רבותי וועקטס ענק אויף!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מייןמהלך
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 8:01 pm

רבותי וועקטס ענק אויף!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייןמהלך »

טייערע אידן, אויף וואס ווארט מען??? ווען וועט מען זיך אויפוועקן??? אנטיסעמיטיזעם בוזשעוועט ליידער אין אמעריקע!!! פעיס די פעקט!! ווען וועט מען שוין עפעס טהון דערוועגן?? ווען וועט מען שוין אויפהערן פארדאמען אטאקעס וזה הא?? רבותי, ווען וועט מען עס נעמען ערענסט?? ביז ווילאנג עס וועט נישט גע'הרג'עט ווערן צוואנציג היימישע אידן אין א ביהמ"ד אין בארע פארק ח"ו וועט מען שווייגען?? ווי זענען די עסקנים?? פארוואס שלאפט מען?? ווען וועט מען איינזעהן ווי געפערליך די מצב איז? זענען די איבערפעלער אין בארע פארק און אין ווילימסבארג נישט געניג?? זענען די פייערן נישט געניג?? זענען די שיסערייען נישט געניג??? מען מיז עפעס טהון!! און איך מיין נישט זיך זעצען מיט די פאליציי, אפשר דאס אויך, אבער איך מיין אויפשטורימען די רעגירן, טרעפן די שורש, טרעפן א קלוגע לעזונג, פאליציי פאר א וואך נאך יעדער אטאקע וועט נישט קיין סאך העלפן.... אפשר באקומען די יונגווארג נישט קיין גוטע אמעריקאנע חינוך? נישט אפשר, זיכער, אמעריקע איז געבויט אויף יסודות פון פרייהייט פון רעליגיע, פארוואס פרעדיגט מען עס נישט געניג??
אבער דער עיקר איז, לא עת לחשות מען מוז זיך אראפזעצן און טרעפן א לעזאנג.
טייערע אידן, ליינט דאס נישט סתם אדורך, קלערט אריין און די ריכטיקייט פון מיינע ווערטער, און טוט כל מה שביכלתכם, און פארשטייט זיך בעטן צום באשעפער ער זאל אונז שוין ארויסנעמען פון דא בקרוב.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

קודם כל איז כדי איר זאלט נעמען א גלאז קאווע מיט א ראגעלע אינדערזייט ווייל איר האט זיכער שווער געארבעט אינדערהיים

שנית כל, זייט מסביר פארוואס איר קענט נישט שרייבען די הערה אין די שיסעריי אשכול און אפילו אויב ברויך מען עפענען א אשכול פאר דעם באלאנגט עס נישט ביי נייעס נאר ביי קרעטשמע

לגופו של ענין, ווער זאגט אז די עסקנים שלאפן
געראדע געווען אין די נייעס אז די עסקנים ארבעטן שווער אויף פאנדס פאר סעקיורעטי ביי מוסדות און אז מכם לייגט יעצט דריק אויפן ווייסע הויז צו טוען מער איבער אונליין אנטיסימעטיזעם, בכל מקרה אפשר טראגט איר זיך אן צו שטיין בראש. עסקנים פון דעם צוועק
סתם עפענען אשכולות העט קיין סך תוצאות נישט ברענגען
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

בקיצור, דער עולם איז אויף און העלפט אוועקפאקן די פסח כלים. עס איז נאר איינס דרייסיג פארטאגס.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

דו ווילסט איך זאל שוין יעצט דריי פארטאגס זיך אויפוועקען?! איך גיי מיר ערשט איצט לייגען שלאפען.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

לעת עתה איז דא צוויי עצות.

לכו ונשובה אל ה׳

ועלו מושיעים בהר ציון.

און ביזדערווייל קען מען גיין שלאפן. שוין 3 פארטאגס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
צדקה
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקה »

האסט מיך אויפגעוועגט מיט דיינע קולות, און וואס יעצט?
צדקה
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקה »

גיימער גיין קויפן א פיסטל
ווער איז דאס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז דאס »

יאיא די גאנצע מושג פין א גלות איד איז deleted

אקעי מגייט זיך אויפוועקען אין שרייען אנטיסעמיטיזעם
ווער זאל עס הערען פינקטלעך זאג מיר ווער??
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

וואס עפעס? האט געשריבן:קודם כל איז כדי איר זאלט נעמען א גלאז קאווע מיט א ראגעלע אינדערזייט ווייל איר האט זיכער שווער געארבעט אינדערהיים
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

אויף
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

wow wow wow
דאס מיינט אז מען קומט אריין שטארק
אבער זייער קראקעט
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

אייראפע תר''צ יארן.....
שווארצע וואלקענעס פון אנטיסעמעטיזם לויערט אויפן אידנטום אין אייראפע דאס פלאץ ווי אידן וואוינען שוין באקוועם הונדערטער יארן דור נאך דור, טאג נאך טאג פארמערן זיך די אטאקעס אויף אידישע קינדערלעך ה''י בכל מקומות מושבותיהם עס טומלט זיך ביי די עסקנים פונעם חרד'ישען ציבור וואס קען מען טון צו דעם? פילצאליגע אקטיוויסטן ברענגען ארויף גלענצענדע פלענער און גראנדיעזע איינפעלער וויאזוי צו אויפמערקזאם מאכן די גוים צו זיין מער סענסיטיוו צו אונזערע געברויכן.....
כי לא מחשבותי מחשבותיכם!!!!
ערליכע אידן ווייסן אז עס איז נישטא קיין מקרה, און נישט די אומוויסנקייט אדער אומסענסיטיווקייט פונעם גוי טרייבט זיין ווילדע שנאה, נאר די שוואכקייט פונעם איד אין שמירת התורה בקדושתה דאס איז וואס בויט אויף די אנטיסעמעטיזם.
און עס זיצט זיך א אויסגעדארטע אידל אין זשעליכאוו און שרייבט א בריוועלע ווי ער ברענגט ארויס מיט גאר קלארע דיבורים וואס די תכלית היצירה פונעם וועלט און פונעם מבחר האנושי ''די איד'' בפרט איז, און ער איז דארט מבאר בטוב טעם ודעת אז אויב מען וועט זיך נישט אויפוועקן........ ה''י
אזוי אויך די הייליגע משך חכמה דאכט זיך אין פרשת בחקותי שרייבט פאר די שרעקליכע שואה מיט איכע ביטערע קאלירן ה''י,
ליידער ליידער האבן זיך די אידן דעמאלס נישט אויפגעוועקט לתשובה און סהאט פאסירט וואס עס האט פאסירט, ואין לנו רשות להרהר.


אמעריקא תשע''ט.....
די אנטיסעמעטיזם שטאפלען האלטן ביים העכסטן הויכפונקט, אין צוויי בתי מדרשים איז שוין פארגעקומען אין די לעצטע פאר חדשים א פאגראם, ווי א ציווילדעוועטע פויער האט אריינגעשטורעמט נאכן ווערן צוהיצט און דערמארדערט אידן אחב''י ה''י רח''ל, אזוי אויך איז בכלליות געשטיגן און עס זעט זיך אהן א שטארקע פארמערונג און שנאה צום עם הנצח די לעצטערע יארן, ר' שמעון'לע זצ''ל איז שוין נישט דא, די משך חכמה איז שוין נישט דא, אבער זייערע ספרים האבן אונז.
רבותי! דער בעל האשכול איז גערעכט! מען דארף זיך אויפוועקן! ומי חשיד קוב''ה דעביד דינא בלא דינא?????? מען דארף תשובה טוהן!!! די פאליציי קען גארנישט טוהן! אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר!!!!!

נא לא לחשוב כי הננו מנבא שחורות רח''ל, רק באתי לעורר כי דעת תורה נשגבה מדעת בעה''ב, והכל מושגח מלמעלה, ואין אדם נוקף אצבעו וכו', והעיקר להתעורר לתשובה ותיקון המעשים. וה' הרוצה להטיב ייטיב לנו ולבנינו עד עולם אמן.
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
לאנגזאם
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגזאם »

הרב וואשיגטאן, אל תפתח פה לשטן. צי נישט קיין שטריכען און מאך נישט קיין דמיונות. פון אזעלכע ווילדע גערעדאכטס העסטו אין ערגעץ נישט אנקומען.

און דאן וועסטוך קענען שפארן די דיסקלעימערס אויך...
צדקה
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 9:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדקה »

איינער פארשטייט די תאוה פון אנציען א מצב כאילו מ'בויעט שוין גאז קאמערן...

חברה, בארואיגט'ס ענק, הער אויף צו פארפירן, ס'איז געניג געפערליך אזוי, מ'ברויך עס נישט מאכן ערגער.
dinrap
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dinrap »

וואשינגטאן האט געשריבן:אייראפע תר''צ יארן.....
שווארצע וואלקענעס פון אנטיסעמעטיזם לויערט אויפן אידנטום אין אייראפע דאס פלאץ ווי אידן וואוינען שוין באקוועם הונדערטער יארן דור נאך דור, טאג נאך טאג פארמערן זיך די אטאקעס אויף אידישע קינדערלעך ה''י בכל מקומות מושבותיהם עס טומלט זיך ביי די עסקנים פונעם חרד'ישען ציבור וואס קען מען טון צו דעם? פילצאליגע אקטיוויסטן ברענגען ארויף גלענצענדע פלענער און גראנדיעזע איינפעלער וויאזוי צו אויפמערקזאם מאכן די גוים צו זיין מער סענסיטיוו צו אונזערע געברויכן.....
כי לא מחשבותי מחשבותיכם!!!!
ערליכע אידן ווייסן אז עס איז נישטא קיין מקרה, און נישט די אומוויסנקייט אדער אומסענסיטיווקייט פונעם גוי טרייבט זיין ווילדע שנאה, נאר די שוואכקייט פונעם איד אין שמירת התורה בקדושתה דאס איז וואס בויט אויף די אנטיסעמעטיזם.
און עס זיצט זיך א אויסגעדארטע אידל אין זשעליכאוו און שרייבט א בריוועלע ווי ער ברענגט ארויס מיט גאר קלארע דיבורים וואס די תכלית היצירה פונעם וועלט און פונעם מבחר האנושי ''די איד'' בפרט איז, און ער איז דארט מבאר בטוב טעם ודעת אז אויב מען וועט זיך נישט אויפוועקן........ ה''י
אזוי אויך די הייליגע משך חכמה דאכט זיך אין פרשת בחקותי שרייבט פאר די שרעקליכע שואה מיט איכע ביטערע קאלירן ה''י,
ליידער ליידער האבן זיך די אידן דעמאלס נישט אויפגעוועקט לתשובה און סהאט פאסירט וואס עס האט פאסירט, ואין לנו רשות להרהר.


אמעריקא תשע''ט.....
די אנטיסעמעטיזם שטאפלען האלטן ביים העכסטן הויכפונקט, אין צוויי בתי מדרשים איז שוין פארגעקומען אין די לעצטע פאר חדשים א פאגראם, ווי א ציווילדעוועטע פויער האט אריינגעשטורעמט נאכן ווערן צוהיצט און דערמארדערט אידן אחב''י ה''י רח''ל, אזוי אויך איז בכלליות געשטיגן און עס זעט זיך אהן א שטארקע פארמערונג און שנאה צום עם הנצח די לעצטערע יארן, ר' שמעון'לע זצ''ל איז שוין נישט דא, די משך חכמה איז שוין נישט דא, אבער זייערע ספרים האבן אונז.
רבותי! דער בעל האשכול איז גערעכט! מען דארף זיך אויפוועקן! ומי חשיד קוב''ה דעביד דינא בלא דינא?????? מען דארף תשובה טוהן!!! די פאליציי קען גארנישט טוהן! אם ה' לא ישמור עיר שוא שקד שומר!!!!!

נא לא לחשוב כי הננו מנבא שחורות רח''ל, רק באתי לעורר כי דעת תורה נשגבה מדעת בעה''ב, והכל מושגח מלמעלה, ואין אדם נוקף אצבעו וכו', והעיקר להתעורר לתשובה ותיקון המעשים. וה' הרוצה להטיב ייטיב לנו ולבנינו עד עולם אמן.


דער בעל האשכול איז גערעכט?
ער רעדט נישט פון קיין תשובה, פון קיין רבינו של עולם, פון קיין זעליכאווער, פון קיין משך חכמה. נאר פון עסקנים און פאליציי.
איהר זענט גערעכט, אבער ער?
Working
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Working »

איך בין אויפגעשטאנען ב"ה!
מודה אני...

אין א ערענסטע נאוט, ליידער איז טאקע דא שטארקע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם אויפן גאס, אבער ווי די פאקט ווייזט איז דא 'העיט' אויף יעדע 'מינארעטי' גרופע, אפשר פילן מיר אביסל מער וויבאלד מיר האלטן מיט יעדע אידישע נייעס אבער אלס איינער וואס האלט אביסל מיט די דרויסענדיגע נייעס קען איך זאגן אז סאיז דא אייניגע אנטימיסיטעש אטאקעס אויף 'אלע' גרופעס.

לסיכום, אם השם לא ישמר עיר שוא שקד שומר
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

די אונליין העיט אויף סושעל מידיע איז ריזיג און שרעקעדיג

די פאקט אז מען הערט אזויפיל מער קליינע אטאקעס קען זיין אז סאיז פשוט ווייל די מידיע איז מער אפען און זאכען פארן שנעלער וויירעל
קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 23, 2018 7:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנסילמאן »

איך אינאיינעם מיט די משפחה זענען צוויי מאל נאכגעשריגען געווארען ברבים אלץ איד דעם חו"מ, ביידע מאל מיט מ-י-ז-ע-ל-ס געשריי, מיזעלס מיזעלס.

#אנטי וואקינערס ברענגן אנטיסעמעטיזעם.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8850
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

וואס עפעס? האט געשריבן:די אונליין העיט אויף סושעל מידיע איז ריזיג און שרעקעדיג

די פאקט אז מען הערט אזויפיל מער קליינע אטאקעס קען זיין אז סאיז פשוט ווייל די מידיע איז מער אפען און זאכען פארן שנעלער וויירעל

סאשעל מידיע ווייזט דיר נאר וואס די אמת'ע שנאה עס איז דא אויף יידן. נאר אפענערהייט וועט ער עס דיר אפשר נישט ווייזן.
סא נעקסט טיים ווען דו ביסט אין טרעין סטעישן, אין עירפארט אדער אין באנק און דו ווילסט געבן א שנייד אריין אין א שורה, אדער אויסזעהן נישט צוזאמגענומען אדער מאכן א שמוץ אויף דער ערד - פארשטיי גוט ווער עס קוקט אויף דיר. זיי זוכן יעדע סארט טענה, גיב זיי נישט קיין אויסרייד!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם

שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

קאנסילמאן האט געשריבן:איך אינאיינעם מיט די משפחה זענען צוויי מאל נאכגעשריגען געווארען ברבים אלץ איד דעם חו"מ, ביידע מאל מיט מ-י-ז-ע-ל-ס געשריי, מיזעלס מיזעלס.

#אנטי וואקינערס ברענגן אנטיסעמעטיזעם.

גוט מארגן, איר האט וואשיינלעך דעם חוה''מ אויסגעפונעם א זאך וואס מען האט מיט מיר געלערענט אין קינדערגארטן, נעמליך אז איר זענט א גלות איד.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 806
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 10, 2014 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאחותיך »

יידישע קהילות האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:די אונליין העיט אויף סושעל מידיע איז ריזיג און שרעקעדיג

די פאקט אז מען הערט אזויפיל מער קליינע אטאקעס קען זיין אז סאיז פשוט ווייל די מידיע איז מער אפען און זאכען פארן שנעלער וויירעל

סאשעל מידיע ווייזט דיר נאר וואס די אמת'ע שנאה עס איז דא אויף יידן. נאר אפענערהייט וועט ער עס דיר אפשר נישט ווייזן.
סא נעקסט טיים ווען דו ביסט אין טרעין סטעישן, אין עירפארט אדער אין באנק און דו ווילסט געבן א שנייד אריין אין א שורה, אדער אויסזעהן נישט צוזאמגענומען אדער מאכן א שמוץ אויף דער ערד - פארשטיי גוט ווער עס קוקט אויף דיר. זיי זוכן יעדע סארט טענה, גיב זיי נישט קיין אויסרייד!


אה!
די ערשטע תגובה אין דעם גאנצן אשכול וואס רעדט עפעס זאכליך אין דעם ריכטונג וואס מ'דארף טראכטן און אויפוועקן אנדערע אזוי צו טראכטן
סאושעל מידיע איז א מציאות און דארט ווייזט זיך נאר ארויס די אמת'ע שנאה ווי שטארק גרייט די ערלים זענען צו טון וואס זיי ווילן ר"ל.
זיי ווארטן נאר פאר א מינדעסטע בארעכטיגונג דערצו (פארשטייט זיך אפילו פאלשע בארעכטיגונג)

אבער וויפיל פעולות אדער עכ"פ התנהגות פון אחב"י זענען דירעקטע מיטלען פון גיסן אויל צום פייער???

וויפיל נארישע אומ-אויסגערעכנטע אומ-איבערגעטראכטע רייצערישע סטעיטמענטס ווערן געשאסן פון בויך ארויס פון היימישע יונגע אומ-ערפארענע פאלעטישאן'ס?

און די פשוטע טאג טעגליכע התנהגות פון יעדן איינציגן יוד, אויפן גאס, אין באנק, געס-סטעישן וכו'
און ווי מער פרומער/חסידישער אנגעטון פארלאנגט זיך מער פארזיכטיגקייט ווייל דאן ווייסט מען מער זיכער אז די ביזט א יוד

אויב אויפוועקן און טון עפעס למעשה איז אין דעם ריכטונג די מערסטע דא וואס צו טון
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פלאחותיך האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:די אונליין העיט אויף סושעל מידיע איז ריזיג און שרעקעדיג

די פאקט אז מען הערט אזויפיל מער קליינע אטאקעס קען זיין אז סאיז פשוט ווייל די מידיע איז מער אפען און זאכען פארן שנעלער וויירעל

סאשעל מידיע ווייזט דיר נאר וואס די אמת'ע שנאה עס איז דא אויף יידן. נאר אפענערהייט וועט ער עס דיר אפשר נישט ווייזן.
סא נעקסט טיים ווען דו ביסט אין טרעין סטעישן, אין עירפארט אדער אין באנק און דו ווילסט געבן א שנייד אריין אין א שורה, אדער אויסזעהן נישט צוזאמגענומען אדער מאכן א שמוץ אויף דער ערד - פארשטיי גוט ווער עס קוקט אויף דיר. זיי זוכן יעדע סארט טענה, גיב זיי נישט קיין אויסרייד!


אה!
די ערשטע תגובה אין דעם גאנצן אשכול וואס רעדט עפעס זאכליך אין דעם ריכטונג וואס מ'דארף טראכטן און אויפוועקן אנדערע אזוי צו טראכטן
סאושעל מידיע איז א מציאות און דארט ווייזט זיך נאר ארויס די אמת'ע שנאה ווי שטארק גרייט די ערלים זענען צו טון וואס זיי ווילן ר"ל.
זיי ווארטן נאר פאר א מינדעסטע בארעכטיגונג דערצו (פארשטייט זיך אפילו פאלשע בארעכטיגונג)

אבער וויפיל פעולות אדער עכ"פ התנהגות פון אחב"י זענען דירעקטע מיטלען פון גיסן אויל צום פייער???

וויפיל נארישע אומ-אויסגערעכנטע אומ-איבערגעטראכטע רייצערישע סטעיטמענטס ווערן געשאסן פון בויך ארויס פון היימישע יונגע אומ-ערפארענע פאלעטישאן'ס?

און די פשוטע טאג טעגליכע התנהגות פון יעדן איינציגן יוד, אויפן גאס, אין באנק, געס-סטעישן וכו'
און ווי מער פרומער/חסידישער אנגעטון פארלאנגט זיך מער פארזיכטיגקייט ווייל דאן ווייסט מען מער זיכער אז די ביזט א יוד

אויב אויפוועקן און טון עפעס למעשה איז אין דעם ריכטונג די מערסטע דא וואס צו טון

שטארק
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

לאנגזאם האט געשריבן:הרב וואשיגטאן, אל תפתח פה לשטן. צי נישט קיין שטריכען און מאך נישט קיין דמיונות. פון אזעלכע ווילדע גערעדאכטס העסטו אין ערגעץ נישט אנקומען.

און דאן וועסטוך קענען שפארן די דיסקלעימערס אויך...

איך האב נישט געוואלט און נישט געמיינט צו תפתח'ן פה לשטן, אזוי ווי איך האב געשריבן סוף פון מיין תגובה, אבער אז מען קען אזוי פארשטיין וויל איך קלארשטעלן קבל עם ועדה אז לה זה כוונתי ח''ו. איך האב נאר ארויסגעברענגט אז ווען מען זעט א אויפבליה אין אנטיסעמעטיזם האט מען גארנישט פון גיין רעדן צו די פאליציי אדער די אינסטאנצן, נאר צו זיך אויפוועקן און פארשטיין די מעסידזש פונעם מנהיג העולם וואס ער וויל שיקן דערמיט. און איך מיין אז מיט דעם איז יעדער איינער מודה.

ודי בזה. א גוטע נאכט טייערע לאנגזאם.
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

געריבענער סוחר האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:איך אינאיינעם מיט די משפחה זענען צוויי מאל נאכגעשריגען געווארען ברבים אלץ איד דעם חו"מ, ביידע מאל מיט מ-י-ז-ע-ל-ס געשריי, מיזעלס מיזעלס.

#אנטי וואקינערס ברענגן אנטיסעמעטיזעם.

גוט מארגן, איר האט וואשיינלעך דעם חוה''מ אויסגעפונעם א זאך וואס מען האט מיט מיר געלערענט אין קינדערגארטן, נעמליך אז איר זענט א גלות איד.

גוט מארגן, איר האט זיך ווארשיינליך נאכנישט אויסגעלערנט אז אפי' אין גלות קען מען טון פעולות צו פארמיידן א חילול ה', ס'רופט זיך א קידוש ה'.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1640
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ליידער זייט דעם חורבן ביהמ"ק איז כלל ישראל שוין דורך געגאנגען דעם סייקעל אויף יעדן פלאץ ווי מען איז געווען.

1. מען הייבט אהן גרין, מען האלט זיך שטיל, מען פראבירט צו חנפנ'ן יעדע גוי וואס מען קען.
2. צוביסלעך ווערט מען מער און מער באקוועם, מען הייבט זיך די קעפ, מען גייט אריין אין די רעגירונג, מען טומעלט און מען רעש'ט.
3. די באשפער דארף דערמאנען אז אינז זעמיר דא נאר טעמפארערי, די גוים ווערן מיד פון אינז, פלאצן פאר קנאה, און מען שיקט אינז ליפטערן

#בבל #שפאניע #פוילן #דייטשלאנד #מאראקא וכו' וכו'

די זאך איז נאר, אז געווענליך האט די סייקעל געדויערט בערך 500 יאר. לאמיר האפן אז אינז מאכן עס נישט שנעלער אין אינז זאל מיר דערלעבן משיח דא.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”