עת לבכות

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »




איך בין נאך שאקירט פון די סצענע וואס איך האב מיטגעהאלטן, איך דארף מיר נאך בארוהיגן צו דאס קענען געהעריג פארדייען.

אריינקומענדיג לעצטע וואך אין בית מדרש הער איך פון אונטער מיר ווי א איד רעדט זיך אפ צו א צווייטן:

אוי ווען וועט שוין דער באשעפער רחמנות האבן אויף מיר, איך כאפ קלעפ פון אלע זייטן זעהט אויס אז איך האב מיר פיין פארזינדיגט, איך גיי מיר אראפ פון זינען, אויב איך בין נאכנישט אראפ, אוי ווילאנג נאך וועל איך זיך אזוי מיטשענען, מיין בעט און קישן ווערט דורכגעווייגט נאס יעדע נאכט - און איך שלאף מיט צוויי קישענעס - מיינע אויגן טוען מיר שוין וויי פון וויינען. אוי אוי.. אוי!, שוין ס׳וועט זיין גוט דער באשעפער וועט העלפן.

הערנדיג די ווערטער איז מיר געווען אום באקוועם זיך אויסצודרייען קוקן ווער דאס איז, אבער דער קול איז מיר געווען זייער באקאנט, האב איך מיר ווייטער געגאנגען און אזוי ביים עק פון ביהמ״ד זיך ארומגעדריידט און פון ווינקל פון אויג געגעבן א בליק ווער דאס איז.

וואס זאל איך ענק זאגן, ס׳איז מיר שווארץ געווארן, א שוידער איז מיר דורך אין אלע ביינער, נישט קיין צווייטער ווי מיינס א גאר באקאנטער און נאנטער,. אין מיין קאפ איז שוין דורכגעלאפן שווארצע מחשבות ווי איך הער באלד די נייעס אז ר׳ פלוני איז מער נישט פון די לעבעדיגע.... אוי ווערט מיר קאלט אלע ביינער, וואס גייט פאר מיט איהם?

נאך מער האט מיר דאס צושאקלט ווייל קענענדיג דעם מענטש פון דערנאנט ווייס איך אז יעדער פון אונז וואלט זיך געוואונטשן צו האבן אזא לעבן ווי איהם: א שיינער פארדינער און אנגזעהנער איד, ער האט א עזר כנגדו וואס יעדער וואונטש זיך, זיינע קינדער כשתילי זיתים, ער איז באליבט ביי זיינע ארומיגע און וואס נישט אלעס אלעס ברוחניות און בגשמיות, אלעס קלאפט איהם און פארט ווי געשמירט, מקען זאגן דאס לעבן גייט איהם גוט.

_ _ _


איך גלייב אז איר ווארט איך זאל אויספירן דעם נמשל, אבער ניין מיינע ידידים דאס איז נישט קיין משל, די מעשה געשעהט טאג טעגליך און נישט נאר אין מיין ביהמ״ד, נאר און יעדע ביהמ״ד וואס אידן דאווענען.

דער חזן ענדיגט המברך את עמו ישראל בשלום, און מיטאמאל זעהצט זיך דער גאנצער עולם אראפ און נעמט זיך קרעכצן:

רַחוּם וְחַנּוּן חָטָאתִי לְפָנֶיךָ. יְיָ מָלֵא רַחֲמִים. רַחֵם עָלַי וְקַבֵּל תַּחֲנוּנָי: יְיָ אַל בְּאַפְּךָ תוֹכִיחֵנִי וְאַל בַּחֲמָתְךָ תְיַסְּרֵנִי. חָנֵּנִי יְיָ כִּי אֻמְלַל אָנִי רְפָאֵנִי יְיָ כִּי נִבְהֲלוּ עֲצָמָי. וְנַפְשִׁי נִבְהֲלָה מְאֹד וְאַתָּה יְיָ עַד מָתָי. שׁוּבָה יְיָ חַלְּצָה נַפְשִׁי הוֹשִׁיעֵנִי לְמַעַן חַסְדֶּךָ. כִּי אֵין בַּמָּוֶת זִכְרֶךָ בִּשְׁאוֹל מִי יוֹדֶה לָּךְ. יָגַעְתִּי בְּאַנְחָתִי אַשְׂחֶה בְכָל לַיְלָה מִטָּתִי בְּדִמְעָתִי עַרְשִׂי אַמְסֶה. עָשְׁשָׁה מִכַּעַס עֵינִי עָתְקָה בְּכָל צוֹרְרָי. סוּרוּ מִמֶּנִּי כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן כִּי שָׁמַע יְיָ קוֹל בִּכְיִי. שָׁמַע יְיָ תְּחִנָּתִי יְיָ תְּפִלָּתִי יִקָּח. יֵבֹשׁוּ וְיִבָּהֲלוּ מְאֹד כָּל אֹיְבָי יָשֻׁבוּ יֵבֹשׁוּ רָגַע.

וואס גייט דא פאר, וואס איז די דעפרעסיע און וואס איז די קאלגעניש, ווען מ׳טייטשט דאס אין אידיש איז דאס די לעצטע ווערטער פון איינעם וואס האט נאר יעצט געטאנצן פון ברידזש.

נאך מער קומט ארויף די שאלה: אויף וועמען ארבעט מען דא?
מ׳זעצט זיך אראפ מ׳רעדט זיך אפ ווי נעבעכדיג און רחמנות׳דיג גייט אונז דאס לעבן... און נאך צוויי מינוט הייבט מען זיך אויף און מ׳איז ממשיך כאילו לא היה, יעדער גייט זיך זיין וועג און זעהט בכלל נישט אויס אז מ׳איז אזוי אומבאהאלפן.

_ _ _


היינט זענען מיר צוגעוואוינט אז די געפילן מעסט זיך לויט וויפל דער מענטש ווייזט דאס ארויס, און אויב ווייזט ער שטארק ארויס די געפיל מיינט דאס אז ער האט דאס מער. א מענטש וואס וויינט נישט מיט דמעות שליש ביי זיין טאנטס לויה וועט ווערן אפגעסטעמפלט ווי א קאלטער מענטש וואס ס׳גייט איהם נישט אן אז ער האט פאלוירן א טאטע אבער איינער וואס ווארפט זיך אויךף דער ערד און רייסט זיין האר פון קאפ און מאכט יללות ער איז א מענטש וואס טוט איהם העכט וויי זיי טאטנס פטירה.

אויב געבט מען א מתנה פאר איינעם וועט מען מעסטן די אפרישיעשן לויט די גשמחה געשרייען און דראמע וואס יענער וועט מאכן ארום דעם, אויב וועט ער פלעין זאגון יישר כח, און אפילו מוועט זעהן אז ער זאגט דאס אמת׳דיג פון טיפעניש פון הארץ וועט מען אבער האלטן אז דער וואס האט געשריגן און איי דאנט בעלייו איט אוי מיי גאד וואט א סורפרייז, דער אפרישעיט מער די מתנה.

אבער און אמת׳ן האט דאס נישט צו טוען איינס מיטן צווייטן, א מענטש קען זיין זייער צובראכן און דאך זאל מען דאס נישט אנזעהן אויף איהם, און מצד שני קען א מענטש זיין זייער צובארכן אויפן פנים און דאך האט דאס גארנישט מיט די געפיל אינעווייניג.

אזוי אויך מיט שמחה, דאקנבארגקייט, ליבאשפט, פיינטשאפט און יעדע געפיל. לאו דוקא די וועג וואס ברענגט ארויס דעם געפיל מיט קולות וברקים איז די אמת׳ע געפיל.

אין די תורה טרעפן מיר שוין דעם געדאנק אז המתאבל על המת זאגט אן די תורה לא תקרחו קרחה ולא תשרטו שרטת, דער גוי האלט אז אויב רייסט ער זיך די האר פון קאפ און רייסט שטיקער פלייש ביז ס׳גיסט זיך בלוט באגלייט מיט יללות וצעקות דאס מיינט אז ס׳טוט איהם העכט וויי די פטירה פון זייין נאנטער און דאס ברענגט ריכטיג ארויס די ווייטאג פון די דעם טראגעדיע, אבער די תורה לערנט אונז פונקט פארקערט, נישט נאר אז דאס דערציילט אונז גארנישט אויף דעם געפיל, נאר אז ווען איינער לייגט אריין זיין כח און מח און חיצניות׳דיגע עקספרעשנס אויף געפילן נעמט דאס אוועק פונעם העכטן געפיל, אויב איז ער ביזי רייסן פלייש און האקן דעם קאפ פארגעסט ער פון די ריכיטיגע צער און ווייטאג וואס ער האט יעצט ווען מתו מוטל לפניו. ווען מ׳באגלייט א נאנטן צום לעצטן רוה דארף מען מצמצם זיין די מחשבה און ארויס האבן דער מצב וואס מ׳גייט יעצט אריבער, און נישט זיין פארנומען מיט חיצניות׳דיגע פעולות.

היינט צוטאגס האט מען גענומען דעם געפיל און פארפירט און גאר א אנדער פלאץ. ווייטאג איז טרערן, צער איז זויערקייט, צובראכנקייט איז דעפרעסיע, פרייליכקייט איז צולאזט, מרוגש איז א מיי גאד, און ליידער ... ליבאפשט איז שמוץ.

שלמה המלך ווען ער וויל ארויס ברענעגן די אמת׳ע ליבשאפט בין ישראל לאביהם שבשמים נוצט ער א משל פון אהבה בין הרעיה לדודה. און אסאך (נאך פון פריערדיגע) פרעגן פארוואס האט שלמה המלך נישט געטראפן א בעסערע וועג צו ארויס ברענגען די ליבשאפט צווישן די שכינה און כנסת ישראל נאר אויף די וועג וואס לכאורה אין ערשטן בליק איז דאס נישט די ריינסטע וועג.

נאר משל למה הדבר דומה: א הערליכן פלאץ וואס האט גע׳שמ׳ט איבער די וועלט מיט איר שיינקייט און רייכקייט, די ארכיטעקטור פונעם בילדינג איז געווען להפליא, די סטעפס האבן זיך געדריידט מיט א וואונדערליכן געבוי, די קארידארן געבויעט מייסטערהאפטיג, די צימערן הערליך און טייער אויסגערישט און פון יעדן ווינקל האט זיך געגאסן רייכטום און שיינקייט. אבער נאכמער איז געווען די נאמען פון די איינוואוינער פון דעם פאלאלץ וואס זענען געווען באוואסט מיט זייערע מידות און מעלות לא נמצא כמוהם בכל הארץ בטוב לב ונועם הנפש.

איז געקומען א משורר און אראפ געזינגען א שיר ושירה געפלאכטן מיט חרוזים אויסלויבנדיג דעם פאלאץ און ארויסברענגענדיג די מעלות המקום ויושביו.

יארן זענען פארביי און א באנדע רוצחים שפלים ונבזים האבן זיך אהין אויסגעשאכטן די איינוואינער און זיך אריינגעזעצט אינעם געביידע. זיי האבן זיכער געמאכט צו קונה זיין במשיכה שינוי וחזקה און ביז אפאר טאג איז נישט געווען צו דערקענען דעם הערליכן פאלאץ און זיכער נישט זיינע איינוואוינער. ביז יעדער האט געוואוסט אז צו דעם פאלאץ גייט מען נישט אהין און ניטאמאל קוקט מען אויף יענעם ריכטונג.

אין א טאג האט איינער ואס האט נישט געדענקט דעם ערשטן בעל הבית געטראפן דעם לשון חרודים מליצת שירים, און ליינענדיג די שורות שטייט ער און וואונדערט זיך וואס איז מיט דעם משורר איז ער נארמאל, היתכן?! דער דאזיגער פאלאץ צו לויבן, און זיינע איינוואינער צו בארימען, הלא היא מקום הרשע והפשע וישביו אנשי ריב ומדון.

איז אריבער א חכם און איהם געזאגט: קינד מיינס דער פאלאץ איז מקום הצדק והשלום און זיינע איינוואינער זענען מושלמים וטהורים, וואס זאל מען נעבעך טוען אז שלעכטע מענטשן האבן זיך אהין גערוקט. דאס אז זיי זענען דארט נעמט נישט אוועק דעם אמת׳ן חן און דעם ריכטיגן שיין פונעם פאלאץ און זיינע העכטע איינוואינער.

אזוי אויך ליבשאפט און אהבה איז א הויכע ריינע זאך און מיט דעם האט שלמה המלך פארפאסט די פסוקים פון שיר השירים אלטס א משל ארויס צו ברענגען אהבת ה׳ אל בניו. דאס אז די מענטשהייט האט גענומען דעם מושג פון אהבה און געשלעפט צו נידריגע טונקעלע פלעצער נעמט נישט אוועק די אמת׳ע ריינקייט פון א ריכטיגע אהבה.

אזוי אויך מיט אלע אנדערע געפילן, צו ס׳איז שמחה אדער אבלות, ליבהאבן אדער פיינטהאבן, מ׳האט אונז אויסגעלערנט אז די געפיל מעסט זיך לויט וויפל מ׳געבט דאס ארויס, און דערפאר א קאנטראלירטע געפיל ווערט געזעהן ווי א אומריכטיגע געפיל, אבער דאס איז נישט אמת, געפילן אובערהויפט ווען זיי זענען ריכטיג קאנטראלירט זיי זענען די ריינקייט און אמת׳דיגקייט פון א געפיל.

און נישט אז ארויסברענגען געפילן מיט חיצוניות׳דיגע פעולות זענען פאלטש, אדרבה מיר טרעפן אז שלא לשמה בא לשמה, און אתערותא דלתתא ברענגט א אתערותא דלעילא, און אפילו ביז אזוי ווייט ווי ״פאלטשע״ פעולות ווי עס ווערט געברענגט אויף כי שמע ה׳ קול בכיי אז צו מאל דארף מען מאכן א קול פון געוויין אפילו ווען מ׳וויינט נישט, און אפילו ביי א מת אמר ליה רב לרב שמואל בר שילת אחים בהספידא דהתם קאימנא - בשעת מיתתי התאמץ בהספד שלי שיתחממו ויכמרו רחמי העומדים ויבכו. אבער נישט אז דאס איז ״דער״ געפיל און לויט דעם מעסט מען דאס.

און דאס איז די געדאנק פון די דעפרעסיע ביי תחנון. אונז קליינע מענטשעלעך איז לא ימלט אז אפילו דער גליקליכסטער מענטש זאל נישט האבן געוויסע זאכן וואס ברענגען איהם אראפ און שטערן איהם, אבער משכ׳ן טאג דארף מען וויסן אז מלייגט דאס און זייט און נישט צופיל פאטשקענען מיט דעם. אבער אויב צודריקט מען זיי צו שטארק פלאצט עס ביים סוף, און דערפאר האט מען געמאכט א צייט א עת להתבכיין וואס יעדער זאל ארויס ברענגען זיין דעפרעסיע און צובראכנקייט זיך אויסרעדן און דערנאך קען מען טאקע ממשיך זיין און לעבן.
און ווי שלמה המלך זאגט אין קהלת לכל זמן ועת, עת לבכות ועת לשחוק.

מדארף מאכן א צייט וואס מ׳וויינט און א צייט וואס מ׳לאכט, מיינט דאס אז די וויינען און לאכן זענען פאלטש ווייל מ׳מאכט אפ פארדעם כאן צריך לבכות. ניין פונקט פארקערט מ׳נעמט זיך צוזאם די מחשבה און מ׳פארדעקט זיך מיטן טלית און שטילערהייט דיקא קיינער זאל נישט הערן מאכט מען א נפילת אפים - מ׳לאזט אראפ די נאז - און יעצט גייט מען זיין דעפרעסט און נאר אזוי קען מען ריכטיג פילן די געפיל און דאס קאנטראלירן ריכטיגערהייט, דוקא אויף א וועג אן קיין צעקות פון אוי אוי און אן קיין אוי מיי גאדס, דאס איז די ריכטיגע וועג וואס מ׳ברענגט ארויס די געפיל.

_ _ _


אונז שטייען מיר נאך אזא טאג וואס נהפך מחולינו לאבל נפלה עטרת ראשינו ונחרב בית מקדישנו, מקלאגט און מקרעכצעט זיצנדיג אויף דער ערד, איינגעהילט אין א טיפן צער ויגון און א אדם כשר לאזט טרערן אויך, אבער ס׳גייט אריבער דעם טאג און.. און גארנישט צוריק צום לעבנסגעשיכטע.

וואס גייט דא פאר? הייסט דאס די נעכטיגע קלאגעניש איז געווען פאלטש און סתם זיך נאריש געמאכט?

ניין! עת לבכות ועת לשחוק.

עת איז נישט טייטש סאיז דא אמאל וואס מ׳וויינט און ס׳איז דא אמאל וואס מ׳לאכט, אין די תורה זעעהן מיר אז עת באציהט זיך צו א באשטימטע צייט דיקא.
עת לבכות איז טייטש ס׳איז דא א באשטימטע צייט צו וויינען אויף א קאנטראלירטע וועג שטילערהייט ווען מ׳זיצט אויף די ערד, דער ווייטאג ווייטיגט ביזן טיפעניש פון הארץ אבער דאס מיינט נישט אז א גאנץ יאהר מוז מען זיך ארום דרייען מיט אראפ געלאזטע נאז. מ׳דארף האבן דאס ווייטאג אין הארץ אבער החכם אבלו בלבו וצהלתו בפניו, און דאס איז טאקע די אמת׳ אבילות.

און בזכות מקיים זיין דעם עת לבכות וועלן מיר בקרוב אויך זוכה זיין צום עת לשחוק, אז ימלא שחוק פינו!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פארשיקט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 26, 2019 12:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשיקט »

שכוח הרב איינס.
שוין לאנג נישט גערעדט
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אמת'ע נקודה. ייש"כ פארן מאכן אן עת לקרוא.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

עת לבכות.pdf
(109.12 KiB) געווארן דאונלאודעד 112 מאל
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יישר רבי שמייכל

בד״ו ווי אזוי מאכט מען אז ווען מדריקט אויפן לינק זאל זיך דאס דאונלאדן?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

Capture1.JPG
Capture1.JPG (15.67 KiB) געזען 2368 מאל
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ארויף לכבוד שבת נחמו

כאטש שוין געשריבן לעצטע יאהר איז עס טאקע א שטיקל חלק ב אויף דעם
viewtopic.php?p=2293684#p2293684
שארף און קליג האט געשריבן:(איך האב חשק אז חלק ב' זאל נאכפאלגען...)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
התגלות
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 24, 2020 12:57 pm

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התגלות »

זייער זייער שטארק!
מורא'דיג צושמירט
דו קומסט אויף מיט געדאנקן, כמעט ווי דער מגיד פון דובנא
איך גלייך זייער, דיין געדאנקן גאנג
הנה ימים באים נאום ה'..... ויקיים בי מקרא שכתוב ....ונגלה כבוד השם.....אה..לעכטיג...
אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:05 am

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניין און יא »

שוין לאנג נישט אזוי הנאה געהאט פון אן ארטיקל
סאיז מוראדיג ריכטיג און גוט געשריבן
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
[email protected]
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

יישר כח פאר אלע מגיבים
האט מיר איינער מעורר געווען אז שיר השירים איז געשריבן געווארן דורך שלמה המלך נישט דורך דוד המלך...

(סאיז שוין אבער א אלטע ארטיקל קען איך עס נישט פיקסן...)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

הערליכע איידיע

שכו'ח
אוועטאר
דער יעניגער
שר האלף
תגובות: 1244
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 12:44 pm
לאקאציע: ביי מיר אין קעלער

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער יעניגער »

זייער קלאר!!! 5 סטאר רעיט!!!
ראטשילד האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
דער עולם אין ווילי איז חתונה געהאט צו די באגעבוס און גפן מעינעיז.
א גוטע זאץ פאר אן אינטערשריפט.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איינס האט געשריבן:יישר כח פאר אלע מגיבים
האט מיר איינער מעורר געווען אז שיר השירים איז געשריבן געווארן דורך שלמה המלך נישט דורך דוד המלך...

(סאיז שוין אבער א אלטע ארטיקל קען איך עס נישט פיקסן...)

איבער געליינט. הנאה געהאט. פארראכטן די טעות אז עס זאל זיין א שלימות
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

זייער א שיינע שטיקל, כדרכו של איש האשכולו"ת הרב @איינס אין די (איי)וועלט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

געלעגער האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:האט מיר איינער מעורר געווען אז שיר השירים איז געשריבן געווארן דורך שלמה המלך נישט דורך דוד המלך...
(סאיז שוין אבער א אלטע ארטיקל קען איך עס נישט פיקסן...)

איבער געליינט. הנאה געהאט. פארראכטן די טעות אז עס זאל זיין א שלימות

יישר כח
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הערליכע נקודה! דער עיקר האט מיר געכאפט דעם אריינפיר. דאס איז קריעיטיוו.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
כתוב וחתום
שר האלפיים
תגובות: 2168
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 12:47 pm

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתוב וחתום »

איינס!!!
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

הערליך שיין.
רעדט צו די הארץ און צו די נשמה.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
היסטאריש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3985
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

Wow! אן ארטיקל מלא תוכן, הערליך ווי אלע דיינע ווערק.

שכח הרב איינס
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
פרינדזשעס..
שר האלף
תגובות: 1535
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

Re: עת לבכות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרינדזשעס.. »

מר קאפלאווסקי האט געשריבן:הערליכע איידיע

שכו'ח
פארשיקט האט געשריבן:שכוח הרב איינס.
שטומפיג האט געשריבן:הערליך שיין.
רעדט צו די הארץ און צו די נשמה.
פעיק ניוז האט געשריבן:הערליכע נקודה! דער עיקר האט מיר געכאפט דעם אריינפיר. דאס איז קריעיטיוו.
היסטאריש האט געשריבן:Wow! אן ארטיקל מלא תוכן, הערליך ווי אלע דיינע ווערק.

שכח הרב איינס
גילוי דעת
שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”