חנוכה סינדראם

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

חנוכה סינדראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

באקומען פון מיינס א באקאנטען, א חשובע משפיע, וואס ער האט געשריבען פאר א אינגערמאן א ליידענדער אויף די חנוכה סינדראם...


דעם חנוכה - סינדראם קענט איר?
מסתמא...
איך קען עס פון אלץ יונג בחור׳ל, און ווי לענגער די יארן לויפן פארביי, באקען איך זעך דערמיט מער און מער.
ווער קען געבן צו פארשטיין, דאס זויערקייט וואס באפאלט דעם בחור׳ל אזוי כד כסלו אין די שפעטע נאכמיטאג שעה׳ן?
יא, קוקסט אים אן אויבן-אויף, זעהסט זיינע פיאות נאס און טראפנדיג אויפן לשם יחוד׳ל פון בני יששכר, ער שאקלט זיך שטארק ביים על הניסים, און ביי ולך עשית שם גדול קענסטו זעהן ביי איהם סימני דבקות אזש... אבער עפעס קיזלט אים אין הארצן, ער ווייסט נישט פונקטליך וואס, ער פילט אז פארפעלט עפעס גאר ספעציעל, און קוקט זעך ארום אין דארמיטארי, ווער פון די בחורים לויפט שוין צו זיין רבינ׳ס הדלקה, און ער שטייט דא ווי דעם שטאט׳ס נאר, מיט זיינע פאררויכערטע קנויטל, און האלב פארלאשענע אויגעלעך.
וואס דריקט אים? וואס נאקט אים דארטן טיף? ער וויל עפעס און ער האט נישט, אדער ער האט עפעס און ער וויל נישט.
דעם בחור׳ל קען מען עכט נישט פרעגן, ווייל ער איז נאך אליינס נישט קלאר וואס עס פייניגט אים, אבער אזוי שמועסנדיג מיט יונגעלייט׳לעך, קומט ארויף אויפן אויבערפלאך, אזעלכע ניגונים ווי ״דיע ליכט צינדן ביי מיין טאטן איז געווען א אפקומעניש״... ״פון ישיבה, וויל איך אפילו נישט רעדן, ס׳איז געווען מיאוס דעפרעסט״...״יעדעס יאהר חנוכה האב איך געפילט עפעס אזא מינע געפיהל, וואס איך קען דיר נישט מסביר זיין״... ״ווען מיין טאטע האט געזינגען דעם קאליב׳ער נשמת, מיטן קרעטשניפער שיר המעלות, האב איך געמיינט כ׳גיי אראפ פון זינען״... ״איך פלעג לויפן צו אלע הדלקות אין שטאט, ביז איך האב שוין דעס אויך געסטאפט״... ״גלייב מיר, מיין קאפ האט זיך געדרייט שנעלער פונעם דריידל״... ״איך ווייס נישט, כ׳האב דורך געלערנט גאנץ ישמח ישראל אויף חנוכה, מיט אלע שמועסן פון רבי צבי מאיר, און כ׳בין געבליבן הארט ווי א אבן במים אדירים״... ״כ׳האב מעך געראנגלט אזוי א צוואנציג מינוט צו כ׳זאל אנטוהן א בעקיטשע צו זאלעך בלייבן מיטן היט, ביז ס׳איז שוין פארביי דער האלבע שעה״...
דער בחור׳ל ראנגלט זיך נאך, און דער יוגערמאנטשיק פראבירט נאך זיין בעסט, אבער דער דרייסיג יעריגער איז עס שוין אויסגעוואקסן, יא טאקע - ער כאפט נאך א טבילה, און וועט נישט אויס לאזן די לשם יחוד׳ס ווי געוואוינט פון די ישיבה יארן, אבער אן צופיל פרעשור, עניוועי מוז מען זיך געבן א שאקל ווייל די שוויגער איז שוין אנגעצויגן, און מ׳קען נישט איבערטרייבן מיט גרויסע הכנות, און כ׳האב דאך שוין א יונגל וואס כ׳מוז אויסהערן וואס דער גרויסע רשע אנטיוכוס האט געטוהן מיט די אידן, סא, די דביקות וועלעך איך לאזן פאר בעסערע צייטן, און די אור הגנוז וועל איך יוצא זיין מיט די שיעור וואס איך לערן טעגליך, וואס לויט גירסא דינקותא ווייסעך אז דארט צווישן די שורות ליגט עס באהאלטן...
וואס פשט? וואס איז חנוכה אזוי אומקלאר?
לאמיר כאפן א בליק און א טראכט: די ענטפער איז צוטיילט אין צוויי, צוויי שטארקע פוינטס וואס ווערן נישט גענוג אויסגעשמועסט וואס ברענגט צו מיט די יארן, עפעס אזא געפיל פון אומ-מוטיגקייט אין די לעכטעלעך.
די ערשטע וועלמער רופן ״גרויס״ און די צווייטע ״יענער״.
׳גרויס׳ מיינט אזוי: קוק אהער, האסט געלערנט אויף חנוכה, געזוכט אויף חנוכה, גענישטערט אויף חנוכה, געטראכט אויף חנוכה, דו האסט אנגעפילט דיין הארד-דרייוו מיט איין זאך: חנוכה חנוכה חנוכה. חנוכה איז געווארן ביי דיר אזא גרויסע זאך, אזא ריזיגע ריזיגע אור, וואס דו ווייסט נישט וויאזוי מ׳שלינגט עס אראפ, אום חנוכה שיינען אזעלכע אורות אז דו ווערסט פשוט פארלאשן דערפון, חנוכה קען מען פועל׳ן אזעלכע ישועות אז דו ווייסט נישט וואו אנצוהייבן, מ׳קען נתהפך ווערן פאר א איש אחר לגמרי אז דו ביסט שוין דערשראקן וואס גייט טאקע פון דיר ווערן.
נישט-כאפנדיג גייט עס אזוי, די ספרים לייגן אראפ דראמאטיש ווי גרויס חנוכה איז, און ווי גרעסער די אור ווערט אלץ קלענער דו ווערסט... ווערסט עפעס אזוי בטל און אויס פון דעם שיין, אז דו פילסט עפעס א טונקעלע שאטן אינעם גאנצן אור הגנוז׳דיגן מצב.
טא, וויאזוי כאפ איך דעם אור? ווען ווערט שטיל אין אלע עולמות? וויאזוי מאך איך זיכער צו געדענקען אלע שטיקלעך קדושת לוי בשעת׳ן ברכה? ווען בין איך אינעם דרגא, אז ווען דער חוזה וואלט יעצט געליינט מיין קוויטל וואט ער געזאגט מיט התפעלות אז ס׳שיינט? און אויב בינעך טאקע אזוי הויעך און הייליג, פארוואס טראגט מיר דער ריח פונעם לאטקע אויף א דרייוו פון למטה משלשה טפחים?
אין קורצן; דער גרויסקייט פון חנוכה מאכט מיר קליין און פיצל, איך פיל ווי מיינע הענט ווערן קערצער און קערצער און דער אור ווערט ווייטער... אפילו איך וויל שוין אויפגעבן אויף מיין אינוועסטמענט, ווי איינער זאגט לאמיר שוין גיין מיטן ״פי כפיהם ועשייתי כעשיתם״, האבעך דאך שוין קיין מויל נישט. כ׳פיהל ווי א פייגל מיט אפגעהאקטע פליגלען וואס מען רייצט אים מיט א גוט שטיקל פליישל וואס הענגט אויפן צווייגל העכער זיין קאפ.

אט דא איז עס...
דא שטעקט דער טעות׳ל, עס הייבט זיך אן קליין און אומזעהבאר און איינמאל עס זעצט זעך אריין טיף אין די קעמערלעך פון דיין הארץ, זייעט עס אן חורבן און כעאס.
ווען דו לערנסט ווי גרויס דער חנוכה איז, פליז רבי לעבן פארגעס נישט פון דיך, חנוכה איז נישט געקומען זיך רייצן מיט דיין קליינקייט, נאר אדרבא, דיר געקומען ווייזן ווי אינעם קליינקייט וואספארא גרויסקייט דו פארמאגסט.
חנוכה איז א ליכט! חנוכה איז א שיין! א שיין פאר אלע גלייך, א שיין וואס ברעכט דורך אלע פינסטערנישן, און נישט ווייל ס׳איז גרויס האסטו עס נישט, נאר ווייל ס׳איז אזוי גרויס האסטו עס אויך.
חנוכה קומט דיך דערהייבן, עס קומט דיר ווייזן אז דו ביסט שטערקער פונעם יווני אין יעדן מצב, סא, דו דארפסט נישט זיך ארום דרייען מיט זארג און אנגסט, ווער בין איך, און וואו בין איך, נאר אז דו האסט דעם שמש׳ל אין היינט, האסטו דיין קלארע סימן, דיין רוף-צייכן פון הימל, אז אט ביסטו ווערד פארן בורא עולם צו צינדן זיינע ליכט, ער וויל דיר יא, און ער גיט דיר מיטן שמש א וואונק, נו, מיין קינד גיי צינד די ליכט אין דיין בית המקדש, לאז דיר נישט פונעם ׳שהחשיכו עיניהם׳, נעם דאס ליכטל און מאך דיר ליכטיג, מאך ליכטיג דיין וועלטעלע, מאך ליכטיג דיין הערצעלע. דו ביסט ביי מיר גענוג טייער און חשוב אז איך געניס פון דיר און איך שענק דיר פון מיין אומבאגרייפנדע שיין א קליין געשאנק אין פארם פון דיין מנורה, וואס זאל דיר איינבאקן אין הארצן פאר גאנצעטע אכט טעג, דו ביסט ליכטיג, דו ביסט ליכטיג...
זיי נישט מקנא אנדערע וואס צינדן מיט א פלאקער, פאל נישט אונטער די ברען פון דיין חבר, פארוואס? ווייל דו שיינסט יעצט אין אלע וועלטן. נישט נאר ברויכסט יענעם נישט מקנא זיין, ניטאמאל קיין ערליכער איד וואס יעדער לויפט קוקן זיין חנוכה צינדן, נאר אצינד ווען דו זינגסט דעם הנרות הללו, טוען דיר אלע צדיקים פון גן עדן מקנא זיין, זיי האבן דאס נישט, זיי זעהן נאר וואס עס גייט פאהר מיט דיין צינדן, אבער זיי אליינס פארמאגן נישט אט דעם זכיה.
סא, אין איין ווארט: ׳גרויס׳ ביזטו! נישט דער וועם דו ביסט מקנא.

אצינדעט גיימער אריבער צום צווייטן נקודה, וואס וועט שוין אביסל לייכטער זיך זעצן אויפן הארץ, היות די פוינט איז שוין עטוואס ארויסגעברענגט געווארן.
׳יענער׳...
יענער האט, יענער טוט, יענער מאכט, יענער ווייסט, יענער איז, יענער קען, יענער פארשטייט.
דער יענער איז תופס מקום בימי החנוכה אויף א ברייטן פארנעם, מענטשן היינט צוטאגס האבן מורא צו זיין אייגן-ארטיג, זינגען א לידל וואס איך האב ליב, צינדן מיט די נוסח וואס רעדט צו מיין הארץ, דרייען די קנויטעלעך לפי מיין הרגש.
חנוכה האט א פארם און א סיסטעם וואס איך קריך עס נאך וואו אומבא׳טעמ׳ט עס איז נאר.
פרעג א יונגערמאן א צוויי יאהר נאך זיין חתונה, וועלכע מעוז צור זינגסטו? אממ... וועט ער קווענקלען, עפעס א תנועה וואס מיין זיידע האט געברומט אין די גוטע יארן. אזוי? און עפעס א ספר קוקסטו אריין אינעם האלבע שעה וואס דו זיצט ביי די לעכטעלעך? נישט ממש, מיין טאטע פלעגט פארלערנען שטיקער קדושת לוי, אבער איך האב עפעס נישט קיין חיות דערפון... און דארפסט פארשטיין, איך קען נישט נעמען באר הפרשה אדער שיחות חיזוק ווייל עס מאכט פלעין נישט קיין סענס... כאפסט? סא, מען זיצט און מ׳שטיפט און מ׳ברומט ביז אדהכי והכי איזעך דער זייגער מרחם און מ׳קאן שוין גיין.
נו, מיט עפעס א ציפ אין הארצן גייט ער זעך געבן א וואש צום סעודת מצוה, אבער דער צינדן האט אים נישט אנגעצינדן.
אלזא, ברודער׳ל, לאמיר דיר ערלויבן צו נעמען דעם וועלטן באקאנטע ׳קה אכסוף׳ וואס פליקט אויס די סטרינעס און לייג עס ארויף אויף די מעוז צור ווערטער, און זאג מיר נאכדעם וויאזוי ס׳איז געווען. דער ׳מזמור שיר׳ קענסטו מיט א רוהיגקייט אנטוהן אויף א חב״ד׳סקער התוועדות אדער אפילו אויף ׳ידעתי, ידעתי׳, און קיינער וועט קיין פאראיבל אויף דיר נישט האבן. אויב ווילסטו נעמען א טריט ווייטער, און דו האסט נישט מורא פון מה יאמרו אדער מה תאמר היא, ווען דו פילסט אז דיין הארץ איז איבער געפילט כאפ א טענצל, יא, גיי ארויס במחול, און זיי נישט דערשראקן אפילו ווען דו הערסט געשפאנטע פיס טריט פון קאך וואס קומען טשעקן צו אלעס איז אקעי, ״יא רעבעצין אלעס איז אין ארדענונג, איך בין פשוט דערהויבן פון א שטיקל וואס כ׳האב געזעהן דא אין דעם קונטרס, טא איך וויל זיך אויסגעבן פאר השם יתברך״.
ווילסט בלייבן אייגן-ארטיג? נעם מיט דעם שטיקל וואס דו האסט אצינד געלערנט, און ווען דו גייסט ארויף צו דיין מאמע, נעם א טיפן אטעם און זאג עס איבער פאר דיין שוואגער, אויב וועט ער דיר אנקוקן יאנטשי ביסטו דער געווינער! אויב וועט ער דיר פרעגן וואו עס האלט מיטן אמפיטשן דעם קיסר ירום הודו, און דו וועסט נישט וויסן, נאר די סקולענער חסדי השם וועט זיך צורינען פון דיינע לעפצן, קענסטו זיין רוהיג ביסט אינעם חנוכה ליין, חנוכה מיינט עפעס פאר דיר, און דער יענער נישט.
האסט דעם פוינט?
חנוכה איז דיינס!
חנוכה איז די צייט וואס דו קענסט זיך אויספארמען א קשר מיט דיין באשעפער לויט דיין משיכת הלב, מיט דיינע ניגונים, לויט דיינע באגערס, און מיט דיין הארץ-נוסח.
המהדרין מן המהדרין מדליק נר לכל אחד ואחד! צינד אן דיין ליכט מיט דיינע הידורים.
קענסט שטיין און קענסט אויך זיצן. קענסט זינגען און קענסט אויך זאגן.
קענסט טאנצן און קענסט אויך אריין בליקן.
קענסט פלאקערן און קענסט אויך טריקענען.
קענסט טוהן וואס דו קענסט. און קענסט אויך נישט טוהן וואס יענער קען.
געדענק צדיק׳ל, אז דו ביזט דו, דאן ביסטו דו, אבער אויב דו ביסט יענער, דאן ביסטו קיינער.
כאפרענדא?
האב א פרייליכע אייגענע חנוכה.
צעקה בקול דממה דקה
פאלקאוויטש123
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:38 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקאוויטש123 »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

ישר כח
אוועטאר
קלמן הלוי
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן הלוי »

אייזן!
איך פרעג נאר!
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

שיינע געדאנקען
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

כ'האב מיך נישט געטראפן אין קיין איין שורה פון דעם ארטיקל

חנוכה איז פון מיינע שענסטע זכרונות פון מיין טאטן אינדערהיים, פון די ליכטיגסטע זמנים

אלס קליין קינד, אלס גרויס יונגל, אלס בחור, און אפי' אלס עלטערער בחור.

און היינט צו טאגס אויך ביי מיינע קינדער. השי"ת זאל העלפן ווייטער עמוע"ש

(געשריבן לויט די הבנה אין דעם ארטיקל אז דאס איז א סינדראם וואס פלאגט מער ווייניגער אלע בחורים, און יעדער קען זיך טרעפן אין דעם מצב ווען ער וועט צוריקטראכטן צו זיינע בחורי'שע יארן)
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

Wow very powerful and on point
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

שאהן הענניטי האט געשריבן:Wow very powerful and on point
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

די קשיא האט מיר געכאפט אבער די תירוץ באפרידיגט מיר נישט
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

דער משפיע רעדט מעקסיקאניש?

#קאפערענדא
דביה תחדי נפשא
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

;l;p- ;l;p-
ריזיג!! ײש״כ!!
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

פישל האט געשריבן:כ'האב מיך נישט געטראפן אין קיין איין שורה פון דעם ארטיקל

חנוכה איז פון מיינע שענסטע זכרונות פון מיין טאטן אינדערהיים, פון די ליכטיגסטע זמנים

אלס קליין קינד, אלס גרויס יונגל, אלס בחור, און אפי' אלס עלטערער בחור.

און היינט צו טאגס אויך ביי מיינע קינדער. השי"ת זאל העלפן ווייטער עמוע"ש

(געשריבן לויט די הבנה אין דעם ארטיקל אז דאס איז א סינדראם וואס פלאגט מער ווייניגער אלע בחורים, און יעדער קען זיך טרעפן אין דעם מצב ווען ער וועט צוריקטראכטן צו זיינע בחורי'שע יארן)
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

פישל האט געשריבן:כ'האב מיך נישט געטראפן אין קיין איין שורה פון דעם ארטיקל

חנוכה איז פון מיינע שענסטע זכרונות פון מיין טאטן אינדערהיים, פון די ליכטיגסטע זמנים

אלס קליין קינד, אלס גרויס יונגל, אלס בחור, און אפי' אלס עלטערער בחור.

און היינט צו טאגס אויך ביי מיינע קינדער. השי"ת זאל העלפן ווייטער עמוע"ש


גא"מ ב"ה
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:כ'האב מיך נישט געטראפן אין קיין איין שורה פון דעם ארטיקל

חנוכה איז פון מיינע שענסטע זכרונות פון מיין טאטן אינדערהיים, פון די ליכטיגסטע זמנים

אלס קליין קינד, אלס גרויס יונגל, אלס בחור, און אפי' אלס עלטערער בחור.

און היינט צו טאגס אויך ביי מיינע קינדער. השי"ת זאל העלפן ווייטער עמוע"ש


גא"מ ב"ה

אני איני מצטרף. איך האב מיך יא געטראפן אין אפאר שורות. :shock:
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

גוט, מיט א שמוץ אריבער
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:גוט, מיט א שמוץ אריבער

גא''מ
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:די קשיא האט מיר געכאפט אבער די תירוץ באפרידיגט מיר נישט

מיר פערזענדלעך האט די קשיא נישט אזוי געכאפט ווי די תירוץ...
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

Re: חנוכה סינדראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

ארויף לכבוד חנוכה.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
ווייט פיש
שר חמש מאות
תגובות: 655
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2020 6:33 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייט פיש »

פישל האט געשריבן:כ'האב מיך נישט געטראפן אין קיין איין שורה פון דעם ארטיקל

חנוכה איז פון מיינע שענסטע זכרונות פון מיין טאטן אינדערהיים, פון די ליכטיגסטע זמנים

אלס קליין קינד, אלס גרויס יונגל, ספעציעל אלס בחור יעדער מיט די מנהגים און ניגונים פון זיין שטוב, און אפי' אלס עלטערער בחור.

(געשריבן לויט די הבנה אין דעם ארטיקל אז דאס איז א סינדראם וואס פלאגט מער ווייניגער אלע בחורים, און יעדער קען זיך טרעפן אין דעם מצב ווען ער וועט צוריקטראכטן צו זיינע בחורי'שע יארן)
די סטאטיטיק צייגט, אז ווייט פיש איז די מערסטע פאפולער אין וויליאמסבורג.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: חנוכה סינדראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

מאסיווע ארטיקל!! שוין לאנג נישט געליינט איינעם אזוי גוט אדרעסירן דעם פראבלעם פון גדלות..

די וואס טרעפן זיך נישט אין דעם ארטיקל דארפן דאנקן דעם אייבערשטן אז זיי זענען נאטורליך געזינטע מענטשן און ליידן נישט פון קיין דרויסענדע און אינעווייניגע פרעשור, ס׳איז אבער וויכטיג פאר זיי אויכט נישט צי נעמען פאר גרענטעד אז זייערע קינדער גייען אויך זיין אזוי...

מ׳זעהט כסדר מענטשן וואס גייען אריין אין א התעוררות׳דיגע שטימונג און שטוינען אויף זייערע ארימיגע היתכן זיי זענען נישט אין דעם זעלבן מאוד, בפרט טאטעס צי קינדער מאכט זיך עס אפט (און דאס פירט צים מצב וואס דער משפיע שליט״א רעד פון)

אויך זעהט מען מענטשן כסדר וואס מיזן ווייזן פאר דעם בחור וואס מיטשעט זיך מיט זיינע פראבלעמען ווי גוט אוועקגעשטעלט זיי זענען...

פארוואס זאג איך עס אייך, ווייל ווען איינער שטעלט אהער אזא מאסיווע שטיקל וואס אדרעסירט די פראבלעם וואס פלאגט גרויסע שטיקער כלל ישראל קומען אפיר מענטשן וואס דארפן קלארשטעלן אז זיי זענען אקעי. זאלט עטס וויסן אזוי ווי אין מענער שיהל אזוי אין אייוועלט..




(געשריבן מיט די הבנה אז ווען מען שטעלט קלאר א הבנה האט מען גאר אינטערן שלייער אן אנדערע הבנה, אבער פאר געוויסע סיבות שטעלט מען א הבנה וואס ארבעט בעסער)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אידיאט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

Re: חנוכה סינדראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיאט »

הערליך שיין. זייער גוט צולייגט. איך האב מיך געטראפן אין יעדע שורה,איך פלעג לערנען כל הבא תחת ידי אויף חנוכה, אלע כוונות איך האב געהאט אזא פרעשור איך האט מיך נישט געקענט מדבק זיין.....
נאכן הערן איינמאל פון אן ערליכען איד אז מענטשען מיינען ווי מער מלערנט פון פנימיות ןןעט מען מער פילן. האט ער געזאגט אז פון ׳בראשית ברא אלקים׳ קען מען שוין ווערן אנגעצינדען! האב איך די יאר געטון דעס און געצינדען פשוט מיט אמונה פשוטה און התלהבות, נאכן צינדען האב איך געזאגט יעדער טאג אן אנדערע תפילה פון ליקוטי תפילות, עס עפענט דאס הארץ
זאל דער אייבירשטער מאכן ליכטיג פאר כלל ישראל און אן נעמען אלע תפילות. אמן.
התבודדות

Re: חנוכה סינדראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבודדות »

זייער שטארק. איך קען נישט זאגען אויף חנוכה(שטייצעך איך רעד ביי מיר) אבער יא אנדערע צייטען, חודש אלול תשרי.
איך מיין אז עס קומט פון נישט ארויסהאבען קלאר די ענינים פון בטחון, בחירה, און די הייליגע ענין פון רצונות, דאס אויפצומישען די ענין פון רצונות אקעגען בחירה. דוק ותשכח.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:די קשיא האט מיר געכאפט אבער די תירוץ באפרידיגט מיר נישט

אפשר ביסטו זיך מסביר?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע: אלל אווער דעי פלעיס

Re: חנוכה סינדראם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שטארק און זייער גוט ארויסגעברענגט!
דעי פוינט איז נישט נאר גילטיג חנוכה, נאר א יעדע צייט אין יאר.
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

פישל האט געשריבן:כ'האב מיך נישט געטראפן אין קיין איין שורה פון דעם ארטיקל

חנוכה איז פון מיינע שענסטע זכרונות פון מיין טאטן אינדערהיים, פון די ליכטיגסטע זמנים

אלס קליין קינד, אלס גרויס יונגל, אלס בחור, און אפי' אלס עלטערער בחור.

און היינט צו טאגס אויך ביי מיינע קינדער. השי"ת זאל העלפן ווייטער עמוע"ש

(געשריבן לויט די הבנה אין דעם ארטיקל אז דאס איז א סינדראם וואס פלאגט מער ווייניגער אלע בחורים, און יעדער קען זיך טרעפן אין דעם מצב ווען ער וועט צוריקטראכטן צו זיינע בחורי'שע יארן)
על "טעם וריח" אין להתווכח
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”