פון מיין טאג-בוך

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

פון מיין טאג-בוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יעדער מענטש האט שוין אין זיין לעבן געשפירט אז עפעס היינט איז נישט זיין טאג, אלעס גייט מיטן פוטום אראפ זה בכה וזה בכה, אליבא דאמת שטייט פון חז"ל היכי דמי יסורים אפי' א קליינע צער ביים ארויס נעמען פון טאש 2 פרוטות אנשטאט 1 פרוטה, אבער דאך קען זיין א טאג פון נאכאנאנדע קליינע יסורים'לעך וואס קען אראפ ברענגען א מענטשן פון גלייך געוויכט, לאמעך נעמען מיין סדר היום און פארציילן וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען, און טאקע מיטן קאפ אראפ, זאל כאטשיק איינער הנאה האבן.

אנגעהויבן האצעכעס נאך אינמיטן די נאכט, מיין קליינער האצעך צעוויינט,יעצט איז מיין רייע אראפצוגיין פון בעט און כנהוג האבעכמעך אפגעגאסן נעגל וואסער, עם געגעבן א באטי (פלעשל בלע"ז) כ'לייגמעך צוריק אין בעט אריין און כ'וועקמעך אויף אאופס, די וועקער זייגער קלינגט,

כ'וויל אראפ פון בעט, אבער ס'נישטא קיין נעגל וואסער כ'הייב אן צו שרייען (מיטן האלב הייזעריק – פארשלאפן קול) נא! נא! נעגל וואסער ווער קען ברענגען? ענדליך איינער איז זיך מרחם און ברענגט נעגל וואסער, און ווער איז דאס? אה, מיין 3'יעריגע שלמה'לע יוי איז ער זיס, ער שלעפצעך מיט'ן נעגל וואסער מיט אלע כוחות שטאטערהייט, ווייל איך יאגמעך אבער וואס קען מען דעם זאגן פארן קינד וואס איז אזוי זיס (אויפן וועג גיסט זיך אויס האלב),

ס'איז שפעט כ'גיסמעך אפ נעגל וואסער, כ'טוהמעך אן (קודם די רעכטע נאכדעים די לינקע) אין איילעניש ווייל ס'איז שפעט, ביים אנטון די זאקן שנעל און פלינק פאלט אריין איין זאקן אין די נעגל וואסער...,כ'ענדיגמעך אנטון כ'וויל לויפן ווייל ס'איז שפעט כ'פארפלאנטערמעך אין די נעגל וואסער און.... ס'גיסט זיך אויס....

כ'גיי נעמען מיין סעלפאן וואס וואלט ווען געדארפט ווערן ריטשארשד איבער נאכט, אבער ס'איז נישט געוועהן געהעריג קאנקעטעט... ס'איז געבליבן נאר איין ליין אויף די בעטערי סימבאל (דאס מיינט אז די בעטערי איז לאו, ניין?)

שוין, דאס אז די פיאות געלונגט נישט פונקט היינט פון דעם רעדן מיר נישט..

כ'לויפ אראפ די פאר פלאר'ס, נאכ'ן מעך אויסגליטשן 2 מאל (מיין שטרימפ אידעך נאס,פארשטייסט?) קומעך אן אונטן כ'זעה אז ס'רענגט אין דעם שורעם האבעך געלאזט אויבן...

כ'לויף ביזן עק גאס ווי דער קאר (נישט מיינס מיין ברידער'ס) איז געפארקט ווייל נאך נעכטן האבעכמעך געמוטשעט אויף פארקינג און אויפן פענסטער... א נאסע טיקעט,

די קאר סטארט זיך נישט געהעריג, כמיין כ'יאגדעכמעך, ענדליך ס'פארט שוין, קומעך אן אין שול, וואס? פארקינג? מ'דארפ 10 מאל ארומפארן די בלאק צו טרעפן פארקינג לעבן שול,

כ'לויף אראפ אין מקוה אויפן טיר פונעם מקוה הענגט א האנט געשריבענעם צעטל "די שויער'ס וועלן נישט ארבעט'ן היינט צופרו ביז 11 אזייגער"... פיין! א מקוה אליין איז אויך נישט שלעכט כ'וויל נעמען א האנטוך די פאק האנטוכער זענען שוין אויסגעגאנגען עס איז נאר דא איין האנטוך מיט א לאך אינדערמיט...,

כ'טובל'מעך כ'טומעך אן שנעל ווייל דער מנין איז באלד אויפן וועג, ביים ציבינדן די שוך וואס געשעהט?... יאפס! די שוך בענדל צורייסט זיך... כ'פראביר מיט א האלבן בענדל צובינדן די שוך ס'איז שווער אבער ס'איז דורך, צומאל קען זיך די גומי פונעם קניפ אין די בארד אויך צורייסן, (כ'וועל מוזן דא מודה זיין אז דעיס איז ב"ה נישט געשען)

קאווע! די פאבליק קאווע איז שוין נישטא ווייל כ'האב געשפעטיגט, מ'גייט צום מאשין מ'ווארפט אריין א קוואדער איין קוואדער בלייבט שטעקן... דער צווייטע קוואדער ארבעט שוין יא כ'מאך זיך א קאווע כ'גיס אריין מילך (ב"ה ס'מילעך איז געווען פריש, ווען נישט?..."אבי מ'לעבט") מ'טרעפט א האלבן שטיקל צוקער און כ'זיך א פלאץ ווי מ'קען אויס טרינקען די קאווע און גלייכצייטיג כאפן א שמיסל, איך קוק מיך אום ווער קען זיין מיין קאמפניע ביים קאווע, און דא געשעהט דאס... איינער מאכט עטיפה מיט א שטארקן אימפעט און האופס..אריין אין מיין קאווע ס'גיסט זיך אויף מיר! אויף מיין רעקל! (וואס איז נעכטן ארויס פון קלינערס)אביסל אויך אויף יענעם'ס טלית! (צרות רבים..) און מיין הענט בריט זיך אפ, און וואס נאך???....

כ'דארף דאווענען לאמיר כאפן דעם מנין אה! דעי מנין איז פונקט גוט מ'האלט פאר ברוך שאמר, כ'שטעל זיך דאווענען כ'הייב אן מיטן עטיפת טלית נאך די פאריגע עקספיריענס פון פלוני'ס עטיפה פראביר איך צו מאכן א שטילע עטיפה, אינימטן מערק איך אז איין זייט גייט עפעס נישט געהעריג וואס איז? ס'איז פארהאנקערט מיין ציצה אין א באנק...

איך גרייט אן קליין געלט פאר צדקה פאלן אראפ אפאר קוואדער'ס אויפן פלאר...

דער בעל תפלה האט יארצייט און קריכט אויף די נערוון אזא מין שטומע וואס נערווירט, דאוונט א לאנגע שמ"ע, (מער וועגן דאווענען לאזעך איבער פאר אלטערבחור'ל) און פארגעסט נישט רבותי אז מ'ליינט היינט..., ביים ליינען שרייט דער בעל תפלה נו! בעל קורא און... מ'ווארט און מ'ווארט קנאפע 5 מינוט ענדליך איינער טראגט זיך אן צו ליינען הייבט אן ותגלה ותראה וכו' וכו' (ברך אגב איך מיין אז מ'זאל פארהערן אלע מענטשן וואס זאגן ותגלה אויסעווייניג וועט מען געוואר ווערן אז קיינער קען נישט ריכטיג די ווערטער) כהן כרב יעמוד "כהן" "כהן" ווער איז א כהן נא!??? יעדער קוקט זיך אן איינער דעם אנדערן אפשר איז איינעם'ס עלטער זיידע געוועהן א כהן, ענדליך איינער פון די געלט גייער'ס לויפן צו בארגט איינע'ס טלית ברכו את ד' המבורך וכו' וכו' נותן התורה דא קומט אונזער בעל קורא וואס האט זיך געלאזט ווארטן 5 מינוט ס'איז געוועהן אויף וואס צו ווארטן יעדע צווייטע ווארט א טעות... ברוך וכו' נותן התורה "לוי נא! לוי" מ'ווארט אפאר מינוט, יעמוד במקום לוי, ברכו וכו' הגבה גלילה, אשרי ובא לציון דער בעת תפלה וויל שוין זאגן קדיש איין מינוט שששששש שא!
איינער קלאפט אין בלעמער, ברשות הגבאים איז היינט באשטימט דער אפיעל פאר מוסר מחסה לשפנים וואס יעדער ווייסט היינטיגע צייטן דער מצב אין דער גאס וכו' וכו' א מורא'דיג ווארט שטייט דעי וואך אין נועם אלימלך וכו' וכו' פארדעם איז וויכטיג יעדער איד מיט מסי"נ זאל געבן לכל הפחות 250 דאללער ווייל אנע דעם איז ער קיין איד נישט!!!.... אזוי??? ער שטעלט אוועק דער מצב אז ס'איז מורא'דיג אויף מיינע נערוון ער ווייסט נישט וואס איך האב מיטגעמאכט היינט,

ביים לייגן ר"ת'ס זעה איך ווי אונזער יארצייט בעל תפלה לייגט אראפ תיקון, איך לייג צוזאם מיין ר"ת'ס איך גיי צו צום לחיים טישל ס'שוין נישטא קיין זכר פון קיין לחיים...

נאכן גאנצן געיעג קוק איך אויפן לוח (פאלם פיילעט) וואס דארף איך היינט ערלעדיגן כ'האב זיך דאך געיאגט פאר א סיבה, באמערק איך אויפן לוח אז............... הערט גוט אויס!!

היינט איז גאר חאגע... (וואס??????????????????) מ'ארבעט נישט (אבער טיקעט'ס יא!) אימזיסט זיך געיאגט...


(קרעדיט מ.ד.)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ווער איז דער מ.ד. וועמען דו קרעדיטירסט?

אויב ער האט געשריבן דעם ארטיקל, געב אים איבער אין מיין נאמען אז ער איז גוט.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פרינטער, פרינט זיי מוחל.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

קרעמער האט געשריבן:ווער איז דער מ.ד. וועמען דו קרעדיטירסט?

אויב ער האט געשריבן דעם ארטיקל, געב אים איבער אין מיין נאמען אז ער איז גוט.


דאס אידאך מאן דאמר, נו דו געדענקסט אים נישט? א קאזין פון די תנא קמא.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15321
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

ווער איז טאקע דער קרעדיט, כקעניש זאגן שכוח אנע וויסן, סארי.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך געב די קרעדיט פאר וויכטיג מאכער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איין זאך האבעך פארגעסן, מיין אינטערנעט איז געגאנגען פאפען
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

און דאס אלעס האט פאסירט אין איין טאג?

און נאך א קשיא: מיט א פייפעדיגע אינטערנעט, וויאזוי האסטו געקענט שרייבן דעם ארטיקל?

אבער וויאזוי האט נאר יענער געזאגט? מאשקע, שווייג און האב הנאה. און דאס טוה איך טאקע...
An article a day keeps the babies away
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דאס איז עפעס סאמיטינג איך מיין צו זאגן אז ס'איז עפעס א מייסטער ווערק
יו מעיד מיי וויקענד
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

וויכטיג מאכער, און א ווינדער אז דו ביסט ווישטיג....
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

וויכטיג'ל טייערער, ס'טוהט מיר באמת וויי, אז אט די אלע זאכן האבן 'געקענט' פאסירן צו דיר, און דער פון אויבן זאל אוודאי העלפן אז ס'זאל מער קיינמאל פאסירן, נישט צו דיר, און נישט צו קיין שום אידיש קינד.

פון די אנדערע זייט, האבעך אבער דאך הנאה געהאט, ווייל כ'האב מקיים געווען דעם וועלטס ווערטל, אז מ'זאל לאכן פון יענעם'ס צרות, ווייל אזוי קומט יענער אלעס אפ, און ווער רעדט נאך, אז יענער נעמט זיינע דורכפעלער, און איז דערמיט משמח אסאך אידישע קינדער, אוודאי איז זיין זכות זייער גרויס.

סאו שכוח. און כ'גלייב אז ס'וועט קיינעם נישט באדערן, אז דו וועסט באשרייבן א טאג בוך, פון א גוטן טאג דיינע.
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

נאכן קוקן אויפן לוח איז דיר שוין אלעס גוט געגאנגען? ס'קען נישט זיין... עניוועיס, שכוח פארן ארטיקל.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

וויכטיג; איך האב הנאה געהאט פון דיין וועג אין שרייבן. זאל דער פון אויבן דיר געבן א "געלונגענעם" טאג צום באשרייבן
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילישער »

ווי אזוי פלעגט ער נאר שרייבן? אזש זיך צו באלעקן דאס פינגערל. וויכטיגער דו ביסט גוט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

כ'פריימעך זייער, אז דער עולם פרייצעך (?) אז כ'האב וואס צו טוהן, (ווען כ'בין נישט בי זי),

און יעצט א ווארענונג!!! טאמער מיין אינטערנעט הייבט נישט שוין, זאפארט, יעצט, היצטעט, עכשיו, נאו, אן צו ארבעטן געהעריג, נארמאל, ווי ס'דארפצוזיין, אםם.. וועלעך ווידמען א גאנצען בלעטל פון מיין טאג-בוך נאר פאר דעים, פארשטאנען!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

געדענק, כ'האדעך געווארענט!!!!!!!!!!!!!!!!!..............
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

יעצט געענדיגט ליינען ס'זיסע ארטיקעל, וואס זאל איך זאגן? די באבע פלעגט אלץ ווארענען אז אויב מען לייגט זיך אנע נעגל וואסע נעבן ס'בעט וועט די טאג גיין קאפויער, איך האב איר קיינמאל נישט געגלייבט ביז יעצט.

יישר כח וו.מ. און מ.ד.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יוי האט ער מורה!!!!!!, הא? ס'הייסט ווער מיין אינטערנעט. ער ארבעט פיין!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:יוי האט ער מורה!!!!!!, הא? ס'הייסט ווער מיין אינטערנעט. ער ארבעט פיין!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
א שאאאאדדד...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כמאשקע ועוד, טוה איך באוויינען דיין אינטערנעט האט אנגעהויבן צו מורא האבן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ממש ווי קלאטטשן נאך א מאחראחסט אדער ווי א וואגן אן א פערד, נע, אויך נישט, ווי א שירעם נאך א רעגן, אמממ, דאס אפשר יא.

בקיצור, הערשט יעצט האב איך געליינט דער ארטיקל נאכדעם וואס כל העולם כולו גשר צר מאוד.. אממ נאכדעם וואס דער גאנצער עולם האט שוין מגיב געווען און זיך באדאנקט. איך שטיי און טראכט, וואס זאל איך זאגן, איך האב נאכנישט געליינט וואס יעדער שרייבט, אבער איך גלייב אז יעדער האט געשריבן אז ס'איז שיין, הערליך, מעכטיג, זיס, שרייבעריש, קרעטשמעריש, און וואס נישט? אלעס! איז וואס בלייבט איבער פאר מיר צו שרייבן.

איך טראכט....

טראכט....

טראכט....

בקיצור, איז זעה נישט עפעס אנדערש ווי דאס אז איך זאל דיר שרייבן דעם אמת.

דער ריינער אמת איז אז איך האב זייער שטארק הנאה געהאט פון דער ארטיקל. כה לחי!!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

אין אטא די מינוטין האב איך הערשט זוכה געווען צו ליינען דעם געשמאקן ארטיקל פון 'וויכטיג מאכער'. און ווייסט וואס אלץ ס'האט זיך אפגעשפילט אין מיין געגנווארט ליינענדיג דעם ארטיקל? ווייסט נישט, הא? (פון וואו זאלסטו דען וויסן, שטייסטו דען דא נעבן מיר?) נו, אז דו ווייסט נישט, העליך איך דיר זאגן אפן און גראב אין פנים אריין (אאפפסס... "אין פנים אריין?" שטייסטו דען נעבן מיר?...).

הער זיך איין: דיין ניק איז טאקע א נייער דא ביינונז אין דערפל, אבער דיין שריפט שיינט מיר צו זיין עפעס אזא מין זקן ורגיל'דיגער שריפט. אויב איז דאס טאקע דיין ערשטער ארטיקל, זאלסטו וויסן זיין אז נאך אפאר אזעלכע און דו ביסט א יקר המציאות! דיינע שריפטן וועלן זיין איינס אין דער וועלט! ס'הייסט א מענטש נעמט די פענע ס'ערשטע מאל אין דער האנט אריין און שוין ריקט ער ארויס אזא גוטס כזקן ורגיל, משמע פון דעם אז אויב זאל ער נאר אנהאלטן אזוי נאך אן ארטיקל-צוויי, וועלן מיר זיך אלע קענען פארשטעקן אין מייזן לאך קעגן דיינע ארטיקלעך!

וויכטיג, דיין ארטיקל איז ערשט קלאסיג! ס'גוט געשמאק געשריבן. כ'אב זיך צעלאכט עטליכע מאל אינדערמיט. ס'איז ראוי לעלות על שולחן הסמעטענע. ומאן סמעטענע? דולה וישן, וחוזר ודולה, וחוזר וישן, וחוזר חלילה.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

זארעך, איטץ ען אנער די זאלסט מגיב זיין אויף מיר, ב"ה ס'איז נישט מיין ערשטע, אויף מיין אנדערע האבעך נישט געהאט די זכיה אז די זאלסט מגיב זיין,

אבער, ווילאנג די שרייבסט אייגנס, איצ אקעי
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

דאס איז פאר די שונאים?
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”