מגילת אסתר ע"פ סהדותא

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

מגילת אסתר ע"פ סהדותא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מגילת אסתר ע"פ סהדותא

ויהי בימי אחשורוש הוא אחשורוש המולך און אזוי ווייטער און ווייטער.

חברה, די אטמאספארע דא אויפן שרייב-טישל איז אזוי הויעך אז מ'קען הערן א פליג דזשאָמפן.. די גמ' אין מס' מגילה (י:) הייבט אן אז "אין ויהי, אלא לשון צער"... די גרעסטע דזשאק פון די גאנצע מגילה..

ס'רידערט דער מוח, די געדאנקן שפינען א מין געוועבעכץ וואס האט נאך בימי יגר'ל קיינמאל פאסירט, ס'ווילט זיך צוזאמקלויבן די מחשבות, ווי איינער זאגט: לאז מיך שוין אנהייבן דער פראגראם, און פאָפ'ס ושתי ליגט אויסגעצויגן א פייגער... כ'מיין ווי קען מען אזוי שרייבן?

לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי, ווען נישט מרדכי זאל שרייבן די מגילה, אסתר זאל עס אפטייפן, און די גמרא אין מס' מגילה זאל עס איינקנעטן, וואלט ויזתא געווען אויפן בוים איידער אחשורוש האט געפאקט בגתן רעד-הענדעט...

עטס – די חברה וואס גייען ליינען דעם ארטיקל, זענטס די גרעסטע רחמנות אין דעם גאנצן קיגל וואס מיינע פינגער'ס גייען דא אנווערטשאפן, דער מצב איז אזוי קאמפליצירט, לאמיר נעמען, גארנישט, מ'נעמט זיך גארנישט אליין, לאמיר גיין אין א סדר.

ראשית כל, וואס ס'באדערט יעדעם איינעם, ווער איז דער אחשורוש? די גמ' האט אזויפיל טייטשן אויף דעם ווארט אז איך מיין אז פון דעם אליין איז ער געווארן א "מלך הפכפך"..

און ווער איז ושתי? ווער איז זרש און ווער איז אספתא?

לבי אומר לי, ס'איז אייגנס און דערפאר לאזט זיך זאגן אזוי, אז די גמ' זאגט (יא:) [כאכאכאכאכא, א חוצפה! איך טייפ עס יעצט אין וואָרד, און ווען כ'האב געמאכט ":)" האט ער זיך געטוישט צו א "סמיילי"... נישט שלעכט...] זאגט די גמ' אויף אחשורוש אז ער הייסט אזוי כי בימיו הושחרו פניהם של ישראל כשולי קדירה, א מימרא פון שמואל, ווער ס'איז באקאנט אינעם מלבי"ם אויפן מגילה, זאגן דאך אלע נאך – אנגעהויבן פונעם אלטן טעיפקערדאר ביזן נייעם פארגעשריטענעם איי-פאד – אז דער "המלכה ושתי" מיט "ושתי המלכה" איז געווען דער פייט צווישן אחשורוש אין ושתי.

נו, ס'אויב אזוי, ושתי לויט רוב מפרשים איז געווען א לעדי, און אחשורוש דער שווארצער איז געלאפן קעגן איר, האט איר אן אפענער רוח הקודש וואס ס'גייט געשען אין די קומענדיגע וואלן 2008!! דער לעדי מיטן שווארצער האבן א סכסוך האסטע געהערט אזוינס, אבער צו וואס דארף דאס כלל ישראל מיטהאלטן? און מקוה און אין ביהמ"ד איבעראל איז מען ביזי דערמיט, מי יתן לנו תמורתו, כ'מיין צו פרעגן ווי האט מען גענומען דעם היתר גאנצערטע וואכן צו פארברענגן און זיך פארפלאטשקענען מיט די שמוציגע נייעס? דאס פרעגן דאך אלע מפרשים דא אין די מגילה' פארוואס הייבט זיך אן די מגילה ביי ויהי בימי אחשורוש ווען דאס שייכות צו אידן הייבט זיך ערשט אן ביי אחר הדברים האלה פון המן'ען טראךכךכךאחטראאכךכךטרטתאתרךךךךך (גארנישט כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן)..

ובפרט ווי פריער געשריבן אז אמאמאמ איינער געדענקט נאך? עניוועי, די מפרשים פרעגן פארוואס הייבט זיך אן די מגילה פון אזוי פרי פון ויהי בימי אחשורוש, אהה, אז "ויהי" איז לשון צער, נו צו וואס הייבט זיך אן די מגילה אזוי פרי?

לולא התמהמנו וואלט איך געזאגט, פאר ושתי'ס וויידל אליין'ס האט זיך געלוינט ס'גאנצע מגילה, אקיצור מכאן יש ראי' לסתור, אז כלל ישראל קען און מעג מיטהאלטן ס'פאליטיק פונעם עם הדומה לחמור.

סאוי די גאנצע וועלט קומט צו די סעודה! כ'מיין ווי איז דא פלאץ? די גמ' מיטשטעט זיך און זאגט אז קודם האט מען געשטעלט דעם עולם "בחצר", נאמאר פלאץ געווען האט מען אויך געברענגט טישן און בענק אינעם "גינת" און דערנאך האט מען אויך גע"ביסן" אזוי האט יעדער געהאט פלאץ. אבער רבוש"ע ס'איז דאך די גאנצע וועלט, דאס מיינט די אינדיאנער'ס מעקסיקאנער און יעדער! יא! סאוי ווי האט "יעדער" געהאט פלאץ? דער "סערווער" האט דאך געקענט פלאצן...

ס'קען זיין, נאכאמאל מיין הארץ מאכט מיך אזוי טראכטן, אז מעגליך ס'געווען אזא מינע, נו, אמאמא, אזא נו וויאזוי זאגט מען עס (אן קיינעם טשעפענען...), אזא "קום און גיי" סעודה..

ווי זאגט מען אויף שושן'ניש? יו קען נעווער נאוי.

*
איך קום נאך צוריק, ס'ליגט נאך אסאך אסאך אין די קושקעס, ביזדערווייל זעצט אייך אראפ און מאכט'ס אייך באקוועם.

נו, חור, קומט אריין, העי, "כרפס", וואס זוכסט "דו" דא?
לעצט פארראכטן דורך יגרסהדותא אום מאנטאג פעברואר 23, 2009 11:02 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מגילת אסתר - חלק ב'


משוגענער "כרפס" דו בלאנגסט נישטא, גארנישט, ער האט זיך באקוועם געמאכט אין די מגילה, נישט באקומען גענוג איטענטשן "פסח", הא?


העי

וויאזוי קומט מען אן צו די סעודה? מאנכע באנוצן זיך מיט צייטליך'ס דירעקציע, אבער דארט קען מען דאך אויך בלאנדזשען'ען מ'פארלירט זיך מיטן גאנצן ארטיקל צונאזאם און מ'מוז עס אויפפיקן פון איינעם'ס אימעל, ס'איז נישט אזא גוטע עצה, ווער ס'האט פונקטליכע דירעקשאנ'ס מיט דזשי פי עס וואס ווערט נישט פארפרוירן ביינאכט, און פארט אייביג נאר אויף וויליאמסבורגער נישט אויף ברוקלין בריק, זאל זיי מוחל זיין און איבערגעבן דירעקציעס, אבער ביז אין זאל אריין, ווייל דא איז געפערליך, סעקרעטאר וואס שטייסטו ביי די טיר? לאז שוין אפ די מענטשן וואס ליינען די צעטליך..

יוי פאשקעווילן אהער און אהין, מרדכי הצדיק לאזט נישט גיין, וואסיז? מרדכי הצדיק טענה'ט אז ווען מ'לערנט פאר די מגילה קומט מען נישט אן צו לערנען די וואכעדיגע פרשה און וואס העט זיין מיט די "פיינשטיין פעמיליע"?

אין אמת'ן אריין, מרדכי הצדיק האט אסאך געווארנט, געשריגן ביז צום הייזעריג ווערן, אסאך האבן נישט געקענט עומד בנסיון זיין, ליידער איז יארן שפעטער נגזר געווארן די גזירה להשמיד להרוג ולאבד משום שנהנו מסעודתו של אותו רשע.

*

צו פארציילן היסטוריע איז אביסל שווער, א שטיקל סוד מוז איך אייך אבער אנטפלעקן, קיינער הערט נישט? איך האב באקומען אינסייד אינפארמעשען, יא, ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א דער רבי פון די טעיפ'ס, איז דארט געווען!!!!

שאק!!

איך זאג ענק, ער ווייסט און פארציילט אלע פרטים מיט די קופערנע בעטן און גאלדענע פיסלעך, די כלים מכלים שונים, אלע פרטים, ווען ער איז נישט דארט קען ער ווען נישט אלעס אזוי גוט ארויסהאבן.

*

הוא אחשורוש, חז"ל דרש'ענען "הוא ברשעתו מתחלתו ועד סופו". דער שפת אמת שרייבט אז דא איז דא א מוראדיגער חידוש, וואס מרדכי האט אונז געוואלט לאזן הערן, אז אחשורוש איז אנהייב טאקע געווען א משוקץ ומנוול כדוגמת אשתו דער מיטן זנב, שוין ממילא האט ער נעבעך אזוי אויסגעקוקט, יעדער האט געטייטלט קוק אן "אחשורוש מיט א קליינע קאפל", נעבעך.

אבער נאכדעם וואס ער האט חתונה געהאט מיט אסתר המלכה די צדיקת, און אחשורוש איז געבליבן דער זעלבער משוקץ ווי פריער, אהה, דאס איז שוין א חידוש, הוא ברשעתו מתחלתו "ועד סופו". עכדה"ק.

ולדרכו אלך ואחזה, מ'שטיי מיר און א וועלטל וואס לעבט און בליעט יעדער לעבט אויף אלע באקן, ס'וועלטל הייסט: היימישע קרעטשמע פימפעל דאט קאם.

ס'עולם דרייעט זיך ארום ארויף און אראפ אלע שטיגן און מ'נוצט עס אזוי זיס און איידל, ווילט זיך פרעגן:

פונעם גאנצן הלך ילך און קרעטשמע, וועלכע זאך דא, איז דער גרעסטער חידוש?

לדעתי דאס אז "יאנאש" און "טריאוי" ווייסן נישט וויאזוי מ'שרייבט אן ארטיקל, דאס איז דאס גרעסטע חידוש ב'קרעטשמאתינו. ממילא "מאשקע" איז דאך דער "ראש הקהל" קען מען קיין טענות נישט האבן...

ס'ווילט זיך אין א רואיגן מאמענט אביסל אויסלייגן את אשר עם לבבי, דאס ווייטאג און צער וואס מיר מאכן מיט טאקע דא בתוכינו צווישן די קרעטשמע ווענט.

ס'זיצן דא אנשי שלומינו, יעדער וואס איז דא איז א היימישער, און מיר זענען דא אין א פארמאכט פלאץ אזוי אז די וועלט - סיי די "אידישע".. און סיי די "ישיבה"... - וועלן קיינמאל נישט געוואר ווערן וואס מיר שמועסן דא, דערפאר לאזטס זיך ארויסגעבן דאס וויי-געשריי איינמאל פאר אלעמאל.

מנהלים, דאס רשעות וואס מ'באגייט זיך דא מיט אונז שרייעט עד לרקיע, אז איר ווילט אז דער עולם זאל נאך זיצן אויף דעם סייט, מוזט איר טוישן אייער טעראריסטישע פאליסי, וואס איז נישט געמאכט לטובת קיינעם.

פון אונז "אלע" – און איך רעד בשם די גאנצע קהלה - טריפט בלוט, מיר זענען אהערגעקומען א לאנגע וועג, גולה אחר גולה, פון חבר וקהלה אין הייד-פארק ארויף צו PHP, פון דארט צו WWW דערנאך צו פימפל דאט קאם.. א לאנגע שווערע וועג, וויסנדיג אז כדאי צו זיי אין "קרעטשמע" לוינט אלעס, אבער וואס איז דאס געווארפעכץ?? ווי האט מען דאס געזען? פארוואס מוז מען מרחק זיין יעדער וואס קומט דא אריין.

אמשול לך הדבר, למה המשל לומר, קומט אריין א פרישער יונגערמאן און מ'באגריסט אים מיט א הייסן שלום עליכם, קודם די ערשטע זאך וואס די מנהלים טוען, די "שלום עליכם" אן עקסטערן פורום, ארויס פון קרעטשמע!

כאפט איינער א שמועס פון ספארט'ס, ארויס פון קרעטשמע! א שמועס איבער טעכנעלאגיע קומט א באפעל פון אויבן, כאפטס זיי אן און טראסקעטס זיי ארויס אלע שטיגן, אין "קרעטשמע" האט ער נישט וואס צו זיכן.

א שיעור צוויי הלכות א טאג, אן אומשולדיגע טייטש אויף די וואכעדיגע סדרה, גארנישט, נישטא קיין הארץ נישטא קיין געפילן, מעגן זייערע געשרייען זיך אויסמישן מיט די קולות פון שלמה קארלבאך'ס ניגונים, זיי זאלן זיך פליען ווי די אויגן טראגן זיי, אין קרעטשמע האבן מיר נישט וואס צו זיכן.

ס'רידערט ביי אנשי שלומינו אין מוח א טענה צו די מנהלים: איר זענט דא אונז צו העלפן זיך דרייען אין "קרעטשמע"! מיר האבן ליב "קרעטשמע"! מיר שלאפן אין "קרעטשמע", עסן אין "קרעטשמע", זינגן אין "קרעטשמע", פארפאלן, מיר ווילן דא בלייבן צו עס געפעלט אייך יא צו נישט, איך אלטס מ. ראש הקהל פארלאנג פון די אויבער-באשפריצטע שרים: קיין איין איינציגער ניק טאר דא נישט באקריוועט ווערן, יעדער איינער אן אויסנאם איז געקומען צו זיין אין "קרעטשמע" און ער וועט דא בלייבן! נידער ער איז ביזי מיט "אידישע און אלוועטליכע נייעס" צו גאר מיט "ידיעות התורה", ער איז געקומען אַה יא! טאָ בעד מנהלים.

האט שוין איינער יא געשריבן א גראד ווארט, אריין אין שפראך פורום, האסטו געזען אזוינס?

קוקטס מיך אן, איך האב דערשמעקט און געזען וואס זיי גייען מיט מיר טון, איך האב קלאר געוואוסט אז פון וואס איך וועל נאר שרייבן, לאמיר אפי' זאגן א "פורים" אשכול, וועלן זיי אויפמאכן א פורים פורום און איך וועל דארט זיין איינגעשפארט לעולם דוד תשכון, האב איך מיך גענומען שרייבן אזוינס וואס באלאנגט "אפּסעלאָטלי" נאר אין קרעטשמע, וואס מיינט איר, ס'האט זיי טאקע גענומען אפאר חדשים, און דערנאך... .אריינגעשמיעסן אין סמעטענע אריין.. שעים אן יו.

די באלאן האט שיעור געקראכט ווען מ'האט אנגעהויבן צו "פארברענגן". אבער גע'בּאָסט האט עס ליידער ביטערליך ממש לעצטענס.

איך דארף אייך נישט צו זאגן ווי גרויס די בזיון התורה איז געווען ווען א ישיש ונשיא פנים א "זיידניו" האט ערשיינט אינעם קרעטשמע, ס'האט געשנייט און געבליטשקעט אויף אלע ווינקלן אז מ'האט אזא איינעם אריינבאקומען, ס'האט נישט לאנג גענומען, קמו עליו הני כלבין דחצופין און אים אריינגעשליידערט אינעם "על הצדיקים" אריין.. דא האט שוין יעדער געזען, אז די חוצפה איז אריבער אלע גרענעצין, דאס איז שוין געווען דאס גיסן בענזין אויף א טאפ אנגעפילט מיט פּאַפּקאָרן-סיד'ס.. ס'האט גענומען בּאָבּלען אזא ווינט ווי צור חבלי בעת צרה, דער עולם האט געשריגן מיר ווילן יושר!!

די מנהלים האבן איינגעזען אז דער עולם קויפט שוין נישט די אלע לעדיפינגער'ס און מאקאראניס.. דער עולם האט שוין נישט מורא פון קיין טעראר זיי זענען דאס שוין אויסגעוואקסן, ס'ארבעט שוין נישט היינט..

האבן זיי באשלאסן זיי גייען מאכן א COVER UP.

זיי האבן אויפן הויפט בלאט, געשריבן: "קרעטשמע". ויקרא שם המקום ההוא קרעטשמע!! פשיהא! אזא COVER UP איז נאכנישט געווען מאז היתה ישראל לעם נכרי לא ימשול למכרה בבגדו בה.

איר זעהט, אויב איך וויל דווקא בלייבן אין "קרעטשמע שב'קרעטשמע" מוז איך שרייבן אזא הודעה וואס זאל זיין געמישט מיט פורים מיט קרעטשמע און מיט הומור וכולי האי ואולי.

אזא שווערע פריץ איז נאך אין דער וועלט נישט געווען..

יוי ס'בלוט קאָכט.
לעצט פארראכטן דורך יגרסהדותא אום מאנטאג פעברואר 23, 2009 11:25 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מגילת אסתר - חלק ג''


ביום השביעי כטוב לב המלך ביין, שבת איז דאס געשען, איך טענה דאס אלעמאל, פארוואס פונקט אום שבת פאסירן די אלע אומבאקוועמליכקייטן, פונקט אין דעם "יום מנוחה" טראגט מען מיטן עירוב, פונקט אינמיטן "נשמת" ביי: עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך וכו' ואל תטשינו לנצח" שאקעלט ער דעם גאנצן באנק אז די שטריימעלעך וואס הענגן דארט אינטן - אויפן שפיץ נאגל - פליען אראפ ווי גערעדעלטע מצות.

פונקט ביי די ווערטער "יום מנוחה וקדושה לעמך נתת" שב"ק נאכמיטאג ביי מנחה, מוזן צוויי יונגלעך אויסגיסן די טעמאטע דיפ אויף מיין סידור, און ס'שלינגט אראפ צוויי לאנגע רייעס אויפן בעקיטשע און אויף די ווייסע זאקן, ניטאמאל קען מען דעמאלטס אנטלויפן.

יוי, מ'קען שיסן פאר צופלאצקייט.

אבער דער ושתי האט געמוזט זיין עפעס צודראדעלט, פשוט'ער חשבון, ווען היינט זאל פאר א מכשפה ערגעץ אין די גאנצע וועלט וואקסן א וויידל, וואלט זי געלאפן צו די מידיא, געמאכט שאָוס, און געלייגט איר בילד אויף יעדן מאגאזין, און עס צושיקט אויף קליפס אין יעדעם'ס אימעיל...

בין איך נישט גערעכט?

*








דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו... ... עהה ביסט משוגע??

*

שמונת ומאת יום, הונדערט און אכציג טעג, ער זאגט, נו וודאי זאגט ער משוגע זאל ער זיין און נישט זאגן, ער שטייט פאר א מייק מיט א ריזיגן אוצר פון ספרים צוזאמגענומען, א שיינע ציבור אידן זיצן פאר אים, און ער איז א גוטער בעל דרשן, נאך שטיל זאל ער זיין?

זאגט ער, אז יעדן טאג, איז געווען אזוי אינטערעסאנט, ווייל יעדן טאג האט מען געוויזן אנדערע אוצרות, טייטשט ער אזוי: "שמונת ומאת" די הונדערט אכציג טעג פון די סעודה, "יום" איז געווען יעדן טאג פאר זיך אן עקסטערן פארגעניגן פון א טאג.

או יאמר, אז ס'איז אזוי שנעל דורכגעלאפן ווי איין טאג, העט ווען געווען א "בּאָרדינג סעודה" וואלט מען שוין אינמיטן געגעניצט און אהיימגעגאנגן.

פאראיאר האבן מיר אלע פיר – איך מיט זארעך און זארעך מיט מיר, איז שוין דריי, און נאך איינעם וועם איך געדענק שוין נישט יעצט – האב מיר זיך געבראכן קאפ אז פאר אזא לאנגע סעודה פון 180 טעג, האט "עפעס" געמוזט זיין אויפן טיש פון וואס מ'האט דעמאלטס געשמועסט.. עפעס א טעמע איז געווען א הייסע וואס דאס האט מען דיבאטירט.

יעצט אויפן מאמענט, לויפט מיר אדוירעך דעם פשעטל וואס כ'האב אקוראשט אויפגעמאכט, אויפן פראגע פון א תמימות'דיגן יונגערמאן אין ביהמ"ד, זאג נאר ראש הקהל קלאפט ער מיר אויפן פלייצע (מאשקע, ער דרייעט זיך נישט אין קרעטשמע דערפאר ווייסט ער נישט אז איך בין נאָמאָר...) וויאזוי, כ'מיין וואס פאר א שייכות האט די צוויי זאכן, ווייל די בענק געבן נישט קיין מארגעטשעס וועגן דעם קראכן די פרייזן פון די הייזער? די באנק איז אין בּויבּינאַנאַש, און די הויז שטייט דא, וויאזוי קראכט ער?

ואשא את משלי ואומר, זעץ דיך אנידער, יא אט אזוי, און איך וועל אייך דאס מסביר זיין. און "אחוז בחבלי בוץ וארגמן" האבן מיר אנגעהויבן:

היות די פאסט אפיס איז ארויף מיט א סענט - קענען די בענק זיך נישט ערפארדן ארויסצושיקן די מאנטליכע בילס פאר די מארטגעדזשעס - באקומען נישט די מענטשן זייערע מארגעטש בילס - אטאמאטיש באצאלן זיי עס נישט - באקומען דאך נישט די בענק די פעימענטס - האבן די מענטשן [וואס רייסן אייביג אויף די ענוועלאפס אין די בענק] האב זיי נישט וואס צו טון - פארן זיי אהיים אינמיטן טאג - אזוי ווי מ'רעדט דאך פון זייער אסאך בענק, וואס האבן דעם פראבלעם, געשעט א ריזיגע טרעפיק פון קארן - ווערן דאך די דרייווער'ס נערוועז פון זיצן אזויפיל שעה אויפן ראָד - צינדן זיי אן די "קול בְּאִשה" האַט-ליין - שלאפן זיי איין אינמיטן דרייווען - געשעט עקסידענט'ס - שיקט מען זיי אריין אין שפיטאל און מ'לייגט ארויף אויף זיי גיפס. / פון דעם קראכן נאכנישט די פרייזן פון די הייזער... ווארט'ס צו, לייגט צו קאפ..
נאך צוויי וואכן נעמט מען אראפ די גיפס פון זיי - בשעת'ן אראפנעמען שרייען זיי פאר יסורים און זיי ווערן דורכדעם זייער הייזעריג - ווען זיי זענען בעל תפלה דעם נעקסטן שבת, אנשטאט חזן'עצען ביי "ממקומך" [וואס זיי קענען נישט צוליב דעם הייזעריגקייט] זינגן זיי א זמר - ווערן תלמידי רבינו אויף זיי אויפגערעגט ווייל ביים רבי'ן האט מען נאר געזינגן אין די ארבע פרשיות - זיצט מען די קומענדיגע וואך ביי אסיפות זעהן וואס מ'טוט אז אזא עולה זאל זיך נישט נאכאמאל איבער'חזר'ן – ווערט מען דורכדעם פארשוויצט און ווען מ'קומט אהיים נעמט מען א וואנע – בשעת די וואנע פילט זיך אן גייט מען כאפן א בליק אין קרעטשמע געוואר צו ווערן וועם "זארעך" באדאנקט זיך שוין נאכאמאל פאר זיין מוראדיגע תגובה וואס איז געשריבן פיל מיט הארץ – אטאמאטיש רינט די וואנע איבער, און די ווענט פון די הויז ווערן דורכגעווייקט נאס און פארשימעלט – און דא האט איר, וועגן דעם "קראכן" די הייזער...


ס'שטייט דאך אזוי קלאר אין די מגילה, אז די וואנע האט זיך געגאסן "על רצפת בהט ושש" און די הייזער זענען געווארן "דאַרע סחורה'ס".




איר פארשטייט? [אויב יא, זענט איר גוט משוגע...] אלעס איז דער סטעמפ שולדיג.. ס'וואלט זיך געלאזט זאגן מיטן לימוד פון "דיו לבא מן הדין להיות כנדון" אזא פשעטל פארוואס דער סטעמפ איז ארויף, אבער מיין בויך טוט שוין וויי... און איר ווייסט אויך פארוואס...
לעצט פארראכטן דורך יגרסהדותא אום מאנטאג פעברואר 23, 2009 11:34 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מגילת אסתר - חלק ד'

וואס?? ווי איז יעדער?? דא זענען פריער געווען אסאך אידן מגיבים, וואס איז דאס?

איך רייב מיך די אויגן, ווי זענען אלע מענטשן אנטלאפן??

איך גלייב נישט!! זארעך קרעמער און יאנאש, WOW, עטס זענטס בראווא מענטשן.

הערטס א מעשה, איך האב דא סערווירט א סעודה מיט אלע צוגעהערן "לעשות כרצון איש ואיש", שוין יארן וואס מרדכי הצדיק פרובירט יעדעם אוועקצושיקן פון די סעודה, און ס'איז אים נישט געגאנגן!! איין מאל "זארעך" הייבט אויף זיין פינגער מיט אזא "נאָ נאָ וועג", איז יעדער אנטלאפן... קיינער איז נישטא!!

*

ס'אמתן גערעדט די סעודה האט נישט געטויגט, די גמ' זאגט אין מס' מגילה (איך שרייב נישט וועלכע דף און וועלכע עמוד, איך ציטער נאך פון יענע סמיילי... יוי האט ער מיך דעמאלטס דערשראקן..) אז די גזירה פון המן להשמיד להרוג ולאבד את כל היהודים איז זיך געקומען צוליב שנהנו מסעודתו של אותו רשע, וואס איז אזוי שלעכט געווען מיט די סעודה?

די גמ' זאגט, אז ווען אידישע קינדער זיצן צוזאמען און זיי עסן און טרינקן זינגן זיי שירות ותשבחות למלך א-ל חי וקים, אבער ווען די אומות העולם זיצן און שיכור'ן דעמאלטס רעדן זיי און זיי זינגן דברי מינות ותפלות.

למשל? וואס זינגן זיי?

אמ, למשל זיי קענען זינגן: אבי מ'לעבט, אבי מ'לעבט אבי מ'לעבט אבי מ'לעבט, אבי מ'לעבט אבי מ'לעבט אבי מ'לעבט, אבי מ'לעבט אבי מ'לעבט... .... אפס, דאס איז דאך א נארמאלע ניגון..

אהה, כ'דערמאן זיך, שבשיפלינו זכר לנו איי, ויפרקינו מצרינו איי, איי איי איי איי איי אייי איי איי איי איי איי אייי, ר' יודל ראזענבערג ז"ל פלעגט קיינמאל נישט לאזן אזוי זינגן, ער פלעגט שרייען ס'איז א גוי'אישע ניגון!

ער פלעגט זאגן: מ'זאגט נישט "איי" וואס ס'ווייזט אויף א ווייטאג, מ'דארף זינגן "אַהה"..

צו וואס דארף מען אזוי פארדרייען א מעשה? צו וואס?, זיי האבן מסתמא געזינגן: דזישנאַ דזישנאַ דזישנאַ, האפטע קאַרא האפטע דזישנאַ...
*

וכלים מכלים שונים, ו'יין מלכות רב, אדער ראָב, אךך א בּראָך, אלעמאל, משוגע מטארע, פארוואס מוז ביי יעדע "רב" זיין א פאליטיק..

מ'האט קריטיק, מ'שרייעט אז רבנים טויגן נישט זיי זענען אינטערגעקויפט, ווען די איינציגסטע באווייז אז זיי נעמען שוחד איז דאס אז דער גבאי האט אים אינטערגעריקט א קליינעם צעטל אינמיטן זיין דרשה.

ס'איז איראניש צו באמערקן אז די קאמפיוטער וואס מ'האט צוגענומען ביי איינעם פון ספרים שטוב, האט ערהאלטן נאר געים'ס, די מידיא האט געשריבן אז זייער הויפט אינקאם איז געבויעט אויף "קביטלעך" וואס צו דעם ברויכן זיי נישט קיין קאמפיוטער אינדערהיים, ווייל דאס ווערט נאך געשריבן בכתב יד.

אויף דער פראגע צו וואס דארף מען דאס שרייבן ביי יעדעם עקסטער, פארוואס קען נישט יעדער חסיד באקומען א ניק מיט א פין-נומבער, און ווען מ'קומט אן צום רבי'ן זאל מען אריינלייגן די בּאָרד מיטן היט אינעם מאשין וואס וועט אטאמאטיש דיטעקטן ווער "דער" יוד איז, און געווענדליך ווי פארשטענדליך וועט עס אויך שפירן דעם מצב פונעם איד אזוי אז מ'וועט נישט מוזן יעדעס מאל פרעגן זיין פערזענליכן מצב.

למשל, אן קיין משל, קומט אריין א פאטער, און לייגט אריין אינעם "עלעקטראנישן קוויטל" אז ער האלט ביים שליסן א שידוך און ער בעט פונעם רבי'ן א ברכה.

אויב א וואך שפעטער קומט ער מיט א הויכן בן שמונה עשרה, וואס האט א גלאנצעדיגן היט מיט א שעמעדיגן שמייכל פון אויער צו אויער, מיט א פעקל ציגערעטלעך, וועט דער "עקלעטארישע קוויטל מאשין" כאפן אז דער איז דער חתן.

אויב ביז 6 חדשים קומט נישט דער פאטער צוריק, און ווען ער קומט ערשיינט ער מיט די נאז אויף אראפ, מיינט עס אז ער טרעפט נישט קיין שידוך רח"ל.

ס'זעלבע זאך מיט אלעם, נאכן אריינגיין צום רבי'ן אז ער זאל געהאלפן ווערן מיט זש"ק, איבער ס'יאר ווען ער קומט אריין מיט א הענד-בענד, מיינט עס א לעבעדיג קינד, זיכער אזוי וואס'זשע דען, ס'האט זיך אים אריינגעזעצט א קעצעלע משפחה אין גראדזש? פארדעם קומט ער דען צו א רבי'ן? ס'וועט נאר זיין אינעם "עלעקטראנישן קוויטל מאשין" דעם אפשעין ווי מ'וועט דארפן אריינלייגן א טשעק צו ער איז מכבד ס'רבין מיט סנדקאות, דעטסיט.

דריי יאר ארום, ס'אוטאמטיש איז דא דער "אפשערן", מ'וועט אפי' נישט דארפן לאדענען ס'רבי'ן, דער רבי וועט זיך געבן א ריק אן א טאג צוויי איידער דאס יונגל קען נאך שטעלן א ווידער-שטאנד, אים אראפנעמען דעם "על הראש" האָר, ענד דאס קינד קען לעקן ס'האניג און ארומטאנצן אינדרויסן ביים ליינען, עוורי טינג איז אין די רייט פאזישען.

איך זעה נישט פארוואס מ'דארף אלטס מסביר זיין פארן גבאי'ן ווי מ'האלט, ער ווערט דאך פון דעם אזוי משוגע, און ווער ליידט דאס מערסטע? הא, וואס מיינט איר? דער רבי אליין'ס, דריידט זיך מיט א צודראדעלטן גבאי ווי קלוג קען ער שוין ווערן..

ווי פארשטענליך קען עס אויך זיין קאנעקטעט צו די קהל'ס בילס און שכר לימוד אפיס, אז ווען איינער קומט אריין צום רבי'ן אז ער גייט קויפן א הויז זאל מען אים קענען פארהאלטן: סארא עזות איז דאס אויף וועמענ'ס חשבון צאלסטו דעם קלאזינג ווען דו ביסט שולדיג ביי "שכר לימוד" צו "קהל" כך וכך.

ובכלל, קען שיינען "רוח הקודש" אויפן רבי'ןס געזוכט אויב דער קאמפיוטער וועט אויך ענהאלטן די חשבונות פונעם "מקוה קארטל", ס'רבי וועט זיך קניפן ס'בערדל, און וועט מיט א ליבליכע שטימע זאגן, לאמור: ביסט אזא איש קדוש, איך זעה איר טובל'ט זיך 3 מאל א טאג, דער רבי וועט אפי' נישט כאפן אז דאס איז ווייל ער פארבּאָרגט זיין קארטל פאר יעדן...

די זאך דארף נאך א תיקון גדול, מיר אין קרעטשמע האבן געשטעלט סדרנים אז די זאך זאל ראָנען ווי מ'זאגט, אסאך קהלות קדושות האבן אונז שוין אריינגערופן און געזאגט אז אויב מיר וועלן אריינטאנצן גיין זיי דאס נאכמאכן...

אלעס איז שטותים והבלים. איין זאך, אויב דער קאמפיוטער וועט אבער קענען אטאמאטיש דיטעקטן נאך די הונדערט אין צוואנציג וועם רבינו זצ"ל האט געוואלט ער זאל וועלן ממלא מקום זיין דאס רבנות, וועט זיך עס אויסצאלן ביג טיים..

*

לעשות כרצון איש ואיש... דער פארהאנג פאלט..
לעצט פארראכטן דורך יגרסהדותא אום מאנטאג פעברואר 23, 2009 11:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מגילת אסתר - חלק ה'

סצענע צוויי: גם ושתי המלכה.. , וואס דו זאגסט נישט, זי מאכט אויך א סעודה'ניא?!

ווער וועט קומען צו איר סעודה'ניא?

אוי, דוד המממממממלךךךךךך, אפססס פארפארן...

*

פארציילט אונז די מגילה "גם ושתי המלכה, עשתה משתה נשים".. שאאאא, לאמיר זאגן א שטיקל ערנסטע געדאנק לכבוד יומא קדישא הדין שאאאאאא

איך האב געטראכט אזוי, באקאנט די מחלוקה צווישן אחשורוש און ושתי, ווי דער מלבי"ם און אלשי"ך הק' און אלע גייען אויף דעם גאנג, אז ושתי האט גע'טענה'ט אז זי איז א מלכה אנעדעם וואס זי דארף צוקומען צו אחשורוש, זי האט איר אייגענעם הויכן יוחס צו נבוכדנצר הרשע שחיק טמיא, משא"כ אחשורוש שרייעט "קי וחיים" אז דאס גאנצע יוחס פון ושתי שטאמט נישט פון אירע עלטערן און נישט פון איר לאנגע וויידל, נאר ווייל זי האט חתונה געהאט צו מיר.

האב איך געטראכט, אז ס'ליגט אפן אין די מגילה (איך ציטער צו איינער שרייבט עס שוין): גם ושתי המלכה, זאגט די מגילה, עשתה מ'שתי נשים, זי איז געווען געמאכט פון צוויי פרויען.

איין חלק פרוי איז געווען: "בית המלכות", יחוס מצד עצמה, די צווייטע חלק פון ושתי איז באשטאנען פון "אשר למלך אחשורוש"!

לכאורה לויפט עס אין די סוגיא פון "מי שחציה שפחה וחציה בת חורין" וואס מיר לערנען יעצט אין די גמ', שטייט דאך דער פסק קלאר ארויס – און אחשורוש האט זיך נישט געקענט פון דעם ארויסדרייען – פסקנט די גמ' "עושה אותה בת חורין", מ'מאכט איר פאר א טויטן וואס איז פטור ממצות..

*

ביום השביעי כטוב לב המלך וגו' אמר, למהומן ביזתא חרבונ בגתא ואבגתא... חאחאח, דער "אבגתא" מאכט מיך לאכן.. א לאנגע מעשה, מיר יאגן זיך אבער פארפאלן דער אבגתא איז גוט..

מ'זאל ברענגן ושתי, אבער ושתי וויל נישט קומען, לאמר: ...

אָן קיין לאמור!!, זי וויל אפי' נישט זאגן פארוואס זי וויל נישט.

הר"ר יוסף חיים גריאנוואלד שליט"א רעגט זיך געפערליך אויף איר, ער זאגט אז אחשורוש האט געזאגט, אז מ'קען אלטס האבן א תירוץ און א אונס פארוואס מ'קען נישט קומען, אבער רעד כאטשיג זאג עפעס, נישט סתם "ותמאן"! איך וויל נישט!

ס'איז אן עקל אזוי צו האנדלן, איר מיינט נאר פאר אחשורוש וחמתו בערה בו? איך קען מיך אויך נישט בארואיגן!

ושתי, קום ארויס מ'רופט דיך... דער עולם וויל דיך זעהן..

*

שא שא, ממוכן רעדט, דרך ארץ זאל זיין!

וואס? קוק אן, גוט ער נעמט זיך אן פאר די מענער, שא לאמיר אים אויסהערן, יוי איך קען מיך נישט קאנצוטרירן דער "אבגתא" מאכט מיך שוין ווייטער לאכן, א שלימזל וואס ער איז דער אבגתא, איך רעד שוין נישט פונדעם אז זיין לינקע שיך בענדל איז נישט צוגעקניפט און זיין רעכטער ערמל איז נאך ארויפגעבויגן פון די תפילין וואס ער לייגט דארט ווייל ער איז א געלינקטער.. שוין נעבעך, פאר אן אבגתא איז ער פונקט גוט..

*

די גמ' זאגט אלמלא אגרות הראשונות לא נשתיירו משונאיהם של ישראל שריד ופליט, וויבאלד די גוים האבן געזען די ערשע בריוו'ן פון אחשורוש, אז להיות כל איש שורר בביתו, אויף דעם דארף מען באפעלן? נאך מיטן קעניג'ליכן זיגל? האבן זיי געזען וואס פאר א טיפוש ער איז.

ומדבר כלשון עמו, זאגט רש"י הק': כופה את אשתו ללמד את לשונו.. ווער ס'לאכט נישט דא, צריך בדיקה אחריו צו ער איז געזיצן אמאל ביי ענגליש..

הערסט א מעשה? וויאזוי קען מען איינעם אויסלערנען א נייע שפראך ובפרט "כופה זיין" אויף דעם. ס'דערמאנט זיך ווי מ'איז געזיצן ביי ענגליש, און די טיטשער האט געשריגן: טעיק יור סיט! יוי וואס וויל ער? האבן מיינע אויגן ארומגעקוקט אויף אלע פיר זייטן, איך קוק אויף מיין בענקל און צוריק צו די טיטשער ווען פון מיין פנים דערקענט זיך צייכענעס פון פארלוירנקייט.. "גאוי בעיק טא יור פלעיס" האט זיין קול געדינערט, איך לויף מיט שרעק צו די פענסטער ציילן די "פלעיט נומבער'ס", עפעס ענגליש האב איך דאך פארט קענען געלערנט..

סאוי דער טיפוש אחשורוש האט באפוילן מ'זאל מיט כוח אויסלערנען די ווייבער צו רעדן דעם מאַנ'ס שפראך.. יוי, קוים וואס פלעין אידיש פארשטיין זיי..

*

להיות כל איש שרר בביתו! פראטאקאלירט!! וכל הנשים יתנו יקר לבעליהן!

וייטב הדבר בעיני המלך והשרים.

ס'ווילט זיך נאכשרייבן א ציפעדיגן ווארט פון א בדחן, האט ער געזאגט ס'גאנץ יאר איז דער מאן משועבד פאר'ן פרוי, איינמאל א יאר געט מען די ברירה פאר די מענער, קענסט ארויפגיין אויפן באלעמער, ווען ס'שטיין זקנים ונערים און די ווייבער שול איז אנגעפילט עד אפס מקום, און שרייען מיט באנומענע קולות אז דו ביסט בעל הבית אין שטוב, און קיינער גייט נישט טאָרן אריינשרייען!!!.. נו נו, יא, דאס זעלבע אין שטוב, שארץ ארויף די טישטוך, שפרייט דיך אויס א מגילה, און קענסט זינגן אויף דיין קעלעכל אויף וועלכן טאָן דו ווילסט: איך בין בעל הבית.. וכל הנשים יתנו יקר לבעליהן.

ס'קומט די ריכטיגע מינוט, דער הייליגער יום הפורים, וואס מיר קענען אויסקוויטשענען אונזער בעה"ב'ישקייט, ער שטייט שוין אינדערהייעך, די מגילה צוקנייטשט ווי אן איגרת און ער וויל זיך נעמען זינגן, און פאפפפפפפפפפפפפפססססס, ער ציט אריין א טיפן אטעם: להיות, ככככככלללללל איש – די ווייב כאפט א שטרענגן בליק אויפן מאן, און – שׁרר שׂרר שׁרר שׂרר בביתו. ער הייבט אן אזוינס צו קעקעצן, אז ס'פארגייט אים דעם אפעטיט צו הערשן אין שטוב..

איי זינג'זשע אידעלעך, אוי ונהפוך ונהפוך, המה בשונאיהם...
לעצט פארראכטן דורך יגרסהדותא אום מאנטאג פעברואר 23, 2009 11:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מגילת אסתר - חלק ו'

אקעי פיינעלי ושתי הענגט! די ערשטע קאפיטל איז בעסעקלי פארענדיגט.

חברה, מיר גרייטן זיך צום צווייטן קאפיטל, יעדער זאל מיטברענגן: הדסים, פערפיאם, און א יוחס בריוו..

*

אזוינס? איך שעם מיך, אהה, אהה, איך מוז אפ'אטעמ'ן, זאגט'ס נישט פאר קיינעם, איך קום יעצט פון שושן, א תערובות וואס דארט גייט פאר, נישט צום גלייבן.

אחשורוש זוכט ווער ס'זאל אים וואשן די זאָקן (קרעדיט: מגילת אסתר מיט געזאנג), ער זוכט א כלה, ס'גאנצע שטאט גייט כאראדאם (קרעדיט: ה. פורים)

ס'איז נישט צום גלייבן די שטאט שטינקט א מחי', די געשמיראכצער אדווערטייזמענט'ס לויפן אויף כח. "ליפ סטיק'ס" / "קאסמעטיקס", טוט-בּראָש קאמפאניס, אלעס אדווערטייזט אויף די סיינס פון די צוויי זייטן הייוועי ביזן שטאט שושן, לאזונגן ווי:
"דער ארגינעלע שמעק וואס נבוכנצר'ס ווייב האט גענוצט"../ "אחשורוש וועט מיינען אז דו ביסט ושתי!!" / "שמן המור ארויסגעגעבן דורך:SAMREKI HANASHIM INC..."

מ'האט צוזאמגענומען אלע מיידלעך צו עפעס א GUY, אדער א גוי, (דער בעל קורא אונזערע זאגט אמאל אזוי אמאל אזוי סאוי ווייס איך נישט, הגָי הגֵי), מ'האט יעדעם געטינקן אין געשמירעכצער אז ס'איז געגאנגן א רויעך, לאמיר נאר נאכזאגן די לשון פון די מגילה: ונתון תמרוקיהן!!!

*

איך וואַרט...




נו... קאם אן..




יוי, רעג מיך נישט אויף




זאגטס שוין "איש יהודי היה וגו'"..




נו.. בן שמעי בן "קיש" שוין נישט אזויפיל, ענדיג שוין איש ימיני..

משוגע, איך ליין פאָר די מגילה אזוי פליסיג, עטס דארפסט זאגן נאר דעם איין פסוק, דעם מאַרעך נעמט עטס מיר ארויס.

*

הייבט אייך אויף איין מינוט, יא דו, שטעל דיך אויף, אזוי, נעם דיין בענקל און טאמבעל עס איבער, אזוי, אינגאנצן אויף די אנדערע זייט, זעצט דיך אראפ אויף דעם, אזוי. מ'גייט יעצט זינגן איכה..

ער לאכט.. דו האלטסט דא אויף די גאנצע מגילה, יעצט איז איכה-טיים..

*

קלאר צו מאכן פארן עולם מוז דא געזאגט ווערן – אביסל אין אן ערנסטן שטומינג – אפאר זאכן וואס די מפרשים שמועסן דא אויס.

איינס: דער חת"ס (תו"מ לעי' עה"פ לפני יודעי דת ודין) שרייבט: אז ושתי איז אלט געווען בשעת'ן איר הענגן, 19-20 יאר.

אלע מפרשים אויף די מגילה (תרגום כאן, ועוד) אז אסתר המלכה בשעת זי איז גענומען געווארן צו אחשורוש איז זי אלט געווען 75 יאר!!!

(פיין פאר אחשורוש, נעקסטיים זאל ער נישט נעמען קיין אידיש מיידל פאר א כלה..)

צוויי, מיר האבן געשריבן וועגן די אלע בשמים וואס די בתולות האבן זיך געשמירט, די אמת איז, מ'האט קיינעם נישט געלאזט זיך אליינ'ס שמירן, דאס האט מען געגעבן פאר די מיידלעך נאר ביי די סריסים.
*

לטוב בית הנשים, זאגט די גמ' אמר רב האכילה מאכל יהודי, שמואל אמר, האכילה קדלי דחזירי.

רש"י לערנט אז זי איז געווען אן אונס, תוס' טענה'ט געוואלד: היא לא היתה אוכלת. ר' שלמה קלוגער לאזט זיך אריין אין א לומדישן שמועס אז זי האט געגעסן פחות מכשיעור.

דער ערוך זאגט אז ס'מיינט: קדלי דחזרת, א מאכל.

יגר'ל מעג אויך עפעס צולייגן? קעי, איך פלאן צוזאמצושמעלצן רב און שמואל, צוזאמען מיטן ערוך, אז אלע דריי רעדן פון די זעלבע מאכל!

פשט? איך מיין מהיכן ירק זה חי? האט ער א הכשר צו נישט.

מיר וועלן זאגן אז אחשורוש האט איר געהייסן עסן א סלייס פיצא ביי די פענסטער פון א סטאָר. אדער, ער האט איר עס געהייסן עסן אָן א מעסער, נאר דורך אריינבייסן דערין.

ס'איז א כשר'ע סלייס, נאר זי וועט אויסקוקן ווי א חזיר.. און ווי דער ערוך דריקט זיך בעסער אויס, וויאזוי מ'זאגט אויף א פרוי-חזיר: א חזרת...



*

יוי אויב איז אבגתא געווען פאני, וואס זאגט איר נישט צו מיין "שעשגז"?... ער וואלט נאר געהאט איין צדיק אין זיין נאמען וואלט איך אים אריינגעריקט אין מיין חתימה...
לעצט פארראכטן דורך יגרסהדותא אום מאנטאג פעברואר 23, 2009 12:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מגילת אסתר - חלק ז'

וישנה ואת נערותיה לטוב בית הנשים, אסאך זאכן האט אחשורוש געמאכט אז אסתר זאל זיך שפירן דארט באקוועם, ואת שבע הנערות הראיות לתת לה מבית המלך, זאגן אונז שוין חז"ל אז אסתר האט זיך געשפירט ממש היימיש ביי אחשורוש, און היימיש מיינט טאקע "היימיש", זי האט דארט פארמאגט א זונטאג-אשכול, א מאנטיג-אשכול, א דינסטאג אין א מיטוואך, וואס האט איר דארט געפעלט?

ובהקבץ בתולות שנית. יא, ס'איז אפשר וויכטיג צוצולייגן אזאך וואס אלע מפרשים גייען אויפן זעלבן מהלך, מ'זאל נישט מיינען אז מ'האט טאקע צוזאמעגענומען בתולות פון די גאנצע וועלט און אלע זענען זיך אנגעלאפן צו שושן הבירה, ווען אזא זאך פאסירט ווען וואלט מען דאך נישט געקענט הערן ס'אייגענע קול רעדן... נאר יעדער פקיד האט אויסגעוועלט די שענסטע מיידל פון זיין שטאט, און סך הכל איז געווען ביי אחשורוש 127 מיידלעך. דעטסיט.

פון דעם אליין איז אויך דא א מחלוקת צו ס'איז טאקע געווען נאר בתולות צו אויך בעולות, רש"י לערנט אז ער האט אויך גענומען חתונה געהאטע פרויען, אן השגה פון א קעניג.. דער יוסף לקח מיט אסאך אנדערע לערנען טאקע אז נאר בתולות האט מען צוזאמען גענומען. יש ראיות לכאן ולכאן. איר ווייסט אז אין אזא זאך שטעק איך נישט אריין מיין נאז, ס'האט אמאל א בעה"ב געזאגט, אז יונגעלייט שאצן אפ פרויען אז א פרוי איז געווענדליך אזוי, א פרוי האט א טבע צו טון כך וכך. האט ער געזאגט: א נארמאלער יונגערמאן קען דריי פרויען, זיין מאמע זיינע שוועסטער'ס און אביסל זיין ווייב, סאוי וויאזוי קענסטו זאגן: געווענדליך וועט א פרוי טון אזוי און אזוי?

אסתר ברוח הקודש נאמרה זאגן חז"ל, יעדער ברענגט דארט אן אנדערע ראי' דערצו, וואס ברויכט איר מער ראי' ווי דעם אז יעדער סייט אויפן אינטערנעט, יעדער מאורע ביי כלל ישראל און איבער די גאנצע וועלט, יעדע ישיבה און יעדע משפחה, האט אן עקסטערע מגילה..

*

אסתר האט נישט חתונה געהאט מיט אחשורוש ווייל זי האט אזוי געוואלט, "עד עכשיו באונס" זעהט מען שפעטער אז אסתר האט געוויינט צו מרדכי, איך וויל נישט זיין צוזאמען מיט דעם גוי.

אייגענטליך, וואס איז איר אזוי שלעכט געווען דארט? כ'מיין נאך אלעמען, צו האבן שיינע ווינדאוי'שעטס, א שיינע טשילאַר, מיין ווייב חלישט שוין יארן צו האבן א אינטערקאם וואס מ'קען אויך זעהן ווער ס'שטייט דארט אינדרויסן, איך שטעל זיך פאר ביי אחשורוש אין פאלאץ איז דאס געווען פון די קלייניגקייטן.. איז שטעלט זיך די פראגע: וואס איז פאר אסתר דארט נישט גוט געווען.

לבי אומר לי, אז דאס אליין אז אחשורוש האט איר אנגעטון א קרוין דאס האט איר געמאכט זייער אומבאקוועם, שטעלט אייך פאר, א חסידישע פרוי, אנגעטון מיט א שפיצל מיט די קניפ אין בעק, דארף האבן אגאנצן צייט א קרוין אויפן קאפ און ס'טאר נישט אראפפאלן..

*

וימליכה תחת ושתי. אין תרגום שני שטייט, אז אחשורוש האט געהאט א בילד פון ושתי אויפגעהאנגן אויפן וואנט אין זיין שלאף צימער, און ווען ס'איז אריינגעקומען איינע פון די מיידלעך, האט ער געקוקט אויף יענעם בילד, און כסדר געזאגט צו זיך אליינס: נאָפּ'ס, ס'קומט נישט צו צו א ושתי! ווען אסתר איז אריינגעקומען האט אחשורוש אראפגענומען ושתי'ס בילד, און געלאזט פאטאגראפירן אסתר'ן, און דאס אויפגעהאנגן. (דאס גליק האט איר באטראפן.. זי איז שענער פון א פרוי מיט א וויידל..)

די גמ' דרשנט אויף דעם פסוק, א פסוק אין ישעיהו, תחת הנעצוץ יעלה ברוש וגו', איך ברענג עס דא אהער ווייל ס'האט א צוויי צדיק'ס אין איין ווארט..

*

ימח שמו דער בגתן, און תרש איז אויך נישט בעסער, אלע קינדער שטייען שוין מיט די גראגער'ס אין די הענד, דער עולם איז הונגעריג פונעם תענית, די נאז שמעקט פון די פילע משלוח מנות, יעצט דארף יעדער צוווארטן ביז בגתן ותרש גייען מאכן א דזשוס פאר אחשורוש.. יוי בין איך דארשטעריג.

איר פארשטייט? יעצט גייט מען ווארטן ביז זיי גייען אויסקוועטשן די שלאנג.. עפעס לאכן זיי אויפן קול, וויל איך צובייגן אן אויער, סא חוצפה, טורסי'ש מוזן זיי רעדן, עברית איז זיי נישט גענוג גוט? שקצים וואס זיי זענען.

*

סך הכל, האלטן מיר שוין אין די מגילה, ביי 11 גע'האָנגענע. (אזוי פאני ס'פעלט זיך עס? שרעקליך..)

1. ושתי
2. בגתן
3. תרש
4-10 די זיבן שרים וואס האבן פאר'משפט ושתי למיתה, האט אחשורוש זיי אלע אויפגעהאנגן, ווי ס'שטייט אין תרגום.
11. א בילד פון אסתר..

*

ס'ווערט שפעט, מ'מוז ענדיגן די מגילה, לעטס פעסטן יור סיט בעלט'ס, מיר וועלן זיך נעמען פליען, מ'בעט יעדעם אויסצוטון די שיך און עס פארקן לעבן המן'ס פרצוף.. [גלייבט'ס מיר, אז יעדער וועט אויסטון די שיך, פון די שמעק אליין וועט דער ימח שמו'ניק ארויפלויפן 50 אמות אינדערהייעך..]

יוי, מיר האבן אינגאנצן פארגעסן מיט די מלחמה ווי המן האט אלעס אויפגעגעסן און נאר מרכי האט געהאט עפעס אין מויל צו נעמען.

אין אמת'ן אריין, לאמיר זיך אפשטעלן א מינוט, קאם אן, מ'שטייט אינמיטן א מלחמה, המן הרשע האט נישט קיין עסן, איך מיין, מרדכי הצדיק מיט זיינע מענטשן פון ווי האבן זיי יא געהאט עסן? מ'מוז קומען צום אויספיר אז מרדכי הצדיק האט געהאט אזא קליינע "פת שחרית וועגעלע" וואס איז מיטגעפארן מיט זיי, און ווען א יונגערמאן האט געברויכט א סענווידזש'על, א סלייס פיקל מיט א טאמטעלע צושניטן אויף פיר, איז ער צוגעגאנגן צום טרעקל און עס באקומען, אה יא?

סאוי המן האט דאך אויך דארט געקענט צוגיין אין בעטן, און פטור אן עסק, צו וואס האט ער זיך געמוזט ביקן און וויינען צו מרדכי מיט א גאנצע שטר עבדות נוסח צוליב א שטיקל טשיס דעניש?

אלא מאי (העי, ווי איז מיין אגודל צו מאכן דעם "וישמרך-קוועטש"??, אהה געטראפן, ס'איז דא אויפן Space-button.. גוט. אבער יוי, מ'קען דאך עס נישט אוועקנעמען מ'דארף דאך טייפן, יוי, אההההה חכם וואס בין איך, איך האב דאך דארט צוויי אגודל'עך) האט המן געמאכט א חשבון: וואסס? צו אזא נערישע וועגעלע זאל איך צו-וואקן? מיר פאסט נאר צו עסן אין א פענסי דילענסי רעסטעראנט, נו אויב אזוי נישטא קיין ברירה מ'מוז דאך עפעס טון.

העט ווען המן געהאט איין אינטש שכל, קען ער ביז צוויי מינוט ערלעדיגן אז אלע זיינע ליידיג-גייער'ס און שוואויל יונגן זאלן חלישן צו האבן עפעס פון דעם וועגעלע!! ער לאזט ווען ארויס א שמועה אז דאס איז א "פרעס טרעקל"!!

שטייט מען לעבן א מלך טיפוש, האט מען אזא פנים. איך הייב שוין אן צו שוינען מרדכי פאר'ן באקומען דעם טיפוש המן פאר אן עבד... צופיל נחת וועט ער שוין פון אים נישט שעפן..
לעצט פארראכטן דורך יגרסהדותא אום מאנטאג פעברואר 23, 2009 12:19 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

מגילת אסתר - חלק ח'

ווי מיר האלטן היינט צו טאג, יעצט ווען עס ווייסט שוין יעדער אז מיר האבן א לעבעדיגן טאטן אין הימל וואס זארגט זיך אז אלעס זאל קלאפן, פארשטייען מיר אז יעדעס טריט איז געווען אויסגערעכנט צו ראטעווען כלל ישראל בעת צר. דער חידוש איז אבער נאך גרעסער – שרייבט דער חתם סופר - אז דער גרויסער באשעפער, האט נאך בשעת די אידישע קינדער זענען געזיצן און געפרעסן ליידער נבילות וטריפות ביי די סעודה פון אחשורוש, און די מדת הדין איז געווען זייער הויעך, און מ'האט געמוזט מיט עפעס מעניש זיין די אידישע קינדער, האט שוין דער דערבארמיגער קעניג – אבינו שבשמים – אהערגעשטעלט דעם גאנצן סטעף זאלן זיין גרייט צו פארהיילן די וואונדן וואס מ'מוז ליידער שלאגן דעם כלל ישראל פאר זייערע חטאים.

אסאך ערליכע אידן האבן בימים ההם זיך ארומגעדרייט מיט קשיות צום עולם: משוגעים האבן זיי געשריגן (אין יענע צייטן איז עס נישט געווען קיין מיאוסע ווארט..) צו וואס פאליטיקירט איר וועגן ושתי? וואס גייט אייך אן צו ושתי וויל יא קומען צו נישט?

ווער איז דען נייגעריג צו מ'הרגעט ושתי דער נבילה צו נישט?

וועם אינטערעסירט וואס אחשורוש שרייבט אין א טיפשות'דיגן בריוו, אזעלכע בעבישע ווערטער ווי להיות כל איש שורר?

דאס גאנצע ביהמ"ד איז געגאנגן כאראדאם און געווארן נערוועז צו וואס האט אסתר המלכה דער איידעלער צוריקגעצויגענער צניעות'דיגער מיידל, געדארפט חתונה האבן מיט א גוי.

וואס גייט דא פאר? א-לי א-לי למה עזבתני האט מרדכי פארוויינט דאס תהלימל מיט הייסע טרערן, עד אנה ד' תשכחני נצח, פארוואס האט פאסירט אזא מין אומגליק וואס מ'האט נאך קיינמאל נישט געהערט אזוינס אז א קעניג זאל וועלן דוקא א אידישע מיידל פון "אלע מיידלעך פון די גאנצע וועלט", עס מאנט און פאדערט א תשובה, רבוש"ע – האט מען געקענט הערן מרדכי הצדיק כליפצן – איך האלט עס נישט אויס.

דאס איז וואס חז"ל ענטפערן אונז: הקב"ה הקדים רפואה למכה! און צוליב דעם טאנצן מיר און זינגן: אוי טאטע אויך לויב דיך, טאטע איך דאנק דיך, ווייל איך בין א יוד.

*

ויאמר ד' אל משה הנני ממטיר לכם לחם מן השמים, און ס'וועט פאַלן צו עסן ביי יעדעם'ס טיר,,, ,,, לחם אבירים,,, ס'וועט האבן אלע טעמים,, מ'טאר נישט איבערלאזן..

איין מינוט.

יוי

ווער האט אנגעגרייט דא דעם... יוי, פרשת המן.... איך שטיק מיך..

*

אחר הדברים האלה גדל המלך אחשורוש את המן, דער קעניג לאזט אויסרופן יעדער זאל זיך ביקן צו המן'ען.

ומרדכי לא יכרע ולא ישתחוה!

איך האב געטראכט, איך בין דאך אמאל געווען ראש הקהל אין קרעטשמע (יוי, ס'גליטשט א טרער.. בּאָט לאמיר נישט פארפארן) טראכט איך יעצט צו מיר שטעל דיך פאר איך בין המן! ניין, חלילה נישט עכט, מעבּעליף, נאר א משל, דער קעניג – לאמיר זאגן קרעמער – געט ארויס א באפעל ווי איך גיי מוז זיך יעדער בוקן צו מיר, אזוי בפישוט ידים ורגלים.

אקעי, די פאנטאזיע האב מיר שוין, לאמיר עס ווייטער ציען.

איך שטיי אויף פארטאג'ס, איין מינוט לאמיר איבער'חזר'ן, איך בין המן, און ס'איז ארויסגעקומען א באפעל – ס'הענגט שוין און אלע שולן יעדער רעדט דערפון אז - ווער ס'טרעפט מיך מוז זיך איינקנייטשן "מלא קומתו" פאר מיר. ווי נישט ווי, ס'איז עכט גוט... .. איך האב יעצט אזא הויכע געפיל, אקעי, ס'שפעט, לאמיר צוקומען צום פוינט.

איך קום אריין צופרי אין בית המדרש , חזקאל וואס איז נייעס, וווווווווווווווואאאאאאפסססס, מ'קען צו אים נישט רעדן, ער ליגט אויפן פלאר..

איך גיי ווייטער – מעשה ראש הקהל.. כ'מיין המן – קלמן וואס מאכט דיין ברודער, ער האט נעכטן געהאט אן אפערעשאן וויאזוי שפירט ער? קלמן געט א בליק אויף מיר, קוקט צו די פלאר און כאפט נאכאמאל א בליק, און פאפס, ליגט אויף דער ערד ווי א קליין בעבי.

שוין, איך זעה דאך, אזוי וועל איך נישט קענען שמועסן, איך לייג אראפ דעם טלית ותפילין זעקל אויפן אייזערנעם שאנק, איך טוה אויס די מאנטל, לייג מיין היט אויפן הענגער, און מ'גייט כאפן א מקוה ווי ס'פאסט פאר א חסידישער אינגערמאן.

איך גיי אריין אין בור, אהההההההההה, פיין הייס, אההה געשמאק, ס'ווילט זיך ארויסשרייען דעם אשר בחר בנו מכל העמים, אבער נו, מ'איז דאך אן די בגדים גייט נישט אזוי, איך געב מיך א קוק אים, ל"ע ולא עליכם, רחמנא יצילינו, עס זענען דארט צוויי זקנים פיר בעה"ב, א יונגער אומשולדיגער בחור קוים דערלעבט צו לייגן אפאר וואכן תפילין, אלעס ליגט אינטן פונעם בור, איך חלש, די קוקן שוין אויס ווי מתים, יוי רח"ל, זיי ביקן זיך דארט...

איך לויף ארויס כל עוד בי נשמתי, כ'האב עכט נישט געמיינט דאס. דאס הארץ קלאפט מיר אוי באשעפער, זעה זיי זאלן דאס איבערלעבן.

מ'לייגט טלית ותפילין, מ'שטעלט זיך דאווענען, איך בין בעל תפלה שטייט-זיך.. איך שריי אויס: מוציא אסירים ופודה ענווים ועוזר דלים – מיין שטימע ווערט העכער – ועונה לעמו ישראל בעת שוועם אליו!!

נו, מנין, נו, קיינער שטעלט זיך נישט אויף צו שמו"ע.. יעדער מוז זיין איינגעבויגן.

איך זאג אייך, איך געב אויף די גאנצע "המן'יש'שאפט, איך קען נישט אזוי אנגיין.

איך געב א שריי ארויס – שטייזיך קודם הייב איך אויף אביסל די תפילין של ראש מיט די רעכטע האנד – רבותי!! יעדער קען בלייבן שטיין מ'מוז זיך מער נישט בוקן!!

אהההה, וויפיל חיות געט עס מיר פון מינוט צו מינוט יעדעם וועם איך זעה שטיין לעבן מיר.

און דער המן הרשע, האט זיך גערעגט ווען איין מרדכי האט זיך נישט געבוקט!! איר קענט דאס פארשטיין?

איך נישט
לעצט פארראכטן דורך יגרסהדותא אום מאנטאג פעברואר 23, 2009 12:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

זיסע צייטן געווען!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אהה יעה!!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

אויב איינער קען עס ביטע פי-די-עפ'ן וואלט געווען א גלייכע זאך. א דאנק פון פארנאויס
אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפשיץ »

געלעגער האט געשריבן:אויב איינער קען עס ביטע פי-די-עפ'ן וואלט געווען א גלייכע זאך. א דאנק פון פארנאויס


איך ווארט אויך
לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב טוב »

געלעגער האט געשריבן:אויב איינער קען עס ביטע פי-די-עפ'ן וואלט געווען א גלייכע זאך. א דאנק פון פארנאויס


נעתר לבקשתינו
אטעטשמענטס
מגילת אסתר .pdf
(158.82 KiB) געווארן דאונלאודעד 197 מאל
נישט אלעס וואס ווערט געשריבן אויף וואטסעפפ קען ווערן געשריבן אויף אייוועלט.

מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

חוץ וואס דו ביסט א לב טוב, ביסטו א צדיק אויך.
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

ארויף לכבוד פורים!!
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
זיכער יא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 3:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכער יא »

מכטי1 האט געשריבן:ארויף לכבוד פורים!!
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

זיכער יא האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:ארויף לכבוד פורים!!

זעה איך אז שמעלקא איז נאכנישט אנגעקומען אהער....

ווי קען מען צוגיין צום יאנטעף אן לערענן מגילת סהדותא???
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

האט איר זיך שוין פארגעקוקט די מגילה?

ניין??? אויף וואס ווארט איר??? הייבט איצטערט אן
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

זיכער יא האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2017 5:55 pm
מכטי1 האט געשריבן:
ארויף לכבוד פורים!!
שכח
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”