שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איינער ווייסט די נומבער צום פובליק פאון ביי די מיידלעך צווישן 21 - 25? איך האב א ניכטע דארט, עמערזשענסי!
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

כ'הער אז דער קעניג גייט אפהאלטן א גרויסע מיטינג מיט לשדך, לזוג, בקרוב, שידוכים ליין, בית נאמן, בשעה טובה, זיוווגו של אדם וכו'.

משוגע, כמעט פיר יאר זוכן, יעדן טאג האט ער פרישע מיידלעך, און ער קען זיך נישט דערוועלן.

א פאררוקטער קעניג. זעט אויס אז נאך די נארישע געזעץ דריי יאר צוריק מיט די להיות כל איש שורר בביתו, איז קיינער נישט נייגעריג צו וואוינען מיט אים, אויב זיין בליק אין שלום בית קוקט אזוי אויס.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

אחשורוש האט נישט געטראפן בעסער'ס ווי א גרינעם??
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

צייט שטיפער האט געשריבן:אחשורוש האט נישט געטראפן בעסער'ס ווי א גרינעם??

זיי מסביר? ס'הייסט ער זוכט נאך מיט לעכט. ער האט נאך גארנישט געטראפן.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

איך הער אז די עף בי איי דרייט זיך אין די היימישע געגנטער. זיי בעטן יעדע בחור צו ווייזן זייער תפילין בייטל זיכער צו מאכן אז ס'איז נישט קיין פארשטעלטע מיידלעך.

מ'דארף זייער אכטונג געבן לגבי יחוד וכדו'.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

איסר האטלקי האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:אחשורוש האט נישט געטראפן בעסער'ס ווי א גרינעם??

זיי מסביר? ס'הייסט ער זוכט נאך מיט לעכט. ער האט נאך גארנישט געטראפן.

הער איך הונטער די קילוסין אז מען זוכט שטארק אין די גאסן עפעס א גרינעם מויד
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

עס איז דא א שווערע לאקאדאן אין די אידישע געגענד, ווי עס באווייזט זיך די פ.ב.איי, פאליס, אין גרויסע אנוועזנהייט פין מיליטער וואס גייען פין הויז צו הויז.. עס איז א שרעק א פחד
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

פון און ביז וועלכן עלטער זוכן זיי??



איך פרעג פאר א חבר
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

אלע יאהרן גאנג, כל זמן מען איז נאך א מיידל
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

סהאט עפעס מיטן go green מאוומענט?
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
גברא רבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא רבא »

איך בין נישט קיין דיין, אדער מורה הוראה, אבער דאך "גברא רבה אמר מילתא לא תחוכו עלה" !
לדעתי זעה איך נישט די גרויסע איסור אז אסתר זאל חתונה האבן מיטן קעניג אחשווירוש. ווייל לויט ווי מיר נעמען אן אז איז א פרוי 'קרקע עולם' אויב אזוי זעה איך נישט קיין שום פארבלעם. אדרבא זאלן די רבנים לאזן הערן זייער דעת תורה.
ווערט נישט איבער גענומען פון קיין געפילן, מען דארף וויסן וואס די תורה זאגט !
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

גברא רבא האט געשריבן:איך בין נישט קיין דיין, אדער מורה הוראה, אבער דאך "גברא רבה אמר מילתא לא תחוכו עלה" !
לדעתי זעה איך נישט די גרויסע איסור אז אסתר זאל חתונה האבן מיטן קעניג אחשווירוש. ווייל לויט ווי מיר נעמען אן אז איז א פרוי 'קרקע עולם' אויב אזוי זעה איך נישט קיין שום פארבלעם. אדרבא זאלן די רבנים לאזן הערן זייער דעת תורה.
ווערט נישט איבער גענומען פון קיין געפילן, מען דארף וויסן וואס די תורה זאגט !

האלאו מען פסק'נט נישט אזעלכע הארבע שאלות אויף א פאבליק פארום, מרדכי ובית דינו וועלן האבן א זיצונג ווי מען וועט דן זיין הלכה למעשה וואס מען דארף/מעג טוהן
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

כפארשטיי נישט וואס דעי חברה טראכטן!
ווער האט דען שוין פארגעסן פון 2 אהאלב יאר צוריק ווי דער קעניג האט אזוי ווילדערהייט ערמארדעט זיין פרוי?

בכלל, דעי מיידלעך וואס ווערן צוריק געוויזן וועלן דאך בלייבן אייביגע עגינות! א רחמנות אויף די אלע יודישע מיידלעך דארט!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

פארוואס עגונות?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

לויט ווי איך הער פון ששגעזנ'ס אגענטאר, וועלן די צוריקגעוויזענע מיידלעך זיין פארבאטן צו הייראטן!
דאס מיינט אז עס גייען זיך ארום דרייען כמעט א מיליאן סינגלס מיידלעך!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

איינער זאגט מיר אז ער רופט אויך די געהייראטע?? איינער קען עס קאנפירמען?
ער איז טויט פארריקט
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

גברא רבא האט געשריבן:איך בין נישט קיין דיין, אדער מורה הוראה, אבער דאך "גברא רבה אמר מילתא לא תחוכו עלה" !
לדעתי זעה איך נישט די גרויסע איסור אז אסתר זאל חתונה האבן מיטן קעניג אחשווירוש. ווייל לויט ווי מיר נעמען אן אז איז א פרוי 'קרקע עולם' אויב אזוי זעה איך נישט קיין שום פארבלעם. אדרבא זאלן די רבנים לאזן הערן זייער דעת תורה.
ווערט נישט איבער גענומען פון קיין געפילן, מען דארף וויסן וואס די תורה זאגט !

פארוואס אין די וועלט זאל אחשוורש ווילן נעמען הרב ר' מרדכי'ס ניכטע??
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

מאכט נישט קיין איין טראפ סענס!
(הגם אסאך זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס זענען געשעהן די לעצטע 3 - 4 יאר),

למעשה הער איך אז דער ממוכן איז גוט אנגעזעצט,
ער'ט געמיי ט ער נעמט זיך אן פאר זיין ווייב מיט'ן פראסיקיוטן ושתי, למעשה קיין שלום בית האט ער נישט זייט די נייע 'מענער בעל בית' געזעץ,
דער קעניג וויל איהם נישט קענען זינט ער'ט איהם געמאכט פאר סינגל,
איין האפענונג וואס ער'ט נאך געהאט צו גרויס ווערן דורך זיינע טעכטער, האט זיך אויך אויסגעלאזט ביזי בזיונות,
בקוצר, פארשטינקענע פיש געגעסן, און פון שטאט ארויסגעווארפן....
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

להערה בעלמא ס'איז דא פון איינעם א פסק אז מ' מעג זיך פארשטעלן ווי א מאן? לא תלבש?!
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

אייס לאסויס לאשעם!
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

@כאניש, וואו האט איר געזען אז אלע וועלן בלייבן סינגל נאך וואס זיי ווערן צוריק געוויזן פונעם יר"ה?

ס'הייסט אז מיינע פינף שוועסטערס זענען שוין פארפאלן פאר אייביג???

יעצט זע איך דא אז מ'נעמט פארהייראטע אויכעט??

זיי וועלן אויך מוזן בלייבן נאכדעם סינגל?? דאס מיינט דאך מיר אויך!!

א פחד א שרעק!! עק-וועלט!

איך קלער אז ס'איז נאך אלס כדאי צו אנטלויפן וואו די אויגן טראגן נאר, מסברא אז וואס ווייטער פונעם הויפט-שטאט וועלן די פרעמדע לענדער ווינציגער קאאפערירן מיט די יעצטיגע שטורמישע צייטן, בפרט נאכן מענער-געזעץ, איז צום האפן זיי וועלן נישט ארויס געבן קיין מיידלעך און אודאי קיין ווייבלעך.

אנטלויפטס!!!
לעצט פארראכטן דורך שפיגליצקי אום דינסטאג פעברואר 18, 2020 10:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

סיז מסודר האט געשריבן:איינער זאגט מיר אז ער רופט אויך די געהייראטע?? איינער קען עס קאנפירמען?
ער איז טויט פארריקט

יאפ, קאנפירמט.

יעצט דארף מען זיך אפשר זארגן פאר אסתר, אפילו זי איז שוין געהייראטעט.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

ארויפגעברענגט דעם אשכול אין ליכט פון די אנטוויקלונגען.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

אייוועלט אייוועלט, אוי לנו מיום הדין, אוי לנו מיום התוכחה!!!

ליידער האבן אפאר אומפאראנטווארטליכע ניקס (ליידער בינעך אויך אביסל נכשל געווארן) גערעדט איבער א מיידל וואס לכבוד דעם איז יעצט ביהמ"ד הימיני פארפלייצט מיט די פארשאלטענע פקידים און סריסים, אין באגלייטונג פון שומרי הפילגשים.

נאכנישט קלאר געהעריג וואס גייט פאר, אבער מ'דארף רחמי שמים.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א פרישקייט »

ברעיקינג: א גרויסע אבעלאווע אין געגנט פון הויז פון רבינו מרדכי, דורך צענדליגע סריסים און פקידים!!!

בקשו רחמים!!!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”