קידוש תקנות
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10738
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
קידוש תקנות
ס'קומט אריין די נייעס אז קיט"ל סאטמאר מהרי"י וומ"ס האט געמאכט נייע תקנות איבער וואס מען מעג געבן ביי די קידושים...
זאל דאס זיין ממני ילמודו וכן יעשו... אז אידן זאלן זיך קענען שפארן געלט, און נישט דארפן ארויסנעמען א מארגעדזש ביין מאכן א קידוש..
ביטע האלטן די אשכול פאזעטיוו און נישט אריינמישן קיין פאליטיק וכדומה...
#אויף שמחות

א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

- אלופי אדום
- שר האלף
- תגובות: 1670
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
- לאקאציע: אויפן טיש
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
ראש לימבא האט געשריבן:ער זאגט "ממני ילמודו וכן יעשו"
כ'קענישט גלייבן אז ביז היינט איז אין ראדני נישט געווען תקנות
??
אין די אלע בתי מדרשים פון סאטמאר מהרי"י פלעגט זיין תקנות אז מ'מעג געבן בלויז קעיק מיט טרינקן. יעצט האט מען צוגעלייגט הערינג.
א גוטן האט געשריבן:די עווערידש פרייז פאר א קידוש יעצט פאר די תקנות איז $1,200-$1,500
דו רעדסט פון בתי מדרשים פון די קהילה? אין די ביהמ"ד ווי איך דאווען קאסט עס אסאך ביליגער פון וויפול דו שרייבסט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
eller האט געשריבן:ס'קומט אריין די נייעס אז קיט"ל סאטמאר מהרי"י וומ"ס האט געמאכט נייע תקנות איבער וואס מען מעג געבן ביי די קידושים...
זאל דאס זיין ממני ילמודו וכן יעשו... אז אידן זאלן זיך קענען שפארן געלט, און נישט דארפן ארויסנעמען א מארגעדזש ביין מאכן א קידוש..
ביטע האלטן די אשכול פאזעטיוו און נישט אריינמישן קיין פאליטיק וכדומה...
#אויף שמחות
סתם נייגעריג, ווען האט מען אנגעהויבן דארט צו ערלויבן הערינג אז ס'איז שוין יעצט א סטאנדארט, 20 יאר צוריק איז דאס נאך געווען א תקנה, שכחום וחזרום ויסדום?
===
זעה איך פארשלאפן זאגט עס בניחותא, דענק מיר גוט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
די מציאות איז א רוב ערוואקסענע מענטשען עסן נישט קיין קעיק, איך טוה גראטולירן די שינו לטובה, הערינג קאסט די זעלבע ווי קעיק און דו קענסט מכבד זיין איינער וואס האט זיך געשלעפט צוואנציג גאסן מיט א קידוש במקום סעודה כראוי וכיאות
לויט ווי כפארשטיי פונעם צעטל גייען אלע משמשים קויפן די סחורה פון איין פלאץ וואס דאס מיינט א פוירטשעסינג פאוער מיט א בעסערע פרייז
(קהילת מהרי״י האט שוין באוויזן מיט סוקסעס אזא מהלך מיט די פרדס חתונה זאלן, די בר מצוה זאלן און לאמיר האפן יעצט מיט די קידושים, די מציאות איז אז ווען משטעלט אהער עטוואס מער בעל בתיש וואס קאסט נישט צופיל מער האט עס א הויכע סוקסעס ראטע)

מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
קרייסלער האט געשריבן:די מציאות איז א רוב ערוואקסענע מענטשען עסן נישט קיין קעיק, איך טוה גראטולירן די שינו לטובה, הערינג קאסט די זעלבע ווי קעיק און דו קענסט מכבד זיין איינער וואס האט זיך געשלעפט צוואנציג גאסן מיט א קידוש במקום סעודה כראוי וכיאות
לויט ווי כפארשטיי פונעם צעטל גייען אלע משמשים קויפן די סחורה פון איין פלאץ וואס דאס מיינט א פוירטשעסינג פאוער מיט א בעסערע פרייז
(קהילת מהרי״י האט שוין באוויזן מיט סוקסעס אזא מהלך מיט די פרדס חתונה זאלן, די בר מצוה זאלן און לאמיר האפן יעצט מיט די קידושים, די מציאות איז אז ווען משטעלט אהער עטוואס מער בעל בתיש וואס קאסט נישט צופיל מער האט עס א הויכע סוקסעס ראטע)
איך רעד נישט אריין אין די תקנות חלק, כל הכבוד להם
אבער סתם א זייטיגע מציאות פון א אנדערע בליק, ווען ס'איז דא קעיק עסט מען אביסל קידוש במקום סעודה און מ'גייט ווייטער, אז ס'איז דא הערינג, (ווער רעדט נאך ווען ס'איז דא נאך מער - נישט אין אונזער פאל) עסט מען מער, איין אייער קיכל איז דאך נישט גענוג, און דאס האט א "נאך" טעם, און מען קומט אהיים זאט, און מ'פארשעמט די עסן אינדערהיים, און דער וואס האט זיך געפלאגט עס צוצוגרייטן
#נקודה למחשבה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4524
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
מי יודע האט געשריבן:קרייסלער האט געשריבן:די מציאות איז א רוב ערוואקסענע מענטשען עסן נישט קיין קעיק, איך טוה גראטולירן די שינו לטובה, הערינג קאסט די זעלבע ווי קעיק און דו קענסט מכבד זיין איינער וואס האט זיך געשלעפט צוואנציג גאסן מיט א קידוש במקום סעודה כראוי וכיאות
לויט ווי כפארשטיי פונעם צעטל גייען אלע משמשים קויפן די סחורה פון איין פלאץ וואס דאס מיינט א פוירטשעסינג פאוער מיט א בעסערע פרייז
(קהילת מהרי״י האט שוין באוויזן מיט סוקסעס אזא מהלך מיט די פרדס חתונה זאלן, די בר מצוה זאלן און לאמיר האפן יעצט מיט די קידושים, די מציאות איז אז ווען משטעלט אהער עטוואס מער בעל בתיש וואס קאסט נישט צופיל מער האט עס א הויכע סוקסעס ראטע)
איך רעד נישט אריין אין די תקנות חלק, כל הכבוד להם
אבער סתם א זייטיגע מציאות פון א אנדערע בליק, ווען ס'איז דא קעיק עסט מען אביסל קידוש במקום סעודה און מ'גייט ווייטער, אז ס'איז דא הערינג, (ווער רעדט נאך ווען ס'איז דא נאך מער - נישט אין אונזער פאל) עסט מען מער, איין אייער קיכל איז דאך נישט גענוג, און דאס האט א "נאך" טעם, און מען קומט אהיים זאט, און מ'פארשעמט די עסן אינדערהיים, און דער וואס האט זיך געפלאגט עס צוצוגרייטן
#נקודה למחשבה
אביסעלע הערינג מיט קוכן שאט נישט, א שטיקל מארבל קעיק שטאפט מער אן
אדרבה אויב קענסטו דאס ביסל אויך נישט פארנעמען זאלסטו טאקע נישט קידוש מאכן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
- לעגאו מענטשעלע
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3649
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
- לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8852
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
קרייסלער האט געשריבן:די מציאות איז א רוב ערוואקסענע מענטשען עסן נישט קיין קעיק, איך טוה גראטולירן די שינו לטובה, הערינג קאסט די זעלבע ווי קעיק און דו קענסט מכבד זיין איינער וואס האט זיך געשלעפט צוואנציג גאסן מיט א קידוש במקום סעודה כראוי וכיאות
לויט ווי כפארשטיי פונעם צעטל גייען אלע משמשים קויפן די סחורה פון איין פלאץ וואס דאס מיינט א פוירטשעסינג פאוער מיט א בעסערע פרייז
(קהילת מהרי״י האט שוין באוויזן מיט סוקסעס אזא מהלך מיט די פרדס חתונה זאלן, די בר מצוה זאלן און לאמיר האפן יעצט מיט די קידושים, די מציאות איז אז ווען משטעלט אהער עטוואס מער בעל בתיש וואס קאסט נישט צופיל מער האט עס א הויכע סוקסעס ראטע)
איך האב געהערט די זעלבע טענה ביי די בתי מדרשים וואס געבן קוגל ביי קידושים
אז מען זאל קענען מכבד זיין געסט וואס שלעפן זיך צוואנציג גאסן - און ס'איז ביליגער צוצושטעלן - און פאר דעם וואס קען דערנאך נישט עסן אינדערהיים זאל נישט קידוש מאכן
מען דארף אבער האבן אן אויווען
*
בכלל דאס עלימינירן די כלערליי טייערע ברוינפן ווי מען שיכור'ט זיך אן - איז עקסטער כדי לברך
- פישל דער פישער
- שר חמש מאות
- תגובות: 527
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:10 pm
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10238
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 291
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 03, 2019 1:46 pm
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ניס קראכער האט געשריבן:כ'האף אז מיין שמש פלאנט נישט צו אדאפטורן די תקנות!!!
ס'איז מיר גוט לקח אין ברוינפן
די הערינג אפציע איז פרייוויליג, און זיי רעקאמענדירן עס נישט.
אבער דאס איז שוין א סתירה מיט די אויפטוה פון תקנות, אויב קען מען געבן מער, וועט דאך יעדער זיך שפירן געדריקט צו געבן דאס מערסטע וואס מ'מעג, ווייל אז נישט בין איך דאך א שנארער.
אמת, אפילו מיט די הערינג איז עס מסתמא ביליגער פון וויפיהל ס'קאסט אין אנדערע בתי מדרשים וואס ס'נישט דא קיין תקנות, און יעדער מיינט אז ער מוז געבן הערינג, קוגל ועוד ועוד, אבער למעשה אויב תקנות דארפן שטעלן א סטאנדארט פאר יעדן, איז די צוויי פעקעזשעס עפעס נישט צו די זאך
כן נלענ"ד, והרוצה לחלוק תבוא עליו ברכה
קני = שרייב-פעדערן, כל חורשתא = אלע וועלדער.
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10738
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
אקעי לאמיר שרייבן מיין מיינונג איבער דעם.
1) א קידוש וואו ס'איז דא פלעין קעיק, וועלן א גרויסע פראצענט מענטשן ואני בתוכם געווענליך נישט קידוש מאכן (אפגערעדט ווען ס'איז דא א טאץ קעיק וואס איז צוטיילט האלט מיט פענסי קעיק וואס דאס כאפן גראד אלע קינדער צו, און עס בלייבט נאר איבער טריקענע ספאנדזש אדער מארביל קעיק וואס מ'דארף רחמי שמים אז ס'זאל נישט בלייבן סטאק אין האלז...) דעריבער מיין מיינונג איז אז קעיק אליינס איז נישט גענוג (שוין אפגערעדט אז אין א גרויסע שול (וואו אלע סאטמארע שולן) דארף מען האבן לכה"פ צווישן 25 און דרייסיג טעצער וואס דאס קומט אויס לכה"פ $300 די קעיק אליינס.
ממילא ווען ס'איז דא נאך זאכן וואו הערינג וואס דאס אליינס איז נישט אזוי טייער א גרויסע האלבע גאלן קאטעינער פון שווארץ קומט אויס צווישן 20 און 25 דאללער (לויט מיין אינפא) וואס 4 אדער 5 קאנטעינער'ס מיין איך איז גענוג פאר א שמחה. די הויפט פראבלעם איז די אייער קיכלעך וואס דאס ווייס כ'נישט וויאזוי זיי פלאנען זיך אן עצה געבן דערמיט.
2) די ברוינפענס! ווער עס וויייסט וואס ס'טוט זיך דא היינט ביי די קידושים.. וויפיל געלט מ'צאלט היינט פאר ברוינפענס (מ'געבט דאך נאר קעיק סא זאל מען כאטש צושטעלן גוטע און טייערע ברוינפענס....) וואס דאס קאסט שוין אסאך טייערער ווי די גאנצע קידוש. דאס איז געלטווייז אויס, אבער דא איז דא א סעיריעס רחניות (ליין גשמיות) פראבלעם אז ליידער צענדליגעראדער גאר הונדערטער אידן טרונקן און שיכור'ן זיך אן וואך איין און וואך אויס ביי די קידושים פון די אלע טייערע און שארפע ברוינפען'ס וואס מ'קען זיך אליינס פארשטעלן וויאזוי עס זעהט נאכדעם אויס די סעודה ביי זיי אינדערהיים (די סאטמאר רבי שליט"א (מהרי"י) האט שוין אפאר מאל דאס ערווענט... וואס פארדעם אליינס מוז מען מאכן תקנות...
דעריבער לויט מיין מיינונג איז די תקנות גאר א גוטע און וויכטיגע זאך..
איין זאך וואס לויט מיר דארף מען אויך מאכן, אז קידושים זאלן קיינמאל נישט זיין אין ביהמ"ד, נאר אין א שטיבל / פאליש. ווען מ'מאכט עס אין היכל הביהמ"ד מאכט יעדער אדער כמעט יעדער קידוש אפילו מ'קען בכלל נישט די בעל שמחה, אבער ווען מ'מאכט עס אין א שטיבל געווענליך קומען אריין בעיקר נאר די מענטשן וואס האבן א שייכות ביט די שמחה, דעריבער שפארט מען זיך אסאך געלט אז מ'דארף נישט צושטעלן מער עסן...
עני הערה אויף מיין אנאליז ??!!

זייער מאדנע די תקנות.
אין אלע בתי מדרשים שרייט מען אז מען זאל מאכן תקנות נישט צו מעגן געבן הערינג און דא מאכט מען גאר תקנות צו געבן נאר הערינג.
וואס האט מען געגעבן פריער אז מען האט געמאכט דעיע תקנות? קוגל מיט טשולענט? רוב מענטשן גייען יעצט מאכן די הערינג פעקעדז ווייל זיי האבן פרעשור פון חברים.

איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך
איך בין פרייליך ווייל איך זינג
איך בין פרייליך ווייל איך זינג