האריקעין דאריען אין וויליאמסבורג

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

האריקעין דאריען אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

ס'טוט זיך טישן אויף בענק אלעס פליט א מישמאש, קולות פון אלע זייטן די מצב איז היפש שווער צו דערהייבן, וואסעטיטצעך דא אלס אפ, אן אמת'ע האריקעין און א גאר מאכטפולע, האט זיך אראפגעלאזט אויף די ............................וויליאמסבורגע אינזלען!!!
יא גוט געליינט אין אונזער היימישע וויליאמסבורג איז אנגעפאלן די האריקעין דאריען, אבער מיטן שטערקסטן קראפט וואס נאר מעגליך.

נא לאמיר נישט האלטן קיין מיסטריעזע דרשות, העלמיר אנפאנגען פונאנ-פאנג, מאנטאג אינדערפרי ארום 8:00 וואק מער ארויס אויפן פרישן קילן ווינטל, טראכטענדיג יא אט אט איז די סליחות טעג דא די וועטער דערציילט עס, באמערקנדיג אז עפעס זענען די גאסן פארהלטנמעסיג שטיל מ'הערט נישט קיין ארבעט פון קאן עדיסאן מיט זייערע זעצעס וכדו', וואונדער איך מיך מה היום מיומיים, נא שוין האט זיך ב"ה געמאכט א שטילע טאג, קומעך אן אריבערצווואקן דעם הייוועי און וואונדערליך נישט קיין טרעפיק נישטא קיין פייפערייען אווי יעדן טאג, האבעך שוין געמיינט אז די מיסטעיק פון אויפשטיין א שעה פרי איז שוין ענדליך איינמאל געשען צו מיר, די וואונדער שטייגט מער, ביז.....................

א גוט מארגן ר' יענקל!!!!, דו ארבעטס חאגע?........ אוי איז דאס געווען א זעץ אין ריקן, געבאך מעך א שמיי-דריי און מיין טייערע ידיד ר' משה קוים אהיימגעקומען פון די הרי הראר-ארט איז דא מיטן פילסטן קראפט, זענדיג די פון אויער צו אויער שמייכל פונעם כאבער האט עס מיר אביסל אויפגעפרישט, נע שוין האבעך געכאפט א קלאפ אין ריקן, אבער ווייס איך כאטשיג די סיבע צום שטילקייט ס'יז חאגע היינט, נא דארף מען זעך נישט יאגן.

מיט א זעלטענע רואיגקייט שטעל איך דעם ערשטען טריט אריין אין ביסמעדרעש און דא האט מיר ערווארטעט א 'ריזיגע' סורפרייז,

ווי א שטורעם ווינט קומען צו פליען מענטשן פון אלע זייטן! א האריקעין! כאגעמיינט אז עך ווער דערשטיקן סטוט זיך ארויפ אראפ, מענטשן יאגן זיך בחורים רייסן ארום מיט די נאסע פיאות טאטעס מיט 3- 4 אינגלעך קריכן אינטער די פיס מיט די זעקל טשאקאלעט טשיפס וואס די מאמע האט זיי איינגעפאקט מיטצונעמען אין שוהל א ווערטשאפט ווי ערב פסח פאר חצות, פון די לעכט באקס שמעקט א מחי' פון א געמיינע אינגלעך וואס זענען אנגעקומען אהין ווען די שמש האט נישט געזען, א קיצור דערוילעם איז פאלי צירוק פון קאנטשרי, די בחורים נאכנישט אין ישיבע, די אינגלעך נישט אין חדר (צוליב געזונטהייט סיבות) און ס'לעבט א טאג.

סעמיר נישט גוט געווארן, די קולות איז נישט פאר מיר, איך פיל ווי איך טראג עס נישט דורך, מיט א פעסטן באשלוס אז איך דארף מיך ארויסזעהן פון ביסמעדרעש ווי אמשנעלקע, האב איך אנגעהויבן דעם טאג, ווילעך אריינלייגן מיין טלו"ת אינעם רעזערווירט שענקל, נישטא קיין איין ליידיגע, אין מאנכע ליגן צאמגעפרעס ווי טונא פיש צוויי-דריי בחורישע בייטלעך, נישטא קיין צוויי ברירות לייג איך אראפ מיין בייטל אויפן ערשטען טיש נעבן מקוה מיטן האפענונג אז ביים דאווענען העליך עס נאך קענען טרעפן און נישט דארפן ריפן קיין שארער טראק צו קענען ארויסשלעפן מיין פון אונטערן טיש, עכ"פ אונז געמיר א שמייס אריין אין מקוה וואסערע חורבן דארט האט זיך אגעטוהן, אה, א מקוה פאר אלע ליטווישע געווינטשן, קיין איין צאמגעלייגטע האנטעך נישט צום טרעפן, אנגעווארפענע גענוצטע האנטוכער צושפרייט און צוזייעט איבער אלע בענק, די שויערס זענען אלע און באנוץ אנגעווארפן מיט כל מיני ריחים, אך, און דער עיקר א שמוציגע און זופיגע מקוה, אז נישטא זיינס גלייכן, שוין אזא 8-9 וואכן זעמיר זיך מחי' מיטן זויבערע מקוה און דא אזא בראך, סע געווען א בחינה פון עכרתם אותי להבאישני, סאט זעך מיר געוואלט זעהן אינדרויסן ווי שנעלער.
אחר כעכלאס האכאל האמיר געוואלט אריינכאפן א קאווע בעפארן דאווענען, קיין קאווע איז שוין נישט געווען צוליבן ריבוי עם, האמיר געמוזט נעבעך שפענדן פאר א מאשין קאווע, אבער! ביזן קאצקע צוקער, נאר אריינקוקנדיג אינעם צוקער שאכטל איז מיר שלעכט געווארן, דער אינגל נישט האבנדיג וואס צו טוהן האט געמוזט נעמען אפאר טי סענס און אריינלייגן 'בטעות' אינעם אנדערן שאכטל לאזנדיג פריי די פיש זאפט פינעם שטויב רינען איבער אלע צוקער, געענדיגט מיט די קאווע אפגעווישט די נאז און געענדיגט ארויסנעמען די פאפיר וואס איז בטעות געבליבן אינעם אויער, און פארשטייט זיך די פאות שוין אראפגענומען פונעם געהענגל, לויף מיר כאפן די מנין וואס האט זיך געשטעלט 2 מינוט צוריק ברכות, שוין שטייענדיג אין די מאות פרסה פינעם שטיבל האט זיך געדאכט אז מען האלט דא ביי ישתבח, געמיר א שטורעם אריין אינעם שטיבל געטראפן א ליידיגע טיש ב"ה און זיך געשטעלט דאווענען האפענדיג אז ביים דאווענען העלמיר האבן ביסעלע מנוחה, גייט נישט אריבער קיין 3 מינוט קומט אן א אינגערמאן פרישערהייט און אזא דריי פאר קליינע פיס וואקן אים נאך און יא! עטס האטס גוט געכאפט עראט אויסגעוועלט צו זיצן נעבן מיר! די אינגלעך האבן אויסגעקוקט היפש לאנגווייליג והא ראי' אז איינע פון די חברה (דאכצעך די איגסטע) האבן באשלאסן אז היינט גייט אריבערגיין די טאג מיטן קוקן מיר און פנים אריין, (שוין אמאל מיטגעהאלטן?), ביז כאב באשלאסן אז ס'צייט צו גיין גלות אויב ווילעך נאך קענען אביסל דאווענען, מ'דארף מיר זיך ריקן פלאץ, געב יעך מיר אזא דריי ארום שטייטליך מיין אינטערשטע שכן זאל נישט מיינען אז איך מיין אים, נישט גלייבנדיג וואס איך זעה אז נישטא מער קיין ליידיגע פלאץ דא, אויסער ביים תיקון טישל וואו עפעס א גרויסע כיתה ח' אינגל האט אויסגעניצט די צייט פון זיין טאטע'ס עטיפה אריינצריקן אזא מנה אחת ושתים בעפאר די טאטע ענדיגט, האמיר נישט געהאט קיין צוויי ברירות נאר געמוזט בלייבן אויפן פלאץ און איגנארירן די אינגל וואס קוקט מיר נאך אלץ אן.

פסוקי דזמרה איז אדורך היפש רוהיג און געלאסן די חברה נעבן מיר האבן ווייזט אויס באקומען א גוטע חינוך און אויך א גיטע נאש פעקל מיטצונעמען, ביי ברכו האט זיך עס אנגעהויבן ווען די עלטסטע פון די האט באשלאסן אז ער קען שוין ארויסגיין אינמיטן דאווענען, האט ער מיר אזוי אויפגעשטעלט איינמאל ,נא! נישט געפערליך, אבער ווען די אינגערער האט באשלאסן אז ער קען אויך האט עס מיר אנגעהויבן גיין אויף די נערוון הייסט אז זיי גייען מאכן מיט מיר עקסערסייז ווייל זיי זענען בארד, מיט א ענדגילטיגע באשלוס ביים פיפטן מאל אז ניין מער גייט מען דא נישט אדורך ביז מענדיגט דאווענען, איז די ענערגיע ביי די אינגע אביסל איינגעשטילט געווארן און האט אנגעהאלטן פאר גאנצע צען מינוט, ביז נאך נקדישך ווען די צוויי קליינע האבן זיך עפעס אנגעהויבן צו קריגן -דאכצעך ווער עס האט מער אין זיין פעקל-, דער אינגערמאן וואו נישט אים מיינט מען איז זיך געשטאנען רואיגערהייט אין מיגעברימט מיטן בעל תפילה, די קריגעריי איז ארויף טענער העכער און העכער און דער אינגערמאן ווי גארנישט גייט פאר, די לאנגע תחנון האט נישט צוגעגעבן צו מיין אזוי אויפגעהייטערטע גיסטע, ענדליך גייט מען ליינען און דער גרויסע איגל האט באשלאסן אז מיט מיין שטרענגע ניין -דורך א שאקל מיטן קאפ אויף ביידע זייטן- מיז ער דאך געבן א קוש פארן ספר און פאר וואס-וואו-ווען איז ער שוין געווען נאך צוויי מאל מיר אריבערגעגאנגען, געבענדיג זיך א זעץ אראפ אזוי פארכאפנדיג מיין טלית אונטער די שארפע ציינער פונעם ראבער אונטערן באנק, מיט א שארפע פסק פאר'ן חברה'מאן האב איך זוכה געווען עס ארויסצונעמען לעבעדיג מיט לייכטע וואונדן און דערנאך אויסהערן די ליינען.

ווען ביי אשרי איז די היציגע דעבאטע פון מיינע שכנים געווארן העכער און דער גרויסער איז ארייגענומען געווארן אין בילד פרובירנדיג איינצוטיילן ווער עס האט טאקע מער, האב איך געפילט וואו איך פלאטץ, דאס איז עס! מיט א פנים אנגעצוגין ווי א צוקוועשטע טאמעטא רויט ווי די שמש'ס פנים, געב איך מיר א דריי אויס צו מיינע חשובע שכינים........................................
דו רו איין!!!!!!!!!!!!

מער פון דעם הא נישט אויסגעפעלט די חברה האבן זיך אזוי דערשראקן אז זיי זענען געזיצן איינגעצויגן וואו אריינגעקוועשט אין באנק אריין און קיין ווארט מער נישט גערעדט, דער אינגערמאן האט זיך פונעם געשריי זעט אויס דערוועקט צום מצב ווען ער האט זיך געגעבן א דריי אויס צו זיינע פיצי'ס און געמאכט אזוי שטרענג מיט'ן פינגער נאנא!
אהיימגייענדיג נאך שחרית נאך אונטער איינפלוס פונעם האריקעין דו-רו-איין, יעדער וועם איך האב באגעגענט אויפן וועג היים מיט א ברייטע שמייכל פריש געבוירן פון קאנטרי, האמיר אים געוואונטשן גיי צירוק לחיים ולשלום געווען אזוי גוט דא, און יעצט, נע שוין לאמיר נישט רעדן!
מיין לופי'לע........
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגעלע »

געוואלדיג… נאדיר ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

:lol: ;l;p- :lol:
זע נאר דיין פעדער זאל נישט צופיל איינרוען...
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

לעצטנס ווערן דא נתרבה די גוטע ווי_אמאליגע שרייבערס מיט קרעטשמערישע ארטיקעלען, איך טו זעך פאזמאקעווען מיט יעדע שירע,
קוי לעכוי! הערליך!!!!!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

"אלופי אדום" צוגעלייגט צו די ליסטע פון פיינע שרייבער וועמענס ארטיקלעך מען ברויך לעזן
אוועטאר
פארצייטישער שטריימל
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 1:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער שטריימל »

וואאההף..
איז דאס געווען א "נבהלו אלופי אדום...."
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

האסט שוין אמאל באטראכט ביים "בני אדם" ווי מ'נעמט ארויס 20 צוזאמגעלייגטע הינער פון איין שטייג, און נאכן שלאגן פראבירט מען זיי צוריק צו פלאצירן אין שטייג? בערך אזוי זעעט אויס ווען מ'קומט אהיים פון קאנטרי....
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3238
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ר' יום טוב האט געשריבן:האסט שוין אמאל באטראכט ביים "בני אדם" ווי מ'נעמט ארויס 20 צוזאמגעלייגטע הינער פון איין שטייג, און נאכן שלאגן פראבירט מען זיי צוריק צו פלאצירן אין שטייג? בערך אזוי זעעט אויס ווען מ'קומט אהיים פון קאנטרי....


חחחח..

:lol: :lol:
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

גאר גוט!!!

יישר כח
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

איי א געשמאק...

דאנק דעם אייבערשטן אז די איבעריגע זענען מיידלעך.. ווען נישט האסטע דארט זיבן..
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

:grin: יוי ביסטו זיס!
צביירושלים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צביירושלים »

איך בין צעמישט.
ווער ריט זיך אויס אין ווילאמסבורג?
אין ווערט פארט אין קאנטרי?
ווי איז דא א רחבות אין די קליינע ווילאמסבורגע דירות?
אדער אין קונטרי?
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
:grin: יוי ביסטו זיס!
Gam
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: האריקעין דאריען אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

פיינע בעל תפילה דאס
שלמה חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2022 3:04 pm

Re: האריקעין דאריען אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה חיים »

;l;p- :lol: :lol:
פאר יעדע מענטש וואס געבט פידבעק איז דא אנדערע כאטש 10 וואס האלטן פונקט ווי עם נאר זאגן עס נישט
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: האריקעין דאריען אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

;l;p- געלאכט
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: האריקעין דאריען אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

@אלופי אדם כהאף דיינע יונגלעך זענען שוין אויפגעוואקסן אין ביסט נישט אזוי שטרענג צי זיי...
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

צביירושלים האט געשריבן:
איך בין צעמישט.
ווער ריט זיך אויס אין ווילאמסבורג?
אין ווערט פארט אין קאנטרי?
ווי איז דא א רחבות אין די קליינע ווילאמסבורגע דירות?
אדער אין קונטרי?
ניין די רחבות איז אין די ווילאמסבורגע שילן זוממער ווען ס'איז ליידיג!!!
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1670
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

Re: האריקעין דאריען אין וויליאמסבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלופי אדום »

latter האט געשריבן:
@אלופי אדם כהאף דיינע יונגלעך זענען שוין אויפגעוואקסן אין ביסט נישט אזוי שטרענג צי זיי...
מיינסט צו זאגן אז איך בין שוין אויפגעוואקסן....
מיין לופי'לע........
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”