ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

בתוך עמי אנכי יושבת, מיט ביינער וואס האבן נאך וויי געטון פונעם פורים געטענץ און שוין וויי געטון פונעם ערבי פסחים מהפיכה, בין איך איינגעשפארט געווארן אין מיין פינעף רומיגע צעל, איך מיט מיינע בני בית, ווען מען ווארנט אונז מיטן לעבן אז אויב וואגט זיך איינער ארויסצוגיין איז אחת דתו לקאראנע!

די ערשטע טאג צוויי איז געווען סיריעס פאן, עפעס א בחורישע בין הזמנים געפיל האט זיך צוגאסן אין די ביינער, דער געפיל אז מען דארף נישט גיין אין דער ארבעט, מען דארף נישט אנטון די שוך און מאכן די פיאות ווי גרויס דער טאג איז, קענסט דאווענען שחרית ביינאכט און מעריב צוועלעווע נאכמיטאג און קיינער קוקט דיך ניטאמאל אן, אלע דיעטעס זענען אינדערזייט געלייגט, מען האקט שטיקער אנע רחמנות, און ואחרון הכביד - בערך פיר אזייגער נאכמיטאג הייבט מען אן פילן ווי א טריקענע מעלאונע, ניטאמאל האט מען נאך כח זיך צו סטרעטשן נאכאמאל אויף דעם געפרעסטן קאוטש וואס האט דיך שוין היינט סובל געווען אויף אלע דיינע פאזיציעס וואס שייך,

למעשה האט זיך געשאפן עפעס א מנין'דל וואו איך האב מיך באטייליגט די פאר טעג ביז דער קאראנע מאנסטער איז מיר באפאלן, דאן האב איך מיטאמאל אויפגעהערט שפורן א טעם און עסן, און איך האב שוין אנגעהויבן מוותר זיין אויף דער גאנצער בין הזמנים…

ב"ה איך האב זיך שנעל ארויסדעזעהן דערפון - נישט פארן מזכה זיין מיינע ב"ב שטייציך, און מען האט זיך אריינגעשטעלט אין דעם קאראנע רעדל, נישט וואוסענדיג ווי לאנג עס וועט נאך נעמען און וואס מארגן וועט זיין,

אזוי איז אויף מיר דורך דער תקופת קאראנע אזויווי ביי רוב פון מיינע פריינט, ליידער בין איך געווען מער ווי איין מאל ביי א לוי' פון א נאנטן אדער באקאנטן, און אויך ביי מיר איז דער טרערן קאנאל היבש פארטרוקנט געווארן אין א סעלף-דעפענס מאוו פון מייינע געפילישע נערוון,

ווען עס איז געקומען פסח איז מען ביי אונז געווען היבש אראפגעלאט פונעם פאקט אז דער יום טוב פסח פון יעדע יאר איז היי יאר נישט אנגעקומען, אבער ווי חסידישע אידן האט מען זיך באקוועם געמאכט און אקצעפטירט דעם יו"ט פסח נוסח תש"פ,
_ _ _

ויהי ערב ויהי בוקר, און דאן נאכאמאל, און אזוי צענדליגע מאל, ביז דער כאלעמויד קאראנע האט אנגעהויבן קריכן פון די נערוון, מען האט זיך אנגעהויבן צוריק בענקען צו די טעג ווען זעקסע אינדערפרי לויפט מען ארויס פונדערהיים מיט די פארקלעפטע פאות א פארסאפעטער, צו די צייטן ווען צייט איז א ממשות און א ווערדפולע ארטיקל, נישט בלויז נאך א איבריגע נוצלאזער אייטעם,

מען האט אנגעהויבן אריינרופן דעם באלעבאס פרעגן אפשר דאך עפנסטו שוין מארגן? ביסט זיכער ס'נאכנישט דא קיין ארבעט פאר מיר? אפשר דאך??

דער קליינער מנין ווי עס פלעגט הערשן א עקסטאז ווען דער נייער גבאי האט אויסגערופן עליות מיטן נישקשה'דיגן חיתוך הדיבור און ווען דער נייער רב'עלע האט געזאגט ה' מלך און של"ס תורה האט שוין אויך פארלוירן דעם מאמענטום, ס'שוין געווארן רוטין און מען האט זיך שוין אפילו אנגעהויבן קריגן ביי די תיקון אויף די פאזיציעס, ברענגענדיג כמעט צו וואלן אין די קהלה,

שוין אפגעליינט ווייסעכוויפיל אלטע אייוועלט ארטיקלען און אשכולות, שוין באשריבן מיינע קאראנע געפילן אויף אלע סארטן אספעקטן [און נישט געהאט ווי צו פובליצירן, נאך וואס יעדער וואס האט א פענע אין די האנט האט דאס שוין געטון], און יעצט ווארט מען אויף…. כ'ווייס נישט וואס, דער מוסד אדמיניסטראטאר זאגט ער ווייסט נישט, דער גבאי אין ביהמ"ד ווייסט נישט, דער גאווערנער זאגט גראדע יא זייער קלאר אבער טוישט יעדן טאג מיינונג, אינעם אשכול אויף אייוועלט איבער ניו יארקס ערעפענונגס פלאן רעדט מען אויך בלויז שאצונגען און פעקי ניוז, נאר מיין קליינע ישיבה קטנה ברודערל ברענגט מיר קראנטע ערשט האנטיגע נייעס פון א יונגל פון זיין קלאס, נו שוין…

פיינעלי הייבט מען אן הערן איבער א מקוה'לע וואס האט געעפנט א אונטער-טירל, א געשעפטל ביי מיין קארנער האט זיך שוין אויך נישט געקענט איינהאלטן און געווארן עסענשאל, פון א חבר הער איך אז נעכטן האט ער שוין געהערט א קריאת התורה ביי אונז אין ביהמ"ד מיט א שיינער מנין, און עס הייבט זיך און צוריק אויפבלאזן דער געפלאצטער באלון, די ב"ב אטעמט אפ זייענדיג זיכער אז ביז א טאג צוויי הייבט זיך געהעריג אן דער באסעס רוט און די קינדער גייען אין חדר אריין, און מען גייט מסדר זיין זייער צימער מיט א שהחיינו די ערשטע מאל אין צענדליגע וואכן,

למעשה, זאכן שלעפן זיך, און סשלעפט זיך ווייטער, און ווייטער, און עס זעהט אויס ווי דער ערהוילונג פונעם קאראנע וועט נעמען פילפאכיג מער ווי דער קאראנע זעלבסט,
_ _ _

ויהי ממחרת, די מנינים אין ביהמ"ד גייען שוין געהעריג אן, די מקוה איז שוין אפען און עס איז שוין דא קאווע מיט תיקון אין ביהמ"ד, דער משמש האלט נאך אינמיטן קווענקלען צו ער זאל איבערראשן דעם ציבור און צוריקלייגן די האנטוכער ביי די סינקס, אבער אווער אלל איז אלעס צוריק אין דערארדענונג,

איז אבער דא די סארט אידן, לכאורה די זעלבע וואס גייען נישט אין דער ארבעט אסרו חג און א טאג נאך אסרו חג שטייט ער אויף צוועלעווע ווייל נעכטן איז געווען אסרו חג, און דער זעלבער וואס גייט מיט א מאנטל און הענטשוך ביז שבועות, און מיט די בגדי חול ביז צוואנציג מינוט נאכן זמן הדלה"נ, - די סארט מענטשן וועלכע קענען נישט אזוי שנעל פושט צורה ולובש צורה זיין, וועלכע האבן נאכנישט אקצעפטירט אדער נאכנישט אויפגעכאפט אז די פארכמארעטע קאראנע צייטן זענען אווער,

מיין שכן דרייט זיך נעבעך ארום מיט בלויע קראקס און מיט די שלאף ציצית פארנט פון זיין הויז מיטן ציגארעטל אין מויל, דאס הארץ גייט מיר ממש אויס פאר אים, ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן! קום ארויס פון דעם קאראנע-באקס! טוה דיר אן דיינע עקאו שיך, נעם ארויס דיין שטויביגע וואלענעם טלית קטן, און ווער צוריק א מענטש! איך ווייס דאך יא ווי נישט געשמאק ס'איז דיר דאס גיין ליידיג,

מיין קוזין א ישיבה קטנה בחור ראולט ארום מיט זיין קאראנע סעלפאון, בעיסיקלי זיצט ער א-ג-א-נ-צ-ן טאג און הערט קול מבשר, און רייסט זיך פאר געלעכטער פון די פאריעריגע פורים אפטיילונג אדער וואס, טעקסט זיינע חברים 'גוד מארנינג' יעדע צופרי און 'גוד נייט' יעדע נאכט און רעפלייט 'יו טו' צו יעדן פון זיינע חברים וואס טוען די זעלביגע און שיקן אים זייערע ווארימע ברכות, און אה, דער סאמע געהויבנסטע צייט איז ווען ער גייט שבת ביינאכט אין שוהל מיט זיין וואכענדיג שוך און א טיש בעקיטשע… ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן! קום ארויס פון דעם קאראנע-באקס! לייג אוועק די קאראנע שיכלעך און ווער צוריק א מענטש! אויף וואס ווארטסטו? ס'איז אווער די קאראנע בין הזמנים!

מיין קאלעגע שרייבער זיצט לעצטנס אויף אייוועלט און שמייסט אריין איין תגובה נאכן צווייטן, ברענגט ארויף זיינע צומישטע געפילן אין יעדן אשכול וואו שייך, דער עולם אנטלויפט און עפנט פרישע אשכולות פרובירנדיג צו רעדן תכלית אבער אלעס ווערט פארכאפט אין דעם געיעג פון די פאר שרייבעליך וואס האבן נישט קיין פרנסות אין די יעצטיגע קאראנע תקופה און כאפן נאכנישט אז ס'געענדיגט די גוטע צייטן, מענטשן גייען צוריק אין פארעם פונקט ווי פריער האפענטליך, קיינער האט נישט קיין טענות אויף א קאראנע שוועריגקייט וואס האט זיך איבערגעגאסן דא אויפן וועלטל, אבער ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן! קום ארויס פון דעם קאראנע-באקס! ביטע לייג אוועק דעם נארישן קינדערישן פעדער און פרוביר צו פארנעמען דיין צייט מיט עפעס אינטערסאנטערס,

און צום לעצט צו דיר פופציגער, פיין געמאלן וואסער דא, אבער יעצט תכלית, איך פארשטיי דו ביסט דורך שוועריגקייטן אין קאראנע מיט דאווענען מיט מנין - האסטעך דא דארט מתיר געווען, איך פארשטיי אז מיט די מקוה ביסטו אויך נישט שולדיג געווען - יוצא געווען מיטן שויער בדיעבד, דיין לימוד התורה אין קאראנע פארדינט א אשכול פאר זיך אבער שוין, לאמיר נישט קוקן וויאזוי עס איז געווען אינעם שעת חירום, קרי"ש בזמנה וועלמיר אויך נישט יעצט דן זיין - הגם ס'קומציך גוטע פעטש פאר דעם אויכעט, און דאס איז זיכער אמאל אז אין דער ארבעט האסטו נישט געמוזט זיין אן טיים - כ'מיין סידאך בכלל נישט געווען קיין ארבעט, אבער יעצט; ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן! קום ארויס פון דעם קאראנע-באקס! צייט אויפצושטיין!! וואס איז יעצט די תירץ??? פון היינט און ווייטער איז נישטא די אלע תירוצים און פוילע שטיקעס!! אלעס איז צוריק צום נארמאל, און דו פופציגער זאלסט מוחל זיין און ווער צוריק א מענטש!

בלי נדר.
לעצט פארראכטן דורך שלשלת אום מאנטאג יוני 08, 2020 2:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
ישיבה בחור
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2011 10:28 pm

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיבה בחור »

;l;p-
ס'אינטערעסירט מיך נישט, איך רוף עס ווייטער די טריי-בארא און די טאפפען-זי.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

זעלטן ווען ס'איז מיר אויסגעקומען לעצטנס צו ליינען אזא באזעסענע, אינהאלטסרייכע און גוט געשריבענע ארטיקל. אויסטערליש זיס אראפגעלייגט אסאך מצבים אויף א פראפעסיאנאלן געשמאקן שטייגער. ירבו כמותך אזעלכע שרייבער ביים היימישן ציבור.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

להודיע האט געשריבן:זעלטן ווען ס'איז מיר אויסגעקומען לעצטנס צו ליינען אזא באזעסענע, אינהאלטסרייכע און גוט געשריבענע ארטיקל. אויסטערליש זיס אראפגעלייגט אסאך מצבים אויף א פראפעסיאנאלן געשמאקן שטייגער. ירבו כמותך אזעלכע שרייבער ביים היימישן ציבור.


זעלטן אזא זאפטיגער קאמפלימענט... ירבו כמותך!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

מאסיוו. הערליך!!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קנאקעדיג!!!!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4313
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

wow!

גאר גאר שטארק הנאה געהאט! שרייב אפטער ביטע!

שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פאר א אייוועלט ארטיקל.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19805
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

זייער שטארק! ארטיקל רייך מיט אלע נויטיגע ספייסעס!!
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

פיין געזאגט
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
מארגן
שר האלף
תגובות: 1445
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2020 4:24 pm

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארגן »

איך האף אז די שרייבסט א ארטיקל פאר די פארמעסט
דאס איז פיינע נייעס
אויב די ווילסט מיר עפעס זאגן ציטיר מיר
[email protected]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18803
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

;l;p- ;l;p- ;l;p-


איז דאס אויך א קעארנא נאכוויי
א פרישער שרייבער דא, מיט א נייע געשמאק

יהא בואך לברכה להמשכת שלשלשלשלשלשלשלת השרייבערס באייוועלט!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

נישטא קיין פלאץ פאר אלע גרינע.
מעכטיג!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

;l;p- לייק!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

זייער שיין!

נאר געוויסע שורות וואס קענען מעגליך וויי טוהן אנדערע אידן וואלט מען געקענט לאזן אינדרויסן.
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יישר כח אייך אלע פאר די קאמפלימענטן
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

מחשב האט געשריבן:זייער שיין!

נאר געוויסע שורות וואס קענען מעגליך וויי טוהן אנדערע אידן וואלט מען געקענט לאזן אינדרויסן.


יישר כח, גערעכט.
פארראכטן האפענטליך,
נישט געמיינט קיינעם, און זיכער נישט געמיינט צו דן זיין איינעם אין זיין מצב
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

להודיע האט געשריבן:זעלטן ווען ס'איז מיר אויסגעקומען לעצטנס צו ליינען אזא באזעסענע, אינהאלטסרייכע און גוט געשריבענע ארטיקל. אויסטערליש זיס אראפגעלייגט אסאך מצבים אויף א פראפעסיאנאלן געשמאקן שטייגער. ירבו כמותך אזעלכע שרייבער ביים היימישן ציבור.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שיין געשריבן, א גוטע נקודה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

פופציגער פיינע נייעס ;l;p-
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

@פופציגער איין שורה איז מיטגעפארן...

פאריגע וואך געזען איינעם קומען אין בית מדרש מיט א מאסק כמעט שלא כהאבאיםארויסגעטראגן
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:@פופציגער איין שורה איז מיטגעפארן...

פאריגע וואך געזען איינעם קומען אין בית מדרש מיט א מאסק כמעט שלא כהאבאיםארויסגעטראגן


דער משוגענער....

איך ווייס דאך יא ווי אומבאקוועם עס איז צו גיין מיט דעם פארדאמפטן מאסק... יוי נעבעך... נאך דא אזאנע משוגעים...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2660
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

כ'האלט אינמיטן דורכליינען דיינע תגובות...
די ביסט גוטע נייעס, נאך אפאר אזאנע און אייועלט באקומט צוריק איר גלאנץ !!
בד''וו, ווי אזוי איז די תגובה געשריבן געווארן נאך פאר די ביסט געווען אנגענומען?
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9902
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

בלעכענער פנים האט געשריבן:כ'האלט אינמיטן דורכליינען דיינע תגובות...
די ביסט גוטע נייעס, נאך אפאר אזאנע און אייועלט באקומט צוריק איר גלאנץ !!
בד''וו, ווי אזוי איז די תגובה געשריבן געווארן נאך פאר די ביסט געווען אנגענומען?


א גאנצע מעשה געווען, כהאב עס געשריבן אונטער א ניק וועלכע איז צוליב טעכנישע סיבות ארויס פון דינסט נאך אפאר טעג,

דאן האב איך געעפנט די פופציגער ניק, און אריבערגעלייגט אלע תגובות אהער, ולאורו נסע ונלך
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 17411
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: ר' איד, ס'שוין העכסט טאג אינדרויסן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

גאר גאר שטארק הנאה געהאט!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”