ווידיאו ביים היימישן ציבור

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

night walker
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 4:15 am

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך night walker »

חזק ואמץ
הרב זילבער איך קוק אייך ארויף
איר זענט איבער מיר טויזענטע מייל
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3090
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

כל הכבוד.

סיז א חיזוק פאר אנדערע.

יעדער מיט זיין נסיונות.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

עס איז דא א בריוו אין משפחה מאגעזין פון ר' ישראל משה שפיטצער מעיאר פון שיכון סקווירא. אין דעם ענין
די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7924
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

זילבערווערק האט געשריבן:אין ליכט פון א לעצטיגע התעוררות אין די קהלה וואו איך באלאנג, ב"ה, קעגן די פארשידן ערליי טעכנעלאגישע נסיונות, האב איך זיך פארגענומען בעז"ה נישט צו קוקן ווידעא, (אויסער טאמער איז דאס א 'דירעקטע' צורך פרנסה, און אויך דאן נאר אויף א געוויסע אופן)
די קבלה איז אריין אין עפעקט נעכטן נאכט, און ס'איז מיר שוין היינט אונטערגעקומען עטליכע נסיונות צו זען "כשר'ע ווידעאס", אזעלכע נסיונות וואס כ'האב שוין לאנג נישט געהאט, טראצדעם וואס ס'איז שוין א גאנצע וואך וואס איך קוק נישט ב"ה קיין ווידעא'ס, אבער ביז נעכטן נאכט איז דאס נאכנישט געווען מיט א קבלה.
ללמדך, אז דער יצר שלאפט נישט.

אשריך!!
אזוי ווי ביי יעדע קבלה, אביסל נאכן זיך אינטערנעמען קומט א שטארקע ניסיון, אבער אויב שטייט מען דאס ביי, ווערט אלעס גרינג, און ס’בלייבט בלויז א גוטע געפיל!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זילבערווערק האט געשריבן:אין ליכט פון א לעצטיגע התעוררות אין די קהלה וואו איך באלאנג, ב"ה, קעגן די פארשידן ערליי טעכנעלאגישע נסיונות, האב איך זיך פארגענומען בעז"ה נישט צו קוקן ווידעא, (אויסער טאמער איז דאס א 'דירעקטע' צורך פרנסה, און אויך דאן נאר אויף א געוויסע אופן)
די קבלה איז אריין אין עפעקט נעכטן נאכט, און ס'איז מיר שוין היינט אונטערגעקומען עטליכע נסיונות צו זען "כשר'ע ווידעאס", אזעלכע נסיונות וואס כ'האב שוין לאנג נישט געהאט, טראצדעם וואס ס'איז שוין א גאנצע וואך וואס איך קוק נישט ב"ה קיין ווידעא'ס, אבער ביז נעכטן נאכט איז דאס נאכנישט געווען מיט א קבלה.
ללמדך, אז דער יצר שלאפט נישט.

כה לחי. השי"ת זאל דיר געבן די ריכטיגע געפילן צו קענען אנהאלטן דיין קבלה.
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

ווייט פיש האט געשריבן:עס איז דא א בריוו אין משפחה מאגעזין פון ר' ישראל משה שפיטצער מעיאר פון שיכון סקווירא. אין דעם ענין

געטראפן אויף זייער סייט
Admiration and Respect [Screen Time / Issue 896
]
I read the article “Screen Time” about a Jew who made the decision to stop spending time on LinkedIn, and was very inspired.

I am a proud Skverer chassid living in New Square. I can personally confirm that the Skverer Rebbe is leading a constant campaign against smartphones and exposure to the Internet and all other social media sites in a very smart, calculated way. His influence penetrates worldwide, with a tremendous siyata d’Shmaya.

I personally signed one of the Rebbe’s requests not to view any type of video content. I was not able to keep this commitment and instead committed to watch Torah content only. We all know that once we have access, there are constant tests to pass, which is very dangerous.

After reading this article, I took upon myself to keep my original commitment, with no exceptions.

I would like to share with the readers that I attend meetings with governors, senators, and congressmen at which they watch me use my kosher phone. Most of the time, this leads to a conversation about the purpose of the phone. It almost always ends with them expressing admiration and respect (and sometimes even envy) for the policy.

As we all know, smartphones and social media can be very addictive. I suggest trying a one-hour blackout of your smartphone anytime during the day. Try it; eventually you’ll realize that you can be in control.

Yisroel Moshe (Izzy) Spitzer, mayor of New Square
די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
יוד
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

בס"ד

א גוטן מועד, וויבאלד ס'שטייט דא אין די תגובות אז מ'האט ביי אסאך משפחות וואס מ'האט מחמיר געווען אגאנץ יאר נישט צי קוקען ווידיאוי אין חול המועד האט מען מקיל געווען,(נישט אלס ביי זיך נאר מ'איז געגאנגען צי א פעטער וכד') איז די צייט פאסיג צי רעדען פון דעם ענין פון ווידיאוי בכלל והסמתעף וואס עדיין הדבר נוגע.
כ'שטעל מיך פאר אז אסאך פון די נקודות איז שוין געשריבען געווארען אין די לעצטע 23 בלעטער ואתכם הסליחה

איך וועל ציטיילען דאס ענין אויפ אפאר טיילען בעזהשי"ת ויהו רצון שלא יאמר פינו שלא כרצונו

א) קודם די עיקר איסור פון ווידיאוי איז געווען צילוב די גרויסע איסור פון הסתכלות אסורות וואס קוקען אויף נשים במקומות המכוסים ( שצריכים להיות מכוסה)
איז אסור מן התורה אויף אלע עריות. אלע חתונה'ע געהאטע איז אפגערעדט אז ס'איז נכלל, נאר אויך איעדע מיידעל העכער 12 כמבואר במ"ב ועוד אז אלע זענען מוחזק ווי א ערוה דאורייתא
יעצט אפילו אין מקומות המגולים ווי די פנים פונגערס פון די הענט אויב איז דא א כונה להנאה ח"ו איז'ס אסור מן התורה ( לויט זייער אסאך פוסקים, מדרבנן זיכער) אויב
האט מען א הרהור רע ח"ו ביים קוקען איז'ס שוין אסור מן התורה נישט קיין נ"מ ווי אלט אפילו גאר יונג אין נישט קיין חילוק צי א יודישע צי א גויטע! לויט רוב פוסקים זענען נשים וואס זענען מלובש בתכשיטים ( וואס איז בעוונותינו הרבים היינט די רובו ככולו איפלו בפרהסיא) אסור אלס חזקה אז ס'איז דא הנאה... תכשיטים איז נכלל אויך פארבען-לכ"ע
( הנאה אן הרהור-וואס איז פאר זיך אסור ביז- הרהור וואס איז זיכער אסור מן התורה איז זייער א דקות'דיגע חילוק ויש מקום ליצר לעשות ערמות והיתירים שאינם - ושוחט חייב משום צובע...)

ב) צי דעם עיקר איז אויך דא ( ביי געוויסע פעלער אלע ביי געוויסע ווייניגער) לשון הרע רכילות ניבול פה לצנות אין סתם גוי'ישע השקפה'דיגע דרכים היפך דעת תורה
יעצט אויף דעם ערשטער עיקר'דיגע איסור{ים} וואס נפשו של אדם מחמדתן איז געווען די עיקר פחד וואס דאס איז די יסוד היסודות פון אידישקייט דאס איז געווען די עיקר כונה פון אלע איסורים-גדרים-הרחקות ( מ'דארף א עקסטערע שמוס צי ס'איז יא געווען א גזירה צי נאר א גילוי אויף אן עקסעסטירענדע איסור(ים) צי ביידע. צי יש חולקים בדבר זה גופא-ס'איז אפשר סייווי נישט אזוי ווייט א חילוק ברוב הפעמים כמבואר לקמן בעזהשי"ת)

ג)יעצט דאס איז קלאר אז גוי'ישע מאווי"ס- ווידיאוי"ס פאר אינטערטעימינ"ט וואס די עקטערס זענען גוים וגויות זענען אסור בתכלית ווייל זיי זענען אפען במקומות המכוסים על פי הלכה אין יעדע מחשבה להנאה אפילו במקומות המגולים כ"ש במ"ה אדער יעדע הסתכלות אין יעדע הרהור איז פאר זיך שרעקליכע איסורים וואס מנפש עד בשר מכלה

ד) גוי'ישע נייעס איז געווענטלעך נישט ווי ג) אבער איז אויך געווענעל פארבינדען מיט הסתכלות במ"ה, אפילו ווען אנגעטוהן ווינטערדיג איז נאך אלס שייך די איסור פון הנאה אין פון הרהור

ה) משפחה ווידיאוי"ס וואס ס'איז אראפגעכאפט סיי די מענער סיי די פרויען ווי א שמחה וכדומה איז אסור לכ"ע מענער טארען נישט זעהן נישט קיין שום פרוי אויסער מאמע באבע שוועסטער. נישט קיין שוועגערענס נישט קיין שנור אין אודאי נישט קאזענס וכד' ( מ'איז ביי שמחות רובם ככולם מכושט, אין אפילו נישט ביי שמחות אין יעדער איז אנגעטוהן אויסגעהאלטען אויב איז דא הנאה איז אסור לכ"ע אין אודאי הרהור איז אסור לכ"ע)

ו) יעצט ביז די ס' יארען וואס בלויז מענער אויפ אן אויסגעהאלטענע אופן איז געווען א דבר שאינו מצוי ( יא יא אונז ווייסען אז ס'איז שוין געווען עטליכע פלעי"ס) יא אין אראפכאפען משפחה איז קלאר נישט אויסגעהאלטען אויסער פאר א טאטע וואס כאפט נאר אויפ די קינדער אין נישט אויפ די שנור שוועגערען וכו' וכו' ( קענסט ציילען וויפוהל אזעלכע ווידיאוי"ס ס'איז דעמאלס געווען??)האבן די גדולים נישט געמאכט קיין שום חילוק אין נישט ציגעלאזט אין אפילו אן אויסנאם פון א צורך צדקה וכד' האט מען נישט געלאזט ברעכען דעם גדר. קיין שום ווידיוי"ס נישט אין פארטוג!

ז) די גדר-איסור( אין כאן מקומו) איז געווען אז א ווידיאוי איז א "חפצא של איסור" ( ביי רוב עכ"פ זעה ווייטער) אין האט גארנישט געהאט בשורשו מיט "ריקעדיגע בילדער" מ'האט נישט כולל געווען געי"ם בוי"ס טיי"ם אייט"ס אפילו אזעלכע דיסקס וואס ריקען זיך אליינס אויך נישט ( שוין געווען א שיינע פאר אין די נון'ס). נאר די גדר איז נולד געווארען ביי אזעלכע זאכען וואס מ'האט פארשטאנען קלאר אז דאס איז נישט געווען בעצם די דבר האסור
אין מ'האט געוואלט ווייזען פאר קינדער אין די מוסד וכד' אויפ אן אויפן וואס קוקט בעצם אויס ענדליך ווי ווידיאוי- סלייד"ס,האט מען מחלק געווען אז נישט ריקעדיגע בילדער גייט אודאי נישט אריין אין דעם גדר-איסור אין ס'איז נישט א חפצא של איסור נאר מ'קוקט וואס די תוכן איז... אבער ריקעדיגע איז שוין ווייטער נכלל אין דעם לא פלוג- צי אין דעם- היום אומר כו' ( כאטש אפילו דאס האט טאקע מער כוח המושך ווי פיקטשערס דאך איז דאס נישט געווען אפילו א סניף פון די הכרזות אויפ'ן איסור - דאס איז געווען מער א גדר ביי די מוסדות אין א תקנה אין געוויסע חדרים ווייל ס'שטערט די קינדער וכד')

ח) יעצט דעס אז ס'איז באטראכט געווארען ווי א חפצא של איסור אין אפילו א דבר מצוה האט מען נישט מחלק געווען איז געווען ביי זייער א גרויס טייל ס'איז אבער יא געווען אזעלכע ווי ר' עובדיה יוסף ז"ל וואס כאטש ער האט גע'אסר'ט ווידיאוי"ס האט ער מתיר געווען שיעורים אין זיך געלאזט אראפכאפען אפציעיל ביים פארלערנען
אין אפילו ביי די וואס האבן נישט בפירוש געמאכט דעם חילוק האט מען אבער ביי אסאך גדולים געזעהן ווי זיי זענען מעלים עין ביים געבען א דרשה אפילו ביים בפירוש וויסען אז מ'כאפט זיי אראף

ט) אויפ אינטערנע"ט אן א פילטער זענען די אלע אויבערדערמאנטע איסורים דא אין מיט א שמוץ אריבער דא זענען שוין דא אסאך פוסקים וואס האלטען אז ס'איז שוין א דין פון יהרג ואל יעבור ווייל ס'איז שוין ממש אין א בחינה פון אביזרייהו דג"ע ( והשתיקה יפה איז דא געזאגט געווארען אבער די חומר האיסור מוז ארויסגעברענגט ווערען)

י) מיט די יארען ( ס'איז נישט דא אויפ דעם א טאג ידוע אבער וואס א טאג חודש יאר שפעטער אלס מער אי מער) איז די ענין פון דארפען אנקומען צי די נע"ט אין האבן יעדער ( נישט ממש יעדער כמובן אבער גאר גאר אסאך) האט א פאו"ן וואס קען נעמען קליפס- ווידיאוי"ס אויפן פאו"ן, אין די מציאות פון האבן שיעורים אין פשוט'ע כשר'ע קליפ"ס ( כשר מיין איך וואס גייט נישט אריין אין קיין שום פון די איסורין אויבען דערמאנט). אין מער אזוי ווען אין ארץ ישראל איז ארויסגעקומען די כשר'ע סמארט פאונ"ס וואס זענען געווען ריין פון אינטערנעט ( אויסער אימעי"ל ביי געוויסע אויב איך מאך נישט קיין טעות) אבער בילדער אין קליפס איז יא געווען איז די פאקט געווען אז אסאך פון די גדולים האוסרים
ווידיאוי"ס האבן יא געלאסט כאפן ולא צפצפו בפה כלל אריינגערעכנט רב אלישיב ז"ל רב ואזנער ז"ל ועוד ועוד יעדער ווייסט מסתמא פון מער ווי איין אמאליגע אוסר וואס זאגט נישט אפילו פאר די אמת' נאנטע אז גדרו ואיסורו במקומו עומדת נאר אדרבא באמת נשתנו העתים ( ר' חיים קנייסקי שרייב'ך נישט ווייל ער האט אפשר בכלל נישט געוויסט וואס די כאפערס ארום אים איז).
אין אפילו נישט די פוסקים נאר סתם גרויסע מגיד שיעורים ווי ר' מנשה ישראל רייזמאן ( ניין ער איז נישט סתם א פארנאטישע חסיד שוטה פון בעלז) וואס פלעגט נישט לאזען כאפען לאט לכתחלה פון אים כאפען זיינע שיעורים, פון א שיינע פאר תלמידי חכמים גדולים האב'ך פארשטאנען די זעלבע אז די אלע שיעורים זענען נאך אזויווי צורך פרנסה וואס די גדולי הדור האבן באמת מתיר געווען צילוב די דראסטישע ענרערינג אין מציאות הדברים... אבער מער פון דעם אפילו סתם בר מצוה'ס נאר פון די מענער צי חתונה'ס נאר די מענער איז אויך נישט די זעלבע ביי די רבנים ווייל די מציאות האט זיך געטוישט

יא) מ'זאל ח"ו נישט האבן א טעות וואס איך שרייב אין אות יוד איך רעד נישט פון איינער וואס האט אין באציץ ווידיאוי"ס אין זיין פאו"ן וואס ענטהאלט נשים דעמעלס איז ווייטער דא די גדר-איסור פון אפילו כשר'ע קוק נישט ווייל די וועסט ציקומען ח"ו צי נישט כשר'ע אין אויפ אזא פאון - טעבליט קאמפיוטע"ר שטייט "אל תשכן באוהליך עולה"

נאר איך רעד אויסדריקלעך פון א מאושר'דיגע מאשין וואס די כאפסט בלויז וואס די ווילסט אדער די האסט עקסע"ס נאר צי שיעורים ( דורך משומר וכד' ) אדער צי זאכען וואס דיין דעת תורה פסק'נט דיך אז די מעגסט לצורך וואס ס'זאל נאר זיין.
אויך וויל איך מוסיף זיין אז ס'איז אויך דא קהילות וואס איך פארשטיי אז אפילו היינט מאכט מען נישט קיין חילוק אין ווען ס'קומט אן אפציעילע מעמד מטעם הקהלה לאט מען גארנישט אויפ ווידאוי איך רעד אבער פון א ריזען חלק כלל ישראל וואס אפילו די גאר חשוב'ע אידען תלמידי חכמים באניצען זיך יא באופן מותר אין קוקען קליפס ווי שיעורים וכד' וואס פאר 15 יאר צירוק בערך זענען זיי געווען ממש פון די מוחים ברבים אנטקעגען ווידיאוי"ס!

יב) נאך א וויכטיגע נקודה א דיין קען דיך נישט מתיר זיין וואס די תורה אסר'ט ס'איז דא אזעלכע וואס באקומען א היתר פון א דיין אין נוצן אויס דעם סיסטע"ם אין קוקען מיט א גלייכגילטיקייט זאכען וואס גרענעצט'זך מיט איסורים מיטן אויסרייד אז "איך האב א היתר" מ'דארף זיך דורך רעדען ווען מ'דארף א היתר אויפ אינטערנע"ט אין וועלכע פילטע"ר וכד' מיט א דיין מומחא אויפ די ענינים אדער ארויסזאגען פארן דיין פונקטלעך וואס די רעדע איז וואס די צורך איז אין וואס יא אין וואס נישט, לא הביישן למד

יג) בנוגע חינוך מיין אין אז יעדע חדר האט זיינע גדרים אין די עלטערען זאלען שיקען צי אזעלכע חדרים וואס שטומט מיט זייער השקפה אין מיט די דעת תורה פון זיין רב-דיין אין איך מיין אז כמעט אלע אפילו די מער מקילים האלטען אז מ'דארף אריינלייגען אין די קונדער אז וואס מ'טוט דארפ זיין ע"פ תורה אין אז ווידיאוי"ס קליפס אינטערנע"ט אן א היתר פון א דעת תורה איז חזיר טרייף אין ברענגט ליידער אזויפול אידען צום אפגרונד ( מסביר זיין וואס יא אין וואס נישט פונקטלעך, אין פארוואס יא פארוואס נישט איז זייער שווער אין אסאך מאל באמת נישט מעגליך אין קען ברענגען זייער נישט גוטע רעזאלטאטען פאר קינדער ר"ל)

יג) איך וויל מסיים זיין ( פאר יעצט) מעין הפתיחה אז חול המועד האבן געוויסע מקיל געווען, אויב איז'ס דיין פאטער דיין זיי אים דן לכף זכות אז ער האט געפרעגט א דעת תורה וואס האט פארשטאנען אז בעצם איז די זאכען וואס דו קוקסט נאר געווען א גדר, אין לצורך שמחת יו"ט אין אלס הבטלה מביא לידי שעמום ווייל די האסט נישט געהאט קיין חדר אין ס'איז געווען ביי יענעם,( ביים פעטער צי ווער) וואס איז דא א קלענערע טשענ"ס אז איינס וועט שלעפען די צווייטע... אבער היינט זאלסטו פאלגען דיין רב אויב אסר'ט ער נאך היינט פאלג, אויב האלט ער אז מ'מעג דארפסטו נישט גיין צום פעטער קענסט'ס טון מיט שמחה אינדערהיים וואס איז אויסגעהאלטען! א לעכטיגען מועד אין א לעכטיגען תמיד!
יוד
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

Programming האט געשריבן:
רעים האט געשריבן:
Programming האט געשריבן:זעהסט דאך קלאר מלשונו, עס איז מוכח מתוכו אז ער רעדט פון טריפה'נע ווידיא'ס וועלכע זענען ממילא אסור מצד עצמותם

מורא'דיג א שטארקע ראיה צו טראק דרייווער וסייעתו

איך האף אז טראק דרייוער ניצט נישט די זעלבע דיוקים אויף די ק"ק...
די רבי זאגט פאר דעם "אפי ס'איז שווער צו זאגן אז ס'איז אסור ווייל ס'איז דא אסאך פלעצער וואס מען קוקט יא, און צווישען זיי אזעלעכע וואס זענען באמת זייער חשוב אבער ווידיא קוקן זיי נאכאלטץ טוישט עס גארנישט סכ"ס איז א קשיא וואס האט נישט קיין תירוץ"

עניוועי די רבי האט קלאר געזאגט וואס ער האלט אז די ווילסט שרייב וואס די האלטס.... לאז ארויס די רבי זצ"ל

ער זאגט אז דאס איז א עצמות האיסור, נישט מכח א גדר אדער א גזירה. אין די תרי"ג מצות ווערט דאס נישט דערמאנט און דער רבי זצ"ל (מאנסי?) איז נישט חשוד עובר צו זיין אויף בל תוסיף. סאו בהכרח אז ער רעדט פון טמא'נע אסור'דיגע טריפה'נע ווידיאס

שמעתי אז די ווישניצע רבי ז"ל פון מאנסי האט געהאלטען אז יעדע קעמרע איז בעצם אסור ער האט חייש געווען צי די סוברים אז פיקטשערס איז אסור מדינא
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

איך האב דעם יום טוב אריינגעבאמפט אין אסאך פאשקעווילן, גליונות, און אויסגאבעס וואס איז געווען ברייט אויסגעשמיסט די טעכנעלאגיע פראבלעמען וואס פלאגט דעם דור, דאס נעמט אריין פארשטייט זיך סמארטפאונס ואביזרייהו און אזוי אויך ווידאו, טעקסט מעסידזש, וואטסעפ, סאושל מידיע וכו'. דאס איז נאכפאלגנדיג א דרייוו ביים היימישן ציבור צו זיך מער און מער אפהאקן פון טעכנעלאגיע וואס נעמט היינט אריין יונגעלייט וואס פארמאגן אפילו נישט קיין טעקסט אדער ווידאו אין שטוב.

אין די קומענדיגע שורות וועל איך זיך באצוהען בעיקר צו טעקסט מעסידזשעס און ווידאו ווייל דאס איז עפעס וואס רוב מענטשן באנוצן זיך יא און לדעתי האט בכלל נישט קיין שייכות צו די אינטערנעט פראבלעמען וואס מיר ליידן.
איך וועל נישט אריינגיין במציאות הדברים צו עס איז שייך צו האבן געפילטערטע וואטסעפ הגם איך האב געזעהן אז די ארויסגעבערס זענען נישט אזוי באוויסט אין די עניינים (איינס פון די גאר רייכע אויסגאבעס האט אין אן אינטערויו עטליכע מאל ערווענט אז כשרע וואטסעפ איז נישט עפעס וואס באשטייט וואס למעשה איז דאס ווייט פון אמת ואכמ"ל).

אלזא מיר קוקט אביסל אויס אז די אנטי טעקסט און ווידאו עלעמענטן באשטייט פון געוויסע יחידים וואס וועלן סיי ווי אזוי אלעמאל טרעפן עפעס אנצוהאלטן זייער קול מחאה און אזוי אריינשלעפן אידן וואס ווילן זיין גוט אבער ווייסן נישט פונקטליך מה חובתם בעולמם, וואס מעג מען יא און וואס נישט, און צו איז אלעס וואס האט צוטוהן מיט טעכנאלאגיע טרייף, אא"וו, נישט אז עס איז שלעכט אויפצוגעבן טעקסט און ווידאו נאר דאס איז עפעס וואס גייט זיך נישט אפשטעלן ביי דעם און די ארויסגעבערס וועלן אויפקומען מיט עפעס פריש צו האלטן דעם עולם געשפאנט מיט מער שטייפערע פרומקייטן און זוכן אינטער די ערד אזויגערופענע פראבלעמען כדי אנצוהאלטן זייערע עקטיוויטיעס און עטשיוון זייערע גאולס. וואס איז אמאל געווען א באקוועמע ניצבארע קאמונוקאציע מיטל וואס יעדער און אפילו די רבנים האבן פארשטאנען אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם איז שוין היינט פון די ג' חמורות.
נו, איז וואס איז דער פראבלעם? איז אזוי, ווען א איד כאפט אן התעוררות און איז זיך מקבל א געוויסע קבלה איז גאר גוט משא"כ ווען דער עולם ליינט זיך אן מיט נעגאטיווע אויפברויזנדע קאנטענט וואס פארמאגט נישט קיין הענט און קיין פוס נאר ארויסגעצויגן פון איינעמס דמיון אז נאר אזוי ווי איך מאך אפ קוקט לכאורה אויס א ערליכע איד און ווער עס גייט נישט מיט איז סתם א אויפגעקלערטע, דא איז שוין א שטיקעלע פראבלעם און דאס איז גורם אז אסאך וועלן אנקוקן די ארויסגעבערס ווי עקסטרעמיסטן און זאגן אז איך קען נישט מיטגיין דערמיט און ממילא בעק איך אינגאנצן ארויס...

וואס פארשטייסטו בכלל? די ווייסט וואספארא חרבנות טעקסט האט שוין אנגעברענגט? די ווייסט וויפיל אידישע שטובער זענען ציגרונד געגאנגען וועגן ווידאו? יא יא די דידזשיטל קעמערע!!
אלזא פארוואס האמיר נישט געהערט איר זאלט ארויסגיין קעגן אימעיל? דאס האט דאך לכאורה ביידע פראבלעמען און נאך אויף א שטערקערן פארנעם..! איז אזוי, אדער האט איר מורא צו רעדן דערפון ווייל איר ווייסט אז סייווי גייט דער עולם נישט פארמאכן דעם אימעיל אדרעס זאל זיין וואס זאל זיין און ממילא וועט איר דאך זיין צו שאנד און צו שפאט, אדער גאר איז אימעיל טאקע נעקסט אויפן ברעטל.
נו, עמער זעהן.

*דיסקלעימער: איך בין נישט געקומען אראפרייסן אידן וואס געבן אוועק פון זייערע געלט און צייט אויפצוטוהן פאר אידישקייט אדער חס וחלילה רבותינו הקדושים וואס שטעלן זיך ארויס קעגן ווידאו נאר א נקודה למחשבה פאר די ארויסגעבערס, לדעתי דארף מען אביסל מער יישוב הדעת און מער דעת תורה וואס צו זאגן און וויאזוי צי זאגן און נישט אלעס וואס קוקט אויס תיקון העולם איז באמת אזוי...
אוועטאר
ניינער
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:32 am
לאקאציע: ברוקלין

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניינער »

עלעמענטן, פאשקעווילן, יחידים, עקסטרעמיסטן.
ס׳שמעקט נישט גוט…
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

ניינער האט געשריבן:עלעמענטן, פאשקעווילן, יחידים, עקסטרעמיסטן.
ס׳שמעקט נישט גוט…

דיסעגריעד האסטו נישט, איז ליינט'זשע נאכאמאל אן די ווערטער וואס געפעלט אייך נישט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

כאב נישט געזען קיין אנטי-טעקסט בראשורן, נאר אז סיז נישט פאר בחורים, און א קאמפיין פאר כולל אינגעלייט זיך צוריק צו האלט דערפון
אוועטאר
ס’שפעט
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 12:40 am

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס’שפעט »

זיי אביסל בעסער מסביר אויף וואס דו בויסט דיין בנין אז ס’קומט פון מענטשן וואס זיכן סתם צו אנדרייען,
דיין ”אלזא” קומט נאך זייער א שוואכע ראי’, וואס אפי’ אויב דאס איז אמת וואס דו זאגסט קען מען פון איין טעות נישט ארויסדרינגן אזא שטארקע יסוד, ’ספיציעל’ ווען דו ווייסט אויך זייער גוט אז די פילטערס פאר וואטסעפפ איז נתנה למחלוקת צו ס’הייסט געפילטערט, צוליב דעם וואס דו קענסט נאר בלאקן למשל סטערעס (אזוי ווי איך האב דערווייל) אבער וואס דו באקומסט פון גרופס אדער פריוואט קענסטו זען, נישט קיין חילוק וואס די בילד איז. ממילא איז ריכטיג צו זאגן אז ”ס’איז נישט דא אזא זאך ווי כשר’ע וואטסעפפ!”
עגען אויב האלסטו אנדערש מעגסטו אבער פארשטיין אז זיי האלטן יא אזוי אז ס’איז נישט כשר ממילא די גאנצע הנחה איז שוואך, חוץ אויב דו ווייסט מער פון דעם און האסט עס נישט געשריבן.
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

ס’שפעט האט געשריבן:זיי אביסל בעסער מסביר אויף וואס דו בויסט דיין בנין אז ס’קומט פון מענטשן וואס זיכן סתם צו אנדרייען,

קען זיין אז זייער כוונה איז נישט סתם צו אנדרייען און איך האב דאס נישט געזאגט, אבער די תוצאה פון האקן אויף זאכן וואס זענען נישט אנגענומען אלץ עבירות אדער דירעקט פארבינדן מיט מכשולות און זענען אין באניץ אין רוב כלל ישראל ברענגט נישט די געוואונטשענע רעזולטאטן און בפרט אז ווען איינס ענדיגט זיך קומט די צווייטע.
בנוגע כשר'ע וואטסעפ: מיין סטאטוס און פרופייל בילדער זענען 100% געבלאקט (דהיינו ווען איך קליק אויפן סטאטוס קנעפל אדער פרופייל בילד וועט זיך די אפליקאציע צומאכן) איך בין אנגעשלאסן אין איין גרופ וואס ברענגט בילדער און תורות פון מיין רבי, איה"נ איך קען דזשוינען מער גרופס אבער איך טוה דאס נישט און פארדעם איז שוין גענוג עס אנצורופן כשר און איז גארנישט אנדערש ווי אימעיל.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17814
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אימעיל ווערט פארשווארצט אדער פארבלויט יעדעס בילד.

לשיטתך איז אן אפענע בראוזער כשר ווילאנג איך סוירטש נאר כשר'ס
אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ששת אלפים
תגובות: 6651
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוש פייוויש »

;l;p- @פאלעקס
@ מיטל מזרח, אויב דו ביזט גרייט מקבל זיין את האמת ממי שאמרו, וועל איך דיר פארציילן בדידי הוי עובדה׳ס
יוד
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
ס’שפעט האט געשריבן:זיי אביסל בעסער מסביר אויף וואס דו בויסט דיין בנין אז ס’קומט פון מענטשן וואס זיכן סתם צו אנדרייען,
דיין ”אלזא” קומט נאך זייער א שוואכע ראי’, וואס אפי’ אויב דאס איז אמת וואס דו זאגסט קען מען פון איין טעות נישט ארויסדרינגן אזא שטארקע יסוד, ’ספיציעל’ ווען דו ווייסט אויך זייער גוט אז די פילטערס פאר וואטסעפפ איז נתנה למחלוקת צו ס’הייסט געפילטערט, צוליב דעם וואס דו קענסט נאר בלאקן למשל סטערעס (אזוי ווי איך האב דערווייל) אבער וואס דו באקומסט פון גרופס אדער פריוואט קענסטו זען, נישט קיין חילוק וואס די בילד איז. ממילא איז ריכטיג צו זאגן אז ”ס’איז נישט דא אזא זאך ווי כשר’ע וואטסעפפ!”
עגען אויב האלסטו אנדערש מעגסטו אבער פארשטיין אז זיי האלטן יא אזוי אז ס’איז נישט כשר ממילא די גאנצע הנחה איז שוואך, חוץ אויב דו ווייסט מער פון דעם און האסט עס נישט געשריבן.

קען זיין אז זייער כוונה איז נישט סתם צו אנדרייען און איך האב דאס נישט געזאגט, אבער די תוצאה פון האקן אויף זאכן וואס זענען נישט אנגענומען אלץ עבירות אדער דירעקט פארבינדן מיט מכשולות און זענען אין באניץ אין רוב כלל ישראל ברענגט נישט די געוואונטשענע רעזולטאטן און בפרט אז ווען איינס ענדיגט זיך קומט די צווייטע.
בנוגע כשר'ע וואטסעפ: מיין סטאטוס און פרופייל בילדער זענען 100% געבלאקט (דהיינו ווען איך קליק אויפן סטאטוס קנעפל אדער פרופייל בילד וועט זיך די אפליקאציע צומאכן) איך בין אנגעשלאסן אין איין גרופ וואס ברענגט בילדער און תורות פון מיין רבי, איה"נ איך קען דזשוינען מער גרופס אבער איך טוה דאס נישט און פארדעם איז שוין גענוג עס אנצורופן כשר און איז גארנישט אנדערש ווי אימעיל.

קום אריין קלאר וואס האט איר נישט געזאגט? דאס איז אייערע ווערטער

"אלזא מיר קוקט אביסל אויס אז די אנטי טעקסט און ווידאו עלעמענטן באשטייט פון געוויסע יחידים וואס וועלן סיי ווי אזוי אלעמאל טרעפן עפעס אנצוהאלטן זייער קול מחאה און אזוי אריינשלעפן אידן וואס ווילן זיין גוט אבער ווייסן נישט פונקטליך מה חובתם בעולמם, וואס מעג מען יא און וואס נישט, און צו איז אלעס וואס האט צוטוהן מיט טעכנאלאגיע טרייף, אא"וו, נישט אז עס איז שלעכט אויפצוגעבן טעקסט און ווידאו נאר דאס איז עפעס וואס גייט זיך נישט אפשטעלן ביי דעם און די ארויסגעבערס וועלן אויפקומען מיט עפעס פריש צו האלטן דעם עולם געשפאנט מיט מער שטייפערע פרומקייטן און זוכן אינטער די ערד אזויגערופענע פראבלעמען כדי אנצוהאלטן זייערע עקטיוויטיעס און עטשיוון זייערע גאולס. וואס איז אמאל געווען א באקוועמע ניצבארע קאמונוקאציע מיטל וואס יעדער און אפילו די רבנים האבן פארשטאנען אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם איז שוין היינט פון די ג' חמורות"
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

איז אזוי, אדער איז אלעס א פראבלעם אדער איז נאר אפענע אינטערנעט א פראבלעם. דהיינו, אויב איינער זוכט חלילה צו זינדיגן טאר ער באמת נישט האבן קיין קעמערע! ווער רעדט נאך פון טעקסט אבער מיר רעדן דאך פון עווריטש אדער נארמאל אדער רוף עס ווי אזוי די ווילסט.
ליתר הבהרה, עס איז דא אנגענומענע זאכן וואס יעדער פארשטייט אז עס ברענגט נישט קיין גוטס און פארדעם האבן מיר פילטערס תקנות וכו' אבער אויפקומען מיט פרימקייטן אויף יעדע זאך וואס קען אלס אריינמעמען א בעטערי איז נאנסענס.
וע"ז כתבתי כדלהלן
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:*דיסקלעימער: איך בין נישט געקומען אראפרייסן אידן וואס געבן אוועק פון זייערע געלט און צייט אויפצוטוהן פאר אידישקייט אדער חס וחלילה רבותינו הקדושים וואס שטעלן זיך ארויס קעגן ווידאו נאר א נקודה למחשבה פאר די ארויסגעבערס, לדעתי דארף מען אביסל מער יישוב הדעת און מער דעת תורה וואס צו זאגן און וויאזוי צי זאגן און נישט אלעס וואס קוקט אויס תיקון העולם איז באמת אזוי...
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

יוד האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
ס’שפעט האט געשריבן:זיי אביסל בעסער מסביר אויף וואס דו בויסט דיין בנין אז ס’קומט פון מענטשן וואס זיכן סתם צו אנדרייען,
דיין ”אלזא” קומט נאך זייער א שוואכע ראי’, וואס אפי’ אויב דאס איז אמת וואס דו זאגסט קען מען פון איין טעות נישט ארויסדרינגן אזא שטארקע יסוד, ’ספיציעל’ ווען דו ווייסט אויך זייער גוט אז די פילטערס פאר וואטסעפפ איז נתנה למחלוקת צו ס’הייסט געפילטערט, צוליב דעם וואס דו קענסט נאר בלאקן למשל סטערעס (אזוי ווי איך האב דערווייל) אבער וואס דו באקומסט פון גרופס אדער פריוואט קענסטו זען, נישט קיין חילוק וואס די בילד איז. ממילא איז ריכטיג צו זאגן אז ”ס’איז נישט דא אזא זאך ווי כשר’ע וואטסעפפ!”
עגען אויב האלסטו אנדערש מעגסטו אבער פארשטיין אז זיי האלטן יא אזוי אז ס’איז נישט כשר ממילא די גאנצע הנחה איז שוואך, חוץ אויב דו ווייסט מער פון דעם און האסט עס נישט געשריבן.

קען זיין אז זייער כוונה איז נישט סתם צו אנדרייען און איך האב דאס נישט געזאגט, אבער די תוצאה פון האקן אויף זאכן וואס זענען נישט אנגענומען אלץ עבירות אדער דירעקט פארבינדן מיט מכשולות און זענען אין באניץ אין רוב כלל ישראל ברענגט נישט די געוואונטשענע רעזולטאטן און בפרט אז ווען איינס ענדיגט זיך קומט די צווייטע.
בנוגע כשר'ע וואטסעפ: מיין סטאטוס און פרופייל בילדער זענען 100% געבלאקט (דהיינו ווען איך קליק אויפן סטאטוס קנעפל אדער פרופייל בילד וועט זיך די אפליקאציע צומאכן) איך בין אנגעשלאסן אין איין גרופ וואס ברענגט בילדער און תורות פון מיין רבי, איה"נ איך קען דזשוינען מער גרופס אבער איך טוה דאס נישט און פארדעם איז שוין גענוג עס אנצורופן כשר און איז גארנישט אנדערש ווי אימעיל.

קום אריין קלאר וואס האט איר נישט געזאגט? דאס איז אייערע ווערטער

מיט וועלכע ווארט האט איר א פראבלעם?
יוד
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

@מיטל מזרח איר האט געמאכט א טשאלענט ( מ'עסט שוין קטניות ב"ה) פון טעקסט מעסידזשע"ס מיט ווידיאויס, אין באשולדיגט יחידים מיט סתם זוכן פון אונטער די ערד
אזויגערופענע פראבלעמען...

ס'וואלט געווען כדי איר זאלט נעמען איינס צי צוויי זאכן פון וואס איר רעדט אין מסביר זיין פארוואס איר האלט אז ס'איז יא אויסגעהאלטען אין ירא הקהל וישפוט אין יתכן אז די עולם איז מסכים. סתם שיסען כללוית'דיגע טענות אן הסבר, ברענגט נישט ארויס די בולד פון ביידע זייטן. אין ברענגט לכאורה נאר ארויס דיין אויפרעגעניש אויף א געוויסע גליון וואס די האסט נאך נישט געזאגט פארן עולם פון וועלכע דו רעדסט
אוועטאר
מיטל מזרח ווינטל
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2019 7:26 am

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיטל מזרח ווינטל »

יוד האט געשריבן:@מיטל מזרח איר האט געמאכט א טשאלענט ( מ'עסט שוין קטניות ב"ה) פון טעקסט מעסידזשע"ס מיט ווידיאויס, אין באשולדיגט יחידים מיט סתם זוכן פון אונטער די ערד
אזויגערופענע פראבלעמען...

ס'וואלט געווען כדי איר זאלט נעמען איינס צי צוויי זאכן פון וואס איר רעדט אין מסביר זיין פארוואס איר האלט אז ס'איז יא אויסגעהאלטען אין ירא הקהל וישפוט אין יתכן אז די עולם איז מסכים. סתם שיסען כללוית'דיגע טענות אן הסבר, ברענגט נישט ארויס די בולד פון ביידע זייטן. אין ברענגט לכאורה נאר ארויס דיין אויפרעגעניש אויף א געוויסע גליון וואס די האסט נאך נישט געזאגט פארן עולם פון וועלכע דו רעדסט

אין די קומענדיגע שורות וועל איך זיך באצוהען בעיקר צו טעקסט מעסידזשעס און ווידאו ווייל דאס איז עפעס וואס רוב מענטשן באנוצן זיך יא און לדעתי האט בכלל נישט קיין שייכות צו די אינטערנעט פראבלעמען וואס מיר ליידן.
יוד
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
יוד האט געשריבן:@מיטל מזרח איר האט געמאכט א טשאלענט ( מ'עסט שוין קטניות ב"ה) פון טעקסט מעסידזשע"ס מיט ווידיאויס, אין באשולדיגט יחידים מיט סתם זוכן פון אונטער די ערד
אזויגערופענע פראבלעמען...

ס'וואלט געווען כדי איר זאלט נעמען איינס צי צוויי זאכן פון וואס איר רעדט אין מסביר זיין פארוואס איר האלט אז ס'איז יא אויסגעהאלטען אין ירא הקהל וישפוט אין יתכן אז די עולם איז מסכים. סתם שיסען כללוית'דיגע טענות אן הסבר, ברענגט נישט ארויס די בולד פון ביידע זייטן. אין ברענגט לכאורה נאר ארויס דיין אויפרעגעניש אויף א געוויסע גליון וואס די האסט נאך נישט געזאגט פארן עולם פון וועלכע דו רעדסט

אין די קומענדיגע שורות וועל איך זיך באצוהען בעיקר צו טעקסט מעסידזשעס און ווידאו ווייל דאס איז עפעס וואס רוב מענטשן באנוצן זיך יא און לדעתי האט בכלל נישט קיין שייכות צו די אינטערנעט פראבלעמען וואס מיר ליידן.

איר ערווארט מ'זאל דא זעהן די צוויי צדדים די סבות האוסרים אין די סבות אז ס'איז מותר???

בכלל נישט. איך האב נאר געזאגט מיין מיינונג און איר קענט דיסעגריען און מסביר זיין פארוואס איר האלט פארקערט.
יוד
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

אין דיין ערשטע תגובה ערווענסטו אויך נישט קיין הסברים לאיסור או להיתר

דו שרייסט סתם אויף געוויסע גליונות אז זיי האבן א מאטי"וו פון עניוועי"ס מוחה זיין אין ס'האט באמת נישט מיט קיין אידושקייט פראבלעמען

אדרבה ברענג וואס זיי זאגען אין ברענג ארויס די צד שכנגד אונז זענען גרייט צי הערען
יוד
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: ווידיאו ביים היימישן ציבור

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
יוד האט געשריבן:
מיטל מזרח ווינטל האט געשריבן:
יוד האט געשריבן:@מיטל מזרח איר האט געמאכט א טשאלענט ( מ'עסט שוין קטניות ב"ה) פון טעקסט מעסידזשע"ס מיט ווידיאויס, אין באשולדיגט יחידים מיט סתם זוכן פון אונטער די ערד
אזויגערופענע פראבלעמען...

ס'וואלט געווען כדי איר זאלט נעמען איינס צי צוויי זאכן פון וואס איר רעדט אין מסביר זיין פארוואס איר האלט אז ס'איז יא אויסגעהאלטען אין ירא הקהל וישפוט אין יתכן אז די עולם איז מסכים. סתם שיסען כללוית'דיגע טענות אן הסבר, ברענגט נישט ארויס די בולד פון ביידע זייטן. אין ברענגט לכאורה נאר ארויס דיין אויפרעגעניש אויף א געוויסע גליון וואס די האסט נאך נישט געזאגט פארן עולם פון וועלכע דו רעדסט

אין די קומענדיגע שורות וועל איך זיך באצוהען בעיקר צו טעקסט מעסידזשעס און ווידאו ווייל דאס איז עפעס וואס רוב מענטשן באנוצן זיך יא און לדעתי האט בכלל נישט קיין שייכות צו די אינטערנעט פראבלעמען וואס מיר ליידן.

איר ערווארט מ'זאל דא זעהן די צוויי צדדים די סבות האוסרים אין די סבות אז ס'איז מותר???

בכלל נישט. איך האב נאר געזאגט מיין מיינונג און איר קענט דיסעגריען און מסביר זיין פארוואס איר האלט פארקערט.

איך ווייס נישט וואס איר האלט וויאזוי קען איך עגריע"ן צו דיסעגריע"ן

איך פרובור אייך דאס טאקע מסביר צי זיין מ'זעהט נישט אזוי ווייט א מיינונג ווי א אויפרעגעניש פון אייערע ווערטער איך וועל בל"נ זייער גערען עגריען צו דיסעגריע"ן
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”