וואס וואלט איר געטאן ווען איר קענט זיך ריסטארן פון אונהייב.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:50 am

יאך וואלט נישט געלאזט קיינעם ניצן מיין קרעדיט.

נישט פאר א הויז, נישט פאר א קאר און זיכער נישט קרעדיט קארדס.

איך רעד מיך נישט אפ. ב"ה אז איך קען באצאלן די חובות, אבער פאר אנדערע ווארן איך אז דאס איז א שרעקליכער פיל.

איך האב אמאל געהערט א גוט ווארט פון א איד, אז די באנק ווייסט פונקטליך פאר וועם מען מעג פארבארגן געלט. זייער גאנצער ביזנעס עקסיסטענץ איז נאר פון פארבארגען געלט. און אז זיי האבן אפגעמאכט, אז זיי גיבן יענעם נישט די מארגעדזש, קאר לאון, אדער קרעדיט קארד. מעגסטו זיי טראסטן.

מצות אם כסף תלוה איז נאר פון אייגן געלט.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:21 am

מחנך האט געשריבן:איך פארווינדער זיך אויף אסאך קאמענטס דא, איך האב מיך גערישט אויף צו טרעפען גאנץ אנדערע מיני ריספאנסעס.

1) איך וואלט זיך געהאלטען ריין ווי אין די יום החופה, איך וואלט מער פארפעסטיגט מיינע קבלות און רצונות, בין אדם למקום און בין אדם לחבירו, שמירת עינים, שמירת הדיבור, און אזוי ווייטער.
2) איך וואלט געבליבען אין כולל נאך אפאר יאר, נאר ווען די פרנסה האט אנגעהויבען קוועטשען וואלט איך אנגענומען א נאכמיטאג אדער ביינאכט זשאב, איך האב פארפאסט אסאך מקצועות התורה וואס איך וואלט זיך געקענט משלים זיין ווען,
3) איך וואלט סאך מער משקיע געווען אין מיינע קינדערלעך, און מער תפילות פארגאסען פאר זיי, (איך האב דעס ברוך ה' נאכנישט פארפאסט ווייל מיינע קינדער זענען נאך גאנץ יונג, איך באוויין נאר די יארען וואס זענען שוין פארביי)
4) איך וואלט מער אינוועסטעט אין כיבוד אב ואם, ווי עלטער איך ווער זע איך וואסערע נארישע יוד איך בין געווען.
5) איך וואלט ווייניגער געליינט און געהערט און גערעדט שטותים, נייעס און פאליטיק, וואס איז בעיסיקלי פארברענטע צייט וואס מ'האט נישט פון עס גארנישט, נישט רוחניות און נישט גשמיות

ער פרעגט נישט וואס וואלט איר געטאן ווען איר האט נישט קיין יצר הרע :wink:

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:23 am

ר' יום טוב האט געשריבן:איך גלייב אז די אשכול צילט ליבערשט פיינאנציעל, און אפילו אז נישט וועל איך זיך באציען בלויז דערצו.

צום פרישן אינגערמאן: איך קום פון דארט, דעריבער וויל איך דיר איבערגעבן עטליכע וויכטיגע פונקטן. די ערשטע זאך: הער אויף צו חלומ'ען. דו גייסט נישט זיין קיין עושר. פינטעלע. אז דו ביסט נישט א זון אדער איידעם פון א עושר אדיר זענען דיינע שאנסן צו טון גרויס ביזנעס מיט סוקסעס איינס פון 300.
איינמאל דו לעבסט אין רעאליטעט איז פיל גרינגער צו טראכטן וואס יא. עפענען א קליינע ביזנעס? עס קען אמאל ברענגען פרנסה אין די לאנג ראן. אבער האט פילע חסרונות. אויב דו האסט א פרישע קראנטע ביזנעס איידיע וואס ברענגט דראסטישע חידושים צו דער מארקעט, און דו האסט די פיינאנציעלע און גייסטישע מעגליכקייטן, בוסט גרייט גוט צו שוויצן אפאר יאר און לעבן זייער שפארזאם, און האסט א קלארע פלאן אויף פראפיט, לוינט זיך עס צו קאנסידערן. אבער טו עס נישט גלייך נאך די חתונה. מען דארף זיין היבש רייף צו קענען פירן טעגליכע ביזנעס אפעראציעס און איר ביוראקראטיע.
זיין אן ארבייטער? דאס איז שוין בעסער. און דא קענסטו אויסוועלן און אריינגיין אין עפעס אן אינדעסטריע וואס האט א שטארקע פינאנציעלע בסיס, מיט מעגליכקייט צו שטייגן אין דער צוקונפט.

נאך איין זאך: דיין נאמען וואס דיין טאטע האט דיך געגעבן ביים ברית איז נאר דיינס! פארשטאנען? אין דעם איז אריינגערעכט אלעס, קרעדיט קארד, מארגעדזש און גמחי"ם. אויב דו בוסט עובר דערויף און טוסט דאס פאר געלט, האלט פאר דיינע אויגן אז דו גייסט האבן א שאדן וואס מען גייט דיר נישט קענען באצאלן!

צאלן געלט זיך צו לערנען א פאך: 
אויב האלטסטו אז דו גייסט זיין פון די 10 פראצענט וואס האבן דאס געטון מיט הצלחה, דאן גאו אהעד. אבער בדרך כלל איז דאס ארויסגעווארפן געלט.
לייף אינשורענס: לייען איבער די פאריגע שורה.

פארבארגן געלט: קענסט פארבארגן געזונטערהייט. אבער רעכן נישט דערויף אויף ווען דו גייסט עס דארפן. אז ס'קומט צוריק איז עס א באנוס. טיילמאל איז דער לוה א שוואגער וואס הייסט ער האט געלט ער דארף נאר פונקט קלאוזן א הויז, און מען שפירט פארזיכערט. געדענק, איך האב דיר געווארנט!

נאדיר צוויי גרינער'ס.. ;l;p- ;l;p-

דאס וואס מע דארף האלטן אין איין לערנען מיט יעדע אינגערמאן, די ביזט נישט קיין פויטשער נגיד!

יא די קענסט זיין א שיינע בעל פרנסה אין ביי די 35-40 קענסטו ריקאנסידערן צו ווערן א עושר..., אבער ביז דעמאלץ, זאלסטו סטאפן צו לעבן אין די באבעל אז די וועסט ארויס נעמען פון דיין יעצטיגע פרישע קריספי פעינטינג קאמפאני אדער דרייער ווענט קליניג צו אפלייסענס ריפער צו בראקערידזש, א מיליון.

אויב מע קען ארויס נעמן די געלט וואלט יעדער געווען אין ביזנעס...

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:29 am

נאך א נקודה, טייערע פרישע אינגערמאן:

ווער נישט פארקויף פון די גאס, אין דירעקט פון די אידישע קראנקע עקאנעמי, דאס טראגט די עולם אין באד אריין, אין ווען די וועסט האלטן ביים עפענען א געשעפטל צו א סערוויס זאלסטו וויסן אז אויב די ספענד'ס דיין געלט גראד אין א קליינעקייט ווי א דאמעין וואס קאסט יעדע חודש $12, וועגן די מארקעטער האט געזאגט אז די דארפסט עס האבן, וועגן די דארפסט עס נישט האבן!.

פולע עכטע סוקסעספולע ביזנעסער האבן עקזעסטיר יארן אן קיין דאמעין אין נישט אוועק געצאלט די נארישע $12 א חודש, ווייל דאס ברענגט נישט גארנישט, אין אזוי דארף זיין דיין עטיטוד, וואס ברענגט אין וואס נישט, אין אויב די הייסט אזוי אן האסטו א קליינע טשענ'ס מצליח צו זיין.

אין אויב די האסט עס יא גענימען א דאמעין מיט אלע אנדערע זאכן זאלסט וויסן אז די לעבסט אין א באבעל אין גיי גראד ארבעטן פאר א צווייטן וועגן סע איז א שאד די צייט...

משהלע
שר האלף
תגובות: 1166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 9:38 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:וואס וואלט איך געטאן אנדערש?

זיך מער צוגעהערט צו גאטס פילינג'ס, נישט ווערן פארקויפט פון אלע שיטותים וואס די לאקאלע אידישע עקאנעמי ברענגט מיט.

מיט א בליק אויף ציריק: וויפל געלט צייט אין עגמת נפש איז געגאסן געווארן אויף די מזבח פון "ביזנעס קאנסאלטענ' ס".

מיט א בליק אויף ציריק: אפשר איז האבן א ביזנעס נישט פשט אז מע קען שוין טאן וואס מע וויל וועגן איך פארשטיי.

וואס די 2 זאכן איז די שליסעל פאר נישט סוקסעס!

ווען איינער האט א שטיקל פרנסה אין די אידישע מארקעט, מיינט דאס נישט אז ער איז שוין א נגיד אין אז זיין ביזנעס מאכן שוין מיליונען א יאר, ער מעגט שוין ספענדן אסאך געלט, פארן טייערע וויקעשינ'ס, וכו'.

א ביזנעסל מיינט אז מע דארף ארויס נעמען 80,000 א יאר, פון אייגענע געלט!, אין זיין א אייגענע בעל הבית, אין מיט די צייט צילן אונציקומען צו 150,000, וזהו הוא!

די עטיטוד ביי די אידישע מארקעט איז פונקט פארקערט, דרעין אויס דיין ביזנעס אבער ווי מער, וואס הייסט פארוואס, די דארפס דיך אונטאן ברייטע שיך, אזוי גייסטו שוין קענען נעמען נעקסט סטעפ, אין בוי גראד א וועירהויז, ספענד טויזענטער'ס אין שאו'ס, נעם א ליין אויף קרעדיט אין קויף 2 נייע טראק'ס אויף די ראוד ווייל דאס ברענגט נעם רעקקנישן, ספענד אין א וועבסייט הונדערטער שעות טויזענטער'ס נישט אייגענע געלט וואס על פי רוב ברענגט עס 0 מיינעס 0, גיי צו גרויסע קאנסאלטענ'ס אין מארקעטינג ברענדינג ספעשעליסטן מיט אלע בולשת פון רייכע ביזנעס עווענט'ס, טו אלעס אין די וועלט צו שפילן נגיד מיט א רייכע ביזנעס וויקעל אין די זייט, אין נאכדעם גייט דיין קאמפאני זיין איינ'ס פון די מערסטע אלוועלטליכע גרעסטע אזויווי גוגעל אדער אמעריקען עיר ליין.

אזא אופירונג ברענגט אונטער אונזער אידישע עקאנעמי, ניין סע ארבעט נישט אזוי, קיין איין נגיד איז נישט געווארן רייך פון אזא וועג, אלע אונזעצער'ס זענען נאר אזוי געגאנגען אין געשפילט שיינע מכה המדינה וסוסייעטי מיט שיינע רייכע שמחות וואס איך ווייס אז זיי האבן דאס גענימען פון א ליין אויף קרעדיט פון די ביזנעס...

ווען איר פארט ארויס פון די לאקאלע פלאץ ווי איר וואינט זעט איר אז פולע נישט אידן האבן אויך ביזנעסער, איינער האט א מעקאניק שאפ, א צווייטער א קאר וואש, א דריטער א גלאז סטאר, א אנדערע האט א פלאץ ווי ער פארקויפט קארפעט'ס, וכו',

יעדער פון זיי האט א אלטע פארשטינקענע לאקאל, אין די בעל הבית אליין מיט א ארבייטער שטייען אין ארבעטן ארום די זייגער, זאכן צוברעכן זיך קויפט מען נישט גראד א נייע, אין אזוי גייט די ביזנעס אן יארן לאנג אן קיין קנייטש, דער נעמט ארויס זיינע $1500 א וואך, האלב גרינע די אנדערע האלב אין עכטע, ער איז פארמאכט יעדע האלידעי, אבער ער ספענט נישט זיין געלט אזוי ווי אונז, ביי עם איז נישט דא אזא מושג ווי מאכן א טייערע וואכנאכט מיט קויפן חתן בראשית פאר א קידוש, ער דארף סך הכל זיין געלט אן קיין חלומות, אין ער נעמט עס ארויס דוך א געזינטע וועג אין דאס געשעפטל וואק יעדעס יאר מיט א קליינע פארצענט.

ביי אונז איז פונקט פארקערט, אלעס דרייט זיך ארום א גרויסע באבעל, די בעל הבית אליין ארבעט נישט מילא איז ער נאר א הוצאה פאר די ביזנעס, אין ער האט נאך א טייערע קאר מיט א אינשורענ'ס פאלעסי, וואס די ביזנעס מיז צאלן, זיין הויז צאלט די ביזנעס, אלעס צאלט די ביזנעס, מע טוט דאס אוסדרעינען, אין אזוי ווערן ביזנעסער פארמאכט איינ'ס נאכן צווייטן, אין אויב ווערט עס נישט פארמאכט וועגן מע קען שטיפן אזוי פאר נאך 2 יאר, מיינט דאס אז נאך 2 יאר וועט די אונער ניטש האבן קייןטעג אין נעכט.

אין פרישע אינגע אינגעלייט הייבן נייע זאכן מיט די טייערסטע הוצאה וואס איינער האט אופגעמאכט אז ער דארף עס האבן, מע טוט איבער די זעלבע אלטע מעסטעיק'ס, אין אלעס דרייט זיך ארום א גרויסע באבעל.

אלזא פאר קומעדיגע יאר: טוט דאס נישט איבער אין הייב שוין אן אופצישטעלן די באבעל אין דיין לעבן אין אויך אין דיין פריוואטע לעבן....

;l;p-

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:25 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאך א נקודה, טייערע פרישע אינגערמאן:

ווער נישט פארקויף פון די גאס, אין דירעקט פון די אידישע קראנקע עקאנעמי, דאס טראגט די עולם אין באד אריין, אין ווען די וועסט האלטן ביים עפענען א געשעפטל צו א סערוויס זאלסטו וויסן אז אויב די ספענד'ס דיין געלט גראד אין א קליינעקייט ווי א דאמעין וואס קאסט יעדע חודש $12, וועגן די מארקעטער האט געזאגט אז די דארפסט עס האבן, וועגן די דארפסט עס נישט האבן!.

פולע עכטע סוקסעספולע ביזנעסער האבן עקזעסטיר יארן אן קיין דאמעין אין נישט אוועק געצאלט די נארישע $12 א חודש, ווייל דאס ברענגט נישט גארנישט, אין אזוי דארף זיין דיין עטיטוד, וואס ברענגט אין וואס נישט, אין אויב די הייסט אזוי אן האסטו א קליינע טשענ'ס מצליח צו זיין.

אין אויב די האסט עס יא גענימען א דאמעין מיט אלע אנדערע זאכן זאלסט וויסן אז די לעבסט אין א באבעל אין גיי גראד ארבעטן פאר א צווייטן וועגן סע איז א שאד די צייט...

דשאסט טא קארעקט יא, א דאומעין קאסט $12 א יאר, נישט א חודש, סאו נישט דא איז די לאך, אפשר אין מארקעטיג, אבער א דאומעין איז קריטיש וויכטיג פונעם ערשטן טאג.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:28 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאך א נקודה, טייערע פרישע אינגערמאן:

ווער נישט פארקויף פון די גאס, אין דירעקט פון די אידישע קראנקע עקאנעמי, דאס טראגט די עולם אין באד אריין, אין ווען די וועסט האלטן ביים עפענען א געשעפטל צו א סערוויס זאלסטו וויסן אז אויב די ספענד'ס דיין געלט גראד אין א קליינעקייט ווי א דאמעין וואס קאסט יעדע חודש $12, וועגן די מארקעטער האט געזאגט אז די דארפסט עס האבן, וועגן די דארפסט עס נישט האבן!.

פולע עכטע סוקסעספולע ביזנעסער האבן עקזעסטיר יארן אן קיין דאמעין אין נישט אוועק געצאלט די נארישע $12 א חודש, ווייל דאס ברענגט נישט גארנישט, אין אזוי דארף זיין דיין עטיטוד, וואס ברענגט אין וואס נישט, אין אויב די הייסט אזוי אן האסטו א קליינע טשענ'ס מצליח צו זיין.

אין אויב די האסט עס יא גענימען א דאמעין מיט אלע אנדערע זאכן זאלסט וויסן אז די לעבסט אין א באבעל אין גיי גראד ארבעטן פאר א צווייטן וועגן סע איז א שאד די צייט...

סיריעסלי די 12 דולר איז די זאך?

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:31 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאך א נקודה, טייערע פרישע אינגערמאן:

ווער נישט פארקויף פון די גאס, אין דירעקט פון די אידישע קראנקע עקאנעמי, דאס טראגט די עולם אין באד אריין, אין ווען די וועסט האלטן ביים עפענען א געשעפטל צו א סערוויס זאלסטו וויסן אז אויב די ספענד'ס דיין געלט גראד אין א קליינעקייט ווי א דאמעין וואס קאסט יעדע חודש $12, וועגן די מארקעטער האט געזאגט אז די דארפסט עס האבן, וועגן די דארפסט עס נישט האבן!.

פולע עכטע סוקסעספולע ביזנעסער האבן עקזעסטיר יארן אן קיין דאמעין אין נישט אוועק געצאלט די נארישע $12 א חודש, ווייל דאס ברענגט נישט גארנישט, אין אזוי דארף זיין דיין עטיטוד, וואס ברענגט אין וואס נישט, אין אויב די הייסט אזוי אן האסטו א קליינע טשענ'ס מצליח צו זיין.

אין אויב די האסט עס יא גענימען א דאמעין מיט אלע אנדערע זאכן זאלסט וויסן אז די לעבסט אין א באבעל אין גיי גראד ארבעטן פאר א צווייטן וועגן סע איז א שאד די צייט...

דשאסט טא קארעקט יא, א דאומעין קאסט $12 א יאר, נישט א חודש, סאו נישט דא איז די לאך, אפשר אין מארקעטיג, אבער א דאומעין איז קריטיש וויכטיג פונעם ערשטן טאג.

מיין בעה''ב האט געצאלט קרוב צו 10 אלפים פאר זיין דאומעין ווייל ער האט זיך דערמאנט צו שפעט, מילא איז לכאור' יא בעסער צו צאלן 12

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:36 am

דברים אלו האט געשריבן:

ניין איך ברענג ארויס אז היינטיגע וועג אין ביזנעס איז אזוי:

פירסט א נייע שיינע אופיס.
טייערע מארקעטינג.
אלע עקספענסיוו'ס אינקלאד א דאמעין,

אין נאכדעם די מיליון דאלאר שאלה, פון ווי האב איך קאסטומער?

מים חיים האט געשריבן:

דאס מיינט נישט אז מע טאר נישט קויפן קיין דאמעין,

די פראבלעם איז ווער סע זאגט אז מע דארף, וויאזוי מע עפענט ביזנעסער..

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:41 am

משהלע האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:וואס וואלט איך געטאן אנדערש?

זיך מער צוגעהערט צו גאטס פילינג'ס, נישט ווערן פארקויפט פון אלע שיטותים וואס די לאקאלע אידישע עקאנעמי ברענגט מיט.

מיט א בליק אויף ציריק: וויפל געלט צייט אין עגמת נפש איז געגאסן געווארן אויף די מזבח פון "ביזנעס קאנסאלטענ' ס".

מיט א בליק אויף ציריק: אפשר איז האבן א ביזנעס נישט פשט אז מע קען שוין טאן וואס מע וויל וועגן איך פארשטיי.

וואס די 2 זאכן איז די שליסעל פאר נישט סוקסעס!

ווען איינער האט א שטיקל פרנסה אין די אידישע מארקעט, מיינט דאס נישט אז ער איז שוין א נגיד אין אז זיין ביזנעס מאכן שוין מיליונען א יאר, ער מעגט שוין ספענדן אסאך געלט, פארן טייערע וויקעשינ'ס, וכו'.

א ביזנעסל מיינט אז מע דארף ארויס נעמען 80,000 א יאר, פון אייגענע געלט!, אין זיין א אייגענע בעל הבית, אין מיט די צייט צילן אונציקומען צו 150,000, וזהו הוא!

די עטיטוד ביי די אידישע מארקעט איז פונקט פארקערט, דרעין אויס דיין ביזנעס אבער ווי מער, וואס הייסט פארוואס, די דארפס דיך אונטאן ברייטע שיך, אזוי גייסטו שוין קענען נעמען נעקסט סטעפ, אין בוי גראד א וועירהויז, ספענד טויזענטער'ס אין שאו'ס, נעם א ליין אויף קרעדיט אין קויף 2 נייע טראק'ס אויף די ראוד ווייל דאס ברענגט נעם רעקקנישן, ספענד אין א וועבסייט הונדערטער שעות טויזענטער'ס נישט אייגענע געלט וואס על פי רוב ברענגט עס 0 מיינעס 0, גיי צו גרויסע קאנסאלטענ'ס אין מארקעטינג ברענדינג ספעשעליסטן מיט אלע בולשת פון רייכע ביזנעס עווענט'ס, טו אלעס אין די וועלט צו שפילן נגיד מיט א רייכע ביזנעס וויקעל אין די זייט, אין נאכדעם גייט דיין קאמפאני זיין איינ'ס פון די מערסטע אלוועלטליכע גרעסטע אזויווי גוגעל אדער אמעריקען עיר ליין.

אזא אופירונג ברענגט אונטער אונזער אידישע עקאנעמי, ניין סע ארבעט נישט אזוי, קיין איין נגיד איז נישט געווארן רייך פון אזא וועג, אלע אונזעצער'ס זענען נאר אזוי געגאנגען אין געשפילט שיינע מכה המדינה וסוסייעטי מיט שיינע רייכע שמחות וואס איך ווייס אז זיי האבן דאס גענימען פון א ליין אויף קרעדיט פון די ביזנעס...

ווען איר פארט ארויס פון די לאקאלע פלאץ ווי איר וואינט זעט איר אז פולע נישט אידן האבן אויך ביזנעסער, איינער האט א מעקאניק שאפ, א צווייטער א קאר וואש, א דריטער א גלאז סטאר, א אנדערע האט א פלאץ ווי ער פארקויפט קארפעט'ס, וכו',

יעדער פון זיי האט א אלטע פארשטינקענע לאקאל, אין די בעל הבית אליין מיט א ארבייטער שטייען אין ארבעטן ארום די זייגער, זאכן צוברעכן זיך קויפט מען נישט גראד א נייע, אין אזוי גייט די ביזנעס אן יארן לאנג אן קיין קנייטש, דער נעמט ארויס זיינע $1500 א וואך, האלב גרינע די אנדערע האלב אין עכטע, ער איז פארמאכט יעדע האלידעי, אבער ער ספענט נישט זיין געלט אזוי ווי אונז, ביי עם איז נישט דא אזא מושג ווי מאכן א טייערע וואכנאכט מיט קויפן חתן בראשית פאר א קידוש, ער דארף סך הכל זיין געלט אן קיין חלומות, אין ער נעמט עס ארויס דוך א געזינטע וועג אין דאס געשעפטל וואק יעדעס יאר מיט א קליינע פארצענט.

ביי אונז איז פונקט פארקערט, אלעס דרייט זיך ארום א גרויסע באבעל, די בעל הבית אליין ארבעט נישט מילא איז ער נאר א הוצאה פאר די ביזנעס, אין ער האט נאך א טייערע קאר מיט א אינשורענ'ס פאלעסי, וואס די ביזנעס מיז צאלן, זיין הויז צאלט די ביזנעס, אלעס צאלט די ביזנעס, מע טוט דאס אוסדרעינען, אין אזוי ווערן ביזנעסער פארמאכט איינ'ס נאכן צווייטן, אין אויב ווערט עס נישט פארמאכט וועגן מע קען שטיפן אזוי פאר נאך 2 יאר, מיינט דאס אז נאך 2 יאר וועט די אונער ניטש האבן קייןטעג אין נעכט.

אין פרישע אינגע אינגעלייט הייבן נייע זאכן מיט די טייערסטע הוצאה וואס איינער האט אופגעמאכט אז ער דארף עס האבן, מע טוט איבער די זעלבע אלטע מעסטעיק'ס, אין אלעס דרייט זיך ארום א גרויסע באבעל.

אלזא פאר קומעדיגע יאר: טוט דאס נישט איבער אין הייב שוין אן אופצישטעלן די באבעל אין דיין לעבן אין אויך אין דיין פריוואטע לעבן....

;l;p-

איי דיסעגרי וויט יא
קיינער עפנט נישט א ביזנעס צו ארבעטן ווי א חמור ארום די זייגער און א פארשטינקענע לאקאל פאר 20 יאר און פאר 1500 דולר א וואך פאר די געלט גיי ארבעט פאר א צווייטן אן די קאפ וויי
איי בי די גוים זעהסטו דאס יא מיינט נאך נישט אז סאיז ריכטיג

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11228
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:57 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:נאך א נקודה, טייערע פרישע אינגערמאן:

ווער נישט פארקויף פון די גאס, אין דירעקט פון די אידישע קראנקע עקאנעמי, דאס טראגט די עולם אין באד אריין, אין ווען די וועסט האלטן ביים עפענען א געשעפטל צו א סערוויס זאלסטו וויסן אז אויב די ספענד'ס דיין געלט גראד אין א קליינעקייט ווי א דאמעין וואס קאסט יעדע חודש $12, וועגן די מארקעטער האט געזאגט אז די דארפסט עס האבן, וועגן די דארפסט עס נישט האבן!.

פולע עכטע סוקסעספולע ביזנעסער האבן עקזעסטיר יארן אן קיין דאמעין אין נישט אוועק געצאלט די נארישע $12 א חודש, ווייל דאס ברענגט נישט גארנישט, אין אזוי דארף זיין דיין עטיטוד, וואס ברענגט אין וואס נישט, אין אויב די הייסט אזוי אן האסטו א קליינע טשענ'ס מצליח צו זיין.

אין אויב די האסט עס יא גענימען א דאמעין מיט אלע אנדערע זאכן זאלסט וויסן אז די לעבסט אין א באבעל אין גיי גראד ארבעטן פאר א צווייטן וועגן סע איז א שאד די צייט...

סיריעסלי די 12 דולר איז די זאך?

ניין איך ברענג ארויס אז היינטיגע וועג אין ביזנעס איז אזוי:

פירסט א נייע שיינע אופיס.
טייערע מארקעטינג.
אלע עקספענסיוו'ס אינקלאד א דאמעין,

אין נאכדעם די מיליון דאלאר שאלה, פון ווי האב איך קאסטומער?

הרב בארואיגט אייך
זייט וויסן 90% היינטיגע מיליאנערן האט יעדער געלאכט פון זיי ווען זיי האבן אנגעהויבן זייער ביזנעס און געוויינט אויף זייער אינוועסטמענט
פון די אנדערע זייט איז דא אידן וואס האבן אויפגעבויעט גאר גרויסע סוקסעפולע ביזנעסער אבער די געלט מאכט א צווייטער און דער ערשטער איז א עני ואביון

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 3:21 pm

קומען מיר דא צוריק צו אן אלטע דעבאטע וואס קומט דא אלס ארויס צו מיר זענען א רייכע קאמיוניטי אדער א ארימע.

איך בלייב שטארק ביי די מיינונג אז אין דזשענעראל זענען מיר א ארימע ביז מיטל קלאס קאמיוניטי, איי דו זעסט קעדילעק נעוויגעיטארס אין די גאסן, פאלאצלעך בויען זיך, רייכע קושקע-הערינג קידושים ווערן אויפגעגעבן, פערטל מיליאן דאללאר חתונות געפראוועט,
לאמיר דאס קלארשטעלן: ווען איינער ביי אונז מאכט 150 ביז 250 אלפים א יאר, די ערשטע זאך רייסט ער זיך אויף מיט מארגעדזשעס און ביזנעס קרעדיט ליניע'ס אז ס'א פחד. ער מוז דאך קענען מאסיוו איינקעשן זיין סוקסעס שטאפל ביי זיינע ארומיגע אין די קהילה.
ביים גוי להבדיל, וועסטו זען אז דער באדי-שאפ אוינער וועט דרייוון זיין 15 יאר אלטע פארד פיק-אפ און דער דאקטער ספעציאליסט וואס מאכט א האלב מיליאן א יאר וועט וואוינען אין א רענאווירטע הויז פון די 1950'גער יארן.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

Programming
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:24 pm

איך וואלט געמאכט טערם לייף אינשורענס.

קאסט ממש פרוטות (20 דאלאר א חודש פאר א מיליאן דאלאר פלאן פאר די קומענדיגע דרייסיג יאר) ווען מען מאכט עס גאר יונג און געזונט, און עס איז יעדן'ס אחריות הונדערט פראצענט עס צו האבן

(אין א זייטיגע בענעפיט: פארהאן פלענס וואס מען קען שפעטער קאנווערטן צו די אינוועסטמענט סארט לייף אינשורענס ווען מען האט די געלט דערפאר, אן דארפן איבערגיין א רי עסעסמענט פון די געזונט / עיזש וואס קען הייבן די פרימיום'ס מיט באדייטנדע סכומים)

איך ווייס נישט צי דאס איז פשוט אז די עידזשענטס מאכן נישט צופיל אויף די פאליסי'ס / האבן מורא מען וועט שוין נישט וועלן טון האול לייף / זענען סתם נישט גוט אין מארקעטינג, אבער דאס איז א שטארקע און גאר וויכטיגע מארקעט צו טארגעטן - אויף סיינען שנה ראשונה יונגעלייט (פון ווען מען מאכט שוין עפעס אויף די ביכער) אויף א ביליגע טערם לייף אינשורענס. אויב די עידזשענטס טוען עס נישט דארף יעדער טאטע זעהן די קינדער זאלן עס טון, אפשר אפילו אפפערן צו באצאלן די פרימיום'ס גאנץ אנפאנג.

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:50 pm

דברים אלו האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:וואס וואלט איך געטאן אנדערש?

זיך מער צוגעהערט צו גאטס פילינג'ס, נישט ווערן פארקויפט פון אלע שיטותים וואס די לאקאלע אידישע עקאנעמי ברענגט מיט.

מיט א בליק אויף ציריק: וויפל געלט צייט אין עגמת נפש איז געגאסן געווארן אויף די מזבח פון "ביזנעס קאנסאלטענ' ס".

מיט א בליק אויף ציריק: אפשר איז האבן א ביזנעס נישט פשט אז מע קען שוין טאן וואס מע וויל וועגן איך פארשטיי.

וואס די 2 זאכן איז די שליסעל פאר נישט סוקסעס!

ווען איינער האט א שטיקל פרנסה אין די אידישע מארקעט, מיינט דאס נישט אז ער איז שוין א נגיד אין אז זיין ביזנעס מאכן שוין מיליונען א יאר, ער מעגט שוין ספענדן אסאך געלט, פארן טייערע וויקעשינ'ס, וכו'.

א ביזנעסל מיינט אז מע דארף ארויס נעמען 80,000 א יאר, פון אייגענע געלט!, אין זיין א אייגענע בעל הבית, אין מיט די צייט צילן אונציקומען צו 150,000, וזהו הוא!

די עטיטוד ביי די אידישע מארקעט איז פונקט פארקערט, דרעין אויס דיין ביזנעס אבער ווי מער, וואס הייסט פארוואס, די דארפס דיך אונטאן ברייטע שיך, אזוי גייסטו שוין קענען נעמען נעקסט סטעפ, אין בוי גראד א וועירהויז, ספענד טויזענטער'ס אין שאו'ס, נעם א ליין אויף קרעדיט אין קויף 2 נייע טראק'ס אויף די ראוד ווייל דאס ברענגט נעם רעקקנישן, ספענד אין א וועבסייט הונדערטער שעות טויזענטער'ס נישט אייגענע געלט וואס על פי רוב ברענגט עס 0 מיינעס 0, גיי צו גרויסע קאנסאלטענ'ס אין מארקעטינג ברענדינג ספעשעליסטן מיט אלע בולשת פון רייכע ביזנעס עווענט'ס, טו אלעס אין די וועלט צו שפילן נגיד מיט א רייכע ביזנעס וויקעל אין די זייט, אין נאכדעם גייט דיין קאמפאני זיין איינ'ס פון די מערסטע אלוועלטליכע גרעסטע אזויווי גוגעל אדער אמעריקען עיר ליין.

אזא אופירונג ברענגט אונטער אונזער אידישע עקאנעמי, ניין סע ארבעט נישט אזוי, קיין איין נגיד איז נישט געווארן רייך פון אזא וועג, אלע אונזעצער'ס זענען נאר אזוי געגאנגען אין געשפילט שיינע מכה המדינה וסוסייעטי מיט שיינע רייכע שמחות וואס איך ווייס אז זיי האבן דאס גענימען פון א ליין אויף קרעדיט פון די ביזנעס...

ווען איר פארט ארויס פון די לאקאלע פלאץ ווי איר וואינט זעט איר אז פולע נישט אידן האבן אויך ביזנעסער, איינער האט א מעקאניק שאפ, א צווייטער א קאר וואש, א דריטער א גלאז סטאר, א אנדערע האט א פלאץ ווי ער פארקויפט קארפעט'ס, וכו',

יעדער פון זיי האט א אלטע פארשטינקענע לאקאל, אין די בעל הבית אליין מיט א ארבייטער שטייען אין ארבעטן ארום די זייגער, זאכן צוברעכן זיך קויפט מען נישט גראד א נייע, אין אזוי גייט די ביזנעס אן יארן לאנג אן קיין קנייטש, דער נעמט ארויס זיינע $1500 א וואך, האלב גרינע די אנדערע האלב אין עכטע, ער איז פארמאכט יעדע האלידעי, אבער ער ספענט נישט זיין געלט אזוי ווי אונז, ביי עם איז נישט דא אזא מושג ווי מאכן א טייערע וואכנאכט מיט קויפן חתן בראשית פאר א קידוש, ער דארף סך הכל זיין געלט אן קיין חלומות, אין ער נעמט עס ארויס דוך א געזינטע וועג אין דאס געשעפטל וואק יעדעס יאר מיט א קליינע פארצענט.

ביי אונז איז פונקט פארקערט, אלעס דרייט זיך ארום א גרויסע באבעל, די בעל הבית אליין ארבעט נישט מילא איז ער נאר א הוצאה פאר די ביזנעס, אין ער האט נאך א טייערע קאר מיט א אינשורענ'ס פאלעסי, וואס די ביזנעס מיז צאלן, זיין הויז צאלט די ביזנעס, אלעס צאלט די ביזנעס, מע טוט דאס אוסדרעינען, אין אזוי ווערן ביזנעסער פארמאכט איינ'ס נאכן צווייטן, אין אויב ווערט עס נישט פארמאכט וועגן מע קען שטיפן אזוי פאר נאך 2 יאר, מיינט דאס אז נאך 2 יאר וועט די אונער ניטש האבן קייןטעג אין נעכט.

אין פרישע אינגע אינגעלייט הייבן נייע זאכן מיט די טייערסטע הוצאה וואס איינער האט אופגעמאכט אז ער דארף עס האבן, מע טוט איבער די זעלבע אלטע מעסטעיק'ס, אין אלעס דרייט זיך ארום א גרויסע באבעל.

אלזא פאר קומעדיגע יאר: טוט דאס נישט איבער אין הייב שוין אן אופצישטעלן די באבעל אין דיין לעבן אין אויך אין דיין פריוואטע לעבן....

;l;p-

איי דיסעגרי וויט יא
קיינער עפנט נישט א ביזנעס צו ארבעטן ווי א חמור ארום די זייגער און א פארשטינקענע לאקאל פאר 20 יאר און פאר 1500 דולר א וואך פאר די געלט גיי ארבעט פאר א צווייטן אן די קאפ וויי
איי בי די גוים זעהסטו דאס יא מיינט נאך נישט אז סאיז ריכטיג

אזוי גאר? ממש קיינער?

דא האסטו כאטש איינער, כאפ דיך אריבער איין צופרי ביים וותיקין מנין אין די פירמע, וועסטו זעהן וויאזוי דער איד שטייט און ביזנעס קרוב צו פופציג יאר. ארבעט ווי א חמור ארום די זייגער און א פארשטינקענע לאקאל פאר 50 יאר. און די מיט דיין סובערבון וועסטו נאך וואוינען און זיינע דירות..........

Bauer Oil Burner Service
1624 Webster Avenue
Bronx, NY 10457
Bauer Oil Burner Service is a privately held company in Bronx, NY .
Categorized under Wholesale Oil Burners. Current estimates show this company has an annual revenue of $10 to 20 million and employs a staff of approximately 10 to 19.

--------------------------

נאט אייך נאך איינס................
Elmax Lumber
1624 Webster Avenue
Bronx, NY 10457
Elmax Lumber is a privately held company in Bronx, NY and is a Single Location business.
Categorized under Wood and Lumber Stores. Our records show it was established in 1950 and incorporated in New York. Current estimates show this company has an annual revenue of 9,496,532 and employs a staff of approximately 21

------------------------------

קיינער האט נאך נישט מצליח געווען מיטן סובערבן מהלך......

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 7:01 pm

blue moon האט געשריבן:

וואס האט ער פון דאס געלט?

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 7:13 pm

דברים אלו האט געשריבן:
blue moon האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
משהלע האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:וואס וואלט איך געטאן אנדערש?

וואס האט ער פון דאס געלט?

הו קעירס וואס ער טוהט מיט זיין געלט.

דא איז נישט די פלאץ צו וואשן יענעמס וועש.

איך האב נאר אזויפיל מיגיב געוועהן אז די אזוי גערופענע ביזנעס לייט זאלן האבן א שטיקעל אהנונג ווי אזוי מען בויט א ביזנעס.

גראדע האט ער א אפענע טיר, יעדער קען דארט גיין דאווענען און זעהן מיט די אייגענע אויגען וואס מען דארף טוהן צו מאכן א דאלער.
-------------

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 7:19 pm

אלע סאליד חברה האבן געארבייט ביטער שווער מיט ד צוויי הענט, איינער האט פאראכטען פענעסניק טעיפ רעקארדערס. איינער האט געדרייווט טרעילארס און איינער האט געשלעפט ווייערס. מען האט געשוויצט און געסעיווד ביז מען האט געאוינד טאוערס און מאנהעטן אדער און דאון טאון ברוקלין.
גיי כאפ א שמועס מיט זיי.

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 10:29 pm

עס איז דא אסאך מער מילאנערען זייט מען ארבעט נישא אזוי שווער אליינס
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:48 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:קומען מיר דא צוריק צו אן אלטע דעבאטע וואס קומט דא אלס ארויס צו מיר זענען א רייכע קאמיוניטי אדער א ארימע.

איך בלייב שטארק ביי די מיינונג אז אין דזשענעראל זענען מיר א ארימע ביז מיטל קלאס קאמיוניטי, איי דו זעסט קעדילעק נעוויגעיטארס אין די גאסן, פאלאצלעך בויען זיך, רייכע קושקע-הערינג קידושים ווערן אויפגעגעבן, פערטל מיליאן דאללאר חתונות געפראוועט,
לאמיר דאס קלארשטעלן: ווען איינער ביי אונז מאכט 150 ביז 250 אלפים א יאר, די ערשטע זאך רייסט ער זיך אויף מיט מארגעדזשעס און ביזנעס קרעדיט ליניע'ס אז ס'א פחד. ער מוז דאך קענען מאסיוו איינקעשן זיין סוקסעס שטאפל ביי זיינע ארומיגע אין די קהילה.
ביים גוי להבדיל, וועסטו זען אז דער באדי-שאפ אוינער וועט דרייוון זיין 15 יאר אלטע פארד פיק-אפ און דער דאקטער ספעציאליסט וואס מאכט א האלב מיליאן א יאר וועט וואוינען אין א רענאווירטע הויז פון די 1950'גער יארן.

אט דאס האב איך געוואלט זאגן!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 11:59 pm

ר׳ יום טוב.

דו קומסט אריין זייער שטארק און קלאר. די ספענדעריי איז א מכה אשר לא כתובה. אומעגליך אראפצושרייבן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג נובעמבער 15, 2019 12:01 am

און צום קעפל

איך האב אמאל געהערט פון א בעל דרשן (כמדומה מרדכי וויינבערגער) אז ווען מען פרעגט וואס טוסטו ווען דו וואלסט יעצט געבוירן. כאפט מען נישט אז ווען דו וואלסט ווען יעצט געבוירן געווארן וואלסטו געהאט די שכל פון א ניי געבוירן קינד במילא וואלסטו ווען אלעס איבערגעטון.

באמת איז דאס וואס דער בעש״ט האט געזאגט רשעים מלאים חרטות
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מוצ"ש נובעמבער 16, 2019 11:13 pm

איך וואלט אריינגעקומען צו די שנה ראשונה ווי א מאן און נישט ווי א פרוי (ואידך פרישה זיל גמור..........).
די היינטיגע מענער מיט זייערע הרגשים און די אומשטארקייט צו זיין א באשלאסענע מאן(-ליין טאטע) דאס איינרעדענישט אז מקען זיין קלוגער פון די אייגענע עלטערן דאס פארקרומטע איינרעדעניש פון די גואישע וועלט אז א געטרייע מאן איז דער וואס איז משעובד צום אשת חיל ווי א חמור(צב"ש עפענען די טיר פון די קאר וכו'), די היינטיגע פוצעריי ביי מענער און די נישט האבן קיין שום אמת'ע מענטשליכע און יודישע ווירדן, הלוי' איך ווייס ווען פון אנהייב מיך אויסצוהיטן פון דעם, דאס אלעס אנערקענט יעדער עט סאם פאוינט (-אויב...) אבער הלוי' ווען כווייס עס ווען פון פארדעם.
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום מוצ"ש נובעמבער 16, 2019 11:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מוצ"ש נובעמבער 16, 2019 11:27 pm

הלשון האט געשריבן:איך רעדט מיר איין אז איך וואלט...

מער געארבייט אויף מיינע מדות.

אנגעקוקט זאכן/מענטשן מער פאזיטיוו.

מער פארשטאנען א צווייטן, און דן געווען א צווייטן לכף זכות.

געלעבט מיט מער אמונה ובטחון.

(מער געדאווענט...)

מסכים צו צוויי און מחולק אויף צוויי.
מידות אמונה און בטחון אוואדע יא, די אמת איז אז די לעבן לערנט עס בהכרח.
אבער ניין, קוק אויף זאכן נעגעטיוו און לעב אין רעאליטעט.
ליידער זענען מיר אין א עולם השקר, געטרוי נישט קיינעם חוץ פון משפחה (און אין שנה ראשונה ניטאמאל....... און אפילו נאכדעם שטייט אין חז"ל, משוכבת חקיך שמור פתחי פיך..), יעדער מיינט זיך און זיכט ארויסצונערן פון דיך דאס מאקסימום בענעפיט פאר זייער אינטערעסן ,קיינער איז נישטא פאר דיך, פינטל.
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, שופר און 23 געסט