געאגראפיע און נאך פון די וועלט

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

פאראינטערסירט האט געשריבן:הו הא די נושא האבעך זייער ליב! שרייב נאך.


איין הערה נאר אין די ספעלינג פון די ווארט געאגראפיע פעהלט א "ר".


איך ווייס נישט וויאזוי מען טוישט עס. יישר כח.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ישר כח הרב טוב ה׳ לכל.

און אז מ׳ליינט שוין, אונזער פריינד הרב @נאך פונדערהיים האט א יאר צוריק אויסגעשמיסט די נושא און דעם אשכול, הגם פון אן אנדערע ענגל. זייער אינטערסאנט צו ליינען ביידע.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5120
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

אן אשכול איבער געאגראפיע? ס'הערט זיך גאנץ אינטערעסאנט. איך קלער אז פילע קענען דא געוואויר ווערן זאכן וואס קענען זיי זיין וויכטיג. נאר לעצנטנס האט מיר געזאגט איינער וואס איז געפארן קיין ארץ ישראל אז ער פארט מיט לופט-האנזא און ער מאכט אן אפשטעל אין פראנקרייך; ס'האט מיר גענומען א מינוט צאמצושטעלן אז ער רעדט פון פראנקפורט...

על כל פנים, מיר דריקן אויס אונזער דאנק פאר "טוב ה' לכל" פאר זיין גוטן געדאנק און זיין גוטע ארבעט. און אינאיינוועגס, פאר אלע וואס העלפן צו מיט אינפארמאטיווע תגובות!
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

יישר כח
זייער אינטערעסאנט
צעקה בקול דממה דקה
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

זייער אינטערסאנט.

דו שרייבסט אז ביז ארום 1450 איז מען נישט געפארן אראפ דעם אטלאנטיק. וויאזוי איז מען געפארן קיין אינדיע אדער כינע? דורך לאנד? אדער איז מען טאקע נישט געפארן. איך האב אלץ געוויסט אז קולומבוס'ס חשבון איז געווען אז מ'קען אנקומען קיין אינדיע פון מערב, און פאר מיר האט דאס באדייט אז די וועג פון מזרח האבן זיי געוויסט. נישט אזוי?
אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגליצקי »

ניין, זיי האבן נאר געוויסט פון יבשה, קאלאמבוס האט גע'טענה'ט אז דורכן ים איז אסאך שנעלער.

ומשום אל תמנע טוב מבעליו, וויל איך זיך נאכאמאל באדאנקען פאר טוב ה' לכל פארן גרינדן און רעדאגירן דעם רייכן אשכול פון וועלכע איך זעהר הנאה.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אפריקע ה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

ארימקייט: די ארימסטע לענדער איבער דער וועלט געפינען זיך אין דעם קאנטינענט, אריינגערעכנט די ניינצן ארימסטע לענדער פון ארום די וועלט! און אפילו די לענדער וואס הייסן שוין דארט רייך, איז עס אבער זייער ארים אקעגן די מערב וועלט לענדער, אפילו די מער ארימע פון צווישן זיי.
די ארטיגע איינוואוינער לעבן ממש אויפן טאג, און א גרויס טייל מענטשן לעבן נאר אויף די אייגן איינגעפלאנצטע פרוכט און גרינצייג וואס מען באארבעט מיט די אייגענע צוויי הענט, בזעת אפך תאכל לחם כפשוטו, און מיט דעם לעבט מען אויס דעם טאג און חודש און יאר.
רוב לענדער ווערן געפירט מיט גרויס קארופציע, און געבן נישט פאר זייערע בירגער די מינדעסט וויכטיגע לעבנס געברויכן, ווי געזונט בענעפיטן און עסן קרעדיט און אזוי ווייטער. די פירערס זענען צומאל רייך און לעבן א פארשווענדערישע לעבן, אבער זייערע בירגער האבן נישט אויף אויסצולעבן דעם טאג.

*
בעפאר מיר גייען צום קומענדיגן קאנטינענט, עמיר צום ערשט דערמאנען עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן און ידיעות איבער די ארטיגע לענדער:

די עיקר באזוכטע לענדער דורך אויסלענדישע טוריסטן זענען בעיקר -קעניא, ווי מען קומט פאר די חיות, און דארט וואוינען טאקע די מערסטע לייבן איבער די וועלט.
-אוגאנדא, אויך פאר חיות און פאר די ארטיגע רעגן וועלדער. -זאמביע און זימבאבווע, ווי ביי די גרעניץ צווישן די צוויי לענדער, געפינט זיך איינס פון די שענסטע וואסער פאלן איבער די וועלט, די וויקטאריע וואסער פאל, צו ווי מען שטראמט פון איבעראל.
און פארשטייט זיך מצרים, צו זען די מעכטיגע פיראמידן, און נאך אסאך אנדערע אנטיק זאכן וואס געפונען זיך בעיקר אין די גרויסע קאירא מוזעאום. און קיין מאראקא, צוליב די קולטור און אלטע שטעט און נאך.
אויך עטיאפיע איז א גרויסע צוציאנגס ארט פאר טוריסטן, צוליב די פילע אלטע היסטארישע קירכעס און רעליגיעזע געביידעס, ווי אויך פאר די הערליכע פאנאראמישע בערג וואס זי פארמאגט און נאך.
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אפריקע ו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

אין אפריקע געפינען זיך איבער 50 לענדער. זעקס דערפון באשטייען בלויז פון אינזלען.

צווישן די לענדער, ציילט זיך די אינגסטע לאנד איבער די וועלט – דרום סודאן.
דרום סודאן האט זיך אפגעטיילט פון סודאן אין יאר תשע''א! נאך אסאך יארן פון קריגערייען און מלחמות. און נאך ביז היינט קומען פאר פילע אמפערייען צווישן די צוויי, צוליב אויל רייכע שטחים וואס געפינען זיך דארט אינצווישן און יעדער וויל עס פאר זיך... נוסח אפריקע...

אין קאנגא, דער מעכטיג גרויסע לאנד וואס זיצט אין צענטער פון אפריקע, בוזשעוועט יעצט אן איבאלע אויסברוך, ווי אלע האלטן מיט אויף די נייעס. מען האלט שוין דארט ביי 1600 באטראפענע. זיי פארמאגן ריזיגע טראפישע רעגן וועלדער, וואס די איבאלע אויסברוך האט א שייכות מיט דעם.


נאמיביע, דער מעכטיג גרויסע לאנד וואס מען זעט דרום מערב, איז באוואוינט מיט א סך הכל פון צוויי מיליאן מענטשן!
דאס איז איינס פאר די ווייניגסט באוואוינטע לאנד אין די וועלט, ביחס צו די גרויס (די ערשטע איז מאנגאליע אין אזיע). רוב לאנד איז ריכטיגע מדבריות, נאר אין די צענטער פון לאנד מער צפון, רעגנט עפעס און איז אביסל באוואקסן, און דארט וואוינען רוב איינוואוינער, אינאיינעם מיט גיראפעס, לייבן און זעברעס.


די עקוועטער לויפט דורך אין צענטער אפריקע, העכער די לענדער גאבון, די צוויי קאנגאס, אוגאנדא, קעניע און סאמאליע.
די קליינע אויל רייכע לענדעל נעבן גבון וואס הייסט עקוועטריעל גינואה, איז בכלל נישט אינטער דער עקוועטער, ווי זיין נאמען זאגט, נאר נעבן דעם.
אגב, איז דאס די איינציגסטע לאנד אין די וועלט וואס פארמאגט א גרויסע שטח אויפן יבשה, אבער זייער הויפט שטאט געפינט זיך נישט דארט נאר אויף א אינזל דערנעבן וואס געהערט פאר זיי, ווי מען זעט אויף די מאפע.


סאמאליע, א מדבר'דיגע לאנד וואס געפינט זיך אויף די מזרח שפיץ פון אפריקע, איז פון די מערסט מסוכנ'דיגע לענדער איבער די וועלט, בערך אזוי ווי אפגאניסטאן...
דאס לאנד פיגורירט אסאך אויף די נייעס. טעראר אטאקעס דארט איז גאר אן אפטע ערשיינונג. "א טעראר אטאקע איז פארגעקומען אין מוגאדישי, די הויפט שטאט פון סאמאליע, דרייסיג מענטשן פארוואונדעט און עטליכע אומגעקומענע, די אל שאבאב טעראר גרופע האט גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף די אטאקע..." קענבאר?...
צוליב זייער סטראטעגישע ארט, ביים אריינגאנג צום רויטן ים אויפן וועג צום סועץ קאנאל, האט מען אסאך צוטון מיט זייערע פייראטן וואס פארכאפן שיפן וואס פארן דארט אריבער. אמעריקע שפילט דארט א גרויסע ראלע אינטערצוברענגן די טעראר גרופעס, ווי מען הערט פון צייט צו צייט.
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

ייש''כ טה''ל

א PDF קען שוין ציניץ קומען
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר גרשון, א גוטע ניק, שרייזשע, שאהן העניטי, שפיגליצקי פארן מיר געבן מוט צו גיין ווייטער.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

טוב ה' לכל קומט אריין שטארק. קיפּ איט אָפּ!
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

איך ליין מיט שפאנונג. גיי אהן.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך האב א שאלה וועגן די לייבן אין די אלע לענדער דרייען זיך לייבן אזוי ווי ביי אונז הערשן צווישן עולם?
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

מצב כללי האט געשריבן:איך האב א שאלה וועגן די לייבן אין די אלע לענדער דרייען זיך לייבן אזוי ווי ביי אונז הערשן צווישן עולם?


לייבן קומען געווענטליך נישט צווישן מענטשן, ווייל זיי האבן דארט נישט וואס צו טון, זיי דארפן זייער שטח און זייערע עסן וכו'. אבער אין קעניא למשל, וואוינען זיי גאר נאנט צו די הויפט שטאט און עס קען זיך מאכן אז א לייב זאל אריינוואנדערן אין די שטאט בטעות. אבער געווענטליך מאכט זיך עס נישט. אבער אין די דערפער וואס געפינען זיך ממש אין די וועלדער (סאוואנעס) האט מען טאקע יא צוטון מיט זיי, אדער מיט די אנדערע חיות ווי עלעפאנטן, לעמפערטן, און אזוי ווייטער.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

טוב ה' לכל האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:איך האב א שאלה וועגן די לייבן אין די אלע לענדער דרייען זיך לייבן אזוי ווי ביי אונז הערשן צווישן עולם?


לייבן קומען געווענטליך נישט צווישן מענטשן, ווייל זיי האבן דארט נישט וואס צו טון, זיי דארפן זייער שטח און זייערע עסן וכו'. אבער אין קעניא למשל, וואוינען זיי גאר נאנט צו די הויפט שטאט און עס קען זיך מאכן אז א לייב זאל אריינוואנדערן אין די שטאט בטעות. אבער געווענטליך מאכט זיך עס נישט. אבער אין די דערפער וואס געפינען זיך ממש אין די וועלדער (סאוואנעס) האט מען טאקע יא צוטון מיט זיי, אדער מיט די אנדערע חיות ווי עלעפאנטן, לעמפערטן, און אזוי ווייטער.


טענקס
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

יישר כח רב טוב.
ס'איז זייער אונטערסאנט און באלערנד.

הצלחה רבה!

כ'האב גרייט א PDF כ'ווייס נישט וויאזוי מ'ניצט דראפ-באקס.
קען איינער העלפן?
יישר כח
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

PDF

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

https://drive.google.com/file/d/0B2hv4f ... qUXJF/view

יישר כח @אדער יא, פארן עס לייגן אויף גאגל-דרייוו.
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיב א שמייכל »

לדעתי האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/0B2hv4fHePmGfMll0U2xyR3NyM1ZJMlBGV3JfRzJVWXRqUXJF/view

יישר כח @אדער יא, פארן עס לייגן אויף גאגל-דרייוו.

דאנקע שיין!!!!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעטל »

א גרויסן שכח, טוב ה' לכל! הערליך, געשמאק, אינהאלטסרייך און אינפארמאטיוו!
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

דאנקע פאר יא מיט לדעתי
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אפריקע ז'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

עמער נאך אביסעל זיך פארזוימען אויפן אפריקאנעם קאנטינענט, און הערן נאך עטליכע אינטערעסאנטע ידיעות איבער דעם פארווארפענעם אומבאקאנטן טייל אויף אונזער פלאנעט.

די מערסט פארשפרייטע רעליגיע אויפן אפריקאנעם קאנטינענט איז די מוסלעמענער רעליגיע, וואס איז בעיקר פארשפרייט אויפן צפון טייל, ווי באקאנט. אבער אויך זייער שכיח אין די אנדערע טיילן, ווי אין טאנזאניע, קעניע, אוגאנדא, און ווער רעדט שוין פון סאמאליע, און נאך און נאך.
די צווייט מערסט פארשפרייטע איז די נוצרישע גלויבן וואס די אפריקאנער געצן דינער האבן אויפגענומען פאר צוויי הונדערט יאר צוריק מיט גרויסע עקסטאז, דורך די מיסיאנערן וואס האבן זיך ארויפגעכאפט אויף דעם רויען פעלד מיט גרויס אייפער, און עס פארשפרייט ווי עס איז נאר געגאנגען.
די איבריגע זענען ע''פ רוב עובדי עבודת אלילים כפשוטו, יעדער מיט זיינע אמונות טפילות און זיינע מסורת אבות.


א היפשע פאר לענדער אין אפריקע ווערן נאך געפירט דורך דיקטאטארן און קעניגן. אבער אפילו די אפיציעל דעמאקראטישע לענדער, זענען אויך זייער ווייט פון זיין ריכטיג דעמאקראטיש, נאר פאר אפריקע קען מען דאס רופן דעמאקראטיע...
לויט די פארשריפטן פון די וועלטליכע ארגנעזאציע וואס באצייכנט א לאנד צו עס קען ווערן גערופן א אמת'ע מערב וועלט דעמאקראטישע לאנד, איז נאר דא א איין איינציגסטע לאנד אין אפריקע וואס קען אריינגיין אינגאנצן אין דעם קאטעגאריע...
דאס איז א קליין ארכיפאלאגישע לענדל (דאס הייסט, א לאנד וואס איז צאמגעשטעלט נאר פון אינזלען) וואס רופט זיך: מאוריציוס. שוין אמאל געהערט דערפון? אויב נישט, זענט איר נישט דער איינציגסטער... אויף די מאפע קען מען עס טרעפן צו לינקס פון מאדאגאסקאר (יעצט ווייס איך שוין נישט צוויי זאכן... מאדאגאסקאר איז דער גרויסע אינזל דרום מזרח פונעם קאנטינענט).


און אז מען רעדט שוין פון מאדעגאסקאר, דאס פערט גרעסטע אינזל אויף די וועלט, עמיר נאך אביסל רעדן דערפון.
מאדגאסקאר איז זייער באקאנט אין דער חיות וועלט איבער איר אייגענארטיגע באשעפענישן וואס זי פארמאגט. ניינציג פראצענט פון אירע באשעפענישן, זענען גענצליך אייגנארטיג פאר איר, און זיי געפינען זיך נישט סייווי איבער די וועלט נאר דארט.
א גרויס חלק זענען מן הסתם סארטן אינזעקטן און ליזערדס און דאס גלייכן. אבער עטליכע זענען יא גרעסערע און מער באקאנט, ווי למשל דער לעמור, אזא סארט מאנקי – בער – מאנקוש און נאך... מען קען עס זען אין מערערע טיר גארטנ'ס, בפרט אין ארץ ישראל אין די גרויסע (?...) זו אין ירושלים, ווי מען קען אריינגיין אין זייער שטח און שטיין גלייך נעבן זיי.
א גרויס חלק פון די בעלי חיים זענען אין א סכנה פון גענצליכע פארטיליגונג, און מערערע טוען אין דעם נושא ב''ה צו זען אז עס זאל פארבלייבן א שם ושארית פון די זעלטענע בעלי חיים, כי לא אלמן ישראל... (כאילו אז דער ארעמע באפעלקערונג אויפן אינזל, און אויף די גאנצע אפריקאנער קאנטינענט, וואס שטארבן פאר הונגער און פון אלע סארטן קרענקן, זענען שוין אינגאנצן מסודר און זיי דארף מען נישט העלפן... אומרים לו יתוש קדמך...).


נאך אן אינטערעסאנט לענדל איז דא דערנעבן, דאס איז: לעסאטו.
איך מיין אז די ערשטע רעקארד וואס דאס לאנד קען ברעכן איז: דאס מערסט אומבאקאנטע לאנד איבער די וועלט...
אבער למעשה האט עס א צווייטע רעקארד וואס עס ברעכט, אז עס איז די העכסטע לאנד אין די וועלט, וויבאלד עס איז דאס איינציגסטע לאנד, וואס די גאנצע לאנד געפינט זיך העכער טויזענט מעטער, וואס דאס קומט אויס 3,280 פיס.
די גאנצע לאנד איז ארומגענומען פון אלע פיר זייטן דורך דרום אפריקע, וואס דאס אליינס איז נישט אזא אפטע זאך (נאר סאן מארינו אין איטאליע, די וואטיקאן אין איטאליע און מעגליך נאך געציילטע לענדער, זענען אויך אזוי).
טוב ה' לכל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ה' לכל »

יישר כח פאר מונאוויטש, לדעתי, שאהן הענניטי, ברעטל פארן מיר באדאנקן און מיר מחזק זיין מיט גיין ווייטער!!!
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

זעלטן קומט אפיר אזא תוכנפולע שרייבער ווי @טוב

קיעפ איט אפ!

דערעוילעם איז זיך מחיה און דוירשט פאר נאך!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

עולם האמת האט געשריבן:זעלטן קומט אפיר אזא תוכנפולע שרייבער ווי @טוב

קיעפ איט אפ!

דערעוילעם איז זיך מחיה און דוירשט פאר נאך!



בפרט די איומער ווערטער.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2906
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

טוב ה' לכל האט געשריבן:נאך אן אינטערעסאנט לענדל איז דא דערנעבן, דאס איז: לעסאטו.
איך מיין אז די ערשטע רעקארד וואס דאס לאנד קען ברעכן איז: דאס מערסט אומבאקאנטע לאנד איבער די וועלט...
אבער למעשה האט עס א צווייטע רעקארד וואס עס ברעכט, אז עס איז די העכסטע לאנד אין די וועלט, וויבאלד עס איז דאס איינציגסטע לאנד, וואס די גאנצע לאנד געפינט זיך העכער טויזענט מעטער, וואס דאס קומט אויס 3,280 פיס.
די גאנצע לאנד איז ארומגענומען פון אלע פיר זייטן דורך דרום אפריקע, וואס דאס אליינס איז נישט אזא אפטע זאך (נאר סאן מארינו אין איטאליע, די וואטיקאן אין איטאליע און מעגליך נאך געציילטע לענדער, זענען אויך אזוי).

אז מען רעדט שוין פון לעסאטא, א מאמר באזירט אויפן אינטערעסאנטן לענדל לעסאטא וואס אני הקטן האט געשריבן פארן 'מי מנוחות' (עמיצער געדענקט דאס נאך...?) מיט קנאפע 3 יאר צוריק.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”