“פארשפּרעכונגען געמאכט. פארשפּרעכונגען געהאלטן”

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

“פארשפּרעכונגען געמאכט. פארשפּרעכונגען געהאלטן”

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

טראמפ האט געשריבן:פּרעזידענט טראמפּ האט אין א שטורמישע קאמפּיין ראלי אין סינסינעטי אהייא אויפגעפאדערט זיינע צוהערער,ער האט גערעדט אין זאל, צו שטורמישע אפּלאדירונגען, אונטער א גרויסן ליילעך: “פארשפּרעכונגען געמאכט. פארשפּרעכונגען געהאלטן”.

די וואס האבן געהאלטן פון טראמפ איז ווייל זיין מעלה איז אז ער טוט,
עצה געזוכט האט געשריבן: דאנארשטאג ינואר 21, 2016 4:34 pm
אמעריקא דארף א פרעזידענט מיט קאפינדענס!

אמעריקא דארף א פרעזידענט מיט א ביזנעס קאפ!

אמעריקא דארף א פרעזידענט וואס וועט קענען רעדן מיט פוטינען אויף זיין שפראך! (כמיין נישט רוסיש. . )

אמעריקא דארף א פרעזידענט וואס האט א ביזנעס פלאן אנצוקומען אין אוועל אפיס!

אמעריקא דארף א פרעזידענט וואס האט נישט מורא צו זאגן זאכן וואס אנדערע - אדער ער אליין - ווילן עכט נישט הערן! (טעראר אטאקעס, אייסיס, טשיינע, דורכפאל, סקאנדאל, ועוד ועוד.)

אמעריקא דארף א פרעזידענט וואס קען אביסל נומבערס!

אמעריקא דארף א פרעזידענט וואס קען גוט ניגאושיעטן! (מיט קאנגרעס,מיט ביידע פארטייען, מיט אנדערע לענדער)

אמעריקא דארף א פרעזידענט בכלל. . .

אויב זענט איר מודה כאטש צו איין פון די בולעטס - דאן שרייטס הויך: טראמפ פאר פרעזידענט!

כאטש ער פירט זיך נישט אויף פרעזעדענטליך,
און טראמפ האט עס עס ארויס געברענגט פאריגע וואך דינסטאג ביי א ראלי,
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דא האבעך א שטיקל פונעם ראלי 2 טאג צוריק און פלארידע,
כ׳האב שווער געארבעט און געשטיקלט עס צו כשר׳ן, שרייט׳ס אלע שקויעך!

https://www.dropbox.com/s/kl58zhi8esvwc ... 1.mp4?dl=0

וויל איך צוזאמענעמן אויף איין פלאץ אלע פארשפּרעכונגען וואס טראמפ האט געמאכט און איינגעהאלטן אינגאנצן אדער א חלק,
ביטע אויב דער עולם קען שרייבן וואס מען ווייסט,
מיט א דאטום איז בעסער
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

דער אייבישטער זאל אפהיטן אויב דער מטורף באווייזט דורכצופירן זיינע פלענער ח"ו.
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:דער אייבישטער זאל אפהיטן אויב דער מטורף באווייזט דורכצופירן זיינע פלענער ח"ו.

פון וועלכע פלאן זיינע האסטו די מערסטע מורא ?
אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'שטימט »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:דער אייבישטער זאל אפהיטן אויב דער מטורף באווייזט דורכצופירן זיינע פלענער ח"ו.

פון וועלכע פלאן זיינע האסטו די מערסטע מורא ?

פון ''make america great again''
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:דער אייבישטער זאל אפהיטן אויב דער מטורף באווייזט דורכצופירן זיינע פלענער ח"ו.

אופס, איך האב שוין געבעטען אז ער זאל יא באווייזען דורעך צו פירען זיינע פלענער.

א טעאריע איט איז.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

דורכפעלער:
מעקסיקא האט ב״ה שוין באצאלט פאר די וואנט.
די דעפיציט איז ב״ה אראפ געגאנגען.
טשיינע האט זיך דערשראקן פון יונייטעד סטעיטס.
די איראן דיעל האט מען איבערגעמאכט.
נארט קאריע האט אויפגעגעבן זייער נוקלעארע וואפן.
די שלום צווישן איזראעל און פאלסטינע איז ערשט קלאסיג.
וועזשעס זענען ארויף צוליב דע טעקס קאטס.
אבאמאקעיר איז בטל ומבוטל.
*** א פייג און א רעטעך ***

הצלחות:
אייראפע באצאלט מער.
רובאשקין.
איראן דיעל בטל.
נארט קאריע מיטינג.
טעקס קאטס.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

מיין בליק אויף זיינע פארשפרעכונגען:
בעריש'ל האט געשריבן:טיילווייזע הצלחות:
מען בויט שוין די מעקסיקאנער וואנט.
די דעפיציט איז ב״ה אויפן אראפ א דאנק די בליענדיגע אקענאמיע.
יונייטעד סטעיטס האט זיך נישט דערשראקן אדעער געבראכן פאר טשיינע.
די איראן דיעל האט מען צעווארפן.
נארט קאריע באטראכט אויפצוגעגעבן זייער נוקלעארע וואפן.
די אויסזיכטן פאר שלום צווישן איזראעל און פאלסטינע איז ארויף.
בענעפיטן פאר ארבעטער זענען ארויף צוליב דע טעקס קאטס.
אבאמאקעיר איז אין איבערמאכונג פראסעס.
*** דאס אלעס איז איםן געלונגען אין 20 חדשים ***

פולקאמע הצלחות:
אייראפע באצאלט מער.
רובאשקין.
איראן דיעל בטל.
נארט קאריע מיטינג.
טעקס קאטס.

די זאך איז אז ער רוט נישט, ער טוט און ארבעט. וואס ער קען האט ער אויסגעפירט אויף אלע פראנטן. קיין מלאך איז ער נישט אבער קיין בלאפער אויך נישט - וואס ער האט פארשפראכן שטעלט ער צו!
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

עקזעקיוטיוו פליגעל פון גאווערמענט האט שטארק פערפארמד די לעצטע אנדערטהאלבען יאר:

1. פראטעקטעד אמעריקען זשאבס קארטיער, פאקסקאן ועוד
2. צוריק געברענגט די שטאל און אלומינעם אינדאסטרי צו די יו עס.
3. באשטראפט די לענדער וואס לייגען טאריפס אויף יו עס פראדוקטען.
4. אוועק גענומען א סך רעגולאציעס וואס מאכען שווער פאר ביזנעסער.
5. געגעבען א שטיקעל טעקס קאט פאר מענטשען פריוואט.
6. געגעבען א מאסיווע טעקס קאט פאר ביזנעסער.
7. ארויסגעריפען קאמפעניס וואס נעמען עדווענטידזש פון די גאווערמענט ווי למשל עמעזאן.
8. ארויסגעריפען די פעדעראלע באנק פארען פרובירען איבער צו רייסען די עקאנאמיע מיטען העכערן נאך אמאל אינטרעסט ראטעס.
9. פראטעקטעד טעקס פעיער געלטער ביים בויען די קאנסול אין ירושלים.
10. אפגעהאלטען אומלעגאלע אימיגראנטען פון אוועקנעמען זשאבס פון אמעריקאנע ארבייטארערס.

דאס איז בנוגע די עקאנאמיע!

ארום די וועלט איז אלעס בעסער ווי אמאל: איראן איז געטשאוקד, נארט קאריע זעצט זיך צום טיש, טאליבאן זעצט זיך צום טיש, איראק איז אינטער קאנטראל, אייסיס איז דערנאך, איינער געדענקט נאך אל קאידא? טשיינע בונטעוועט אביסעל אבער זייער עקאנאמיע גייט זיי זיין וויכטיגער און מען וועט זיך מן הסתם דורעך קומען.

רוסלאנד איז א דיזעסטער און עס קומט זיך טאקע א הערצליכען דאנק פאר אבאמא און די מידיע דאס ווייסען אונז, און די פלעק גייט טאקע בלייבען ביי טראמפ ווייל ער קען עס נישט פיקסען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אין סיריע איז געווארן סדר
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

שוין חדשים נישט געפלויגן קיין אפישעלס פון די טראמפ ווייט האוז, סוקסעס!
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

בלינצע האט געשריבן:שוין חדשים נישט געפלויגן קיין אפישעלס פון די טראמפ ווייט האוז, סוקסעס!

:grin: :grin:
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1562
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבת השם »

בלינצע האט געשריבן:שוין חדשים נישט געפלויגן קיין אפישעלס פון די טראמפ ווייט האוז, סוקסעס!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:מען בויט שוין די מעקסיקאנער וואנט. לינק?
די דעפיציט איז ב״ה אויפן אראפ א דאנק די בליענדיגע אקענאמיע. שקר ועיין למטה
יונייטעד סטעיטס האט זיך נישט דערשראקן אדעער געבראכן פאר טשיינע. איז דאס א אויפטוה?
די איראן דיעל האט מען צעווארפן. דאס שטייט אונטן, דערווייל איז נישטא קיין נייע.
נארט קאריע באטראכט אויפצוגעגעבן זייער נוקלעארע וואפן. באטראכט שטייט שוין אונטן, דערווייל איז מען מיט ליידיגע הענט.
די אויסזיכטן פאר שלום צווישן איזראעל און פאלסטינע איז ארויף. וויאזוי?
בענעפיטן פאר ארבעטער זענען ארויף צוליב דע טעקס קאטס. נישט וועיזשעס ועיין למטה. ברענג ביטע א לינק פאר דיין קלעים. נישט איין קאסטקא, נאר נעשינאלי.
אבאמאקעיר איז אין איבערמאכונג פראסעס. ער האט נישט צו געזאגט דאס.

די ספינסט אלעס צום גוטן, קענסט בכלל קריטירן דעם טראמפ?

U.S. Budget Deficit Jumps First Nine Months of Fiscal Year
לינק
אטעטשמענטס
E2704841-B637-466E-AB2F-E4630C2A54BB.jpeg
E2704841-B637-466E-AB2F-E4630C2A54BB.jpeg (197.81 KiB) געזען 2320 מאל
C8AA14D2-AC9E-4166-8B3D-9B3D0CD43416.jpeg
C8AA14D2-AC9E-4166-8B3D-9B3D0CD43416.jpeg (63.84 KiB) געזען 2320 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

מטעמים האט געשריבן:עקזעקיוטיוו פליגעל פון גאווערמענט האט שטארק פערפארמד די לעצטע אנדערטהאלבען יאר:

1. פראטעקטעד אמעריקען זשאבס קארטיער, פאקסקאן ועוד
2. צוריק געברענגט די שטאל און אלומינעם אינדאסטרי צו די יו עס.
3. באשטראפט די לענדער וואס לייגען טאריפס אויף יו עס פראדוקטען.
4. אוועק גענומען א סך רעגולאציעס וואס מאכען שווער פאר ביזנעסער.
5. געגעבען א שטיקעל טעקס קאט פאר מענטשען פריוואט.
6. געגעבען א מאסיווע טעקס קאט פאר ביזנעסער.
7. ארויסגעריפען קאמפעניס וואס נעמען עדווענטידזש פון די גאווערמענט ווי למשל עמעזאן.
8. ארויסגעריפען די פעדעראלע באנק פארען פרובירען איבער צו רייסען די עקאנאמיע מיטען העכערן נאך אמאל אינטרעסט ראטעס.
9. פראטעקטעד טעקס פעיער געלטער ביים בויען די קאנסול אין ירושלים.
10. אפגעהאלטען אומלעגאלע אימיגראנטען פון אוועקנעמען זשאבס פון אמעריקאנע ארבייטארערס.

דאס איז בנוגע די עקאנאמיע!

ארום די וועלט איז אלעס בעסער ווי אמאל: איראן איז געטשאוקד, נארט קאריע זעצט זיך צום טיש, טאליבאן זעצט זיך צום טיש, איראק איז אינטער קאנטראל, אייסיס איז דערנאך, איינער געדענקט נאך אל קאידא? טשיינע בונטעוועט אביסעל אבער זייער עקאנאמיע גייט זיי זיין וויכטיגער און מען וועט זיך מן הסתם דורעך קומען.

רוסלאנד איז א דיזעסטער און עס קומט זיך טאקע א הערצליכען דאנק פאר אבאמא און די מידיע דאס ווייסען אונז, און די פלעק גייט טאקע בלייבען ביי טראמפ ווייל ער קען עס נישט פיקסען.

און וואס איז נישט גוט? אלעס איז גוט?

איך טשאלאנזש דיר צו זאגן איין שלעכט זאך אויף טראמפ און איין גוטע זאך אויף די ״מידיא״ (איך ווייס נישט ווער עס איז, אבער שוין).
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

שלעכטס אויף טראמפ:

1. זייער שלעכט באהאנדעלט די פארטא ריקאו האריקעינס
2. שלעכט באהאנדעלט קאומי-מוללער אישו, ער האט געדארפט פייערן מוללער די טאג וואס קאומי האט געזאגט אין קאנגרעס אז ער האט געליעקט זיינע מעמאוס אזוי אז מען זאל שטעלן א ספעשל פראסעקיוטער.
3. נישט געטוהן גענוג אנטקעגן רוסלאנד פארען פרובירען שטערן א יו עס עלעקשאן.
4. אפגעטיילט קינדער פון עלטערן, אמעריקע איז א לאנד פון הארץ.
5. דורעכגעפאלען מיט העלטקעיר א דאנק דעם קוריאזען מקעין.
6. א מאסיווע באדזשעט אינקריעס צו פארדאנקען די דעמס.

עפעס גוט אויף די מידיע? רוב מידיע איז אקעי, עס איז דא די פאר משוגעים ווי למשל זשעיק טעפפער וואס ער האלט אז ער סעיווד אמעריקע ווען ער ברענגט יעדן טאג ארויף אלע קריטיק פון טראמפ, ער פאנגט אן ביי מתחילה עע״ז און אזוי ביז ער ענדיגט זיין שאו.

אפילו קריס מעטיוס דער לעגאלער מענטעל קעיס מאכט שוין מער סענס ווי אים, אלעס מיט אזא היסטערישע נאכגעמאכטע פארפלאמטע געזיכטער כאילו היינט גייט מען מאכען טראמפ אויס פרעזידענט, נעבעך!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

מטעמים האט געשריבן:שלעכטס אויף טראמפ:

שיין, איך האב רעספעקט פאר דיר.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

בעריש'ל האט געשריבן:דורכפעלער:
מעקסיקא האט ב״ה שוין באצאלט פאר די וואנט.
די דעפיציט איז ב״ה אראפ געגאנגען.
טשיינע האט זיך דערשראקן פון יונייטעד סטעיטס.
די איראן דיעל האט מען איבערגעמאכט.
נארט קאריע האט אויפגעגעבן זייער נוקלעארע וואפן.
די שלום צווישן איזראעל און פאלסטינע איז ערשט קלאסיג.
וועזשעס זענען ארויף צוליב דע טעקס קאטס.
אבאמאקעיר איז בטל ומבוטל.
*** א פייג און א רעטעך ***

הצלחות:
אייראפע באצאלט מער.
רובאשקין.
איראן דיעל בטל.
נארט קאריע מיטינג.
טעקס קאטס.

גוט גוט, קענסט נאר אראפנעמען א שטיקל פון די רעטעך ווייל וועיזשעס איז אביסל ארויף
(איך בין כמעט זיכער, NO GEDILD TO SEARCH IT YET)
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4043
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:דורכפעלער:
מעקסיקא האט ב״ה שוין באצאלט פאר די וואנט.
די דעפיציט איז ב״ה אראפ געגאנגען.
טשיינע האט זיך דערשראקן פון יונייטעד סטעיטס.
די איראן דיעל האט מען איבערגעמאכט.
נארט קאריע האט אויפגעגעבן זייער נוקלעארע וואפן.
די שלום צווישן איזראעל און פאלסטינע איז ערשט קלאסיג.
וועזשעס זענען ארויף צוליב דע טעקס קאטס.
אבאמאקעיר איז בטל ומבוטל.
*** א פייג און א רעטעך ***

הצלחות:
אייראפע באצאלט מער.
רובאשקין.
איראן דיעל בטל.
נארט קאריע מיטינג.
טעקס קאטס.

גוט גוט, קענסט נאר אראפנעמען א שטיקל פון די רעטעך ווייל וועיזשעס איז אביסל ארויף
(איך בין כמעט זיכער, NO GEDILD TO SEARCH IT YET)

נאדיר!

יעצט האב איך רעכט צו וויינען און שרייען פעיק ניוז? וויאזוי ארבעט עס?
אטעטשמענטס
7A784453-31F3-4156-945A-5B80784D0408.jpeg
7A784453-31F3-4156-945A-5B80784D0408.jpeg (197.81 KiB) געזען 2068 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

בעריש'ל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:יונייטעד סטעיטס האט זיך נישט דערשראקן אדעער געבראכן פאר טשיינע. איז דאס א אויפטוה?

יא

ער האט דאס פארשפראכן און ער האט דאס געהאלטן
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מאנא
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 27, 2016 8:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנא »

לגבי וועידזעס, ווען עס זענען דא אסאך נייע ארבייטערס גייט די עווערידש וועידש אראפ וויבאלד פאר נייע ארבעטערס צאלט מען ווייניגער און זיי ברענגען אראפ די עוורידש. מקען זיך אבער נישט פארהוילן פון די אלע באנוסעס און בענעפיטס וואס קאמפאניס (נישט נאר קאסקא) האבן געגעבן נאכן זען אז זיי בלייבן מיט מער געלט און טאש צוליב די טעקס קאטס
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

פעיק נוז האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:יונייטעד סטעיטס האט זיך נישט דערשראקן אדעער געבראכן פאר טשיינע. איז דאס א אויפטוה?

יא

ער האט דאס פארשפראכן און ער האט דאס געהאלטן

העיר יו גא, ביסט נאכגעלאפן דעם מטורף ביי זיין קאמפיין ווייל ער האט אליינס געזאגט אז געוויסע זאכן וואס ער גייט טוהן איז א מורא'דיגע אויפטוה, און יעצט איז ער שוין קודש קדשים, ווייל ער טוט אויף און האלט איין זיינע צוזאגן...
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

האף איך נאר אז ער גייט נישט שיסן אויף פיפט עוועניו...
שויתי ה' לנגדי תמיד
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

ווען ער האט ער דאס צוגעזאגט?
(פרעג מיך פארוואס איך פרעג א קשיא אויף א געטראלטע תגובה)
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

ווייל עס איז דא א זאך וואס הייסט א דזשאוק.
שויתי ה' לנגדי תמיד
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:יונייטעד סטעיטס האט זיך נישט דערשראקן אדעער געבראכן פאר טשיינע. איז דאס א אויפטוה?

יא

ער האט דאס פארשפראכן און ער האט דאס געהאלטן

העיר יו גא, ביסט נאכגעלאפן דעם מטורף ביי זיין קאמפיין ווייל ער האט אליינס געזאגט אז געוויסע זאכן וואס ער גייט טוהן איז א מורא'דיגע אויפטוה, און יעצט איז ער שוין קודש קדשים, ווייל ער טוט אויף און האלט איין זיינע צוזאגן...

העיר יו גא, ער האט צוגעזאגט און איינגעהאלטען אבער סע איז נישט קיין אנגעהאלטענע צוזאג וואל 1) ער איז א משיגענער 2) די ביזט צודרייט פאר עים שטיצן ביים קאמפעין 3) איך האלט אנדערש

אבמאקער איז א “פארשפּרעכונג געמאכט. פארשפּרעכונג געהאלטן”? ווייסט וואו סאך מענטשן האלטען אז סע איז די פרקערטע פין א אויפטי?
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”