בלאט 31 פון 68

געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 10:55 pm
דורך מומחה יוחס
שפיגליצקי האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:איינער מיר געפרעגט אין אישי, וואס איז די יחוס פין רבינו מרדכי הצדיק,

וועל איך דא אויס רעכענען כדי יעדער זאל וויסן די גרויסע יחוס פין די רבן של ישראל די מנהיג הדור.

איז אזוי:
די רבינ'ס טאטע איז געוועהן רבינו יאיר פין ירושלים א זוהן פין רבי שמעי א זוהן פין רבי קיש, פין די גאר געהויבענע געשטאלטן אין ירושלים של מעלה, זענען זיך מתייחס צו שבט בנימין, פין די משפחה המלוכה פין שאול המלך.

מען קען באשרייבן איבער דער דעהויבענע געשטאלטן פין די פריעידיגע רבנים, אבער די צייט לאזט נישט

אויב אזוי זענט איר זעהר א שוואכער מומחה אין יחוס, אפשר צען נעמען אינדערמיט האט איר אויסגעלאזט.


בארואיגט זיך איך האב שוין אלעס צוגעלייגט פשוט גענומען אסאך צייט
נו יעצט בין איך שוין יא א מומחה?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 10:56 pm
דורך Kollel
נו גוט נו שוין האט געשריבן:
טשיפקא האט געשריבן:http://chng.it/gRfpRJHnqy

פארוואס קען מען נישט אינטערשרייבן? נאך אפאר סעקונדעס מעקט ער זיך אויס

גע'חתמעט

געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 10:58 pm
דורך Kollel
דריידל האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אחשורוש האט נישט געטראפן בעסער'ס ווי א גרינעם??

זיי מסביר? ס'הייסט ער זוכט נאך מיט לעכט. ער האט נאך גארנישט געטראפן.

הער איך הונטער די קילוסין אז מען זוכט שטארק אין די גאסן עפעס א גרינעם מויד

יא, א יתומה מאב ואם נעבעך

פאוואס דייקא איר?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 10:58 pm
דורך שפיגליצקי
יעצט ווען ס'האט זיך שוין עטוואס בארואיגט פרעג איך נאכאמאל
שפיגליצקי האט געשריבן:האט איינער א השגה צי מ'זוכט טאקע דייקא יענע מויד, אדער פשוט זיי האבן זיך צעפירט די הענט אויף וועם זיי האבן סיי וועלכע ידיעה אז ער האט זיך נאכנישט איינגעגעבן.

ס'איז מיר קריטיש צו וויסן, ביטע נאר מיט אמת'ע קראנטע אינפארמאציע.

איך וויל נישט פארלירן צופיל צייט.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 10:59 pm
דורך דריידל
די ליינער דא האבן שוין זיכער געהערט פון די הצלת נפשות ארגענעזאציע מרכז עזרה והצלה וואס העלפט ארויס אלע מיידלעך וואס זענען פארפלאנטערט געווארן מיט די אינסטאנצן צוליב די נייע גזירה. ס'איבריג ארויסצוברענגען די פעולות הצלה וואס איז ברייט באקאנט ביי יעדע משפחה מיט מיידלעך אין די יארן.

יעצט אז די עסקנים האבן אראנזשירט אן אנליין קאמפיין, בעט מען פון אלע חברים דא מ'זאל זיך משתתף זיין יותר מכפי יכולתו און זיך אנרופן ווארעם אויף די אייוועלט פעיזש.

ווערט נאך געזיכט מעטשערס פארן קאמפיין

געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 10:59 pm
דורך מיט א פרישקייט
שפיגליצקי האט געשריבן:יעצט ווען ס'האט זיך שוין עטוואס בארואיגט פרעג איך נאכאמאל
שפיגליצקי האט געשריבן:האט איינער א השגה צי מ'זוכט טאקע דייקא יענע מויד, אדער פשוט זיי האבן זיך צעפירט די הענט אויף וועם זיי האבן סיי וועלכע ידיעה אז ער האט זיך נאכנישט איינגעגעבן.

ס'איז מיר קריטיש צו וויסן, ביטע נאר מיט אמת'ע קראנטע אינפארמאציע.

איך וויל נישט פארלירן צופיל צייט.


פון דעם וואס זיי זענען אוועק געגאנגען אזוי שנעל ווייזט עס אז זיי האבן לכאורה סתם געוואלט מאכן פראוועקאציעס.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:00 pm
דורך שפיגליצקי
איינער האט סיי וועלכע עקספיריענס וועלכער סאקייאטריסט ס'איז גוט צו גיין נאך די יאר שמן המור טראמא? און ווי לאנג ס'דויערט צוריק צו גיין צום נארמאל?

כ'מיין, איך וויל זיך נאך קענען דרייען ביי מיר אין שטוב.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:02 pm
דורך מיט א פרישקייט
ביי מיר (איר...) האט א וואנע מיט טאמאטע סאוס שטארק געהאלפן.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:04 pm
דורך דריידל
מומחה יוחס האט געשריבן:איינער מיר געפרעגט אין אישי, וואס איז די יחוס פין רבינו מרדכי הצדיק,

וועל איך דא אויס רעכענען כדי יעדער זאל וויסן די גרויסע יחוס פין די רבן של ישראל די מנהיג הדור.

איז אזוי:
די רבינ'ס טאטע איז געוועהן רבינו יאיר פין ירושלים א זוהן פין רבי שמעי א זוהן פין רבי קיש, פין די גאר געהויבענע געשטאלטן אין ירושלים של מעלה, זענען זיך מתייחס צו שבט בנימין, פין די משפחה המלוכה פין שאול המלך.

מען קען באשרייבן איבער דער דעהויבענע געשטאלטן פין די פריעידיגע רבנים, אבער די צייט לאזט נישט

עפעס שטימט נישט דא. מיין זיידע האט מיר געזאגט אז פארצייטנס פלעגט מען אים רופן איש יהודי ווייל ער שטאמט פון שבט יהודה

געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:05 pm
דורך שפיגליצקי
יישר כחכם פאר אייער אינפארמאציע און עצות.

די טאמעיטא סאוס העלפט אויך דאס ארויס צו נעמען פון מח, אדער נאר פונעם גוף?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:06 pm
דורך מיט א פרישקייט
ס'העלפט פסיכאלאגיש אויך, ווייל ערשט דאן כאפט זי ווי אזוי די שמן המור קוקט אויס, ווען זי שמירט זיך אן דערמיט.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:07 pm
דורך קלאָצקאָפּ
איך פארשטיי אז די שמן המור איז נאר דער טיטל מיט וואס ער האט אנגערופן די שוידערליכע פראצעדור, ער מיינט די שמן זעלבסט.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 18, 2020 11:14 pm
דורך מומחה יוחס
דריידל האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:איינער מיר געפרעגט אין אישי, וואס איז די יחוס פין רבינו מרדכי הצדיק,

וועל איך דא אויס רעכענען כדי יעדער זאל וויסן די גרויסע יחוס פין די רבן של ישראל די מנהיג הדור.

איז אזוי:
די רבינ'ס טאטע איז געוועהן רבינו יאיר פין ירושלים א זוהן פין רבי שמעי א זוהן פין רבי קיש, פין די גאר געהויבענע געשטאלטן אין ירושלים של מעלה, זענען זיך מתייחס צו שבט בנימין, פין די משפחה המלוכה פין שאול המלך.

מען קען באשרייבן איבער דער דעהויבענע געשטאלטן פין די פריעידיגע רבנים, אבער די צייט לאזט נישט

עפעס שטימט נישט דא. מיין זיידע האט מיר געזאגט אז פארצייטנס פלעגט מען אים רופן איש יהודי ווייל ער שטאמט פון שבט יהודה


פין די מאמע זייט שטאמט עהר פין שבט יהודה

אנדערע האבן איהם גערופן איש יהודי וועגן א אנדערע סיבה, ווייל ער איז שטארק אין זיין אידישקייט האט נישט מורא פין קיינעם, לאכט אפ פין אלע ע"ז, איז כופר אין זיי נישט סתם

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2020 12:17 am
דורך מומחה יוחס
רבותי הערטס די גדלות פין רבינו שליט''א - דער איש יהודי ואיש יחידי
טראסט די שפאנוג אין אנגסט אויף די גאסן אין שושן הבירה, דערשרעקט זיך נישט רבינו מרדכי הצדיק אין גייט געהעריג ארום אין די מארקן אין די גאסן, מקרב פשוטע יודן צום רבונו של עולם, אזוי ווארעם אין הארציג לאזט זיך אראפ צו יעדע איינער אין ברענגט אריין א נאנטקייט צום רבונו של עולם,

דאס איז ווען קיינער פין די רבנים טוט עס נישט פאר פחד אין מורא וכו'

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2020 1:20 am
דורך פּשוט און פּראָסט
דריידל האט געשריבן:די ליינער דא האבן שוין זיכער געהערט פון די הצלת נפשות ארגענעזאציע מרכז עזרה והצלה וואס העלפט ארויס אלע מיידלעך וואס זענען פארפלאנטערט געווארן מיט די אינסטאנצן צוליב די נייע גזירה. ס'איבריג ארויסצוברענגען די פעולות הצלה וואס איז ברייט באקאנט ביי יעדע משפחה מיט מיידלעך אין די יארן.

יעצט אז די עסקנים האבן אראנזשירט אן אנליין קאמפיין, בעט מען פון אלע חברים דא מ'זאל זיך משתתף זיין יותר מכפי יכולתו און זיך אנרופן ווארעם אויף די אייוועלט פעיזש.

ווערט נאך געזיכט מעטשערס פארן קאמפיין

א לינק ביטע

מצוה גדולה עד אין חקר

די עסקנים געבן איבער אז מ׳גײט עפענען אן עקסטערע פעידזש פאר די יתומה נעבעך, װײל די יודעי דבר (פעיק ניוס) װײסן צו זאגן אז די רשעים נעמען זיך אױף אירע בײנער ספעציפיש

דרעזדנער האט ארױפגעברענגט אױפן לײן די ספעציאליסטן פון די יאסעלע שוכמאכער קעיס

ובשם השם נעשה ונצליח!!

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2020 1:49 am
דורך Potus
אז דו רעדסט פון די רבי זז"ג יחוס ליגט מיר אין קאפ עפעס א מעשה פון רבין זיידע מיט דוד המלך כמיין אז ביי די אבשלומ-געיט מעשה

מער דיטעילס?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2020 7:21 am
דורך לייטער
CNN מעלט אז 25 דארמעטארי בנינים פלאס נאך 15 מעגא בנינים פאר עס זאלן און נאך פאר די מיידלעך זענען שוין קאמפליט געענדיגט אין 5 און א האלב וואכן, יעצט האלט מען אינמיטן גיסן די יסודות פאר נאך 35 בנינים
טויזענט'ער ארבעטער ארבעטן פון די עלות ביזן נץ, 156 ארבעטער זענען געשטארבן אינמיטן די קאנסטרוקציע
דאס איז אין צוגאב צו אסאך מיליטערישע בנינים וואס מען ניצט שוין
סאיז נישט קלאר פארוואס די מיידליך דארפן זיין 12 חדשים ביפאר זיי גייען דורך די סעלעקציע ביים קעניג, סאיז דא שמיעות אז מען שמירט זיי מיט כלערליי בשמים און אוילן

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2020 7:29 am
דורך לייטער
סאיז צרות די קעניג וויל אז אידן זאלן אויך קימען
מען האט אויפגענומען זבולן בן אביחל צי אנפירן א כשרע קאך, די מיידלעך וועלן העלפן אין די קאך
די מלוכה האט געשיקט א ביד פאר גאלדן פלו און דבש ווער עס קען צישטעלן ביליגער מילך, ווי אויך צי אלע פלייש מארקעט פאר די ביליגסטע
די קעניג האט א הו''מ צי נעמ א אידיש קינד? ער פלאנט זיך מגייר צו זיין?

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2020 7:35 am
דורך לייטער
אומבאשטעטיגטע באריכטן,
די קעניג האט געהייסן לייגן א באזינדערע געוויכט אויף די וואס האבן א גרינלעך קאליר, און נאך מש...'תן פונעם קעניג
קיינער זאל נישט שרייבן קיינע נעמען ניטעמאל מיט רמזים, ווייל דא איז א פאבליק פארים, אלעס קען געטייטשט ווערן אויף פערסיש

יעצט פארשטיי איך שוין( אויב די שמיעות איז אמת) פארוואס די ספעציעלע פאליציי פארלייגט זיך נישט אויף יעדן מיט געוואלד
אויף וועם זיי פארלייגן זיך גייט עס מיט די פולסטע רש...

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2020 8:44 am
דורך צייט שטיפער
.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2020 9:06 am
דורך ליידיג גייער
זאג מיר נישט אז מ'קערט אױס מיט דעם דעם דיינונג רום.
באלד וועט מען קאכן זופ אין די נעסאו קאלאסיום און טראקס וועלן ארום פאהרן עס אויסמישן...

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2020 9:41 am
דורך דממה דקה
ק/פ

עס זאל נישט ארויסיין פון דא, באט מיין חבר האט אינטערגעשמירט הגי מיט שעשעגז, און זיי האבן אריבערגעריקט זיין טאכטער צו שעשגז'ס דעפארטמענט, עון פון דארט איז זי קודם באהיטן פון קעניג, און האפט איר צו קענען בקרוב אינגאנצן ארויסריקן.

ממוכן'ס טעכטער חלש'ן פאר נאך א טשענס, דערווייל אן ערפאלג, ער האט שוין געשמירט אלפים פאר שעשגז מיט הגי צוריקצוריקן זיינע טעכטער צו הגי'ס דעפארטמענט, דערווייל זיי זענען נישט אזעלכע בהמות, זיי ווייסן אז אחשורוש וועט גלייך כאפן וואס דא איז פארגעקומען.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2020 10:00 am
דורך בוחר בשירי זמרה
מומחה יוחס האט געשריבן:איינער מיר געפרעגט אין אישי, וואס איז די יחוס פין רבינו מרדכי הצדיק,

וועל איך דא אויס רעכענען כדי יעדער זאל וויסן די גרויסע יחוס פין די רבן של ישראל די מנהיג הדור, וואס קומט אויך מבית המלוכה של שאול המלך, בא"ב צו בנימין בן יעקב.

איז אזוי:
די רבינ'ס טאטע איז געוועהן רבינו יאיר פין ירושלים א זוהן פין רבי שמעי זצ"ל בן הרב בענא זצ"ל בן הרב מוצא זצ"ל בן הרב אלה זצ"ל בן הרב מפיבושת זצ"ל בן הגאון ר' יהונתן זצ"ל בן שאול המלך זצ"ל בן הגאון רבי קיש זצ"ל בן הרב אביחיל זצ"ל בן הרב צרור זצ"ל בן הרב בכורת זצ"ל בן הרב אפיח זצ"ל בן הרב שחריה זצ"ל בן הרב עזריה זצ"ל בן הרב שוקק זצ"ל בן הרב מיכאל בן הרב אליאל זצ"ל בן הרב עמיהוד זצ"ל בן הרב הרב שפטיא זצ"ל בן הרב פתיאל זצ"ל בן הרב פיתון זצ"ל בן הרב מלכי זצ"ל בן הרב ירובעל זצ"ל בן הרב חנניה זצ"ל בן הרב זבדי זצ"ל בן הרב אלפעל זצ"ל בן הרב שמריה זצ"ל בן הרב עובדיה זצ"ל בן הרב מרימות זצ"ל בן הרב חושם זצ"ל בן הרב שחריה זצ"ל בן הרב אבינון זצ"ל בן הרב עזריה זצ"ל בן הרב גדא זצ"ל בן הרב בלע זצ"ל בן הגה"ק רבי בנימין זי"ע בן יעקב אבינו


מען קען אסאך באשרייבן איבער דער דעהויבענע געשטאלטן פין די פריעידיגע רבנים, אבער די צייט לאזט נישט



תקנות המקום אז מ'קען נישט באשרייבן קיין לעבעדיגע רבנים

[גראדע האבעך איצט געזוכט, און נישט געקענט געפונען אזא תקנה]

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2020 10:02 am
דורך בוחר בשירי זמרה
דערציילט מיר א חבר פון הויפט שטאט, אז גבירים פון אלע לענדער שטופן גרויס געלט אז ס'זאל זיין זייער טאכטער

געשריבן: מיטוואך פעברואר 19, 2020 10:04 am
דורך גיב א שמייכל
מומחה יוחס האט געשריבן:איינער מיר געפרעגט אין אישי, וואס איז די יחוס פין רבינו מרדכי הצדיק,

וועל איך דא אויס רעכענען כדי יעדער זאל וויסן די גרויסע יחוס פין די רבן של ישראל די מנהיג הדור, וואס קומט אויך מבית המלוכה של שאול המלך, בא"ב צו בנימין בן יעקב.

איז אזוי:
די רבינ'ס טאטע איז געוועהן רבינו יאיר פין ירושלים א זוהן פין רבי שמעי זצ"ל בן הרב בענא זצ"ל בן הרב מוצא זצ"ל בן הרב אלה זצ"ל בן הרב מפיבושת זצ"ל בן הגאון ר' יהונתן זצ"ל בן שאול המלך זצ"ל בן הגאון רבי קיש זצ"ל בן הרב אביחיל זצ"ל בן הרב צרור זצ"ל בן הרב בכורת זצ"ל בן הרב אפיח זצ"ל בן הרב שחריה זצ"ל בן הרב עזריה זצ"ל בן הרב שוקק זצ"ל בן הרב מיכאל בן הרב אליאל זצ"ל בן הרב עמיהוד זצ"ל בן הרב הרב שפטיא זצ"ל בן הרב פתיאל זצ"ל בן הרב פיתון זצ"ל בן הרב מלכי זצ"ל בן הרב ירובעל זצ"ל בן הרב חנניה זצ"ל בן הרב זבדי זצ"ל בן הרב אלפעל זצ"ל בן הרב שמריה זצ"ל בן הרב עובדיה זצ"ל בן הרב מרימות זצ"ל בן הרב חושם זצ"ל בן הרב שחריה זצ"ל בן הרב אבינון זצ"ל בן הרב עזריה זצ"ל בן הרב גדא זצ"ל בן הרב בלע זצ"ל בן הגה"ק רבי בנימין זי"ע בן יעקב אבינו


מען קען אסאך באשרייבן איבער דער דעהויבענע געשטאלטן פין די פריעידיגע רבנים, אבער די צייט לאזט נישט


וואס איז? פארוואס לאזט נישט די צייט? ווער האט אים בכלל געפרעגט? מאך דיך נישט צוטהן פונעם!