בעסער א רויטע טישטוך ווי א צושטערטע סדר

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

בעסער א רויטע טישטוך ווי א צושטערטע סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

זיינע יונגע אויגן האבן געבליצעלט און נישט געקענט ווערן זאט פון די הערליכע מראה. שפראכלאז האט ער צוגעקוקט און נישט געקענט אויפהערן צו געניסן פון יעדן איינצעלהייט. ער האט באטראכט דעם ראש המשפחה ווי ער זיצט אויבן אן מיט מלכות׳דיגע קליידער, זיין פנים שיינט מיט א ברייטן שמייכל פול מיט שמחה של מצוה.

די קינדער זיצן מיט אויסערגעווענליכע דרך ארץ ארום דעם טיש, כשתילי זיתים סביב לשלחנו, אלעמענס בליקן זענען געוואנדן צום טאטן מיט א יראת הכבוד.

ווי עס קוקט אויס האלט דער טאטע אינמיטן צו דערציילען וואונדערבארע מדרשים פון חז״ל איבער יציאת מצרים, אבער פונעם פארקנייטשטן שטערן פון דער בר מצוה בחור מיטן ריזיגען הוט קען זיך דאכטן אז מען איז גאר מפלפל אין סוגיות פון קרבן פסח.

מען קען אויך זעהן ווי די מאמע שטייט מיט א טאץ פון הייסע געקעכטס, גרייט צו סערווירן די בני בית. אונטער איהר קען מען זעהן א טייל פונעם קאך ווי עס דרייט זיך ארום א טאכטערל און העלפט ארויס דעם עקרת הבית.

די צוויי און א האלב יעריגע, מיט אזויפיל חן, דרייט זיך ארום און פירט זיך ממש אויף ווי א ערוואקסענע און האלט מיט די הגדה פון קדש ביז טעמפל שירה.

* * * * *

שעות לאנג וואלט ער געקענט באטראכטן דעם סדר, כאטש ער קען נישט הערן וואס דארט טוט זיך, שפירט ער אבער ווי אלע דארט זינגען "והוא שעמדה לאבותינו".

״ווען איך וועל זיין א טאטע וועל איך פירן א סדר נאכט און עס וועט אויסקוקן פונקט אזוי״ קלערט ער זיך אריין מיט פרייד. ער וואונדערט זיך וויאזוי א מעלער קען מיט זיינע הענט אראפמאלן אזא שיין בילד מיט אלע דעטאלן, עס פעלט אפילו נישט די קליינע לעפעל ביי יעדעמס פלאץ.

ער שארט זיך ארויף די ארבל און נעמט א גרינע פענסיל אין די האנט אריין און הייבט אן זיין אויפגאבע צוצולייגן פארב צום הערליכן סצענע. יעדע פרט באזונדער טוט ער גאר פארזיכטיג געבן זיין פאסיגע פארב, גרינע מרור, רויטע וויין, שווארצע בעקיטשע און געלע מצות. וואס מער צייט עס גייט פארביי אלץ ווערט עס מער קאלירפול און די טאן פון ״והוא שעמדה״ ווערט אלץ העכער און קלארער.

דער מלמד נוצט אויס די רואיגע מינוטן וואס די קינדער מאלעווען און פארטיפט זיך אין א נארוואס ערשינענע הגדה. די רואיגע ניסן וועטער באגלייט מיט פייגלעך געזאנג טוט איהם פאר א וויילע ארויפהייבן און ארויסנעמען פון די רוישיגע און אנגעצויגענע הכנות צום יום טוב.

גאנץ שנעל ווערט אבער די רואיגקייט איבערגעהאקט פון א וויי געשריי פון א קינד, "אוי וויי, יעצט קען איך עס אוועקווארפן, עס איז אינגאנצן קאליע געווארן".

ער הייבט אויף זיינע אויגן און זעהט ווי אונזער צדיק׳ל שטרעקט אויס זיין האנט אויבערפלאך איבער זיין אייגענע מאלעריי און פארמאכט עס מיט אויפברויז מיטנעמענדיג דאס גאנצע בלאט וואס ווערט צוקניישט און צופיצעלט ווי א קליינע באלי.

דער מלמד האט איהם נאך שנעל צוריקגעהאלטן פון עס אוועקווארפן צום אנדערן זייט פונעם קלאס ציממער. אנשטאט דעם האט ער איהם צוגערופן צו זיך און געבעטן אן ערקלערונג אויף זיין פלוצלינגדיגע אויסברוך.

מיט טרערן אין די אויגן האט דאס קינד געגעבן צו פארשטיין אז זיין הערליכע מאלעריי, וואס ער האט אזויפיל משקיע געווען איז אינגאנצן צונישט געווארן ווען ער האט בטעות אנגעפאנגען צו מאלן די טישטוך מיט א רויטן פארב. "עס איז בכלל נישט שיין מער, נישט אזוי האב איך עס געוואלט."

"געב אהער דאס בלעטל, צדיק׳ל", האט דער מלמד פראבירט איהם צו בארויאיגן. "לאמיר עס אויפוויקלען און באטראכטן."

עטליכע לאנגע מינוט האט ער באטראכט די מאלעריי און זיך דערנאך געוואנדן צום קינד מיט ליבשאפט. "מיין טייער קינד, א הערליכע בילד האסטו אין די האנט געהאט, דו האסט אינוועסטירט קאפ און מוח דאס צו פארשענערן און באצירן. א קליינע פרט איז נישט געגאנגען ווי געפלאנט, האסטו דאס אלעס אויפגעגעבען און פארניכטעט? וואלט נישט געווען בעסער צו פארמאגן א מייסטערווערק מיט א קליינע פעלער וואס מען טוט ניטאמאל באמערקן, ווי איידער א צוריסן און צוקנייטשטע בלאט וואס מען טוט זיך דערמיט שעמען?"

"מיין קינד געדענק, קוק אוועק פון נישט וויכטיגע איינצעלהייטן וואס טוען דיר שטערן, ווי איידער פארדארבן די גאנצע אטמאספערע און לאזן א ביטער טעם וואס איז שווער צו אויסגלעטן."

* * * * *

שיינע יארן פאריבער און די חלום זיך געטוהן פארווירקליכן. ביים סדר ער זיצט אנגעטוהן ווי א מלך. די זיהן כשתילי זיתים סביב לשלחנו אלעס גענוי ווי זיין טרוים.

באלד וועט מען דערציילען מדרשי חז״ל און מקיים זיין די והגדת לבנך. ער קען שוין קוים ווארטן אויפן פארקנייטשטען שטערן פון זיין בר מצוה בחור מיטן גרויסן קאפעליטש.

און אט קומט די צוויי און א האלב יעריגע אזוי בא'חן'ט, נעמט זיין בעכער אין די האנט און שוין, ווער האט געמיינט אז נישט, עס האט זיך אויסגעגאסן מיט א שפע גאר פלינק. די שניי ווייסע טישטוך האט באקומען א רויטע פארב.

עס וויל זיך שרייען מען ווערט אויפגעברויזט,די סיטואציע מאכט נערוועז און מען וויל שוין אויסשפרייטן די האנט אויבערפלאך און צוגרינד לייגן דאס הערליכן אנגענעהמע סדר.

עס שווימט אבער ארויף א אלטען גלעט פונעם מלמד וואס זאגט: ״א קליינע פרט איז נישט געגאנגען ווי געפלאנט, האסטו דאס אלעס אויפגעגעבען און פארניכטעט? וואלט נישט געווען בעסער צו פארמאגן א מייסטערווערק מיט א קליינע פעלער וואס מען טוט ניטאמאל באמערקן, ווי איידער א צוריסן און צוקנייטשטע בלאט וואס מען טוט זיך דערמיט שעמען?"

עס קלינגו אין אויער די ווערטער: "מיין קינד געדענק, קוק אוועק פון נישט וויכטיגע איינצעלהייטן וואס טוען דיר שטערן, ווי איידער פארדארבן די גאנצע אטמאספערע און לאזן א ביטער טעם וואס איז שווער צו אויסגלעטן."

"קומטס קינדער, לאמיר זינגען והוא שעמדה לאבותינו.... געדענקטס, בעסער א רויטע טישטוך ווי א צושטערטע סדר.״

א כשרן און פרייליכן פסח!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

געוואלדיגער רעיון און זאפטיג געשריבן!!!

עס איז נוגע א גאנץ יאר אויך ביי יעדע שבת'דיגע סעודה, איבערהויפט ביים הייליגסטן נאכט פון יאר.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הערליך שיין!

אבער להערה: מען דארף נישט ווארטן אויפן בחור מיטן צעקנייטשטן שטערן מיטן ברייטן קאפעליטש, די סדר איז נישט געמאכט אז עס זאל צייגן ווי א שיין בילד.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

wow wow

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

נישט דא קיין ווערטער אזוי שיין און קלאר אראפצולייגן אזא האקעלע נושא
א חידוש פון אזאך
יש'כ
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
Belz123
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Belz123 »

;l;p-
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

געוואלדיג, ישר כח
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

און דער זעלבע איז מיט ענליכע זאכן ; שטעלט ער זיך נישט אויף ביי הבדלה, מורמעלט ער די זמירות ; זיצט ער נישט גראד ; האט ער פארגעסן ארויסצוטראגן די חלה דעקל; וויל ער נישט טרינקען פון קידוש ; וויל ער גרעיפ דשוס נאך פאר קידוש ; וויל ער א שטיקל ברויט ממש אינמיטן אזמר בשבחין; האט ער געבעטן נאך פיש און עסט עס נישט ;;;;;;;
עס איז נישט אזוי געפערליך ווי מען רעאקט דערצו. מ'קען טרעפן היתרים פאר די זאכן
mi a nagy ügy
אפעטיט
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפעטיט »

קורץ אין שארף
מיין גאול איז נישט צו זיין בעסער פין א צווייטן, נאר צו זיין בעסער פין וואס איך בין געווען נעכטן
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

והיתה לה שמחת עולם!

זייער שיין ;l;p-
על "טעם וריח" אין להתווכח
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער קלוג האט געשריבן:נישט דא קיין ווערטער אזוי שיין און קלאר אראפצולייגן אזא האקעלע נושא
א חידוש פון אזאך
יש'כ
Of course
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:געוואלדיגער רעיון און זאפטיג געשריבן!!!

עס איז נוגע א גאנץ יאר אויך ביי יעדע שבת'דיגע סעודה, איבערהויפט ביים הייליגסטן נאכט פון יאר.



איבערהויפט אין אזא הייליגער נאכט, ודוק.
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אילו זכינו »

זייער שיין און רייך אראפגעלייגט.
אויב דו קענסט יא אזוי גוט, לאמיר הערן פון דיר מער אפט! we want more
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: בעסער א רויטע טישטוך ווי א צושטערטע סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

דאס האב איך געשריבן פאר א יאר בעפאר פסח. עס איז נאך אלץ נוגע, סיי א גאנץ יאר און אוודאי פסח.

איך ברענג עס נאכאמאל ארויף, זאל די עולם הנאה האבן און טאמער וועט אפילו נאר איין יוד האבן א אנגענעמערע יו״ט דערוועגן, האט זיך עס שוין געלוינט.

א פרייליכן יום טוב פסח!
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: בעסער א רויטע טישטוך ווי א צושטערטע סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

שמחת עולם האט געשריבן:דאס האב איך געשריבן פאר א יאר בעפאר פסח. עס איז נאך אלץ נוגע, סיי א גאנץ יאר און אוודאי פסח.

איך ברענג עס נאכאמאל ארויף, זאל די עולם הנאה האבן און טאמער וועט אפילו נאר איין יוד האבן א אנגענעמערע יו״ט דערוועגן, האט זיך עס שוין געלוינט.

א פרייליכן יום טוב פסח!

;l;p- ;l;p- ;l;p-
א גרויסן יישר כח שכרך הרבה מאוד אפילו אויב עס טוט נאר אויף ביי איינעם כש"כ ביי מער

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: בעסער א רויטע טישטוך ווי א צושטערטע סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

א דאנק פאר די חברי המערכת פון די "שרייבער" אויסגאבע פאר'ן אריינלייגן דעם ארטיקל אינ'ם פסח'יגן אויסגאבע.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6156
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: בעסער א רויטע טישטוך ווי א צושטערטע סדר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

געליינט דארטן, גאר שיין און באלערנד.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”