אפענע בריוו צו דרכי נועם רייזענדע

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

אפענע בריוו צו דרכי נועם רייזענדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

צוליב מיין ארבעט קומט מיר אויס צו פארן גאר אפט פון שטאט צו די קאנטרי און צוריק. יעדע ראונד טריפ נסיעה קאסט מיר געז און טאלס צווישן דרייסיג און פערציג דאלער, אשע"כ טשעק איך געווענליך אויף דרכי נועם אויב סיז דא איינער וואס אפערט געלט, און כ'נעם יענעם מיט. (אויב איז נאר דא אן געלט ווענדט זיך אין מיין גיסטע און ווי שטארק איך יאג זיך.) געווענליך וועל איך פרובירן צו עוואוידן טאלס (צב"ש דורך נעמען די טעפען זי אנשטאט די וואשינגטאן בריק) אפילו אויב עס דויערט לענגער. אויב אבער האב איך איינער וואס צאלט, איז קודם צאלט עס דאך יענער, צווייטנס איז נישט קיין יושר צו פארן עקסטערע 10-20 מינוט ווען יענער צאלט פאר די טריפ (נישט ממש צאלט, צאלט אויס די הוצאות).

ביז נעכטן. :evil:

נעכטן איז נישט געווען קיינער וואס האט געזוכט א רייד פון די קאנטרי צו ווילי וואס איז געווען גרייט צו צאלן, האב איך מחליט געווען צו נעמען דעם וואס זוכט א רייד קיין קר"י פאר $15, און דאווענען מעריב דארט אנשטאט פאר'ן ארויספארן. איך בין לכבודו געפארן קיין סאוט פאלסבורג אים אויפפיקן, און געפארן קיין קר"י. אנקומענדיג האט ער מיר געפרעגט צו איך האב טשעינדזש פון א צוואנציגער, אויף וואס די תשובה איז געווען אז נישט. "סאו וואס טו איך?" פרעגט מיר יענער. וואס זאל איך אים זאגן? קום מיט מיר אין באנק? האב איך גענומען די צענער וואס ער האט געהאט.

נאך מעריב האב איך געטשעקט צו סיז דא איינער וואס זוכט א רייד פון מאנרא קיין ווילי, און געטראפן איינעם פון מאנסי קיין ווילי פאר פופצן דאלער. שטייצעך אז קיין מאנסי בין איך געפארן מיט'ן טרואוועי און נישט מיט די פאליסעידס, היות וועיז האט געזאגט אז סיז פיר מינוט שנעלער. די זעלבע האב איך גענומען די וואשינגטאן בריק אנשטאט די טעפען זי.

און וואס מיינט איר? אנקומענדיג פרעגט יענער - וועם כאב שוין גענומען איינמאל פון די קאנטרי קיין ווילי - מיט אזא געמאכטע תמימות אויב כ'האב אפשר טשעינדזש פון א פופציגער. שטייצעך א די תשובה איז געווען אז נישט. האב איך גענומען די זעקס דאלער וואס ער האט מיר צוגעווארפן ווי א ביינדל צו א הונט.

רבי לעבן, איך בין געפארן אן עקסטערע צוואנציג מינוט און כאב געצאלט מער ווי דיין גע'גנב'עטע זעקס דאלער ווייל דו האסט מיר צוגעזאגט צו צאלן!

פארטיג. פיניש. פון היינט און ווייטער טויש איך נישט מיין רוט אפילו דער רייזנדער זאל אפערן 75 דאלער, סיידן איך האב ביי זיך טשעינדזש פון א הונדערטער.

נישט נאר איז גניבת דעת צוצוזאגן געלט ווען דו ווייסט אז סיז דא א שטארקע מעגליכקייט אז דו וועסט אים עס נישט געבן, נאר עס איז אן ערנסטער שאלה פון גזל, היות רוב מענטשן וועלן מער ארויסגיין פון זייער וועג פאר איינער וואס צאלט ווי פאר איינער וואס צאלט נישט, אזוי איך מיט טאלס.

אלזא, אויב זוכט איר א רייד און איר אפערט געלט, מאכט זיכער אז איר האט די גענויע סכום וואס איר פארשפרעכט, אדער זייט גרייט צו געבן יענעם בחפץ לב די גאנצע צוואנציגער אדער פופציגער אויב יענער ענטפערט אז ער האט נישט קיין טשעינדזש.

ויה"ר שהימים האלו יתהפכו בקרוב לששון ולשמחה בב"א.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אימעדזשין דער רבוש"ע אפפערט דיר א מיליאנערסקע עשירות, נאר גיב אים צוריק טשעידזש.....


נישט איך בין עס געווען, אויך נישט מיין ברודער, אפשר מיין שוויגער
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

איך מיין אז יענער האט עס געטון כדי די קליינע קינדער זא... אופס... כדי זאלסט שרייבן א ארטיקל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איים עם סארי, משה זיך מיך האט געשריבן זייער גיט! מען דארף זיך רעכענען מיט יענעם, און גניבה איז א גרויסע איסור.
אויב וויל מען נישט צאלן, קען מען דאך פארלאנגען אהן צאלן, ושלום על ישראל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
יסוד ארי
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יסוד ארי »

וואס איז די טעלעפאן נומבער פון דרכי נועם?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

משהזוךמיר

איך בין נישט קיין דרייווער, אבער איך בין פולשטענדיג אויף דיין זייט!

אויב דו ווייסט ווער יענער איז, מעלד אים באיזה אופן אז ער זאל דיר קענען אפצאלן, עס איז ממש א שאד צו ברויכן מגולגל ווערן צוליב אפאר נישטיגע גרייצער

אויב דו ווייסט נישט ווער יענער איז, ביטע, ווי נאר דו בארוהיגסט דיך, זיי אים מוחל, ווייל ער האט דיך בא'עוול'ט און עס קומט אים א מחילה כדי ער זאל נישט ליידן דערוועגן
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

לכאורה האט געשריבן:משהזוךמיר

איך בין נישט קיין דרייווער, אבער איך בין פולשטענדיג אויף דיין זייט!

אויב דו ווייסט ווער יענער איז, מעלד אים באיזה אופן אז ער זאל דיר קענען אפצאלן, עס איז ממש א שאד צו ברויכן מגולגל ווערן צוליב אפאר נישטיגע גרייצער

אויב דו ווייסט נישט ווער יענער איז, ביטע, ווי נאר דו בארוהיגסט דיך, זיי אים מוחל, ווייל ער האט דיך בא'עוול'ט און עס קומט אים א מחילה כדי ער זאל נישט ליידן דערוועגן

צו אפנעמען די געלט וואס די מענטש איז שולדיג וועט משהזוךמיר אויך דארפן מגולגל ווערן

איך זאג אסאך מאל פאר א מענטש וואס איז מיר שולדיג געלט איך וועל אראפשוקן א שליח עס אפצונעמען
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

איך ווייס נישט ווער יענער איז, און איך דארף נישט זיין געלט. כ'וואלט עס נישט גענומען אפילו ער זאל מיר עס יעצט ברענגען. ס'נישט די ניין דאלער וואס שטערט מיר, די כפיית טובה און אויסשפילן יענעם איז וואס שטערט מיר.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'האב שוין אמאל געהאט ענליכעס.
האבעך יענעם געגעבן א קארטעלע, אנגעפירקלט דערויף מיין אדרעס, און אים געזאגט: היות נישט איך און נישט דו פילן זיך באקוועם צו האלטן יענעמס געלט, זיי מוחל שיק מיר עס אריין אין פאסט.
כ'האב נישט גענומען יענעמס פינעווער, ווייל דאס וועט אים מאכן פילן ווי 'צו אלע רוחות כ'האב דאך שוין געצאלט'. ניין שעפעלע האסט גארנישט געצאלט, און שיק מיר די גאנצע אויף פאסט.

ס'איז געווען א היי-ריסק אז כ'וועל דערלייגן דעם פינעווער אויך, אבער צוויי וואכן שפעטער האט יענעמס חבר געקלאפט אויף מיין טיר און געברענגט די געלט בשליחותו.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אוי דערמאנסט מיר ווען איך פלעג ניצן דעם סיסטעם ארויסצופארן אין די קאנטרי
גראדע איז עס א גאר גיטער סיסטעם, כ'קען זאגן אז איך פלעג אלטס טרעפן א וועג דארנעשטאג/פרייטאג ארויף, צו זונטאג צוריק אין שטאט

אבער צום עצם אשכול האבן מיר געהאט א פארקערטע עקספיריענס!
כ'האב ארויפגעשטעלט מיין טריפ אויפן סיסטעם אנא געלט, איי פארוואס ביסטו נישט קיין מענטש אין צאלסט?, כ'האב גראדע יא געפלאנט צו צאלן עפעס. אבער אזוי איז געווען אז כ'האב נישט ארויפגעשטעלט וויפיל

הקיצור רופט מיר א דרייווער אז ער פארט אין 20 מינוט צו איך וויל מיטקומען, אבער ער מאכט א סטאפ אין קר"י פאר ממש א מינוט עפעס נעמען.
נאו פראבלעם א מינוט וואס קען שוין געשען (אבער אז ס'איז מיט א סטאפ ברויך איך שוין איבערקלערן וויפיל כ'זאל צאלן)

ויסעו כ'זעץ מיר אריין מיט'ן געזינדל אין קאר, א פאר מינוט ארויס פון קאנטרי פאנגט ער אן צו מרמז זיין, ווי צו זאגן כ'האף אז די פלאנסט מיר צו צאלן כיד המלך
כ'זאג אין שאאאר כ'האב אפילו געפלאנט צו צאלן עפעס
(ס'איבריגע וואס כ'האב געהאט דארט אין קאר קען איך שרייבן א עקסטערע תגובה...)
א רגע נאר די אומ...., וויסט מיר נאר נעמען פאר באצאלט? דאן רוף מיר נישט ווען איך האב נישט ארויף געלייגט אז איך פלאן צו צאלן!
וואס איז דאס פארלאנגען? אפשר האב איך נישט ארויפגעלייגט אז איך וויל צאלן, פשוט ווייל איך קען נישט? (למעשה האב איך אים געגעבן 30-40 טאללער)

עני וועי. ער קומט אן קיין מאנראו אין לאזט מיר ווארטן אין קאר א קנאפע האלבע שעה! הערסט? איך זוץ מיט מיינע קינדער צופלעטשקעט זונטאג נאכט אין ווארט אז דער חברה מאן זאל צוריק קומען

א צווייט מאל האב איך געהאט אז א דרייווער האט ניטאמאל געוואלט נעמען די געלט! ער זאגט מיר אז ס'איז אים א זכות מיט צונעמען מענטשן אין ער וויל נישט נעמען קיין געלט דערפאר

צום פינטל. מ'דארף זיין א נארמאל מענטש סיי אויב מ'איז א פאסאנדזשיר אין סיי אויב מ'איז א דרייווער
יעדע גלאז האט צוויי זייטן...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

ווען איר לאזט איבער די מעסעדזש - זאגטס קלאר ביטע מיטברענגען EXACT CHANGE
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

איך זעה נישט עפעס שרעקליך פאר׳ן מאכן ווארטן א האלבע שטונדע (כאטש וואס איך וואלט יא געשפירט שלעכט צו טוהן אזאנס), ווען די רייזע איז א טובה, ספעציעל מיט א גאנצע געזינדל.
Beggars can’t be choosers

מיט די געלד ביסטו כשר גערעכט.
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

זיי נישט ברוגז, ווען מ'צאלט, אפילו ס'איז ווייניג באצאלט גייט מען ארויס פון ווערן גערופן בעגגערס, ס'איז אוממענטשליך צו ארויסנעמען פון וועג און נאך לאזן ווארטן א האלבע שעה.

צום פותח האשכול, דו ביסט איבערגעטריבן, איך פארשטיי דיינע געפילן, און איך וואונדער מיך פארוואס דער פאסאזשיר האט נישט גענומען דיין אינפערמעישאן, ער זאל דיר קענען אפשיקן, אבער מענטשן זענען צוגעוואוינט פון קאר סערוויס אז מ'באקומט טשעינזש, דארפסט קלאר זאגן ברענג מיט פונקטליך טשעינזש, אדער נאך א בעסערע איידיע, גרייט אן א צוקראכטן הונדערטער, וועסטו אויך האבן טשעינזש אויב נעסעסערי.
sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 20, 2008 6:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sholom88 »

מחנך האט געשריבן:זיי נישט ברוגז, ווען מ'צאלט, אפילו ס'איז ווייניג באצאלט גייט מען ארויס פון ווערן גערופן בעגגערס, ס'איז אוממענטשליך צו ארויסנעמען פון וועג און נאך לאזן ווארטן א האלבע שעה.

נישט ברוגז, נישט מיין פראבלעם...

מ'רעדט דא איבער א רייזע וואס איז (געווען) [געדארפט זיין] אומזינסט
הערש לייב
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 20, 2017 5:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערש לייב »

מחנך האט געשריבן:אדער נאך א בעסערע איידיע, גרייט אן א צוקראכטן הונדערטער, וועסטו אויך האבן טשעינזש אויב נעסעסערי.


אדער פארגעסט ער דרכי נועם'ס נאמבער... דאס טוט ליידער יעדע דרייווער וואס גייט דורך די מינימאלע עקספיריענס.
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

דער סוף פון די מעשה איז א עולה, מ'טאר נישט אוועקגיין אן באצאלן די נישטיגע פרייז וואס די דרכי נועם דרייווערס נעמען, ס'איז בכלל נישט באצאלט, אבער ס'מיינט עבסעלוטלי נישט אז יענער איז געקומען מיט א פלען אים צו אפריפן און בא'גנב'ענען
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

מחנך האט געשריבן:צום פותח האשכול, דו ביסט איבערגעטריבן, איך פארשטיי דיינע געפילן, און איך וואונדער מיך פארוואס דער פאסאזשיר האט נישט גענומען דיין אינפערמעישאן, ער זאל דיר קענען אפשיקן, אבער מענטשן זענען צוגעוואוינט פון קאר סערוויס אז מ'באקומט טשעינזש, דארפסט קלאר זאגן ברענג מיט פונקטליך טשעינזש, אדער נאך א בעסערע איידיע, גרייט אן א צוקראכטן הונדערטער, וועסטו אויך האבן טשעינזש אויב נעסעסערי.

דו כאפסט אבוויעסלי בכלל נישט וואס דרכי נועם איז. דרכי נועם איז נישט קיין קאר סערוויס, און דרכי נועם האט נישט קיין דרייווערס. עס איז א סיסטעם וואס שטעלט צאם מענטשן וואס זוכן א רייד מיט פריוואטע דרייווערס וואס פארן פונקט יענע וועג. עס איז אן אויטאמאטישע סיסטעם אן קיין דיספעטשער אדער מעסעדזשעס, נאר מיט עטליכע קנעפלעך לאזטו וויסן פון וואו ביז וואו דו ווילסט גיין, וויפיל מענטשן, אויב דו ווילסט געבן געלט און אויב יא וויפיל, א.ד.ג. טייל דרייווערס בעטן געלט, און טייל בעטן נישט. טייל פאסאזשירן אפערן צו צאלן, און טייל נישט. דער דרייווער איז נישט קיין קאר סערוויס דרייווער, נאר א יונגערמאן ווי איך און דו וואס פארט אויך פונקט יעצט די וועג.

אין די היינטיגע תקופה פון פלאסטיק קארטלעך דרייען זיך מענטשן בדרך כלל נישט מיט קיין קעש (פרוביר צו טוישן א פופציגער אין ביהמ"ד) חוץ ביי די ארבעט אויב איז ער א קעשיער אדער קאר סערוויס דרייווער. איינער וואס לייגט ארויף אז ער זוכט צו פארן לאמיר זאגן פון מאנטיסעלא קיין וויליאמסבורג און ער וויל צאלן צוואנציג דאלער, מיינט עס נישט "גרייט אן טשעינדזש פון א הונדערטער", נאר אז ער קומט מיט צוואנציג דאלער. ער האט די ברירה גארנישט צו אפערן (איך האב שוין גענומען מענטשן בחנם אויך), אבער אז דו אפערסט רעכנט זיך יענער אז דו קומסט מיט'ן געלט. (אפילו ווען דער דרייווער איז דער וואס האט ארויפגעשטעלט די טריפ און בעט געלט מיינט עס 'קום מיט די געלט', אבער ווען עס איז דער פאסאדזשיר וואס שלאגט פאר צו צאלן דארף דער דרייווער זיכער נישט רעכענען אז ער האט נישט גרייט די פונקטליכע סכום.)

מחנך האט געשריבן:דער סוף פון די מעשה איז א עולה, מ'טאר נישט אוועקגיין אן באצאלן די נישטיגע פרייז וואס די דרכי נועם דרייווערס נעמען, ס'איז בכלל נישט באצאלט, אבער ס'מיינט עבסעלוטלי נישט אז יענער איז געקומען מיט א פלען אים צו אפריפן און בא'גנב'ענען


אויב לייגסטו ארויף אז דו ווילסט צאלן פופצן דאלער און דו קומסט מיט א פופציגער וואס רוב מענטשן קענען נישט קראכן אוט אף די בלו, מיינט עס אז דיין פלאן איז געווען אז ער וועט גאנץ וואשיינליך נעמען די זעקס דאלער. העכסטנס קענסטו יענעם זאגן ווען די סיסטעם פארבינדט אייך אז דו האסט נאר א פופציגער וכדומה, אז ער זאל האבן די אפשען צו נעמען א צווייטן/אנגרייטן טשעידזש/נישט טוישן זיינע רוט און טאלל פלענער.

און ווי געזאגט, ס'איז נישט דא קיין 'דרכי נועם דרייווערס', עס איז געווענליכע יונגעלייט וואס פארן פונקט די וועג.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

התבונני האט געשריבן:ווען איר לאזט איבער די מעסעדזש - זאגטס קלאר ביטע מיטברענגען EXACT CHANGE

1) מען לאזט נישט איבער קיין מעסעדזשעס. עס איז אן אויטאמאטישע סיסטעם וואס מען דרוקט קנעפלעך צו לאזן וויסן וואו מען וויל גיין, וויפיל מענטשן, אויב מען וויל צאלן און וויפיל, אויב מען האט לייסענס וכדו'.
2) איך רעד דאך ווען דער פאסאדזשיר האט ארויפגעלייגט אז ער זוכט א וועג און איז גרייט צו צאלן כך וכך. איך האב גארנישט ארויפגעלייגט, נאר געזוכט אין די סיסטעם אויב איינער וויל מיטפארן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אין די צייט פון עפענען א אשכול און מאכן אז אסאך מענטשן זאלן זיך צוריק האלטן פון מיטנעמען אנדערע

וואלט איך מציע געווען צע נעמען די צייט און אנרופען דרכי נועם און זיי בעטן צי לאזן א מעסידש אויפן סיסטעם און דערמאנען דעם עולם איבער מיט ברענגען טשעינדש
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

קודם זע איך אז ס'איז יא דא אידן וואס האבן געטראפן א רייד מיט דרכי נועם, ווען איך פלעג זוכן האב איך קיינמאל נישט געטראפן קיין וועג.

צו משהזוךמיר, איך פארשטיי זייער גוט אייער געפיל און איך בין פולקאם אויף אייער זייט, אבער צו פארשטיין, פון וואנעט זאל יענער וויסן אז איר האט געמאכט אן אומוועג צוליב אים? יענער מיינט אז איר פארט פערצופאל אויך פון סאוט פאלסבורג אדער פון מאנסי.

ס'נעמט נישט אוועק פון זיין אומ'אחריות, ווייל ער האט דאך געאפערט געלט אפילו אויב איר פארט פון מאנסי, אבער אייערע געפילן וואס ברויזן אזוי איז א גרויס חלק ווייל איר האט ספעציעל געמאכט אן אומוועג צוליב יענעם, און מעגליך אז יענער ווייסט דאס נישט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1284
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

געלט איז די איינציגסטע עסק ביים מיטנעמען פאסאזשירן? האב איך לעצטענס אויפגעקלינד מיין קאר (מאכט זיך אמאל). געטראפן שריים פון מענטשןס לאנטש, סאפער, אדער אנדערע מטעמים. איבערגעלאזט דורך געטרייע אורחים פון דרכי נועם, חסד א.א.וו.
איך פארגין אייך פאסאנשיר הארצן גערן צו עסן ביי מיר אין קאר. איך פארשטיי אז איר קומט א לאנגען וועג פון קאנטרי ( דרכי נועם) אדער איר זענט אפגעזיצן מיט א חולה אין שפיטאל ( חסד) אדער סתם א איד וויל עסן, הארצן גערן. אבער ביטע האב איינזעניש, רוימט אייך נאך- צו ווייסט איר אז א דרייווער גייט זעלטען אריין קוקען וואס טוט זיך אין די בעק סיעטס. אויב לאזט איר איבער עסן לאט איר איבער דעם קאר שמוציג און פארקלעבט.ביז מבאמערקט דאס ליגט דאס שוין דארט וואכן און דאס אפצורוימען איז זייער אומבעטעמ׳ט.
די עסן וואס איר ברענגט אין קאר מיז נישט האבן א שמעק אפילו עס איז די פרישסטע און די בעסטע פון די בעסטע קעכער אדער בעל הבית׳טע. נישט יעדער דרייווער האט ליב די זעלבע שמעק עסן ווי אייך. און טאמער לאזט איר איבער אייער שריים און דער דרייווער מיטשעט זיך אפאר וואכן נאכדעם פטור צו ווערן דערפון ביז ער טרעפט דאס אונטער איינע פון די סיעטס....
וועגן ערלעדיגן דיינע טעלעפאן קאלס אדער הערן דיינע וואוס נאוטס אין קאר, האבן שוין אסאך גערעדט און געשריבן און עס וועט נאך געשריבן ווערן...
אויב האט מען אפגעשמוסט א פיק אפ פלאץ, ביטע זייט דארט מיט אלע אייער פאסזאשירן, נישט בעטן דעם דרייווער אז דער אנדערער פאסזאשיר וועט אריינקומען... ביים אנדערן ענטערענס פון די קאנטרי. חבר ביים גראסערי, דער מאן ביים ביהמ״ד וכו׳. די אנדערע קרוב פונעם חולה, גאר א נאנטער איז יעצט בערך 10 בלאקס אוועק פון דא, ער מיז מיטקומען. אפשר פיקט מען אים/איר אויף (מרעדט פארשטייט זיך באס טיים ווען 10 בלאקס קען נעמען אומגעפער 30 -45 מינוט)
העלפט ארויס דעם דרייווער וועלכע וועג צו פארן. ער קען דאך נישט דעם וועג. ספעציעל טאמער איר דרייווט נישט און איר האט יארן עקספיריענס פון פארן מיט אנדערע און ארויסהעלפען מיט די וועגן אדער עס איז נאכנישט אריבער דעם עניווערסערי פון ווען איר האט געפעסט דעם ראוד טעסט און איר האט שוין גענומען אפאר רענטעלס. אויב האט איר וועיז זאלט איר זייער מאכן דאס אנצוצינדען אויפן העכסטן וואליום און טאמער דער דרייווער ווייזט נישט ארויס קיין אינטערעס ( א.ק.ע. איינגעהאלטן) הייבט עם אן צו געבן א לאנגען הסבר וואס דאס איז וועיז און אז דאס געט די שנעלסטע וועג.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”