שעם דיך נישט מיט דיינע קבלות!!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

שעם דיך נישט מיט דיינע קבלות!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

די ווארט קבלות דערמאנען אונז זייער נישט גוטע זכרונות...
עס דערמאנט פון די צייטן אלץ בחור און פרישע אינגערמאן ווען יעדע צופרי איז מען אויפגעשטאנען מיט א פרישקייט און זיכערקייט אז היינט גייט זיין די זאך, מען גייט זיך נעמען, ס'קומען נייע גוטע צייטן... אמאל בכלליות, און אמאל בפרטיות אז מען גייט זיך נעמען אויף דאס און אויף יענס, א בלאט גמרא יעדן טאג, אנהייבן מיטן עמוד היומי און דף היומי, זיך נעמען דאווענען פון אנהייב ביזן סוף כראוי, זיך היטן די אויגן, גמילת חסד צו זיך און די ווייב וכו' וכו' יעדער לויט זיינע השגות און נקודת הלב.
אבער די ענדע דערפון וואס עס האט זיך אויסגעלאזט פון די גאנצע קבלה דארף מען נישט דערציילן, בקיצור געזאגט: האלט מען דא...
אמאל האט עס אנגעהאלטן א שעה, אמאל א טאג, און אמאל אפילו א וואך, אבער סוף כל סוף האט זיך די נישט גוטע מתגבר געווען און מען איז אראפגעפאלן דערפון און צוריק צום אלטן.
די געפיל פון אנטוישונג איז נישט געשמאק און זייער נישט אנגענעם און געווענטליך האט מען נישט ליב צוריק צוטראכטן דערפון, מען פילט זיך ווי א נער און אפגעפאטשט, מען שעמט זיך זייער דערמיט, און צומאל שפירט מען אויך א כעס אויפן אייבערשטן פארוואס ער טוט עס צום מענטש 'איך וויל דאך זיין גוט, פארוואס גייט עס מיר נישט, וואס וויל די אייבערשטער פון מיך?!', ומלביה לפומיה לא גליא זאגט ער עס פאר קיינעם נישט אבער אין הארץ נאגט אים דער געפיל.

און אזוי גייט דורך נאך א יאר און נאך א יאר און די מענטש זעט זיך אז כמעט גארנישט האלט נישט אן, דאן געט ער אויף און עס ווערט אים זייער שווער זיך נאכאמאל אינטערצונעמען א פרישע זאך ווייל ער איז געבליבן מיט זייער א נישט גוטע טעם אין מויל איבער די מושג פון קבלות און עס איז זייער שווער נאכאמאל זיך צו נעמען אין עבודת ה' בכלליות ובפרטיות.
ער וויל נישט נאכאמאל האבן דער נישט גוטער געפיל פון אראפ פאלן דערפון, ער דארף נישט די בזיונות אין הארץ וואס ער האט נאכדעם, פארוואס זאל ער זיך אינטערנעמען ווען עס וועט סייווי נישט אנהאלטן מער ווי פון פסח ביז ספירה.
און דערפאר גייט די מענטש אריין אין רגילות און מצות אנשים מלומדה, און ער וויל נאר אז וואס ער האט שוין זאל ער נישט פארלירן און וואס נישט איז נישט און שוין, די עיקר מען זאל אים לאזן מנוחה, זיין לערנען און דאווענען אים לאזן האבן און שוין...
ער זוכט שוין נישט איינצונעמען פרישע טעריטאריעס פונעם אנדערן זייט, ער זוכט שוין נישט זיך צו שלאגן איבער זיינע שוואכע ערטער אין אידישקייט, ער זוכט שוין נישט צופיל פרישקייטן, ווילאנג עס איז מנוחה איז גוט ושלום על ישראל.

איז, איך גיי דא יעצט נישט געבן קיין אינסטרוקציעס וויאזוי מען זאל זיך אינטערנעמען קבלות וואס וועלן יא אנהאלטן אויף שטענדיג, איך וויל זאגן א צווייטע נקודה וואס איז די שורש פון די גאנצע ווייטאג און די יסוד פון די גענצליכע יאוש אויף פרישע קבלות.
די נקודה איז אז באמת ליגט דא א גרויסע טעות, די מענטש שפירט אז ער האט 'גארנישט' אויפגעטון מיט זיינע קבלות, ער האט גארנישט אויסגעפירט אין זיין עבודת ה', וויבאלד ער איז צוריק אראפגעפאלן דערפון און עס פארלוירן.
איז וויבאלד די מענטש שפירט אז ער האט שוין אזויפיל מאל אנגעהויבן און יעדע מאל אראפגעפאלן, איז פארוואס זאל ער נאכמאל אנהייבן און נאכאמאל אראפ פאלן דערפון, בלייב איך דא במנוחה ובשלוה און איך לייד נישט פון קיין בזיונות ושפיכות דמים און ירידות און עליות.
אבער באמת איז עס בכלל נישט אזוי, יעדע מאל א מענטש נעמט זיך אין עבודת ה' איז ער שוין געגאנגען פאראויס!! יעדע מאל א מענטש געט זיך א וועק אויף צום אייבערשטן און צו די תורה הקדושה האט ער שוין אויפגעטון, די עצם התעוררות תשובה, די עצם התחדשות און רצון צום אמת'ן גוטס איז שוין א אויפטוה!!
און אפילו אויב עס וועט נאר אנהאלטן פאר פינף מינוט, האט ער שוין איינעגקויפט אמת'ע גוטס לנצח נצחים, ער האט שוין געמאכט א מורא'דיגע נחת רוח פארן אייבערשטן וואס קיינער אנדערש קען נישט געבן פארן אייבערשטן נאר ער, די עצם התעוררות, די עצם זיך דערמאנען פונעם אייבערשטן און די תכלית אוןפרובירן צו טון עפעס פאר דעם, דאס אליינס איז שוין א געווינס און נצחון עצום.
נאכדערצו אז עס האלט אן פאר א טאג, צוויי טעג, א וואך, יעדע ביסל איז הכל ריווח!! מען דארף זיך זייער פרייען מיט יעדעס ביסל וואס מען טוט, נאכדערצו אין אזא דור ווי אלעס איז קרירות און גשמיות איז יעדע התעוררות און ציה צום אייבערשטן אזוי טייער און הייליג אז מען ווייסט גארנישט וואס מען טוט אויף.

דערפאר איז פשוט נישט אמת דיין בליק אויף אלע דיינע קבלות ביז אהער – אלע דיינע קבלות וואס דו האסט געמאכט זינט דיין בר מצוה ביזן היינטיגן טאג, עס איז נישט אמת אז עס האט גארנישט אויפגעטון, עס איז נישט אמת אז עס וואלט בעסער געווען ווען דו טוסט דאס נישט און דו האסט נישט די בזיונות דערפון ---
ווייל באמת איז יעדע התעוררות און רצון און קבלה טובה געבליבן מיט דיר לעלם ולעלמי עד ולנצח נצחים, אלעס איז אנגעבינדן אין דיר אין דיין שורש נשמה, אלעס איז אוועקגעלייגט בבית גנזיך אויף יענע וועלט, און אלעס האט דיך טאקע געברענגט נענטער צום אייבערשטן אפילו אויף דער וועלט, ווייל 'לית רעותא טבא דאיתאביד'.

יעדע התעוררות און דערוואכונג, יעדע געפיל פון התחדשות, יעדע רצון זיך צו נעמען אין עבודת ה', יעדע מאל מען האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן, יעדע מאל מען האט אנגעהויבן מסכת ברכות... יעדע מאל מען האט אנגעהויבן הלכות שבת סימן ש''ח... יעדע מאל מען האט זיך אינטערגענומען זיך צו היטן די אויגן אויפן גאס און איבעראל, יעדע מאל מען האט באשלאסן אז מען גייט זיין גוט צו יעדן איינעם ארום און צו די אייגענע ווייב און קינדער, יעדע מאל מען האט באשלאסן צו זיין הייליג בקדושה כראוי, יעדע מאל מען האט באשלאסן פון ניי אז מען גייט אינזין האבן די ווערטער פון דאווענען, די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה, יעדע מאל מען געזוכט וועלכע מוסר ספר צו לערנען זיך צו אויפוועקן, יעדע מאל מען האט געליינט א סיפור פון א צדיק און זיך אויפגעוועקט צו נאכטון און אויך דינען דעם אייבערשטן כראוי, וכו' וכו' ---
און צום סוף איז מען אראפגעפאלן דערפון....
איז עס חלילה נישט געגאנגען לאיבוד, עס איז נישט פארשוועמט געווארן מיט די ים פון נישט גוטע זכרונות און שוין, עס איז נישט פארשוואונדן געווארן מיט די ריזיגע ברייטע היסטאריע, עס איז נישט געווארן אויס און לופט און פארע, עס איז נישט געווארן פארשריבן און ספר הנשכחות ----
עס איז דא!! עס איז מיט דיר!! דער אייבערשטער היט עס אפ פאר דיר, ער זעט אלעס, ער ווייסט אלעס, ער האט א געוואלדיגע נחת רוח דערפון, עס איז אריין אין זיין קרוין אויפ זיין קאפ כביכול, עס שיינט דארט און בליטשקעט הערליך שיין! ער ווייסט פון די עליה און ער ווייסט פון די ירידה, ער געדענקט עס נאר לטובה, ער היט עס פאר דיר פאר דיין אייביגע גוטס, עס איז אינגאנצן דא מיט דיר!
לאז דיך נישט נארן פון דיינע גשמיות'דיגע געפילן און פליישיגע אויגן וואס מאכן דיך טראכטן אז עס איז גענצליך פארשוואונדן און בעסער אז עס וואלט ניט געווען, עס איז יא דא, עס האט זיך געלוינט!
גארנישט גייט לאיבוד, קיין שום גוטע מעשה דיבור און מחשבה!

און באמת איז דאס די עיקר וואס דער אייבערשטער בעט פון אונז, ווייל אויספירן קענען אונז ממילא נישט, די נצחון איז פארן אייבערשטן -- 'הנוי והנצח לחי עולמים', אונזער עיקר עבודה איז די מלחמה, נישט אויפגעבן! נישט זיך מייאש זיין!
און טאקע דאס איז די עיקר מלחמה אז אפילו אויב מען איז שוין אזויפיל מאל אראפגעפאלן, זאל מען נישט נאכלאזן נאר זיך נאכאמאל נעמען אין וואס מען קען, דאס איז די עיקר נחת רוח פארן אייבערשטן -- אז ער האט סאלדאטן וואס האלטן מלחמה פאר זיין רצון, ער האט אידן וואס זענען אים ממליך אויף דער עולם השפל וואס אויף יעדעם גייט איבער וואס עס גייט איבער, דאס איז די עיקר גאולה הנצחית.
און אז א מענטש וועט טאקע זיך אנהאלטן און נישט אויפגעבן, רעדן צום אייבערשטן און בעטן ער זאל העלפן אין די מלחמה, טון וואס מען קען, מאכן נאך קבלות אפילו אויב מען ווייסט אז מען גייט אראפפאלן, דאן וועט דער אייבערשטער זיכער העלפן אז מיר וועלן סוף כל סוף יא מנצח זיין אפילו בפשטות.

עס איז דא א באקאנטע שטיקל זוהר הקדוש 'מאן נצח, מאן דאחיד מנא דקרבא בידיה' – ווער איז די מנצח, דער וואס האלט די כלי זיין אין די האנט.
לכאורה איז עס זייער שווער, פארקערט, דער וואס האלט די כלי זיין אין די האנט איז דאך א סימן אז ער האט נאכנישט געזיגט און ער האלט נאך אינמיטן די מלחמה, נישט אזוי?
איז, ביי גשמיות איז טאקע אזוי, ביי גשמיות איז נישט דא קיין חשיבות אין די עצם מלחמה, ווילאנג מען באזיגט נישט איז גארנישט ווערט.
אבער אין רוחניות איז אנדערש, אין רוחניות איז די עיקר איז אז דו ביסט לוחם, דו ביסט אין די קשרי המלחמה, אפילו מיט א קלייניגקייט, עפעס, אביסל לימוד התורה, אביסל שמירת עינים, אביסל תפלה בכונה, א קליינע פרישע קבלה, אבער די עיקר איז אז דו ווילסט נאך! דו האסט נאכנישט אויפגעגעבן! דו זוכטס נאך צו טון די רצון ה' און דו טוסט נאך וואס דו קענסט דערפאר, דאס איז די עיקר נצחון!
דאס אז די מענטש איז נאך לוחם און זוכט נאך ווי ער קען טון עפעס גוטס, דאס ווייזט אז ער איז דערווייל די מנצח!!!

און פארקערט, וואס הייסט אויפגעגעבן די מלחמה ברוחניות?
אז די מענטש האלט שוין נישט קיין מלחמות, ער האט שוין אראפגעלייגט די כלי זיין, ער איז 'שוין' א ערליכע איד... ער איז שוין מסודר...
ער איז נישט קיין תמימות'דיגע בחור'ל וואס האט נאך פרישקייטן... ביי אים פארט אלעס א מחיה, אפשר טאקע קוקט אויס זיין דאווענען וכו', און אפשר זיין שמירת עינים ומחשבה וכו', און אפשר זיין דיבור וכו', אבער די עיקר איז אז ער איז נישט קיין בחור און פרישע אינגערמאן וואס גלייבט נאך אז ער גייט אנקומען און אויספירן, ער איז שוין מסודר און ער דארף שוין נישט קיין פרישקייטן, ער האט שוין נישט די בזיונות פון אנהייבן און אראפ פאלן, ביי אים פארט עס א מחיה.
איז דער וואס האט שוין אראפגעלייגט די כלי זיין און איז כאילו מסודר – דער איז גאר די אמת'ע פארלירער, און דאס איז טאקע פון די עיקר זאכן וואס קליפת עמלק וויל אריינברענגען, וואס עמלק איז 'אשר קרך בדרך', ער מאכט דיך קאלט אויפן וועג, ער איז דיך נאר מכשיל נאר ווייל ער וויל די עצבות נאכדעם, ער וויל די יאוש און די קרירות, און וויל נאר דו זאלסט דיך באזעצן און ווערן א נארמאלע 'געסעטעלטע' אינגערמאן, דאס איז זיין עיקר ציל און די גרעסטע טומאה נאך ערגער פון אלע עבירות.

אבער מיר גייען אין די וועגן פון די צדיקים וואס שרייען אונז אריין אז מיר זאלן נישט אויפגעבן! מיר זאלן זיך נישט לאזן פון די עמלקים, נאר ווייטער לוחם זיין אפילו אויב מיר פאלן אזויפיל אראפ, אפילו אויב מיר קוקן אויס וויאזוי מיר קוקן אויס זאלן מיר אבער זיך באנייען און נישט חלילה אלט ווערן, זיך פון פריש נעמען בכלליות ובפרטיות, שרייען צום אייבערשטן, זוכן דעם אייבערשטן, תשובה טון אויף די נישט גוטע זאכן אפילו מיר האבן שוין אזויפיל מאל תשובה געטון עכ''פ וויסן אז מיר דארפן זיין בעסער און בענקן און ווילן, נאר נישט אלט ווערן און אויפגעבן.
די עיקר אז מיר זאלן זיין אויף די גוטע זייט, האלטן די כלי זיין אין די האנט!!
ארויפקוקן צום אייבערשטן און אים זאגן 'באשעפער איך וויל נאר דיך, אפילו איך טו צומאל פארקערט פון דיין רצון, אפילו איך דערווייטער מיך צומאל, אבער איך וויל באמת דיך, איך נעם מיך נאך אינטער פרישקייטן אין עבודת ה', איך וויל נאך טון דיין רצון באמת, איך רעד נאך צו דיר, איך טו נאך וואס איך קען יא מיט א שמחה, איך היט מיך נאך פון וואס איך קען, איך וויל דיך'!!!

און דאן וועט פלוצלינג נתמלא ווערן די גאנצע וועלט מיט די אור ה', והארץ האירה מכבודו, וימלא כבודו את כל הארץ, אור חדש על ציוון תאיר, און דאן וועט משיח קומען און וועט ווייזן מיט די פינגער:
'דער פשוטער אינגערמאן וואס מען האט נישט געזען אויף אים עפעס ספעציעל אויף דער וועלט, ער האט געהאט נסיונות און צומאל אויך דורכגעפאלן, ער איז נישט געווען די גרויסע עובד וואס מען מיינט, אבער דוקא ער האט מיך געברענגט, ווייל ער האט זיך געצויגן צום אייבערשטן אין יעדן מצב און נאר אים געוואלט, ער האט זיך נאך געשלאגן מיט זיין יצר הרע אפילו ער איז אזויפיל מאל אראפגעפאלן, דאס האט מיך געברענגט, ער האט מכניע געווען די לעצטע קליפה – קלפת עמלק, און דאן האב איך געקענט געקומען, און דא בין איך!'.

לאמיר זיין שטאלץ מיט אונזערע פרישקייטן, לאמיר זיין פרייליך מיט אונזערע ירידות און עליות, יא! איך בין פון די 'נארישע' אינגעלייט וואס נעמען זיך נאך אינטער נייע זאכן, איך האב נאכנישט אויפגעגעבן, איך וויל נאך זיין באמת אן ערליכער איד בתכלית השלימות כרצון ה', איך שלאג מיך נאך מיט וואס איך קען נאר, און איך וועל מיך ציען צום אייבערשטן אין יעדן מצב יהיה מה שיהיה, און דאן וועט דער אייבערשטער מיך זיכער העלפן איך וועל אנקומען צו וואו איך דארף אנקומען עד שיבא הגואל צדק!
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: שעם דיך נישט מיט דיינע קבלות!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

פי די עף
אטעטשמענטס
קבלות.pdf
(55.99 KiB) געווארן דאונלאודעד 49 מאל
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: שעם דיך נישט מיט דיינע קבלות!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הערליך הערליך שיין און געשמאק פארן נפש א ריזיגן יישר כח @טוב ה'

מיר ווארטן אויף א שטיקל הדרכה ווי אזוי יא צו קענען נעמען די קבלות אויף ווייטערדיגע שטאפלען און טאקע קונה זיין למעשה בעזהשי"ת
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: שעם דיך נישט מיט דיינע קבלות!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

As always קומט טוב ה ׳ אריין קריסטעל קלאר פול מיט חיזוק !
שכוח
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

Re: שעם דיך נישט מיט דיינע קבלות!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר אלע באדאנקער!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: שעם דיך נישט מיט דיינע קבלות!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

איך האב אריינגעבלאנדשעט אין די אשכול נעכן שפעט באנאכט
ישר כוח פאר די שטארקע חיזוק, אפילו ביסט דורכגעפאלן איז דיין ביסל מצות נאך אסאך ווערט, כהאב עס געליינט נעכטן נאכט און איבערגע'חזרט יעצט
עפעס מורא'דיגע חיזוק פאר פשוטע אינגעלייט וואס פלאגן זיך צו קריכן און שטייגן בעבודת השם און מען האט א דורכפאל, די יצר הרע לייגט אריין אין א ייאוש

אויב איך מעג צילייגן מיין אייגענע חיזוק
פארוואס טאקע במקום שבעלי תשובה עמודים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד, ווייל ווען איינער וואס פראבירט פון פריש צו שטייגן בעבודת השם אבער ער איז נישט צוגעוווינט קומט אים עס אן שווערער, איז די מצוה און די שכר אסאך גרעסער, לפום צערא אגרא, כהאב געטראכט מיט דעם ולקחתם לכם ביום הראשון ראשון לחשבון עוונות, וואס האט מען מיט חשבון עוונות מען האט שוין תשובה געטאן יום כיפור און די אייבערשטער האט מוחל געווען יום הקדוש, נאר אפילו די באשעפער איז מוחל יום כיפור און מען האט א קלינע רעקארד אבער מען איז נאך צוגעוואוינט צו די שלעכטע מעשים און סאיז זייער שווער צו שטייגן וועגן דעם מיז מען אפיר נעמען די חשבון עוונות אז די זכות פון די מצוה זאל זיין גרעסער
אברהם אבינו ווען די אייבערשטער האט אום מנסה געווען מיט די 10 נסיונות, בשעת די נסיון האט ער נישט געהאט די אלע גרויסע מדרגות ער האט געהאט א נסיון, ווען יוסף הצדיק האט געהאט זיין נסיון האט ער בשעת די נסיון נישט געהאט די גרויסע מדרגות ער האט געהאט א נסיון, ווען א איד שטארק זיך אויף זיינע שווערעקייטן ווי שווער'ער סאיז, אלץ חשובער איז עס, אלץ העכער ווערט מען, א פשוטע איד וואס ארבעט מן הבוקר ועד הערב און די הסתר פנים היינטיגע צייטן און איז זיך מתגבר אויפן יצר הרע און פראבירט צו טיען די רצון השם איז מעגליך די זעלבע חשוב ווי אבות אבותינו עטליסט אויב סקימט אום אן שווער (איך ווייס נישט צי מען מעג אזוי זאגן), ממיינט אמאל אז סאיז כמעט נישט מעגליך זיך צו שלאגן מיטן יצר הרע, אבער אז מהייבט אן זעהט מען אז סאיז גארנישט אזוי שווער, איך האב שוין עטליכע מאל דערמאנט אזיינע זכותום ווען איך האב געדארפט א ישועה און געזען אפענע השגחה פרטיות

ווען א איד דאווענט היינטיגע צייטן זאל ער האלטן די פסוקים פון תהילים פאר די אויגן
פנה אל תפלת הערער, ולא בזה את תפלתם. ''תכתב זאת לדור אחרון'' ועם נברא יהלל יה.
כי השקיף ממרום קדשו, ה' משמים אל ארץ היביט. לשמוע אנקת אסיר לפתח בני תמותה
לספר בציון שם ה', ותהלתו בירושלים
יא, דעיס איז געשריבן פאר היינטיגע צייטן

כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות,
איך האב געטראכט סשטייט אין שמות ווען די אידן זענען געווען דורות און מצרים
ויהי בימים הרבים ההם..... ויאנחו בני ישראל מן העבדה, ויזעקו ותעל שועתם אל האל' מן העבדה (אגב אינמיטן ארבעטן קען מען אויך בעטן). וישמע אל' את נאקתם ויזכר אל' את ברתו..
אין מצרים זענען די אידן נישט געשטאנען אין א בעסערע מצב ווי אינז סאיז געווען א הסתר פנים, אבער די אייבערשטער האט יא אראפגעקוקט וישמע אל' את נאקתם
אז מקיקט אין די פסוקים פשוט פשט, משה רבינו איז געווען אין מענטשנ'ס אויגן ביז די ערשטע נביאה ווי א פשוטע איד (עטליסט וויאזוי ער אליין האט זיך אנגעקוקט) מזעט אין די תורה הק די שאק וואס משה רבינו האט געהאט ביי די ערשטע נביאה, מקען נישט וויסן, א פשוטע (גארנישט אזוי פשוט) ערליכע איד היינטיגע צייטן אפשר ווערן בבחינות משה און זיין משיח צדקינו בב''א
אוועטאר
נתן בן ופסי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5513
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: שעם דיך נישט מיט דיינע קבלות!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתן בן ופסי »

WOW!~ דער טוב לעבט מיטען אייבערשטען הלוואי אויף מיר געווינטשען, אשרי ילדתו!!
ה' נָתַן וה' לָקָח, יְהִי שֵׁם ה' מְבֹרָךְ (איוב א, כא)
דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: שעם דיך נישט מיט דיינע קבלות!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דייקן »

זייער זייער א וויכטיגע, און פארשטייט זיך אויך ריכטיגע, נקודה.
א דאנק @טוב ה' לכל.

איך וויל נאר מעורר זיין אז אין די היינטיגע אינסטענט וועלט האבען רוב מענטשען נישט קיין געדולד צו ליינען לאנגע ארטיקלען (ווען ס'איז נישט א מעשה אדער משל אדער לאכעדיג אד"ג), און אפשר דערפאר האבען דיינע ארטיקלען, וואס זענען פול מיט התחזקות אין עבודת השם אא"וו, אזוי ווייניג תגובות דערויף, איז די עצה דערויף איז לכאו' צו מקצר זיין, אדער צו מאכען א ציענדיגע משל אד"ג.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”