שלישי אויפן פייער עסקעיפ

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ס'איז קלאר ביי אלעמען אז איינמאל די גאנצע מגיפה וועט בחסדי בשם פאריבערגיין און די רעגירונג וועט בעז"ה אראפנעמען די "סאושל דיסטענס" געזעצן וועט יעדער אין די ערשטע פאסיגע געלעגענהייט צוריקלויפן אין די שוהל'ן און זיך פרייען אז די געווענליכע סדר היום איז צוריק.

ווער ווארט דען נישט אויף די מינוט? די מינוט מ'וועט ווידעראמאל שפרייזן אין שוהל מיט די קינדערלעך ביי די זייט. די מינוט מ'וועט ווידעראמאל זיך זעצן אויפן גרויסן באנק מיט די שוהל-שכנים און זיך גריסן א העפליכן "גוט שבת" נאך א פארמאטערטע וואך. אהההה... די מינוט מ'קען רואיג זיצן מיט א ספר און די האנט און ליינען א דבר תורה. די רב – ווי בעפאר די מגיפה – הייבט ווידעראמאל אן פייערדיג דעם "הודו לשם כי טובבבבב, כייייי לעולם חסדו". אה, און ווער רעדט נאך פון די הנאה פון אפזאגן דעם ברעטל, אויך גענוי ווי בעפאר די מגיפה. בקיצור, איר פארשטייט אלע סייווי וואס איך מיין. איר אויך, בענקט זיך אלע צוריק צום שיינעם ביהמ"ד און אלע אירע פונקציעס.

איך וועל אייך זאגן דעם אמת. איך בין נישט אזוי זיכער.

איך ווייס נישט אויב איך בענק זיך טאקע אזוי צוריק צום געהעריגן שוהל ווי אין די אלטע גוטע צייטן. וואס קוקסטו? אוודאי, מיר ווארטן געוויס אז ס'זאל שוין זיין חדש ימינו כקדם און אלעס זאל צוריקגיין צום אלטן. אבער דעם ענין. די שבת'דיגע תפילות, די יום טוב'דיגע תפלות האט עפעס א באזונדערן באדייט ביי מיר זינט איך בין אין קוואראנטין.

זינט די שוהל'ן אין די שטאט האבן ליידער געדארפט פארקלאפן די טויערן פאר די מתפללים האבן טיכטיגע שכנים איבערן גאנצן שטאט, אייגענטליך איבער די גאנצע וועלט, זיך געיאוועט און געמאכט פריוואטע מנינים, אויף פארטש'ס, אין בעק יארד'ס, און אזוי איז מען מצרף צום מנין שכנים פון די גאס אויף די אנדערע זייט, פון אונטן און פארנט. איינער זעהט דעם צווייטן, א צווייטער זעהט דעם דריטען, עטליכע יחסנים זעהן יעדעם. אקיצור, ס'איז דא ברייט מנין ב"ה לויט ווי די רבני ודיינו דורינו האבן גע'פסק'ט אז לאור המצב זאל מען דאווענען אויף דעם מהלך.

איר זעהט, נישט יעדער איז ממש אזוי מזל'דיג. נישט יעדער האט צען אידישע שכנים, אנדערע האבן שכנים דווקא מיט טעכטער, און נישט יעדער האט ווי צו שטיין, וכדו'. איך למשל פאררעכן זיך גראדע אלץ גאנץ א מזל'דיגער אינגערמאן. איך פארמאג טאקע נישט קיין פארטש, אבער פארט האב איך א פייער עסקעיפ!

איז אזוי. ווען עס קומט די זמן אויף וועלעכע אלע שכנים האבן זיך פאראייניגט ווען מ'גייט זיך שטעלן דאווענען, גיי איך צום פענסטער אין קאך, איך מאך עס אויף דאס מערסטע וואס שייך, איך ריק א קליין ריגל וועלעכע מאכט אויף אויך די אייזערענע גאראטעס. דאן שטופ איך ארויס דעם קאפ און קוק הין-און-צוריק אויב מ'שטעלט זיך שוין. אויב זעה איך פאזעטיוו דאן וועל איך אויפהייבן איין פיס הויך און דאס ערשט ארויסלייגן אינדרויסן פונעם פענסטער, דאן בייג איך זיך עטוואס אראפ די קערפער און איך שטעק ארויס דעם קאפ, הערשט דאן לייג ארויס דעם צווייטן פיס און איך לאנד אראפ אויף די פייער עסקעיפ (פאר די וואס ווייסן נישט וויזוי דאס קוקט אויס, זאלן ביטע פרעגן אנדערע. אנע בילדער קען איך דאס נישט געהעריג מסביר זיין) הערשט דאן וועט מיר א קינד איבערגעבן דאס שטריימל וועלעכע וואלט אראפגעפאלן פונעם קאפ אויב איך וואלט דאס געטוען בשעת עס ליגט אויף מיר.

איינמאל איך בין אינדרויסן אויפן פייער עסקעיפ, וויל איך איר זאלט זיך אביסל באקענען מיט מיין נייעם "היכל התפילה". סאיז מער א ברייטע שטיבל. דאס הייסט עס איז גרעסער פון דרום צו צפון ווי פון מזרח צו מעריב. אין נומבערס, דרום צו צפון איז עס אומגעפער 5 פיס, ווידעראום מזרח צו מעריב איז עטוואס קלענער, ביילייפיג 3 פיס. צו פארשטיין בעסער, די היכל הביהמ"ד זעלבסט איז גרויס 15 סקוועיר פוס! ממש אין צענטער פונעם היכל ציעט זיך ארויף א הויכן לייטער, וואס פאר מיר דערמאנט דאס די באקנטער סילם פון יעקב אבינו'ס חלום, וואס דערביי טראגן די מלאכים ארויף מיינע תפילות. מיט איין אינטערשייד, אז אנשטאט ארויף צום הימל גייט מיין לייטער בלויז צום דאך פונעם בנין, ווייסעך נישט גענוי ווי דאס גייט ווייטער פון דארט.

אביסל איבער די לאג'יסטישע חלקים. א בענקל קען איך נישט אראפשטעלן, דערווייל. די פלאהר איז געמאכט פון לענגערע אייזענעס, וועלעכע זענען אפגעטיילט איינע פון די אנדערע מיט גרויסע לעכער אינצווישן. אזוי אז אויב לייג איך א בענקל וועלן די פיסלעך זיך טרעפן דערונן. אראפצולייגן די סידור איז אויך א פראבלעם. א שטענדער האב איך נישט. צו לייגן אויפן געיט ארום איז א שטיקל ריזיקע. עס קען פאלן. אבער אנשטאט פאלן אויף דער ערד וועט עס פאלן דריי שטאק אראפ צווישן ווילדע צווייגן און ביימער. איז דאס אויך נישט קיין גלייכע עצה. אלזא האלט איך עס אין די הענט. גאר לעצטענס האבן מיר אינסטאלירט א שטארקע לעקטער וועלעכע ארבייט אויף באטערי צו קענען זינגען די שירה שביעי של פסח אויפדערנאכט, פון אינווייניג אונעם סידור. און בכלל יעדע נאכט מנחה-מעריב.

איז צוריק צו אונזער מנין. ווי איך האב געזאגט אין אנהויב. איך גלייך עס זייער, און איך האב נישט קיין פראבלעם אז דאס בלייבט אזוי. אונזער מנין וועלעכע באשטייט פון ממש א מנין האט אלעס וואס א ריזיגער שוהל האט אין געווענליכע זמנים. מיר זענען אידן אויף פארטשעס פון דריי גאסן. ווי א "ח" (אן עוועניו מיט צוויי סייד סטריטס) יעדער זעהט זיך און הערט זיך. מיר האבן אין די יארגאנג פון א בן שמונים קע"ה ביז צו א פריש געביגעלטער קאפל. אן אהבת קדומים סענז סט. איד און אני הקטן וואס איז עטליכע צוואנציג יאר אינגער און אלעס אינדערמיט. מיר האבן פון א מלמד תשב"ר ביז א נגיד וואס איז מנדב חדרים. מיר האבן צוויי כוהנים צום דוכענען און א לוי צו.. הממ.. עולה זיין לוי. מיר האבן עמיצער אין יאהר צו זאגן קדיש און צוויי דריי שיינע בעלי תפלה גענוג אז יעדער זאל זאט ווערן אויף עטליכע יאהר פון די הלל'ס. דער ארגענעזירער זעלבסט האט א ספר תורה, ער אליין איז א שיינער בעל תפלה און פיינער בעל קורא, מיט א געלונגענער בחור צו דער זייט וואס העלפט אים ארויס און רופט אויס די עליות.

אה, די עליות. עס ווערט צוטיילט צווישן אלע פארטשעס פון ווי דער עולם זאגט די ברכות און שפעטער מאכט מען מי שברך'ס. מ'האלט ביי שלישי, און עס גלייבט מיר נישט וואס איך הער : יעמוד מורינו הרב ר'... בן מו"ה.... .... שלישי! איך?? איך באקום שלישי? איך ווייס ביי מיר אין אלטן שוהל איז דאס א גאנצע מדובר און בלויז אידן מיט עטרות אויפן ריקן קריגן דאס. אבער סיז "קאראנא טיים".. עס איז נישטא קיין רב, נישטא קיין ראש הקהל (כאטש מיר האבן שוין געקרוינט עמיצן.. אבער דאס איז בלויז א טיטול אן א מיטול) נישטא קיין עליטע, פירער'ס וכדו, נאך יעדע תפילה קומט פאר א גענעראל פארזאמלונג ווי דער עולם שטומט וויפיל אזייגער די קומענדיגע תפלה זאל זיין. אזוי פירט זיך אונזער שוהל. וואכן און שבת. א געשמאק!

נעמט א ביישפיל. עס איז צווייטע טעג יו"ט. מ'ענדיגט מנחה און ס'איז איבערגעליבן עטוואס צען מינוט צום זמן מעריב. מיר האבן נאכנישט קיין "התאחדות אברכים" וואס זענען מסדר דרשות, אבער שטייענדיג אויפן פייער עסקעיפ האבן צוויי אידן איינער דעם צווייטן געבעטן צו זאגן עפעס דברי תורה. עס איז באלד אנשטאנען א דיעל! עמיצער האט גע'אפערט צו זאגן אפאר ווערטער אויב דער צווייטער איז מסכים צו זאגן הלל מארגן ביי שחרית.. איבעריג צו זאגן, די דיעל איז אריבער און איך האב הנאה געהאט פון ביידע! (דערמאן מיך טאקע אז ער האט נאכגעזאגט א שיינע חתם סופר איבער די פיר מאל שישים ריבוא אידן וואס זענען אויסגעשטארבן אין מצרים און נישט געווארן אויסגעלייזט, די סיבה דערצו. גראדע איין טעם איז געווען היפש מעניניא דיומא, אז צוליב דעם וואס זיי האבן נישט אויסגעפאלגט דעם ציווי השם פון בלייבן אינדערהיים און נישט ארויסגיין, טראץ וואס זיי זענען געווען עהרליכע אידן האבן זיי נישט געהאט די זכי'. ואכמ"ל)

אהה.. די דוכענען. דאס איז שוין שטיקל סענזאציע. דאן ברענג איך ארויס אויך די בנים וועלכע שטיפן זיך אריין אונטערן טלית. סיז א שטיקל פראבלעם וויבאלד מיין היכל התפילה איז געבויעט סזאל זיין כשר פאר א סוכה, דהיינו, עס פארמאגט בלויז דריי ווענט.. איין זייט האט נישט קיין וואנט, דארט איז דא שרעקליך שיפע שטיגן אראפ צום צווייטן שטאק, וואס פון איין שלעכטן טריט קען זיך די מנין ענדיגן... און נישט פון די וויירוס. אבער דאס איז שוין געווארן אזא קפידא צווישן די קינדער אז אפילו מיין קליין טאכטער'ל ווייסט אז ביים דיכענען איז זי דארט.

די וואך שבת האט גראדע איין פאמיליע געפעלט, לויטן אויסשטעל זענען זיי אויף מזרח וואנט.. זענען זיי געפארן קיין מיאמי ווייל אזוי פירן זיך די מזרח וואנט אידן.

סאיז גראדע פארהאנען געוויסע דעטאלן וואס איך וועל נישט ממש אויסשמועסן. א שטייגער ווי די וועטער פראבלעם ביינונז אין שוהל. בשעת מערסטענס פון די אנדערע מתפללים האבן א שלאק, שטיי איך בעירום ובחוסר כל אויפן בלויזן פייער עסקעיפ מיט אן "המעיל" איבער טלית. זייער נישט באלבאטיש.. געווען צומאל וואס מהאט געדארפט זאגאר הענטשוך צוליב די קעלט. אבער דאס זענען ממש געציילטע צייטן. מערסטענס איז דאס ממש א מחיה!

אקעי, איך זעה אז איך דארף מקצר זיין. אונזער מנין וויל מאכן א יארצייט סעודה לע"נ רבי ישעי'לע נאך שחרית און אויב וועל איך נישט איינקויפן וועל איך נישט האבן צו עסן.. איך קלער יעצט, מ'דארף ווען יא אויפקומען מיט עפעס א מהלך צו קענען שיקן דורך אן אופן הערינג און אייער קיכלעך פון איינעם'ס פארטש צום שכן'ס בעק יארד. איך וואלט דאס געוויס נישט איינגעשטעלט צו שיקן פלאנקן צוליב די ריזיקע אז דאס קען חלילה גיין לאיבוד, אבער הערינג און א סלייז קעיק מעג מען איינשטעלן.

סייוויזוי. איך זעה נישט פארוואס איך זאל דאס וועלן אויפהערן. הימל און ערד און אלעס אינצווישן האבן הנאה פון אונזער מנין. דאס דארף אנהאלטן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

א גרויסן ישר כח פארן חשובער ראש הקהל,
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די ווערטער וואס זענען יוצאים מן הלב זאלן זיין נכנסים אל הלב,
בביאת משיח צדקינו ומלכינו בראשינו, אמן

זעהט אויס אז דער ראש הקהלס אנדערע ניק האט געברויכט זיין קוואראנטינט,
נאר די אפיציעלע וואס איז געליגן פארשטויבט אינדערהיים האט מען שנעל ריסעט דעם פעסווארד,

נו גוט, ס'האט זיך געלוינט,
The Divided States Of America
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

געוואלדיג...זייער א זיסע געשרייבעכטס. טענקיא. געטראכט ס׳זעלבע א געשמאקע מנין אויף פארטש מיט אלע בעק יארדס... מלא חן... נאך אזאך וואס איך בענק מיך נישט צירוק איז אז אלע אלטע שרייבערס גייען נעלם ווערן...
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

יא יא. שיין.

איינער ביי אונזער מנין רופט זיך מוצאי שבת וויפיל איז מעמבערשיפ?

בפשטות וועלן די גרויסע שוהלן זוכן מנין ווען עס עפענט זיך צירוק אויף. (פארוואס זאלן זיי בכלל עפענען, דער עולם געט זיך פיין אן עצה, און זיי דערלייגן נאר געלט)
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

פאר אייך קוקט עז אויס גאנץ געשמאק.

פארציילט מיר איינער, אז ער דאווענט גאהר פון זיין שלאף צימער, דארט קען ער עפענען א פענסטער, אין מיטהאלטן למחצה ולשליש א מנין.

זאגט ער אז זיין פלונית'טע רעדט זיך געפערליך אפ.
זו טענה'ט אז :
* עס דרייט זיך א שווערע קרענק שוין עטליכע וואכן.
* זי פילט נישט גוט (ווער דען יא, ווילאנג די קינדער האבן נישט ווי צו לערנען).
* זו ליגט אין בעט (ווייס איך שוין נישט ווען זיי דאווענען...)
* און האט שוין אפאהר וואכן מנין ביי איהר בעט.....
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יעצט הייבצעך אן די ארבייט, מיר האבן שוין א פונקטליכע סקעטש פון די קריים סיען, מ'דארף נאר אויספיגערן ווי די לייטערס טראגן ווייטער פון די דאך...

דאס איז געהעריג דער אלטער פארצייטליכער צייטליך! טענקס בראו!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלץוואסער »

צייטליך איז אריינגעקומען קלאר. יישר כח
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

צייטליך האט געשריבן:די וואך שבת האט גראדע איין פאמיליע געפעלט, לויטן אויסשטעל זענען זיי אויף מזרח וואנט.. זענען זיי געפארן קיין מיאמי ווייל אזוי פירן זיך די מזרח וואנט אידן.



האהא
:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלא בלא בלא »

צייטליך האט געשריבן:נישטא קיין ראש הקהל (כאטש מיר האבן שוין געקרוינט עמיצן.. אבער דאס איז בלויז א טיטול אן א מיטול)


קריינא דאיגרתא להווי פרוונקא...

נאטאך א גרינס, "ראש הקהל" לעבן: ;l;p-
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3773
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יאפ. ווי פלעגטער זאגן?! צוריק קיין א קאזין.. נאכן האבן דעם שוהל גראד אין בעקיארד, דער גרויסער גארבידזש קען אלס שטענדער, און די פילע גלעזלעך יי"ש אויפן סענטראל עיר קאנדישן יוניט, אנע גאבע אדער שאמעס וואס זאל שטיין אויפן קאפ, נישטא קיין געסט וועלכע כאפן צו מיין פלאץ, מיינעך בינעך העיר טו סטעי.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צייטליך ווי אמאל, זאלסטו זיין געזונט און שטארק.

כ'ווייס נישט וואו דו דאווענסט, אבער נישט אין מיין בעק-יארד שול, ווייל איך זע נישט דעם מנין, צומאל קען איך זען עטליכע אידן אויף די פארטשעס, אבער איך זע נישט די בעל תפילה סצענע, כאטש הערן הער איך צוויי מנינים, קדיש קען איך כאפן מיט איינעם און קדושה מיטן צווייטן, א חלום פון א מנין.

ווען ס'רעגנט האב איך עפעס א דעכל וואו מ'קען זיך שטעלן בבחינת רואה ואינו נראה.

ביי מיר איז שוין אפגעמאכט אז א ווינציגסטענס א 25% פון די מנינים זענען דא אויף צו פארבלייבן נאך די גאנצע מהפיכה, פארהאן וואס גלייכן עס זייער, עפעס א סארט קאנטרי מנין אין סאמע מיטן שטאט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בלעכענער פנים
שר האלפיים
תגובות: 2659
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעכענער פנים »

צייטי אייזען!!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

מ'מוז שאפן א קליפ ווי ר' שלישי... כ'מיין צייטליך, שלעפט זיך ארויס פונעם ווינדאו...
טשאדי האט קאנעקשנס צו די זאכן
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9191
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ביי אונזער מנין בין איך ביל תפילה און בעל קורא. איך קען אייך זאגן אז ווען מ'וועט צוריק גיין אין שול אריין וועל איך פאלן אין א דעפרעסיע דארפענדיג אויסהערן די בעל קורא זיך גארגלען ביים אזלא גרש אדער די בעל תפילה ביי ופרוש עלינו.
צייטליך, איך בלייב מיט דיר אין בעק יארד
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

זייער שיין.

איך בין זיכער אז דיינע תפילות גיין גלייך אין הימל און מאכן א קרוין פאר די שכינה הקדושה וואס שטייט צוזאמען מיט דיר אויפן פייער עסקעיפ. עס ברויך נישט די אלטע ראסטיגע וואקעלדיגע לייטערס. דאס איז נאר געמאכט פאר די מאוקאשלעך צו שפרינגען פון איין בוים צום צווייטן אדער פון איין שטאק צום אנדערן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24345
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

ביי מיר איז נישטא קיין מנין אןי בעק יארד אין נישט אין די פראנט כליפ כליפ כליפ.....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

או דערמאן איך מיך די גיטע אלטע צייטען ווען צעטליך האט געשריבען אזעלעכע זאפטיגע תגיבות יעדע מאנטאג און דאנעשטאג
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1125
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

יאפ.. איין זאך וואס איך גיי שטארק מיסן לאחר הקרואנו איז די אלע שיינע געשרייבעכס פין די עלטערע דור... פליז בלייבטס דא מיט אינז....
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שלישי אויפן פייער עסקעיפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח צייטליך
שפתים ישק א יעדעס ווארט איז זיס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”