די סערווער איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט זוכן.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

די סערווער איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט זוכן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

די סערווער איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט זוכן. אנטשולדיג.
וואס איז אייער רעאקציע ווען איר זעהט די ווערטער שפרינגען פאר אייערע אויגן?


זיכן איז אזא א ווארט וואס אלע בעלי נפש וויסן גאר גוט וואס דאס מיינט, ס'רופט זיך אויף לשון הקודש מבקש,

פארוואס זיך איך?
ווייל איך פיל אזא ליידיגקייט אין מיר, ס'ציעט מיר, איך פיל הינגעריג, דארשטעריג,

אבער דאס אז איך פיל ליידיג איז נישט קיין פראבלעם פאר זיך,
די פראבלעם ווערט ווען איך הייב מיך אן צו אדענטיפייען מיט די געפיל, כאילו די געפיל איז עפעס אזא מכריע וואס די פאקט איז,
אז אויב איך פיל ליידיג בין איך ליידיג, אין איך פיל אז אויב איך וועל גארנישט טון דערצו, פלאץ איך אוועק, איך האלט דאס נישט אויס, איך מוז מיך שנעל מיט עפעס אנפילן,
לאמיר גיין עפעס זיכן, אפשר אין פריזשידער, אפשר אין פריזער, אפשר אין ספרים שאנק, אדער גאר די אונטערנעט, אה, איי וועלט, לאמיר שנעל זיכן עפעס זאל מיר סטימיולעיטן מיין מוח, מיין געפיל, אז איך זאל שוין נישט פילן די שרעקעדיגע געפיל פון אויסגיין פון צמאון הנפש,

אבער וואס איז יא ריכטיג?

סובל זיין אדער except'ן די געפיל,
סטייטש אז איך פיל אז איך בין ליידיג, איך פיל ווי איך וויל מיך אנפילן מיט עפעס, איך פיל אז אויב גיי מיך נישט אנפילן שנעל, גיי איך.... איך פיל אז אויב איך וועל מיך יא אנפילן גיי איך זיין צופרידן פון מיר, רואיג, שטארק, מוצלח'דיג, א.א.וו.

אבער,

דאס אלעס איז מיין הרגש, מיין געפיל, נישט מער ווי א פשוטע געפיל וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן פאר א מתנה, פאר מיין אייגענע טובה,
אפשר וועל מיר שרייבן א צווייט מאל וואס די טובה איז,
דער אייבערשטער האט מיר געשאנקן א מתנה פון שווערע געפילן, איך נעם עס אן באהבה, אזוי ווי ווען א חשובע פערזענליכקייט גיבט מיר עפעס שטרענגקייט דארף מען דאס אננעמען מיט רעספעקט, אויב איז דעם אייבערשטנס רצון אז איך זאל יעצט פילן שלעכט, בין איך גרייט אזוי צו פילן,
אזוי ווי ס'שטייט אין אלע ספרים אז מ'דארף מקבל זיין די יסורים באהבה,

די מציאת הדברים איז גאר עפעס אנדערש,

איך בין א איד, א חלק אלוקי ממעל, דער אייבערשטער האט מיר ליב,
און אין די מינוט וואס איך הייב אן פילן שלעכט האט זיך גארנישט געטוישט אין די פאקטן, איך בין איך ווייל איך בין איך, ס'ווענט זיך נישט אין גארנישט עפעס אנדערש, נישט אין קיין אויפטוענגען, נישט אין קיין מענטשן'ס מיינונגען, נאר פשוט אין מיין עצם עקזיסטענץ, בין איך א מענטש, וואס אויב איך בין צוגעבינדן צום אייבערשטן, בין איך ווערט, אין אויב נישט, נישט,

נאכדעם וואס איך טראכט מיך גוט אריין אין דעם,
האב איך עפעס א געפיל וואס טריגגערד מיר צו טרעפן שנעל עפעס מעלות אין מיר, איך מוז דרינגענד האבן סוקסען, עפעס א קאמפלימענט, עפעס ווי אקסיזשן צום אטעמען,

ס'טייטש אז איך בין נאך נישט גרייט עכט צו פילן ווי א "גארנישט" והא ראי' אז א גארנישט, א טויטע מענטש, דארף נישט קיין קאמפלימענטס, קיין סוקסעסן,
סא ווי לאנג איך פיל אז אויב איך האב דאס עקזיסטיר איך, און אויב נישט, נישט,
מיינט דאס אז איך האלט (לייען:פיל) אז מיין געפיל, דאס איז די פאקט,

דאס איז וואס אונז זאגן ביים דאווענען יעדן טאג,
רִבּון כָּל הָעולָמִים וַאֲדונֵי הָאֲדונִים. לא עַל צִדְקותֵינוּ אֲנַחְנוּ מַפִּילִים תַּחֲנוּנֵינוּ לְפָנֶיךָ,
כִּי עַל רַחֲמֶיךָ הָרַבִּים.
מָה אָנוּ, מֶה חַיֵּינוּ, מֶה חַסְדֵּנוּ, מַה צִּדְקותֵינוּ, מַה יְשׁוּעָתֵנוּ, מַה כּחֵנוּ, מַה גְּבוּרָתֵנוּ.
מַה נּאמַר לְפָנֶיךָ ה' אֱלהֵינוּ וֵאלהֵי אֲבותֵינוּ
הֲלא כָל הַגִּבּורִים כְּאַיִן לְפָנֶיךָ, וְאַנְשֵׁי הַשֵּׁם כְּלא הָיוּ, וַחֲכָמִים כִּבְלִי מַדָּע, וּנְבונִים כִּבְלִי הַשכֵּל, כִּי רוב מַעֲשיהֶם תּהוּ וִימֵי חַיֵּיהֶם הֶבֶל לְפָנֶיךָ.
וּמותַר הָאָדָם מִן הַבְּהֵמָה אָיִן כִּי הַכּל הָבֶל
לְבַד הַנְּשָׁמָה הַטְּהורָה שֶׁהִיא עֲתִידָה לִתֵּן דִּין וְחֶשְׁבּון לִפְנֵי כִסֵּא כְבודֶךָ
....
אֲבָל אֲנַחְנוּ עַמְּךָ בְּנֵי בְרִיתֶךָ. בְּנֵי אַבְרָהָם אהַבְךָ שֶׁנִּשְׁבַּעְתָּ לּו בְּהַר הַמּורִיָּה. זֶרַע יִצְחָק יְחִידו. שֶׁנֶּעֱקַד עַל גַּבֵּי הַמִּזְבֵּחַ. עֲדַת יַעֲקב בִּנְךָ בְּכורֶךָ. שֶׁמֵּאַהֲבָתְךָ שֶׁאָהַבְתָּ אותו וּמִשּמְחָתְךָ שֶׁשּמַחְתָּ בּו. קָרָאתָ אֶת שְׁמו יִשרָאֵל וִישֻׁרוּן

לְפִיכָךְ אֲנַחְנוּ חַיָּבִים לְהודות לְךָ וּלְשַׁבֵּחֲךָ וּלְפָאֶרְךָ וּלְבָרֵךְ וּלְקַדֵּשׁ וְלִתֵּן שֶׁבַח וְהודָיָה לִשְׁמֶךָ
אַשְׁרֵינוּ מַה טּוב חֶלְקֵנוּ וּמַה נָּעִים גּורָלֵנוּ וּמַה יָּפָה יְרֻשָּׁתֵנוּ
אַשְׁרֵינוּ כְּשֶׁאָנוּ מַשְׁכִּימִים וּמַעֲרִיבִים בְּבָתֵּי כְנֵסִיּות וּבְבָתֵּי מִדְרָשׁות וּמְיַחֲדִים שִׁמְךָ בְּכָל יום תָּמִיד וְאומְרִים פַּעֲמַיִם בְּאַהֲבָה:
שְׁמַע יִשרָאֵל ה' אֱלהֵינוּ ה' אֶחָד

החותם באהבה
_נפש'ל
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

הפלא ופלא!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

זייער שיין
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
נערוועזער חכם
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:29 pm
לאקאציע: אין איינער פין די ד' עולמות,אצילות, בריאה,יצירה,עשיה,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער חכם »

געשמאקע פעדער!גוטע נקודה!
לאז נישט דיין חכמה דיר נערוועז מאכן!
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

נפש'ל האסט מיר געכאפט... נישט נארמאל גוט ארויס געברענגט...
(בדרך אגב.... אלס איינער וואס איז דבוק אין דעם מהלך שוין א לאנגע צייט...
מיינט מען אסאך מאל אז מהאט שוין ארויס אלעמאל וואס איך פיל און וואס מיינע הרגישים זענען..
איך האב יעצט די ערשטע מאל געכאפט אז די לויפן גלייך צי אקטיווע אשכולות קומט פשוט פון א פארלוירענע הרגיש, אז אפשר יעצט גייט מען באקומען עפעס דא.......)
לפנות בוקר
אוועטאר
נפש׳ל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש׳ל »

לפנות בוקר האט געשריבן:נפש'ל האסט מיר געכאפט... נישט נארמאל גוט ארויס געברענגט...
(בדרך אגב.... אלס איינער וואס איז דבוק אין דעם מהלך שוין א לאנגע צייט...
מיינט מען אסאך מאל אז מהאט שוין ארויס אלעמאל וואס איך פיל און וואס מיינע הרגישים זענען..
איך האב יעצט די ערשטע מאל געכאפט אז די לויפן גלייך צי אקטיווע אשכולות קומט פשוט פון א פארלוירענע הרגיש, אז אפשר יעצט גייט מען באקומען עפעס דא.......)

פאר מער, קליק אויף מיין חתימה
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

נפש׳ל האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:נפש'ל האסט מיר געכאפט... נישט נארמאל גוט ארויס געברענגט...
(בדרך אגב.... אלס איינער וואס איז דבוק אין דעם מהלך שוין א לאנגע צייט...
מיינט מען אסאך מאל אז מהאט שוין ארויס אלעמאל וואס איך פיל און וואס מיינע הרגישים זענען..
איך האב יעצט די ערשטע מאל געכאפט אז די לויפן גלייך צי אקטיווע אשכולות קומט פשוט פון א פארלוירענע הרגיש, אז אפשר יעצט גייט מען באקומען עפעס דא.......)

פאר מער, קליק אויף מיין חתימה

מקען מיר דאס פיין..
לפנות בוקר
אוועטאר
מח בקדקדו
שר חמש מאות
תגובות: 717
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מח בקדקדו »

לפנות בוקר האט געשריבן:נפש'ל האסט מיר געכאפט... נישט נארמאל גוט ארויס געברענגט...
(בדרך אגב.... אלס איינער וואס איז דבוק אין דעם מהלך שוין א לאנגע צייט...
מיינט מען אסאך מאל אז מהאט שוין ארויס אלעמאל וואס איך פיל און וואס מיינע הרגישים זענען..
איך האב יעצט די ערשטע מאל געכאפט אז די לויפן גלייך צי אקטיווע אשכולות קומט פשוט פון א פארלוירענע הרגיש, אז אפשר יעצט גייט מען באקומען עפעס דא.......)

שטארק שטארק!
הנשמה שבמוחי
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

יא יא, מים עמוקים במילואו...

זייער שיין נפש'ל! כ'האב וואס צו מוסיף זיין. אפשר שפעטער.
שוין
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 05, 2018 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוין »

פעיק נוז האט געשריבן:זייער שיין
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

מחשב האט געשריבן:זייער שיין נפש'ל! כ'האב וואס צו מוסיף זיין. אפשר שפעטער.

שוין גענוג "שפעט", אפשר איז שוין צייט מוסיף צו זיין?
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

נפשי חמדה האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:זייער שיין נפש'ל! כ'האב וואס צו מוסיף זיין. אפשר שפעטער.

שוין גענוג "שפעט", אפשר איז שוין צייט מוסיף צו זיין?

עבר זמנו...

מיינסט איך געדענק וואס איך האב דעמאלטס געקלערט?
נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

מחשב האט געשריבן:
נפשי חמדה האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:זייער שיין נפש'ל! כ'האב וואס צו מוסיף זיין. אפשר שפעטער.

שוין גענוג "שפעט", אפשר איז שוין צייט מוסיף צו זיין?

עבר זמנו...

מיינסט איך געדענק וואס איך האב דעמאלטס געקלערט?

קענסטעך איבערקלערן...
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

Re: די סערווער איז איבערגעשטרענגט. דעריבער קען מען איצטערט נישט זוכן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

מ'עט זעהן.

אלענפאלס, א דאנק פארן ארויסווייזן אינטערעסע.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”