שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 11:02 am

אבער מרדכי הצדיק גייט זיך אי"ה געפינען דארט אפצוגעבן כבוד למלכות און אנקניפן נייע קאנטאקטן און באציאונגען מיט די נייע קעניגן.

לב מלכים ושרים ביד השם.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 11:07 am

די פרתימים און שרי המדינות האבן יעצט געברענגט א ספעציעלע הייראט געשאנק פארן קעניג, א הערליכע סטאטוע פון אים מיט בגתן און תרש פון אונטער אים.
צוגעלייגטע
Relief_of_Xerxes_at_Doorway_of_his_Palace,_Persepolis,_Iran.jpg
Relief_of_Xerxes_at_Doorway_of_his_Palace,_Persepolis,_Iran.jpg (65.3 KiB) געזעהן 411 מאל
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 11:10 am

פילע גרויסע שישקעס קומען.

שפעקולאציעס אז ממוכן גייט נישט אנוועזנד זיין.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 11:50 am

מ'האט אנגעהויבן די סעודה'ניו.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4457
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:20 pm

הויעך האט געשריבן:די עסן איז כשר?
האט ער נאכאמאל אראפגעברענגט דעם רבין זזג צו געבן א הכשר?

זעסט נישט די פרישע סטראבעריס אין די אן טרעי וואס איז מוחזק תולעים?
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3249
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:23 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:די פרתימים און שרי המדינות האבן יעצט געברענגט א ספעציעלע הייראט געשאנק פארן קעניג, א הערליכע סטאטוע פון אים מיט בגתן און תרש פון אונטער אים.

דעיס איז וויאזוי די סטאטוע גייט אויסזען אין 2,500 יאר ארום... איך האב דארט געזען א שיינע פריש-געפעינטעטע
פאר 'חוח' דרוקט נומער 6. אויב קיין ענטפער, זייט וויסן אז כ'בין אויף וואקאציע.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:24 pm

יעצט קומט פאר די טענץ, אבער ס'איז נישט נוגע פאר אונז ערליכע אידן ממילא, וועלן מיר נישט באריכטן די אלע שטותים.

געהערט טאקע אז מרדכי האט אנגעוואונטשן זייער ווארים פאר די קעניגן און געמאכט גוטע קאנטאקטן. דער באשעפער זאל העלפן ויטה לב המלכות עלינו לטובה, מיר זאלן זיך שוין צוריק קערן קיין ירושלים, ובא לציון גואל.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:24 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:די פרתימים און שרי המדינות האבן יעצט געברענגט א ספעציעלע הייראט געשאנק פארן קעניג, א הערליכע סטאטוע פון אים מיט בגתן און תרש פון אונטער אים.

דעיס איז וויאזוי די סטאטוע גייט אויסזען אין 2,500 יאר ארום... איך האב דארט געזען א שיינע פריש-געפעינטעטע



די בילד איז נאך אינמיטן בויען ווי כ'האב פארשטאנען.

זעט זיך אויס אז די זאכן זענען אזוי ווי מענטשן, עס איז קליין, ס'ווערט גרעסער און גרעסער ביז די 60, און נאכדעם ווערט עס צוריק קלענער און קלענער...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 19111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:32 pm

ס'אמת אז די מלכה האט נישט גערופן קיין געסט?
טשולדיגט, אבער כאניש קיין אקסן!
Sorry, but I don't have access!

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:34 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:ס'אמת אז די מלכה האט נישט גערופן קיין געסט?

דערווייל זעט מען נישט קיין געסט פון איר... אבער האסט נאך אפאר שעה, קען זיין זי קומט גאר פון גאר ווייטע פלעצער און ס'נעמט צייט פאר די געסט צו קומען.

אויב האט זי טאקע נישט גערופן קיין געסט, מוז זי זיין זייער כיטרע. דאס איז דאך לכאורה געווען א שטארקע פראסק פאר אחשורש וואס וואלט מעגליך געפלאנט צו נאכקוקן ווער אירע געסט זענען און פון דעם ארויסדרינגען פון וועלכע אפשטאם זי איז...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 19111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:34 pm

טשולדיגט, אבער כאניש קיין אקסן!
Sorry, but I don't have access!

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 1:52 pm

קוועלער זאגן אז דער קעניג איז אנגעטרינקען און מ'דארף אים ארויספירן פון די פאראדע...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 19111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 23, 2020 3:10 pm

עני אפדעיטס פון די פאדי?
איז מען שוין למעשה גאוואור געווארן די מלכה'ס אפשטאם? בין טויט נייגעריג!
טשולדיגט, אבער כאניש קיין אקסן!
Sorry, but I don't have access!

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג פאברואר 23, 2020 3:10 pm

יישר כח @מיט א פרישקייט פאר די קלארע און קראנטע באריכטן.

עמיצער האט שוין דא באריכטעט אז די דרעפט גייט צוריק אריין אין קראפט, ווי שטומט דאס מיט די היינטיגע צערעמאניע?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
מיני מזונות
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 3:56 pm
לאקאציע: עיר הצדק

תגובהדורך מיני מזונות » זונטאג פאברואר 23, 2020 3:13 pm

מסתם נאר געווען א טריק פון קעניגס הויף צו דריקן די מלכה אויסצוזאגן איר אידענטיטעט...
בורא מיני מזונות

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » זונטאג פאברואר 23, 2020 3:17 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:עמיצער האט שוין דא באריכטעט אז די דרעפט גייט צוריק אריין אין קראפט, ווי שטומט דאס מיט די היינטיגע צערעמאניע?


דערווייל אומקראנטע באריכטן, דער קעניג פאפט נאך..
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

eller
שר ששת אלפים
תגובות: 6645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג פאברואר 23, 2020 4:19 pm

יאפס יעצט באקומען אויף טוויטער אז די קעניג פאריפט נאכאמאל א דרעפט פאר אלע מיידלעך..
אזא מאדנע קעניג... (דערמאנט מיר פון אן אנדערס קעניג מיטן נאמען טרא....)
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
לאמיר זיין א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן דעם באשעפער און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ששת אלפים
תגובות: 6080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 23, 2020 4:36 pm

דער דעלי שושן געט ארויס אינטערסאנטע נייעס:

עס איז געשיקט געווארן צו אלע דעליקאטן פאליטקאנטן, פירער'ס פין אלע מדינות וואס איז אונטער די קעניגרייך פין די גרויסע קעניג יר"ה א ספעשיל פרייז, א ספעשיל מתנה, לכבוד די גרויסע שמחה מיט די הייראט פין די קעניג, וועגן וואס זיי האבן זיך נישט געקענט אנקומען און משתתף זיין ביי די הייראט צערמאניע, כדי אלע זאלן זיך מיטפרייען מיט די גרויסע שמחה...

אויך איז איבער געגעבן געווארן בשם די קעניג אז יעדער זאל מאכן אין זייערע וואוין פלעצער א סעודה לכבוד די שמחה בבית המלכות.
ווען משיח וועט קומען וועט מען קענען ווייזן מיט די פינגער אויף אונז אלע
אז דער איז א אייוועלט איד וואס האט ארויס געוויזן זיין אהבת ישראל למעלה למעלה

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ששת אלפים
תגובות: 6080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 23, 2020 4:38 pm

היינט האב איך טאקע אריבער געפארן די גויאישע געגענט, אין געזעהן ווי די גוים שיכור'ן זיך אן, אין פרייען אין הוליען לכבוד די צערמאניע בבית המלכות.

כ'בין נייגעריג צו די הויפטן פין אידן האבן אויך באקומען א מתנה פינעם קעניג.?
ווען משיח וועט קומען וועט מען קענען ווייזן מיט די פינגער אויף אונז אלע
אז דער איז א אייוועלט איד וואס האט ארויס געוויזן זיין אהבת ישראל למעלה למעלה

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 19111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 23, 2020 4:42 pm

דער גייט קרעיזי פאר די נייע מלכה!
ס'אנבעליוועבל ווי א אומבאקאנטע אנאנימע יתומה אן קיין יחוס אן קיין משפחה זאל פליצלינג ווערן אזוי דערהויבן אזש ביזן איבערנעמען די מלוכה פון 127 מדינות,
#די קעניגן פון די וועלט!
טשולדיגט, אבער כאניש קיין אקסן!
Sorry, but I don't have access!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ששת אלפים
תגובות: 6080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 23, 2020 4:45 pm

באקומען קראנטע אינפארמאציע: אז עס איז עפעס אנגעקומען צו די קעניג א מסירה פין געוויסע אינטערוועלטיקעס, שוואכע אפפאל פין אידן שר"י, זוכן נאר די שלעכטס פין אונז, וואס האבן איבער געגעבן צו די בית המלוכה אז דער כלה 'איסתהר' איז גאר א אידענע, (איז דאס טאקע וואר אז זי איז א אידענע? שווער צו גלייבן..) אבער למעשה האט די קעניג נישט אנגענומען זייערע מסירה, ווייל עס איז אנגעקומען צום קעניג קראנטע אינפארמאציע אז זי געהערט גאר צו אנדערע פעלקער..

עכ"פ עס גאר שרעקליך מיט די אפפאל פין די אידן, זוכן נאר צו מאכן פראבלעמען מיט אונז, עס דארף זיין 'והוקע לעיני השמש', מען דארף זיי עוקר מן השורש זיין..
ווען משיח וועט קומען וועט מען קענען ווייזן מיט די פינגער אויף אונז אלע
אז דער איז א אייוועלט איד וואס האט ארויס געוויזן זיין אהבת ישראל למעלה למעלה

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג פאברואר 23, 2020 5:21 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:דער גייט קרעיזי פאר די נייע מלכה!
ס'אנבעליוועבל ווי א אומבאקאנטע אנאנימע יתומה אן קיין יחוס אן קיין משפחה זאל פליצלינג ווערן אזוי דערהויבן אזש ביזן איבערנעמען די מלוכה פון 127 מדינות,
#די קעניגן פון די וועלט!

ס'איז קאנפירעמד אז די נייע קעניגן יר"ה איז א יתומה?

הר גריזים
שר חמש מאות
תגובות: 822
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג פאברואר 23, 2020 5:24 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:באקומען קראנטע אינפארמאציע: אז עס איז עפעס אנגעקומען צו די קעניג א מסירה פין געוויסע אינטערוועלטיקעס, שוואכע אפפאל פין אידן שר"י, זוכן נאר די שלעכטס פין אונז, וואס האבן איבער געגעבן צו די בית המלוכה אז דער כלה 'איסתהר' איז גאר א אידענע, (איז דאס טאקע וואר אז זי איז א אידענע? שווער צו גלייבן..) אבער למעשה האט די קעניג נישט אנגענומען זייערע מסירה, ווייל עס איז אנגעקומען צום קעניג קראנטע אינפארמאציע אז זי געהערט גאר צו אנדערע פעלקער..

עכ"פ עס גאר שרעקליך מיט די אפפאל פין די אידן, זוכן נאר צו מאכן פראבלעמען מיט אונז, עס דארף זיין 'והוקע לעיני השמש', מען דארף זיי עוקר מן השורש זיין..

סטאפ מיט די מחאות!
פארוואס טראכסטו אזוי נעגעטיוו אז ס'באדערט דעם קעניג אויב די מלכה איז א אידענע?

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 19111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג פאברואר 23, 2020 5:26 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:פאלגענד אן ארטיקל ציטירט פון די בני הרמכים אבזערוואציע צענטער:

דעם זונטאג וועט פארקומען די גרויסע הייראט צערעמאניע צווישן דעם הויכגעשעצטן קעניג אחשורש און זיין זיוג שני איסטאהאר. איר ריכטיגע נאמען איז דערווייל נאך אונטער א מיסטעריעזע שאטן, גענוי ווי איר גאנצע אפשטאם. עס איז נישט באקאנט ווער זי איז, און פון וואו זי שטאמט, אזויפיל האט זי געזאגט פאר דעם קעניג אז זי איז א יתומה.

דער קעניג האט אריינגעלייגט אסאך שווערע כוחות צו ארויסקוועטשן פון איר פון וואו זי שטאמט, אבער די עקשנ'ט זיך שטארק נישט צו זאגן. טראץ וואס אלע האבן פאראויסגעזאגט אז דער כעס'יגער קעניג וועט איר הענגען אנשטאט הייראטן, האט איר צויבער וועלכע פאר'כישופ'ט יעדעם איינעם געברענגט דערצו אז זי זאל שטארק נושא חן זיין אין די אויגן פונעם קעניג, און ער זאל הייראטן מיט איר.

ווי איינער פון די נענטסטע פונעם קעניג - תרש דער הויפט סיקרעט סערוויס - זאגט, האט דער קעניג אויסגערימט איר 'גרינע קאליר' אז דאס איז שיין און דערמאנט אים פון די כוואליעס ביים נהר פרת... זעט זיך אויס אז נאכן זוכן פאר פיר יאר א פרוי, איז דער קעניג זאט פון נאכאמאל אומברענגען זיין קעניגן.

די צוגרייטונגען צו די פאראדע זענען גאר גרויס, אבער דאסמאל האט דער קעניג נישט איינגעלאדענט יעדעם איינעם, ער מאכט א גרויסע משתה פאר אלע זיינע מיניסטארן און קנעכט, אין די צייט וואס אלע איבעריגע ווייטערע לענדער באקומען גרויסע שטייער שניטן.

ווי איינע פון די פחות גיבט איבער פאר בני הרמכים אבזערוואציע צענטער, איז דאס וויבאלד דער קעניג האט מורא ער זאל זיך נישט נאכאמאל אנטרינקען, און האבן די זעלבע גרויסע בושות ווי ער האט געהאט מיט פיר יאר צוריק ביי די גרויסע פאראדע וואס האט זיך געענדיגט מיט די טראגישע אומקום פון ושתי, אויף וואס ער האט שטארק חרטה געהאט.

באזונדער ווארטן שוין די לצים און קאמיקער אויף די איינלאדענונגס בריוון צום פאראדע, נאכדעם וואס זינט דער בריוו וואס דער קעניג האט געשיקט נאך די פריער-דערמאנטע פאראדע, איבער די געזעץ אז א מאן דארף געוועלטיגן אין שטוב, ווערן אלע בריוון פון קעניג אויפגענומען מיט גרויס שפאס און געלעכטער.

מיר וואונשטן אן דעם קעניג אסאך גליק מיט זיין נייע ווייב...
טשולדיגט, אבער כאניש קיין אקסן!
Sorry, but I don't have access!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ששת אלפים
תגובות: 6080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » זונטאג פאברואר 23, 2020 5:26 pm

הר גריזים האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:באקומען קראנטע אינפארמאציע: אז עס איז עפעס אנגעקומען צו די קעניג א מסירה פין געוויסע אינטערוועלטיקעס, שוואכע אפפאל פין אידן שר"י, זוכן נאר די שלעכטס פין אונז, וואס האבן איבער געגעבן צו די בית המלוכה אז דער כלה 'איסתהר' איז גאר א אידענע, (איז דאס טאקע וואר אז זי איז א אידענע? שווער צו גלייבן..) אבער למעשה האט די קעניג נישט אנגענומען זייערע מסירה, ווייל עס איז אנגעקומען צום קעניג קראנטע אינפארמאציע אז זי געהערט גאר צו אנדערע פעלקער..

עכ"פ עס גאר שרעקליך מיט די אפפאל פין די אידן, זוכן נאר צו מאכן פראבלעמען מיט אונז, עס דארף זיין 'והוקע לעיני השמש', מען דארף זיי עוקר מן השורש זיין..

סטאפ מיט די מחאות!
פארוואס טראכסטו אזוי נעגעטיוו אז ס'באדערט דעם קעניג אויב די מלכה איז א אידענע?


האב איך דען געזאגט א ווארט אז עס באדערט פאר די קעניג בכלל, נאר געזאגט וואס די געמיינע יודן האבן געוואלט טוהן, אין נאר איבער געגעבן א באריכט ווי אזוי ס'איז געוועהן במציאות.. נישט מער פין דעם
ווען משיח וועט קומען וועט מען קענען ווייזן מיט די פינגער אויף אונז אלע
אז דער איז א אייוועלט איד וואס האט ארויס געוויזן זיין אהבת ישראל למעלה למעלה


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SemrushBo און 7 געסט