טאטע, טאכטער'ל, קאזין רחל'ע און די תפילה
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
טאטע, טאכטער'ל, קאזין רחל'ע און די תפילה
א שמחה אין טעם וריח גזינדל! קאזין רחל׳ע מיט איר שוועסטער'ל קומען וויילן אין אונזער הייזקע פאר א צאל טעג.. זייער מאמע האט געבוירן א בעבי…!!!
מיין שיינדעלעס שמחה איז אומשאצבאר, אמער זי גייט באקומען א רום חבר'טע פאר א וואך אוי גייט גיין א האצקע און פאר מיר מר. און מיסעס טעם ווארט אפ שווערע נאכט-שלאכטן…
אט קומט אריין די פרייליכע בשורה אז קאזין רחלע׳ס טאטע׳ס קאר דרייעט זיך שוין איין אין אונזער גאס… די גאנצע געזונדל ווערן בליץ שנעל פארזאמלט צום הויפט טויער און א ריזיגע קבלת פנים איז צוגעגרייט.
די געמיטער איז היציג, וואס א מינוט שפעטער ווערט עס מער הייס, קליינע שיינדלע (4+) שטייט דארט ציווישן די געפילדער און קען קוים שרייען פאר התרגשות… זי ווארט שוין אזוי שטארק אויף די מאמענט ווען קאזין רחל׳ע וועט איבערטרעטן די שוועל.. איר שפאנונג איז אויף מיליאן…
טאטע טעם וריח שטייט פארענט פונם כאפטע עולם ווי א יושב ראש אנכאפענדיג די קלאמקע ארויסבליקענדיג פון קליין פענסטער׳ל מיט האלטן די פארשריט פון קאזין רחל׳ע און טאקע אט שמייסט אריין טאטע רחל׳עס אויטא אין פארקינג לאט, טאטע רחל׳ע שפריגט ארויס גרייט מאכן׳דיג זיין טאכטערל (רחל׳ע כנ״ל) צום אפשיקן.
טאטע טעם באמערקט ווי טאטע רחל׳ע פארזוימט זיך.. סיבה? ער גייט צום טראנק נעמען די באגאדש פון רחל׳ע…
מינווייל, שטייט דארט שיינדעלע ביים וואנט, און טאטע טעם הערט ווי טאכטער שיינדעלע גיסט אויס דאס הארץ פארן רבונו של עולם. און זי זאגט מיט דעם לשון: הייליגע באשעפער העלף אז קאזין רחל׳ע זאל שוין קומען!!
טאטע טעם ווערט מרוגש פון די קליינע השגות פון זיין טאכטער׳ל. אבער קלערט צו זיך.. סידאך זיכער א תפילת שוא… ווייל איך זעה דאך מיט מיינע אויגן ווי קאזין רחל׳ע שטייט דא אינטערן טיר.. נאך אפאר מינוט און זיי זענען דא….
****
עטליכע טעג שפעטער מיסטער טעם-וריח שטאט אפ א באזוך ביי א פאטענציאלע קליענט. מר. (אדער טאטע…) טעם איז א בעל בית פון א קליינע ביזנעס אבער צו דעם פעלט אויס סעילסן זיינע סערוויסעס כסדר און זוכן פרישע קאסטעמערס אזוי כרגיל…
אטא דאסערע פאטענציאלע קליענט האט מר. טעם זייער געוואלט אלט׳ס א קליענט כמובן, ער האט פרובירט מיט אלע כוחות צו אנשטעלן א רשימא מכובדת דאס יעניגער זאל איבערגענומען ווערן אזוי ווי סברויך….
פאריבער זענען אפאר טאג, מר. טעם הערט נישט צירוק קיין אנטווארט.
פלוצלונג טרעפט זיך מר. טעם שעפשען די פאלגענדע תפילה: הייליגע באשעפער העלף אז …. זאל שוין אנקומען צו מיר… ווי א שאק באגאסענער כאפט זיך מר. טעם ״איין מינוט״ פון וואו קען איך די דאזיגע נוסח?! אה!! ווי א שלאנג געביסענער דערמאנט ער זיך! אאאההה רבונו של עולם דאס איז דאך די תפילה פון טאכטער שיינדעלע!!!
נאאא טאטע טעם ווייסט וואס דער רבוש״ע טראכט יעצט??
יא פונקט אזוי: איין מינוט! זיי קומען איך זעה די בילד פון דרויסן און עס קומט פיינע צייטן!! האב אביסעלע געדולד!!
****
כלל ישראל ווארט שוין אויף משיח באלד צוויי טויזענט יאר!! מען שרייעט און מען בעט און בעט הייליגע באשעפער באווייז דיך שוין צו אונז!! זאלן מיר שוין זעהן די לעכטיגע ישועה במהרה בימינו און א סוף וועט נעמען צו אלע צרות יגון ואנחה.
הנה זה עומד אחר כתלינו משגיח מן החלונות מציץ מן החרכים!!
ער קוקט פון פענסטרל און ער זאגט: אט איז ער דא! איך זעה איהם!!
ווארט ווארט אידעלע נאך א מינוט, משיח איז שוין דא מהערט שוין זיינע טריט!!

על "טעם וריח" אין להתווכח
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9235
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
מלא טעם ורגש!
כבן המתחטא לפני אביו!
אונזערע גשמיות'דיגע געברויכן, ווי ארויסקוקן און זיך בעטן אויף א פרישן קאסטומער, זעהען דארט אויבן אויס אט די זעלבע מינדערוויכטיג ווי ווען שיינדעלע בעט זיך שוין אז די קאזינע זאל שוין קומען, אבער דאך גיבט עס דער טאטע נאך מיטן גאנצן הארץ.
(און אפילו ווען ס'איז נאך אזא כמו תפילת שוא...).
זאל אונז שוין דער אייבערשטער נאכגעבן און אונז ענטפערן לטובה סיי די קליינליכע חומרוית'דיגע בקשות, און סיי די גרויסע ישועה פון "ברחמים גדולים אקבצך" ב"ב.

---
- שלעפשיץ
- שר האלף
- תגובות: 1427
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
- לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
- פארבינד זיך:
געוואלדיג
א תפילת שוא? נישט ממש.
א תפילת שוא? נישט ממש.
[email protected] For all your Graphic & Website needs email
https://ahblicklive.com/charity/michoelssefertorah

- בראנפן גלעזל
- שר מאה
- תגובות: 140
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
- לאקאציע: אין שענק
-
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7274
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
- לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס