שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ויתן לך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3059
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג פאברואר 18, 2020 5:56 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:עטליכע מאכן דא אן עסק איבער אסתר


איינער ווייסט ווער דאס איז?

מ'רעדט אפשר פון "הדסה" די יתומה וואס דרייט זיך ביי רבינו מרדכי אין קיך?

נאמען פאר תהילים?

אסתר בת דודו...

איך האב געזעהן און בית המדרש א צעטל 'הדסה בת אביחיל', אפשר איז דאס א צווייטער?
ואני מלא טעויות תמיד, פעם בסברא, פעם בגמרא, ואיני נכלם בזה.
(קוב"א)

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג פאברואר 18, 2020 5:58 pm

פון דעם האט אזוי גע'סרח'ט דא!
שוין אזוי מ'האט נישט געשפירט מיין 'פנימיות'..
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג פאברואר 18, 2020 7:20 pm

ויתן לך האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:עטליכע מאכן דא אן עסק איבער אסתר


איינער ווייסט ווער דאס איז?

מ'רעדט אפשר פון "הדסה" די יתומה וואס דרייט זיך ביי רבינו מרדכי אין קיך?

נאמען פאר תהילים?

אסתר בת דודו...

איך האב געזעהן און בית המדרש א צעטל 'הדסה בת אביחיל', אפשר איז דאס א צווייטער?

ניין, דאס איז די זעלבע, נאר דאס איז די טאטעס נאמען.
(ווארשיינליך אויפגעהאנגען דורך אחב"י הספרדים, וואס זענען מתפלל לויט די טאטעס נאמען).

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5812
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג פאברואר 18, 2020 7:48 pm

וואס איז מען דא אזוי באזארגט איבער עפעס א מיידעלע??


הונדערטער טויזענטער מיידלעך שטראמען צום קעניג'ס פאלאץ.. איר ווייסט ווי שטארק זיי חלומען פאר דעם?? זיין קעניגן פון די גאנצע וועלט?!

און מ'זארגט זיך פאר עפעס א אידישע מיידל וואס איז שוין בכלל נישט יונג, און ווי מ'שמועסט האט זי בכלל נישט קיין שיינע אויסזעען... נישטא וואס צו זארגן לענ"ד...

____________
איך זעה דא אז איינע פון ממוכן'ס טעכטער האט מען שוין אפגעווארפן.. וואס טוט זיך מיט די אנדערע??

איך שוין אים נעבעך אויב ס'גייט נישט זיין טאכטער...
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג פאברואר 18, 2020 7:50 pm

איינער ווייסט די נומבער צום פובליק פאון ביי די מיידלעך צווישן 21 - 25? איך האב א ניכטע דארט, עמערזשענסי!

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 18, 2020 7:50 pm

כ'הער אז דער קעניג גייט אפהאלטן א גרויסע מיטינג מיט לשדך, לזוג, בקרוב, שידוכים ליין, בית נאמן, בשעה טובה, זיוווגו של אדם וכו'.

משוגע, כמעט פיר יאר זוכן, יעדן טאג האט ער פרישע מיידלעך, און ער קען זיך נישט דערוועלן.

א פאררוקטער קעניג. זעט אויס אז נאך די נארישע געזעץ דריי יאר צוריק מיט די להיות כל איש שורר בביתו, איז קיינער נישט נייגעריג צו וואוינען מיט אים, אויב זיין בליק אין שלום בית קוקט אזוי אויס.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג פאברואר 18, 2020 8:03 pm

אחשורוש האט נישט געטראפן בעסער'ס ווי א גרינעם??

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג פאברואר 18, 2020 8:06 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:אחשורוש האט נישט געטראפן בעסער'ס ווי א גרינעם??

זיי מסביר? ס'הייסט ער זוכט נאך מיט לעכט. ער האט נאך גארנישט געטראפן.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דינסטאג פאברואר 18, 2020 8:07 pm

איך הער אז די עף בי איי דרייט זיך אין די היימישע געגנטער. זיי בעטן יעדע בחור צו ווייזן זייער תפילין בייטל זיכער צו מאכן אז ס'איז נישט קיין פארשטעלטע מיידלעך.

מ'דארף זייער אכטונג געבן לגבי יחוד וכדו'.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג פאברואר 18, 2020 8:07 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אחשורוש האט נישט געטראפן בעסער'ס ווי א גרינעם??

זיי מסביר? ס'הייסט ער זוכט נאך מיט לעכט. ער האט נאך גארנישט געטראפן.

הער איך הונטער די קילוסין אז מען זוכט שטארק אין די גאסן עפעס א גרינעם מויד

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג פאברואר 18, 2020 8:11 pm

עס איז דא א שווערע לאקאדאן אין די אידישע געגענד, ווי עס באווייזט זיך די פ.ב.איי, פאליס, אין גרויסע אנוועזנהייט פין מיליטער וואס גייען פין הויז צו הויז.. עס איז א שרעק א פחד
we make ivelt great again


די אויסגעוועלטע ראש הקהל דאייוועלט

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג פאברואר 18, 2020 8:13 pm

פון און ביז וועלכן עלטער זוכן זיי??



איך פרעג פאר א חבר

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג פאברואר 18, 2020 8:16 pm

אלע יאהרן גאנג, כל זמן מען איז נאך א מיידל
we make ivelt great again


די אויסגעוועלטע ראש הקהל דאייוועלט

Potus
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » דינסטאג פאברואר 18, 2020 8:17 pm

סהאט עפעס מיטן go green מאוומענט?
לאנג לעבן זאל טראמפ דער ערשטער

גברא רבא
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

תגובהדורך גברא רבא » דינסטאג פאברואר 18, 2020 8:47 pm

איך בין נישט קיין דיין, אדער מורה הוראה, אבער דאך "גברא רבה אמר מילתא לא תחוכו עלה" !
לדעתי זעה איך נישט די גרויסע איסור אז אסתר זאל חתונה האבן מיטן קעניג אחשווירוש. ווייל לויט ווי מיר נעמען אן אז איז א פרוי 'קרקע עולם' אויב אזוי זעה איך נישט קיין שום פארבלעם. אדרבא זאלן די רבנים לאזן הערן זייער דעת תורה.
ווערט נישט איבער גענומען פון קיין געפילן, מען דארף וויסן וואס די תורה זאגט !

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג פאברואר 18, 2020 8:50 pm

גברא רבא האט געשריבן:איך בין נישט קיין דיין, אדער מורה הוראה, אבער דאך "גברא רבה אמר מילתא לא תחוכו עלה" !
לדעתי זעה איך נישט די גרויסע איסור אז אסתר זאל חתונה האבן מיטן קעניג אחשווירוש. ווייל לויט ווי מיר נעמען אן אז איז א פרוי 'קרקע עולם' אויב אזוי זעה איך נישט קיין שום פארבלעם. אדרבא זאלן די רבנים לאזן הערן זייער דעת תורה.
ווערט נישט איבער גענומען פון קיין געפילן, מען דארף וויסן וואס די תורה זאגט !

האלאו מען פסק'נט נישט אזעלכע הארבע שאלות אויף א פאבליק פארום, מרדכי ובית דינו וועלן האבן א זיצונג ווי מען וועט דן זיין הלכה למעשה וואס מען דארף/מעג טוהן
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג פאברואר 18, 2020 8:55 pm

כפארשטיי נישט וואס דעי חברה טראכטן!
ווער האט דען שוין פארגעסן פון 2 אהאלב יאר צוריק ווי דער קעניג האט אזוי ווילדערהייט ערמארדעט זיין פרוי?

בכלל, דעי מיידלעך וואס ווערן צוריק געוויזן וועלן דאך בלייבן אייביגע עגינות! א רחמנות אויף די אלע יודישע מיידלעך דארט!
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:04 pm

פארוואס עגונות?
we make ivelt great again


די אויסגעוועלטע ראש הקהל דאייוועלט

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:06 pm

לויט ווי איך הער פון ששגעזנ'ס אגענטאר, וועלן די צוריקגעוויזענע מיידלעך זיין פארבאטן צו הייראטן!
דאס מיינט אז עס גייען זיך ארום דרייען כמעט א מיליאן סינגלס מיידלעך!
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm

תגובהדורך סיז מסודר » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:06 pm

איינער זאגט מיר אז ער רופט אויך די געהייראטע?? איינער קען עס קאנפירמען?
ער איז טויט פארריקט
מאך דיך נישט צוטהן פון קריטיק פון איינעם וואס דו וואלטסט נישט גענומען קיין עצות

וואס טוט זיך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5812
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

תגובהדורך וואס טוט זיך » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:43 pm

גברא רבא האט געשריבן:איך בין נישט קיין דיין, אדער מורה הוראה, אבער דאך "גברא רבה אמר מילתא לא תחוכו עלה" !
לדעתי זעה איך נישט די גרויסע איסור אז אסתר זאל חתונה האבן מיטן קעניג אחשווירוש. ווייל לויט ווי מיר נעמען אן אז איז א פרוי 'קרקע עולם' אויב אזוי זעה איך נישט קיין שום פארבלעם. אדרבא זאלן די רבנים לאזן הערן זייער דעת תורה.
ווערט נישט איבער גענומען פון קיין געפילן, מען דארף וויסן וואס די תורה זאגט !

פארוואס אין די וועלט זאל אחשוורש ווילן נעמען הרב ר' מרדכי'ס ניכטע??
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:טראמפ איז א לוזער וואס איז גוט אין איבערצייגן נארישע מענטשן אז ער איז קלוג און געלונגען.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג פאברואר 18, 2020 9:57 pm

מאכט נישט קיין איין טראפ סענס!
(הגם אסאך זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס זענען געשעהן די לעצטע 3 - 4 יאר),

למעשה הער איך אז דער ממוכן איז גוט אנגעזעצט,
ער'ט געמיי ט ער נעמט זיך אן פאר זיין ווייב מיט'ן פראסיקיוטן ושתי, למעשה קיין שלום בית האט ער נישט זייט די נייע 'מענער בעל בית' געזעץ,
דער קעניג וויל איהם נישט קענען זינט ער'ט איהם געמאכט פאר סינגל,
איין האפענונג וואס ער'ט נאך געהאט צו גרויס ווערן דורך זיינע טעכטער, האט זיך אויך אויסגעלאזט ביזי בזיונות,
בקוצר, פארשטינקענע פיש געגעסן, און פון שטאט ארויסגעווארפן....
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:02 pm

להערה בעלמא ס'איז דא פון איינעם א פסק אז מ' מעג זיך פארשטעלן ווי א מאן? לא תלבש?!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9685
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:07 pm

אייס לאסויס לאשעם!
פתולות ושמנים שאמרו חכמים אין מדליקין בהן בשבת, מדליקין בהן בחנוכה
אפי' נשמות וואס זענען ל"ע אין א מצב אז קדושת שבת צינד זיי שוין נישט אן, קענען זיך אבער יא אנצינדן דורך דעם אור פון נר חנוכה!
(תפארת שלמה)

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:18 pm

@כאניש, וואו האט איר געזען אז אלע וועלן בלייבן סינגל נאך וואס זיי ווערן צוריק געוויזן פונעם יר"ה?

ס'הייסט אז מיינע פינף שוועסטערס זענען שוין פארפאלן פאר אייביג???

יעצט זע איך דא אז מ'נעמט פארהייראטע אויכעט??

זיי וועלן אויך מוזן בלייבן נאכדעם סינגל?? דאס מיינט דאך מיר אויך!!

א פחד א שרעק!! עק-וועלט!

איך קלער אז ס'איז נאך אלס כדאי צו אנטלויפן וואו די אויגן טראגן נאר, מסברא אז וואס ווייטער פונעם הויפט-שטאט וועלן די פרעמדע לענדער ווינציגער קאאפערירן מיט די יעצטיגע שטורמישע צייטן, בפרט נאכן מענער-געזעץ, איז צום האפן זיי וועלן נישט ארויס געבן קיין מיידלעך און אודאי קיין ווייבלעך.

אנטלויפטס!!!
לעצט פאראכטן דורך שפיגליצקי אום דינסטאג פאברואר 18, 2020 10:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט