חודש הגאולה, וחג האמונה

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

חודש הגאולה, וחג האמונה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

דער חודש ניסן, וואס מיר פראווענען דעם חג הגאולה, וואס הקב״ה האט אונז ארויס געצויגן פון דעם ביטערן און שווערן גלות מצרים. איז אפשר די ריכטיגע צייט אביסל אויסשמועסן דעם ענין פון גלות און גאולה.

עס איז געווען א צייט וואס מיר דאס אידיש פאלק, האט פארמאגט א אייגענע מלוכה, א לאנד, א מיליטער און די סנהדריה הגדול שבירושלים וואס האט געאורטיילט די שווערסטע דיני נפשות קעיס׳ס. אויפן שפיץ פון דעם בארג וואס אונזער זיידע יצחק, האט אויגעשטרעקט זיין האלז, און געווען גרייט צו זיין א קרבן פארן גרויסען באשעפער. דארט לויפן ארום כהנים און זענען מקריב קרבנות. דארט איז פארהאנען א שטוב וואס רופט זיך קודש הקדשים דאס היייליגסטע פון די הייליגסטע. דארט רוהט דער מלך מלכי המלכים הקב״ה.

אידישע קינדער זענען געווען ברום המעלה. דריי מאל א יאר האט מען עולה רגל געווען, געקומען נאנט צו דעם מקום המקדש וואס איז געווען יפי נוף משוש כל הארץ. לראות את פני השם אלוקינו. דער קרבן פסח איז געווען א העכערע, פרייליכע און דערהויבענע מאמענט. ווער רעדט נאך פון די שמחת בית השואבה אין דעם יו״ט סוכות. דאס איז געווען אזא מין שמחה וואס מען קען דאס נישט באשרייבן.

כלל ישראל האט געלעבט מיט אמונה און מיט א נאנטקייט צו זייער גאט ברוך הוא. דעם אשר בחר בנו מכל עם, ורוממתנו מכל לשון איז פולקאם פארווירקטלעך געווארן. אידן זענען געווען אפגעשיידט מכל הבלי עולם הזה. און נאר געווען דבוק בהשם ובתורתו.

אבער, צוליב אונזערע זינד. איז אין דעם ניינטען טאג פון חודש מנחם-אב. די מעכטיגע און הייליגע אידישע אימפעריע, געקומען צו אן ענדע. אידן זענען פארטריבן געווארן פון זייער לאנד, פארלוירן זייער הייליג הויז. און זיך גענומען וואנדערן פון איין הערשאפט צו די צווייטע, פאר די קומענדיגע צוויי טויזענט יאר.

כך גזרו חכמתו יתברך שמו, עס איז א גזירה פון דעם ברוך שאמר והיה עולם. אז זיין באליבט פאלק זאל גיין אין גלות, און מיטמאכן צרות יגון ואנחה. מיליאנען אידישע נפשות זענען געהארגעט געווארן דורכאויס דעם לאנגן גלות, מיר זענען צושלאגן און דערנידערט געווארן אן א שיעור מאל, במשך פון די קרוב צו צוויי טויזענט יאר. אבער מיר ווייסן אז דאס איז א גזירה וואס דער באשעפער האט גוזר געווען.

דאס איז, ווי מען זאגט, א שוווערע פיל אראפ צושלינגען. אז מיר זענען נאר דא אלס געסט. מיר האבן נישט גלייך בארעכטיגונג. ווי שווער עס איז אנצונעמען. איז אבער דער פאקט אז מיר זענען ״אונטער דעם גוי״ ער געוועלטיגט אויף אונז, און מיר דארפן אים פאלגן.

דא אין אמעריקע לעבן אידן בגשמיות רואיגער, ווי אלעמאל בעפאר. מען פייניגט און רודף אונז נישט. בלוט בליבל איז א זאך פאר די מעשה ביכער. און באפאלן א אידישע געטא איז א פארגאנגענהייט. אנסטעמיטיזם איז א שוואכע און נישט קיין אנגענומע ארטיקל.

מיר האבן שוין כמעט פארגעסן, וואס עס פעלט אונז. אז מיר זענען נאר גרים דא פאר א קורצע וויילע. אויסער דעם וואס אין רוחניות איז אמעריקע פון די שווערסע גלות וואס מיר זענען נאר אמאל געווען. א נידריג און פראסטע לאנד, וואס לויפט נאך געלט מיט אלע אנדערע תאוות עולם הזה, געלט איז זייער עבודה זרה, געלט איז זייער שטארקייט, און געלט איז זייער גאוה.

מיט די אנדערע תאוות זענען זיי נישט אינטערשטעליג. א שמוציגע לאנד, וואס קיין שום איד האט נישט געוואלט אהין אנקומען. פרעס און פריצות איז נארמאלעזירט. חוצפה אין זייער פאן. און הפקירות איז זייער קולטור.

צומאל מעג דער גוי יא, און איך טאר נישט. ער איז א ״אמריקאנער״ און איך בין א ״איד״ מיר זענען נישט א חלק פון די אמעריקאנע קולטור, והבדילנו מן התועים, דער באשעפער האט אונז אפגעטיילט פון אלע אנדערע פעלקער. איך שטרעבט נישט די זעלבע וואס ער טוט. איך גלייב נישט וואס ער גלייבט

דעם רצון השם איז דאך אבער, אז מיר זאלן יא דא זיין. ברויכען מיר געדענקען אז דאס איז נישט ״אונזער״ לאנד, די ריפאבליקאנע פארטיי איז נישט ״אונזער״ פארטיי, מיר זענען געטריי בירגער וואס וואוינען דא געצווינגענערהייט ביז אונזער משיח קומט. מיר טארן זיך נישט מתחצף זיין פאר די גוים, און מיר ברויכן זיין איידל און באשיידן. למה תתראו האט אונזער טאטע יעקב אונז געלערענט, אפילו איר האט געלט, ווייזט דאס נישט ארויס, האלט עס באהאלטן.

זיין א נעבעך, ארויסגעפאלענער, איז נישט גרינג. עס וואלט געווען אסאך מער אנגענומען מען זאל אפלאזן מיט די אלטע באבישע תורות….. לאמיר זיין נארמאלע מענטשן. גלייכע בירגער ווי יעדע אנדערע ראסע, וואס איז געקומען אויף די פאראייניגטע שטאטען, און זיך אויסגעמישט געהעריג. מיר זענען די אייציגסטע וואס האבן א אייגענע ווערטשאפט, באזונדערע שולע׳ס. קענען נישט געהעריג די לאנד׳ס שפראך. אפשר איז גענוג געווען. ס׳איז שוין צייט צו ווערן א נארמאלע מענטש….

באפוילט אונז אבער דער חת״ם סופר זצ״ל אין זיין צוואה. אל תאמר נשתנו העיתים, יש לנו אב זקן יתברך שמו, הוא לא נשתנה ואנו לא נשתנו! פאר טויזעט יאר צוריק, האבן מיר זיך נישט אויסגעמישט מיט די גוים. היינט איז גענוי די זעלבע. מיט 500 יאר צוריק האבן אידן געארבעט שווער אוועק צו שטעלען א פעסטע מויער קעגן די גוישע גאס, תש19 איז נישט אנדערש.

דער רמב״ם האט אוועקגעשטעלט די י״ג עיקרים. וואס איינע פון זיי זענען אז מיר האבן א חיוב, צו גלייבן מיט ״אמונה שלימה״ אז יעדן טאג קען אונזער אויסלייזער זיך באווייזן. אין אלע שווערסטע צייטן האבן אידן זיך געשטראקט און גע׳חזרט, אז אט אט קומט שוין משיח צו רייטן אויפן אייזל.

אויב דארף מען יעדען טאג פון יאר דאס גלייבן. ספעציעל דעם חודש ניסן וואס מיר זענען אויסגעלייזט געווארן פון דעם ביטערן גלות מצרים. דער אייבישטער האט באוויזן געוואלדיגע ניסים, און אונז אויסגעלייזט פון די שווער באוואכטע לאנד מצרים. ביד חזקה ובזרוע נטוה, האט דער גרויסער בורא אונז פון דארט ארויסגעצויגן.

אלע צייכנס וויייזן קלאר, אז מיר האלטן שוין אט ביים ארויסגיין פון דעם לאנגען און שווערע גלות. עס וועט שוין לאנג נישט דויערן, ביז מיר וועלן ווידער זיין צוריק אין אונזער לאנד. מיט דעם דריטן בית המקדש. אט אט אידלעך, עס וועט קיין חלום מער נישט זיין. מיר וועלן בקרוב מיטהאלטן דעם כהן גדול פראווענען די עבודה. און די שכינה וועט ווידער רוען צווישן אונז אויפן הר המוריה. אכי״ר
לעצט פארראכטן דורך איגערקע אום דאנערשטאג אפריל 18, 2019 3:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
איגערקע
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2015 12:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איגערקע »

והגדת לבנך ביום ההוא, איז א מצוה אויף א טאטע, צו דערציילן פאר זיינע קינדער, די נעכט פון פסח, די ניסים ונפלאות וואס דער באשעפער האט מיט אונז געטוהן. לא על ידי מלאך ולא ע״י שרף אלא הקב״ה בכבודו ובעצמו, האט איבערגעהיפט די הייזער פון אידישע קינדער און יעדע הויז געשריגן ״דא וואוינט א איד״. דעם נעקסען צופרי זענען מיר ארויס פון לאנד מצרים, ביד חזקה. זעקס הונדערט טויזענט אידן, אנשים, נשים וטף האבן ארויס געשטראמט מיט די טייג אויף די פלייצע.

זינט דאן, איז דא א חיוב, אויף יעדע אידיש קינד. צופראווענען א סדר פסח אויפדערנאכט, לויבן און דאנקן דעם בורא פאר אלע ניסים וואס ער האט באוויזן מיט א פאר טויזענט יאר צוריק. אז איז די צייט פון יאר אריין צובראקן אמונה אין חי עולמים, א צייט צו חזרן און שטארקן אונזער גלויבינג די יסודות פונעם אידישן פאלק. וואס איז ״אנכי השם אלוקיך אשר הוצאתיך מארץ מצרים״

הונדערטער הגדות פון יעדען סארט, זענען געדרוקט געווארן במשך די יארן. פיל מיט דברי תורה, סיפורי צדיקים און חיזוק לעם ישראל חי. הצד השוה פון אלע איז צו מקיים זיין די מצוה פון סיפור יציאת מצרים כל אותו הלילה.

א מוראדיגע מעשה פארציילט, דער בארימטער משפיע רבי אלימלך בידערמאן שליט״א: א איד א זקן מפלוג, מיטן נאמען רבי יעקב יוסף ווייס פון מאנטשעסטער, האט איבערגעלעבט די קריג און פארציילט אזוי: במשך אלע שווערע צייטן אין דעם ביטערן האלאוקאסט. איז ער געווען צוזאמען מיט נאך איד דארט, ער האט כסדר זיך מחזק געווען מיט אמונה. אלעס טוט דער אייבישטער, אלעס איז לטובה, דער באשעפער האט א חשבון א קלארע אויף יעדע זאך וואס פאסירט מיט אונז.

למעשה זענען זיי ביידע צוזאמען אנגעקומען איז די גאז קאמער, אזוי שטייענדיג דארט ווי אדם הראשון פארן חטא, זאגט א אים זיין חבר, נו, וואס זאגטסו יעצט? האט ער געענפערט מיט א א פעסטקייט. יא! אפילו פון דא קען גאט ברוך הוא אונז ארויסנעמען, אפילו חרב חדה מונחת על צוארו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים. ניין, איך גיב נישט אויף ח״ו.

דער דייטש ימ״ש קומט צו גיין און וויל צומאכן די טיר פונעם קאמער, און אנצינדן די גאז. אבער די טיר מאכט זיך נישט צו, די שטוב איז געווען צו פיל. האט ער געגעבן א כאפ דעם רבי יעקב יוסף ווייס (וואס איז געווען א בעל בשר) און אים ארויס געשלעפט פון דעם קאלעך אויבן. און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן ממות לחיים.

האבן די אייניקלעך געפרעגט דעם זיידן, נאכן הערל די מעשה. ווי אזוי? ווי אזוי אויף דער וועלט האסטו געהאט די שטארקייט אין אזא שווערע און אומפארשטעדליכע מינוט, זיך מחזק זיין מיט אמונה? האט ער זיי געענטפערט ווייל פסח ביידערנאכט איז מיין טאטע געזיצן פאר לאנגע שעות, אריין געגאסן אין אונז אמונה, אמונה, און אמונה.

טייערע ברודער, דער אייבישטער אליין קומט צו גיין, -זאגט דער זוהר הק׳- אויסצוהערן ווי מיר זאגן די הגדה. עס איז א געוואלדיגע גרויסע זמן, וואס איז געאייגענט מחנך זיי די צאן קדשים, און זיך אליינס, מיט אמונה אין דעם בורא כל העולמים.

אויך איז עס א דערהויבענע און פרייליכע זמן, מען האט אויסגערייניגט און פארברענט אלע חמץ, וואס איז מרומז אויף יצר הרע. די הויז איז ציכטיג ריין פיל מיט קדושה, א ווארימקייט און דערהויבענקייט לאזט זיך אראפ ווי נאר דער נאכט פאלט צו. די גאנצע משפחה מיט יום טוב׳דיגע קליידער זעצן זיך צום טיש. דער טאטע זיצט אין שפיץ מיטן ווייסן קיטל און פירט אן דעם סדר ברוב פאר והדר.

אשר עשה ניסים לאבותינו בימים ההם ״בזמן הזה״ די אורות וואס איז דעמאלט געווען קומט אראפ נאכאמאל דאס יאר תשע״ט. א נאכט וואס איז מסוגל פאר ישועת און רפאות למעלה מדרך הטבע. א נאכט וואס מען קען גיבן פאר זיך און די קינדער א boost פאר די גאנצע יאר.

פון קדמונים שטייט, אז מען שפארט נישט אפ די טיר דעם ליל שימורים, ווייל משיח וועט קומען זאל מען גלייך לויפן, און נישט ברויכן פארברענגען צייט אויפצוטוהן די טיר. זאלן מיר טאקע זוכה זיין בנערינו ובזקנינו נלך לקראת משיח צדקנו. אכי"ר
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

הערליך שיין! ייש"כ!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

שטארק געזאגט!
אוועטאר
האלבע שיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 25, 2019 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלבע שיך »

א גרויסען ייש"כ זייער זייער שיין!
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”