מוסדות בני ישראל

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

מוסדות בני ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

בעזהשי"ת

מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן פאר'ן חשוב'ן ציבור אז אין די גאר נאנטע טעג, אדער יארן, גרייט מען זיך צו עפענען נייע מוסדות. די מוסדות האט ביז דערווייל נאך נישט קיין נאמען ממילא האבן מיר עס געגעבן א צייטווייליגע נאמען "מוסדות בני ישראל".

די עפענונג פון די מוסדות האלט נאך אין די גאר ערשטע פאזעס. אין די איצטיגע מאמענט האלט עס באמת נאך אין די סאמע ערשטע פאזע און דאס איז אויסשטעלן די שטאטוטן פאר די מוסדות. דאס שרייבן די שטאטוטן איז באמת אויך נאך נישט פארטיג אבער מיר לייגן עס ארויף דא שוין יעצט אזוי ווי עס איז, אפשר וועט דער עולם דא האבן וואס מעיר צו זיין אדער צו מוסיף זיין און ווי באקאנט יעדע זאך וואס ווערט געמאכט בדיבוק חברים קומט ארויס אסאך שענער און בעסער.

שטאטוטן - מוסדות בני ישראל

הקדמה
א) די ציל פון מוסדות "בני ישראל" איז צוגעבן פאר יעדע אידיש קינד וואס זיינע עלטערן ווילן נאר, א ערליכע אידישע תורה'דיגע יושר'דיגע חינוך לויט ווי עס מקובל מאבותינו ורבותינו בלי שום שינו.
פרק א'
ב) עס זאל אויפגעשטעלט ווערן א ועד המוסדות וואס זאל באשטיין פון 7 חברים.
ג) די תפקיד פון די ועד איז צומאכן תקנות אויב עס פעלט זיך אויס, און צו פירן די בודשעט פון די מוסדות. יעדע תקנה אדער הוצאה זאל באשטעטיגט ווערן לויט רוב דיעות פון די חברי הועד.
פרק ב'
ד) די חברי הועד זאלן אויך לויט רוב דיעות אויפנעמען א מנהל רוחני וואס זאל פירן די טאג טעגליכע רוחניות'דיגע ווירטשאפט פון די מוסדות; א מנהל גשמי (אדמיניסטרעיטאר) וואס זאל פירן די טאג טעגליכע גשמיות'דיגע ווירטשאפט; און א ענגליש פרינציפעל וואס זאל אנפירן מיט די לימודי חול.
ה) די מנהל רוחני, גשמי און ענגליש פרינציפעל קענען בשו"א נישט מאכן קיין שום תקנה. די אויטאריטעט צו מאכן תקנות ווערט געגעבן אויסשליסליך נאר פאר די ערוועלטע חברים פון די ועד המוסדות. אויב די מנהל שפירט פאר וויכטיג איינצופירן א תקנה זאל ער עס איבערגעבן פאר די חברי הועד און זיי זאלן לויט רוב דיעות באשטימען צו דער תקנה זאל טאקע איינגעפירט ווערן.
ו) דער מנהל רוחני זאל אויפנעמען מלמדים. דער ענגליש פרינציפעל זאל אויפנעמען ענגליש טיטשערס. דער מנהל רוחני און דער ענגליש פרינציפעל קען אויך אויפזאגן מלמדים / טיטשערס. אויב אבער די ועד המוסדות באשימט לויט רוב דיעות אז פאר דער מלמד / טיטשער קומט זיך נישט אויפגעזאגט צו ווערן דאן קען דער מנהל / פרינציפעל אים נישט אויפזאגן.
ז) די ועד המוסדות קען אויך לויט רוב דיעות אויפזאגן א מלמד אדער א טיטשער אדער סיי וואספארא אנדערע איינגשטעלטער אין די מוסדות.
פרק ג'
ח) די חברים פון די ועד זאלן ווערן אויסגעוועלט דורך די טאטעס פון די קינדער פון די מוסדות.
ט) די וואלן זאל צוגיין ווי פאלגענד: עס זאל פארגעשטעלט ווערן א רשימה פון נעמען פון מענטשן וואס זענען אינטערסירט צו זיין פון די חברי הועד. יעדע טאטע וואס האט כאטש איין קינד אין די מוסדות קען וועלן פאר ביז 7 נעמען. די 7 נעמען וואס באקומען די מערסטע שטימען זאלן ווערן אויפגענומען אלס חברים אין די ועד.
י) די וואלן זאלן פארקומען איינמאל אין א יאר (חוה"מ פסח).
יא) די רעכט צו שטימען ווערט נאר געגעבן פאר די "עכטע" טאטע פון די קינד. אפילו ווען די קינד ווערט נישט אויפגעצויגן דורך זיין טאטע. די עכטע טאטע האט אבער א רעכט איבער צוגעבן זיין וואל רעכט פאר די מאמע אדער שטיף טאטע אדער אויפציער. ער קען אבער נישט איבער געבן זיין וואל רעכט פאר איינעם אנדערש חוץ פון די אויבנדערמאנטע. אין פאל די קינד האט נישט קיין טאטע ל"ע, גייט די וואל רעכט פאר די מאמע.
פרק ד'
יב) די חברי הועד קענען נישט מאכן קיין שום תקנה בנוגע די פערזענליכע אויפפירונג פון די עלטערן, נאר בנוגע די אויפפירונג פון די קינדער אין די מוסדות, ווי למשל מיט וועלכע מלבושים די קינדער מעגן יא אדער נישט קומען אין חדר, אדער וואסערע שפילצייג, עסנווארג, נאש, מאשינדלעך די קינדער מעגן יא אדער נישט ברענגען אין חדר. יעדע תקנה וואס האט צוטון מיט די אויפפירונג פון די עלטערן איז די תקנה אויטאמאטיש בטל ומבוטל.
יג) פארשטייט זיך אליין אז די ועד קען יא מאכן תקנות ווי אזוי פרעמדע מענטשן – אריינגערעכנט עלטערן - דארפן זיך אויפפירן אדער גיין אנגעטון בשעת זיי געפינען זיך אין די שטח פון די מוסדות.
יד) די ועד המוסדות קען אויך מאכן תקנות ווי אזוי עס דארף זיין די אויפפירונג פון די קינדער אפילו בשעת זיי געפינען זיך נישט אין חדר.
פרק ה'
טו) די ועד המוסדות זאל אויך שטעלן איינעם וואס זיין ארבעט זאל זיין זיך אפצוגעבן מיט אויפנעמען יעדע יאר נייע קינדער אין די מוסדות.
טז) די מוסדות טאר אויף קיין שום וועג נישט מאכן קיין חילוק צווישן קינדער. נישט קיין חילוק פון וואספארא שטוב, חסידות, קרייז די קינד קומט אדער וואס עס איז די פינאציעלע מצב פון די עלטערן פון די קינד. דאס אויפנעמען קינדער אין די מוסדות זאל גיין אך ורק נאר אויף די מהלך פון "כל הקודם זכה", ווער עס האט פריער אריינגעשיקט אן אפלעקאציע האט א זכות קדימה.
יז) אויב עס איז דא עלטערן וואס זיי האבן א טענה אז מ'האט נישט אנגענומען זייער קינד פאר סיי וואספארא אנדערע סיבה חוץ אז זיי האבן זיך געמאלדן צו שפעט קען ער רופן די ועד המוסדות צו די"ת און אויב זיין טענה שטעלט זיך אויס צו זיין ריכטיג דארף די מוסדות אים באצאלן א קנס פון $100 פאר יעדן טאג וואס דער קינד ווערט נישט אנגענומען אין די מוסדות.
יח) די ועד המוסדות זאל באשטימען א נומער פון קינדער וואס וועלן ווערן אנגענומען יעדע יאר אין די מוסדות. און ווי אויך א נומער פון קינדער וואס וועלן ווערן אנגענומען יעדע יאר אין די עלטערע כיתות. ווי למשל 100 נייע קינדער יעדע יאר אין נורסערי – קינדערגארטן, און 30 נייע קינדער יעדע יאר אין די עלטערע כיתות.
פרק ו'
יט) שכר לימוד זאל גערעכנט ווערן לויט די חודש'ליכע איינקנופט פון די עלטערן. די סיסטעם פון רעכענען שכר לימוד זאל ארבעטן ווי פאלגענד: בעצם איז שכר לימוד פאר יעדע קינד $1000 א חודש. אויב אבער די עלטערן מאכן ווייניגער ווי $4000 א חודש דארפן זיי בכלל נישט באצאלן שכ"ל. אויב מאכן זיי $4500 דארפן זיי באצאלן $500 א חודש נישט קיין חילוק וויפיל קינדער זיי האבן אין די מוסדות. אויב מאכן זיי $5000 דארפן זיי באצאלן $1000 נישט קיין חילוק וויפיל קינדער זיי האבן אין די מוסדות. אויב מאכן זיי $5500 איז אויב האבן זיי נאר איין קינד דארפן זיי באצאלן נאר $1000 אויב האבן זיי צוויי אדער מער קינדער אין די מוסדות דארפן זיי באצאלן $1500 אא"וו.
כ) יעדע תקנה וואס די ועד המוסדות פירט איין זאל קומען מיט א סכום קנס וואס די עלטערן וועלן דארפן באצאלן אויב זיי זענען עובר אויף די תקנה. אויף קיין שום פאל זאל א קינד נישט ווערן פארשיקט, אהיימגעשיקט אדער ארויסגעווארפן פון די מוסדות אפילו נאר פאר א קורצע צייט.
כא) קיין שום געלט התחייבות זאל נישט ארויפגעלייגט ווערן אויף די עלטערן חוץ די התחייבות פון שכר לימוד אדער קנסות.
פרק ז'
כב) יעדע סיכסוך וואס מאכט זיך צווישן איינע פון די עלטערן און די הנהלת המוסדות אדער אינערהאלב די הנהלה ווי למשל צווישן די ועד המוסדות און די מנהל אדער צווישן א מלמד און די מנהל זאלן די טענות געשטעלט ווערן פאר א בי"ד פון דריי ערנסטע ת"ח און זיי זאלן פסק'ענען ווער עס איז גערעכט.
כג) אין פאל וואס עס שטעלט זיך אויס אז בי"ד וועט פסק'ענען אז די מוסדות האט טאקע פארלעצט די רעכט פון איינע פון די עלטערן פון די קינדער אין די מוסדות זאלן זיי באשטימען לפי ראות עיניהם א קנס וואס די מוסדות זאל באצאלן פאר די עלטערן.
כד) קיין שום סעיף פון די שטאטוטן קען נישט ווערן געטוישט / אראפגענומען / צוגעלייגט נאר אויב מ'וועט צאם רופן אן אסיפה פון אלע עלטערן און צוויי דריטל וועלן מסכים זיין צו די טויש און ווי אויך מוזן מסכים זיין כאטשיג פינף פון די זיבן חברי הועד המוסדות.
כה) די שטאטוטן זאלן איבערגעגעבן ווערן פאר אן ערנסטע ת"ח וואס איז בקי בדיני חו"מ און להבדיל פאר א לויער וואס איז בקי בחוקי המדינה און זיי זאלן זיכער מאכן אז די שטאטוטן האבן א שטארקע תוקף הן עפ"י חוקי תורתינו הק' און הן להבדיל לויט די חוקי המדינה.
לעצט פארראכטן דורך למדן וצדיק אום דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 10:39 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

אין וועלעכע שטאט פלאנט מען צו עפענען די מוסדות?
וויאזוי גייט מען שטימען פאר די וועד די ערשטע יאר?
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

די שטאט איז אויך נאך נישט ביזדערווייל אפגעמאכט געווארן. האפענטליך וועט דאס זיין אין יעדן אידישן שטאט.

פארשטייט זיך אליין אז קודם וועט אויפגעשטעלט ווערן א צייטווייליגע ועד ביז עס וועט פארקומען די ערשטע וואלן
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

סאיז מער א חלום ווי א פלאן איי געס
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

ווער איז עקסקלודעד פון סעיף י"ב? א גוי? מחלל שבת בפרהסיא? ביטע אויסקלארן.
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

כ'האב גוטע נייעס פאר אייך! עס איז דא הונדערטע אזעלכע מוסדות אין אמעריקע! עס הייסט hebrew day school.
google it.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

זיי געבן נישט אבער אן ערליכע תורה'דיגע חינוך לפי המקובל לנו מאבתינו ורבותינו בלי שום שינו
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

דאס איז ווייל די עלטערן האבן אריינגעוועלט א באורד פון שוואכע אידן. אויב וועט מען אריינוועלן א באורד משלנו וועט עס אויסזען אנדערש.
איך ווארט נאך אויף א תשובה אויף מיין ערשטע תגובה.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

איך האב נישט פארשטאנען די שאלה פון דיין ערשטע תגובה
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

אויב א מחלל שבת בפרהסיא קומט איינשרייבן זיין קינד מוז מען אים אננעמען? פשוט אויסצוקלארן. כ'האב נישט קיין טענות.
אוועטאר
בת היענה
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת היענה »

וואס עפעס נאר מענער אויפן ועד? ווי אויך פארוואס האבן נישט די פרויען קיין רעכט צו שטומען?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ישרן האט געשריבן:אויב א מחלל שבת בפרהסיא קומט איינשרייבן זיין קינד מוז מען אים אננעמען? פשוט אויסצוקלארן. כ'האב נישט קיין טענות.

יא פארוואס נישט, אויב ער וויל געבן אן ערליכע חינוך פאר זיין קינד אדרבא איז עס אפשר א גרעסערע מצוה נישט צו לאזן זיין קינד נטמע ווערן בין העכו"ם. דאכט זיך ס'דא איבער דעם אן ענליכע דיון אין די שו"ת פון די אונגארישע גדולי ישראל בפרט אין שו"ת מהר"ם שיק בנוגע מל'ען קינדער פון די רעפארמער. דארף מען טאקע נאכקוקן. ייש"כ פארן מעורר זיין.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

הוספה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

א וויכטיגע סעיף וואס כהאב פארגעסן

כה) קיין שום סעיף פון די שטאטוטן קען נישט ווערן געטוישט / אראפגענומען / צוגעלייגט נאר אויב מ'וועט צאם רופן אן אסיפה פון אלע עלטערן און דריי דריטל וועלן מסכים זיין צו די טויש און ווי אויך מוזן מסכים זיין כאטשיג פינף פון די זיבן חברי הועד המוסדות.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

וועט די מוסדות אויך האבן א וועד פון רבנים? אדער נאר א וועד פון בעלי בתים?
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3775
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

למדן וצדיק האט געשריבן:
ישרן האט געשריבן:אויב א מחלל שבת בפרהסיא קומט איינשרייבן זיין קינד מוז מען אים אננעמען? פשוט אויסצוקלארן. כ'האב נישט קיין טענות.

יא פארוואס נישט, אויב ער וויל געבן אן ערליכע חינוך פאר זיין קינד אדרבא איז עס אפשר א גרעסערע מצוה נישט צו לאזן זיין קינד נטמע ווערן בין העכו"ם. דאכט זיך ס'דא איבער דעם אן ענליכע דיון אין די שו"ת פון די אונגארישע גדולי ישראל בפרט אין שו"ת מהר"ם שיק בנוגע מל'ען קינדער פון די רעפארמער. דארף מען טאקע נאכקוקן. ייש"כ פארן מעורר זיין.

תלמוד תורה שו"ת מהרם שיק
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
ניי ווילי
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניי ווילי »

איך אז און סיעף י״ז די קנס פון הינדערט דאלער א טאג מאכט נישט קיין סענס. פון זאל מען נעמען די געלט פון די מוסד קען מען נישט נעמען דאס איז הקדש געלט
מען דארף טרעפן א בעסערע עצה
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

הויעך האט געשריבן:וועט די מוסדות אויך האבן א וועד פון רבנים? אדער נאר א וועד פון בעלי בתים?

נאר א ועד המוסדות. אויף די ועד קענען לויפן סיי רבנים און סיי בע"ב. אויב איינע פון די עלטערן שפירט אז עפעס אין די מוסדות פירט זיך נישט לויט די ערליכע תורה'דיגע אידישע וועג כפי המקובל לנו מאבותינו ורבותינו קען ער רופן ווי דערמאנט אין סעיף כ"ב די הנהלת המוסדות צו די"ת און די רבנים זאלן פסקענען ווער עס איז גערעכט
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ניי ווילי האט געשריבן:איך אז און סיעף י״ז די קנס פון הינדערט דאלער א טאג מאכט נישט קיין סענס. פון זאל מען נעמען די געלט פון די מוסד קען מען נישט נעמען דאס איז הקדש געלט
מען דארף טרעפן א בעסערע עצה

האסט עפעס א בעסערע עצה?
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
ניי ווילי
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניי ווילי »

דער ווייל קען מען בלייבן זיי די יעצטיגע מוסדות
זויבער
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זויבער »

זייער א גוטער פלאן, אלעס איז גרייט, שטאטוטן, דאטומען, וואלן, שטימרעכטן נאר פארן ביאלאגישן טאטן נישט פארן ערציער, נישט קיין טאטע באקומט עס די מאמע, וואס איז נאכנישט קלאר איז אין פאל פון א יתום מאב ומאם ל״ע ווער עס באקומט די רעכט?

איך פרוביר זיך מצייר צו זיין דעם מוסד געפירט דורכן ערוועלטן וועד פון עלטערן וואס האבן עס נישט געמאכט אין די עסטאבלישמענט מוסדות צוליב געוויסע סיבות און האבן געכאפט דעם כל הקודם זכה אפליקאציע פאר גענצליך בחינם, א רחמנות אויפן מייסד ומנכ"ל וואס גייט שלעפן דעם עול הגשמי, דער מנהל רוחני גלויב איך נישט וועט האבן צופיל ארבעט פארלאנגט דורך רוב פון די סארט עלטערן..

וויצן אין א זייט געלייגט, פון צווישן די שורות פון דעם למדן וצדיק ליגט א טיפער ווייטאג אויף די מוסדות וואס ווארפן זיך אזוי ארום מיט עלטערן וואס זוכן ס״ה צו געבן א פרומע חינוך פאר זייערע קינדער און פאלן קרבנות פאר עגאאיסטישע אג חברי הנהלה וועלעכע אונטער זייער פרומע שלייער פארגיסט מען בלוט פון משפחות און לייגן צוגרונד שטיבער ר״ל.
ארץ ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם!
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

א טעלעוויזשאן אין שטוב איז נכלל אין כלל פונעם קינד אדער די עלטערן? וד״ל
די סדר פון שכ״ל איז נישט גוט, ווידער דער ארימער וועט לעבן אויפן חשבון פונעם רייכער? ליבעראליזים
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

למדן וצדיק האט געשריבן:א וויכטיגע סעיף וואס כהאב פארגעסן

כה) קיין שום סעיף פון די שטאטוטן קען נישט ווערן געטוישט / אראפגענומען / צוגעלייגט נאר אויב מ'וועט צאם רופן אן אסיפה פון אלע עלטערן און דריי דריטל וועלן מסכים זיין צו די טויש און ווי אויך מוזן מסכים זיין כאטשיג פינף פון די זיבן חברי הועד המוסדות.

דריי דריטל אדער צוויי דריטל?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

קוקט אויס די פינעף יום כיפור'דיגע שמונה עשרה'ס זענען געווען לאנגווייליג ויצא האשכול הזה.

אלענפאלס, איך וואלט צוגעלייגט נאך א סעיף אז יעדעס יאר דארף א סערטיפייד אקאונטענט איבערגיין די ביכער און געבן א דו"ח אויף די הכנסות והוצאות.

סעיף יט, וויאזוי שכר לימוד זאל גערעכענט ווערן דארף א תיקון. וויאזוי קען מען וויסן וויפול איינער פארדינט א פער חודש? און וואס טיט זיך מיט איינער וואס פארדינט איין חודש גארנישט און א צווייטע חודש צוואנציג אלפים? איינער וואס האט פ. ס. אדער סעקשאן 8, איז דאס גערעכענט ווי אינקאם?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אויב דער מוסד עפנט זיך טאקע, לוינט זיך צו ווערן א חו"מ דיין אין יענע געגנט. ס'גייט פארקומען דין תורה'ס יעדע פאר מינוט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

איז דא עשירים וואס שטיצען די געדאנק? עפענען א מוסדות די ערשטע פאר יאר גלייב איך קאסט א געוואלד
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”