שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

ווי האט דער קעניג איר שוין געקענט זען?

קוקט איבער דער מקור און באריכט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

זעה איך יעצט אין די זעלבע באריכט אז ס'גייט נאך ווייטער!

דער הגי האט אויך געגעבן פאר אירע זיבן באדינערקעס דעם טיטל "טוב בית הנשים", וואס דאס באדייט אויטאמאטיש מער איינטריט אין פאלאץ, בעסערע עסנווארג, און בעסערע צימערן, און זיי ווערן יעצט גערעכנט פון די הויעך געשפריצטע!!!

--

שפיגליצקי האקט, שוין פארראכטן.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מען האט געשיקט א בילד צו די טוויטער אקאונט פין די קעניג דורך דעם האט די קעניג שוין געקענט זעהן
אזוי שטעל איך מיר פאר.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

אופס...

די באריכט ענדיגט זיך אז ארום 50 טויזענט עשירים גייען רופן הגי אין געריכט, נאכדעם וואס ביי זייערע טעכטער האט ער גענומען געלט אבער נישט פארשנעלערט פאר קיינעם די פראצעדור.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:ברעיקינג!!!

די סריסים האבן אצינד אין א שנעלע אקציע פארכאפט הדסה בת אביחיל, די פלומענצע פון רבינו מרדכי!!!

עסקנים בעטן מ'זאל שוין באהאלטן אלע מיידלעך, שתדלנים מאכן שוין זייער וועג צום גרינעם פאלאץ!

נישט קיין פלימענצע. זי'ס א שוועסטער קינד פאר'ן רבי'ן. איר טאטע אביחיל מיט די רבי ז"ל (ר' יאיר) זענען געווען ברידער
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

איך זעה יעצט א לענגערע אנאליז דא אין די 'מדי טעגליך', אונטערן קעפל "די איסטאהאר מיסטעריע" - איבער די צומישעניש וואס טוט זיך וועגן יענע פרוי, 'איסטאהאר' האט מען איר א נאמען געגעבן, ווייל זי שיינט ווי די לבנה...

זיי זאגן אז די עכטע פראבלעם דא איז אז זי עפענט זיך נישט דאס מויל - נאר צו עסן בונדלעך... סא זי רעדט נישט, אזוי אז מ'ווייסט אפילו נישט וועלכע שפראך זי רעדט און דערפאר קען מען נישט וויסן פון וואו זי שטאמט.

נאך א פראבלעם, אלע אנדערע מיידלעך מאכן טענץ וכדומה וואס פון דעם דערקענט מען פון וועלכע שטאט זיי קומען, אבער איסטאהאר איז עפעס געפערליך באשיידן, זי דרייט זיך כמעט נישט מיט אנדערע, נאר מיט אירע זיבן משרתות, און דערפאר קען מען נישט וויסן פון וואו ס'קומט.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:אופס...

די באריכט ענדיגט זיך אז ארום 50 טויזענט עשירים גייען רופן הגי אין געריכט, נאכדעם וואס ביי זייערע טעכטער האט ער גענומען געלט אבער נישט פארשנעלערט פאר קיינעם די פראצעדור.

הגי איז בכלל בארעכטיגט צו נעמען געלט פון די עלטערן?
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

כ'ווייס נישט צו ער איז בארעכטיגט, אבער מ'גייט אים קלאגן פארן נעמען...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:אופס...

די באריכט ענדיגט זיך אז ארום 50 טויזענט עשירים גייען רופן הגי אין געריכט, נאכדעם וואס ביי זייערע טעכטער האט ער גענומען געלט אבער נישט פארשנעלערט פאר קיינעם די פראצעדור.

הגי איז בכלל בארעכטיגט צו נעמען געלט פון די עלטערן?

זיין אדוואקאט זאגט אז די געלט האט מען געגעבן פאר הגא און ער איז הגי ער איז זיי גאר נישט שולדיג.
און בכלל ער האט עס נישט גענומען אויף זיין נאמען סוי קען מען אים נישט קלאגען.
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

מ'קען אים קלאגן אפילו אויב ער האט יא פארשנעלערט די פראצעדור פון די אנדערע אויכעט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

רבותי, לא עת לחשות.
מ'דארף זיך צאמנעמען פאר א יום תפילה אפצושרייען די גזירה אויף אידישע טעכטער.
און די זעלבע צייט דארף מען אויך געדענקן אז מיר האבן א טאטע אין הימל וואס איז משגיח אויף אונז און אלעס ווערט געפירט דורך אים מיט א חשבון. לאמיר זיך נישט פארלירן, נאר אויך ווייטער מתפלל זיין אז מ'זאל שוין זעהן אפענע חסדים.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

איינער ווייסט וואס זענען די מאסן קעמלען וואס שלענגלען זיך צום ריכטונג פון די גרינע הויז?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

פארמירונג:

א פעטיציע דרייוו אפצושלאגן די שרעקליכע גזירה פון הקבץ בתילות רח"ל

סטעי טאונד
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

סארקאזי האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:אגב איז אינטערעסאנט, ביי די מאלצייט האבן זיי געשפירט פאר וויכטיג צו צושטעלן כשר'ס, זאגאר ביז'ן רבי'ן שליט"א'ס השגחה, יעצט שפירן זיי עפעס נישט אזוי וויכטיג.

אפשר קענען טאקע אלע מיידלעך מאכן א הונגער סטרייק, אדער עסן בונדלעך אווי איסטאהאר.

זי וואלט געקענט פארלאנגען כשר'ס, נאר זי וויל נישט דערציילן איר אפשטאם. מרדכי האט איר אנגעזאגט זי זאל נישט דערציילן, ווייל אויב וועט מען וויסן אז זי איז אן אייניקל פון שאול המלך וועט דאס גורם זיין אז מ'זאל איר נעמען.

איך מיין גאר פארקערט. אונזער קעניג איז יוניק. אז ער איז נישט פרעזידענטיש. ער רעדט דאס פאלקס שפראך אזוי ווי א געהעריגער פערדען טרייבער פארדעם האט ער דאך געוואלט פטור ווערען פון ושתי זי איז געווען א בת מלכה סאיז צו קלאסיש פאר אים.
איז אויב וועט ער הערן אז זי איז גאר א בת מלכים וועט ער איר הערשט נישט וועלען.

טאקע דערפאר איז מען אזוי באזארגט,
אזעלכע קעניגן קומען זייער שנעל אן צו א דריטע..
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשיפקא »

ניס קראכער האט געשריבן:פארמירונג:

א פעטיציע דרייוו אפצושלאגן די שרעקליכע גזירה פון הקבץ בתילות רח"ל

סטעי טאונד

באפרייען הדסה
http://chng.it/FChB5BGy

אפצושטעלן גיוס בנות
http://chng.it/W26MDJnp


ובשם השם נעשה ונצליח.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

הער איך יעצט פון איינע פון די מקורבים, אז זייט הדסה איז געפירט געווארן צום פאלאץ, גייט רבינו מרדכי הצדיק אריבער אויף א טעגליכע באזוך צו די גרויסע חצר בית הנשים קעגן די גרינע הויז, און פרעגט זיך נאך אויף איר.

דאס שלאגט אפ אלע קאנספיראציע טעאריעס אז איסטאהאר איז א אידענע, ווייל ווען יא וואלט מען איר געזען רעדן מיט מרדכי און מ'וואלט געוואוסט אז זי איז א איד.

רבותי, ביטע טראכט אייך איבער בעפארן נאכשרייבן דמיונות און גאסן שמועות.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

מיט א פרישקייט האט געשריבן:זעה איך יעצט אין די זעלבע באריכט אז ס'גייט נאך ווייטער!

דער הגי האט אויך געגעבן פאר אירע זיבן באדינערקעס דעם טיטל "טוב בית הנשים", וואס דאס באדייט אויטאמאטיש מער איינטריט אין פאלאץ, בעסערע עסנווארג, און בעסערע צימערן, און זיי ווערן יעצט גערעכנט פון די הויעך געשפריצטע!!!

--

שפיגליצקי האקט, שוין פארראכטן.


הער איך פון מיין רומערקע (גויטע) אז איר שוועסטער איז אויך דארטן נעבן הדסה'ן, און זי זאגט אז זי פירט זיך אויף זייער מאדנע, עפעס האט זי געהערט ווי זי רופט יעדן באדינערקע מיט פאני נעמען לויט די טעג פון די וואך, זונטאג מאנטאג וכו', און די זיבעטע האט עפעס א אינטערעסאנטע נאמען 'סאבאט' און זיי ווייסן נישט וואס דאס מיינט...
ששששששש גיבט נישט ארויס פאר קיינעם עס מיינט 'שבת'....
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

פעטיציעס טרעגער ווארטן שוין צוויי חדשים פארן גאלדענעם שטעקן, ס'א שאד יעצט צו נעמען נאך אינטערשריפטן, קודם זאל מען הערן נייעס פונעם ערשטן פראבע
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

די קעניג זעט לעצטנס אויס זייער דעפרעסט, זייט ער איז א סינגל
קימט כמעט נישט ארויס צי קיין פרעסע קאנפערענץ און שמייכלט ווי געצווינגענערהייט
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

מומחה יוחס האט געשריבן:איך פראביר צו פארשטיין, ווי קען געט דא איבער אז מען ווייסט נישט בבית המלכות דער אפשטאם פין די פארכאפטע מיידל ממשפחת רבינו,
ווען די רבי שליט''א גייט יעדער טאג אין פאלאץ זיך טרעפן מיט זי.

קען דען זיין אז קיינער כאפט נישט דער צוזאם טרעף.
עפעס קאנסיפאציע


ס'איז אזוי ווי די מעשה פון ר' מיכל'ע... ער זאגט נישט אז ער איז א איד... זי האט אויך נישט געזאגט אז זי איז א אידענע, כאפט קיינער נישט...
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

אנטשולדיגט פארן זיך דערמאנען אזוי שפעט...

עפענענדיג יעצט מיין אלטן אפגעשטויבטן אימעיל אדרעס, זעה איך ווי מיין חבר האט מיר געשיקט א קליפ פון די אחשוורוש סעודה, וואס דארט האט זיך נישט אלס אפגעטאן? - חברה, איר מוזט עס זען.

ווייסט איינער ווי אזוי מען לייגט עס ארויף דא? - איך קען עס פשוט נישט עפענען...
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

יו-טוב נישט ערלויבט!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

ווי קומט יוטיוב דא אריין? - א קליפ, נו, א קליפ...
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

חסדי אבות האט געשריבן:ווי קומט יוטיוב דא אריין? - א קליפ, נו, א קליפ...

נאדיר די קליפ [זהירות נשים]

(פארמעקט ציליב תקנות המקום)
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

ס'אזוי אינטערעסאנט ווי אין די קארגע פאר יאר האבן זיך די העדליינס געהאלטן אין איין טוישן,
ווען אפאר יאר צוריק האט יעדער נאר גערעדט פון די גרויסע עווענט פון קעניג,
איין וואך שפעטער האט זיך נייעס גענצליך געטוישט צו די דראומא ארום דאס אומברענגען ושתי,
אפאר טאג דעראויף האט יעדער נאר גערעדט פון די מיידל זוכעניש,
און ביז היינט איז שוין אזויפיל מאל געטוישט געווארן די העדליינס יעדעס מאל מיט א צווייטע מיידל..
יעצט דרייט זיך איבער וועגן עפעס א שיינע מיידעלע, עפעס א אסתהר צו וויזוי זי הייסט,
די אינטערעסאנטסטע פארט איז אז ביז יעצט ביי יעדע מאל מ'האט שפעקאלירט וועגן א מיידל, האט יעדער געוויסט ווער זי איז,
יעצט הערשט עפעס א מיסטעריע, יעדער שרייט זי איז פון זייער לאנד...
מיט א פרישקייט האט שוין דערמאנט די אינטערוויא ווי יעדער זאגט אז זי איז פון אנ'אנדערע פאלק.. ס'לצנות איז ריזיג,
אפאר נערישע טוויטעריסן משלנו פראבירן צו פארקויפן זי'ז גאר א יודישע, און מ'מישט גאר אריין די שענסטע משפחות...
און דר'עולם קויפט די באבקעס...
זייץ נישט אזוי נאאיוו!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”