מירון אנקעטע

אנקעטעס און אויספרעגן איבערן דעת הקהל

די אחראים: יאנאש,אחראי

פארט איר היי - יאר ל"ג בעומר קיין מירון?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דאנערשטאג מאי 23, 2019 10:47 am

יא
27
20%
ניין
98
73%
נאך נישט מחליט געווען
10
7%
 
סך הכל שטימען: 135

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

עכט היימיש האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:ניין!
איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דעם רבינס מקורבים און נאנטע מענטשן אז דער רבי האט געהאלטן אז מען טאר נישט פארן ל"ג בעומר צו רבי שמעון.
ביטע ברענגען נעמען

בכלל איבער זיין מיינונג בנוגע גיין אויף ארץ ישראל [חוץ כיובד אב אדער משפחה שמחה] האסטי שוין יא געהערט?

יא.
אבער לענין, בנוגע מירון, ברענג מיר א עדות'שאפט פון אחד ממקרוביו. ביטע

ס'א שאאד דא צו אריינגיין אין וויכוחים אין דעם עס וועט ברענגן צו מעקעריי פינעם הנהלה פארוואס סתם באמיטשען די חשובע הנהלה

נאך איין נאמען מיט א מקור ווען יענער האט עס געזאגט איז עס גענדיגט.
איך וויל באמת וויסן

אהא
אויף דעם איז אישי פונקט גענוג, פעלט נישט אויס דא צו דיסקוסירן היציגע נושאים
א דאנק.
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

אמר"ש, לייג איך דא ארויף אן ארטיקל, וואס איך האב געשיקט פאר א חבר א שטיק צייט צוריק, א תמצית פארוואס איך, אלס סאטמאר'ער תלמיד, פאר נישט קיין ארץ ישראל. דער ארטיקל איז 3 בלעטער.

ביטע נישט פארפירן די שמועס דא.
דו האסט נישט קיין ערלויבעניש צו זען די אטעטשמענטס פון די תגובה.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
שטארקע חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע חסיד »

עכט היימיש האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
האאאטשו האט געשריבן:געשטימט ניין, ווייל מיין רבי האט מיר געזאגט נישט צו פארן.

וועלעכע רבי?
הרה"ק מסאטמאר זי"ע ווייס איך נישט פון א מעשה לגבי מירון, ל"ג בעומר, אויב מען פארט נישט ערגעץ אנדערש.
אויב איינער ווייסט ביטע ברענגען.

סאיז דא א אנגענומענע שיטה וואס רבינו הק׳ האט געהאלטן בנוגע פארן אויף ארץ ישראל. און ווי איך ווייס האט די רבי נישט געמאכט קיין חילוק אויב מפארט אויף מירון אדער נישט. גענוג באקאנטע מעשיות איבער אידן וואס די רבי האט בשום אופן נישט געוואלט לאזן פארן אפילו צו א שמחה נאר נאכן זיך שטארק איינבעטן האט די רבי מסכים געווען זיי זאלן פארן ממש נאר אויף די שמחה און גראד צוריק קומען.

יעצט אויב די ווייסט פון מענשטן וואס די רבי האט זיי געזאגט אז זיי מעגן פארן אויף לג בעומר סתם ווייל זיי ווילן פארן צו ר׳ שמעון ביטע צוברענגן
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

שטארקע חסיד האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
האאאטשו האט געשריבן:געשטימט ניין, ווייל מיין רבי האט מיר געזאגט נישט צו פארן.

וועלעכע רבי?
הרה"ק מסאטמאר זי"ע ווייס איך נישט פון א מעשה לגבי מירון, ל"ג בעומר, אויב מען פארט נישט ערגעץ אנדערש.
אויב איינער ווייסט ביטע ברענגען.

סאיז דא א אנגענומענע שיטה וואס רבינו הק׳ האט געהאלטן בנוגע פארן אויף ארץ ישראל. און ווי איך ווייס האט די רבי נישט געמאכט קיין חילוק אויב מפארט אויף מירון אדער נישט. גענוג באקאנטע מעשיות איבער אידן וואס די רבי האט בשום אופן נישט געוואלט לאזן פארן אפילו צו א שמחה נאר נאכן זיך שטארק איינבעטן האט די רבי מסכים געווען זיי זאלן פארן ממש נאר אויף די שמחה און גראד צוריק קומען.

יעצט אויב די ווייסט פון מענשטן וואס די רבי האט זיי געזאגט אז זיי מעגן פארן אויף לג בעומר סתם ווייל זיי ווילן פארן צו ר׳ שמעון ביטע צוברענגן

ס'דא עפעס א עובדא איבער דעם בערך אזא סארט לשון:
פאר א הרגש און געפיל צו רבי שמעון, בלויז אהין און צוריק, עכ"ל
מעגליך אז דאס איז נאר א סטעיטמענט פון איינע פון די ממשיכים, אבער בערך אזא מימרא טראגט זיך ארום.

נישט געהערט קיינמאל דערפון. אבער אמאל געדענק איך פלעגט זיין צושפרייט יעדע יאר פאר לג בעומר א דרשה פון ר׳ נתן יוסף ז״ל איבער דעם ענין זייער שארף קעגן פארן אויב איינער האט עס קען ער מיר עס שיקן און אישי אדער דא ארויפלייגן
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

לכאורה האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2019 3:51 pm
דערווייל נישט אין פלאן ביז משיח'ס טאג - גאר אין גיכן אי"ה
דוקא מירון אדער ארץ ישראל בכלל?
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “אנקעטעס”