זאל מען רעדן צו בחורים איבער נישט צורירען די בארד?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מאנטאג נובעמבער 11, 2019 1:46 pm

בעל דעת האט געשריבן:איך האב געוואלט גלייך אינהייב מגיב זיין, נאר אין בין געווען זיכער אז איינער וועט שוין ארויס ברענגען די נקידה, איז פשוט א שאד מיין צייט

למעשה זע איך אז יעדער זאגט גיטע סברות, איינער זאגט אז עס פעלט פשוט די חינוך די ארבקייט פין די זאך, א צווייטע זאגט אז די סיבה איז ווייל מען לערענט נישט די טעמי המצות, כאילו אז מען דארף פשוט געבען פאר יעדער שמויגער א שעור אין אלע מנהגים, מקורם וטעמיהם אז נישט טיט מען עס נישט..., איינער זאגט אז עס קימט ווייל מען מאכט נישט א חילוק צווישען א דרבנן מיט א קבלה, איינער איז געקימען מיט א באמבע ווייל מען מאכט אוועק די עלטערן, אז מען זאגט ווער עס האט א סמארטפאן איז א בעל עבירה, פארדעם שניידט ער זיך די בארד

למעשה וועל איך זאגן די פשוט'ע תירץ וואס די רמב"ם זאגט אין הלכות דעות "דרך ברייתו של אדם--להיות נמשך בדעותיו ובמעשיו אחר ריעיו וחבריו, ונוהג במנהג אנשי מדינתו. לפיכך צריך אדם להתחבר לצדיקים ולישב אצל החכמים תמיד, כדי שילמוד ממעשיהם; ויתרחק מן הרשעים ההולכים בחושך, כדי שלא ילמוד ממעשיהם. הוא ששלמה אומר, "הולך את חכמים, יחכם; ורועה כסילים, ירוע" דאס איז תירוץ אויף אלע קשיות, א מענטש מעג וויסן אלע טעמים אין אלע מקורות, אויב איז די מקום ווי ער איז, דאס אפגעפרעגט צי נישט אזוי הארב, וועט עס גארנישט העלפן

מען קען זען עס איז דא עטליכע קהילות וואס זענען אפשאמיגע פינעם הייליגער דברי חיים זצוק"ל, אין זייי וועלען האבן מסירת נפש פאר זיינס א ווארט ווי למשל מקוה צי מאשין מצות, אבער ווען עס קימט צי די ענין פין שייטליך, אזאך וואס די ד"ח האט געאסערט פינק ווי מאשין מצות, איך מיין מען קען זאגען אין גם אחד וואס רעכענט זיך מיט די דברי חיים, כאטש עס איז דא צענדליגע דארט וואס ווייסן די טעמים מיט די מקורות, אזוי אויך האט איינער געשריבן אז ער פלעגט גיין צים כותל ןןי לאנג ער האט נישט געוויסט וואס ציונות איז, איז די זעלבע זאך אז טאמער איז די מקום ווי ער האט געהערט, געווען אפגעלאכט פין די רעבע זיכרונו ליווראכע אידן, מעג ער האבן טוזענט טעמים פארוואס מער טאר נישט גיין צים כותל, ער וועט פארשטיין אז עס איז גארנישט, אין די מיניט וואס די מקום געווארן ארויף געקיקט די רביה"ק ז"ל, פארשטייט ער שוין פינקליך פארוואס מען טאר נישט גיין צים כותל, פינק ווי א ווישזנצער צי א גערער חסיד דארף נישט פארשטיין פארוואס מען מיז גיין צי בחירות, אין דאך גייט ער מיטן גאנצען קאך, ווייל דרך ברייתו של אדם--להיות נמשך בדעותיו ובמעשיו אחר ריעיו וחבריו

אין דאס איז סיבה פארוואס ער האט נישט קיין פראבלעם מיטן שניידן די בארד, צי ווייל זיינע חבירים מיט וועם ער דרייט זיך, צי די וואטסעפפ גרופ וואס ער איז אנגעהאקט, שניידן זיך די בארד, פארשטייט זיך נאכדעם האט ער שוין מקורות מיט טעמים פארוואס ער איז גערעכט, אין דאס איז די סיבה פארוואס א טייל איז גיין שפאצירן מיט די ב"ב, צי זיצען אין פראנט מיטן ב"ב זייער הארב, ווייל אין די חבורה ווי ער געהערט איז דאס אפגעפרעגט, ווידער ביי די אנדערע איז דאס נארמאל, אבער די יסוד איז איין זאך ווי די רמב"ם זאגט דרך ברייתו של אדם--להיות נמשך בדעותיו ובמעשיו אחר ריעיו וחבריו, אין די איינציגסטע עצה אויף דעם -אז מען וויל אינז מיט אינזערע קינדער, זאלן בלייבן נאמנין לשם ותורתו- איז ווי רמב"ם פירט אויס "לפיכך צריך אדם להתחבר לצדיקים ולישב אצל החכמים תמיד, כדי שילמוד ממעשיהם; ויתרחק מן הרשעים ההולכים בחושך, כדי שלא ילמוד ממעשיהם."

איך וואלט געקענט מאך מאריך זיין אין דעם אבער מיין צייט ערלויבט עס פשוט נישט ועוד חזון למועד


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מוצ"ש נובעמבער 16, 2019 9:40 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:אדורכלויפנעדיג דעם אשכול צום ערשטן מאהל קומט מיר ארויף אין געדאנק אז דער אנדערע אשכול "אנקעטע, לערנט איר חסידות?" און די צוגאנג וואס א ריזן טייל פונעם ציבור האט צו יענעם נושא, האט א שטארקע שייכות צום פראבלעם וואס ווערט אויסגעשמועסט אין די לעצטע צעהן בלעטער פון דעם אשכול (און איז נאר א שפיץ גאפל)

ואידך פירושא זיל גמור

דו מיינסט צו זאגן, אז די רבי ז"ל וואס האט אויפגעבויט יודישקייט און אריינגעפרעגלט אונזער השקפה איז שילדיג אין די היינטיגע מצב הדור???!!! איז דאס וואס דו מיינסט צו זאגן?

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מוצ"ש נובעמבער 16, 2019 11:26 pm

shimon7323 האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:וועגן דרייווען האמיר דא א שבט הלוי, קעגן גיין אין גאס אינאיינעם מיט די ב"ב האט דא איינער אפשר א מקור?


אזוי ווי מען האט שוין סייוי געברענגט דברי תורה דא וועל איך טוהן נגד דעתי (אז ס'איז נישט גלייך צו לייגען דברי תורה נישט און ידיעת התורה אשכולות) און ברענגען די מקור פון נישט גיין צוזאמען מיט די ווייב און גאס.

אויב זענט איר אויף א פלאץ וואס ס'איז נישט גלייך צי זעהן דברי תורה ביטע מישט אוועק.
























Screenshot_20190725-234209_Sefaria.jpg
Screenshot_20190725-234136_Sefaria.jpg

Screenshot_20190725-234248_Sefaria.jpg



איך האב נישט אלעס אפגעליינט ביז אהער, קען זיין איינער האט שוין געברענגט

הרה״ק ר׳ שאול בראך זצ״ל האט פארציילט אז נאך די שבע ברכות איז ער אריבער די גאס פון די שבע ברכות צו זיין הויז אינאיינעם מיט די רעביצין און די גאנצע שטאט האט גערודערט אז א יונגערמאן איז געגאנגען מיט זיין ווייב אין גאס.

http://beta.hebrewbooks.org/reader/read ... hlts=&ocr=%u05E9%u05D1%u05E2%20%u05D1%u05E8%u05DB%u05D5%u05EA
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

ישרן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

תגובהדורך ישרן » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:09 am

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אדורכלויפנעדיג דעם אשכול צום ערשטן מאהל קומט מיר ארויף אין געדאנק אז דער אנדערע אשכול "אנקעטע, לערנט איר חסידות?" און די צוגאנג וואס א ריזן טייל פונעם ציבור האט צו יענעם נושא, האט א שטארקע שייכות צום פראבלעם וואס ווערט אויסגעשמועסט אין די לעצטע צעהן בלעטער פון דעם אשכול (און איז נאר א שפיץ גאפל)

ואידך פירושא זיל גמור

דו מיינסט צו זאגן, אז די רבי ז"ל וואס האט אויפגעבויט יודישקייט און אריינגעפרעגלט אונזער השקפה איז שילדיג אין די היינטיגע מצב הדור???!!! איז דאס וואס דו מיינסט צו זאגן?

ניין, ער מיינט צו זאגן אז דער רבי ז"ל האט גערעדט צו אידן מדקדקים בקלה כבחמורה, איך מיין אז איז קען מיר זיך אלע פארשטעקן פאר די יראת שמים פון א טיפישן סאטמארער מיטליעריגער איד, סאיז אים נישט איינגעפאלן אז זיינע ווערטער וועלן גענוצט ווערן אלס א שלום עלי נפשי צוגאנג, איך וועל האקן סטעיק, דרייוון א נעוויגעטאר, אבער כ"ז איך גיי נישט צו די בחירות בין איך מסודר, איי איך בין נישט קיין חסידישער אינגערמאן, אמער נשתכחה דרך הבעש"ט!!! ניין נישט דאס האט ער געמיינט, אפשר ווען האט ווען געזעהן די היינטיגע דורות וואלט ער יא מער געלייגט א דגוש אויפן דרך חחסידות.
ביי ביי אייוועלט. האטס מיר און זייטס מיר.
דא מעג מער נאר דעבאטירן איבער טראמפ אדער אונטערן פלעיס.
עטוואס טיפערע נושאים איז שוין למעלה מהשגתם פון די חשוב'ע מנהלים און וועט דעריבער געמעקט ווערן.

ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:14 am

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אדורכלויפנעדיג דעם אשכול צום ערשטן מאהל קומט מיר ארויף אין געדאנק אז דער אנדערע אשכול "אנקעטע, לערנט איר חסידות?" און די צוגאנג וואס א ריזן טייל פונעם ציבור האט צו יענעם נושא, האט א שטארקע שייכות צום פראבלעם וואס ווערט אויסגעשמועסט אין די לעצטע צעהן בלעטער פון דעם אשכול (און איז נאר א שפיץ גאפל)

ואידך פירושא זיל גמור

דו מיינסט צו זאגן, אז די רבי ז"ל וואס האט אויפגעבויט יודישקייט און אריינגעפרעגלט אונזער השקפה איז שילדיג אין די היינטיגע מצב הדור???!!! איז דאס וואס דו מיינסט צו זאגן?

יא, מאי אהני לן רבנן

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:58 am

ישרן האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אדורכלויפנעדיג דעם אשכול צום ערשטן מאהל קומט מיר ארויף אין געדאנק אז דער אנדערע אשכול "אנקעטע, לערנט איר חסידות?" און די צוגאנג וואס א ריזן טייל פונעם ציבור האט צו יענעם נושא, האט א שטארקע שייכות צום פראבלעם וואס ווערט אויסגעשמועסט אין די לעצטע צעהן בלעטער פון דעם אשכול (און איז נאר א שפיץ גאפל)

ואידך פירושא זיל גמור

דו מיינסט צו זאגן, אז די רבי ז"ל וואס האט אויפגעבויט יודישקייט און אריינגעפרעגלט אונזער השקפה איז שילדיג אין די היינטיגע מצב הדור???!!! איז דאס וואס דו מיינסט צו זאגן?

ניין, ער מיינט צו זאגן אז דער רבי ז"ל האט גערעדט צו אידן מדקדקים בקלה כבחמורה, איך מיין אז איז קען מיר זיך אלע פארשטעקן פאר די יראת שמים פון א טיפישן סאטמארער מיטליעריגער איד, סאיז אים נישט איינגעפאלן אז זיינע ווערטער וועלן גענוצט ווערן אלס א שלום עלי נפשי צוגאנג, איך וועל האקן סטעיק, דרייוון א נעוויגעטאר, אבער כ"ז איך גיי נישט צו די בחירות בין איך מסודר, איי איך בין נישט קיין חסידישער אינגערמאן, אמער נשתכחה דרך הבעש"ט!!! ניין נישט דאס האט ער געמיינט, אפשר ווען האט ווען געזעהן די היינטיגע דורות וואלט ער יא מער געלייגט א דגוש אויפן דרך חחסידות.

ביי די מיטליעריגע איז אויך נישט דאס יודישקייט געקומען צו פיס, און אכ"ז האט די רבי ז"ל נישט געמאכט קיין גרויסע וועזן פון חסידות, נאר פון קדושה אמונה (נישט וואס ס'מיינט היינט אמונה) וכו' און געלייגט א דגוש אויף חומש רשי, מסורה וכו', און אדרבה ער האט געזאגט וואס ער האט געזאגט....
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:11 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » זונטאג נובעמבער 17, 2019 2:06 am

ביללער האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אדורכלויפנעדיג דעם אשכול צום ערשטן מאהל קומט מיר ארויף אין געדאנק אז דער אנדערע אשכול "אנקעטע, לערנט איר חסידות?" און די צוגאנג וואס א ריזן טייל פונעם ציבור האט צו יענעם נושא, האט א שטארקע שייכות צום פראבלעם וואס ווערט אויסגעשמועסט אין די לעצטע צעהן בלעטער פון דעם אשכול (און איז נאר א שפיץ גאפל)

ואידך פירושא זיל גמור

דו מיינסט צו זאגן, אז די רבי ז"ל וואס האט אויפגעבויט יודישקייט און אריינגעפרעגלט אונזער השקפה איז שילדיג אין די היינטיגע מצב הדור???!!! איז דאס וואס דו מיינסט צו זאגן?

יא, מאי אהני לן רבנן

איך וויל נאר וויסן פארוואס למעלה משבעים יאוועט זיך נישט אנצונעמען פאר כבוד שמים?
.. אפשר סאטמאר דארף א אנדערע באהאנדלונג.. ס'פשוט אזוי, ס'נישט קיין דאפלטע סטאנדארט... :wink:
..

עציץ נקוב
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » זונטאג נובעמבער 17, 2019 6:56 am

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אדורכלויפנעדיג דעם אשכול צום ערשטן מאהל קומט מיר ארויף אין געדאנק אז דער אנדערע אשכול "אנקעטע, לערנט איר חסידות?" און די צוגאנג וואס א ריזן טייל פונעם ציבור האט צו יענעם נושא, האט א שטארקע שייכות צום פראבלעם וואס ווערט אויסגעשמועסט אין די לעצטע צעהן בלעטער פון דעם אשכול (און איז נאר א שפיץ גאפל)

ואידך פירושא זיל גמור

דו מיינסט צו זאגן, אז די רבי ז"ל וואס האט אויפגעבויט יודישקייט און אריינגעפרעגלט אונזער השקפה איז שילדיג אין די היינטיגע מצב הדור???!!! איז דאס וואס דו מיינסט צו זאגן?

יא, מאי אהני לן רבנן

איך וויל נאר וויסן פארוואס למעלה משבעים יאוועט זיך נישט אנצונעמען פאר כבוד שמים?
.. אפשר סאטמאר דארף א אנדערע באהאנדלונג.. ס'פשוט אזוי, ס'נישט קיין דאפלטע סטאנדארט... :wink:
..

דו לייגסט אריין ווערטער אין זיין מויל כאילו ער האט געמיינט סאטמערע רבי ווען ער איז זייער קלאר אז ער האט געמיינט די וואס טון נישט לערנען חסידישע ספרים און נאך זאכן ווייל סאטמערע רבי האט געזאגט נשתכחה און סאטמערע רבי האט קלאר נישט דאס געמיינט ווען ער האט עס געזאגט, און דו האסט שוין טענות אויף למעלה
וואס אגב דו ביסט די לעצט וואס מעג רעדען ווייל דו האסט באשילדיגט אלע גרויסע רביס וואס זענען געווען פאר סאטמערע רבי אין דעם פארוואס די עולם האט זיך נישט געהאלטען
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » זונטאג נובעמבער 17, 2019 9:08 am

עציץ נקוב האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:
ארגינעלע יוד האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אדורכלויפנעדיג דעם אשכול צום ערשטן מאהל קומט מיר ארויף אין געדאנק אז דער אנדערע אשכול "אנקעטע, לערנט איר חסידות?" און די צוגאנג וואס א ריזן טייל פונעם ציבור האט צו יענעם נושא, האט א שטארקע שייכות צום פראבלעם וואס ווערט אויסגעשמועסט אין די לעצטע צעהן בלעטער פון דעם אשכול (און איז נאר א שפיץ גאפל)

ואידך פירושא זיל גמור

דו מיינסט צו זאגן, אז די רבי ז"ל וואס האט אויפגעבויט יודישקייט און אריינגעפרעגלט אונזער השקפה איז שילדיג אין די היינטיגע מצב הדור???!!! איז דאס וואס דו מיינסט צו זאגן?

יא, מאי אהני לן רבנן

איך וויל נאר וויסן פארוואס למעלה משבעים יאוועט זיך נישט אנצונעמען פאר כבוד שמים?
.. אפשר סאטמאר דארף א אנדערע באהאנדלונג.. ס'פשוט אזוי, ס'נישט קיין דאפלטע סטאנדארט... :wink:
..

דו לייגסט אריין ווערטער אין זיין מויל כאילו ער האט געמיינט סאטמערע רבי ווען ער איז זייער קלאר אז ער האט געמיינט די וואס טון נישט לערנען חסידישע ספרים און נאך זאכן ווייל סאטמערע רבי האט געזאגט נשתכחה און סאטמערע רבי האט קלאר נישט דאס געמיינט ווען ער האט עס געזאגט, און דו האסט שוין טענות אויף למעלה
וואס אגב דו ביסט די לעצט וואס מעג רעדען ווייל דו האסט באשילדיגט אלע גרויסע רביס וואס זענען געווען פאר סאטמערע רבי אין דעם פארוואס די עולם האט זיך נישט געהאלטען

לגמרי נישט (דאס זענען ווערטער וואס דער "זקן" האט אריינגעלייגט אין מיין מויל, וויל איך בס"ה וויסן וואו ער איז יעצט צו געפונען, מקען דאך דא אויך פארטייטשן....).
און בנוגעה דאס וואס די רבי האט געהאלטן, ווייסט איעדער.
און ווען דו זאגסט אז איך זאג אז די רבי האט נישט געהאלטן פון לערנען חסידישע ספרים מיין איך, אז דאס הייסט ריכטיג אריינגעלייגט ווערטער אין מיין מויל.
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » זונטאג נובעמבער 17, 2019 1:45 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנטקייט גיין אין מקוה שבת איז אויך שוין באלד א זאך פון דור הקודם

ח"ו, וואו דרייט איר זיך?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג נובעמבער 17, 2019 7:13 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:אדורכלויפנעדיג דעם אשכול צום ערשטן מאהל קומט מיר ארויף אין געדאנק אז דער אנדערע אשכול "אנקעטע, לערנט איר חסידות?" און די צוגאנג וואס א ריזן טייל פונעם ציבור האט צו יענעם נושא, האט א שטארקע שייכות צום פראבלעם וואס ווערט אויסגעשמועסט אין די לעצטע צעהן בלעטער פון דעם אשכול (און איז נאר א שפיץ גאפל)

ואידך פירושא זיל גמור

די פלאץ ווי איז פאלען אוועק די ווייניגסטע בחורים, איז סאטמאר וויליאמסבורג -מפי הרב האניג פון עזר לבחורים.
(לו יהא ס׳איז נישט 100% מדיוק, פארקערט זיכער נישט.)

ס׳איז ווערט א קלער...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10471
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג נובעמבער 17, 2019 9:08 pm

לב בשר האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אדורכלויפנעדיג דעם אשכול צום ערשטן מאהל קומט מיר ארויף אין געדאנק אז דער אנדערע אשכול "אנקעטע, לערנט איר חסידות?" און די צוגאנג וואס א ריזן טייל פונעם ציבור האט צו יענעם נושא, האט א שטארקע שייכות צום פראבלעם וואס ווערט אויסגעשמועסט אין די לעצטע צעהן בלעטער פון דעם אשכול (און איז נאר א שפיץ גאפל)

ואידך פירושא זיל גמור

די פלאץ ווי איז פאלען אוועק די ווייניגסטע בחורים, איז סאטמאר וויליאמסבורג -מפי הרב האניג פון עזר לבחורים.
(לו יהא ס׳איז נישט 100% מדיוק, פארקערט זיכער נישט.)

ס׳איז ווערט א קלער...

חחח, כנראה זאגט ער עס אויף יעדע פלאץ ווי ער גייט...

לב בשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובהדורך לב בשר » זונטאג נובעמבער 17, 2019 10:01 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:אדורכלויפנעדיג דעם אשכול צום ערשטן מאהל קומט מיר ארויף אין געדאנק אז דער אנדערע אשכול "אנקעטע, לערנט איר חסידות?" און די צוגאנג וואס א ריזן טייל פונעם ציבור האט צו יענעם נושא, האט א שטארקע שייכות צום פראבלעם וואס ווערט אויסגעשמועסט אין די לעצטע צעהן בלעטער פון דעם אשכול (און איז נאר א שפיץ גאפל)

ואידך פירושא זיל גמור

די פלאץ ווי איז פאלען אוועק די ווייניגסטע בחורים, איז סאטמאר וויליאמסבורג -מפי הרב האניג פון עזר לבחורים.
(לו יהא ס׳איז נישט 100% מדיוק, פארקערט זיכער נישט.)

ס׳איז ווערט א קלער...

חחח, כנראה זאגט ער עס אויף יעדע פלאץ ווי ער גייט...

געהערט באופן פרטי, נישט אין סאטמאר.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט