שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 19, 2020 1:58 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:הער אויף מיט די נאנסענס!
נישטא וואס צו טון!
אז דער קעניג האט באפוילן עפעס איז די איינציגסטע זאך וואס דו קענסט טון... זיך הענגען!

פרעג נאר די עלטערע ניקס וואס געדענקען נאך די רעוואלט פריוון, און וויאזוי ס'האט זיך אויסגעלאזט!

זייט די פסק אויף ושתי און די 'מענער בעה"ב' געזעץ, איז די גאנצע קאנגרעס / סענאט / געריכט / שרים / וכו' איין שטיק דאמי!
זוך דיך נישט קיין צרות און לאז דיך ארויס דערפון!

חוץ מזה איז דא גאר שוואכע טשענסעס דער קעניג זאל איר נעמען,
ווי שטארק זי זאל נאר איהם געפעלן, נאך אלעם זוכט ער דאך עפעס יחוס...

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9669
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:00 pm

איך הער יעצט אז די חברה ווייסן ניטאמאל אז זי איז א איד.

בעסער אזוי, פעלט נישט אויס יעצט קיין אידישע פראבלעמען.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:01 pm

נו אסתר איז דאך שאול המלך אייניקל פין דעם האב איך שטארק מורא....

חוץ טאמר ממוכן וואס איז א אייניקל פין אגג ימש"ו וועט לייגן א גאר שטארקע וועטא מחמת נקמה... ווער ווייס
we make ivelt great again


די אויסגעוועלטע ראש הקהל דאייוועלט

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:04 pm

די עולם רעדט דא מיט א פשטות אז זי איז די רעביצין, און גאר א יחס'נטע. אין די הויפטקוואטיר פון די 'שומר הנשים' ווייסן זיי גארנישט דערפון. וואס וויינגער מ'רעדט איז בעסער. ודי לחכימא.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:05 pm

מען האט זיך עפעס פארלייגט דייקא אויף איר? אדער אזוי ווי יעדן?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:06 pm

למעשה אז זיי ווייסן נישט איז איר סכנה גרעסער, אבער פאר כלל ישראל איז בעסער אזוי..

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:07 pm

כאפעך יעצט ס'איז טאקע בעסער זיי זאלן נישט וויסן, זי אידאך א קעניגליכע אייניקל (פון די שאול דענאסטיע),


האקט

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:08 pm

איך האב אייביג געוויסט אז הגה"צ ר מרדכי איז א מקורב למלכות מיט א גאלדענע פעס, אפילו ער קען גארנישט טיען?
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:09 pm

אן אינערליכע רעפארט קומט אריין אז מ'באגייט זיך מיט איר זייער סענסיטיוו, מ'האט איר צוגעשטעלט עטליכע דינערקעס, און איר פארגעשלאגן נאכצוגעבן סיי וועלכע פארלאנגען. כאטש זי פון איר זייט בעט גארנישט.

איר בא'חנ'טע אויסזען באצויבערט יעדן, און מ'זאגט פאָר אז זי וועט עווענטועל ווערן קעניגן.
לעצט פאראכטן דורך קלאָצקאָפּ אום מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אפוועזנד.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:10 pm

לייטער האט געשריבן:איך האב אייביג געוויסט אז הגה"צ ר מרדכי איז א מקורב למלכות מיט א גאלדענע פעס, אפילו ער קען גארנישט טיען?

די תי' איז ניין!
קיינער זוכט זיך נישט קיין צרות צו גיין קעגן קעניגס באשלוס!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר תשעת אלפים
תגובות: 9203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: נ'אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:15 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אן אינערליכע רעפארט קומט אריין אז מ'באגייט זיך מיט איר זייער סענסיטיוו, מ'האט איר צוגעשטעלט עטליכע דינערקע'ס, און איר פארגעשלאגן נאכצוגעבן סיי וועלכע פארלאנגען. כאטש זי פון איר זייט בעט גארנישט.

איר בא'חנ'טע אויסזען באצויבערט יעדן, און מ'זאגט פאָר אז זי וועט עווענטועל ווערן קעניגן.

דאס איז לכאורה (נדנ) פעיק נוז (נדנ),
ווי איך האב געהערט גיבט מען זיך אפ מיט יעדעם דארט גאר 'פעדאנטיש',
קען זיין צוליב איר חן גיבט מען איר אביסל מער, אבער מאך נישט גרעסער די מצב..

אוועטאר
לייטער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

תגובהדורך לייטער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:19 pm

געהערט אין מקוה אזגעמעקט פיט א דעסקריפציע וואס די קעניג זיכט און זי איז אריין אין א ספעציעלן אזוי גערופענע חשובע אפטיילונג פאר בעסערע אוילן
סכאפט א פחד
מיין אימעיל אדרעס איז. leyterivelt@gmail.com

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:19 pm

געהערט אויף די טעלעוויזיע (פוי)
אז דאס מיידל שושנה איז שטיל ווי א פיש און חודש אב
מ'קען פון איר קיין וארט נישט ארויסבאקומען, קוים איר נאמען האט זי ארויסגעגעבן

kosher phone
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 3:56 pm

תגובהדורך kosher phone » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:23 pm

איך הער אז הדסה'לע איז יעצט פו די מערסט באליבטע ביים קעניג. ר"ל אנקאנפירמד!!!!
לעצט פאראכטן דורך kosher phone אום מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

א גולם
שר האלפיים
תגובות: 2024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:26 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אן אינערליכע רעפארט קומט אריין אז מ'באגייט זיך מיט איר זייער סענסיטיוו, מ'האט איר צוגעשטעלט עטליכע דינערקעס, און איר פארגעשלאגן נאכצוגעבן סיי וועלכע פארלאנגען. כאטש זי פון איר זייט בעט גארנישט.

איר בא'חנ'טע אויסזען באצויבערט יעדן, און מ'זאגט פאָר אז זי וועט עווענטועל ווערן קעניגן.


איז אמת וואס איך הער אז זי וויל נישט נעמען די שמעקעדיגע קריעם/שמיראכטץ אפי' מגעט מיט געוואלד? (אויב יא איז שוין באלד ווי יוסף הצדיק בדורינו)
לעצט פאראכטן דורך א גולם אום מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:27 pm

נישט געהערט דערוועגן.
אפוועזנד.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:28 pm

ס'קומט אריין די נייעס אז זי ערנערט זיך בלויז פון............ זכר בונדלעך!! א רחמנות אויף איר מאגן.

דאס ווארפט אויך אפ אנדערע באריכטן כאילו מ'האט צוגעשטעלט סיי וועלכע כשר'ס צו עסן דארט.

מ'וועט איר זיכער פארטרייבן פון דארט אינגיכן, בפרט נאכן זיך אנטזאגן צו שמירן שמן המור.

זי מאכט עס פיין ב"ה.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:30 pm

אגב איז אינטערעסאנט, ביי די מאלצייט האבן זיי געשפירט פאר וויכטיג צו צושטעלן כשר'ס, זאגאר ביז'ן רבי'ן שליט"א'ס השגחה, יעצט שפירן זיי עפעס נישט אזוי וויכטיג.

אפשר קענען טאקע אלע מיידלעך מאכן א הונגער סטרייק, אדער עסן בונדלעך אווי איסטאהאר.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:33 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:אגב איז אינטערעסאנט, ביי די מאלצייט האבן זיי געשפירט פאר וויכטיג צו צושטעלן כשר'ס, זאגאר ביז'ן רבי'ן שליט"א'ס השגחה, יעצט שפירן זיי עפעס נישט אזוי וויכטיג.

אפשר קענען טאקע אלע מיידלעך מאכן א הונגער סטרייק, אדער עסן בונדלעך אווי איסטאהאר.

זי וואלט געקענט פארלאנגען כשר'ס, נאר זי וויל נישט דערציילן איר אפשטאם. מרדכי האט איר אנגעזאגט זי זאל נישט דערציילן, ווייל אויב וועט מען וויסן אז זי איז אן אייניקל פון שאול המלך וועט דאס גורם זיין אז מ'זאל איר נעמען.
אפוועזנד.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:40 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
שפיגליצקי האט געשריבן:אגב איז אינטערעסאנט, ביי די מאלצייט האבן זיי געשפירט פאר וויכטיג צו צושטעלן כשר'ס, זאגאר ביז'ן רבי'ן שליט"א'ס השגחה, יעצט שפירן זיי עפעס נישט אזוי וויכטיג.

אפשר קענען טאקע אלע מיידלעך מאכן א הונגער סטרייק, אדער עסן בונדלעך אווי איסטאהאר.

זי וואלט געקענט פארלאנגען כשר'ס, נאר זי וויל נישט דערציילן איר אפשטאם. מרדכי האט איר אנגעזאגט זי זאל נישט דערציילן, ווייל אויב וועט מען וויסן אז זי איז אן אייניקל פון שאול המלך וועט דאס גורם זיין אז מ'זאל איר נעמען.

איך מיין גאר פארקערט. אונזער קעניג איז יוניק. אז ער איז נישט פרעזידענטיש. ער רעדט דאס פאלקס שפראך אזוי ווי א געהעריגער פערדען טרייבער פארדעם האט ער דאך געוואלט פטור ווערען פון ושתי זי איז געווען א בת מלכה סאיז צו קלאסיש פאר אים.
איז אויב וועט ער הערן אז זי איז גאר א בת מלכים וועט ער איר הערשט נישט וועלען.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:41 pm

דו זאגסט זייער א שיינע סברא, אבער פארוואס דען דערציילט זי נישט ווער זי איז?
אפוועזנד.

צדיקים
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 10, 2018 2:31 pm

תגובהדורך צדיקים » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:44 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:ס'קומט אריין די נייעס אז זי ערנערט זיך בלויז פון............ זכר בונדלעך!! א רחמנות אויף איר מאגן.

דאס ווארפט אויך אפ אנדערע באריכטן כאילו מ'האט צוגעשטעלט סיי וועלכע כשר'ס צו עסן דארט.

מ'וועט איר זיכער פארטרייבן פון דארט אינגיכן, בפרט נאכן זיך אנטזאגן צו שמירן שמן המור.

זי מאכט עס פיין ב"ה.

איך דערמאן זיך אז ששבצר (ראה פסיקתא רבתי פרשה ו') האט אויך אמאל געטון די זעלבע, ווען ער מיט זיינע חברים האבן געגעסן נאר זכר בונדלעך.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1308
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:46 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דו זאגסט זייער א שיינע סברא, אבער פארוואס דען דערציילט זי נישט ווער זי איז?

זי וויל ווייזען פארען קעניג ווי אזוי סקוקט אויס אין אלע הייזער. זייט דעם געזעץ פון להיות כל איז שורר בביתו. דער מאן איז בעה''ב. און די פרוי בלאזט. זי רעדט נישט :grin:

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:50 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:דו זאגסט זייער א שיינע סברא, אבער פארוואס דען דערציילט זי נישט ווער זי איז?

ווייל א מיידל וואס איז אן אסיפה וועט מען ענדערש נישט וועלן, מ'דארף נישט קריכן ביז שאול ע"ה.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » מיטוואך פאברואר 19, 2020 2:52 pm

אין אן אינטערוויו מיט א שומר הנשים זאגט ער, אז אלע שרים האבן אלעס אפגעלאזט און געקומען צו לויפן זען עפעס א בא'חנ'טע פרוי, וואס איז נישט באקאנט איר אפשטאם.

ווען דער רעפארטער פרעגט אים פון וועלכע פאלק זי איז, האט ער געענטפערט "א עזתי, אזויווי מיך". פונקט איז אריבער א צווייטער שומר, און געזאגט "וואס עפעס, זי איז א סורישע, פונקט ווי מיר". אבער דער רעפארטער זאגט "ס'איז נישט ריכטיג אז זי איז א צידונ'ישע? אזוי האב איך געהערט פון מיין שוועסטער אין צידון...

יעצט זעה איך אז דער עולם דא האט זיך איבערגעכאפט פון די קעטשי דמיונות, און אויף אייוועלט האלט מען שוין אז זי איז א אידענע... לצים!!!

זה אומר כולה שלי, וזה אומר כולה שלי...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אל תדאג, הערינג מיט ברוינפען און 8 געסט