ווי באקענט איז יעדער זאך און די וועלט צוזאם געשטלעט פון אטאמען, באמת איז דאס א ריזיגער נושא און נפלאות הבורא עצומה בפני עצמה, אבער איך וויל נאר רעדען דא וואס איז אונז נוגע, עס איז דא 118 סארט אטאמען אויף די וועלט (די אטאם פאר זיך איז צוזאם געשטעלט פון 4 זאכן, עלעקטראנס, פראטאנס, ניוטראנס און א מעגניטישע פעלד וואס האלט צוזאם די אנדערע 3 זאכן).
חוץ פון די 118 אטאמען, קען מען צוזאמשטעלען אנדערע זאכן פון די 118 אטאמען, דהיינו אז עס ווערט א מאליקיול, וואס ענטהאלט אין זיך מער פון איין אטאם און אזוי ארום ווערט א גאנץ נייער באשעפיניש. למשל וואסער, וואס ווי באקענט ווערט אויך אנגערופען H2O און די סיבה פארוואס עס הייסט אזוי איז ווייל די וואסער מאליקיול, איז צוזאם געשטעלט פון 2 Hydrogen אטאמען, און איין Oxygen אטאם. וואסער, כאטש וואס ער באשטייט פון אקסידזשין און היידרידזשין, איז ער גאר אנדערש פון סיי היידרידזשין און סיי אקסידזשין, עס איז א גאנצער נייער באשעפיניעש.
קליינער שינוים אין די מאליקיול קענען צומאל מאכן ריזיגע חילוקים, למשל זאלץ איז צוזאם געשטעלט פון 1 סאדיום אטאם און 1 קאלירין אטאם. Bleach איז צוזאמגעשטעלט פון 1 סאדיום, 1 קאלירין, און 1 אקסידזשין אטאם. די איינציגסטע חילוק איז אז בליטש האט אקסידזשין (וואס אונז אטעמען און איז בכלל נישט שעדליך) אין זיך, משא"כ זאלץ האט דאס נישט, און כמעט וואס די צוויי האבן נישט קיין שום שייכות.
אין א מאליקיול האלטן זיך די אטאמען צוזאמען מיט עפעס וואס ווערט גערופען א covalent bond. (די קאוועלנט באנד איז אויך א נפלאות הבורא פאר זיך). יעדער אטאם האט א מאקסימום מספר וויפיל אזעלעכע באנדס ער קען מאכן און א מינימוים וויפיל ער וויל מאכן. צוויי אטאמען קען זיין געבינדען איינער צום אנדערען מיט איין אדער צוויי באנדס, דאס הייסט למשל דער קארבען אטעם מאכט מאקיסומים 4 באנדס, יעצט לאמיר זאגן אז א קארבען אטעם וועט זיך וועלען צובינדען צו אנדערע קארבען אטאמען, קען ער זיך אדער צובינדען צו יעדען אטאם 1 מאל (און אזא פאל וועט ער זיך קענען צובינדען צו 4 אנדערע קארבען אטאמען, ווייל ער האט דאך 4 אוועליביל באנדס, און ער ניצט נאר איינס פאר יעדעם אטעם), אדער קען ער זיך צובינדען מיט יעדען אטעם 2 מאל (און אזא פאל וועט ער נאר זיך קענען צובינדען צו 2 קארבען אטאמען, ווייל ער נוצט אויס 2 פון זיינע באנדס פאר יעדער איינער) אדער קען ער מאכן א מיקס (3 אטאמען פאר 1 אטאם 2 באנדס, און פאר 2 אטאמען 1 באנד)
אין א מאליקיול קען זיין א ריזיגע נפק"מ נישט בלויז פון וואס ס'איז צוזאמגעשטעלט (ווי די נפק"מ פון בליטש און זאלץ), נאר אפילו ווי די באנדס זענען צווישען די אטאמען, לדוגמא Table sugar, איז צוזאם געשטעלט פון 6 קארבען אטאמען, 12 היידריזשין אטאמען און 6 אקסידזשין אטאמען, Dietary fiber איז אויך צוזאמגעשטעלט פון די 24 אטאמען אבער די באנדס צווישען די אטאמען זענען אין אנדערע פלעצער , דער קליינער שינוי, פון ווי די באנדס זענען פלאצירט געווארען, איז גורם א ריזיגע נפק"מ אין די געזונטקייט פון די מאליקיול. צוקער דארף מען זען צו עסען ווי וויינגער און איז גורם א טוץ פון מחלות אנגעפאנגען פון diabetes, משא"כ פייבער איז גאר געזונט און מען דארף זען צו עסען וואס מער דערפון.
ענזיימס זענען ספעצילע סארט מאליקיולס, וואס האבן אין זיך די כח צו צוברעכן און\אדער שאפען נייע קאוועלנט באנדס אין אנדערע (די ערשטע מאל מען האט ענטעדקט אן ענזיים איז געוועהן ווען מען האט ענדעקט די ענזיים וואס yeast פראדיצירט, און פארדעם הייסט עס ענזיים ווייל אין לייטיניש מיינט דאס "אין יעיסט") די יעיסט ענזיים צוברעכט די קאוועלנט באנדס פון צוקער און מאכט דערפון אלקאהאל און קארבען דייעקסיד (אלקאהאל באשטייט פון 2 קארבען 1 אקסידזשין און 6 היידרידזשין, קארבען דייאקסיד באשטייט פון 1 קארבען און 2 אקסידזשין, אז מען רעכענט עס צוזאם קומט עס אויס 3 קארבען 3 אקסידזשין און 6 היידרידזשין, דאס איז פונקט העלפט פון וואס צוקער האט, קומט אויס אז יעדער צוקער מאליקיול ווערט צוטיילט צו צוויי אלקעהאל מאליקיולס און צוויי קארבען דייעקסיד מאליקיולס) איי פארוואס האט חלה נישט קיין אלקאהאל? איז די תי' אז עס האט טאקע א פיציקעלע אלקעהאל אין זיך, די זעלבע מאס וואס קומט פון לאזען וויין לייגען א שעה צוויי , און רוב פון די פיציקעלע ווערט אויסגעבאקען בשעת'ן באקן
קומט אויס אז ענזיימס האבן אין זיך די כח פון טוישען זאכן צו גאר אנדערע זאכן, ווי געזען פון די צוקער וואס ווערט אלקאהאל און קארבען דייאקסייד, און דאס בלויז דורך אויפקניפען און צוקניפען קאוועלנט באנדס, מען קען פון ענזיימס אויך רעדען שעות ארוכות און מען קען זיך אין דעם אליין מתבונן זיין אין די נפלאות הבורא נאר פון דעם אליין אבער דא האב איך נאר אנגערירט מיט'ן שפיץ גאפל וואס פעלט זיך אויס פאר DNA. ע"כ הקדמה, האפענטליך בקרוב צו צענדיגען מיט א סעריע פון ארטיקלען אויף DNA זעלבסט.