רעב איד, איר זענט עובר אויף א לאו דאורייתא יעדן איינציגסטן טאג!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וַיִמָצֵא כָתוִב
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:57 pm

רעב איד, איר זענט עובר אויף א לאו דאורייתא יעדן איינציגסטן טאג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וַיִמָצֵא כָתוִב »

איך בין צישאקלט. איך בין ציטרייסלט ביז די טיפענישן פון מיין נשמה. איך קען נאך אלץ נישט גלייבן אז חזקי, דער פרייליכער אינגערמאן וואס דרייט זיך ארים מיט א שמייכל האט אלעמאל א גיט ווארט, האט נארוואס געוויינט דא אין מיין קאר.

ווי אלעמאל האט ער אנגעהויבן די שמיעס מיט א שמייכל. "ווילסט הערן א השגחה פרטית וואס איך האב יעצט געהאט?"
"אודאי."
"פונקט נעכטן האב איך געטראפן אן אלטע לאטערי טיקעט" דערציילט חזקי, "און איך בין אריין צו דאנאטה וויין געשעפט צו זעה אויב איך האב עפעס געווינען. איך האב געווינען צען דאלער!"
"מזל טוב! אבער וואס איז די השגחה פרטית?"
"ווייל היינט צופרי האט מען אפגעהאקט מיין טעלעפאן און אינטערנעט ווייל איך האב נישט באצאלט די ביל. מיין באלעבוס האט געווארט, זיינע קאסטומערס האבן געווארט, אבער מיין אינטערנעט איז טויט! מיין ווייב האט פונקט געטראפן א $50 גיפט קארט נאך פון דרשה געשאנק פון די חתונה (א השגחה פרטית פאר זיך), אבער איך האב נישט געקענט באצאלן ווייל מיין אינטערנעט ארבעט נישט! איך בין אריינגעגאנגען צו די קאמפיוטער סטאר צו נוצן זייער קיאסק, זאגט מיר דער מענטש ביים רעדזשיסטער אז ער נעמט נאר קרעדיט קארט פון צען דאלער און העכער. איך האב דאך נישט געהאט קיין ברירה, האב איך שוין שיעור ארויסגענומען די קארטל פון טאש, ווען איך האב זיך דערמאנט אז איך האב א פאר דאלער קעש פון די לאטערי געווינס!"
"אקעי" זאג איך, "אבער איך כאפ נישט, וואס-א-חילוק אויב די צאלסט מיט קעש אדער מיט א קרעדיט קארט?"
"געב אהער דיין טעבלעט" זאג חזקי אנשטאט אן ענטפער. ער סיינט אריין צו טשעיס, און ער ווייזט מיר. "זעיסט? איין טשעקינג עקאונט איז די בעלענס נעגעטיוו $416, די צווייטע טשעקינג עקאונט איז די בעלענס $12, די סעיווינגס עקאונט איז ליידיג, און די קרעדיט קארט איז שוין אריבער די לימיט מיט כמעט הונדערט דאלער. דאס מיינט אז איך האב יעצט $12 דאלער וואס איך קען ניצן, אין איך דארף קויפן עפעס וויכטיג אין די פארמעסי. אויב וואלט איך נישט געהאט די געלט פון די לאטערי וואלט איך געמוזט צאלן צען דאלער פאר די קאמפיוטער סטאר" זאגט חזקי, ווען זיין שטימע הייבט זיך אן שטיקן. "אין איך וואלט געבליבן מיט צוויי דאלער, און איך וואלט נישט געקענט קויפן אין די פארמעסי דאס וואס איך דארף!"

איך בין געבליבן שטיל ווי געשאקט. חזקי איז א אינגערמאן א חלמיד חכם וואס ארבעט שווער פאר פרנסה. א האלבע טאג טוט ער אפיס ארבעט אינדערהיים, און נאכמיטאג לערנט ער פריוואט מיט בחורים. ער האט מיר געהאט געזאגט אז ער קומט אויס, כאטש בצמצום. וויאזוי איז ער אנגעקומען צו אזא מצב אז ער האט נישט אויף צו קויפן די וויכטיגסטע זאכן?!

לייענענדיג מיינע מחשבות האט זיך חזקי אנגערופן מיט א ביטערע שמייכל: "עכט האב איך יעצט איבער דריי טויזנט דאלער אין באנק. דער טאטע פון דער בחור מיט וועם איך האב געלערנט פאר די זומער איז מיר שולדיג אכט הונדערט דאלער. שוין איבער צוויי חדשים וואס איך לויף אים נאך! די איינס פון צען מאל וואס ער הייבט אויף די טעלעפאן זאגט ער גלייך "אוי אנטשולדיגט! איך האב פארגעסן. מארגן ברענג איך דיך די געלט!" און אזוי גייט עס שוין אכט וואכן. אין א צווייטע ישיבה וואו מען איז מיך שילדיג כמעט טויזנט דאלער האט מען מיר געזאגט נאכן זומער אז אזוי ווי די געלט ווערט באצאלט דורך די אינשורענס, קימט די געלט אן א חודש שפעטער. איי, פארוואס האסטו מיר עס נישט געזאגט פאר'ן אננעמען די דזשאב?! ווייל דעמאלץ וואלט איך גענימען א אנדערע בחור. און דער בחור מיט וועם איך האב געלערנט נאך די זומער האט דאך געענדיגט די זמן קוים א וואך צוריק, זיין טאטע יאגט זיך זיכער נישט. מיין ווייב איז א טיטשער, און מען איז איר שילדיג די לעצטע צוויי חדשים פאר די זומער. די געלט וועט אבער זיכער נישט אנקומען פריער ווי לעצטע יאר, וואס איך האב עס באקומען פסח" האט ער אויסגעפירט, ווען גלאנצעדיגע טרערן גליטשן זיך אראפ זיינע באקן.

"און דערווייל זיץ איך און ברעך זיך די קאפ יעדע מאל וואס איך דארף גיין אין גראסערי איינקויפן ברויט מיט מילך. נישט איין מאל אין די לעצטע תקופה זענען מיינע קינדערלעך געגאנגען שלאפן הינגעריג ווייל עס איז נישט געווען וואס זיי צו געבן צי עסן. נישט איין מאל האב איך זיך געמוזט באגיין אן פרישטאג ווייל די לעצטע שטיקלעך ברויט האט מען געגעבן פאר די קינדערלעך זיי זאלן האבן כח צו לערנען. די גאנצע געלט פון די פארמיטאג ארבעט גייט פאר רענט, לעקטער, וואסער, קרעדיט קארד פעימענטס, העלט אינשארענס (וואס איך האב לעצטנס פארלוירן ווייל איך האב עס נישט געקענט באצאלן), און עס איז אפילו נישט גענוג. איך האב אויפגעגעבן מיין באליבטע באשעפטיגונג (לערנען די הייליגע תורה) ווייל איך דארף קענען צאלן שכר לימוד און איינקויפן אביסל עסן פאר מיין משפחה. פארוואס מיינען מענטשן אז אינגערלייט וואס לערנען מיט בחורים טיען עס פאר פאן?! פארוואס מיינען זיי אז דער לאו פון לא תלין פעול שכיר גייט נישט אן ביי זיי?! פארוואס פאלט זיי נישט איין אז איך דארף אויך קויפן פיש פאר שבת?! און וואס בעט איך דען? איך בעט נישט קיין נדבה אדער א הלוואה, איך בעט פלעין מען זאל מיך באצאלן די געלט וואס איך האב ערליך פארדינט דורכ'ן זיך אפגעבן מיט דיין קינד! ווי איז יושר? ווי איז א טראפ מענטשליכקייט?!" האט ער אויסגעפירט מיט ביטערניש.

איך בין געבליבן זיצן געלעמט. איך האב באמת נישט געוואוסט וואס צו זאגן.

"למעשה" זאגט חזקי שוין אביסל רואיגער, "דארף מען דן זיין לכף זכות. מענטשן זענען עכט ביזי, און יעדער קען פארגעסן. און דער איינגעשטעלטער אין ישיבה האט דאך געמוזט ערלעידיגן א אינגערמאן פאר די תועלת פון דעם בחור. עס איז נאר א שאד אז מיין גראסערי ארדער קען מען נישט באצאלן מיט די תירוצים.

אונז זענען אנגעקומען צי די פארמעסי, און חזקי איז ארויסגעגאנגען פון מיין קאר. איך האב געטרייט אים אריינצוריקן אפאר דאלער, אבער ער האט נישט געוואלט נעמען קיין צדקה. אפי' אלץ הלוואה האט ער עס נישט געוואלט נעמען, זאגענדיג אז ער איז שוין שילדיג פאר צופיל מענטשן און ער קען קוים האלטן חשבון אויף די ביז יעצטיגע הלואות, און ער האט נישט קיין וועג עס צו באצאלן.

און איך בין געבליבן אליין. אליין מיט מיינע שטורעמדיגע מחשבות. פארוואס טאקע זענען מענטשן אזוי לייכטזיניג? ווי אזוי קענען מענטשן וועלכע געבן אויס שווערע הונדערטערס פאר א שיינע אתרוג עובר זיין אויף א לאו דאורייתא יעדן טאג? ווי אזוי קענען מענטשן שלאפן רואיג ווען א גאנצע משפחה איז געגאנגען שלאפן הונגעריג צוליב זיי?!

אלזא, צום נייעם יאר, לאמיר זיך אלע מקבל זיין צו באצאלן ערליך פאר יעדעם, נישט קיין חילוק צי עס איז דער פלאמבער אדער דער אינגערמאן וואס לערנט מיט דיינע קינדער. לאמיר זיך פארנעמען צו פראבירן נישט צו בלייבן שילדיג פאר קיינעם, און מיט די זכות וועט אונז השי"ת זיכער נישט שולדיג בלייבן און פארשרייבן פאר גאנץ כלל ישראל א שנה טובה ומתוקה און א שנת גאולה וישועה, און עס זאל שוין טאקע זיין ת'הא ש'נת פ'רנסה, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו הערן דעם שופר של משיח בב"א.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

הייליג גערעכט.

ס'גייט אבער אן אין יעדע אינדוסטרי, נישט נאר ביי צולערנער.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יא יא, איך מאך מיט די זעלביגע ממש.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

איך קען נישט מער ווי צושטימען, מיטהאלטנדיג פון די נאנט דאס זעלביגע. די מענטשן זענען נישט שלעכט, זיי כאפן פשוט נישט וואס זיי פאראורזאכן.

אין א סייד נאוט, א הערליכע שריפט! הנאה געהאט צו ליינען, כאטש די חומר איז ווייטאגליך.
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

פעיק נוז האט געשריבן:יא יא, איך מאך מיט די זעלביגע ממש.

גא"מ.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

Wow חברים דא ליידן אויף אזא אופן?? מ'האט די געלט, פשוט מ'קען עס נישט נוצן ווייל ס'ליגט נאך ביי יענעם?!

האלטס ענק שטארק דער אויבערשטער וועט העלפן און זיכער באצאלן פעולת שכיר בכפל כפלים.

און יא, א שיינעם שריפט @וימצא.
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

א ווייטאגליכער ענין.

דער עכטער אמת איז אז מען טאר נישט לאזן וואקסן אז יענער זאל שולדיג בלייבן אזויפיל געלט, מען דארף מאכן נאך יעדע צוויי דריי הונדרעט דוללער באצאלט מען, וואס דעמאלטס לייגט זיך עס נישט אן אזוי סאך אויפאמאל, די שאלה איז נאר וויאזוי מ'טוט עס, נישט יעדער קען שטיין און נאכלויפן קליינע נומערן.

די סיבה פארוואס מענטשן שפירן זיך לייכטזיניג מיט יונגעלייט וואס לערנען מיט זיירע קינדער איז צוליב די צוויי אומריכטיגע סיבות:

1) זיי האלטן אז זייער בחור דארף נישט א יונגערמאן, נאר זיי זענען געצווינגען געווארן די ישיבה צו נעמען דעם יונגערמאן (הגם ס'איז אינגאנצן נישט ריכטיג, ווייל דער ישיבה האט פאר עפעס א סיבה אזוי מחליט געווען).

2) זיי שפירן נישט אלעמאל אז זיי האבן עפעס באקומען, (גיי זאג זיי אז ווען נישט דער יונגערמאן וואלט דער בחור שוין לאנג געפלויגן פון ישיבה).

די עצה דאס צו אוואוידן איז מיטן עס אויסשמועסן זייער קלאר מיט די עלטערן פארן אנהויבן לערנען מיטן בחור, סיי אז זיי זאלן פארשטיין אז זייער בחור "מוז" האבן א יונגערמאן, און סיי זיי זאלן האבן די שעובד צו צאלן אפי' זיי גייען נישט זעהן קיין חילוק וכו'.

ס'איז באמת א לאנגע שמועס והרבה נשאר בקולמסי ואי"ה עוד חזון למועד.
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

וַיִמָצֵא כָתוִב האט געשריבן:, העלט אינשארענס (וואס איך האב לעצטנס פארלוירן ווייל איך האב עס נישט געקענט באצאלן),

לויט ווי די לייגסט אראפ דעים חזקי, איז ער בארעכטיגט צי האבן פרייע אינשורענס דורך מעדיקעיד, נו אפשר העלפסטי עם ארויס דערמיט?!
(נישט אוועקצומאכן די נקודה, איך טריי נאר צי העלפן אביסל)
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

זייער א שטארקע טעמע, און זייער גוט ארויס געברענגט

אבער ביי יעדן איינציגן מענטש איז אנדערש, און ס'איז שווער דן צו זיין,

עכ"פ דן זיין אלע כאילו זיי גייען צו מיטן זעלבן גלייכגילטיגקייט איז זיכער נישט ריכטיג

ליידער מוטשענען זיך מענטשן זייער שטארק מיט פרנסות
און האבן פשוט נישט פון ווי צו באצאלן דאס טאג טעגליכע

זיי אליין דארפן שאפן הלוואות צו באצאלן זייער גראסערי,

זיי באשטעלן די סערוויסעס פון די אינגעלייט אפילו זיי ווייסן קלאר אז זיי האבן נישט די געלט עס צו קענען באצאלן,

ווייל זיי ווייסן יא ווי וויכטיג ס'איז פאר זייער קינד!!!

און וואס טוט מען נישט פאר די הצלחה, פאר די עתיד פון מיין אייגן קינד וואס וועט אים אויסמאכן א חילוק אויפן גאנצן לעבן
ולדורות אחריו.

במילא טראכט מען, קודם באשטעל איך דעם אינגערמאן, כ'וועל שוין פון ערגעץ אפיר קראצן דאס געלט, אדער בלית ברירה אפילו זיך בארגן אן הלוואה דערפאר

ביי קינדער (אין חדר סקול) איז דא געוויסע מוסדות וואס האבן אוועק געשטעלטע פארגראמען (שטאטישע, אדער מנדיבי עם) וואס דעקן די גרעסערע חלק וואס די אינגעלייט באקומען, איז עס סאך גרינגער אויף די עלטערן,

אנדערע מוסדות האבן נישט די פינאנציעלע פארגראמען, און ס'איז דא עלטערן וואס האבן אויף איין מאל עטליכע קינדער וואס דארפן די סארט ספעציעלע הילף, און ס'קאסט אפ $500 א וואך (חוץ די פולע שכר לימוד)

ביי בחורים איז עס נאך שווערער, איך ווייס נישט פון קיין ישיבה וואס העלפט ארויס די עלטערן באצאלן די אינגעלייט,

ס'איז בכלל אן אנדערע סארט דשאב, מיט אנדערע געניטשאפטן.
געוויסע פעלער (וואוילע בינוני בחור) איז עס באמת נאר פלעין בעבי-סיטינג, געוויסע פעלער פארלאנגט זיך יא מער א געלונגענער פאכמאנישע בעבי-סיטער,

אבער בכל אופן איז עס ארבייט, און ס'קומט זיך זיי ערליך דאס געלט פאר זייער ארבייט!
ווייל בעבי-סיטן בחורים איז ע"פ רוב נישט גרינגער ווי בעבי-סיטן קינדער

עכ"פ ס'איז דא אסאך תיקונים וואס מ'וואלט געקענט טון אין דעם פעלד, ווי אלע 3 וואלטן מרוויח געווען, די עלטערן, דער אינגערמאן און די ישיבה

(ביי בחורים איז דא געוויסע אינגעלייט מיט אומ-עמטליכע בוכשטאבן צום סוף פון זייער נאמען, און לאזן זיך באצאלן זייער זייער זייער שיין, $125 - $150 א שעה, און די עלטערן פילן טאקע צומאל אז ס'איז ארויפגעצווינגען, במילא יאגן זיי זיך נישט אזוי שטארק צו באצאלן אויף יעדן טערמין פונקטליך, אבער ס'נישט אז זיי טראכטן עס פשוט נישט צו באצאלן, אדער זיי שלעפן סתם ארום ווען זיי האבן דאס געלט)

דער עיקר איז ביים סוף ח"ו נישט שולדיג בלייבן.

דער אייבישטער זאל אונז אלע געבן "לויטער אידיש נחת", געזונטע ליכטיגע אידישע דורות, וואס זאלן זיך האלטן פעסט און אויפשטעלן פרישע ליכטיגע דורות
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

זייער גוט

אבער זעהט אויס דו האסט אויסגעלאזט דעם פסוק אליין
בְּיוֹמוֹ תִתֵּן שְׂכָרוֹ וְלֹא תָבוֹא עָלָיו הַשֶּׁמֶשׁ כִּי עָנִי הוּא וְאֵלָיו הוּא נֹשֵׂא אֶת נַפְשׁוֹ וְלֹא יִקְרָא עָלֶיךָ אֶל ה׳ וְהָיָה בְךָ חֵטְא. (עשה)
לֹא תָלִין פְּעֻלַּת שָׂכִיר אִתְּךָ עַד בֹּקֶר (לא תעשה)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2853
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

פלאחותיך האט געשריבן:ביי בחורים איז עס נאך שווערער, איך ווייס נישט פון קיין ישיבה וואס העלפט ארויס די עלטערן באצאלן די אינגעלייט,



פון סאטמאר קווינס ישיבה איז מען מיר אמאל געקומען בעטן געלט פאר אזא ארגענעזאציע אנגעפירט דורך די מנהל הר"ר משה ביטמאן שליט"א עזר ללמוד וללמד וואס צאלט פאר די זאכן.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בנוגע צולערנען איז עס פיל ערגער צוליב וואס מענטשן קוקן נישט אן דאס צולערנען מיט קינדער/בחורים ווי א געהעריגע אינדוסטרי, נאר אז א יונגערמאן וואס האט נישט וואס צו טון חוץ לערנען אין כולל גייט ער לערנען מיט בחורים, מענטשן כאפן נישט אז אסאך מאל קענען זיך די יונגלייט לערנען שעות אוף שעות וויאזוי צו לערנען מיט בחורים דאס איז חוצן זיך פארקוקן וכו'.

מיין עצה איז, איך מיין מען זאל מאכן אין יעדע שטאט אזוי ווי א יוניאן אלע מוסדות זאלן ארבעטן צוזאמען מיט זיי, און זיי זאלן האבן זייערע טערמינען און קאנדישאנס בנוגע באצאלן און אזוי אין אלע אנדערע פרטים.

די עצה איז טאקע נאר פאר צולערנען.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
נערוועזער חכם
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:29 pm
לאקאציע: אין איינער פין די ד' עולמות,אצילות, בריאה,יצירה,עשיה,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער חכם »

וימצא ביזט טויזענט פראצענט גערעכט
איך וויל נאר טרעפען א שטיקל לימוד זכות אויף די טאטעס
די מעשה גייט אסאך מאל אזוי אז די ישובה נעמט קודם א אינגערמאן פאר דעם בחור משמוסט נישט פיקטלעך אויס וויאזוי מען גייט באצאלן ער לערנט זיך אפ שעות אויף שעות און ווען סקומט צו אפ נעמען זיין פארדינטע זאגט אים די ישובה ריף זיין טאטע ווען ער ווייסט בכלל נישט אז זיין בחור האט געלערנט מיט אים,אוודאי נעמט ער ארויס שווער געלד פון זיין טאש.
איך מיין אז עסשוין אויסגעשמוסט געווארן דא ערגעץ אויפן וועלטעל
לאז נישט דיין חכמה דיר נערוועז מאכן!
פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערקרעקערס »

אני הקטן האב ביז א האלבע יאר צוריק אויך געלערענט מיט בחורים, ביז איך האב זיך דערזעהן אין א ענליכע מצב ווי דו לייגסט עס אראפ און כ'בין געלאפן זוכן א דשאב זיך צו ראטעווען פון א פינאנציעלע אינטערגאנג. אט הערט אבער ווען מיין גאר שווערער החלטה צו גיין זוכן א דשאב איז געמאכט געווארן.

בערך מיט א דריי פערטל יאר צוריק האט מיר דער משגיח פון דער באטרעפענדער ישיבה נאכאנאנד געקאולט און געבעטן איך זאל קומען לערנען מיט א ספעציפישער בחור ביי אים אין ישיבה, איך האב דאן געהאט א ביזזי סקעדשועל לערנענדיג מיט בחורים אין עטליכע ישיבות מבוקר עד הערב, ביז איך האב עס למעשה יא אנגענומען, ער האט מיר צוגעזאגט אז די ערשטע צוויי וואכן וועט ער באצאלן און דערנאך וועל איך בעטן פונעם טאטע ס'געלט. למעשה האט ער אפגערעדט מיט די טאטע צו באצאלן ערשט נאך דריי וואכן, בין אים געגאנגען בעטן ס'געלט פאר די דריי וואכן ענפערט ער מיר אזוי "יא זיכער דא האסטו פאר צוויי וואכן, אבער בנוגע די דריטע וואך, נו וועסט דאך אמאל פעלן דא דארט, וועסטו עס רעכענן אויפן חשבון פון די דריטע וואך"

עד כאן המעשה, איך בין דעמאלס געווען זייער זייער געענגט אין געלט, איך האב נאך עטליכע וואכן בה געטראפן א דשאב, און מער האב איך פון דעם משגיח נישט געהערט, ער גריסט מיך מער נישט אין ביהמ''ד, איך בין אים דן לכף זכות אז זייענדיג טרוד מיט נאך אסאך עסקנות'ער האט ער פשוט פארגעסן פון די גאנצע מעשה, אבער איך ווען דאס אייביג געדענקען.
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

עס איז דא א אנדערע זייט פון די מטבע

טייל משגיחים שטיפען עלטערן צו נעמען פאר זייערע בחורים פריוואטע מלמדים בזמן הישיבה כאטש אז די משגיחים ווייסען אז די עלטערן האבן נישט די געלט דערצו נאכען באצצאלן די שכ"ל, עלטערן אנפאנג זמן האבן נישט קיין ברירה און מיזען ענטפערן יא ווייל קיינער וויל נישט אז דער משגיח זאל ארום גיין זאגען אז דער און דער טאטע מאכט זיך נישט וויסענדיג פונעם בחור.

די ישיבות האבן געשניטען די סטעיף צו די מינומים און מען שטיפט עלטערן צו נעמען פריוואטע מלמדים.

ענד ריזאלטס: פריוואטע מלמדים בלייבען הענגען מיט א חוב וואס דער טאטע האט קיינמאל נישט געוואלט עכט נעמען אויף זיך.

עצה: פריוואטע מלמדים זאלן זיך נישט אנטראגען אין די ישיבות פאר דשאבס מיט די האפענוג אז דער משגיח וועט אים צושטעלן א בחור.

נאך א עצה: פריוואטע מלמדים וואס זיכען פרנסה זאלן כסדר דילען נאר מיט די עלטערן און נישט מיט די ישיבה איינגעשטעלטע, און זיי זאלן זיכער מאכען יעדן פרייטיג וועכענטליך אז זיי באקומען באצאלט, און אויב באקומט ער נישט פרייטאג באצאלט אויפן וואך זאל ער זיך תיכף אפזאגען פונעם דשאב.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”