וואס וואלט איר געטאן ווען איר קענט זיך ריסטארן פון אונהייב.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

וואס וואלט איר געטאן ווען איר קענט זיך ריסטארן פון אונהייב.

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 7:27 pm

אזוי ווי היינט איז מיין יום הולדת, האב איך געטראכט צו מיר דאס פאלגענדע:

וואס וואלסטו געטאן ווען די קענסט אונהייבן אלעס פון ניי, זייט די חתונה.

וואס וואלסטו געטאן ווען די קענסט צירוק דרייען די לעצטע יאר, אין וואס וואלסטו געטאן אנדערש ווי יעצט!

אין וואס וועלסטו טאן א יאר ארום פון יעצט.....

אפשר קען מיר איינער העלפן סטאפן טראכטן?

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 7:42 pm

קודם כל מזל טוב! אויף לאנגע געזונטע לעכטיגע יארן.

צ/ק
געווען מער פארזיכטיג מיט אוועקלייגן געלט אויף די אמת'ע הוצאות. ווי איז געווען מיין שכל אלע יארן?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2862
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 7:47 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:קודם כל מזל טוב! אויף לאנגע געזונטע לעכטיגע יארן.

צ/ק
געווען מער פארזיכטיג מיט אוועקלייגן געלט אויף די אמת'ע הוצאות. ווי איז געווען מיין שכל אלע יארן?
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 7:53 pm

ר' אברהם מרדכי מלאך זאגט נאך בשם איינעם (איך געדענק נישט וועמען... ) אז די לעבן דארף זיין ווי דרייוון א קאר.

ווען מען דרייווט דארף מען קוקן אויף 2 פלעצער. קודם דארף קוקן אינעם ווינדשיעלד צו זען אוואו מען פארט. צווייטענס דארף מען קוקן אונעם rear view שפיגל צו זען וואס טוט זיך פון הינטערוויילעכטס.
פארשטייט זיך אז די עיקר דארף מען קוקן פון פארנט צו זעהן ווי מען פארט און פון צייט צו צייט דארף מען קוקן פון הינטן זיכער צו מאכן דאס ארומיגס איז בסדר. אויב אבער קוקט מען א גאנצע צייט פון הינטן און נאר פון צייט צו צייט קוקט מען פאראויס ווערט מען מיאוס צוקראכט.

אזוי אויך אין טעגליכען לעבן. מען דארף קוקן פאראויס מיט א בליק אויף וואס מען קען דערגרייכן, און פון צייט צו צייט קוקן אויף צוריק וואסערע טעותים מען האט געמאכט און מען דארף פארעכטן. אויב אבער וועט מען נאר טראכטן אויף צוריק און זיך עסן אויף וואס איז שוין געווען, דעמאלטס וועט מען מיאוס צוקראכט ווערן.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 8:47 pm

ווען איך האב ווען יעצט חתונה און איך וואלט געוואוסט וואס איך ווייס יעצט נאך די אלע יארן וואס ס'מיינט 'געלט', וואלט איך זיך ווארשיינליך מער פארלייגט אבי צו האבן געלט. אוודאי מיט'ן אייבערשטענס הילף.

איך וואלט געלויבט מער דעם הייליגן באשעפער אז ער האט מיר געגעבן וואס ער האט מיר געגעבן און נישט געטראכט פון אירע חסרונות וואס ס'הייבט זיך עניוועי נישט אן.

איך וואלט נישט געקערט צו זי איז געווערן געטשעפעט צו נישט ווען איך האב באמת נישט געמיינט צו טשעפענען. אז איך האב נישט געטשעפעט וועט עס סייווי ווערן אויסגעגליכן, די געפילן מעגן ווערן אביסל צעשאקלט, ס'וועט זיך צוריק שאקלן. דער עיקר איז נישט צו טשעפענען פאר דוקא.

איך וואלט זיך געגאנגען מיין וועג און נישט אזויפיל מורא געהאט וואס זי וועט זאגן און טראכטן. זאכן ווערן אויסגעגליכן פון זיך אליין ווילאנג מ'מיינט גוטס.

דאס איז ווען איך האב ווען יעצט חתונה.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום מאנטאג נובעמבער 11, 2019 9:40 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 8:53 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:קודם כל מזל טוב! אויף לאנגע געזונטע לעכטיגע יארן.

צ/ק
געווען מער פארזיכטיג מיט אוועקלייגן געלט אויף די אמת'ע הוצאות. ווי איז געווען מיין שכל אלע יארן?

גא"מ
איך וואלט ארויס פון כולל עט ליעסט 1 יאר בעפאר.

כ'וואלט מער מתפלל געווען אז די קינדער זאלן אויסוואקסן אמת'ע ירא שמים באמונה פשוטה.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

yoel2124441100
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 8:59 pm

nmi האט געשריבן:איך וואלט ארויס פון כולל עט ליעסט 1 יאר בעפאר.

מ׳טאר דאס נישט שרײבּן

רוב יונגעלײט װאס איך קען פון מײן כולל װאס זענען געגאנגען ארבּעטן נאכען זײן 10 יאר אין כולל זענען גאר גאר שײן מצליח

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 9:02 pm

yoel2124441100 האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך וואלט ארויס פון כולל עט ליעסט 1 יאר בעפאר.

מ׳טאר דאס נישט שרײבּן

רוב יונגעלײט װאס איך קען פון מײן כולל װאס זענען געגאנגען ארבּעטן נאכען זײן 10 יאר אין כולל זענען גאר גאר שײן מצליח

אבער פארוואס טאר איך עס נישט שרייבן?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

yoel2124441100
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

תגובהדורך yoel2124441100 » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 9:09 pm

nmi האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך וואלט ארויס פון כולל עט ליעסט 1 יאר בעפאר.

מ׳טאר דאס נישט שרײבּן

רוב יונגעלײט װאס איך קען פון מײן כולל װאס זענען געגאנגען ארבּעטן נאכען זײן 10 יאר אין כולל זענען גאר גאר שײן מצליח

אבער פארוואס טאר איך עס נישט שרייבן?

זאגען אז מ׳דערלײגט פון לערנען און כּולל איז נישט אידישלעך

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 9:11 pm

yoel2124441100 האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך וואלט ארויס פון כולל עט ליעסט 1 יאר בעפאר.

מ׳טאר דאס נישט שרײבּן

רוב יונגעלײט װאס איך קען פון מײן כולל װאס זענען געגאנגען ארבּעטן נאכען זײן 10 יאר אין כולל זענען גאר גאר שײן מצליח

אבער פארוואס טאר איך עס נישט שרייבן?

זאגען אז מ׳דערלײגט פון לערנען און כּולל איז נישט אידישלעך

אזוי האלסטו. און איך האלט אנדערש. כ'מעג?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 9:16 pm

yoel2124441100 האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך וואלט ארויס פון כולל עט ליעסט 1 יאר בעפאר.

מ׳טאר דאס נישט שרײבּן

רוב יונגעלײט װאס איך קען פון מײן כולל װאס זענען געגאנגען ארבּעטן נאכען זײן 10 יאר אין כולל זענען גאר גאר שײן מצליח

לכאורה די וואס זענען 10 יאר אין כולל האבן עפעס (דרך הטבע) אויף וואס/וועמען זיי זענען זיך סומך... און דאס העלפט זיי אויך אליינ׳ס מצליח צו זיין בדרך הטבע ווען זיי גייען ארויס.

אבער די וואס האבן נישט; איז נישט קיין עסק צו ווארטן אויף דקדוקי עניות...

איך למשל האב לאנגע לאנגע יארן געארבייט אין גרעפיק׳ס פאר אנדערע פשוט ווייל כ׳האב נישט געקענט עפארדען דעם ריסק פון עפענען אליין...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 9:32 pm

yoel2124441100 האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך וואלט ארויס פון כולל עט ליעסט 1 יאר בעפאר.

מ׳טאר דאס נישט שרײבּן

רוב יונגעלײט װאס איך קען פון מײן כולל װאס זענען געגאנגען ארבּעטן נאכען זײן 10 יאר אין כולל זענען גאר גאר שײן מצליח

אבער פארוואס טאר איך עס נישט שרייבן?

זאגען אז מ׳דערלײגט פון לערנען און כּולל איז נישט אידישלעך

ער האט געזאגט אז ער האט 'געלערנט' אין כולל?
די פאקט איז אז זייער אסאך א''ג כולל יונגעלייט זיצן דארט אפ נאר וועגן עס 'פאסט נאכנישט' צו גיין ארבעטן.
און אזא פאל איז א מצוה עס צו ארויסשרייבן. גייטס ארבעטן!
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
זעקס און ניינציגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 4:22 pm
לאקאציע: נעבן די לעקעך

תגובהדורך זעקס און ניינציגער » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 8:20 am

פעטער שמואל האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:איך וואלט ארויס פון כולל עט ליעסט 1 יאר בעפאר.

מ׳טאר דאס נישט שרײבּן

רוב יונגעלײט װאס איך קען פון מײן כולל װאס זענען געגאנגען ארבּעטן נאכען זײן 10 יאר אין כולל זענען גאר גאר שײן מצליח

אבער פארוואס טאר איך עס נישט שרייבן?

זאגען אז מ׳דערלײגט פון לערנען און כּולל איז נישט אידישלעך

ער האט געזאגט אז ער האט 'געלערנט' אין כולל?
די פאקט איז אז זייער אסאך א''ג כולל יונגעלייט זיצן דארט אפ נאר וועגן עס 'פאסט נאכנישט' צו גיין ארבעטן.
און אזא פאל איז א מצוה עס צו ארויסשרייבן. גייטס ארבעטן!

גא"מ און אז מזיצט דארט אפ וועגן עס פאסט נישט בדרך כלל בטל'ט מען די צייט וד"ל איז דאך א מצוה צו גיין ארבעטן
טעיק איט איזי

נאך איינער
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 8:53 am

nmi האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:קודם כל מזל טוב! אויף לאנגע געזונטע לעכטיגע יארן.

צ/ק
געווען מער פארזיכטיג מיט אוועקלייגן געלט אויף די אמת'ע הוצאות. ווי איז געווען מיין שכל אלע יארן?

גא"מ
איך וואלט ארויס פון כולל עט ליעסט 1 יאר בעפאר.

איך וואלט בכלל נישט אריין.

גם אתה יכול
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

תגובהדורך גם אתה יכול » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 9:07 am

ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואל נישט געווען אזא זאך ווי כולל, אז די ווילסט לערנען גיי אין שוהל אין לערנען, אז די ווילסט מאכן א חבורה מאך, אבער אז די באן שינעס זאלן עפציעל מאכן א סטאפ ביי א בנין וואס הייסט כולל און נישט אויסזאגן ווען די נעקסטע באן קומט איז קטנות, אן עדאלט דארף האבן די אייגענע בחירה צו מאכן זיין באשלאוס ווי אזוי ער וויל אויסשטעלן זיין טאג און וועלכע לימוד ער וויל לערנען און וויפיל ער זאל לערנען, עס ברויך נישט זיין קיין סיסטעם פאר דעים..

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 9:14 am

נאך איינער האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:קודם כל מזל טוב! אויף לאנגע געזונטע לעכטיגע יארן.

צ/ק
געווען מער פארזיכטיג מיט אוועקלייגן געלט אויף די אמת'ע הוצאות. ווי איז געווען מיין שכל אלע יארן?

גא"מ
איך וואלט ארויס פון כולל עט ליעסט 1 יאר בעפאר.

איך וואלט בכלל נישט אריין.

אריין וואלט איך יא ווייל עפי"ר איז געזונט סיי בגשמיות און סיי ברוחניות אז מ'פאלט נישט אריין גראד פונעם שבע ברכות אריין אין דזשאב והדאגות. עכ"פ ביי מיר איז עס אזוי
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 9:28 am

nmi האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:קודם כל מזל טוב! אויף לאנגע געזונטע לעכטיגע יארן.

צ/ק
געווען מער פארזיכטיג מיט אוועקלייגן געלט אויף די אמת'ע הוצאות. ווי איז געווען מיין שכל אלע יארן?

גא"מ
איך וואלט ארויס פון כולל עט ליעסט 1 יאר בעפאר.

איך וואלט בכלל נישט אריין.

אריין וואלט איך יא ווייל עפי"ר איז געזונט סיי בגשמיות און סיי ברוחניות אז מ'פאלט נישט אריין גראד פונעם שבע ברכות אריין אין דזשאב והדאגות. עכ"פ ביי מיר איז עס אזוי

גערעכט, מען דארף אריין אין דשאב נאך פאר די חתונה.

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 9:59 am

לאזן כולל VS ארבעטן אין אנדערע אשכול...

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 10:01 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:לאזן כולל VS ארבעטן אין אנדערע אשכול...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=31548
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 10:06 am

כ'וואלט פראבירט אלע מעגליכקייטן צו מאכן געלט, אן דארפן ארבעטן ווי א חמור, ווצב"ש זיצן אין כולל..... :lol: :lol: :lol:

נ'אמת'ן גערעדט.. די רווחים פון לערנען אין כולל זעהט מען נישט אויף דיע וועלט...... והקרן קיימת לעוה"ב ווען געלט האט שוין נישט קיין ווערד...., סאו נאריש צו חרטה האבן בעפארן גרייכן דעם ציל, ווי דער גר וואס אנטלויפט פאר שלחן עורך....
לעצט פאראכטן דורך אביונה אום דינסטאג נובעמבער 12, 2019 10:12 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 10:09 am

גם אתה יכול האט געשריבן:ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואל נישט געווען אזא זאך ווי כולל, אז די ווילסט לערנען גיי אין שוהל אין לערנען, אז די ווילסט מאכן א חבורה מאך, אבער אז די באן שינעס זאלן עפציעל מאכן א סטאפ ביי א בנין וואס הייסט כולל און נישט אויסזאגן ווען די נעקסטע באן קומט איז קטנות, אן עדאלט דארף האבן די אייגענע בחירה צו מאכן זיין באשלאוס ווי אזוי ער וויל אויסשטעלן זיין טאג און וועלכע לימוד ער וויל לערנען און וויפיל ער זאל לערנען, עס ברויך נישט זיין קיין סיסטעם פאר דעים..

ס׳איז א ווייטאג צו זעהן אזא תגובה, און נאך אזאלכע תגובות אין דעם אשכול.

ס׳איז דא היינט אסאך גדולי ישראל, אלע זענען מסכים אז די ריכטיגע זאך איז אז ס׳זאל זיין די הייליגע ״סיסטעם״ אז א יעדער גייט אין כולל נאך די חתונה.

אונז קען מיר מסביר זיין און פראבירן צו פארשטיין פארוואס אדער קענען מיר בלייבן ביי נישט פארשטיין. אבער צו מחולק זיין חס ושלום.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 10:10 am

@נשמה @פעטער שמואל ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 10:14 am

איך וואלט נישט אזוי געקארקט מייין געלט וויסענדיג אז עס ליגט סיי ווי און די הענט פונעם אייבישטען

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 10:15 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
גם אתה יכול האט געשריבן:ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואל נישט געווען אזא זאך ווי כולל, אז די ווילסט לערנען גיי אין שוהל אין לערנען, אז די ווילסט מאכן א חבורה מאך, אבער אז די באן שינעס זאלן עפציעל מאכן א סטאפ ביי א בנין וואס הייסט כולל און נישט אויסזאגן ווען די נעקסטע באן קומט איז קטנות, אן עדאלט דארף האבן די אייגענע בחירה צו מאכן זיין באשלאוס ווי אזוי ער וויל אויסשטעלן זיין טאג און וועלכע לימוד ער וויל לערנען און וויפיל ער זאל לערנען, עס ברויך נישט זיין קיין סיסטעם פאר דעים..

ס׳איז א ווייטאג צו זעהן אזא תגובה, און נאך אזאלכע תגובות אין דעם אשכול.

ס׳איז דא היינט אסאך גדולי ישראל, אלע זענען מסכים אז די ריכטיגע זאך איז אז ס׳זאל זיין די הייליגע ״סיסטעם״ אז א יעדער גייט אין כולל נאך די חתונה.

אונז קען מיר מסביר זיין און פראבירן צו פארשטיין פארוואס אדער קענען מיר בלייבן ביי נישט פארשטיין. אבער צו מחולק זיין חס ושלום.
פארווואס איז אזוי וויכטיג אז א ״יעדער״ זאל גיין אין כולל נאך די חתונה אין אונזער דור?

נאכאמאל איך קען פראבירן עס צו פארשטיין:

אונזער דור איז זייער א שווערע דור בפרט מיט Technology, בלייבן לערנען נאר די חתונה פאר ווי לאנג שייך, שטעלט אוועק א יונגערמאן און דאס מיינט זיין שטוב פאר זיין גאנצע לעבן מיט א מער ערענסטע און דערהויבענע גייסט.

נאך א זאך אפי׳ די וואס לערנען נישט אזוי פלייסיג אין כולל חוץ פון די מצב אין כולל וואס שטעלט אוועק בעסער איהם און זיין שטוב, איז כמעט לא ימלט אז ער לערענט נישט אפאר שעה דא און א פאר שעה דארט.

ס׳איז זייער קריטיש אז מען זאל גיין אין כולל די לענגער ס׳איז שייך, עגיען דאס איז די הוראה פון אלע גדולי ישראל בזמנינו
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 23 געסט