א ווארט צום אייביגן בעל תפילה: שטיי ווייט פונעם עמוד! פליז!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

א ווארט צום אייביגן בעל תפילה: שטיי ווייט פונעם עמוד! פליז!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

לכבוד דער אייביגער בעל תפילה:

איך בין זייער אויפגערעגט, איך שוים, איך ווער צופלאצט פון דיר און פון דיינס גלייכן. ביסט געווענליך אין די יארגאנג פון 21 ביז 27, און דו האסט ווי עס שיינט נישט געטראפן קיין בעסערע פלאץ ווי צו דאווענען נאר דייקא ביים עמוד.

דו נעמסט א מנין אידן, ראשי משפחות וואס זענען פאריאגט על המחיה ועל הכלכלה, זיי האבן פונקט א האלבע שעה צייט צו דאווענען שחרית, און דו נאגסט ארויס פון זיי מיט א געוואלדיגע זיסקייט דעם דם התמצית זייערע. דו טוסט עס מיט א געוואלדיגע פאמעליכקייט, מיט א געוואלדיגע רואיגקייט. דו האסט צייט! וואו יאגסטו זיך בכלל? דו קענסט עסן דיין רינדעל ברויט אין די זילבער פאפיר מיט דיין יאגורט אין כולל זייגער עלף אויכעט! וואס איז די געיאגעכטץ? וואס יאגן זיי די מענטשן דארט?

דו ביסט אויף א מיסיע ווען דו שטייסט ביים ברעטל. ס'קוקט מיר אויס ווי דו ביסט דא צו לערנען א לעקציע פאר די בעלי בתים און מענטשן וואס יאגן זיך אביסל. דו ביסט אין א געוואלדיגע הויכע מדריגה דאן, דו ביסט זיכער ביי דיר אז די מלאכי השרת שטייען און גלאצן אויף דיר זיי פרעגן ווער איז דער וואס טוט אזא נחת רוח פארן באשעפער, ווי קען בכלל א ילוד אשה צוקומען צום דעם מדריגה?

און דו ווייסט ווען מיינע אדערן פארנעמען שוין מער נישט די לאסט פון דיינע מדריגות? דעמאלטס ווען לשמחת לב כל המתפללים, קומסטו פלצולונג אראפצופליען פון די הויכע עולמות און דו טרעטסט אויס עושה שלום... פארשטייט זיך אז דו מאכסט זיכער זיך צו בייגן צו לינקס ווי א לולב און דאן צו רעכטס ווי אן ערבה, און דאן פון פארענט ווי א שלאנג, אבער נאכאלעם האסטו שוין ענדליך גענענדיגט שטילע שמונה עשרה און יעצט גייט מען זיך נעמען פארן, אבער ווייסעכוואס... דו דרייסט דיך אויס און דו טראגסט ארום דיינע פארגלאצטע עקשנות'דיגע אויגן ארום און ארום, דו מאכסט זיכער צו קוקן אויף די גאנצע חדר שלישי, אמער, דו זוכסט צו קוקן אויב עס איז ווירקליך פאראן תשעה עונים. דעמאלטס זאלסטו וויסן אז איך קראך ווי אן ערעפלאן וואס רייסט אויף.

עס העט גארנישט העלפן אז דער עולם וועט ווינקן צו דיר אז עס איז דא און הייב שוין אן דארט, ווייל דו ביסט בכלל נאכנישט איבערצייגט; דו מוזט קודם זוכן איבעראל, בחורין ובסדקין, ווי כאילו עס באהאלטן זיך צענדליגע מענטשן אונטערן ספרים שאנק.

טייערע זויבערע ציכטיגע יונגערמאן אדער גרויסע חתן-בחור: זאלסט וויסן אז דו ביסט פשוט מטריח דעם ציבור! נישט מער ווי דעם! דו ביסט עובר אויף טירחא דציבורא! ווילסט דאווענען ווי א שרף? קיין פראבלעם, שטעל זיך נאר נישט ביים גרויסן שטענדער דארט! דו מאכסט חלילה א חרון אף דורכדעם וואס אזויפיל אידן פארלירן זייער געדולד צו דאווענען מיט מנין.
אין די צייט וואס מענטשן וואס ארבעטן א גאנצן טאג קומען דאווענען, אין יענע שעה'ן זאלסטו פון עמוד אוועקיאגן!

ס'ידוע סאטמאר רב זי"ע פלעגט זאגן אז בעלי בתים וואס ארבעטן שווער אגאנצען טאג און האבן נישט קיין איבריגע צייט אינדערפרי דארפן א שנעלע בעל תפילה (ער האט אויסגערעכנט פונקטליך ווי לאנג ס'דארף געדויערן פסוקי דזמרה, ברכת יוצר אור אא"וו).
יונגערמאנטשיק! דו טוסט וויי אידן! הזהרו במעשיך! כ'האף אז דו וועסט עס פארשטיין און אויפהערן מיט דיינע שטיק!

גמליאל,
דער זון פון פדהצור
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו [email protected], דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן
אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעטל »

העי העי, ס'דא א אישי קעסטל, פארוואס באוואשסטו מיר דא ברבים?

און מעגסט מיר דן זיין לכף זכות, קוק מיין חתימה.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

איך ווייס נישט ווי די דאווענסט אבער און מין ב"ה ליידט מען נישט פון די יונגעלייט מליידט מער פון די חיובים פון 55+ איך האב אמאל געזאגט פאר איינעם די גאנצע זאך פון די נייע פלעצער ווי מ'קען נאר קויפן פון 55+ איז פון די יונגעלייט וואס ווילן ארויסזעהן פאר יעדן דאלאר די עידז פון די לאקאלע בתי מדרשים ווילסט דאווענען לאנג נישט קיין פראבלעם קויף דיר א דירה ווי מ'דארף נישט ארבעטן און דאווען דארט פארן עמוד ווי לאנג די ווילסט
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

ביזט אפשר גערכט, אבער פארוואס כאפסטו נישט דער ברעטל?
נאר דו ווילסט איינער זאל דאווענען לויט דיי געשמאק, און נישט זיין בעל תפלה.
כהער..
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

;l;p- ;l;p- ;l;p-

נעגלוואסער האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי די דאווענסט אבער און מין ב"ה ליידט מען נישט פון די יונגעלייט מליידט מער פון די חיובים פון 55+ איך האב אמאל געזאגט פאר איינעם די גאנצע זאך פון די נייע פלעצער ווי מ'קען נאר קויפן פון 55+ איז פון די יונגעלייט וואס ווילן ארויסזעהן פאר יעדן דאלאר די עידז פון די לאקאלע בתי מדרשים ווילסט דאווענען לאנג נישט קיין פראבלעם קויף דיר א דירה ווי מ'דארף נישט ארבעטן און דאווען דארט פארן עמוד ווי לאנג די ווילסט

;l;p- ;l;p- ;l;p-

זייער גערעכט
עכט היימיש האט געשריבן:ביזט אפשר גערכט, אבער פארוואס כאפסטו נישט דער ברעטל?
נאר דו ווילסט איינער זאל דאווענען לויט דיי געשמאק, און נישט זיין בעל תפלה.
כהער..

זייער גערעכט
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

עכט היימיש האט געשריבן:ביזט אפשר גערכט, אבער פארוואס כאפסטו נישט דער ברעטל?
נאר דו ווילסט איינער זאל דאווענען לויט דיי געשמאק, און נישט זיין בעל תפלה.
כהער..

בד"וו איך גיי גאר אסאך צו ביי מיר און ביהמ"ד איך דאווען א שחרית
סתם א טאג מיט תחנון 33 מינוט
אן תחנון 30 מינוט
שני וחמישי מיט תחנון 40 מינוט
אן תחנון 35 מינוט
מווייסט אז מען הייבט נישט אן מיט מיר קען מען זיך נישט מיטכאפן איך האב מענטשן ווען איך קום ארין און שול אינדערפרי פרעגן זיי גלייך וועלכע מנין איך גיי דאווענען זיי מאכן זיכער דארט צו זיין און צייט
איך און זיי אלע ווערן זייער נערוועז ווען עס קומט אריין א חיוב און ער האט שוין א אלטע היסטאריע פון שלעפן א דאווענען אזש שוין כמה פעמים זענען מיר אלע ארויס צו דאווענען 15 מינוט שפעטער כדי צו קענען האבן א רואיגקייט בים דאווענען די בלוט זאל נישט ארויפקומען
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

נארמאל פאר 8:00 9:00 דאווענט מען שנעלער, נאכדעם קען מען זאגן האסט געקענט אויפשטיין פריער
מיין 6:30 מנין האט געהאט א שטיק צייט א שטאטע בעל תפילה חיוב ביז ער האט זיך דערזען אן מנין
נעגלוואסער
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: צווישן די 2 קעניגליכע בעטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעגלוואסער »

בד"וו א אלט ווארט וואס איז די חילוק פון א בעל תפילה און א שליח ציבור??
א בעל תפילה איז בעל בית ער דאווענט שטייט לויט זיין באקוועמליכקייט משא"כ א שליח ציבור דאווענט ווי דער עולם וויל
א מענטש האט איינמאל א רעכט צו זיין א בעל תפילה דאס איז ווען מקומט אריין און שול זיצן 11 יודן אין ווארטן אויף א בעל תפילה גייט דאורך מינוט נאך מינוט קיינער טראכט ניטאמאל פון צוגיין דעמאלטס ווען איך גיי צו דאווען איך וויאזוי איך וויל
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

עכט היימיש האט געשריבן:ביזט אפשר גערכט, אבער פארוואס כאפסטו נישט דער ברעטל?
נאר דו ווילסט איינער זאל דאווענען לויט דיי געשמאק, און נישט זיין בעל תפלה.
כהער..

איך דארף 'כאפן' דעם ברעטל? פארוואס? ווייל יענער קדוש האט נישט קיין פראבלעם צוצוגיין?

נישט גערעדט צום זאך. יענער זאל נאכאלץ נישט צוגיין
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו [email protected], דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4289
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

בן פדהצור האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:ביזט אפשר גערכט, אבער פארוואס כאפסטו נישט דער ברעטל?
נאר דו ווילסט איינער זאל דאווענען לויט דיי געשמאק, און נישט זיין בעל תפלה.
כהער..

איך דארף 'כאפן' דעם ברעטל? פארוואס? ווייל יענער קדוש האט נישט קיין פראבלעם צוצוגיין?

נישט גערעדט צום זאך. יענער זאל נאכאלץ נישט צוגיין

א באקאנטער כלל אויב 'דו' האלטסט נישט ביים צוגיין, איז יענער גערעכט
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

ר' גמליאל, הער'זשע ביטע אויס א מינוט.

1) דאס איז קלאר אז "קיינער" דארף נישט צושטעלן פאר "קיינעם" "גארנישט".
2) דאס איז ווידעראמאל זיכער, אז יעדער האט אן אנדערן געשמאק, אין יעדע נושא אויף די וועלט. וועסט קיינמאל נישט טרעפן צוויי מענטשן וואס האלטן אלעס די זעלבע.

"מיר" האבן א גרויסע פראבלעם, דער אויבערשטער וויל דוקא אז מיר זאלן דאווענען מיט א ציבור, וואס דאס מיינט אויטאמאטיש, אז איינער וועט "ארויפצווינגען" (לאו דוקא, נאר די דערהער דערפון) אויפן ציבור, זיין מהלך פון דאווענען, וואס שמעקט דוקא אים און נישט א צווייטן.

אט די פראבלעם האט דריי וועגן וויאזוי צו ווערן געלעזט.
1) ווער נישט נערוועז, זיי צופרידן, באמערק ניטעמאל וואס יענער (וואס "צווינגט" זיין מהלך אויף דיר) טוט.
2) אויב גייט סייווי זיין א "באצווינגער", ווייל אזוי איז די סדר התפלה אויסגעשטעלט, נא זיי א חכם, און זיי דו דער באצווינגער, גיי צו צום עמוד, און דיינע קאלעגעס וועלן דיר מכיר טובה זיין, און די וואס זענען צופרידן פונעם יעצטיגן בעל תפלה וועלן דיך שעלטן.
3) די קהלה וכד', זאל מאכן פונקטליכע זמנים, ווען מען הייבט אן הודו, ברכי, שטילע שמו"ע, הויכע, וכד' (כמו שנוהגין בהרבה בתי מדרשים).
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

בן פדהצור האט געשריבן:דו דרייסט דיך אויס און דו טראגסט ארום דיינע פארגלאצטע עקשנות'דיגע אויגן ארום און ארום, דו מאכסט זיכער צו קוקן אויף די גאנצע חדר שלישי, אמער, דו זוכסט צו קוקן אויב עס איז ווירקליך פאראן תשעה עונים. דעמאלטס זאלסטו וויסן אז איך קראך ווי אן ערעפלאן וואס רייסט אויף.

אני הקטן אין אזא פאל גיב א זאג אפ אשרי ובא לציון, און איך טראג אפ, זאל ער וואוסן אז ווי לענגער ער זוכט, אלץ א קלענערע שאנס האט ער צו טרעפן.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

טייערע ליינער;
איז דער פותח האשכול טאקע גערעכט אז א בעה"ב זאל אזוי זיך אוועקשטעלן, אז איך גיב פון מיין טאג נאר 30 מינוט פארן שחרית [און זיך רעגן אויף יעדע עקסטערע מינוט], אדער דארף מען זיך מסדר זיין צו האבן די נאך 10 מינוט צו דאווענען א נארמאלן דאווענען?
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

איך בין זיך שטארק מצטרף צו ר' גמליאל'קע נאך וואס ביי אונז איז אויך פארהאן איינער אזא פארקוטשעטער שרף וואס ביי אים איז נישטא אזא זאך ווי פסוקי דזמרה אונטער 15 מינוט (געיאגטערהייט), און שוין עטליכע מאל אים געוואלט פארקלאפן דאס מויל מיט ראסטיגע נעגל און אים אראפזעצן אויף אונטערשטן באנק,
בייי אונז איז עס אבער א עלטערע איד, וואס דא איז דער פראבלעם פילפאכיג מער....
דערוואג זיך נאר אים צו געבן א ציצקע ווען ער איז פארנועמן אפציילן וויפילן מענטשן האבן שוין געענדיגט שמו"ע (סקען זיין פערציג אידן אינעם מנין, פינעף דערפון דאווענען נאך און דאס איבריגע זענעם פערטיג, און ער וועט אפציילן....)...
שוין עטליכע מאל מיטגעהאלטן ווי נאכן דאווענען באשייגעצט ער אינגעלייט וועלכע האבן פרובירט אונטערצויאגן (אפילו די כולל אינגעלייט קראכן... אלעס האטעך א שיעור...) ווי אומערצויגן זיי זענען און אז זי האבן נאך קיין איין טאג נישט געדאוונט - אויב נעמט עס ביי זיי ווייניגער ווי ביי אים...
מזאל נישט געפרואווט ווערן....
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ער "געט" נישט אוועק. ער האט פליכטן און איינע פון די איז דאווענען. ואני אפלח ואיזון איז א פליכט, הלכה'דיג און מענטשליך. איצטערט, שטיי אויף פריער, לערן, ארבעט געהעריג, נאך א שיעור ביינאכט, און שטיי אויף נאך פריער, ווייל די בעל תפילה האט א אנדערע דיעל אין זיין כתובה
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

אדער יא האט געשריבן:טייערע ליינער;
איז דער פותח האשכול טאקע גערעכט אז א בעה"ב זאל אזוי זיך אוועקשטעלן, אז איך גיב פון מיין טאג נאר 30 מינוט פארן שחרית [און זיך רעגן אויף יעדע עקסטערע מינוט], אדער דארף מען זיך מסדר זיין צו האבן די נאך 10 מינוט צו דאווענען א נארמאלן דאווענען?

זיכער איז יעדער גרייט צו דאווענען נארמאל,
נישט נאר דרייסיג מינוט, און נישט נאר פערציג, און ווען עס איז א ר"ח דאווענען וועט ער נישט ווערן אזוי נערוועז
אבער נישט ציען דאס דאוווענען!!
זיי נישט רואיג און געדולדיג אויף יענעמס חשבון!!!
יעדער בעה"ב איז גרייט צו געבן פארן דאווענען וויפיל עס ברויך זיך נאר,
אבער נישט פאר דעם טוטער וואס האט ליב זיך צו זען ביים עמוד וואס לענגער!!!

ועיי"ל וואס סאטמארע רבי זי"ע האט געזאגט בנוגע דעם ענין
אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זופ מיט קניידל »

נעגלוואסער האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:ביזט אפשר גערכט, אבער פארוואס כאפסטו נישט דער ברעטל?
נאר דו ווילסט איינער זאל דאווענען לויט דיי געשמאק, און נישט זיין בעל תפלה.
כהער..

בד"וו איך גיי גאר אסאך צו ביי מיר און ביהמ"ד איך דאווען א שחרית
סתם א טאג מיט תחנון 33 מינוט
אן תחנון 30 מינוט
שני וחמישי מיט תחנון 40 מינוט
אן תחנון 35 מינוט
מווייסט אז מען הייבט נישט אן מיט מיר קען מען זיך נישט מיטכאפן איך האב מענטשן ווען איך קום ארין און שול אינדערפרי פרעגן זיי גלייך וועלכע מנין איך גיי דאווענען זיי מאכן זיכער דארט צו זיין און צייט
איך און זיי אלע ווערן זייער נערוועז ווען עס קומט אריין א חיוב און ער האט שוין א אלטע היסטאריע פון שלעפן א דאווענען אזש שוין כמה פעמים זענען מיר אלע ארויס צו דאווענען 15 מינוט שפעטער כדי צו קענען האבן א רואיגקייט בים דאווענען די בלוט זאל נישט ארויפקומען

ירבו כמותך!!!
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

WOW א גאנצע מנין מיט נערוועזע מענטשען, איך וואלט געוואלט דארט מאכען אן אפיל,
רבותי - אנשטאט ער זאל ארבעטען אויף זיין נערוועיזקייט און איינזעהן אז ביי א קידוש אדער וואך נאכט האט ער צייט די והותר, טוט ער זיך נאך אויף, און דאס אז ער מוז זיין אין זשאב איז סתם א תירוץ, עס זענען דא איבעראל ספעציעלע מנינים פאר די וואס יאגען זיך דער פראבלעם איז אז מען ברויך זיך צושטעלען מיט א קביעות,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

לאמיר מחולק זיין מיטן פותח האשכול

איך דאווען אויך אפט פארן עמוד ב"ה

שחרית דארף נישט געדויערן קיין דרייסיג מינוט, נאר לענגער, דרייסיג מינוט איז בארדער-ליין 'געכיפערט'

און יא, איך פיר מיך אויך אפצוציילן אויב עס איז דא תשעה עונים, און צוליב מעשיות שהיו קען איך מיך נישט פארלאזן אויף די יאגעוודיגע אידן וואס צוצקענען און נוקעצן און גאראנטירן מיר אויף זייער באבעס בארד אז עס איז דא גענוג עונים (זיי ציילן אלע מענטשן אין שוהל, איך מאך זיכער אז יענע האלטן נישט ביי 'צור ישראל' און פלאנירן אנצוהייבן שמו"ע אינאיינעם מיטן בעל תפילה)
אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2018 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ישראל »

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:רבותי - אנשטאט ער זאל ארבעטען אויף זיין נערוועיזקייט און איינזעהן אז ביי א קידוש אדער וואך נאכט האט ער צייט די והותר.

ס'דא א סיבה פארוואס די אלע שמחות מאכט מען ביינאכט אדער שבת, קענסט זיך נאר פארשטעלן וויאזוי די קידושים אין וואך נאכטס וואלט אויסגעזען ווען מ'מאכט עס דינסטאג צופרי...
טובי' מאיר ניימאנן
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

בס"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טובי' מאיר ניימאנן »

אחרי כתבי נחמתי, איך בעט דיך איבער, אבער ידידי אהובי טראכט אריין, דו האסט א גוטען פעדער אין היינט ניץ עס אויס אויף מער פראדוקטיווע זאכען, שרייב א שיין ווארט, עסקן פאר א מוסד, אז מען שרייבט א בריוו אויסרימען איינעם וועם דו גלאכסט, גייט עס גאר ווייט, איך קלער אז טויזענטער יודען דרייען זיך דא ביי איי וועלט, לאמיר אויפטאן נישט אפטאן,
אלזא זיי מיר מוחל, און וועגען א שנעלע מנין - שרייב וועלעכע געגנט דו וואוינסט און דער עולם וועט זאגען וואו איז דא באקוועמטע שולען מיט שנעלע מינינים,
האב מיר א פרייליכען שבת,
מיר בלייבען גוטע פריינט,
מיר האבען חילוקי דעות אבער נישו חילוקי לבבות
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

לכאורה האט געשריבן:לאמיר מחולק זיין מיטן פותח האשכול

איך דאווען אויך אפט פארן עמוד ב"ה

שחרית דארף נישט געדויערן קיין דרייסיג מינוט, נאר לענגער, דרייסיג מינוט איז בארדער-ליין 'געכיפערט'

און יא, איך פיר מיך אויך אפצוציילן אויב עס איז דא תשעה עונים, און צוליב מעשיות שהיו קען איך מיך נישט פארלאזן אויף די יאגעוודיגע אידן וואס צוצקענען און נוקעצן און גאראנטירן מיר אויף זייער באבעס בארד אז עס איז דא גענוג עונים (זיי ציילן אלע מענטשן אין שוהל, איך מאך זיכער אז יענע האלטן נישט ביי 'צור ישראל' און פלאנירן אנצוהייבן שמו"ע אינאיינעם מיטן בעל תפילה)

געהערט פון א דיין שליט״א מען קען מצרף זיין צו תשעה עונים די אכטע, ניינטע, איינער וואס שטעלט זיך שמו״ע מיטן בעל תפילה. זיין ענטפערן קדושה צוזאמען.
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:און דאס אז ער מוז זיין אין זשאב איז סתם א תירוץ, עס זענען דא איבעראל ספעציעלע מנינים פאר די וואס יאגען זיך דער פראבלעם איז אז מען ברויך זיך צושטעלען מיט א קביעות,

זייט נישט ברוגז ערעב טובי' מאיר טייערער. איך דאווען יעדן טאג מיטן ערשטן מנין און דערנאך לויפט מען אין ארבעט אריין. בד"וו פון הודו ביז נאך עלינו נעמט בערך 23 מינוט. שני וחמישי נעמט עס 5 מינוט לענגער.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7050
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

העמיר עס דאן מוזען פערגלייכען צו מילי דעלמא.
אז עס איז געווענליך א שנעל"ערע" מנין, דאן גיי נישט צו צום עמוד דאווענען שטייטער.
די ספיד לימיט אויף די הייוועי איז 55MPH, אפילו אין די לינקע לעין איז אויך די ספיעד, טראץ עס ווערט אנגערופען א פעססינג לעין. זעץ דיך ביטע נישט אריין אין די לינקע לעין, און טאקע "לעגאל" צו פארען דארט אויף 55MPH. בלייב ביטע אויף דיין פלאץ אין די רעכטע לעין
ואידך פירושא זיל גמור
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן פדהצור »

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:אחרי כתבי נחמתי, איך בעט דיך איבער, אבער ידידי אהובי טראכט אריין, דו האסט א גוטען פעדער אין היינט ניץ עס אויס אויף מער פראדוקטיווע זאכען, שרייב א שיין ווארט, עסקן פאר א מוסד, אז מען שרייבט א בריוו אויסרימען איינעם וועם דו גלאכסט, גייט עס גאר ווייט, איך קלער אז טויזענטער יודען דרייען זיך דא ביי איי וועלט, לאמיר אויפטאן נישט אפטאן,
אלזא זיי מיר מוחל, און וועגען א שנעלע מנין - שרייב וועלעכע געגנט דו וואוינסט און דער עולם וועט זאגען וואו איז דא באקוועמטע שולען מיט שנעלע מינינים,
האב מיר א פרייליכען שבת,
מיר בלייבען גוטע פריינט,
מיר האבען חילוקי דעות אבער נישו חילוקי לבבות

ר׳ טובי מאיר קודם שכח פאר דיין קאמפלימענט.

איך בין בכלל נישט געטשעפעט געווארן. איך האב קיין שום פראבלעם צו הערן א צווייטענס מיינונג דערוועגן.

בנוגע דיין משל צו א קידוש, לעניות דעתי איז דאס א משל קלושה. ביי א קידוש טאמער וועט יענער ארויסגעבן די אייער קיכל און הערשט 15 מינט שפעטער ארויסגעבן די הערינג, וועט א נארמאלע מענטש ווערן אומגעדולדיג און טאמער וועט ער ארויסגעבן די סאדע הערשט 20 דערויף וועט זיך אן אדם מן השורה אויפהייבן און ארויסגיין, און טאמער ער קען מחמת איזהו סיבה שהוא נישט ארויסגיין וועט ער זיך שפירן אומגעדולדיג און נערוועז.

און אזוי גייט עס מיט יעדע זאך. אפילו זאכן וואס זענען זייער אינטערעסאנט. אויב עס פעלט די פליסיגיקייט, די שטראם, די נאטורליכע ריטעם, און עס איז שטומפיג און נישט גלאט, ווערט מען אומבאקוועם און אומגעדולדיג.

איך האב נישט קיין פראבלעם ווען מען דאווענט א טאהש׳ער דאווענען מיטן גאנצן קאך און די ׳גאנצע!׳ עולם איז דערינען. דער פראבלעם איז ביי אזעלכע בעלי תפילות אז כמעט קיינער איז נישט מיט אים! יעדער פילט אזא אומ-חיות און אראפגעשלעפטקייט, מען פילט אין די לופטן די ׳מטיל אומגעדולדיגעקייט על הציבור ענערגיע׳.
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו [email protected], דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”