מיין "פלעגשיפ פראפאוזעל": טויזנט תגובות יעדן חודש!
אחראי: אחראי
מיין "פלעגשיפ פראפאוזעל": טויזנט תגובות יעדן חודש!
די מלחמה אויף נארמאלע מענטשן = אויטאמאציע
נארמאלע מענטשן זענען די וואס קומען אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט. אייוועלט איז פון אלעמאל אן געווען באוואוסט אלס דער "לאנד פון מעגליכקייטן", און טויזנטער האבן אהער אימיגרירט מיט האפענונגען פאר א בעסערע צוקונפט, פון הנאה האבן און פארברענגען מיט צופרידנהייט.
דאס איז שוין נישט אינגאנצן אמת, מענטשן ווערן אויפגעברויזט און פארלוירן נישט וויסנדיג פארוואס, און די קומענדיגע דורות וועלן שוין האבן ווייניגער מעגליכקייטן דא. פאליטיקאנטן וועלן אייך דאס נישט דערציילן, אבער מומחים זאגן אז דאס קומט דורך אויטאמאציע.
אויטאמאציע טייטשט ווען עס מאכט זיך א שמועס אויף סיי וועלכע נושא, פון טראמפ ביז וואקסינען, און די תגובות פארן אויטאמאטיש. פלוני דארף גארנישט שרייבן, ער דארף נאר שיקן "שלח" און דער סיסטעם שטעלט שוין אריין זיין מיינונג לכאן. דאן קומט אלמוני און זיין תגובה פארט אויטאמאטיש אויף די אנדערע זייט.
מיליאנען מענטשליכע תגובות זענען פארלוירן געווארן צו אויטאמאציע דא אין די פארגאנגענע פאר יאר, און עקספערטן שאצן אז א דריטל פון אלע תגובות וועט שוין זיין אויטאמאטיש אין 2030 למספרם, און איבער האלב אין 2050.
וואס קוקט אויס ווי וואוקס אין תגובות איז באמת א שלעכטע חלום פאר די מיטל קלאס. וואס זיי בויען יעצט איז ווי א פאלאץ געבויט אויף זאמד. אונזער סאושעל פעבריק איז אין סכנה. אונזער יעצטיגע סיסטעם איז בכלל נישט פעאיג צו הענדלן אזא קריזיס.
די לעזונג: יוניווערסאל בעיסיק אינטערעקשאנס
טויזנט מענטשליכע, אומ-אויטאמאטישע תגובות יעדן חודש, 12000 א יאר. אפגעזען פון ארבעטס סטאטוס אדער סיי וועלכע אנדערע פאקטאר. דאס וועט אונז אלע ערמעגליכן צו קענען אריינרעדן אינעם שמועס, זיך לערנען, עפענען אשכולות, זיין מער קריעטיוו, בלייבן געזונט, זיין רואיג ביי די ארבעט, פארברענגען מיט די קינדער, קעיר נעמען פון באליבטע, און האבן א חלק אינעם עתיד.
א UBI אויף דעם שטאפל וועט צולייגן צום אייוועלט עקאנאמיע 12.56 ביז 13.1 פראצענט, און צולייגן 4.5 ביז 4.7 טויזנט מענטשן צום מענטשליכע שרייבערס קראפט. אריינלייגן תגובות צוריק אין די הענט פון מענטשן פאר פרייוויליגע באנוץ וועט זיין א שטענדיגע שטופ און שטיצע פאר דזשאב וואוקס און די עקאנאמיע.
אפט געפרעגטע פראגעס
איז דאס נישט סאציאליזם? ליבעראלע מתנות?
ממש נישט. קוק צוריק אין אייוועלט היסטאריע וועסטו טרעפן אסאך קאנסערוואטיוון, ליבערטעריענס, און פרייע מארקעט פארטיידיגער וואס האבן געקעמפט פאר דעם פלאן.
דאס איז ווייטער קאפיטאליזם, אבער קאפיטאליזם וואס הייבט זיך אן ביי 1000 אנשטאט 0. קאפיטאליזם מיט א floor, וואו קיינער קען נישט פארלירן זיין צורת אנושי.
עס איז א אפגרעיד פאר קאפיטאליזם וואס פאסט הערליך אריין, און וועט מאכן וואקסן אונזער יעצטיגע קאפיטאליסטישע סיסטעם.
וועט עס נישט ברענגען אינפלאציע? וועט נישט אויספעלן א העכערע מספר תגובות ביז מען שפירט זיך א יש?
עס מאכט טאקע סענס, אבער דער עכטער עקאנאמישער ענטפער אין קורצן איז ניין.
וויאזוי אינפלאציע פאסירט איז אביסל קאמפליצירט, אבער דער פלאן גייט נישט ברענגען קיין איבערפלוס פון ווערדלאזע תגובות אינעם סיסטעם, און גייט נישט שטופן ספענדינג איבער פראדוקציע, ווייל וואס מער מענטשליכע תגובות איר שרייבט אלס מער מענטשן וועלן קויפן אייערע תגובות, און דער געזעץ פון סופליי און דימענד האלט אן.
און דער עיקר איז, אז עס איז נישט קיין נייע זאך וואס איז נאך קיינמאל נישט אויספראבירט געווארן. ווערסיעס דערפון זענען שוין איינגעפירט געווארן צענדליגע מאל, ווי מען קען זען אין די קעלערן ווען די לייבן האבן געהאקט איין זאפטיגע תגובה נאכן צווייטן, און דער פאקט ווייזט אז עס ברענגט נישט קיין אינפלאציע. מען דארף צופאסן די טעאריע צו די פאקטן און נישט פארקערט. איי עם עי נומבערס גיי.
שליסט איין אן אינעם באוועגונג! א טויזנטער א חודש! נישט רעכט אדער לינק, נאר א נייע וועג פאראויס!
ווער עס כאפט נישט, דאס איז א פאראדיע פון ענדרו יענג'ס פלאן צו געבן פאר יעדן אמעריקאנער בירגער טויזנט דאלער א חודש. זעט דער אשכול איבער אים און דער אשכול איבער דאס געפאר פון אויטאמאציע.
און פארשטייט זיך אז מיט אייוועלט איז אלעס זייער פיין, א געשמאקע פלאץ. ואין משיבין על הדרוש.
און יעצט שטופט אייך צום לאכן און מאכט א לחיים.

All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
דא האסטו שוין לאנג געווינען סיי די פריימערי און אויך די דזשענעראל עלעקשענס.
קענסט דיך גלייך נעמען צו דיינע פרעזידענטליכע אויפגאבעס און ערפילן דיין קאמפיין פארשפרעכונגען, הייב אן קנאקן די טויזנטערס גלייך אריין אין די טאשן פון אלע בירגער אין אונזער איי-לאנד.
מיר זענען אלע גרייט צו הערן, זעהן, און זיך דערקוויקן מיט דיינע פרישטע טויזנטערס.
---
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
פיינע פרישע ווארע. כ׳גלייך דיין הומאר און פרישקייט, ווער רעדט פון די תגובות. כה לחי׳. האלף לך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- היימישער הייקער
- שר האלף
- תגובות: 1640
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm
- לעגאו מענטשעלע
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3650
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
- לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6416
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
zibala האט געשריבן:מזל טוב. סתם פאר נייגעריקייט אויב איך מעג פרעגן וואסי געווען דיין ניק ביי די לעצטע עלעקשענס?
זארעכפעפער.
נייטראליסטישע פארטיי וואס ציט אנהענגער פון אלע זייטן, און שטייען אויס צו זיין זיכערע געווינער כאטש זיי זענען זיכערע פארלירער (הערט זיך באקאנט?)
viewtopic.php?f=13&t=1860
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
- א גוטע ניק
- שר חמש מאות
- תגובות: 516
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
- לאקאציע: ביי די אייער וועלט
ענדע צדיק! האט געשריבן:פיינע פרישע ווארע. כ׳גלייך דיין הומאר און פרישקייט, ווער רעדט פון די תגובות. כה לחי׳. האלף לך!
גא''ם
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31270
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
שיגענער דו!! (פאר די וואס כאפן נישט... דאס איז א פאראדיע... נישט אז ער איז עכט שיגע...) קיעפ איט אפ געזונט פריש און משוגע!
א דאנק פאר די פולע לאכן פון צווישן די ערנסטע פראפאוזעל דיינע. כ'ווייס נישט וועגן אנדערע, אבער דו קענסט זיכער שרייבן טויזנט תגובות א חודש און יעדע פון זיי מיט תוכן. קיפיראפ!

"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

-
- שר מאה
- תגובות: 111
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 7:08 am
- לאקאציע: עצות-שטובל
(איים סארי פארן זיין אזוי שפעט, אבער כ'קען עס נישט דורכלאזן)
מזל טוב מזל טוב, כ'מיין דו קענסט זיין די ערשטע צו נאכקומען די פראופאזעל... ביסט א וואן אף קיינד, וואס כ'גיי אמת'דיג או"ט א"ף מי"י מיינ"ד יעדע מאל כ'ליין אן ארטיקל דיינע.
(ווי אויך אלס א נעווער טראמפער וואלט איך קיינמאל געוויסט וואסערע קאנדידאט און זיינע פאליסיס וואס דער יענג איז, און כ'וואלט געדארפט בלייבן מיטן אלטן ביידען אדער בוטידזשעדזש)
ווי אויך פיל איך אז כ'מוז דיך קאנגראטולירן אז פון דיינע איבער 1050 תגובות איז קיין איינס! נישט געמעקט! נישט קיין גרינגע דערגרייכונג אויפן וועלטעל...

ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.