אנקעטע: אייער שבת אינדערפרי סקעדזשועל

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

שרייב תגובה

װער נעמט קעיר פון די קינדער שבת אינדערפרי

איך גײ אין ביה״מ גלײך װען איך שטײ אױף, װי א גאנצע װאך, די אשת חיל נעמט שױן קעיר פון די הױז-געזונד
35
29%
כ׳בלייב אינדערהײם געבן עסן פאר די קלײנע וכו׳, אבער װען ס׳װערט 9:00-9:15 גײמיר אין ביה״מ, און די קינדער בלײבן אױף גאט׳ס באַראָט
28
23%
ס׳איז שױן אפגעשמועסט אז בערך 9:15 דארך איך שױן גײן אין מקוה, און זי מאכט זיכער שױן צו זײן עװעיליבעל
17
14%
כ׳בלײב אינדערהײם ביז די רביצין ערשײנט אין קיטשען, און װען מ׳קומט אן צום דאװענען קומט מען אן
19
16%
בײ מיר גײט די מעשה אביסל אנדערשט (ביטע מסביר זײן אין תגובה)
21
18%
 
סך הכל שטימען: 120

פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

אנקעטע: אייער שבת אינדערפרי סקעדזשועל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

די אנקעטע איז ספעציפיצירט (ס׳איז א װארט?) פאר יונגעלײט װאס האבן קלײנװארג, נאכנישט די עידזש װאס קענען זיך אלײנס קעיר נעמען, אדער װאס די גרױסע קענען אכט גיבן אױף די קלײנע, איז אזױ.

לױט װי כ׳פארשטײ, אין רוב הײזער (אדער כאטש אין טייל הײזער, כ׳קען נישט די נומבערס) רוען זיך די מאמעס אױס שבת אינדערפרי, און די טאטעס זענען פארנומען מיט די קינדער, ומענתם בפיהם, אמער, א גאנצע װאך זענען זײ ביזי מיט די קינדער.

יעצט מײן שאלה איז נאר (נישט ארײנגײענדיג אין די עצם טענה צו ס׳איז גערעכט אדער נישט) װאו איז די גדר? כ׳מײן צו זאגן ביז װען? װײל ס׳איז זיכער דא אסאך יונגעלײט װאס קומען אן צו נשמת, אדער שפעטער, נישט װײל זײ זענען ארײנגעפאפן װי מענטשן מײנען, נאר זײ האבן פשוט נישט געװאלט לאזן די קינדער אױף הפקר.

מילא װאלט מיר געװען אינטערעסאנט צו זעהן װאס ס׳טוט זיך אפ אין אידישע הײזער אינעם הײליגן טאג, און װאס דער עולם האט צו זאגן אױף דעם.

ײש״כ
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

איך מאך זיכער צו גיין אין מקוה גראד נאכ'ן אויפשטיין ווייל ווי שפעטער מ'גייט עקעלט עס מער. דערנאך האב איך א שיעור גמרא תוספות און איך לייג אויך אוועק א האלבע שעה זיך אפצוגעבן מיט די קינדער איידערן גיין אין שול
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

מקוה גלייך ביים אויפשטיין
דערנאך בלייה איך אינדערהיים ביז בערך 9:45 צו גיסן צו עסן פאר די קליינע און זיי האלטן אין די ראמען ח״ו נישט אויפוועקן מאמי
אינדערצייט כאפ איך אריין א קאווע אדער צווי און מעביר סדרה זיין און צומאל אריינבליקן אין א ספר
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

ייש"כ פארן עפענען די נושא.

און יא, איך קום שבת גאנץ שפעט אן צום דאווענען, נישט מחמת פארשלעפטקייט, נאר פאר אט די סיבה: א שטוב מיט קליינע מיידלעך וואס מ'דארף קעיר נעמען.
מען קען דעבאטירן צו עס איז אויסגעהאלטן, אבער מען דארף וויסן די סיבה וואס ליגט אונטער דעם.
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

נישט דא קיין אפשען צו אויפשטיין פרי און גיין אין ביהמ"ד זאגן תהלים? אדער לערנען? איך גלויב אז א גרויסע חלק פון כלל ישראל פירט זיך אזוי
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

איך נעם קער ביז 9:55 און איך דאווען אינדערהיים רוב דאווענען ביז נשמת מעוטף בטלית אז די אשת חיל זאל זיך קענען אביסל אויסרוען איך קום טאקע אן שפעט אבער איך דארף נישט אפכופערן א דאווענען
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

מחנך האט געשריבן:נישט דא קיין אפשען צו אויפשטיין פרי און גיין אין ביהמ"ד זאגן תהלים? אדער לערנען? איך גלויב אז א גרויסע חלק פון כלל ישראל פירט זיך אזוי

כ׳בין בכלל נישט ארײן אין דעי חלק

למשל אײנער װאס װעלט אפציע 1, װײס איך נאך אלס נישט צו ער שטײט אױף 7:30 אדער 10:30 (איך האב גראדע נישט גע׳חלומ׳ט אז אזא גרױסע פראצענט װעט װעלן אפציע אײנס, װען יא װאלט איך עס אפשר טאקע אפגעטײלט) כ׳האב נאר גערעדט פון די חלק װאס ס׳טוט זיך אינדערהײם

סאו אױב דו קענסט ב״ה עוסק זײן בתורה ועבודה שב״ק אינדערפרי אָן קײן דאגות װאס ס׳טוט זיך אין שטוב, װאױל איז דײן חלק, און װעהל ביטע אױף אפציע אײנס
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

קוקט ביטע נישט אריין אין יענעם׳ס טעלער...!

איטליכען איד ברויך טאן לשם שמים לויט ׳זיין׳ מצב; און קיינעם׳ס סיטואציע איז נישט דומה צו א צווייטנ׳ס...
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

Graphic24 האט געשריבן:קוקט ביטע נישט אריין אין יענעם׳ס טעלער...!

איטליכען איד ברויך טאן לשם שמים לויט ׳זיין׳ מצב; און קיינעם׳ס סיטואציע איז נישט דומה צו א צווייטנ׳ס...


איר זענט מאָר דען װעלקאָם ארױסציװאקן פון דעים אשכול אױב זענט איר סענסיטיװ צו דעים, דערװײל זעה איך אז מער װי 60 אידן האבן נישט קײן פראבלעם דערמיט

און אװדאי איז א יעדענס סיטואציע אנדערשט, דאס איז געמאכט נאר צו זעהן אין דזשענערעל, און פאר די אינטערעסאנקײט שבו, און בכלל נישט צו פאסן באשלוסן בעיסד אױף דעים.

בד״װ פארגעסן צו לײגן אן אפשען ״כ׳קום ארײן מיט א העפליכן גוט שבת זײגער צװעלף מיטן שלאף קאפל אױפן קאפ״ :oops:
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

דריידל האט געשריבן:איך מאך זיכער צו גיין אין מקוה גראד נאכ'ן אויפשטיין ווייל ווי שפעטער מ'גייט עקעלט עס מער. דערנאך האב איך א שיעור גמרא תוספות און איך לייג אויך אוועק א האלבע שעה זיך אפצוגעבן מיט די קינדער איידערן גיין אין שול

דאס איז די איינציגסע סיבה צי גיין אין מקוה גראד? :oops: :oops:
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
holy yid
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

יעדער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך מאך זיכער צו גיין אין מקוה גראד נאכ'ן אויפשטיין ווייל ווי שפעטער מ'גייט עקעלט עס מער. דערנאך האב איך א שיעור גמרא תוספות און איך לייג אויך אוועק א האלבע שעה זיך אפצוגעבן מיט די קינדער איידערן גיין אין שול

דאס איז די איינציגסע סיבה צי גיין אין מקוה גראד? :oops: :oops:

מיך אויך שטארק וויי געטוהן צו זעהן די סיבה,
אפגערעדט פין תורה קריאת שמע מתוך טהרה... סתם אזוי מקוה איז א זאך וואס איז מטהר אין מ’דארף מחשיב זיין די פיינע היייסע מקואות ב’’ה די דארפסט נישט ברעכען אייז...
אבער צוריק צום נושא.. מיר בראבירן אריינצושטיפן לערענען פארן דאווענען אבער איך פארשטיי דעי אידן וואס קומען שפעיט וועיגן מ’דארף פיטערן (שלום מאכן) די קינדער
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

יעדער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:איך מאך זיכער צו גיין אין מקוה גראד נאכ'ן אויפשטיין ווייל ווי שפעטער מ'גייט עקעלט עס מער. דערנאך האב איך א שיעור גמרא תוספות און איך לייג אויך אוועק א האלבע שעה זיך אפצוגעבן מיט די קינדער איידערן גיין אין שול

דאס איז די איינציגסע סיבה צי גיין אין מקוה גראד? :oops: :oops:

שכוח פארן ארױפברענגען :wink:
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: אנקעטע: אייער שבת אינדערפרי סקעדזשועל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

האב איך מיך געמוטשעט צו כאפן דעם דאטום...
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: אנקעטע: אייער שבת אינדערפרי סקעדזשועל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

ממוצע האט געשריבן:האב איך מיך געמוטשעט צו כאפן דעם דאטום...

ס'האט מיר געדויערט עטליכע סעקונדן צו כאפן וואס דו מיינסט.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: אנקעטע: אייער שבת אינדערפרי סקעדזשועל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

בן כלבא שבוע האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:האב איך מיך געמוטשעט צו כאפן דעם דאטום...

ס'האט מיר געדויערט עטליכע סעקונדן צו כאפן וואס דו מיינסט.

בלײבט איבער אױסצופיגערן צו ׳יעדער׳ האט דאס דײקא ארױפגעברענגט אױפן יארטאג, אדער איז דאס אן אינטערעסאנטע קא-אינסידענט
בן כלבא שבוע
שר האלפיים
תגובות: 2607
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: אנקעטע: אייער שבת אינדערפרי סקעדזשועל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:האב איך מיך געמוטשעט צו כאפן דעם דאטום...

ס'האט מיר געדויערט עטליכע סעקונדן צו כאפן וואס דו מיינסט.

בלײבט איבער אױסצופיגערן צו ׳יעדער׳ האט דאס דײקא ארױפגעברענגט אױפן יארטאג, אדער איז דאס אן אינטערעסאנטע קא-אינסידענט

סתם פאר נייגעריגקייט, וואס ביסטו געווען ביים עפענען דעי אשכול? א שר העשר?
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

קרייסלער האט געשריבן:מקוה גלייך ביים אויפשטיין
דערנאך בלייה איך אינדערהיים ביז בערך 9:45 צו גיסן צו עסן פאר די קליינע און זיי האלטן אין די ראמען ח״ו נישט אויפוועקן מאמי
אינדערצייט כאפ איך אריין א קאווע אדער צווי און מעביר סדרה זיין און צומאל אריינבליקן אין א ספר
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: אנקעטע: אייער שבת אינדערפרי סקעדזשועל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

שטייט אויף 7:45 גייט אין מקוה זאגט תהילים קומט אהיים זיכער מאכן אלעס קלאפט מ׳שטעלט זיך דאווענען נאך 10
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: אנקעטע: אייער שבת אינדערפרי סקעדזשועל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

שטייט אויף 6:30 אינדערהיים ביזי ביז 9:45 מיט קאפי הכנות לימוד התורה, קינדערליך ביז 9:45 דערנאך מקווה אין איך קים אן ביי ברכו
פאר די אלע מיט נאסע פיאות אין די מאטראץ אויף די פנים בשעת קריאת התורה וואס ווילען וויסען ווי אזוי איך קען שוין קידוש מאכען אזוי פרי שטיי אויף 6:30 איין וואך דערנאך וועט מען רעדן
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע: אייער שבת אינדערפרי סקעדזשועל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
בן כלבא שבוע האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:האב איך מיך געמוטשעט צו כאפן דעם דאטום...

ס'האט מיר געדויערט עטליכע סעקונדן צו כאפן וואס דו מיינסט.

בלײבט איבער אױסצופיגערן צו ׳יעדער׳ האט דאס דײקא ארױפגעברענגט אױפן יארטאג, אדער איז דאס אן אינטערעסאנטע קא-אינסידענט

ניין איך האב נישט באמערקט אז עס איז די זעלבע דאטום
ס'פונקט אויסגעקימען
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”