שפאנונג אין עיר הבירה שושן - נייעס און אפדעיטס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:06 pm

שמארטיקל האט געשריבן:איינער זאגט מיר ער האט יעצט אַריבער געוואקט דעם גרינעם הויף, @כאניש איז געבליבן שלאָפן דארט!! איינער קען איהם גיין וועקן? ער האט דאך א טאכטער אינדערהיים געוואלד און געשריגן

שמארטי, ווילסט קומען אים אויפוועקן, אונז געדענקען דאך וואו ער איז געזיצן דארט צוזאמען מיט אונז ביי די סעודה.

קום לאמיר גיין.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:06 pm

גרסי פון אמלירתא נאך א שאלה: ווער האט אויספלאנירט די גאנצע זאך פון ברענגען מיידלעך?

קעניג: איך! נאר איך! די קלוגסטער בעסטער מעכטיגסטער איבער די גאנצע וועלט! איך האב געמאכט א מעכטיגע סטראטעגיע דא, קודם האב איך געזאגט אז ווער עס וויל קומען, זאל קומען... למעשה איז געווען א פלאן אז איינמאל מ'קומט, זאל מען אויך אנהייבן כאפן מיידלעך, ווייל ס'פאסט דאך נישט אז דער קעניג זאל סתם נעמען גאסן-מוידן. אזוי אוי בטרעף איך עפעס א גוטע פרוי, וועל איך קענען זאגן אז זי האט זיך אנגעטראגן...

גרסי: פארוואס פעלט אויס צו נעמען גאסן-מוידן? איז נישט דא גענוג מיוחסים?

קעניג: ווייל אזא פרוי וועט זיך נישט דערוואגן צו רעדן צו מיך ווי ושתי האט גערעדט, ושתי האט געמעגט, זי איז געווען א גוטע און מיט יחוס, אבער מיין נייע קעניגן וועט זיין א שטיק גארביטש, און זי וועט זיך נישט וואגן צו רעדן א ווארט קעגן מיך...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:08 pm

דל גאה דער! סתם א נארסעסטיט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:11 pm

פרשן פון כנען: פארוואס דארף מען אזויפיל נייע באאמטע?

קעניג: איך בין דאך אזוי קלוג! גארדזשעס קלוג! אפאר טיפע סיבות איז דא דערביי. קודם, אין יעדע געגנט איז דא איינער וואס קען אלע מיידלעך פון זיין געגנט, אזוי אז איך האב איבעראל מענטשן וואס שיקן מיר 'די גוטע סחורה', און כ'בין פארזיכערט אז קיינער דרייט זיך נישט ארויס פון מיינע הענט.

אזוי אויך איז כסדר דא פרישע מענטשן, כדי מ'זאל נישט קענען אונטערקויפן א באאמטער צו אנקומען צו מיר שנעלער אדער פריער. אזוי אויך האט מען צוגעכאפט אלע שמנים פון די מיידלעך, מ'מוז באקומען פון מיינע שמירעכצער, כדי מ'זאל זיך מכניע זיין צו מיר!
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:13 pm

שמארטיקל האט געשריבן:
מיט א פרישקייט האט געשריבן:אה, ער זאגט אז ער גייט ענטפערן אויף פראגעס פון זשורנאליסטן.

וויזוי ביסטו אריין? האסט דעם פארשטעלט פאר א פרוי???



גילוי :oops:
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:16 pm

עטליכע מאכן דא אן עסק איבער אסתר. דער קעניג וועט איר קיינמאל נישט נעמען, זי האט עפעס א מאדנע גרינע פנים, ס'וועט איהם נישט געפעלן. נישטא וואס צו זארגן.
אגב, אויב מעג איך נאך מאכן א קאמענט איבער דעם פריערדיגן געזעץ אז די פרוי דארף זיך צושטעלן צום מאן. איך מוז זאגן אז ביז יעצט האב איך נאך עפעס געהאלטן פון דעם קעניג, אבער זינט דער נארישע געזעץ איז ארויס איז ער געווארן ביי מיר א טאטאלע משוגענער. מיט וועם איך רעד זאגט דער זעלבע זאך. באלד וועט ער נאך ארויסגעבן א געזעץ אז מען מוז עסן ווען מען איז הונגעריג, און גיין שלאפן ווען מען איז מיד... מען קען זיך שוין מער נישט רעכענן מיט זיינס א ווארט, און זיינע געזעצן און בריוון פון היינט און ווייטער זענען כקליפת השום.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:17 pm

אחשורש גייט אוועק.

ער שיקט אהיים אפאר פקידים און נעמט אויף נייע.

כ'בין שנעל אנטלאפן פון די סצענע בעפאר ער הייסט מיר ווערן א פקיד...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:18 pm

הגי נאך אלץ אויף זיין אמט
לעצט פאראכטן דורך פעיק ניוז אום דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:18 pm

פ' לך לך האט געשריבן:עטליכע מאכן דא אן עסק איבער אסתר


איינער ווייסט ווער דאס איז?

מ'רעדט אפשר פון "הדסה" די יתומה וואס דרייט זיך ביי רבינו מרדכי אין קיך?
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:19 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
שמארטיקל האט געשריבן:איינער זאגט מיר ער האט יעצט אַריבער געוואקט דעם גרינעם הויף, @כאניש איז געבליבן שלאָפן דארט!! איינער קען איהם גיין וועקן? ער האט דאך א טאכטער אינדערהיים געוואלד און געשריגן

שמארטי, ווילסט קומען אים אויפוועקן, אונז געדענקען דאך וואו ער איז געזיצן דארט צוזאמען מיט אונז ביי די סעודה.

קום לאמיר גיין.

איך קען נישט יעצט גיין, מיין בעה׳׳ב לאזט מיך נישט ארויס פון אפיס. כ׳קען גיין ביינאכט מיט דיר
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:20 pm

אויב רעדט מען פון די גרינע הדסה, איז נישטא קיין שאנסן אז מ'זאל איר נעמען בכלל. זי איז שוין פערציג יאר, און לויט אנדערע גאר אכציג...
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:20 pm

שמארטי, איך ווארט נישט אויף דיר, איך גיי!
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:23 pm

פעיק נוז האט געשריבן:הגי נאך אלץ אויף זיין אמט

דערווייל.
אפוועזנד.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:23 pm

איך בין נישט דאהי געווען א שטיק צייט, לאזט מיר נאר פרעגן עפעס איבער אן אלטע נייעס.

איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט הינגעריכטעט ושתי, כ'האב נישט געהערט איינער זאל דאס רעקאמענדירן ביים פרעסע קאנפערענץ, מ'האט נאר גערעדט אז זי קען מער נישט זיין מלכה.

נאכדעם פארשטיי איך נישט ווי אזוי דער ממוכן דרייט זיך נאך צווישן די לעבעדיגע, ער'דאך שולדיג אין די גאנצע סומאטוכע דא.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

אוועטאר
שמארטיקל
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:24 pm

פעיק נוז האט געשריבן:שמארטי, איך ווארט נישט אויף דיר, איך גיי!

אקעי לאז וויסן וואס טוט זיך דארט מיט איהם
לאכן לאכט דער לעצטער - דער וואס האט די לעצטע געכאפט די דשאוק

שמארטיקל'ס מחשבות

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:25 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:איך בין נישט דאהי געווען א שטיק צייט, לאזט מיר נאר פרעגן עפעס איבער אן אלטע נייעס.

איך פארשטיי נישט פארוואס מ'האט הינגעריכטעט ושתי, כ'האב נישט געהערט איינער זאל דאס רעקאמענדירן ביים פרעסע קאנפערענץ, מ'האט נאר גערעדט אז זי קען מער נישט זיין מלכה.

נאכדעם פארשטיי איך נישט ווי אזוי דער ממוכן דרייט זיך נאך צווישן די לעבעדיגע, ער'דאך שולדיג אין די גאנצע סומאטוכע דא.


ממוכן איז פלוצלינג שטיל געווארן, כ'בין עפעס זייער נישט רואיג דערמיט. מ'זאגט אז ער בלאזט אויפן קעניג פארן נישט נעמען איינע פון זיינע צענדליגע טעכטער.

געליינט ערגעץ אז ווען ער איז אנגעקומען אהיים נאך די נייע געזעץ אז די מאן איז בעה"ב אין שטוב וואס ער האט געמאכט, האט אים זיין קלאפטע זרש אנגעהאקט די ביינער, און ער איז יעצט אין שפיטאל.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר תשעת אלפים
תגובות: 9663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:27 pm

דער קעניג בלאזט שוין לאנג אויף אים בכלל, פאר'ן אים אנדרייען צו הרג'ענען ושתי.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינד אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:27 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:
פ' לך לך האט געשריבן:עטליכע מאכן דא אן עסק איבער אסתר


איינער ווייסט ווער דאס איז?

מ'רעדט אפשר פון "הדסה" די יתומה וואס דרייט זיך ביי רבינו מרדכי אין קיך?

נאמען פאר תהילים?

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:27 pm

איך שפיר איך מוז אריינהאקן און ארויסברענגן א ווארט איבער די שיינקייט פון כלל ישראל. מען האלט שוין נאך די גרויסע סעודה, יא, אין הכי נמי א גרויסע עולם האט זיך טאקע ערלויבט צו משתתף זיין, אבער מיט וועם מען רעדט נאר זאגט די זעלבע ווערטער אז זיי האבן נאר אהערגעשטעלט א פנים כאילו ער האט הנאה, ווייל מען האט מורא געהאט פונעם קעניג. טייל האבן זיך אפילו געמאכט שיכור און זיך נאריש געמאכט, אבער קיינער האט נישט באמת הנאה געהאט. אדרבה, זיי זאגן אז אין הארץ האבן זיי ביטער געווייטאגט און האבן געטראפט בלוט יעדע סעקונדע וואס זיי זענען דארט געווען. בית ישראל ויהודה עד רד עם אל ועם קדושים נאמן!

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:28 pm

וואס דא גייט נישט פאר....

ביים אריינגאנג צום שטאט האבן זיך אראפגעשטעלט א באנדע יהודיים מיט ריזיגע כרוזים פון 'אין אנו מתייצבים' 'גיוס בנות יהרג ואל יעבור' זיי האבן זיך באזעצט אויף די הויפט שאסיי וואס פארבינדט שושן מיט שושן הבירה און האלטן זיך נישט ביים רירן פון דארט, די רמכים בני האחשתרנים פארסעס האבן יעצט אהינגעשיקט פערד רייטער מיט וועגענער אנגעפילט מיט בואש וואסער (וואס ווערט מאניפעקטשערט ביי ממוכן'ס טאכטערס פעקטארי) צו פארשיקן די מוחים, דערווייל קוקט נישט אויס ווי ס'ארבעט, די מוחים רירן זיך נישט פון פלאץ.

ווער ס'האט בילדער אדער קליפס ביטע אפדעיטן

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:29 pm

דריידל האט געשריבן:נאמען פאר תהילים?


קיין סיבה צו זאגן תהלים. זי איז שוין דריי יאר נישט געווען אין פאבליק, זינט די טאג וואס אחשורש זוכט א קעניגן. קיינער ווייסט נישט פון איר עקזיסטענץ.

טאקע בעסער ווי ווייניגער צו רעדן.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:31 pm

פעיק נוז האט געשריבן:דער קעניג בלאזט שוין לאנג אויף אים בכלל, פאר'ן אים אנדרייען צו הרג'ענען ושתי.

פעיק נוז! ס'הייבט זיך נישט אן, כ'האב אינטערנעל אינפא אז דער קעניג גייט משוגע פאר אים.

גלות איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

תגובהדורך גלות איד » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:31 pm

למעשה זעהט אויס אז די וואס האבן געטענה'ט אז די מלך פירט זיך אויף נאריש זענען געווען גערעכט.

ווען די קעניג האט געמאכט די גרויסע באנקעטן פאר די אלע שרי המדינות בעת וואס די עולם דא אין שושן זענען נישט געווען געלדאנעט, עס שטעלט זיך אויס אז עס איז געווען א מיאוסע טעות. די עולם דא אין שושן האט פארלוירן די סימפאטיע צונעם.

און נאכדעצו מיט די נארישע געזעץ פון להיות כל איש שורר בביתו, איז ער דאך ממש געווארן ללעג ולקלס, מיין נעיבער (א פשוט'ע שניידער) האט אזוי געלאכט פון דעם "אחשורש וואס קען זיך קומען לערנען ביי מיר ווי אזוי צו פירן א שטוב, ער פירט גאר 127 מדינות???"

די עולם רעדט פון עם ווי די אלטע בחור\גרוש פון שטאט וואס קיינער וויל נישט שטיין אין ווארט מיט עם.

יעצט ווען ער זוכט א שידוךבאהאלט די עולם די טעכטער. ווער האט געגלייבט אז אחשורש די קעניג וועט זיך בעטן ביי יעדן גאסן מויד...

די רעספעקט פאר די כסא המלוכה איז אינגאנצן פארלוירן געווארן.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:31 pm

מיט א פרישקייט האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:נאמען פאר תהילים?


קיין סיבה צו זאגן תהלים. זי איז שוין דריי יאר נישט געווען אין פאבליק, זינט די טאג וואס אחשורש זוכט א קעניגן. קיינער ווייסט נישט פון איר עקזיסטענץ.

טאקע בעסער ווי ווייניגער צו רעדן.

א פרישע יאסעלע שוכמאכר פרשה.
זשאנדארן דרייען זיך ארום אין די גאסן שרייענדיג איפה אסתר'ל

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:32 pm

די גרויסע פלוס פון פרויען האט נאכגעלאזט די לעצטע פאר חדשים.

אחשורש ווערט אגרעסיוו.
לעצט פאראכטן דורך מיט א פרישקייט אום דינסטאג פאברואר 18, 2020 3:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט