אנקעטע: טירחא דציבורא ביי א וואכענדיגע שחרית

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אויב שחרית נעמט מער ווי:

האלבע שעה
97
42%
דריי פערטל שעה
80
35%
א שעה און מער
38
17%
האסט נישט קיין מיינונג
14
6%
 
סך הכל שטימען: 229

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

אנקעטע: טירחא דציבורא ביי א וואכענדיגע שחרית

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

ווען הייבסטו אן ווערן אומגעדולדיג? ווען שפירסטו ווי דער בעל תפילה איז מטריח דעם ציבור?
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו [email protected], דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

צופלאצט ווערט מען ווען:
מ'הערט נישט דעם בעל תפילה'ס קול, קיין אינטערשיד צו דו ביסט און א געיעג אדער פארקערט, אויב הערט מען דיך נישט פון וואו זאל איך וויסן וואו די האלטסט? און פארוואס שטייסטו בכלל ביים ברעטל?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

זינטאג צי מאנטיג מיט אדער אן תחנון
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

מיין וואוט:
13 מינוט פסוקי דזמרה און נאך 7 מינוט ביז שמו"ע, כ'מיין ס'איז נח לשמים ולבריות.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אדער יא האט געשריבן:מיין וואוט:
13 מינוט פסוקי דזמרה און נאך 7 מינוט ביז שמו"ע, כ'מיין ס'איז נח לשמים ולבריות.

10 מינוט פסוקי דזמרה, דאס איז נארמאל, 13 איז געמאכט פאר די מנינים וואס דאווענען נאך 9 אזייגער, די אידן וואס דארפן נישט פאנטשן א קארד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע בוים »

נישט געוואוט וויל ס'איז נישט דא מיין אפשען, עניית דעתי איז אז איך ווער נערוועז בתוך די ערשטע פינף מינוט אויב דער בע"ת/ש"ץ איז גלייך מגלה דעת "איך בין היינט במוחין דגדלות" ס'איז שוין נישט קיין נפק"מ ווילאנג עס נעמט, אויב איז דער צדיק'ל א קריכער מעג עס נעמען למעשה אפי' נאר א 3/4 שעה, ער האט מיר שוין צוגענומען דעם אפעטיט
(לכשעצמי האלט איך אז א רעגולער שני וחמישי ברויך נעמען נישט מער פון 50 מינוט ואידך נעם אראפ תחנון און ליינען, און דאס איז כמובן מיט א נארמאלע בע"ת)
עץ חיים הוא למחזיקים בה
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

ווען פסוקי דזמרא אדער שמו"ע פארשלעפט זיך אביסל גיי איך מיט מיט עס, די פראבלעם ווען די בעל תפילה דיסיידעד צו דאווענען א לאאאאנגע הויכע שמו"ע ווי ער ציט אויס יעדער ווארט, דארט קען מען ווערן סיריעסלי צושפילט
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

לדעתי איז ביז נאך שטילע שמו"ע טאר נישט נעמען מער ווי 22 מינוט צוטייל עס וויאזוי די ווילסט
10 מינוט ביז ברכו 7 מינוט ביז שמו"ע 5 מינוט שטילע שמו"ע
11 מינוט ביז ברכו 6 מינוט ביז שמו"ע 5 מינוט שטילע שמו"ע
אדער סיי וועלכע אנדערע וועג
הגה: וכן נוהגין רוב רובם פון בעל תפילות
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2475
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

אדער יא האט געשריבן:מיין וואוט:
13 מינוט פסוקי דזמרה און נאך 7 מינוט ביז שמו"ע, כ'מיין ס'איז נח לשמים ולבריות.

13 מינוט מיינט איר די בעל תפלה, כדי איר זאלט האבן צייט צו לייגן טלית און תפילין און זיך מיטכאפן...
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

פארפלאנטערט האט געשריבן:
אדער יא האט געשריבן:מיין וואוט:
13 מינוט פסוקי דזמרה און נאך 7 מינוט ביז שמו"ע, כ'מיין ס'איז נח לשמים ולבריות.

13 מינוט מיינט איר די בעל תפלה, כדי איר זאלט האבן צייט צו לייגן טלית און תפילין און זיך מיטכאפן...

;l;p-
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

35 מינוט
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

דערווייל קומט א האלבע שעה אריין די שטערקסטע.
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו [email protected], דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

בן פדהצור האט געשריבן:דערווייל קומט א האלבע שעה אריין די שטערקסטע.

באמערק אז רוב מענטשן זענען ביזדערווייל דערקעגן, א האלבע שעה האט נאר 45%,
55% זענען קעגן
The Divided States Of America
splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך splinter »

יש בו האט געשריבן:
בן פדהצור האט געשריבן:דערווייל קומט א האלבע שעה אריין די שטערקסטע.

באמערק אז רוב מענטשן זענען ביזדערווייל דערקעגן, א האלבע שעה האט נאר 45%,
55% זענען קעגן

.
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

45% מענטשן האבן געוועלט פאר א האלבע שעה, די מערהייט 55% האט געוועלט קעגן די מיינונג פון א האלבע שעה
The Divided States Of America
טוב ויפה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוב ויפה »

איך מיין רוב ענטפערן ווי לאנג זיי וואלטן געוואלט שחרית זאל זיין. געדענקט די פראגע איז ווען ווערט איר אומגעדולדיג!
מיין אינטערשריפט..??? עסטעדעך וויסן ווער איך בין!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

די זייגער מאכט נישט אזוי ווייט אויס ביי מיר, א קריכעדיגע טאן (אפי' געיאגטערהייט) נעמט מיר אבער ארויס פון די גלייזן.
ארויף
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארויף »

גרינע בוים האט געשריבן:נישט געוואוט וויל ס'איז נישט דא מיין אפשען, עניית דעתי איז אז איך ווער נערוועז בתוך די ערשטע פינף מינוט אויב דער בע"ת/ש"ץ איז גלייך מגלה דעת "איך בין היינט במוחין דגדלות" ס'איז שוין נישט קיין נפק"מ ווילאנג עס נעמט, אויב איז דער צדיק'ל א קריכער מעג עס נעמען למעשה אפי' נאר א 3/4 שעה, ער האט מיר שוין צוגענומען דעם אפעטיט
(לכשעצמי האלט איך אז א רעגולער שני וחמישי ברויך נעמען נישט מער פון 50 מינוט ואידך נעם אראפ תחנון און ליינען, און דאס איז כמובן מיט א נארמאלע בע"ת)

;l;p-
אוועטאר
יהלום
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהלום »

דער שאלה איז זייער נישט קלאר
וואס מיינט א האלבע שעה עס קען מיינען פון הודו ביז נאך קדיש נאך ןבא לציון און עס קען מיינען פון ברכות ביז נאך קדיש יתום נאך תהילים!
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

יהלום האט געשריבן:דער שאלה איז זייער נישט קלאר
וואס מיינט א האלבע שעה עס קען מיינען פון הודו ביז נאך קדיש נאך ןבא לציון און עס קען מיינען פון ברכות ביז נאך קדיש יתום נאך תהילים!


גא"מ. מכאן הקריאה יוצאת אז ביי אלע אנקעטע'ס זאל מען קלארער ארויסשרייבן די פרטים פון די פראגע.
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

יש בו האט געשריבן:
בן פדהצור האט געשריבן:דערווייל קומט א האלבע שעה אריין די שטערקסטע.

באמערק אז רוב מענטשן זענען ביזדערווייל דערקעגן, א האלבע שעה האט נאר 45%,
55% זענען קעגן


ביסט גערכעט. איך האב נאר געקוקט אויף די דריי פערטל שעה אפציע
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו [email protected], דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

יש בו האט געשריבן:45% מענטשן האבן געוועלט פאר א האלבע שעה, די מערהייט 55% האט געוועלט קעגן די מיינונג פון א האלבע שעה

אפשר שטייט נישט קלאר, מאנכע מיינען אז מען רעכנט די האלבע שעה פון ווען מען טוט אן די טו"ת בעפאר ברכות ביז נאך עלינו, און מאנכע רעכענען די האלבע שעה פון הודו ביז נאך עלינו, דארף מען שרייבן קלאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
yidusa
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yidusa »

I would say 35 minutes is the right way, but since you don't have this option so I voted 1/2 hour
קאפ און אקסל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 24, 2017 9:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאפ און אקסל »

בן פדהצור האט געשריבן:דערווייל קומט א האלבע שעה אריין די שטערקסטע.


ביג פראבלעם! דער עולם דא האט ערנסט נישט קיין געדולד צי דאוונען.
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

איך קען נישט ענפערן ווייל ביי מיר דויערט פון ברכות ביז נאך אדון עולם (נישט שני וחמישי) 45 מינוט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”