וואס טוט זיך האט געשריבן:כ'ווייס נישט צ ס'האט פשט פון עם אפפרעגן, ווייל מ'זעט זייער קלאר פארוואס ער האט עס נישט אליין געשריבן.... אבער....
איך בין דער אישי. לאמיך הערן (ליינען). וואו זעהט מען קלאר פארוואס כאבעס נישט אליינס געשריבן?
די סיבה פארוואס איך האב עס נישט אליינס ארויפגעלייגט איז ווייל די תגובה איז געווען זייער רוי און מ'זעט טאקע וויאזוי דו ענטפערסט קליינע שטיקלעך אבער נישט אויפן גאנצן פוינט
באמת. קענסטו נישט ענטפערן אויפן גאנצן פוינט ווייל כ'האב עס נישט געשריבן. און די סיבה דערפאר איז ווייל איך האב נישט געהאט קיין צייט און געדולד. (עס נעמט מיר גאר אסאך צו שרייבן) אבער אז ס'איז שוין אזוי עלעך יא טרייען
היות די עיקר וואס מ'טשעלענדזשט מיך איז בנוגע גאנס וועל איך זיך שטעלן אויף דעם
יעדער בעל דעת פארשטייט אז אין די אלע פארם סטעיטס איז נישט מעגליך צו לעבן אן קיין וואפנס. ס'מוז טאקע נישט זיין מיליטערישע סארט אבער דער געדאנק אז דער איינוואוינער האט מעגליך\ווארשיינליך א וואפן איז די שטערקסטע אפשרעק מיטל קעגן פאטענציאלע גנבים
יעצט קומען די צידרייטע ליבעראלן מיט זייערע איינרעדענישן פון א וואפנלאזע פרידענספולע וועלט און ווילן פון זיי אוועקנעמען זייערע וואפנס
האסט טענות פארוואס זיי קעמפן מיט ציין און נעגל?
וויאזוי קענען זיי קעמפן? פשוט מיט'ן שרייען אז די קאנסטיטוציע איז אויף זייער זייט
זאגן זיי ליגענט? ניין
זענען זיי גערעכט? מיט'ן אריינלערנען פשט, אפשר נישט. מיט'ן קאמף, זיכער יא!
האבן זיי פארוואס מורא צו האבן אויב גייט מען מאכן אן אמענדמענט? זיכער. ספעציעל ווען די ארכי ליבעראלן זאגן קלאר אז זיי ווילן אינגאנצן אויסראטן גאנס
איך מיין אז איך האב גענוג קלאר אויסגעשמועסט וואס ס'איז שייך פון די ערשטע 3 פונקטן בנוגע גאנס. ס'איז נוגע פאר נאך אישאס אבער ווי געשמועסט, האבעך נישט קיין געדולד
יעצט בנוגע די פערדע מיינעך אז ס'איז גענוג קלאר פאר זיך און פעלט נישט אויס אויסצושמועסן מער
פאר די רעקארד. (כ'מיין כ'האב שוין ערגעץ געשריבן) איך בין זייער שטארק פרא גאן קאנטראל און גאר שטארק קעגן די לויזע דאן געזעצן. אבער, איך באשולדיג די נארישע קאפ-אין-וואנט ליבעראלן אין דעם אז מ'קען נישט דורכפירן קיין לייטישע גאן קאנטראל געזעצן ווי אויבן אויסגעשמועסט
נאך עפעס שווער?