"מעשיות פון תפלה היינטיגע צייטען"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מילך
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 16, 2019 6:49 pm

"מעשיות פון תפלה היינטיגע צייטען"

תגובהדורך מילך » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:24 pm

תפלה-
איך האב געטראכט און געטוען צו עפנען א אשכול "מעשיות פון תפלה" וואס מ'האט געבעטן די אייבערשטען מיט תהילים אדער געבעטן אויף פראסט אידיש אדער מהאט געגעבן צדקה אין געבעטן א תפלה אין דער אייבערשטער האט געהאלפען אינגאנצען אדער מזעט שוין כמעט א ישועה
אדער דער אייבערשטער האט געהאלפען האלבוועגס = א בחינה פון תפלתן עושה מחצה

די געדאנק האב איך גענומען פון א חבר מיינער וואס האט מיך געגעבן א קארטעל פון א האט ליין פון ר' יואל ראטה 212-444-9191 ווי מ'קען הערן שטוינדיגע מעשיות פון תפלה פון היינטיגע צייטען
איך הער דארט ווי מענטשן לאזן מעסעדזשס און זאגען אז זיי האבן געזאגט פאר די אייבערשטער אז אויב זיי ווערן געהאלפען וועלן זיי לאזען דארט א מעסעדזש
איך האב אויך אנגעהויבן צו בעטן די אייבערשטער אבער למעשה ווי באלד איך בין נישט קיין ברסלבער קען איך נישט אין איך שעם מיך אריין צו לאזען א מעסעדזש דארט מוועט נאך מיינען אז איך בין א חסיד פון הרב ראטה ווייל איך הער די האט ליין האב איך געטראכט אז איך וועל עפנען א אשכול דא אויף איי וועלט דא וועל איך מיט נאך מענטשען קענען לאזען מעשיות פון תפלה אין נישט הערן מיין קול און וויסען ווער ס'איז אין בלייבן פריוואט
לעצט פאראכטן דורך מילך אום פרייטאג ינואר 17, 2020 2:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מילך
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 16, 2019 6:49 pm

USB

תגובהדורך מילך » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:35 pm

איך בין געווען א טאג פאר מיין חתונה אין א קאמפיוטער קיאסק
איך קום ארויס זעה איך אז מיין USB מיט זייער וויכטיגע זאכען וואס איך האב נאך געדארפט ארויס פרינטען פאר מיין חתונה איז פארלוירן איך גיי צוריק אין איך זיך עס איבראל אין איך טרעפ עס נישט האב איך אנגעהויבן זייער שטארק צו בעטן די אייבערשטען אז איך זאל עס טרעפן אין איך טרעפ עס נישט
איך האב געזאגט פארן אייבערשטער אז ווען איך איך טרעפ עס גיי איך עס מפרסם זיין (אויף ר' יואל ראטה'ס האט ליין) איך בין נאכאמאל אריין אין די קאמפיוטער קיאסק נאכען אריין גיין במשכען טאג אסאך מאל זוכען בעטינדיג צום אייבערשטען צו געפינען אין עס געטראפן אויף א פלאץ ווי איך האב עס שוין געזוכט
למעשה ווען איך האב געוואלט אריין לאזען א מעסעדזש האב איך נישט געקענט פויעלן ביי מיר צו לאזען דארט א מעסעדזש
דעלמאסט איז האט מיר אויף געבליצט א געדאנק מיטען אייבערשטענס הילף צו עפענען אויף איי וועלט אזא אשכול
איך מיט נאך מענטשן וואס האבן צו דער ציילען קענען דא אריין שרייבען מעשיות פון תפלות

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:37 pm

ס׳איז נישט קעגן תקנות המקום צו זאגן אז מ׳איז א ברסלבער אדער א ר׳ יואל ראטה חסיד...

אויב פראמאטען א קהילה גייט אריין אין גדר אדווערטייזונג, איז א שאלה וואס אנבאלאנגט די הנהלה..

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך ינואר 15, 2020 11:43 pm

איך האב אמאל געבעטן פונעם אייבערשטען (בערך 10 יאר צירוק) א אות אויף א געוויסע זאך,

מיין אות איז געווען איך האב געזאגט 3 נעמען (וואס האבן נישט קיין שייכות) איך זאל זיי טרעפן במקום פלוני,

וכך הוה... איך האב נישט געטראכט איין רגע עס גייט אזוי זיין, ווייל עס איז געווען שלא מן השכל, יעדער האט פינקט געהאט א סיבה פארן דעמאלט אהין קומען.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:08 am

מילך האט געשריבן:איך בין געווען א טאג פאר מיין חתונה אין א קאמפיוטער קיאסק


שרייב עס נישט כאילו עס איז נארמאל, דאס איז נישט סטאנדרט.

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:11 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך האב אמאל געבעטן פונעם אייבערשטען (בערך 10 יאר צירוק) א אות אויף א געוויסע זאך,

מיין אות איז געווען איך האב געזאגט 3 נעמען (וואס האבן נישט קיין שייכות) איך זאל זיי טרעפן במקום פלוני,

וכך הוה... איך האב נישט געטראכט איין רגע עס גייט אזוי זיין, ווייל עס איז געווען שלא מן השכל, יעדער האט פינקט געהאט א סיבה פארן דעמאלט אהין קומען.

הפלא ופלא!
איז דאס געווען ביי א פארזאמלונג פון אסאך מענטשן? למשל א חתונה?
"דאס ריפאבליקען פארטי האט נישט קיין שייכות מיט איסלאם ריפאבליק אף איראן, אזוי אויך דעמאקראטישע סאציאליזם האט נישט קיין שייכות מיט סאציאליזם". (בעריש'ל)

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג ינואר 17, 2020 12:02 am

בעריש'ל האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך האב אמאל געבעטן פונעם אייבערשטען (בערך 10 יאר צירוק) א אות אויף א געוויסע זאך,

מיין אות איז געווען איך האב געזאגט 3 נעמען (וואס האבן נישט קיין שייכות) איך זאל זיי טרעפן במקום פלוני,

וכך הוה... איך האב נישט געטראכט איין רגע עס גייט אזוי זיין, ווייל עס איז געווען שלא מן השכל, יעדער האט פינקט געהאט א סיבה פארן דעמאלט אהין קומען.

הפלא ופלא!
איז דאס געווען ביי א פארזאמלונג פון אסאך מענטשן? למשל א חתונה?

ניין! עס איז לכאורה אינגאנצן שלא כדרך הטבע געווען, פשוט די באשעפער האט מיר געוואלט ווייזן יא איך הער דיין תפילה, און די זאך וואס איך האב דעמאלט געוואלט טוען איז געווען ריכטיג.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פויליש פארווע און 24 געסט