שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 11:18 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ברעיקינג!!!
מרדכי האט אויסגערופן א 3 טאג תענות!
היינט, ערב פסח און פסח!


איין מינוט, מען גייט פאסטן פסח? מיין גאנצן סדר פלענער זענען פיניש?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 11:20 pm

יאאפס!
א קלארע הוראת שעה פון מרדכי! נישט קיין מצה נישט קיין מרור נישט קיין ד' כוסות
נאר שירי דוד תפילות ותחנונים!
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 11:40 pm

היינט האב איך געזען ווי מרדכי הצדיק שטייט ביי א וואנט אויסגעדרייעט צו דרומית-מערבית און שעפשעט מיטן מויל. האבעך פארשטאנען אז ער רעדט צו השי"ת, אויסגעדרייעט כנגד ירושלים.
כ'האב זיך אונטערגעהערט וואס ער בעט, און איך געהערט זייער א אינטרעסאנטע תפילה, צווישן אנדערע געבט ער דארט ארויס זיין שיטה בנוגע זיך בוקן צו המן!

זה לשון קדשו:
ה' מלכי ואלוקי, בידך הכוח והגבורה. ואם יש בלבבך להושיע את עמך ישראל, מי יעמוד לפניך. אתה יצרת את השמים והארץ וכל אשר בם, כי אתה לבדך אדון כל המעשים, ואין מידך מציל, ולא ייסתר דבר מפניך.
אתה יודע כי לא בקשי עורף ומגבהות לב מיאנתי להשתחוות לפני המן, כי לטובת ישראל עמך, הייתי מנשק גם את רגליו. נמנעתי להרים כבוד אדם על כבודך, כי לך לבדך אני משתחווה. ועתה ה' אדוני האדונים, רחם נא על ישראל עמך, כי אויבינו אורבים לנפשנו למען השמידנו מעל פני האדמה. שמע קול תחנוני, וחוסה על עם נחלתך. הפוך אבלנו לששון למען נחיה ונודה לשמך, ואל תסגור שפתי משבחיך.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 11:44 pm

נורא נוראות!
----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------- אייוועלט תש"פ שרייבעריי פארמעסט -----------------------------------------------------------------------------------------------------------------------

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 11:59 pm

איך מיין מיר דארפן זיך שוין אנהייבן פארשטעקן. לויט ווי איך קען אונזערע 'גוטע' שכנים, האבעך מורא זיי גייען נישט אויסווארטן ביז קומענדיגער אדר.

#ונשמרתם

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג פאברואר 28, 2020 12:13 am

גראדע הער איך אז די שכנים זענען נאך סקעפטיש איבער די גאנצע זאך,
מ'קען הערן זיי שפעקאלירן אויב מ'קען זיך פארלאזן אויף בריוון פון קעניגליכן הויף...

מ'קען נאך פוילן און מיר וועלן פוילן!
פוילטס אלעס גוטס!
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » פרייטאג פאברואר 28, 2020 12:27 am

כ'קום יעצט צו פארן מיט א אובער, רבותי ס'צרות!

מיין דרייווער ווייסט מיר ער האט זיך שוין אייגעהאנדעלט א רעוואלווער רח''ל!! ער זאגט מיר מיט אויגן פיל מיט שנאה און רציחה, אז באמת וואלט ער מיך ערלעדיגט דא אין קאר, (נאך די טריפ שטייצעך, ווען ס'קארטל ווערט געטשאדשט) נאר מ'האט געשמועסט ביי זיי אז זייט די קעניג האט געשיקט דעם מאדנעם בריוו פון די מענער בעה''ב געזעץ, רעכענט מען זיך שוין נישט אזוי שטארק מיט א בריוו פון קעניג. דערפאר וועלן זיי ליבערשט ווארטן ביז אדר, ''ענד דען אייל קאם פאר יו'' זאגט מיט א אויפגעהויבענעם רעוואלווער אין האנט!

כ'האב געעפענט די טיר און אפגעיאגט פון דארט מיט די נשמה אין די האנט...

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג פאברואר 28, 2020 12:40 am

כ'האב זיך אונטערגעהערט עפעס א למדן רעכנט יא צו עסן א כזית מצה, ווייל ביז א ככותבת הייסט נאך געפאסט, וועל איך דאס מוזן איבערשמועסן מיטן דאיען.

מקור: ערוך לנר ביבמות.

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג פאברואר 28, 2020 12:44 am

המן האט געשיקט איינע פון זיינע באנדיטן, א וויסטע אנטיסעמיט, א גראביאנער גאסן יונג, זאל זיך פארשטעלן ווי א איד און זיך גיין אונטערהערן וואס מ'שמועסט ביי די אידן, און צו געוואויר ווערן ווי ווייט אונז זענען אינפארמירט, און וואס אונזערע פלענער זענען.

דער יונגאטש האט זיך אזוי אראפשפאצירט אויף די גאסן פון שושן אנגעטון אין פולן אידישן טראגע. פלוצלונג שטעלט זיך אפ הארט לעבן אים א אובער קאר, דער דרייווער האט אויסגעזען ווי איינער פון די שווארצע איזראעלייט חברה (שמארטי, איז דעיס דיין דרייווער?). דער דרייווער שפרינגט ארויס צו אים און שרייעט אויף אים: נעעע! כ'גיי ניש ווארטן א יאר, נאדיר א קויל אין קאפ!!

אויפן ארט האט ער אריינגעשאסן א רונדע קוילן אין יענעם באנדיט, דער פארשטעלטער איד, מיינענדיג אז ער איז ווירקליך א איד... אוי איז דאס געווען א דורכפאל פאר דעם אובעריסט...

המן האט רעאגירט בייז: אומקאפאטענטע נאראנים מיינע חברה... כ'זע אז כ'קען זיך נישט פארלאזן אויף מיינע כעלעמער בהמות, איין מאל זיך פארשטעלט ווי א איד און שוין אזוי שלימזעלדיג אפגעשניטן... אויב אזוי וועל איך מארגן-איבערמארגן דארפן אליין גיין שפיאנירן ביי די אידעלעך. איך מוז זען וואס מרדכי טוט אין אזא צייט.

חברה, געבטס אכטונג, המן האט נאך א ברירה צו קומען אין מקוה אריין~!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2628
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג פאברואר 28, 2020 1:50 am

יוש כ'ציטער

זעסט איך האב שוין געזאגט פין פריער אז עפעס האט זיך געקאכט אין די פאלאץ אין אויך מיט צענדליכע רייטוועגענער'ס וואס זענען ארויס געפארן פין שושן...

כ'בין נייגעריג וואס די קעניגן זאגט צו דעם, ווייסט זי פין דעם?
您需要整理导致这个病毒世界的中文。

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2628
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג פאברואר 28, 2020 1:51 am

לאמיר אלע אינטער נעמן קבלות מען דארף גאר גרויסע זכותים... די פחד אין שרעקדיג גרויס... דערעולם איז מורא'דיג פארלוירן...
您需要整理导致这个病毒世界的中文。

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג פאברואר 28, 2020 6:29 am

מומחה יוחס האט געשריבן:יוש כ'ציטער

זעסט איך האב שוין געזאגט פין פריער אז עפעס האט זיך געקאכט אין די פאלאץ אין אויך מיט צענדליכע רייטוועגענער'ס וואס זענען ארויס געפארן פין שושן...

כ'בין נייגעריג וואס די קעניגן זאגט צו דעם, ווייסט זי פין דעם?

אה... דו ווייסט וואס דו דערמאנסט מיך יעצט?
אונז קענען זיין א טראפ רוהיג.. 'אחות לנו בבית המלך!'
דער קעניגן מיט אירע נאנטשאפטן מיט מרדכי, (וואס צווישן אונז גערעדט איז זי דאך יודיש) העט שוין עפעס ארלעדיגן!
כ'האף נאר אז די 15
יאר בבית המלך האט איר נישט פארפרעמדעט פון אירע ברודער!
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » פרייטאג פאברואר 28, 2020 7:32 am

איך זעה נישט וואס ס'האט געהאלפן ביז אהער די גזירה איז געקומען אעפ''כ

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג פאברואר 28, 2020 8:08 am

איז די הוראה פון רבינו מרדכי נאר אויף פאסטען? דארף מען נאר עוסק אין תפלה די גאנצע צייט? מעג מען לערנען אין אזא צייט, אדער איז אזוי ווי תשעה באב?

וועט זיין די שיעור פון רבינו מרדכי אין די צייט, דאכט זיך מ'האלט ערגעץ ביי די ענין פון קמוצה

כ'מיין מ'דארף הענגען אן הודעה אין אלע בתי מדרשים פינקטלעך וואס רבינו מרדכי האט געהייסן.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג פאברואר 28, 2020 8:12 am

מ'וועט זיך ציזאמקומען אין אלע שולן, פון נאך שריפות חמץ ביז מוצאי יו"ט ראשון - 2 גאנצע טעג - אנשים נשים וטף צו תפילה ותיקון המעשים,
מרדכי וועט פארלערנען פאר די קינדער הלכות קמיצה דעם ערשטן טאג חוה"מ (נאכן אויספאסטן), 6 אינדערפרי,

#פסח שחל להיות ביום כיפור
#לאמיר פויעלן אלעס גוטס
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1709
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » פרייטאג פאברואר 28, 2020 8:15 am

אידן, מיר קענען האבן טענות אויף מרדכי, אבער בסך הכל איז קלאר דא א גזירת שמים וואס איז אפשר נאר צוגעברענגט געווארן דורך אים.

אז דער קעניג זאל פלוצלינג שטעלן איין מיניסטער איבער אלע איז איין מאדנע זאך. אז יעדער זאל זיך דארפן ביקן פאר אים איז נאכמער מאדנע. אבער אז א גאנצע פאלק זאל פלוצלינג נגזר ווערן למיתה אן קיין דין ודברים, ווי מיר וואלטן געלעבט אונטער די אמאליגע אשור'ישע אדער בבל'ישע אימפעריעס און נישט אונטער די פערסישע וואס זוכט צו געפעלן צו אירע אונטערטאנען, איז דאך פשוט שלא כדרך הטבע. דאס מוח שטעלט זיך אפ!

איך האב געמאכט פאליטישע חשבונות אויף די געשעענישן ביז אהער, אבער יעצט שטימט שוין גארנישט. איך בין שוין אפילו גרייט צו גלייבן אז דער המן שטאמט טאקע פון עמלק, ווייל דא געשעט קלאר עפעס אויסטערליש.

על מה עשה ה' ככה?
געוויסע וועלן זאגן צוליב די שאנדפולע סעודות וואס אידן האבן זיך באטייליגט אינעם דריטן יאר פון אונזער יר"ה. אפשר דאס אויך, אבער וואס בין איך שולדיג? איך האב זיך נישט באטייליגט.
ווער ווייסט צי דאס גייט נישט צוריק נאך פריער. עס איז א בושה צו רעדן דערפון, אבער נאך אין אנהייב פון אונזער גלות דא, נאך אין די צייטן פונעם הייליגן נביא יחזקאל, האט זיך כלל ישראל געביקט צו נבוכדנאצר שחיק טמיא'ס סטאטוע.
דער באשעפער וויל אונז שוין אויסלייזן, קול דודי דופק, די זיבעציג יאר וואס ירמיהו האט פארגעזאגט זענען שוין פארביי, די מעכטיגע בבל איז שוין צעשמעטערט און א בייזע חלום פון אמאל, נאר מיר זענען נאכנישט גרייט. וויפיל זענען מיר נאך פארפלעקט? אויב מאכן מיר זיך נישט גרייט, וויל אונז דער באשעפער גרייט מאכן און קעניגן אויף אונז מיט א חימה שפוכה רח"ל.
נחפשה דרכינו ונשובה עד ה'!

און יעצט בענין חובת השתדלות, דארף מען פרובירן אריינצומישן די קעניגן. צי זי שטאמט פון אידן ווי געוויסע שפעקולירן אדער נישט, איז זי אבער נאנט צו מרדכי. איך בין באזארגט אז דער קעניג איז עפעס נישט נאנט צום קעניגן לעצטענס, לויט שמועות איז זי שוין נישט גערופן געווארן צו אים אפאר וואכן. אבער אונזער יר"ה קען זיך דאך טוישן פון איין מינוט צום צווייטן.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » פרייטאג פאברואר 28, 2020 8:22 am

Yang2020 האט געשריבן:און יעצט בענין חובת השתדלות, דארף מען פרובירן אריינצומישן די קעניגן.
....
לעצטענס, לויט שמועות איז זי שוין נישט גערופן געווארן צו אים אפאר וואכן.

צו קלארער מאכן

שוין א גאנצע חודש וואס זי איז נישט גערופען געווארן צון קעניג

כ'ציטער, מ'דארף איינרייסען
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג פאברואר 28, 2020 9:58 am

נארוואס געהערט א שמועה אז טראץ די שרעקליכע אנגעצויגנקייט, און כאטש די שוואכקייט וואס האט יעדן ארומגענומען צוליבן תענית, גייט מרדכי פארלערנען א שיעור כללי דעם צווייטן טאג פון פסח.
מען האט פארשפרייט ראשי פרקים:
דער נושא איז: הלכות עומר.
מ'וועט דארט פארלערנען די פאלגענדע ענינים:
דיני קרבן מנחה
מנחת שעורים
קמיצה
שיירי מנחות
דער דין פון חדש
הלכה למעשה וואס איז נוגע נאכן חורבן
וואס ס'גייט זיך טוישן ווען דער ביהמ"ק השני וועט אי"ה בקרוב אויפגעבויעט ווערן.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2717
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » פרייטאג פאברואר 28, 2020 10:19 am

שטייענדיג אינמיטן הגעלת כלים ביי די קארנער, און המן איז פונקט דארך געגאנגען, יעדער האט זיך שטייצעך געביקט ספאנטאניש, דער האט געהאט א שמייכל פון אויער צו אויער, נאכנישט געזעהן אים אזוי פרייליך אין יארן, דאס איז נישט קיין גיטע נייעס.

פעשען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » פרייטאג פאברואר 28, 2020 10:38 am

איך מיין מ'טרייבט אביסל איבער דא.. ביי מיר אין שטאט רעדט מען נישט פון ממש אזעלעכע שרעקליכע זאכן. איז טאקע אזוי געפערלעך? מיינט עס נאר די אידן פון שושן? איך מיין זיי ווילן סתם אנשרעקן.. די קעניגן דארט איז דאך א אונזערס, זי קען עס נישט קענסלען? מיט אונזער קעניג קען מען דאך דרייען וויאזוי מ'וויל.. ער'עט זיכער צוריקציען ביז דעמאלטס..

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג פאברואר 28, 2020 10:40 am

ניין ניין, פעשען טייערע, ס'איז גארנישט פשוט!!! דיס טיים איט איז פאר ריעל!!! ה' ירחם!!!
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » פרייטאג פאברואר 28, 2020 10:42 am

פונקט געווען יעצט אין די גויאישע מארק צו פארקויפן מיין חמץ, האבעך פונקט זיך אינטערגעהערט ווי המן'ס מוזינקעל דער חכם ויזתא איז מסביר פאר איינעם פארוואס פונקט אין אדר איז די גזירה, ער זאגט אז זיין טאטע האט עכט געוואלט ארויסגעבן די גזירה אויף יעצט נאר ער האט מורא געהאט אז ניסן זענען די יודן באפרייט געווארן פון פרעה, האט ער געטראכט אפשר אייר אבער אייר האט ער זיך געכאפט האט זיך די מן אנגעהויבן אזוי איז דורכגעגאנגען אלע חדשים סיון האבן די יודן באקומען די תורה, תמוז איז שוין געווען 1 צרה וועט עס נישט ארבעטען, אב האבן די יודן אויפגעהערט שטארבן אין מדבר, אלול האבן די יודן באקומען די 2טע לוחות, תשרי איז די באשעפער מוחל אלע זייערע עברות, חשון איז נח געראטעוועט געווארן פון די מבול, כסליו האט מען געבויט די ביהמ"ק, טבת האט נבוכאדנעצאר איינגענומען ירשלים איז די חודש שוין פארנומען 2 מאל וועט די באשעפער זיי נישט שטראפן אין 1 חודש, שבט האט דאך חמשה עשר בשבט און נאר אדר האט געקלאפט, ווייל אדר איז משה רבינו געשטארבן, ער האט עס נאך אראפגעלייגט פונקט ווי זיין טאטע ווען ער האט געזונגען "אדר געטראפן אדר, אדר איז דאך משה רבינו געשטארבן אוי העט מען פון זיי קענען מאכן א חורבן" (דער שוטה ווייסט נישט אז משה רבינו איז אויך געבוירן אין אדר).
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג פאברואר 28, 2020 10:57 am

חוח בין השושנים האט געשריבן:נארוואס געהערט א שמועה אז טראץ די שרעקליכע אנגעצויגנקייט, און כאטש די שוואכקייט וואס האט יעדן ארומגענומען צוליבן תענית, גייט מרדכי פארלערנען א שיעור כללי דעם צווייטן טאג פון פסח.
מען האט פארשפרייט ראשי פרקים:
דער נושא איז: הלכות עומר.
מ'וועט דארט פארלערנען די פאלגענדע ענינים:
דיני קרבן מנחה
מנחת שעורים
קמיצה
שיירי מנחות
דער דין פון חדש
הלכה למעשה וואס איז נוגע נאכן חורבן
וואס ס'גייט זיך טוישן ווען דער ביהמ"ק השני וועט אי"ה בקרוב אויפגעבויעט ווערן.

מיינסט דעם ערשטן טאג חוה"מ..
ס'דערקענט זיך אז דו ביסט נישט פון דאהי... דאהי האמער די סנהדרין וועלכע איז קוביע ר"ח, איז נישטא קיין צוויי טעג יו"ט..
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3236
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » פרייטאג פאברואר 28, 2020 11:10 am

האמער יעצט פארברענט דעם חמץ, גיימער זיך אריינזעצן אין שול, קוקט נישט אויס כ'על נאך קענען אריינקומען דא ביז מארגן נאכט - מוצאי יו"ט ראשון - לאמער האפן אויף גוטע בשורות!
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » פרייטאג פאברואר 28, 2020 1:24 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:......... דער דין פון חדש
*הלכה למעשה וואס איז נוגע נאכן חורבן
**וואס ס'גייט זיך טוישן ווען דער ביהמ"ק השני וועט אי"ה בקרוב אויפגעבויעט ווערן.

* אויזער חדש וואס נאך?
** וואס נישט?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט