, זייט וויסן אז כ'בין אויף וואקאציע.

אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך שמארטיקל » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:09 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:אקעי, נעקסט סטאפ: בת היענה

יו אר גאואינג טו לאוו איט!!

רבותי איך בעט ענק איין טובה, קיינער זאל מיך נישט צוטירען ביז נאך די פארמעסט! איך האב אנגעשטעלט נאטעפעקאציע ווען איינער שרייבט עפעס אין מיין אשכול... גיבטס מיך נישט אן אומזיסטע קיצל!

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12344
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:11 am

פלטיאל, און וואס זאגסטו אויף די "איך בין דארט געווען"?

גראדע איך בין נישט זיכער צי דאס איז בכלל פון הכל תלוי במזל.. שכל איז נישט רעגירט דורך מזל.

דער סכום וויפיל מאל ס'געליינט געווארן ווייזט אז ס'האט אסאך תגובות און די זעלבע מענטשן גייען אריין פעם אחר פעם צי ליינען און מגיב זיין די לעצטערע תגובות.

אבער כ'קען נישט פארשטיין וויאזוי מען רעיט בת היענה נידעריג, מילא ס'האט נישט אזויפיל שטימעס, אקעי די קעפל ציט נישט.. אבער נאכן ליינען וואס קען זיין שוואך אין אזא ארטיקל? אתמהה
ניק פארמעקט פאר איין מאנאט.

ניק געפלויגן לחלוטין


שרייבער אויסגעשפארט פאר א וואך.
אונזער צייט איז טייער

אויסגעשפארט פאר א וואך.

די אשכול איז פאר בלויז נייעס

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך פלטיאל » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:14 am

רוב מענטשן גלייכן גרעיפ דזשוס איבער וויין.

'איך בין דארט געווען' בין איך נאכנישט אנגעקומען צו ליינען, בלויז איבערגעבליקט.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14880
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:17 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:קוקנדיג אויף די רעיטינגס ווינדערט מיר זייער די געדאנקען גאנג ביים ציבור..
ס'זענען דא צוויי ארטיקלען מיט א שטארקע אידישקייט מעסעדש, "איך בין דארט געווען" און "א שפאציר מיט פאזנער און בת היענה"
דער ערשטער האט גלייך איבערגענומען די העדליינס אויף א מעכטיגן פארנעם, באלד 95% איז 5 סטארס.. (און ס'האט 4 מאל אזויפיל רעיטינגס פון אנדערע ארטיקלן)
דער בת היענה האט פון די שוואכסטע רעיטינגס.

וואס שטייט מאחורי רעיטינג געטיילאכטס??
דער בת היענה ארטיקל איז עפעס נישט נורמאל! א מאכטפולע מעסעדש מיט אזויפיל קאלירן, די שענסטע און רייכסטע דרגות אין שרייבעריי..
דער סמארטפאון/אמונה ארטיקל איז טאקע זייער ערליך און תוכנ'דיג אבער גאנץ א סימפעל מעסעדש און איז בכלל נישט קאלערפול אין שרייבעריי...

קען מיר איינער מסביר זיין?

איך וועל דיר מסביר זיין. ביי מיר איז דער בת היענה ארטיקל פון מיינע העכסטע אין שפראך, דער איז עפעס אבנארמאל דער שרייבער, די אינהאלט איז אויך שטארק נאר נישט אזוי שטארק ווי די חלק הכתיבה.

נאר די סיבה פאר וואס דער עולם גייט אזוי פאר די איך בין דארט געווען ארטיקל איז צוליב עטליכע פאקטארן:

די נושא.
די נושא איז א נושא וואס בארירט יעדן היינטיגע צייטן, עס איז פון די סענסעטיווסטע נושאים ביי כלל ישראל, א ריזיגע חלק כלל ישראל איז שוין אזאנס דורך למחצה לשליש ולרביע, צו אויף די זייט פון דעם בחור צו אויף די זייט פון די עלטערן.
נאך א חלק אין די 'נושא' איז די 'הרגש'. דער שרייבער לייגט אריין מורא'דיג א סך הרגש, ווי אזוי ער האט געפילט ביי יעדע סטעפ פון די מעשה.

ווידער דער בת היענה ארטיקל ברענגט טאקע ארויס א שטארקע נקודה, אבער עס בארירט נישט אזוי שטארק די געפילן פון די המון עם.

די שפראך.
דער שרייבער שרייבט מורא'דיג שטארק אויף מאמע לשון, געפיליש און פשוט. מענטשן קאנעקטן מורא'דיג שטארק צו פשוטע שפראך. ווידעראום די בת היענה ארטיקל איז געשריבן שרייבעריש אויפ'ן העכסטן קאליבער, אוט אף דיס ווארלד, אבער די המון עם שפירט נישט אזוי קאנעקטעד צו הויעכע וואקאבילערי, מענטשן זענען צוגעוואוינט צו פשוטע שפראך.

דעם שרייבער'ס אידענטיטעט אין די מעשה.
דאס אז דער שרייבער לייגט זיך אריין אין די מעשה שלעפט אריין דעם ליינער אין דראמא מען פילט מיט מיט'ן שרייבער, מען האט רחמנות אויף אים מען שלאגט זיך מיט מיט זיינע מחשבות, מען שפירט זיין מרה שחורה, און נאך יעדע שורה קומט אריין די געדאנק פון: דער בחור'ל איז דער שרייבער... נעבעך וואס ער איז דורך... אזאנע שרייבער האבן מיר דא?... אה מסתם היינט איז ער שוין בעסער... וכו' וכו'...

ואידך פירושא זיך גמור...

וואס טוט זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6586
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: דער פארמעסט גייט פובליק! (שרייבעריי פארמעסט תש"פ - אפדעיט ווינקל)

תגובהדורך וואס טוט זיך » דאנארשטאג יוני 11, 2020 12:22 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פלטיאל, און וואס זאגסטו אויף די "איך בין דארט געווען"?

גראדע איך בין נישט זיכער צי דאס איז בכלל פון הכל תלוי במזל.. שכל איז נישט רעגירט דורך מזל.

דער סכום וויפיל מאל ס'געליינט געווארן ווייזט אז ס'האט אסאך תגובות און די זעלבע מענטשן גייען אריין פעם אחר פעם צי ליינען און מגיב זיין די לעצטערע תגובות.

אבער כ'קען נישט פארשטיין וויאזוי מען רעיט בת היענה נידעריג, מילא ס'האט נישט אזויפיל שטימעס, אקעי די קעפל ציט נישט.. אבער נאכן ליינען וואס קען זיין שוואך אין אזא ארטיקל? אתמהה

וואס זאל איך דיר זאגן?
איך האב (און טוע נאכאלס) געגליכן דעם "איך בין דארט געווען" סאאך מער ווי די בת היענה, מיך האט נישט די בת היענה אזוי שטארק געצויגן.

כ'האב עס געגעבן א 4 פאר אינהאלט, 3 פאר שפראך, און 4 אוועראלל.
"איך בין דארט געווען" האב איך געגעבן א טריפל 5.



נעמיך נישט ווראנג, די בת היענה איז א מעכטיגע ארטיקל, מ'איז דאך אבער אין א פארמעסט..


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Zeltzer, ירוחם, נפש יהודי און 13 געסט